א פוינט האט געשריבן:פון די היום יום, לאמיר האפן ס'עט עפעס אויפטוען.
זעמיר נארוואס אדורכגעפארן די ווינקל פון רימנוב און קוויקוועי כ'זעה נישט קיין זכר פון קיין נייע turn lanes איינער ווייסט פון וואס די שרייבער אינעם היום יום רעדט?
נאכן פארענדיגן די דרעינידזש ארבעט וואס האט אפגעשפארט קוויקוועי פאר עטליכע וואכן, מאכט מען איצט היבש ברייטער די ראוד ביים ווינקל פון רימאנאוו קערנער קוויקוועי, וואס וועט ערלויבן צו מאכן א טוירן לעין צו איטליכע זייט פון קוויקוועי, און עטוואס פארגרינגערן די כסדר'דיגע אנגעלייגטקייט דארט
אמערעדט שוין....
די לעכער ביי יענע קארנער איז געפארפול סכנותדיג
מגייט איבערפעיוון די גאנצע שטיקל ראוד ווען מענדיגט מיט די סיידוואלקס
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא:(שבת קד.) בלאג - מיינע ארכיוון
וַאֲמַרְתֶּם כֹּה לֶחָי, מחיל אל חיל, פרישע הרחבת גבולי הקדושה אין ״קרית יואל״!
אין די יעצטיגע מינוטן קומט אריין די דראַמאַטישע בשורה טובה פון קרית יואל, אז די הנהלת מוסדות מהרי"י האָט ב״ה ״געקלאָוזט״ אויפ׳ן בנין און שטח פון 68 פאַרעסט — אין צענטער פון שטאָט קרית יואל, האַרט נעבן דעם ביהמ״ד הגדול דקרית יואל ההולכת ונבנית לשם ולתפארת — וועלכע איז יעצט אַריינגעקומען גענצליך אונטער׳ן רשות פון די מוסדות הק׳.
דער בנין, וואָס דער אונטערשטער חלק איז ביז היינט געווען פאַרדינגען פאַר׳ן ״פלייש געשעפט״ דקהלתינו הק׳, וואו די הנהלת המוסדות האָט געדאַרפט צאָלן גרויסע געלטער פאַר רענט, איז יעצט אָפּגעקויפט געוואָרן דורך די הנהלת המוסדות, וואָס וועט אי״ה אַהערשטעלן אַ פרישן פּערמאַנענטן אויסגעצאָלטן אייגענטום לטובת המוסדות, וועלכע וועט איינשפּאָרן אַסטראָנאָמישע סכומים פאַר די מוסדות אינעם צוקונפט, און דערמעגליכן צו קענען אויסברייטערן דעם פלייש-געשעפט אין האַרץ פון שטאָט.
דער גאָר קאָסטבאַרער מקח פאַר׳ן קאָסט פון מיליאָנען איז צושטאַנדגעקומען דורך די געטרייע חברי וועד קרן הבנין ״להקים״, הנדיבים הנכבדים העושים והמעשים, גבורי כח עושי דברו, הנגיד מוה"ר חיים הערש גאלדבערגער הי״ו, הנגיד מוה"ר יקותיאל מאיר גראס הי״ו, הנגיד ומוה"ר אהרן משה יאקאבאוויטש הי״ו, אין צוזאַמאַרבעט מיט׳ן העלדישן אַדמיניסטראַטאָר הרה״ח ר׳ משה אלי׳ עסטרייכער הי״ו, אין אַ פרישער באַדייטנדער דורכברוך לטובת המוסדות אין קרית יואל.
אנשי שלומינו קוועלן פון פרייד, הערנדיג אָן אויפהער די נאָכאַנאַנדע אַנטוויקלונגען אין קרית יואל, שפּאַנענדיג מחיל אל חיל, סיי צו סטאַביליזירן און סיי צו פאַרברייטערן די הייליגע מוסדות בעיר הצדק קרי׳ נאמנה.
אַלעס באַדאַנקט מעומק הלב די געטרייע עושים ומעשים וועלכע געבן זיך אַוועק מיט מסי״נ לטובת המוסדות והציבור, און מיט אויפגעהייטערטע געמיטער קוקט מען אַרויס אויף די ווייטערדיגע הרחבת גבולי הקדושה פון די הייליגע שטאָט, די בליענדע עיר גדולה לאלקים, ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ.