די רעפאבליקאנער קאמף פאר "וואוטינג אינטעגריטי"

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פארצייטיש
שר האלפיים
תגובות: 2018
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: די רעפאבליקאנער קאמף פאר "וואוטינג אינטעגריטי"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטיש »

מסתמא האט געשריבן:
פארצייטיש האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:עס קומט יא אריין ווייל איך וויל דו זאלסט מודה אז פונקט ווי די דעמאקראטן מיינען פאליטיק מיינען די רעפוליקאנער אויך נאר און נאר פאליטיק, גארנישט אויפריכטיגקייט.

איך האב מיר נעכטן גע'טענה'ט פאר 10 מינוט אויפן טעלעפאן מיט אזא איינער ווי דו, און יענער האט מיר עס מודה געווען, אולי וועסטו עס אויך מודה זיין.

קיינער האלט נישט אז דאס איז נישט פאליטיק, אודאי און אודאי מיינען זיי פאליטיק, זיי ווילן טאקע נאר דאס אז א רעפאבליקאנער זאל נאך קענען אמאל געווינען אינ'ם סטעיט. ווייל לויט די מצב ביז יעצט וועט יעדע מאל ווערן געלייגט אין א זייט געפרינטעטע "מעיל-אין בעללאטס" אויסגעפילט פאר די דעמאקראט, און לויט וויפיל עס וועט זיך אויספעלן וועט מען צולייגן. אויב עס האט געארבעט צוויי מאל פארוואס זאל עס נישט ארבעטן א דריטע און א פערטע מאל לעולמי עד.

לינק צו דעקונג אויף דיינע ווערטער?

די דעקונג איז אז סאיז נישטא קיין שום וועג אויפציווייזן אויב אזאנס איז אמאל יא אדער נישט פארגעקומען

מ'רעדט דא פון די סאמע יסוד פון דעמאקראטיע, אוואדע דארף מען חושד זיין אויף פעלטשונגען

"אויב מקען טוט מען", גילט דער כלל

ער האט דא געשריבן א פאקט אז מ'האט אזוי געטוהן די פריעדיגע צוויי מאל, האב איך געבעטן דעקונג אויף דעם.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5536
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

תגובה דורך מסתמא »

וועל איך נאכאמאל איבערשרייבן וואס כהאב פריער געשריבן
"אויב מקען טוט מען"
---
דאס איז חוץ די נערישע שווארצע לאגיק אז זיי קומט זיך א דאפלטע וואוט און די חשד אז איליגעל אימיגראנטן וואוטן
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די רעפאבליקאנער קאמף פאר "וואוטינג אינטעגריטי"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אגב, איך האב זייער הנאה פון די הויכע טענות איבער דזשערימענדרינג, וואס קומט פון די זעלבע וואס רעכענען אריין אומלעגאלע אין דאס אויסשטעלן קאנגרעסיאנאלע דיסטריקטס.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5536
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: די רעפאבליקאנער קאמף פאר "וואוטינג אינטעגריטי"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

פעיק ניוז האט געשריבן:אגב, איך האב זייער הנאה פון די הויכע טענות איבער דזשערימענדרינג, וואס קומט פון די זעלבע וואס רעכענען אריין אומלעגאלע אין דאס אויסשטעלן קאנגרעסיאנאלע דיסטריקטס.

;l;p- גוט גוט
---
חוץ א מעשה וואס אין די בלויע סטעיטס טוען זיי די זעלביגע
לעצט פארראכטן דורך מסתמא אום מיטוואך אפריל 07, 2021 2:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
פארצייטיש
שר האלפיים
תגובות: 2018
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: די רעפאבליקאנער קאמף פאר "וואוטינג אינטעגריטי"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטיש »

מסתמא האט געשריבן:
פארצייטיש האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:
פארצייטיש האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:קיינער האלט נישט אז דאס איז נישט פאליטיק, אודאי און אודאי מיינען זיי פאליטיק, זיי ווילן טאקע נאר דאס אז א רעפאבליקאנער זאל נאך קענען אמאל געווינען אינ'ם סטעיט. ווייל לויט די מצב ביז יעצט וועט יעדע מאל ווערן געלייגט אין א זייט געפרינטעטע "מעיל-אין בעללאטס" אויסגעפילט פאר די דעמאקראט, און לויט וויפיל עס וועט זיך אויספעלן וועט מען צולייגן. אויב עס האט געארבעט צוויי מאל פארוואס זאל עס נישט ארבעטן א דריטע און א פערטע מאל לעולמי עד.

