בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:קען איינער שאצן פאראויס וואס גייט זיין "ביום אחרי ביבי"??
חדשים לבקרים הערט מען נייעס ארום די בחירות און זאכן האלטן זיך אין איין טוישן...
אויב איז טאקע דער ביבי דערנאך - און לפיד איז יא מצליח אויפצושטעלן א ממשלת שמאל - בנט [לויט ווי עס קוקט אויס די לעצטע טעג]
נאך 4 יאר וועט ביבי פראבירן צו לויפן נאכאמאל? עס וועט נאך בלייבן א זכר פון די ליכוד פארטיי??

איך ווייס נישט וועגן ליכוד (איך בין טאקע נייגעריג), אבער ביבי אין די אפאזיציע גייט לכאורה נישט געשען, ווייל ביבי גייט לכאורה רעטייערן פון פאליטיק די רגע ער איז אויס ראש הכופרים.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.

והיתם נקיים האט געשריבן:

וועגן ליכוד קען זיין אז געוויסע אמאליגע ליכוד'ניקעס וואס זענען אנטי ביבי וועלן צוריק אהיימגיין, אבער פון די אנדערע זייט איז ביבי אזא אפגאט אין די פרא ביבי רייען, אז ליכוד קען מעגליך פארלירן גאר אסאך (לכאורה בעיקר צו תקוה חדשה און ימינה) איינמאל ביבי איז מער נישט אינעם בילד.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3684
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

וואס עפעס? האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:ווי עס זעהט אויס יעצט האט זיך ביבי געגראבן זיין אייגענעם גרוב מיטן כשר'ן די אראבער, דער קוסם איז ביטער דורכגעפאלן מיט א זאך וואס יעדעס קינד האט געקענט פארשטיין.

יעדער פארשטייט די חילוק פון גיין מיט אבאס וואו מיט טיבי
בסך הכול פארשטייט יעצט יעדער ווער סמוטריץ איז

איך ווייס נישט וואס יעדער פארשטייט, אבער במציאות האט זיך קיינער נישט געוואגט די לעצטע דריי מאל צו גיין מיט זיי, און יעצט זעהט אויס אז מען גייט יא גיין מיט זיי, אפי' יעצט זענען דא מער רעכטע ווי ביי די ביז יעצטיגע בחירות.

איך האלט נישט אז סמוטריטשענס מענטשן וועלן זיין ברוגז אויף אים ווען די סעמי לינקע ממשלה וועט פאלן אין א האלב יאר ארום.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובה דורך וואס עפעס? »

יואל שרייבער האט געשריבן:

לידיעתך :
מנסור אבאס איז יעצט די ערשטע מאל געלאפן אליינס
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:קען איינער שאצן פאראויס וואס גייט זיין "ביום אחרי ביבי"??
חדשים לבקרים הערט מען נייעס ארום די בחירות און זאכן האלטן זיך אין איין טוישן...
אויב איז טאקע דער ביבי דערנאך - און לפיד איז יא מצליח אויפצושטעלן א ממשלת שמאל - בנט [לויט ווי עס קוקט אויס די לעצטע טעג]
נאך 4 יאר וועט ביבי פראבירן צו לויפן נאכאמאל? עס וועט נאך בלייבן א זכר פון די ליכוד פארטיי??

פארגעס פון ביבי א מינוט
70-80 פראצענט תושבי מדנ״י זענען רעכט / עקסטרעם רעכט
ווען נישט די נושא פון דת קען מען מאכן קאליציעס היפש שנעל

ממשלת שמאל איז א זאך וואס קען נישט אנהאלטען ווען רוב מדינה איז קעגן דעם
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

וואס עפעס? האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:ווי עס זעהט אויס יעצט האט זיך ביבי געגראבן זיין אייגענעם גרוב מיטן כשר'ן די אראבער, דער קוסם איז ביטער דורכגעפאלן מיט א זאך וואס יעדעס קינד האט געקענט פארשטיין.

