מצפה לישועה האט געשריבן:Browsing האט געשריבן:metsboy האט געשריבן:Browsing האט געשריבן:metsboy האט געשריבן:סתם פאר אינטערסאנטקייט, עס גייט שוין אן מערכות און ירושלים זייט 1948 , אלעס מיטן זעלבען נוסח עס די ציונים ווילען אינטערברענגען אידשקייט.
די חילוק אין מיינע אויגן, איז:
בני ברק איז א חרדישע שטאט, דארט זוכט מען נישט קיין התבוללות, און די זעלבע איז מיט בית שמש החרדי, מודיעין-קרית ספר, וכו'.
משא"כ ירושלים זוכט מען צו טשעפען די היימישע געגענטער, און מזוכט יא התבללות, צו מאכן ירושלים א קעפיטעל ווי תל אביב.
גוט ארויסגעברענגט?
גוט ארויס געברענגט די אמעריקאנע סאטמערע בליק
נישט די מציאות
מציאות איז אז ס'איז דא נאך צענדליגע טויזנטע פרומע יידן וואס וואוינען אין פרייע שטעט, ממש נעבן די פרייע
און ס'איז בד"כ ע"פ רוב נישטא דארט די סארט הפגנות
צ.ב. אשדוד, חיפה, נתניה, קרית גת, קרית מלאכי, טבריה, צפת, נוף הגליל, עפולה און נאך און נאך...
די פלעצער וואס ס'איז דא דארט הפגנות איז די פלעצער ווי די "ירושלימע קנאים" וואוינען, וואס דאס איז ירושלים אין בית שמש,
אין בית שמש וואוינט מען ממש ווייט פון די פרייע, אבער נאל אלץ, איז ביי די קנאישע געגנטער יארן נישט געווען קיין באנק צו זיצן אדער ביימער איינגעפלאנצט.
די קנאים האבן אלעס צובראכן אין אויסגעאקערט ווייל אויב די ציונים לייגן א באנק קען דאס חלילה ברענגען צו התבוללות
1.
טבריה אין צפת זענען זענען געווען גרויסע חרדישע ישובים איז עס איז חרוב געווארן, פאר 70 יאר, ווייל דארט איז נישט געווען קיין מלחמות אויף אידישקייט וואו אין ירושלים.
2.
אשדוד רחובות חיפה, איז נישט ווי ירושלים, די פרומע געגנט איז דארט א קליין קווארטל, אין נישט צושפרייט בארבע כנפות, ווער ווייסט צו זיי קוקן נישט אויף ירושלים.
3.
עס איז קלאר אז די מלחמות אין ירושלים העלפט אויף דעם גאנצן לאנד, די מציאות איז ווען נישט די קנאים, וואלט אלעס אנדערש אויסגעקוט, והראיה די חילוק פון די כותל אין מירון.
4.
ירושלים אין בית שמש, איז דא גאר אסאך פרומע משפחות בני הישוב הישן מיטן לבוש אין צניעות, וואס מ'זעהט נישט אין די אלע ישובים, אין בני ברק זענען זיי ממש א מועט.
5.
יעדער סאטמאר איד ווייסט פון רמ"ע מפאנו אויף די ווערטער 'השטן הבוחר בירושלים', וואס רבינו הקדוש ברענגט כמה פעמים.
דאס איז נאר כמה נקודות למחשבה פאר ווער עס וויל הערן אין נישט לקנטר, אבער וועסט אריינטראכטן אין דעם, מיט די היסטאריע פון די יארן וואס מ'האט שטענדיג געפלאנט צו מאכן אין ירושלים, אין וואו די מלחמות האט אסאך גערעטעוועט, (אפילו מ'דארף נאר טהון אין נישט אויפטהון אין געוואונען) אבער דער באשעפער האט געהאלפן בזכות די מלחמות אז עס איז דא גרויסע אין שיינער ישוב אין גאנץ ארץ הקודש, עס קומט זיך צו באדאנקען די קנאים,
די מדינה האט מער מורא פון זיי, אין פון די אידן אין חו"ל, וואו פון די יושבים במלכות
ואידך פירושא זיל גמור