לינק צו דעקונג אויף דיינע ווערטער?

די דעקונג איז אז סאיז נישטא קיין שום וועג אויפציווייזן אויב אזאנס איז אמאל יא אדער נישט פארגעקומען

מ'רעדט דא פון די סאמע יסוד פון דעמאקראטיע, אוואדע דארף מען חושד זיין אויף פעלטשונגען

"אויב מקען טוט מען", גילט דער כלל

ער האט דא געשריבן א פאקט אז מ'האט אזוי געטוהן די פריעדיגע צוויי מאל, האב איך געבעטן דעקונג אויף דעם.

וועל איך נאכאמאל איבערשרייבן וואס כהאב פריער געשריבן
"אויב מקען טוט מען"

אויף דעם ארויף האט ער געשריבן מיט א זיכערקייט, א פאקט אז "מ'האט אזוי געטוהן צוויי מאל"?
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5536
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: די רעפאבליקאנער קאמף פאר "וואוטינג אינטעגריטי"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

פארצייטיש האט געשריבן:אויף דעם ארויף האט ער געשריבן מיט א זיכערקייט, א פאקט אז "מ'האט אזוי געטוהן צוויי מאל"?

די חלק פון 2 מאל ווייסעך טאקע נישט
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
פארצייטיש
שר האלפיים
תגובות: 2018
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: די רעפאבליקאנער קאמף פאר "וואוטינג אינטעגריטי"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטיש »

מסתמא האט געשריבן:
פארצייטיש האט געשריבן:אויף דעם ארויף האט ער געשריבן מיט א זיכערקייט, א פאקט אז "מ'האט אזוי געטוהן צוויי מאל"?

די חלק פון 2 מאל ווייסעך טאקע נישט

סתם ס'איז מיך אינטערעסאנט צו הערן וויאזוי ס'ארבעט די פאקטן:
די ברענגסט נאך אז א אויספארשונג האט געוויזן אז ס'קען זיין גרינגער פעלטשעריין אויף מעיל אין בעלעטס. אויף דעם ארויף האסטו געמאכט אן הנחה אז ס'איז נישט נאר גרינגער, נאר ס'איז ממש א לייכטע זאך, און ס'איז נישט דא קיין שום וועג דאס נאכצוגיין (שוין אפגערעדט פון דעם אז אלע לעגסלעטיווע פליגלען אין דזשארדזשיע זענען קאנטרעלירט דרוך די ריפאבליקאנער, אריינגערעכנט די סעקטערי אוף סטעיט). און נאכדעם האסטו אוועקגעשטעלט אן הנחה אז "טאמער מ'קען גנב'ט מען".
און פון דעם איז געבוירן געווארן א פאקט: "די דעמקאראטען האבן צוויי מאל גע'פעלטש'ט די עלעקשענס"...
כ'הער...
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29303
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: די רעפאבליקאנער קאמף פאר "וואוטינג אינטעגריטי"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מסתמא האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:איך רעד נישט פון דעם וואס דער דזשערימענדערינג אונטערדרוקט איינעמס וואויט.

פשוט פון דעם אז א פארטייאיש געפירטע לעגיסלאטור זאל דארפן באשטעטיגן וואלן.

אמעריקע גייט ווערן געהעריג טערקיי. שטעל דיך פאר אז ביבי'ס 2015 ערוועלטע כנסת קען יא אדער נישט באשטעטיגן די 2019 וואלן. פאר א סיבה איז דא א ועדת הבחירות.

