נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נאך איינער

Re: "נייעס" פון די ראקעטן אין ארץ ישראל מיט א תורה'דיגע בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

גדל האט געשריבן:
נאך איינער האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:איך בין אריינגעפאלן דא ווי א יוון אין דער סוכה. מיין שאלה צום פותח האשכול שליט"א איז צי ער האט געקלערט פאר איין סעקונדע אז דער אשכול וועט פליען אין אן אנדערער ריכטונג ווי ס'איז למעשה געפלויגן.

איך האב שוין לאנג נישט געליינט אייוועלט תקנות, אבער ווי ווייט איך געדענק דארף דער פלאץ זיין נייטראל לגבי ציונות אנגעלעגנהייטן. איבריגס, באשולדיגן איזראעיל אין נישט פירן גוט מלחמה האט גארנישט מיט קנאות איינגעשטויסן, פונקט ווי פארטיידיגן זייערע סטראטעגיעס האט קנאפ מיט ציונות.

גיי איך מיר ווי א יוון אין בעט אריין. א גוטע נאכט.

אז די האסט שוין לאנג נישט געלייענט אייוועלט תקנות, ביסטי מכובד איבערציליינען,

דאס פלאץ דארף זיין נייטראל לגבי באריכטן נייעס פין איזראעיל, א חיץ מזה טאר נישט דערמאנט ווערן קיין זאכן וואס שמעקט פין ציוניזם, דער פ"ה וויל באריכטן נייעס מיט א תורה'דיגן בליק וואס לפי התקנת איז די סאטמערער שיטה די איינציגסטע תורה'דיגע בליק, אין ווער סהאט א פראבלעם דערמיט זאל ביטע פארלאזן אייוועלט, אין אויפהערן דרייען א קאפ וועגן טוישן קעפלעך,

האסט קוקט אויס פארגסען פון די אוספיר,
נייעס פון מדינת ישראל זאל געשריבן ווערן נייטראל, אלע השקפה קאמענטארן (קנאי'ש אדער פארקערט) וועלן פארמעקט ווערן פון די נייעס פארום

סאיז דא א נייעס אשכול אין דארט ווערט געמאלדן אלעס נייטראל, אין די אחראי גיט אכטונג "נאר" אין יענע אשכול סזאל זיין נאר נייעס, דא איז א באזונדערע אשכול ווי די נייעס דא ווערט געמאלדן אויפן תורה'דיגען בליק, אין סאיז נישט דא קיין צווייטע תורה'דיגען בליק דא אויף אייוועלט,

געפעלט אייך נישט?! זיץ אין שווייג אדער פארלאז דעם מקום, הער אויף פארדרייען אשכולת וועגן טוישן קעפלעך,
נאך איינער

Re: "נייעס" פון די ראקעטן אין ארץ ישראל מיט א תורה'דיגע בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

Rak Tov האט געשריבן:
שאגת ארי האט געשריבן:איך מיין אז די פראבלעם איז ביידע זייטן

סאטמארע האבן אנגעהויבן צו פארדרייען נייעס און פאקטן ווייל סדי הצלחה פון ציונים, זיי מאכן זיך מיט דעם די גענאר, איך ליין צומאל נטרונא און איך זע דארט גראבע איינזייטיגע נייעס פארדרייט אינגאנצן, אלעס ווייל זיי זענען ציונים, יעדער ווייסט זיי זענען רוצחים און האבן נישט קיין פראבלעם מיט גארנישט, אבער וועגן דארף מען נישט שרייבן קיין שטותים אז זיי הרגנען אראבערס רעכטס און לינקס ווען די מציאות איז ממש פארקערט אז מען ציטערט דא צו טשעפענען אראבערס שרעקליך,

און די נישט סאטמארע זענען געווארן ממש איינס מיט די מדינה און פארגעסן, אדער עכ''פ רעדט מען נישט דערפון גענוג און מען וויל נישט רעדן דערפון, אז די מדינה מעג נישט שטיין קיין רגע און די גאנצע אריינגיין אין כנסת איז א דיעבד שבדיעבד, ביז ליידער אסאך אגודיסטן זענען האלבע מזרחיסטן ווי מען קען זען אין המבשר און המודיע טאג טעגליך אז זיי פייערן יעדע נצחון אין די שטחים און זיי נעמען זיך אן פאר די מתנחלים די מערסטע ועוד,

100%

שטערט מיר אויך וויאזוי נטרונא לייגט אראפ די נייעס, די ארץ ישראל׳דיגע צייטונגען ליין איך נישט.

