סיפורי הצלה והשגחה פרטית - מירון תשפ"א

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

סיפורי הצלה והשגחה פרטית - מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

מעט מן האור דוחה הרבה מן החושך!

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:א גוטע וואך!
צוריק צום נושא, וועל איך פארציילן וואס א ידיד מיינע האט מיר פארציילט.
ער איז געווען דארט בשעת סאיז געשעהן, און פלוצלינג האבן אלע געפאלן איינס אויפן צווייטן, ער איז געווען ביים ערשטע שורה און העכער איהם האבן געלעגן פיר אדער פינעף מענטשן.
ס'האט איהם גענומען אפאר סקונדעס כאפן וואס איז געשעהן אין אפאר מינוט ביז דעי וועס האבן געוואלט העלפן האבן אנגעהויבן עפסעס מאכן.
מאיז איהם געלעגן אויפן רוקן א שווערע וואג, און שפעטער איז א פאליציאנט געקומען איהם אנהויבן ארויסשלעפן, תוך כדי איהם שלעפן האט זיך זיין רעקל אנגעהויבן צו צורייסן, האט די פאליצאנט איהם געזאגט "סליחה החליפה שלך נקרעה קצת..." און האט אויפגעהערט שלעפן... די יונגערמאן האט איהם געשריגן "תקרע לי את החליפה אבל תוציא אותי מכאן..." למעשה האט די פאליצאנט מצליח געווען צו ארויסשלעפן אזוי אז נאר א חלק פון זיין אויבערשטן גוף (ביז אינמיטן די בויך) האט זיך ארויסגשטעקט.

אזוי איז ער געלעגן איבער צוואנציג מינוט, מימינו - - - ומשמאלו - - - מעליו - - -
עד כדי אז ער זאגט אז ער געדענקט די פנימער און ער גייט נישט קוקן אין צייטונג די קומענדיגע טעג, ווייל ער וויל נישט זעהן די בילדער פון זיינע געוועזנע שכנים.
תוך כדי האט ער אויפגעהערט שפירן זיין פוס, ער האט שוין געטראכט אז ער וועט שוין קיינמאל קענען גיין אויפן פוס.

ענדליך ענדליך האט מען איהם ארויסגענומן און אויפגעהויבן אט ער געזעהן ער שטייט אויף זיין פוס, מ'האט איהם גלייך געשריגן "אם אתה יכול לעמוד כאן - תעוף מפה... ואל תפריע" אבער ער איז נישט געווען מסוגל צו גיין, איינער האט איהם געהאלפן און ער איז גענגען דערנעבן ליגן אויף א שטיין זיך ברוהיגן, אנגערופן אין אעלעפאן זאגן אז אלס איז בסדר און געשלאפן אפאר מינוט.

נאכדעם געוואלט אויפשטיין און ער האט נישט געקענט, צוויי גוטע יודן האבן איהם אנגעכאפט ווי א חתן ביום חופתו און איהם גענומן ביז שזיפרון דערנאך האט מען איהם געשלעפט אויף א בעטל ביז עפעס א מאשין וואס א משפחה זיינע האט געזארגט איינער זאל איהם אהיימטראגן, למעשה האט זיין פוס פארבעסערט און ער איז צוגעפארן צו זיין שטאט אריין אין שפיטאל זיך באקוקן און ב"ה אז פון חוץ פון אפאר קלעפ איז ער געזונט און פריש.

די יונגערמאן איז נאכנישט צו זיך געקוען, אבער ברוך ה' ער לעבט, שבת האט ער עולה געווען און געבענטשט 'הגומל'.
מצפים
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 18, 2021 2:36 pm

Re: סיפורי הצלה והשגחה פרטית - מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצפים »

אויף 1.1.4 קו’’מ מוצש’’ק אמור רעדט א איבערלעבער
פון די ביטערע טראגעדיע
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: סיפורי הצלה והשגחה פרטית - מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