די לעגיסלאטור איז בסך הכל די פאלקס פאטרעטערשאפט

אויף די טענה אז זיי רעפרעזענטירן נישט דאס פאלק ווייל די דזשערימענדערינג פראקטיצירונג האב איך ארויסגעברענגט די נקודה אז די זעלביגע איז פונקט אזוי ביים דעמאקראט
און איך בין מסכים פאר א לעגיסלעישן אפצישטעלן דעם פראקטיצירונג

מיין סך הכל: צוריקברענגען אן עלעקשאן צום פאלק פארן פיינעל "אקעי" איז די ריכטיגע וועג צו גיין
ווס. סיי וועלכער אומערוועלטער פערזאן/קאמיטי

קודם דערמאן איך דעם הויז, מיינסטו נאך אלץ אז איך רעד וועגן דזשערימענדערינג, רעד איך פון דעם כנסת, און דו מיינסט נאך אלץ אזוי.

האלטסט באמת אז עס איז בעסער אז דער 2015 כנסת זאל דעסיידן די 2019 וואלן ווי די ועדת הבחירות?!

(דזשערימענדערינג קומט נאר אריין אלץ די סיבה ווי אזוי זיי גייען נישט מורא האבן צו טאן אוטרעידזשעס זאכן קעגן די שטימען פון דעם פאלק, זייענדיג אינסולעיטעד דורך דזשערימענדערינג.)
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29303
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: די רעפאבליקאנער קאמף פאר "וואוטינג אינטעגריטי"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מטעמים האט געשריבן:זיי קענען גארנישט טוהן אויב די רעזולטאטען איז נישט אויף זייער זייט, עס איז נישט ריכטיג.

פארוואס נישט?

טראמפ טענה'ט אז ער האט געווינען דזשארדזשיע מיט א האלב מיליאן! און רוב רעפאליקאנער אין אלע שיכטן און לעוועלס גייען מיט מיט דעם ליגענט.

קעפל: די רעפאבליקאנער קאמף פאר "וואוטינג אינטעגריטי"

יואל שרייבער האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:עס איז אבער פשוט דיקטאטורשאפט צו מאכן אז א פארטייאיש געפירטע לעגיסלאטור זאל דארפן באשטעטיגן די וואלן.

און אז דו זאלסט עס טאקע אליינס פארשטיין, נעם פאר א משל דעם פארמעסט אין אייאווע וואס די רעפאליקאנער האבן געווינען אין געריכט, וואס די דעמאקראטן האבן געהאט א קלער איבערצודרייען דורך דעם הויז, וואס האט די מאכטן אויף זייערע אייגענע פארמעסטן וואס מען גיבט יעצט אין דזשארדזשיע פאר אלע פארמעסטן. (למעשה האט פעלאוסי אדער נישט געהאט די שטימען, אדער דעם ווילן דאס צו טאן, און די רעפאבליקאנע איז געבליבן קאנגרעספרוי נאכן געווינען מיט "6" שטימען.)

איך מיין אז עס איז ערגער אז די לעגיסלאטור האט די מאכט אויף זייערע אייגענע פארמעסטן, ווי אז זיי האבן די מאכט אויף אנדערע פארמעסטן.

בכלל, עס איז שווער צו גלייבן אז אין א סטעיט ווי ביידען קען געווינען 50% פון די וויילער, וועט זיין א רוב אין די לעגיסלאטור איבערצודרייען די עלעקשאן, אפי' מיט דזשערימענדערונג.

אויב זענען דא ערגעץ פופציג פראצענט ביידען וואוטערס, זענען זיכער דא זעכציג פראצענט וואס וועלן זיין זייער אויפגערעגט אויב מען דרייט איבער די עלעקשאנס.

ביידן האט געווינען אונטער 40% דיסטריקטס סיי פעדעראלע הויז און סיי סטעיט אסעמבלי אין וויסקאנסין.

פאקט איינס

סך ווייניגער ווי א פיפטל טראמפ וויילער וואלטן רעוואלטירט קעגן אים אויב ער וואלט באוויזן צו געווינען יאנואר 6.

שטארקע סברה צוויי

דער נייער געזעץ גייט אויך אן פאר דעם לעגיסלאטור

פאקט דריי
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5536
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: די רעפאבליקאנער קאמף פאר "וואוטינג אינטעגריטי"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

צל עובר האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:זיי קענען גארנישט טוהן אויב די רעזולטאטען איז נישט אויף זייער זייט, עס איז נישט ריכטיג.

פארוואס נישט?