יעדער פארשטייט די חילוק פון גיין מיט אבאס וואו מיט טיבי
בסך הכול פארשטייט יעצט יעדער ווער סמוטריץ איז

איך ווייס נישט וואס יעדער פארשטייט, אבער במציאות האט זיך קיינער נישט געוואגט די לעצטע דריי מאל צו גיין מיט זיי, און יעצט זעהט אויס אז מען גייט יא גיין מיט זיי, אפי' יעצט זענען דא מער רעכטע ווי ביי די ביז יעצטיגע בחירות.

איך האלט נישט אז סמוטריטשענס מענטשן וועלן זיין ברוגז אויף אים ווען די סעמי לינקע ממשלה וועט פאלן אין א האלב יאר ארום.

לידיעתך :
מנסור אבאס איז יעצט די ערשטע מאל געלאפן אליינס

ארויסגענומען די ווערטער פון מויל... די המשופת איז באשטאנען פון אלע אראבישע פארטייען אין די לעצטע פאר בחירות. דאסמאל איז רעם ניטאמאל געלאפן מיט בלד.

רעם באשטייט בעיקר פון די בעדואינער.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3684
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

איך האב פארשטאנען אז מען רעדט אז זיי גייען יעצט גיין מיט טיבי, און אויף דעם האט זיך מיין תגובה באצויגן.

אבער אפ' אויב זיי גייען נאר מיט רע''ם, וואלט ביבי נאכאלץ גוט געקענט אנהעצן א קאשע, און לפּחות בענעט וואלט זיך זיכער דערשראקן דערפון, יעצט איז עס שוין כשר לכתחילה.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אז דער רעכטער מעג גיין מיט אבאס, מעג דער לינקער גיין מיט עודה און טיבי. על כל פנים דאס זענען די אפטיקס.
שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערלער »

קאאליציע געשפרעכן צווישן די ליכוד און די ימינה פארטייען אין מדינת ישראל צו פארמירן א רעכטע רעגירונג איז צעפאלן

אין אן אפיציעלע סטעיטמענט טוט די ליכוד פארטיי פון נתניהו באשולדיגן אז בענעט פון די ימינה פארטיי פארלאנגט צופיל, און אז בענעט איז גרייט פאר א לינקע רעגירונג ואוס זאל אריין נעמען יש עתיד, עבודה, מערעץ און די אראבישע ליסטע.

https://www.yiddish24.com/news/bulletin/37870
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

אזוי גוט האט געשריבן:משה גפני ערווארטעט זיך צו זעצן מיט יאיר לפיד

אין אן אינטערעסאנטע אנטוויקלונג, איז דער היימישער חבר כנסת,'משה גפני', ערווארטעט זיך צו טרעפן אויף א זיצונג מיטן אנטי-חרדי'שער פאליטיקאנט 'יאיר לפיד'. יעצט אז די שאנסן פון א נתניהו רעגירונג איז קרוב צו נול, האפט לפיד צו אויפשטעלן א רעגירונג.

'משה גפני' האט היינט קלארגעשטעלט, אז די היימישע פארטייען וועלן זיך נישט אנשליסן אין קיין אנטי-ביבי רעגירונג, נאר וועלן אים נאכגיין אין די אפאזיציע, אויב באווייזט ער נישט צו פארמירן א קאליציע.

ער זאגט אז די גדולי ישראל האבן אים אנגעצייגט זיך צו האלטן צו די טראדיציאנאלע רעכטע פארטייען, וואס ווערט געפירט דורך ביבי נתניהו.

פ"נ

פארשטייט זיך אז אויב ביים מיטינג וועט לפיד צוזאגן גאר אסך פאר גפני (בענקלעך?) איז אן אנדערע מעשה.
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

חדשות האט געשריבן:
אזוי גוט האט געשריבן:משה גפני ערווארטעט זיך צו זעצן מיט יאיר לפיד

אין אן אינטערעסאנטע אנטוויקלונג, איז דער היימישער חבר כנסת,'משה גפני', ערווארטעט זיך צו טרעפן אויף א זיצונג מיטן אנטי-חרדי'שער פאליטיקאנט 'יאיר לפיד'. יעצט אז די שאנסן פון א נתניהו רעגירונג איז קרוב צו נול, האפט לפיד צו אויפשטעלן א רעגירונג.