א איד האט מיר דערציילט, אז זיין קאזין איז געווען שוין איבערגעדעקט
ווען אן הצלה מאן האט באשלאסן צו פרובירן נאך איינמאל מאכן CPR און ב"ה ער האט אים צוריק געברענגט, ער איז שוין ערש"ק אהיים פון שפיטאל (דער איד האט מיר געזאגט דעם נאמען).
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
געשמאקע צייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 22, 2021 12:11 pm

Re: סיפורי הצלה והשגחה פרטית - מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקע צייטן »

שמו האט געשריבן:א איד האט מיר דערציילט, אז זיין קאזין איז געווען שוין איבערגעדעקט
ווען אן הצלה מאן האט באשלאסן צו פרובירן נאך איינמאל מאכן CPR און ב"ה ער האט אים צוריק געברענגט, ער איז שוין ערש"ק אהיים פון שפיטאל (דער איד האט מיר געזאגט דעם נאמען).

Wow wow wow
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: סיפורי הצלה והשגחה פרטית - מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

איך האב געהערט - איך וויל אז מען זאל טאקע באשטעטיגן אז דורכאויס דער שבת האט איינער פין די גאר שווערע געשטעטיגטע זיך אויפגעוועקט ב''ה
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליטשעדיג »

זייער אינטרעסאנטע אינטערוויאו פול מיט השגחה פרטית
https://www.yiddish24.com/interviews/12/38422
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: סיפורי הצלה והשגחה פרטית - מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

האברך ר' שאל"מ יליד א"י היינט א תושב מאנסי האט געוואלט פארן און האט זיך פארפלאנטערט, וכך הוא שניצל
ר'ברהם יושע גלאנץ פון קרית יואל וואס איז געווענליך דארט אזא צייט האט פלוצים באקומען א סיבה אוועקצוגיין פריער ווי געפלאנט וניצל
ר' חיים אברהם ראזענפעלד שלא פארפאס קיין ל"ג בעומר במירון במשך הרבה שנים לא עלתה בידו היי יאר וניצל
ר' שלמה שעהנברון ור' יואל ב"ר שמואל פריעדמאן, עזבו המקום דקות ספורות לפני האסון
ר' מרדכי יושע לאנדא ניצל - לא שמעתי המעשה בדיוק אבל אני מיין שהיה בין המתים ובין החיים - אבל להבחל"ח שותפו המנוח ר' אליעזר צבי יאזשעף הלך לעולמו - הכל בחשבון מן השמים, מי יחי' ומי ימות
אוועטאר
פעטער משה
שר חמש מאות
תגובות: 802
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 12:21 pm

Re: סיפורי הצלה והשגחה פרטית - מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער משה »

צהלתו בפניו האט געשריבן:האברך ר' שאל"מ יליד א"י היינט א תושב מאנסי האט געוואלט פארן און האט זיך פארפלאנטערט, וכך הוא שניצל
ר'ברהם יושע גלאנץ פון קרית יואל וואס איז געווענליך דארט אזא צייט האט פלוצים באקומען א סיבה אוועקצוגיין פריער ווי געפלאנט וניצל
ר' חיים אברהם ראזענפעלד שלא פארפאס קיין ל"ג בעומר במירון במשך הרבה שנים לא עלתה בידו היי יאר וניצל
ר' שלמה שעהנברון ור' יואל ב"ר שמואל פריעדמאן, עזבו המקום דקות ספורות לפני האסון
ר' מרדכי יושע לאנדא ניצל - לא שמעתי המעשה בדיוק אבל אני מיין שהיה בין המתים ובין החיים - אבל להבחל"ח שותפו המנוח ר' אליעזר צבי יאזשעף הלך לעולמו - הכל בחשבון מן השמים, מי יחי' ומי ימות

שמעתי שאמר שמע ישרא-ל ביחד עם להבחל"ח שותפו המנוח ר' אליעזר צבי יאזשעף ע"ה
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: סיפורי הצלה והשגחה פרטית - מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

ואמר שניצל בזכות ר' ישעי'לע
לעצט פארראכטן דורך צהלתו בפניו אום זונטאג מאי 02, 2021 10:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: סיפורי הצלה והשגחה פרטית - מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