טראמפ טענה'ט אז ער האט געווינען דזשארדזשיע מיט א האלב מיליאן! און רוב רעפאליקאנער אין אלע שיכטן און לעוועלס גייען מיט מיט דעם ליגענט.

מיר גייען זיך דאס אלעס איבערצייגן ביי די קומעדיגע עלעקשאנס

איך וועל דעמאלטס ספינען ווי א דעמאקראט אז די ריזיגע רעפאבליקאנער געווינס קומט גאר אין רעזאלטאט פון די שטארקע שטיצע וואס די פאלק האט פאר די נייע "עלעקשאן אינטעגריטי" געזעצן..

#יע יע

----

באדעם ליין, די נעקסטע עלעקשאנס וועלן לכאורה פראוון טראמפס טענות אויף צוריקציוועגס איבער וואוטער פראוד
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
פארצייטיש
שר האלפיים
תגובות: 2018
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: די רעפאבליקאנער קאמף פאר "וואוטינג אינטעגריטי"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטיש »

מסתמא האט געשריבן:באדעם ליין, די נעקסטע עלעקשאנס וועלן לכאורה פראוון טראמפס טענות אויף צוריקציוועגס איבער וואוטער פראוד

אדער די דעמעקראטן'ס טענה פון וואוטער סופרעשאן...
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5536
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: די רעפאבליקאנער קאמף פאר "וואוטינג אינטעגריטי"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

פארצייטיש האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:באדעם ליין, די נעקסטע עלעקשאנס וועלן לכאורה פראוון טראמפס טענות אויף צוריקציוועגס איבער וואוטער פראוד

אדער די דעמעקראטן'ס טענה פון וואוטער סופרעשאן...

יאוי באשעפער..
קיינער האט מיר נאכנישט אנגעוויזן אין די לעצטע 5 בלאט וואו אין דעם "עלעקשאן אינטעגריטי געזעץ" שטעקט סיי וועלכע "וואוטער סופרעשאן"

סתם אבי באשילדיגן קען איך אויכעט
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29303
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: די רעפאבליקאנער קאמף פאר "וואוטינג אינטעגריטי"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מסתמא האט געשריבן:
פארצייטיש האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:עס קומט יא אריין ווייל איך וויל דו זאלסט מודה אז פונקט ווי די דעמאקראטן מיינען פאליטיק מיינען די רעפוליקאנער אויך נאר און נאר פאליטיק, גארנישט אויפריכטיגקייט.

איך האב מיר נעכטן גע'טענה'ט פאר 10 מינוט אויפן טעלעפאן מיט אזא איינער ווי דו, און יענער האט מיר עס מודה געווען, אולי וועסטו עס אויך מודה זיין.

קיינער האלט נישט אז דאס איז נישט פאליטיק, אודאי און אודאי מיינען זיי פאליטיק, זיי ווילן טאקע נאר דאס אז א רעפאבליקאנער זאל נאך קענען אמאל געווינען אינ'ם סטעיט. ווייל לויט די מצב ביז יעצט וועט יעדע מאל ווערן געלייגט אין א זייט געפרינטעטע "מעיל-אין בעללאטס" אויסגעפילט פאר די דעמאקראט, און לויט וויפיל עס וועט זיך אויספעלן וועט מען צולייגן. אויב עס האט געארבעט צוויי מאל פארוואס זאל עס נישט ארבעטן א דריטע און א פערטע מאל לעולמי עד.

לינק צו דעקונג אויף דיינע ווערטער?

די דעקונג איז אז סאיז נישטא קיין שום וועג אויפציווייזן אויב אזאנס איז אמאל יא אדער נישט פארגעקומען

מ'רעדט דא פון די סאמע יסוד פון דעמאקראטיע, אוואדע דארף מען חושד זיין אויף פעלטשונגען

"אויב מקען טוט מען", גילט דער כלל

מען "קען" שטימען פאלש אין פערסאן אויך.

איך קען אידן וואס האבן דאס געטון.