ראנג אשכול אלערט,
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: "נייעס" פון די ראקעטן אין ארץ ישראל מיט א תורה'דיגע בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

איך מיין צו זאגן די חלק פון זיך אננעמען פאר די אראבערס

פארשטייט זיך אז איך גיי נישט אריין אינעם בחירות אשכול
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1413
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: "נייעס" פון די ראקעטן אין ארץ ישראל מיט א תורה'דיגע בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

די אלע וואס פאדערן א קעפל טויש צו סאטמאר, וואלט דען נישט בעסער געווען א טויש צו ’שיטת ר’ אלחנן’
ר’ אלחנן אין די מאמרים שרייבט גענוי די השקפה אהן דערמאנען שיטת סאטמאר
וואלט עס בעסער געקלונגען אלץ א שיטת ר’ אלחנן
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: "נייעס" פון די ראקעטן אין ארץ ישראל מיט א תורה'דיגע בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

טערעסאנטער אשכול דאס.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1413
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: "נייעס" פון די ראקעטן אין ארץ ישראל מיט א תורה'דיגע בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

שוידערליכער באריכט:
נאך גאז צום פייער: א פאר אידן האבן געשאסן אין אימגעברענגט אן אראבער אין לוד

מיט אלע זייערע היתירים איז עס א שרעקליכע גורם פאר נאך רציחות אויף פרומע אידן רח’’ל ה’’י.
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1413
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: "נייעס" פון די ראקעטן אין ארץ ישראל מיט א תורה'דיגע בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

פון די שוידערליכע מיסיל אטאקעס אויף אשקלון
IMG_20210511_001446.jpg
IMG_20210511_001446.jpg (199.93 KiB) געזען 683 מאל

זענען ליידער אידן שווער פארוואונדעט געווארן. מען דארף איינרייסן פאר די הצלה פון אחינו בשרינו דארט בארץ הקודש און מען זאל שוין ווי פריער זוכה זיין צום גענצליכער פרידליכער און זיסע סוף פינעם נאציאניסטישע מאוומענט
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1413
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: "נייעס" פון די ראקעטן אין ארץ ישראל מיט א תורה'דיגע בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

שרעקליכע סטעיטמענט פונעם ווארטזאגער פארן אראבישער מיליטער
07:35: הזרוע הצבאית של חמאס: "אם האויב ימשיך לתקוף בתי אזרחים - נהפוך את אשקלון לגיהינום".
אוועטאר
שאגת ארי
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:26 pm

Re: "נייעס" פון די ראקעטן אין ארץ ישראל מיט א תורה'דיגע בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאגת ארי »

מסתמא האט געשריבן:פראקטיש גערעדט, די גאנצע סיטואציע אין ארץ ישראל איז ממש א חורבן

מצד אחד האסטו מיליאנען אידן ציווילע בירגער וועלכע'ס לעבן ווערן געלייגט אין סכנה דורך די ציושעטע אראבער, אייגענטליך דאס ווילן זיי טאקע, הארגענען אומשילדיגע ציווילע אידן

מצד שני האסטו דארטן מיליאנען אראבער וועלכע האבן ניטאמאל קיין שטים רעכט אין איזראעל אבער זענען טעכניש אנעקסירט צו איזראעל..
אין מיינע אויגן, ווען א גאנצע פאלק רידזשעקט די פירערשאפט, איז אזא פירערשאפט בלויזע דיקטאטוריזעם,
מיך דערמאנט די געפאנצערטע איזראעלישע טאנקען פון בעלארוס..
די אראבער ברויכן דיך נישט און דו האסט נישט קיין רעכט זייי צו באצווינגען, זיי וואוינען אויכעט דא
דא קומט אפיר די תהום ווען צוויי טאטאל אנדערע פעלקער ווילן גאווערנערן די זעלבע שטיקל באדן..
בערך אזוי זעהט אויס דאס גאנצע מיטל מזרח
און ווען מנעמט אין חשבון די פאקט אז אין איזראעל ווערט אלעס קאנטראלירט פון די צענטראלע גאווערנמענט און נישט דורך די לאקאלס ווערט עס נאך אסאך מער פארצווייגט

ווען די איזראעלישע רעגירונג זאל ווען באשטיין פון א רייע פון סטעיטס, אזויווי אמעריקע, מיט א היבש ביסל אייגענע אטאנאמיע פאר יעדע לאקאלע געגנט וואלטן זאכן בפשטות געווען ע"פ דרך הטבע מער רואיג און יושר'דיג
דאס אויפלעזן די לאקאלע אינדיווידואליזעם פירט צו א "אדער אדער" סיטואציע ווי איינער מוז אראפגיין פון די מאפע בכדי סזאל קענען בכלל הערשן שלום, ווייל די צענטראלע רעגירונג קען דאך נאר ווערן געפירט פון איין צד, און דאס ליגט אינטער די אלע רציחות פון ביידע זייטן

מען וואלט זיי שוין לאנג אריינגעברענגט אין די לאנד, אבער די וועלט דרייט איבער און רידערט שוין פון די ערשטע מינוט אז סאיז אנעקסירטע שטחים און מען טאר גארנישט טון מיט עס (כאטש דאס איז פארקערט פון די אינטערנאציאנאלע געזעץ), איז וואס קען מען טון. צוריקגעבן קען מען נישט ווייל מען וועט האבן צרות צרורות אזויווי מיט עזה, און אנעקסירן לאזט נישט די וועלט, האסט א עצה?

