שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שנייאיגע ווינטער
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 6:40 pm

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנייאיגע ווינטער »

יודיש בלעטל האט געשריבן:
מה בכך האט געשריבן:אונזער היסטאריע איז שוין באקאנט מיט אזעלכע וואס האבן פרובירט זיך צי פארשטעלן,
אין א געוויסע תקופה מיט עטליכע פערציג יאר צוריק זענען (חסיד'ישע) אידן אטאקירט געווארן . ספעציעל פרייטיג פארנאכטס ווען זיי זענען געגאנגען אין ביהמ"ד מיט שטריימל און בעקישע. האט די פאליציי אריינגעשיקט פאליסלייט פארשטעלט אלס חסיד'ישע אידן אנגעטון מיט שטריימל און בעקישע צו פאטראלירן די גאסן. ספעציעל פרייטיג פארנאכטס.מ'האט זיי אויך געזאגט אז אויב זיי האבן א פראבלעם זאללן זיי אריינקלאפן צו ..."ראביי גלאק"... ען עסקן/שוויצער, וועלכער איז געווען נאנט מיט די פאליס פירערשאפט.

פלוצלינג קלאפן זיי אריין צו דעם אויבנדערמאנטן ..."ראביי"... און זיי פרעגן פון איהם..."פארוואס קוקט אונז אן א יעדער מיט אזעלכע בייזע בליקן...? האט ער זיי געענטפערט, שמייכלנדיג...קוק וואס עטס האלטס אין די האנט. א ציגארעטל...! אנגעטון מיט שטריימל און בעקישע...לאל...!

נאך א מעשה איז געווען נאך די ראיאטן פון די שווארצע מערדערס אין קראון הייטס אין 1991 האבן די פאליס מורא געהאט פאר א נקמה פון די אידן. האבן זיי אריינגעשיקט 2 פאליסלייט פארשטעלט אלס מתפללים אין ליובאוויטשער ביהמ"ד. זיי האבן זיך געשאקלט אזוי ווי א יעדער. נאר איין מתפלל האט באמערקט אז זיי האלטן די סידורים פארקערט. האט ער געזאגט פאר די גבאים. מ'האט אויסגערופן אויף לשה"ק אז דער עולם זאלל זיך היטן...!

איך קרוב מיינער האב געהאט אן ענליכע עקספיריענס. מיט אן עף. בי. איי. עידזשענט וועלכער איז געווען פארשטעלט פאר א חסיד'ישן יונגערמאן (ווי א קארלינער חסיד). ער האטצעך געדרייט אין עטליכע בתי מדרשים. וויזשניץ. שומרי שבת. און סאטמאר. ער האב דאמאלס געוואוינט ביי 53 קארנער 13. איין טאג זעהט ער ווי ער נעמט ארויס פון זיין ווען מיט טונקעלע פענסטערס א פעקל ספרים וועלכע זענען איינגעפאקט אין א ברוינע רעפפינג פעיפער מיט אידישע אותויות. ר'האט אראפגעריסן די פאפיר און אריינגעווארפן אין זיין גארבידזש קען. ווען ער האט איהם געפרעגט פארוואס ער האט דאס געטון האט ער אפילו נישט געכאפט אז ער האט עפעס געטון ראנג. צוערשט האטער גערעדט צו איהם עברית. מיינענדיג אז ר'איז אן איזראעלי. אבער ער האט געזעהן אז ער האט אן אמעריקאנער אקצענט. האטער איהם געפרעגט אין ענגליש זאגט ער אים..."אויב דו ווילסט וועלל איך עס ארויסנעמען"...!