אבער די יעצטיגע געזעץ איז סך הכל א המשך פון דעם רעפאליקאנער מהלך ווי אזוי זיך צו ספראווען מיט דעם אז זיי האלטן נישט ביים האבן פאליסיס וואס אפילו רוב מענטשן אין רוב עלעקטארל קאלעדזש שטימען זאלן שטיצן, אנשטאט זיך צו טוישן, שרייט מען פראוד, האט מען שוין לייסענס פאר סופרעשן., עפנט מען נאכדעם אזא היפאקריטיש אשכול אז דער רעפאליקאנער קאמף איז פאר וואויטינג אינטעגריטי גאר....

אויב ווילסטו אמאל האבן עני טראסט אדער אינטעגריטי, מוזטו קודם לייגן אין חרם פאליטיש איינער וואס אנערקענט נישט קיין שום פארלוסט אנגעהויבן אין אייאווע, זאגט קלאר פאר די וואלן אז ער גייט עס נישט אנערקענען, און קלעימט אז ער האט געווינען דזשארדזשיע מיט א האלב מיליאן.

יא, פארלירן טיפינג פוינט סטעיטס שמאל טוט וויי, איך פארשטיי, אבער עס האט אויך וויי געטוהן אין 2016, און פארלירן דריי דיסטריקטן גאר שמאל, איינס אפילו מיט 6 שטימען צווישן קרוב צו פיר הונדערט טויזנט, טוט אויך וויי, נישט קיין תירוץ צו ווערן טערקיי פארדעם. (דארט האט ערדוגאן אויך נישט געהאלטן ביים אנערקענען אז זיין פארטיי האט פארלוירן די מעיארשאפט אין איסטאנבול מיט אונטער א צענטל פון א פראצענט, און ער האט איבערגעמאכט די וואלן.)
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5536
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: די רעפאבליקאנער קאמף פאר "וואוטינג אינטעגריטי"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

@צל

אפשר זענט איר קלארער מסביר די וואוטער סופרעשן חלק פון דעם נייעם געזעץ

---

בנוגעה דאס שטימען פאלטש "אין פערסאן" פארשטייט איר אליינס אז עס איז אסאך שווערער.. איא?

(מיר רעדן דא אוואדע פון די האלב נארמאלע סטעיטס וועלכע פארלאנגען כאטשיג אן איידי)
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
די קאץ ארויס פון זאק
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

תגובה דורך די קאץ ארויס פון זאק »

מסתמא האט געשריבן:@צל

האסט געליינט "עכט היימיש" לאנגע תגובה וויינגער ווי פינעף בלעטער צירוק?, ער צילייגט זייער שיין די וואוטער סופרעשן. ווילסט דאך נישט הערען.
keep your words tasteful, you may have to eat them later

עכט היימיש האט געשריבן:לאמיר פרעגן די פראגע איבער דער נייער געזעץ בכלליות, אן אריינגיין אין דעטאלן פון דער געזעץ זעלבסט.

בדרך משל לשבר את האוזן.

לאמיר זאגן אז פאר א אלגעמיינע קרית יואלע איד געדויערט צו שטימען גאנצע 5 מינוט, ער גייט אריין אין אשת חיל צי קרן ויואל משה, צי אין סיי וועלכע אנדערע לאקאציע ער גיבט אפ זיין שטימע, און פארטיג, אזוי ווי איבערן גאנצן לאנד שטעלט מען צו גענוג וואלן לאקאציעס אז יעדע בירגער זאל קענען אויסדריקן זיין דעמאקרטישע רעכט, און אפגעבן זיין שטימע שנעל און גרינג.

עס איז אבער דא איין געגענט אין קרית יואל ווי עס וואוינען ממש 80 - 90 פארצענט חסידי סאטמאר מהרי"י און בני יואל, און פון יענע געגענט באקומט די קעגנער'ס פון די טאון אף פאלם טרי פירער'ס א מערהייט פון זייערע שטימען, און דוקא אין יענע געגענט איז דא נאר איין לאקאציע צו שטימען פאר שווערע טויזענטער מענטשן, און ביי יעדע וואלן שטייט מען דארט לאנגע שעות אין די ליניע צו קענען שטימען, ממש אמאל אפילו ביז איבער 8 שעה, פשוט צו קענען שטימען, בשעת ווען אין גאנץ קרית יואל ווי די חסידי מהר"א שטימען, געדויערט עס געציילטע מינוט.