און אגב וואס מיינט צוריקגעבן? צוריק געבן פאר וועם? ירדן דארף עס נישט, מען האט שוין אמאל געוואלט עס געבן פאר ירדן און זיי האבן עס נישט געדארפט, ספעלט זיי נישט אויס טויזנטער פאלעסטינער,
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1413
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: "נייעס" פון די ראקעטן אין ארץ ישראל מיט א תורה'דיגע בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

שאגת ארי האט געשריבן:

,

אז די קענסט עס נישט פירן. איז פשוט אז די גניבה אקציע פון די פאלעסטינע איז א מעסטער פיעס אף דיזעסטער. נו געב אפ די רויב והכל על מקומו יבוא.

8 אזייגער האט ווידער געפיפן
אוועטאר
שאגת ארי
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:26 pm

Re: "נייעס" פון די ראקעטן אין ארץ ישראל מיט א תורה'דיגע בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאגת ארי »

סמעטענע האט געשריבן:
שאגת ארי האט געשריבן:מען וואלט זיי שוין לאנג אריינגעברענגט אין די לאנד, אבער די וועלט דרייט איבער און רידערט שוין פון די ערשטע מינוט אז סאיז אנעקסירטע שטחים און מען טאר גארנישט טון מיט עס (כאטש דאס איז פארקערט פון די אינטערנאציאנאלע געזעץ), איז וואס קען מען טון. צוריקגעבן קען מען נישט ווייל מען וועט האבן צרות צרורות אזויווי מיט עזה, און אנעקסירן לאזט נישט די וועלט, האסט א עצה?
,

אז די קענסט עס נישט פירן. איז פשוט אז די גניבה אקציע פון די פאלעסטינע איז א מעסטער פיעס אף דיזעסטער. נו געב אפ די רויב והכל על מקומו יבוא.

אפגעבן פאר וועמען? פאר טעראריסטן אין די הענט וואס וועלן טון וואס חאמאס טוט יעצט אין עזה?
ווייסט וואס סהאט זיך געטון ווען סגעווען דארט ירדן, מאסן טעראריסטן האבן יעדן טאג זיך אריינגעשמוגעלט און דורכגעפירט טעראר אטאקעס און מען האט גארנישט געקענט טון דארט אינעווייניג, יעצט קען מען כאטש אויסראטן געווער און טעראריסטן אינעווייניג. סדערווייל נישטא קיין אויסוועג פון דעם פלאנטער נאר אזוי ווי יעצט

און בכלל וואס איז אזוי געפערליך, אין סיריע און איראק לעבט מען בעסער? אין ירדן זענען די פאלעסטינער רייכער? די פאלעסטינער לעבן א חיים טובים רעלאטיוו צו זייערע שכנים

און נאך מער, עס רופן רויב איז נישט ריכטיג, זיי האבן אינוואדירט און געוואלט הרגנען יעדע איד אין מד''י, האט מען פשוט זיך פארטיידיגט און צוריקגעשטופט די ירדנער און געבליבן מיט דער טייל, דאס הייסט לעגאל נישט קיין רויב ווען מען טוט עס צו פארטיידיגן,

ס'קוקט אביסל אויס ווי דו קענסט נישט קיין היסטערי
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1413
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: "נייעס" פון די ראקעטן אין ארץ ישראל מיט א תורה'דיגע בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

זיי האלטן עס נאכנישט ביים אפגעבן פאר קיינעם נישט
ווען די מדינה וועט עס וועלן אפגעבן וועט זיך שוין שאפן גוטע אפוטרופסים פון די חסידי אומות העולם צו פארלייכטערן די מצב
און אפענדיגן די אלע בלוטיגע רציחות פון די ציונים/אראבער אויפן אידישן פאלק
אוועטאר
שאגת ארי
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:26 pm

Re: "נייעס" פון די ראקעטן אין ארץ ישראל מיט א תורה'דיגע בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאגת ארי »