ברענגסט א ראיה פון פערציג יאר צוריק היינט איז שוין נישט דא די מעשיות עני פלעינע עכטער-(כף מיט א פינטל) עכט-(כ •) אלס טשייניז און אלס אראבער און אלס א ווייסער גוי און אז מען ברויך איז אלץ חסידישער איד און זיי טוען עס אזוי גוט אפי' בעסער ווי די עכטע פרעגטס ענק נאך אביסל נישט לאנג צוריק איז געווען בערך אזא מעשה אין וויליאמסבורג ער האט זיך אנגעגעבן אלץ בעל תשובה געדאוונט אין קראלי די מעשה מאכט שוין איינמאל סענס

איך ווייס נישט, אבער כ'האב לעצטענס מיטגעהאלטן ווי די פעדעראלע אגענטן פרובירען זיך צו פארשטעלן.. געווען אזוי מין פאלש..
איינער פון זיי איז געגאנגען א דאון-היט מיט קרייזילדיגע לאקן..

------------

כ'בין נישט קלאר, דער שייגעץ האט זיך אנגעשטעלט אלס ת"ח?
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

כבר היה לעולמים.

איך האב נישט-לאנג-צוריק געמאכט ריסוירטש אויף עמיצען אן אנגעבליכער בעל תשובה וואס ער איז געווען באקאנט אלס א געהויבענער איד ביי אונז אין ברוקלין, ער איז געגאנגען אנגעטוהן מיט א ברייטע קאפעלוטש און געווען באקאנט אלס אן עובד ה', געפאסט תעניתים אא"וו. מיין טאטע ע"ה פלעגט אלץ רעדן מיט אזא נאסטאלגיע פון זיינס א פשוטער וואכעדיגע שמונה-עשרה, ווי ער איז געווען מופשט פון די וועלט און געדאווענט מיט אזא העכערקייט. ער איז געווען א גרויסער בעל מחשבה און פילע פארוואגעלטע אידן זענען געווען משומעי לוקחו.

ער איז געשטארבן אין אינגען עלטער איבערלאזנדיג א שטוב מיט יתומים פאר די אלמנה זיי מגדל צו זיין. אויף זיין מציבה צווישן קדושי עליון אין איינע פון די שענסטע אידישע בתי עולם שטייט אנגעשריבן ווי ער האט מקרב געווען פילע צו אידישקייט א.נ.

נאך זיין טויט איז אויף א צופעליגער אופן אויפגעשווימען א שפור אז עפעס איז נישט געווען בסדר און דער איז געווען א גוי גמור. ווען ער האט חתונה געהאט מיט זיין פרוי א חשובע בעלת תשובה האט ער זיך אייניג אנגעגעבן אלס אירס גלייכן א בעל תשובה. אין א שמועס מיטן מאגאזין "די סאן" (וואס איך האב אין מיין באזיס) וואס האבן אפגעהאלטען מיט איהם אן אינטערוויו, דערציילט ער אז ער איז א בעל תשובה פון ענגלאנד, און דער שרייבער לייגט צו אז וועגען זיין פארגאנגענהייט האט ער נישט געוואלט רעדן.

די גאנצע געשיכטע איז געבליבן א סוד ווייל למעשה זענען די קינדער כשר'ע אידן, אבער צוליב א קירבת משפחה צו עמיצן וואס האט זיך דארט מתעסק געווען האב איך געהערט א ווארט דערוועגען און געמאכט מיין אייגענע ריסוירטש. עס איז נישטא קיין שום ספק אז דער בר נש איז געווען א פאלנער גוי, שטאמענדיג מדורי דורות פון אמעריקאנער גויים און דוקא גאר מיוחס'דיגע גענעראלען וואס האבן געקעמפט אין די ציווילע קריג. איך האב געפונען קלארע רעקארדס פון זיינע עלטערנ'ס קריסטליכע הייראטן און נאך באווייזן. אבער אויף זיין מציבה שטייט קלאר געשריבן שמו ושם אביו און די אייניקלעך געבן נעמען נאך ביידע.

קיין אנגעבליכער סיבה פארוואס ער האט זיך נישט מגייר געווען איז נישט מעגליך צו פארשטיין. אבער דאס איז א פאקט.