די עסקנים פון די אלייענס וויינען שוין יארן אז דאס מוז זיך טוישן, מען גיבט נישט פאר מענטשן די רעכט צו שטימען, ווארטן 8 שעה איז דעמאקראטיע? איז דאס יושר? אבער די ווילדזש באאמטע אינגראנירן די פאקטן. די אלייענס ארבעט אבער ווייטער שווער צו האלטן זיער עולם מינטער, מען איז זיי מחזק איר ווארט טאקע 9 שעה, מען אינטערדריקט אייך טאקע, אבער קומט ווייטער שטימען, ווייל אויב איר וועט שטימען וועט אייער שטימע געהערט ווערן, און מיר וועלן געווינען.

עס גייט דורך וואלן נאך וואלן, אין יענע געגענט שטייט מען ווייטער לאנגע שעות, מענטשן פארלירן א טאג ארבעט פשוט צו האבן זייער רעכט צו שטימען, אין די זעלבע צייט איז דא טייל וואס קענען זיך עס נישט ערלויבן שיקן זיי אריין א עבסענטי שטימע, ווייל זיי קענען נישט ווארטן אזויפיל שעות, אנדערע גייען צו אנדערע וואלן לאקאציעס אין שטאט ווי עס איז פיסט אין ליידיג אין פילן אויס א "פראוויזשענעל בעלאט" (דאס פילט מען אויס ווען איינער קומט בטעות - אדער בכוונה - צו א צווייטע וואל לאקאציע נישט ווי ער דארף שטימען, און מען סקענט עס נישט אריין, נאר די באורד אף עלעקשנס אינטער די אויפזיכט פון ביידע פארטייען גייט איבער די בעלאטס און באשטעטיגט אדער פסלט עס).

נאך יארן פון געבן בלוט, שטיין שעות, איז ענדליך געלונגען אז די אלייענס האט געזיגט אין איין עלעקשן נאך די צווייטע, און דאן... דער ווילידזש גייט דורכפירן וואל רעפארם.... אינטעגרעטי.

אפשר צולייגן נאך לאקאציעס אין יענע געגענט ווי מען שטייט 11 שעה? נע דאס איז דאך נארמאל אז איבעראל געדויערט 10 מינוט און דארט שטייט מען שעות, דאס איז אויפריכטיגקייט אין וואלן. נאר וואס יא? מען טאר נישט טיילן וואסער ביים ווארטן צו שטימען, מען צוימט שטארק די טעג ווי לאנג מען קען פארלאנגען א עבסענטי, אויב איינער קומט אן צו א אומריכטיגע לאקאציע, דאן קען ער נישט מער שטימען אויף א פראוויזשענל בעלאט, און צום לעצט... די מאכט איבער די עלעקשן וואס פלעגט ביז היינט ליגן אין די הענט פון א באורד אף עלעקשנס וואס באשטייט פון אומפארטייאישע מענטשן, גייט אריבער צום ווילידזש אפיס, נישט מער און נישט וווייניגער דער ווילידזש אפיס גייט זיכער מאכן אז די וואלן איז יושר'דיג. זיי גייען האבן דאס לעצטע ווארט.

יא יא, דאס איז דער מציאות אין אנלאנטא, דער דעמאקראטישער פעסטונג אין דזשארדזשיע. א טריקענע מציאות.

איך האב ווי פארשטענדליך גארנישט געמיינט מיט דער משל, נאר צו געבן פארשטיין פאר מענטשן וואס עס מיינט אביוז. ווי פארשטעדליך איז דאס נישט דער מציאות אין קר"י, נישט דא קיין געגענטער וכדומה. עס נאר צו פארשטיין געבן וואס דער מציאות ווי אזוי די דעמאקראטן איבערן לאנד קוקן אן דער מצב אין דזשארדזשיע, דורכן געבן א משל פון א שטאט מיט א היימישע פירערשאפט, מיט צוויי קעגנערישע קהילות. און פארוואס עס קומט צו ברעכן פון דער אינטעגרעטי דזשאוק.