אבי גערעדט, געשאסן ווערטער אן קיין שום אינפא דערינטער

איך זע טאקע דו ווייסט נישט קיין בעסיק היסטערי פון מד''י און די מערב ברעג, סארי
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: "נייעס" פון די ראקעטן אין ארץ ישראל מיט א תורה'דיגע בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

שאגת ארי האט געשריבן:אבי גערעדט, געשאסן ווערטער אן קיין שום אינפא דערינטער

איך זע טאקע דו ווייסט נישט קיין בעסיק היסטערי, סארי

גא"מ ל@שאגת ארי

בקיצור ממש, איינער וואס האלט למשל אז די געלט פאר די פאלעסטינע פליטים אגענטור (איך געדענק נישט די נאמען) וואס טראמפ האט אפגעשטעלט און ביידן האט צוריק אנגעהויבן געבן קומט זיך זיי, איז נאך אזוי פרימאטיוו ווי די אראבער
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

Re: "נייעס" פון די ראקעטן אין ארץ ישראל מיט א תורה'דיגע בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנא עבדא »

שאגת ארי האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:פראקטיש גערעדט, די גאנצע סיטואציע אין ארץ ישראל איז ממש א חורבן

מצד אחד האסטו מיליאנען אידן ציווילע בירגער וועלכע'ס לעבן ווערן געלייגט אין סכנה דורך די ציושעטע אראבער, אייגענטליך דאס ווילן זיי טאקע, הארגענען אומשילדיגע ציווילע אידן

מצד שני האסטו דארטן מיליאנען אראבער וועלכע האבן ניטאמאל קיין שטים רעכט אין איזראעל אבער זענען טעכניש אנעקסירט צו איזראעל..
אין מיינע אויגן, ווען א גאנצע פאלק רידזשעקט די פירערשאפט, איז אזא פירערשאפט בלויזע דיקטאטוריזעם,
מיך דערמאנט די געפאנצערטע איזראעלישע טאנקען פון בעלארוס..
די אראבער ברויכן דיך נישט און דו האסט נישט קיין רעכט זייי צו באצווינגען, זיי וואוינען אויכעט דא
דא קומט אפיר די תהום ווען צוויי טאטאל אנדערע פעלקער ווילן גאווערנערן די זעלבע שטיקל באדן..
בערך אזוי זעהט אויס דאס גאנצע מיטל מזרח
און ווען מנעמט אין חשבון די פאקט אז אין איזראעל ווערט אלעס קאנטראלירט פון די צענטראלע גאווערנמענט און נישט דורך די לאקאלס ווערט עס נאך אסאך מער פארצווייגט

ווען די איזראעלישע רעגירונג זאל ווען באשטיין פון א רייע פון סטעיטס, אזויווי אמעריקע, מיט א היבש ביסל אייגענע אטאנאמיע פאר יעדע לאקאלע געגנט וואלטן זאכן בפשטות געווען ע"פ דרך הטבע מער רואיג און יושר'דיג
דאס אויפלעזן די לאקאלע אינדיווידואליזעם פירט צו א "אדער אדער" סיטואציע ווי איינער מוז אראפגיין פון די מאפע בכדי סזאל קענען בכלל הערשן שלום, ווייל די צענטראלע רעגירונג קען דאך נאר ווערן געפירט פון איין צד, און דאס ליגט אינטער די אלע רציחות פון ביידע זייטן

מען וואלט זיי שוין לאנג אריינגעברענגט אין די לאנד, אבער די וועלט דרייט איבער און רידערט שוין פון די ערשטע מינוט אז סאיז אנעקסירטע שטחים און מען טאר גארנישט טון מיט עס (כאטש דאס איז פארקערט פון די אינטערנאציאנאלע געזעץ), איז וואס קען מען טון. צוריקגעבן קען מען נישט ווייל מען וועט האבן צרות צרורות אזויווי מיט עזה, און אנעקסירן לאזט נישט די וועלט, האסט א עצה?

און אגב וואס מיינט צוריקגעבן? צוריק געבן פאר וועם? ירדן דארף עס נישט, מען האט שוין אמאל געוואלט עס געבן פאר ירדן און זיי האבן עס נישט געדארפט, ספעלט זיי נישט אויס טויזנטער פאלעסטינער,

די עיקר חסר מן הספר.
די אראבער וואס וואוינען אין מדנ"י ווילן בשום אופן נישט הערן פון אזא זאך, זיי ווילן נאר בלייבן אונטער מדנ"י.
ס'איז זיי אסאך בעסער די לעבן, זיי לעבן בעסער פון זייער אלע ברודער אין גאנץ מזרח התיכון.