איך האב געקלערט אז דאס איז א זעלטענע פאל, אבער מיט די יעצטיגע ערשיינונג אין ארה"ק, הייב איך אן צו קלערן אז דאס איז אן ערנסטער פראבלעם און עס זענען ווארשיינליך דא נאך ענליכע אזעלכע פעלער וואס זענען נאך דערווייל אומבאקאנט.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

פון וואנט ווייסט איר אז ער האט זיך נישט מגייר געווען?
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

איז דעיס פארט פון א מאסיווע אפריל פאולס דעי?
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

בן בוזי האט געשריבן:כבר היה לעולמים.

איך האב נישט-לאנג-צוריק געמאכט ריסוירטש אויף עמיצען אן אנגעבליכער בעל תשובה וואס ער איז געווען באקאנט אלס א געהויבענער איד ביי אונז אין ברוקלין, ער איז געגאנגען אנגעטוהן מיט א ברייטע קאפעלוטש און געווען באקאנט אלס אן עובד ה', געפאסט תעניתים אא"וו. מיין טאטע ע"ה פלעגט אלץ רעדן מיט אזא נאסטאלגיע פון זיינס א פשוטער וואכעדיגע שמונה-עשרה, ווי ער איז געווען מופשט פון די וועלט און געדאווענט מיט אזא העכערקייט. ער איז געווען א גרויסער בעל מחשבה און פילע פארוואגעלטע אידן זענען געווען משומעי לוקחו.

ער איז געשטארבן אין אינגען עלטער איבערלאזנדיג א שטוב מיט יתומים פאר די אלמנה זיי מגדל צו זיין. אויף זיין מציבה צווישן קדושי עליון אין איינע פון די שענסטע אידישע בתי עולם שטייט אנגעשריבן ווי ער האט מקרב געווען פילע צו אידישקייט א.נ.

נאך זיין טויט איז אויף א צופעליגער אופן אויפגעשווימען א שפור אז עפעס איז נישט געווען בסדר און דער איז געווען א גוי גמור. ווען ער האט חתונה געהאט מיט זיין פרוי א חשובע בעלת תשובה האט ער זיך אייניג אנגעגעבן אלס אירס גלייכן א בעל תשובה. אין א שמועס מיטן מאגאזין "די סאן" (וואס איך האב אין מיין באזיס) וואס האבן אפגעהאלטען מיט איהם אן אינטערוויו, דערציילט ער אז ער איז א בעל תשובה פון ענגלאנד, און דער שרייבער לייגט צו אז וועגען זיין פארגאנגענהייט האט ער נישט געוואלט רעדן.

די גאנצע געשיכטע איז געבליבן א סוד ווייל למעשה זענען די קינדער כשר'ע אידן, אבער צוליב א קירבת משפחה צו עמיצן וואס האט זיך דארט מתעסק געווען האב איך געהערט א ווארט דערוועגען און געמאכט מיין אייגענע ריסוירטש. עס איז נישטא קיין שום ספק אז דער בר נש איז געווען א פאלנער גוי, שטאמענדיג מדורי דורות פון אמעריקאנער גויים און דוקא גאר מיוחס'דיגע גענעראלען וואס האבן געקעמפט אין די ציווילע קריג. איך האב געפונען קלארע רעקארדס פון זיינע עלטערנ'ס קריסטליכע הייראטן און נאך באווייזן. אבער אויף זיין מציבה שטייט קלאר געשריבן שמו ושם אביו און די אייניקלעך געבן נעמען נאך ביידע.

קיין אנגעבליכער סיבה פארוואס ער האט זיך נישט מגייר געווען איז נישט מעגליך צו פארשטיין. אבער דאס איז א פאקט.

איך האב געקלערט אז דאס איז א זעלטענע פאל, אבער מיט די יעצטיגע ערשיינונג אין ארה"ק, הייב איך אן צו קלערן אז דאס איז אן ערנסטער פראבלעם און עס זענען ווארשיינליך דא נאך ענליכע אזעלכע פעלער וואס זענען נאך דערווייל אומבאקאנט.




טשילזזזז

לולא דבן בוזי את לא האמנתיה
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

קרייסלער האט געשריבן:איז דעיס פארט פון א מאסיווע אפריל פאולס דעי?

ניין ס'איז פארט פון א פסח שני דעי, וואס ביי קרבן פסח שטייט כל בן נכר לא יאכל בו.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

איצל פיצל האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:הה"ד לא אלמן ישראל...


איינער האט אפשר א לינק צו די אלמן קאמפיין?

https://my.israelgives.org/en/campaign/ ... scription/

ווי עס זעהט אויס פון די לינק האט ער אליינס געמאכט דעם קאמפיין. סא קיינער קען נישט אפהאלטן די געלט.

מען זעהט פון די דאנארס אז זיינע אלטע גוטע פריינט פון די מיסיאן האבן שיין באשטייערט
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
אמבעסאדער
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 12:13 am

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמבעסאדער »

חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:דרעזנער אויף קול מבשר זאגט אז ער האט עס קאנפערמיד מיט יד לאחים


סא די פאקט און עיקר איז קאנפירמד. אבער ביי די פרטים דארף מען נאך הערן מער פונקטליך.
ווען וועט שוין השי"ת באנייען אונזער אמבעסאדע אין ירושלים?...
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

בן בוזי האט געשריבן:כבר היה לעולמים.

זייער אינטערעסאנט, און ווייטאגליך
איז מעגליך ער האט זיך מגייר געווען אן מזאל וואוסן?

איך טראכט ווען סאיז דא אלייק קנעפל טאמער סוואלט געפאסט צו לייקן אזא שרעקליכע זאך
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אמבעסאדער האט געשריבן:
חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:דרעזנער אויף קול מבשר זאגט אז ער האט עס קאנפערמיד מיט יד לאחים


סא די פאקט און עיקר איז קאנפירמד. אבער ביי די פרטים דארף מען נאך הערן מער פונקטליך.

איידער מ'פסקנ'ט אזא זאך דארף מען אויפשטעלן א בית דין און גובע עדות זיין כדת וכדין. די משפחה האט מעגליך א חזקת כשרות, און אפי' אויב נישט דארפן רבנים דאס דורכטון איידער מען 'באשטעטיגט'.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
אמבעסאדער האט געשריבן:
חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:דרעזנער אויף קול מבשר זאגט אז ער האט עס קאנפערמיד מיט יד לאחים


סא די פאקט און עיקר איז קאנפירמד. אבער ביי די פרטים דארף מען נאך הערן מער פונקטליך.

איידער מ'פסקנ'ט אזא זאך דארף מען אויפשטעלן א בית דין און גובע עדות זיין כדת וכדין. די משפחה האט מעגליך א חזקת כשרות, און אפי' אויב נישט דארפן רבנים דאס דורכטון איידער מען 'באשטעטיגט'.

נישט דא קיין חזקת כשרות אויף איינעם וואס איז א ספק צו ער איז בכלל געווען א איד.
פארקערט א חזקת גוי האט ער זיכער.
איך פסק'ן נישט איך זאג נאר דברים פשוטים.
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

ניין ס'איז א בפירושע הלכה אז הוחזק בשכינותיה הייסט א חזקה וואס סוקלין ושורפין על זה (הוחזק קרוב ועוד)
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

למעשה איז זיין פרוי געוועזן א יוד?

למעשה וואס איז געווען זיין ציהל?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שטארק זיך האט געשריבן:
איצל פיצל האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:הה"ד לא אלמן ישראל...


איינער האט אפשר א לינק צו די אלמן קאמפיין?

https://my.israelgives.org/en/campaign/ ... scription/

ווי עס זעהט אויס פון די לינק האט ער אליינס געמאכט דעם קאמפיין. סא קיינער קען נישט אפהאלטן די געלט.