'משה גפני' האט היינט קלארגעשטעלט, אז די היימישע פארטייען וועלן זיך נישט אנשליסן אין קיין אנטי-ביבי רעגירונג, נאר וועלן אים נאכגיין אין די אפאזיציע, אויב באווייזט ער נישט צו פארמירן א קאליציע.

ער זאגט אז די גדולי ישראל האבן אים אנגעצייגט זיך צו האלטן צו די טראדיציאנאלע רעכטע פארטייען, וואס ווערט געפירט דורך ביבי נתניהו.

פ"נ

פארשטייט זיך אז אויב ביים מיטינג וועט לפיד צוזאגן גאר אסך פאר גפני (בענקלעך?) איז אן אנדערע מעשה.

אודאי אזוי, ווייל די חרדי'שע פארטייען זענען אפיציעל נישט רעכט, נאר פאר חרדי'שע אינטערעסן.

זיי זענען פאקטיש די איינציגסטע וואס זענען עכט גרייט (הגם זיי זאגן עס נישט) צו זיצן מיט די אראבער.

אויב איז די הנחה נישט אמת האט ציונות ר"ל באזיגט כמעט גאנץ כלל ישראל, אבער איך בין דן לכף אז דאס איז דער פאל.

סיי וויאזוי, ונחיה ונראה.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
אוועטאר
אייגנארטיג
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגנארטיג »

גיין מיט לאפיד וועט זיין ווי סמורטיץ מיט די אראבער, פארראטן די וויילער עד הקצה און ווייזט פאר אלע שונאי הדת אז מ'קען אונז שפייען און טרעטן און ברגע וואס מ'דארף אונז זעמיר שנעל גרייט צו פארגעסן, לאפיד'ס קיצוצים ליידן זיך נאך די חרדים צאם ביז היינט.
דעסק
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 08, 2018 2:06 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעסק »

יא, און ווי די מצב האלט היינט, אז פילע חרד'ישע וויילער האבן געשטימט פאר סמוטריץ, פארשטייען די חרד'ישע חכי"ם גאנץ גוט אז זייערע וויילער וועלן זיי קיינמאל נישט מוחל זיין פאר'ן גיין מיט לפיד, זיי קענען זיך רישן צו פארלירן בענקלעך
צו איבערזעצן אייער מאטעריאל אויף אידיש [email protected]
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אייגנארטיג האט געשריבן:גיין מיט לאפיד וועט זיין ווי סמורטיץ מיט די אראבער, פארראטן די וויילער עד הקצה און ווייזט פאר אלע שונאי הדת אז מ'קען אונז שפייען און טרעטן און ברגע וואס מ'דארף אונז זעמיר שנעל גרייט צו פארגעסן, לאפיד'ס קיצוצים ליידן זיך נאך די חרדים צאם ביז היינט.

נתניהו האט אויך געמאכט קיצוצים אלץ פינאנץ מיניסטער, דזשאסט לייק לפיד. שפעטער איז ער צוריק גוט געווארן, און געווינען אין 09 מיט'ן כח פון די חרידים.

און לפיד איז גרייט צוצוזאגן אסאך, נישט אפי' פארן גיין מיט אים, נאר פארן נישט שטימען אנטקעגן, כדי אז ער זאל נישט דארפן צוקומען צו די אראבער אזוי שטארק.

(לויט ווי גפני רעדט, פלאנט ער באמת צו פרעגן דעם מועצת, און איז גרייט צו פאלגן אידער וועי. ער האט פיר זיצן. דער מועצת וועט דארפן זאגן זייער דעת תורה אויב איז בעסער צו זיין אין די אפאזיציע, וואס אזוי וועט די רעגירונג גוט אונטערהינקען, אבער עס קען זיין שטארקע קיצוצים און עכטע גזירות, אדער זאל מען בלית ברירה מיטארבעטן מיט לפיד. דאס איז אלעס לויט די הנחה אז די געים מצד ביבי איז געענדיגט, און ער קען נישט אויפשטעלן קיין קאאליציע.)
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

פאר ווער עס וויל וויסן, אז וואס לפיד האט געטיען האט ער געטיען ווען ער איז געווען אינטער ביבי, און ביבי איז געווען ראש הממשלה און עס איז געווען מיט זיין צושטימינג, איז פארוואס נאר מיט ביבי מעג מען זיך איבער בעטן און נישט מיט לפיד?
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

דזשאסט פאר די רעקארד, ביבי איז נישט טוב און נישט רע פאר די חרדים, ער איז טוב לעצמו, ווען די חרדים האבן ווען של וואלטן זיי עס שוין געכאפט ווען ביבי האט זיי געווארפן אונטערן באס ווען ער איז געגאנגען צו לפיד.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

גיי פארשטיי האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:ווי קומט דא אריין העיטן חרידים?