דאס האט גארנישט צו טוהן מיט השקפה, מ'דארף קודם קענען די פאקטן - אזויווי ביי רוב עניינים דא וואס מ'האט געשריבן.
אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

Re: "נייעס" פון די ראקעטן אין ארץ ישראל מיט א תורה'דיגע בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנא עבדא »

סמעטענע האט געשריבן:די אלע וואס פאדערן א קעפל טויש צו סאטמאר, וואלט דען נישט בעסער געווען א טויש צו ’שיטת ר’ אלחנן’
ר’ אלחנן אין די מאמרים שרייבט גענוי די השקפה אהן דערמאנען שיטת סאטמאר
וואלט עס בעסער געקלונגען אלץ א שיטת ר’ אלחנן

שאלת השאלות איז קודם כל אויב די השקפות וואס מ'שרייבט דא איז בכלל די סאטמערע השקפה...
כ'האב נישט געזעהן אז ס'זאל אראפ געברענט ווערן ערגעץ דא אז אויב אראבער קומען צו דיר אונמיטן די נאכט אין זיי ווילן דיר בארויבן און הרג'ענען ח"ו דארף מען זיך לאזן פאלן צו זייערע הענט רח"ל, לויט די דיני התורה מעג מען און מ'דארף זיך א קעגן שטעלן. האב להרגך השכם להורגו איז נישט קיין ציוניסטישע השקפה, סארי.

די שאלה דערנאך איז - אויב ס'מיינט אז א אנדערע השקפה [וואס אסאך אידן מיינען דא] איז שוין א ציוניסטישע השקפה ח"ו, לויט וויפיהל איך ווייס - איז דאס נישט, ס'איז א קעגן, די איסור פון התגרות באומות איז דאך א איסור פאר גאנץ כלל ישראל, און ס'איז נישט נתחדש געווארן אין 'ויואל משה'.
וממילא - בפשטות איז דא אין אייוועלט אויך א פלאץ פאר נאך דעות און מחשבות.
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2357
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: "נייעס" פון די ראקעטן אין ארץ ישראל מיט א תורה'דיגע בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

יש לו מנה האט געשריבן:

איך זיץ און רייב זיך די אויגען.
איז דאס @יש לו מנה?
אזא שארפע, שלא לומר עקעלדיגע, אטאקע אויף א גאנצע חבורה קאלעגע אייוועלטער, געדענק איך נישט זעהן אמאל, ווער רעדט נאך בתוך ימי השלשים אויף די הרוגי מירון, ווען די גדו"י זענען מעורר אז מען דארף זיך מחזק זיין אין אהבת ישראל און מכבד זיין איינער די צווייטער, וואס וועגען דעם לא נהגו כבוד זה בזה זענען דאך די 24,000 תלמידים פון ר"ע נפטר געווארען אין די ימי הספירה.

און דאס איז אויך טאמער וואלטסטו גערעכט געווען אז אייוועלט איז א סאטמארע וועבסייט, אבער למעשה איז עס נישט אזוי, אין די אייוועלט תקנות שטייט נאר אז מען טאר נישט שרייבען זאכען וואס זענען נוטה צו ציונות, נישט זאכען וואס זענען נוטה צום דעת גדו"י פון די אגודה אד"ג, און ווער רעדט נאך צו פארשיקען די א. ג. אגודיסטען צום מקום כפירה נארישקייט, ווי כאילו טאמער האלט מען נישט פון די סאטמערע שיטות איז די ריכטיגע פלאץ זיך צו געפינען דארטען, רחמנא ליצלן מהאי דעתא, דאס איז די גרעסטע צמצום וואס איז שייך, אז סיז נאר דא די צוויי צדדים, אדער "סאטמארע אידן נאמנים לה’ ולא לבעל" "סאטמארע מקום ווי די ויואל משה איז די איינציגסטע תורה’דיגע וועג" אדער אראפצוגיין פונעם דרך אינגאנצען און גיין אויף א מקום כפירה נארישקייט, פעך!!!

און יעצט וועל איך שרייבען מיינע הערות אויף די שארפע אטאקע, דבר שורה בשורתו.
יש לו מנה האט געשריבן:געקומען די צייט צו גרונדן א פרישע פלאטפארמע, א נייע וועבסייט יא פשוטו כמשמעו!!

נידער מיט אייוועלט, און לאמיר עפענען א נייע זייטל ווי אלע וואס זענען אומאיינשטימיג מיט די אפעציעלע שיטה פון אייוועלט לגבי די מדינה של גיהנום
זייט ווען האט אייוועלט א גאנצע אפיציעלע שיטה? די גאנצע שיטה איז נאר נישט צו שרייבען ציונות, ווי צום ביישפיל שרייבען סיבות פארוואס ס'הייסט נישט מרידה באומות צו האבען א מדינה נאך די הסכמה פון די יו. ען. אד"ג, אבער צו שרייבען פארוואס די מדינה איז בארעכטיגט צו שיסען אויף עזה אד"ג, איז בכלל נישט גע'אסר'ט לויט די אייוועלט תקנות.
זאלן קענען זיצן און האקן אויף די אלע וואס זענען מוחה און לוחם קעגן די פושעי ישראל, א פלאטפארמע ווי זיי זאלן קענען זיצן און זיך רייבן די בייכער מיט הנאה זעהנדיג נאך אפאר באמבעס פאלן אין עזה, דארט וועט מען הייס שטיצן א פלאן צו מאכן מירון ווי די כותל, דארט וועט זיין ביבי טוב ליהודים, און די אגודה ווי די סנהדרין.

נאר גייטס שוין פאר א שווארץ יאר!!

עטס קומטס אריין אין א סאטמארע מקום ווי די ויואל משה איז די איינציגסטע תורה’דיגע וועג, און אלס אנדערש איז כפירה בה’, און ענק האבן נאך די חוצפה צו פארלאנגען צו טוישן א קעפל, רצחת וגם ירשת??
ווייטער האקסטו אין טשייניק, כאילו אייוועלט איז א סאטמערע מקום, ווי אלץ אויסער די שיטת הויוא"מ, צום ביישפיל שיטת אדמור"י גור ובעלזא וויזניץ הגר"א קאטלער אב"ד טשעבין וכו', איז "כפירה בה'", און צו פארלאנגען צו טוישען א קעפל, וואס מאכט עס אויסזעהן כאילו די שיטת הויוא"מ איז די איינציגע תורה'דיגע שיטה, הייסט שוין "חוצפה" און "הרצחת גם ירשת".
די נאמען פונעם וועבסייט איז נישט "די סאטמערע וועלט" נאר "די אידישע וועלט", און זינט איך האב לעצט געטשעקט נעמט מען דא אויך אן בעלזער און גערער און וויזניצער חסידים אא"וו,(און טאמער איז עס ווי דו שרייבסט, וויאזוי קען מען בכלל אננעמען ניק'ס וואס זענען "כופרים בה'"?).

גייטס ענק אוועק, אין קאו.. ..... זענטס עטס ווערי וועלקאם.
פעך!!! ווייל מען האלט זיך ליידער נישט א אויבער חכם קעגען די אייגענע רבנים, נאר מען גלייבט בנאמנות די אייגענע רבי אז ע"פ התורה איז יא אויסגעהאלטען צו האבען א אנדערע שיטה ווי די ויוא"מ, און מען האט נאך די אומגעהויערע "חוצפה" צו בעטען צו טוישען א קעפל רחמנא ליצלן, דערפאר קומט זיך שוין צו פארווארפען ווערען פון יענער וועלט, און אפגעשיקט ווערען צו א מקום כפירה נארישקייט.
מיין מאגן ברעכט שוין פון אלע אויבער חכמים וואס מיינען אז זיי זענען אוט אף די באקס, עטס זענטס די צמצום, ענקערע מוחות זענען קלענער פון פיצל און פארדרייטס נישט דעם קאפ.
עט מען דא נישט אריינגיין אין ווער פונקט האט די צמצום, און מעג נישט לערנען ספרים מיט אנדערע שיטות ווי זיין רבי, און ווער מעג יא לערנען ויוא"מ כאטש זיין רבי האלט אנדערש, נישט אז סיז א פראבלעם צו האבען צמצום ווען ס'קומט צו אידישקייט, אבער כאטש האק נישט אין טשייניק כאילו דו ביסט גאר ברייט, און די אנדערע זענען די מצומצים, אבער איין זאך יא, אז מיין מאגען ברעכט שוין פון אלע לשונות של גנאי וואס דו האסט מצליח געווען צאמצושלעפען אין איין העסליכער תגובה קעגען היימישע שומרי תורה ומצוות וואס האלטען נעבעך אנדערש ווי דיר.
אייוועלט איז געגרינדעט געווארן דורך סאטמארע אידן נאמנים לה’ ולא לבעל, און ווער עס האט פיינט די תורה האט דא נישט וואס צו זוכן.
בום! נאר דא צוויי וועגען, אדער ביסטו א סאטמערע איד "נאמן לה' ולא לבעל", אדער האסטו פיינט די תורה!!
זאג נאר, דאס קומט אויך פון דיין געוואלדיגע ברייטקייט און "נישט צמצום"?

אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2357
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: "נייעס" פון די ראקעטן אין ארץ ישראל מיט א תורה'דיגע בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

פון א אנדערע אשכול
יש לו מנה האט געשריבן:@סטאוו יא פיטא,

איך גיי אפעלירן צו דיר ברבים!