ואחיו ר' ישראלי - הקאפשטיק לא עלתה בידו לנסוע - וניצל!
הנגיד ר' יודא ווייס ניצל - אבל אין אני יודע סיפורו
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: סיפורי הצלה והשגחה פרטית - מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

ר' איא"א הלוי סיפר ששמע מא' שכאפטו פאניק אטאקע 5 מינוט לפני האסון הלך משם וניצל.
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

Re: סיפורי הצלה והשגחה פרטית - מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

צהלתו בפניו האט געשריבן:האברך ר' שאל"מ יליד א"י היינט א תושב מאנסי האט געוואלט פארן און האט זיך פארפלאנטערט, וכך הוא שניצל
ר'ברהם יושע גלאנץ פון קרית יואל וואס איז געווענליך דארט אזא צייט האט פלוצים באקומען א סיבה אוועקצוגיין פריער ווי געפלאנט וניצל
ר' חיים אברהם ראזענפעלד שלא פארפאס קיין ל"ג בעומר במירון במשך הרבה שנים לא עלתה בידו היי יאר וניצל
ר' שלמה שעהנברון ור' יואל ב"ר שמואל פריעדמאן, עזבו המקום דקות ספורות לפני האסון
ר' מרדכי יושע לאנדא ניצל - לא שמעתי המעשה בדיוק אבל אני מיין שהיה בין המתים ובין החיים - אבל להבחל"ח שותפו המנוח ר' אליעזר צבי יאזשעף הלך לעולמו - הכל בחשבון מן השמים, מי יחי' ומי ימות

די מישט דא חברה וואס זענען מחויב צו בענטשען גומל מיט חברה וואס העטעך פעטעך
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: סיפורי הצלה והשגחה פרטית - מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

פיין!
גייט מען מאכן צוויי סאב אשכולות
1)חיובי הגומל
2)פטורי הגומל
ווער עפנט די צוויי?
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: סיפורי הצלה והשגחה פרטית - מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

ובדרך אגב
ביי די טווין טאוערס זענען אויך געווען ביידע סארטן מעשיות
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: סיפורי הצלה והשגחה פרטית - מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

צהלתו בפניו האט געשריבן:ואמר שניצל בזכות ר' ישעי'לע
הוא אנדערקאווער עסקן למרבה שמחה,מרבה לשובע - ר' ישעילעס קאך, גמ"ח אוהל פיגא, גמ"ח זכרון משה, ממנהלי "גדר" ועוד ידו נטוי'... איש כזה שהעולם צריך לו...
כבר נתן לחיים היום בבהימ"ד רב טוב

שמעתי שאיסף כמה מאות אלפי דאלער לפני פסח עבור אלמנות ויתומים, ונתקיים בו "מי שמשמח את שלי אני משמח את שלו".
אוועטאר
פיין געשריבן
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 3:45 pm

Re: סיפורי הצלה והשגחה פרטית - מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיין געשריבן »

זאג א גוטס האט געשריבן:
צהלתו בפניו האט געשריבן:ואמר שניצל בזכות ר' ישעי'לע
הוא אנדערקאווער עסקן למרבה שמחה,מרבה לשובע - ר' ישעילעס קאך, גמ"ח אוהל פיגא, גמ"ח זכרון משה, ממנהלי "גדר" ועוד ידו נטוי'... איש כזה שהעולם צריך לו...
כבר נתן לחיים היום בבהימ"ד רב טוב

שמעתי שאיסף כמה מאות אלפי דאלער לפני פסח עבור אלמנות ויתומים, ונתקיים בו "מי שמשמח את שלי אני משמח את שלו".