מען זעהט פון די דאנארס אז זיינע אלטע גוטע פריינט פון די מיסיאן האבן שיין באשטייערט

פון די גאנצע וועלט! שרעקעדיג צו טראכטן.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

קאנטרי מאוד האט געשריבן:ניין ס'איז א בפירושע הלכה אז הוחזק בשכינותיה הייסט א חזקה וואס סוקלין ושורפין על זה (הוחזק קרוב ועוד)

דארפסט מער ווי זיין אינטערוויא אויף די טעלעוויזיע?
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

איך בין נישט אריין אין די ספעציפישע מעשה כהאב נאר גערעדט פון זיין הנחה אז עס איז נישטא א זאך ווי מוחזק ביי א ספק גוי
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

דער איז געווען געשולטער מארשעל ארטס פייטער, כלפי קבלה האט ער פיין געואוסט וואס ער רעדט, ער האט זיך גערופן פארשידענע נעמען... עס איז היבש שטאף פון אים אויפן ברייטן געוועב.

ער האט זיך אוועקגעשטעלט ווי א מומחה אין סת״ם. אויב מעג מען זאגן האט ער אן עילוי׳שער טאלאנט... נישט מיט אלעמען... קוקט מיר אויס ווי א ריכטיגער מלאך-גלח מולטיפול פערסאנאליטי דעסארדער
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

קבלה איז נישט קיין חידוש. אסאך גוים קענען קבלה כהיום.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

אויף אט דאס קען מען זאגען: א מוראדיגע מעשה.

פארוואס דאס ברענגט אויך א שמייכעל ווייס איך טאקע נישט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

שטומפיג האט געשריבן:קבלה איז נישט קיין חידוש. אסאך גוים קענען קבלה כהיום.

נגלה קענען אויך אסאך גוים, עס איז אבער קיינמאל נישט די זעלבע.
אוועטאר
מה בכך
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 30, 2020 2:28 am

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה בכך »

קרייסלער האט געשריבן:איז דעיס פארט פון א מאסיווע אפריל פאולס דעי?

פאסיגע נייעס פאר א לאנגווייליגע פארוואלקענטע זונטאג
וְיָדְעָה הַקֶּסֶת אֶת נַפְשִׁי
יוֹתֵר מֵאֲשֶׁר יְדַעְתִּיהָ
לִיבִּי לִיבִּי עַל מִלּוֹתֶיהָ
מֵעַי עַל שְׁתִיקוֹתֶיהָ
בְּנֶחָמָתָהּ אֲנֻחַם...
ידיעות כלוליות
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 11, 2021 9:07 pm

Re: שאק און שוידער! א היימישע נאר געווארענער אלמן ענדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות כלוליות »

גיבראלטאר האט געשריבן:ווען נישט זיין 13 יעריגע טאכטער'ס פליטת פה, וואלטען זיי נאך אנגעגאנגען מיט זייערע מיסיאנערישע שטיק אויף ווער ווייסט ווי לאנג נאך, (נאך א מזל אז מען האט עם יעצט געכאפט בעסער פריער ווי אסאך שפעטער) ה' ירחם.

ווי אזוי איז עס יעצט נתברר געווארן אז ער איז טאקע א גוי ? און ווען און ווי האט זי געהאט א פליטת פה ?
ידיעות כלוליות
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 11, 2021 9:07 pm

Re: שאק און שוידער! א היימישע נאר געווארענער אלמן ענדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות כלוליות »

הגות תבונות האט געשריבן:
שמחהלע האט געשריבן:
Screenshot_20210425-113614_WhatsApp.jpg


דאס פארט ארום אויף סאושעל מידיע, אז ער איז געווען א דיין אויף א גט, כ'ווייס נישט ווי פארלעסליך ס'איז..


דאכט זיך אז בי"ד איז נישט מעכב בדיעבד ביי א גט.