ליין די לעצטע תגובה.

ווייל די פאקט איז אז אין ביבי'ס אפאזיציע זיצן ליבערמאן מיט לפיד, און זיך פרייען מיט זייער געוואונס קעגן ביבי'ס מפלה מיינט זיך געפרייט מיט אלע זייערע אדזשענדעס!

ער פריידט זיך נישט מיט זייער געוואונס, ער איז נישט פרא לאפיד, אבער יא אנטי ביבי.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
ר' איד
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' איד »

בנט האט נעכטען איבער געגעבען א פרעסע קאנפערענץ:
1) אונז טועהן מיר אלעס אז ס'זאל זיך אויפשטעלען דא א ממשלה פון די רעכטע זייט.

ביבי אנשטאט צו מאכען די ריכטיגע פעולות דאס זאל געשען איז ער פארנומען מיט אנדערע זייטיגע קונספירציות (בחירה ישירה)

אונז האבען מיר שוין פעסט געשטעלט אז אונז וועלען מיר טועהן אלעס נישט צו אנקומען צו פופטע בחירות

דערווייל קוקט אויס אז ביבי איז בעיקר פארנומען צו שטערען אנדערע צו אויפשטלען בבחינת אז נישט מיר איז קיינער נישט.

איך זאג דא נאכאמאל קלאר אז אויב ביבי וועט נישט מצליח זיין און ס'קוקט טאקע אויס אזוי מעג איך שוין אויפשטעלען א ממשלה מיט די לינקע
ע"כ

----------
א קורצע צייט דערנאך האט ביבי איבערגעגעבען זיינע ווערטער באשמוצענדיג בענעט אז פון די ערשטע מינוט האט ער בכלל נישט פרובירט רעדען פון א ממשלה, די איינציגסטע זייך וואס ער איז געווען פארנומען מיט, איז ווערען אליין ראש ממשלה.

ווי שעימסטע זיך נישט בנט מיט דיינע 7 בענקלעך צו פאדערען זיין ראש ממשלה דאס איז דאך ממש היפך פון דיינע אייגענע ווערטער ערב בחירות אז מיט ווייניגער פון צען בענקלעך גייסטו נישט פרובירען זיין ראש ממשלה,

די שפייסט און די אויגען פון דיינע וויילער, מיט'ן אויפשטעלען א ממשלת שמאל אלעס פאר דיינע תאוות צו זיין ראש ממשלה.

וכו' וכו' וכו'
--------------
מצפים
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 18, 2021 2:36 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצפים »

יש לו מנה האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:ווי קומט דא אריין העיטן חרידים?

ליין די לעצטע תגובה.

ווייל די פאקט איז אז אין ביבי'ס אפאזיציע זיצן ליבערמאן מיט לפיד, און זיך פרייען מיט זייער געוואונס קעגן ביבי'ס מפלה מיינט זיך געפרייט מיט אלע זייערע אדזשענדעס!

.

ביבי’ס מפלה איז א שמחה כשלעצמה
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פשטות טוט ביבי אלעס וואס יעדער קלוגער פאליטיקאנט וואלט נישט געטון, אין זיין וועג פון האנדלען מיט בענעט.

און אזוי ווי ער איז דאך נישט קיין נאר, טראכט איך אז עפעס א מעכטיגע איידיע האט ער נאך.

ימים ידברו.
אוועטאר
ר' איד
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' איד »

ער איז יעצט פארנומען מיט איין זאך
זיכער מאכען אז קיינער קען נישט צאמשטעלען א רעגירונג,

די מעכטיגע איידיע איז די בחירות ישירות פון נאכדעים.