;l;p- זייער קלאר ארויסגעברענגט
keep your words tasteful, you may have to eat them later
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5536
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: די רעפאבליקאנער קאמף פאר "וואוטינג אינטעגריטי"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:@צל

אפשר זענט איר קלארער מסביר די וואוטער סופרעשן חלק פון דעם נייעם געזעץ

---

בנוגעה דאס שטימען פאלטש "אין פערסאן" פארשטייט איר אליינס אז עס איז אסאך שווערער.. איא?

(מיר רעדן דא אוואדע פון די האלב נארמאלע סטעיטס וועלכע פארלאנגען כאטשיג אן איידי)

האסט געליינט "עכט היימיש" לאנגע תגובה וויינגער ווי פינעף בלעטער צירוק?, ער צילייגט זייער שיין די וואוטער סופרעשן. ווילסט דאך נישט הערען.

האמיר עס אזוי שיין פארענטפערט
דא און דא און דא און דא און דא און דא און דא

און ביי דעם איז עס געבליבן, אז
סאיז נישטא גארנישט אין דעם נייעם דזשארדזשיע "עלעקשאן אינטעגריטי געזעץ" וועלכע טוט סופרעסן דעם ציווילער וואוטער
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: די רעפאבליקאנער קאמף פאר "וואוטינג אינטעגריטי"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

די בילל האט נישט קיין וואוטער סאפרעישאן חוץ אויב זייער אוועקנעמען די נייע צולאזטע לויזע ווערטשאפט פון אפענע מעיל אין בעלאטס הייסט סאפרעישאן.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6769
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: די רעפאבליקאנער קאמף פאר "וואוטינג אינטעגריטי"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

קענט בעליוו איט דע היל העדליין!

Gutless MLB pushes Biden's big lie about 'suppressed' GA voting by moving All-Star Game
אנהויב ארטיקל

But don't take my word for it: Read the Washington Post fact-checker, who concluded that Biden's claim is so dishonest that it deserves four Pinocchios,
which is the worst rating a false claim can get.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: די רעפאבליקאנער קאמף פאר "וואוטינג אינטעגריטי"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

מסתמא האט געשריבן:
באדעם ליין, די נעקסטע עלעקשאנס וועלן לכאורה פראוון טראמפס טענות אויף צוריקציוועגס איבער וואוטער פראוד

No no no...

דעמאלטס העלו די דעמס פארפירן איבער די מעס סקעיל וואטער סופרעשן וואס איז פארגעקומען, אזוי ווי טראמפ האט יעצט פארפירט וועגן נישט געשטויגענע פראוד...
זיי וועלן נאך ברענגען אזויפיל עווידענס וויפיל טראמפ האט געברענגט..

______________

נאכאמאל, קיינער איז שולדיג אז עטס גלייבטס דעם טראמפ, אז מ'האט אים בא'גנב'ט די וואלן, און ער האט געוואונען מיט א לענסלייד, און וועגן דעם מיינסטו טאקע אז מ'דארף דא מאכן מאסיווע רעגולאציעס.
פאקט איז, יא! ביידן האט אין א מעסיוו אפסעט געווינען זשארזשיע. דאס איז אבער גארנישט אזוי "מיסטריעז" ווי דו רופסט עס. יא, מאכט זיך אמאל אז איינער געווינט א סטעיט אומערווארטעט, דאס מיינט נישט אז ס'געווען מאסיווע פאלשע בעלאטס.

און יא, ביידן האט טאקע געוואונען וועגן די מעיל אין בעלאטס, ווי דו זאגסט, פשוט וועגן זיינע שטיצער שטימען סאך מער דורך מעיל אין'ס!!

סאו גייען מאכן אז מענטשען זאלן נישט קענען וואטן דורך מעיל אין'ס, און איבערגעבן עלעקשאנס אין פארטייאישע הענט, ווען מען טראכט אפילו נישט פון די גרויסע פראבלעמען מיט די אטלענטע עלעקשען דעי פאללינג פלעצער, אדרבה, מ'מאכט זיי נאך שווערער צו ווארטן אין די ליין מיטן נישט קענען האבן קיין עקסעס צו עסן און וואסער, איז עבסאלוט וואטינג סופרעשן.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5536
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: די רעפאבליקאנער קאמף פאר "וואוטינג אינטעגריטי"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

וואס טוט זיך האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:
באדעם ליין, די נעקסטע עלעקשאנס וועלן לכאורה פראוון טראמפס טענות אויף צוריקציוועגס איבער וואוטער פראוד

No no no...