אראפרייסן א צווייטע איד ברבים איז אין מיינע אויגן ערגער ווי ישיבה ווארלד ניוס מיט זייערע געמיינהייטן.

איך פארשטיי אז @פראגרעמינג ברענגט דיר בייז בלוט אין קאפ, וויל איך אבער פארט בעטן זאלסט איינהאלטן דיין צוהיצטע טעמפער און געב עס נישט אויס ברבים.

שפוך חמתך על עצים ואבנים.

אז דו האסט א פראבלעם מיט א ניק, קענסטו דיך ווענדן צו די הנהלה פריוואט, און אז זיי הערן דיר נישט אויס, דאן אדער שווייג שטיל אדער פוץ אפ פון דא. זיצן דא און האקן און טראלן באיצטלא דרבנן איז נישט קיין מהלך.
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: "נייעס" פון די ראקעטן אין ארץ ישראל מיט א תורה'דיגע בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

פנימחדשות האט געשריבן:
[/quote]
א גוט מארגן @פנים חדשות, נאכן יעצט איבערליינען מיינע נעכטיגע תגובות זעה אז איך בין טאקע געווען זייער שארף, אבער מיין מיינונג האט זיך נישט געטוישט קיין כי הוא זה.

אייוועלט פארלאנגט אז אין השקפה זאל די דעת תורה זיין די ויואל משה, לויט סאטמארער רב זי’’ע איז אגודת ישראל געווען כפירה בה’ למחצה לשליש ולרביע, וויפול ס’איז דאמאלטס געווען איז עס היינט פי כמה, איך ווייס נישט צו האסט געזעהן אבער עס דרייט זיך ארום א בילד ווי חסידישע בחורים מיט כאלאטלעך מארשירן מיט ריזיגע פענער מיט די דגל הטמא דערויף, איז דאס נישט עקעלדיג?

כ’האב שוין פונלאנג באמערקט אז דו ביסט נישט קיין סאטמארער, און איך האב זעראו פראבלעם דערמיט, דו ביסט די זעלבע מיוחס דא ווי מיר, אבער ווען איינער קומט און הייבט אן דרש’נען אז העי.. ס’איז געווען נאך גדולים, טאקע אזויווי דיין לעצטע תגובה, אזא איינער איז אויס מיוחס. ביי זיך אין שטוב זאל ער איינערקענען אין וויפול גדולים ער וויל, אין אייוועלט לגבי ציונות איז נאר דא די ויואל משה, און דאס שריי איך אגאנצע צייט.

איינער וואס קען דעיס נישט אראפשלונגען, צו ווייל ער באלאנגט ערגעץ אנדערש, אדער נישט קיין חילוק פאר וועלכע סיבה, דער האט א גרויסע פראבלעם, און ווען ער שרייבט זיינע צו זיין רבינס מיינונג דאן האט דער עולם א פראבלעם.

איך ווייס נישט צו דו ווייסט, אבער די ערשטע דור אייוועלט שרייבערס זענען אידן פון מאנרא וומס’’ב מיט פלאטשיגע ביבער הוטן און מתיבתא גלעזער, זיי זענען די פיאנערן פון די מקום, און זיי פארלאנגען אז די פלאץ זאל געפירט ווערן לויטן ויא’’מ.

דו האסט דיך אויך ארויפגעכאפט אויף וואס כ’האב געשריבן אז די אלע וואס זענען אומאיינשטימיג מיט סאטמאר זאלן גיין קיין קאו.. ....., ביסט גערעכט ס’איז א טעות פון מיין זייט געווען, יענץ איז א מקום זוהמה און א ערליכע איד האט נישט וואס צו זוכן דארט, אבער דא אויך נישט.

לגבי דיינע טענות אויף וואס איך שרייב אז אדער ויוא’קמ אדער כופר, לאמיך דיר פרעגן, בן גביר פארשטייסטו אז ער האט מיט אפיקורסות א נאנטע שייכות? סמוטריץ פארשטייסטו אז ער איז א גוטע פריינט מיט די בריאה פון כפירה?

אויב יא, דאן האב איך אלע רעכטן צו האלטן אז איינער וואס איז אומאיינשטימיג מיט סאטמארער רב איז א אפיקורס למחצה לשליש ולרביע.

אויב נישט, דאן ביסטו מיט זיי אינעם זעלבן פעקל.

יעצט לגבי די עצם הענין פון שרייבן שארפע לשונות.