איך האף נאר אז ער איז נאך נישט געווען קיין מסדר קידושין אדער א עד ה' ירחם
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

ירושלים - די תושבים פון די ערליכע קהילה אין די גבעה הצרפתית געגענט אין ירושלים זענען אין וויסטן שאק פון די נעכטיגע אויפדעקונג איבער א פאמיליע מיט וועם זיי דאווענען אינאיינעם און שיקן די קינדער לערנען אינאיינעם אז זיי זענען וויסטע קריסטליכע מיסיאנערן. דער טאטע איז א איש מכובד מיטן גאנצן לבוש און א לאנגע בארד, א סופר סת"ם און א כהן, די קינדער לערנען אין די בעסטע חרדי'שע שולעס און מוסדות התורה, אבער א באריכט דעקט אצינד אויף זייער פארבינדונג מיט די קריסטליכע רעליגיע רח"ל און אז די פאמיליע איז גאר בכלל נישט קיין אידן.

די מאדנע געשיכטע איז אצינד דער געשפרעך פון טאג ביי אלעמען נאכדעם וואס עס איז באקאנט געווארן אז געוויסע ארגאניזאציעס וועלכע האבן שוין א שטיק צייט א פארדאכט אויף דעם פארשוין האבן נישט געקענט טרעפן קיינע באווייזן אז די משפחה איז בכלל אידיש, און עס זעהט אויס ווי זייער ציל זיך אריינצודרייען אין א חרדי'שע סביבה איז כדאי צו שטילערהייט באאיינפלוסן מענטשן חלילה וחס זיך צו טויפן צום קריסטנטום ל"ע. די אויפדעקונג איז געקומען ווען איינע פון די קלענערע טעכטער האט זיך בטעות ארויסגעכאפט צו א חבר'טע איבער עפעס א פייערונג אין זייער משפחה - נישט מער און נישט ווייניגער - איבער אותו האיש ימש"ו.

ווי געזאגט איז דער שאק גאר גרויס נאכדעם וואס עס איז די רעדע פון א סופר וועמענס סת"ם איז געווארן פארקויפט אויפן מארק און אלס כהן האט ער שוין געטון פילע פדיון הבן'ס און דוכן'ען א.ד.ג., די קינדער לערנען אין געהעריגע מוסדות א שטייגער ווי די לאקאלע ליטווישע בית יעקב און נאכדעם וואס די מאמע איז לעצטנס נפטר געווארן און געקומען לקבר ישראל מיט א אידישע לויה אויפן הר המנוחות האבן גוטהארציגע אידן אויפגעשטעלט א צדקה קרן אויפצוטרייבן געלט פאר די פאמיליע. אצינד ווארט מען צו פעסטשטעלן מיט די רעגירונג'ס דאקומענטן מיט וועלכע זיי זענען ארויפגעקומען פון אמעריקע קיין ארץ ישראל וואס לויט אינערליכע קוועלער איז עס געפעלדזש. עסקנים וועלכע האבן קאנפראנטירט דער מיסיאנער זאגן אלע אז ער האט מודה געווען איבער זיין אמת'ע אידענטיטעט.

רבנים גרייטן זיך אין די טעג ארויסצוקומען מיט קלארע הוראות איבער די צענדליגע פדיון הבן'ס וואס ער האט געמאכט, און אויך איבער די סת"ם ארטיקלן וואס זענען פסול סיי צוליב וואס א גוי האט דאס געשריבן און סיי צוליב די הלכה פון ס"ת שכתבו מין.
jd media
יעקער
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 20, 2017 1:31 pm

Re: שאק און שוידער! חרד'ישער נארוואס געווארענער אלמן אנטדעקט אלס קריסטליכער מיסיאנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקער »

493E6E94-BB6E-421C-AC06-FD1287D2443D.jpeg
493E6E94-BB6E-421C-AC06-FD1287D2443D.jpeg (193.29 KiB) געזען 1254 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”