גם היה עסקן גדול הרבה שנים בה'ארגענעזאציע רפואה העלפ-ליין
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

Re: סיפורי הצלה והשגחה פרטית - מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

צהלתו בפניו האט געשריבן:ובדרך אגב
ביי די טווין טאוערס זענען אויך געווען ביידע סארטן מעשיות

ניין ביי די טוויין טאוערס ווען איינער וואלט אנגעקומען צו זיין אפיס וואס איז געווען אין א פלאץ ווי קיינער איז נישט ארויס לעבדיג און נארמאל איז ער דארט אזא צייט דארף טאקע נישט גומל בענטשען אבער א העטעך פעטעך מעשה איז עס נישט
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: סיפורי הצלה והשגחה פרטית - מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דארף נישט?

לויט טייל יא.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

Re: סיפורי הצלה והשגחה פרטית - מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

איך מיין דו האסט נישט פארשטאנען פון וואס מען רעדט איך האב געשריבן אז מען קען נישט צוגלייכן ווייל די השגחה פרטית מעשיות וואס מען האט דערציילט ביי די טווין טאוערס איז געווען אז א מענטש איז אנגעקומען צו שפעט צום אפיס וואס זיין אפיס איז געווען אין א פלאץ ווי קיינער איז נישט ארויס לעבדיג און ער איז דורך דעם געראטעוועט געווארען קיינער האלט נישט אז מען דארף בענטשען גומל אין אזא פאל

נישט אזוי ווי א חלק מעשיות דא וואס די מענטשען זענען "געראטעוועט" געווארן פון קומען צו מירון וואס איז דא א פיצי שבפיצי טשענס אז ער וואלט געווען אפילו אין א סכנה
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: סיפורי הצלה והשגחה פרטית - מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

אויב איז תולדות אהרן פון די פאפולערסטע הדלקות, און דייקא נאר די ערשטע פאר מינוט, איז אביסל גרעסער דער פיצי
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: סיפורי הצלה והשגחה פרטית - מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

עציץ נקוב האט געשריבן:איך מיין דו האסט נישט פארשטאנען פון וואס מען רעדט איך האב געשריבן אז מען קען נישט צוגלייכן ווייל די השגחה פרטית מעשיות וואס מען האט דערציילט ביי די טווין טאוערס איז געווען אז א מענטש איז אנגעקומען צו שפעט צום אפיס וואס זיין אפיס איז געווען אין א פלאץ ווי קיינער איז נישט ארויס לעבדיג און ער איז דורך דעם געראטעוועט געווארען קיינער האלט נישט אז מען דארף בענטשען גומל אין אזא פאל

נישט אזוי ווי א חלק מעשיות דא וואס די מענטשען זענען "געראטעוועט" געווארן פון קומען צו מירון וואס איז דא א פיצי שבפיצי טשענס אז ער וואלט געווען אפילו אין א סכנה


זיי זענען זיכער געראטעוועט פון די טראמא וואס אסאך וואס זענען דארט געווען קענען האבן, דאס איז זיכער
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: סיפורי הצלה והשגחה פרטית - מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

קאמענטארן אויף סיפורי הצלה והשגחה פרטית, ווער עפענט?
למדן וחסיד
שר האלף
תגובות: 1291
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 25, 2017 9:07 am

Re: סיפורי הצלה והשגחה פרטית - מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וחסיד »

זייער שיין שכח
באריכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 11:41 am

Re: סיפורי הצלה והשגחה פרטית - מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באריכט »

מיין זוהן אוועק געגאנגען געציילטע מינוטין פארדעם גלייך נאך הדלקה , ווייל ער האט נישט געקענט געהעריג אטעמען מגודל הדחק אינעווייניג ...
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: סיפורי הצלה והשגחה פרטית - מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

א איד (ר׳ שלום ב.) האט דערציילט:

ער איז געווען מיט שרגא געשטעטנער ע״ה ביים תולדות אהרן הדלקה, ער האט זיך ארויפגעדראפעט אויף די פארענטשעס און שרגא ע״ה האט פרובירט זיך אויך ארויפצוכאפן, אבער דער שומר האט שוין נישט געלאזט, דעריבער איז שרגא ע״ה געגאנגען צו די טרעפ ה״י לעלות בקודש.

מה׳ מצעדי גבר כוננו.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”