ווען עס טוט זיך א הייסע דעבאטע איז שווער נישט אריינצוקומען שארף, און נאכדערצו ווען דער עולם האט זיך געווארפן אויפן פותח האשכול שוין וויסענדיג פון פאראויס אז דאס איז א סאטמארע אשכול, מיין בלוט האט געקאכט, און כ’האב געשריבן וואס כ’האב געשריבן, אבער אן קיין נעמען און אן קיין טייטלען מיטן פינגער, פארגלייך מיך ביטע נישט צו יענעם צו וועם איך האב געשריבן און דו האסט עס ציטירט, ווייל איך גיי נישט פערסענעל.

לגבי צמצום און ברייטקייט, אז דו ווילסט בין איך גרייט זיך צו טרעפן מיט דיר און וועסט האבן א מעגליכקייט פון דערנאנט פונקטליך צו מעסטן די לענג און די ברייט פון מיין מח, (איך בין נישט סארקאסטיש).
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

Re: "נייעס" פון די ראקעטן אין ארץ ישראל מיט א תורה'דיגע בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

סמעטענע האט געשריבן:זיי האלטן עס נאכנישט ביים אפגעבן פאר קיינעם נישט
ווען די מדינה וועט עס וועלן אפגעבן וועט זיך שוין שאפן גוטע אפוטרופסים פון די חסידי אומות העולם צו פארלייכטערן די מצב
און אפענדיגן די אלע בלוטיגע רציחות פון די ציונים/אראבער אויפן אידישן פאלק

סאו מען זאל איינשטעלען אידישע לעבענס ווייל עס וועט זיך שוין שאפן גוטע אפוטרופסים פון די חסידי אומות העולם צו פארלייכטערן די מצב נישטא ווער זאל לאכן
אזוי ווי מען האט שוין געזען ביי גוש קטיף און אזוי ווייטער
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
metsboy
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 16, 2007 3:34 am

Re: "נייעס" פון די ראקעטן אין ארץ ישראל מיט א תורה'דיגע בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך metsboy »

נשמת השכל האט געשריבן:טערעסאנטער אשכול דאס.

I agree.

כמיין עס פאלט אריין און די תקנות חלק אז עס גייט א שמייכל אויף די לעפצן
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: "נייעס" פון די ראקעטן אין ארץ ישראל מיט א תורה'דיגע בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

נאך איינער האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
האמת הצפון האט געשריבן:א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע חיזוק, וואס איך באקום און גאר אסאך פריוואט, איך קען נישט יעדעם ענטפערן, וועל איך מיך באדאנקען בכלליות ובשם השם נעשה ונצליח,
און נאכאמאל א בקשה, יעדער וואס איז שוין איינמאל דא אריינגעקומען זעהט מיט וועלכע שיטה די אשכול גייט, און אויב שפירט ער אז דאס איז נישט פאר אים איז ביטע גיי און די אנדערע אשכולות,
אפילו מען טוישט נישט דעם קעפל,
א גרויסן יישר כח,

דער פראבלעם איז, אז אויב איינער וועט וועלן שרייבן די אנדערע זייט, וואס לפי דעתו איז דאס דער תורה'דיגער בליק, וועט קומען עפעס א צעהיצטער ניק, מיט כל מיני לשונות של זהב, און שרייען "דא איז בעלז.

איים סארי, די אנדערע זייט טאר נישט געשריבן ווערן אויף אייוועלט, זיכער נישט אז דאס איז תורהדיג, אין א ניק מעג האבן טענות דערויף,

דאס איז, פארשטייט זיך, דער מיינונג פון איין מאן.

אייוועלט האט נישט קיין קהלה צו וועם זי געהער.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: "נייעס" פון די ראקעטן אין ארץ ישראל מיט א תורה'דיגע בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

@פנים חדשות
שכוח פארן מגיב זיין בשם א ריזן ציבור וואס איז נישט מסכים מיט די העצע פון א געוויסע ניק וואס פרובירט אנצודרייען א מחלוקת לשם מחלוקת
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4621
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: "נייעס" פון די ראקעטן אין ארץ ישראל מיט א תורה'דיגע בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

וואס עפעס? האט געשריבן:@פנים חדשות
שכוח פארן מגיב זיין בשם א ריזן ציבור וואס איז נישט מסכים מיט די העצע פון א געוויסע ניק וואס פרובירט אנצודרייען א מחלוקת לשם מחלוקת

חס ושלום אזוי צו רעדן

איך בין אויך נישט מסכים צו די וועג וויאזוי @יש לו האט עס אראפגעלייגט, אבער דאס איז זיכער אז ער איז נישט דא אנצדרייען מחלוקת

@יש לו איז גאר סענטיסיוו צו יענעמס געפילן, אמאל אמאל קען געשעהן אז ער זאל זיך פארלירן, פונקט ווי יעדער פון אונז
(--ווערטערלאז--)
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”