נעכטען האט ער שוין גערעדט מיט אלע לינקע ראשי מפלגות - זיינע גרעסטע שונאים - ס'מיר א פלא אז זיי האבען בכלל אויפגעהויבען די טלפון, (מרץ, עבודה, כחו"ל, רע"מ)

און די נושא איז געווען שטיצען בחירות ישירות אויף א פאל וואס בנט מיט לפיד וועלען צום סוף נישט מצליח זיין.

זיין טענה צו זיי איז געווען עט'ס זאגט'ס דאך די גאנצע צייט אז די בחירות איז כן ביבי או לא ביבי איז לאמיר עס ארויף לייגען אויפן טיש עד הסוף.

אויב וועט לפיד טאקע דארכפאלען איז יכול להיות אז ער וועט מצליח זיין אדארך שטיפען די חוק אז ביי די פופטע רונדע זאל זיין צוויי צעטלעך,

ימים ידברו
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ביבי מוז לכאורה האבן בענעט'ס שטימען פאר דירעקטע וואלן. און אויך לוינט אים שטייצעך נישט אז בענעט זאל גיין מיט לפיד.

אויך פארשטיי איך נישט פונקטליך ווי אזוי די וואלן וועלן ארבעטן. יעדער וואס וויל קען לויפן? ווער עס האט די מערסטע, אפילו נאר 20%, געווינט? פארוואס זאל עניבאדי חוץ ביבי מסכים זיין אויף דעם?

---------

אין אנדערע נייעס, האט גפני מבטל געווען דעם פלאנירטן מיטונג מיט לפיד קומענדיגע וואך.
אוועטאר
אייגנארטיג
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגנארטיג »

עס איז דא א שאנס אז ווען דער רעכטער וויילער שלעפט שוין דעם צינגל פאר ביבי אלץ ראש ממשלה, ווען נאך עטליכע שוין וועלן ליכוד אויכעט אין איינוועגס
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

צל עובר האט געשריבן:ביבי מוז לכאורה האבן בענעט'ס שטימען פאר דירעקטע וואלן. און אויך לוינט אים שטייצעך נישט אז בענעט זאל גיין מיט לפיד.

אויך פארשטיי איך נישט פונקטליך ווי אזוי די וואלן וועלן ארבעטן. יעדער וואס וויל קען לויפן? ווער עס האט די מערסטע, אפילו נאר 20%, געווינט? פארוואס זאל עניבאדי חוץ ביבי מסכים זיין אויף דעם?

---------

אין אנדערע נייעס, האט גפני מבטל געווען דעם פלאנירטן מיטונג מיט לפיד קומענדיגע וואך.

אפשר לוינט זיך דאס נישט פאר לפיד, אבער פאר העבודה מרץ לוינט דאס זיכער יא, אפטיילן די ראש ממשלה פון די כנסת, וועט מאכן אז מענטשען וועלען שטימען פאר לפיד פאר ראש ממשלה, און פאר העבודה אדער מרץ פאר כנסת, דאס וועט צוגעבן אפאר זיצן פאר זיי.

נאך עפעס, איך בין נישט זיכער אז 1 אן 1 געווינט ביבי, ס׳איז נישט אזוי פשוט. לגבי אויב מען זאל מאכן א טרעשאלד, אזוי אז מען דארף באקומען 40 אדער 50%, און טאמער נישט זאל זיין א ראנאףף. אדער RCV.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איך האב אויך אופנים ווי אזוי צו מאכן די וואלן, אבער פשטות וועט עס זיין פירסט פעס די פאוסט, און פשטות וועט עס נישט זיין וואן אן וואן, לפיד קעגן ביבי. פשטות וועלן זיין נאך קאנדידאטן וואס וועלן פארזיכערן ביבי'ס געווינס.

און בנוגע די קליינע פארטייען, זיי וועלן פארלירן כמעט זייער גאנצע כח, אויב די פרעימיערשאפט וועט גארנישט האבן מיט די זיצן אין כנסת, ופשוט הוא.

און אויב האלטסטו אז עס וועט זיין וואן אן וואן, און עס איז נישט פארזיכערט פאר ביבי, איז דאך לפיד דער וואס פארדינט די מערסטע פון אזא איידיע, און "יעדער" חוץ ביבי דערלייגט.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”