דעמאלטס העלו די דעמס פארפירן איבער די מעס סקעיל וואטער סופרעשן וואס איז פארגעקומען, אזוי ווי טראמפ האט יעצט פארפירט וועגן נישט געשטויגענע פראוד...
זיי וועלן נאך ברענגען אזויפיל עווידענס וויפיל טראמפ האט געברענגט..

איי איי איי טאטע זיסער..

שוין ווייטער "וואוטער סופרעשאן"? קענט איר מיר ביטע אנצייגן וואו די "וואוטער סופרעשאן" שטעקט?

-------

1 יא, מדארף סעקיורן די עלעקשאנס

2 מעיל אין בעלעטס איז אפן פאר אסאך מער פראוד

3 צוימען די מעיל-אין'ס וועט סעקיורן די עלעקשאנס

4 מיט די נייע געזעץ וועט יעדער רואיגערהייט געהעריג קענען גיין אפגעבן זיין שטימע
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: די רעפאבליקאנער קאמף פאר "וואוטינג אינטעגריטי"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

וואס טוט זיך האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:
באדעם ליין, די נעקסטע עלעקשאנס וועלן לכאורה פראוון טראמפס טענות אויף צוריקציוועגס איבער וואוטער פראוד

No no no...

דעמאלטס העלו די דעמס פארפירן איבער די מעס סקעיל וואטער סופרעשן וואס איז פארגעקומען, אזוי ווי טראמפ האט יעצט פארפירט וועגן נישט געשטויגענע פראוד...
זיי וועלן נאך ברענגען אזויפיל עווידענס וויפיל טראמפ האט געברענגט..

______________

נאכאמאל, קיינער איז שולדיג אז עטס גלייבטס דעם טראמפ, אז מ'האט אים בא'גנב'ט די וואלן, און ער האט געוואונען מיט א לענסלייד, און וועגן דעם מיינסטו טאקע אז מ'דארף דא מאכן מאסיווע רעגולאציעס.
פאקט איז, יא! ביידן האט אין א מעסיוו אפסעט געווינען זשארזשיע. דאס איז אבער גארנישט אזוי "מיסטריעז" ווי דו רופסט עס. יא, מאכט זיך אמאל אז איינער געווינט א סטעיט אומערווארטעט, דאס מיינט נישט אז ס'געווען מאסיווע פאלשע בעלאטס.

און יא, ביידן האט טאקע געוואונען וועגן די מעיל אין בעלאטס, ווי דו זאגסט, פשוט וועגן זיינע שטיצער שטימען סאך מער דורך מעיל אין'ס!!

סאו גייען מאכן אז מענטשען זאלן נישט קענען וואטן דורך מעיל אין'ס, און איבערגעבן עלעקשאנס אין פארטייאישע הענט, ווען מען טראכט אפילו נישט פון די גרויסע פראבלעמען מיט די אטלענטע עלעקשען דעי פאללינג פלעצער, אדרבה, מ'מאכט זיי נאך שווערער צו ווארטן אין די ליין מיטן נישט קענען האבן קיין עקסעס צו עסן און וואסער, איז עבסאלוט וואטינג סופרעשן.

אוי וויי וויי. איי ריעלי פיל יאר פעין.

די דעמאקראטן האבן שוין בשמחה רבה געמיינט אז דאס איז עס, זיי האבן שוין אויסגעטראפען א בריליאנטענע פאטענט צו פארזיכערען פון 2020 און ווייטער צו געוואונען אלע עלעקשענס, און דא ווערן זיי געוואר אז זייער פרייד איז געווען פריהצייטיג. די לאנג באקאנטע לעמעלעך רעפאבליקענס האבן ארויסגעשלעפט דעם קארפעט פון אונטער זייער פיס, און צונישט געמאכט זייער פלענער פון פאראויס.
קוים אנגעהויבן צו נוצען די מעיל אין טאקטיק וואס האט סאמהאוי באוויזן ווינדער, און געמאכט פון אן עובר ובטל וואס האט כמעט נישט קאמפיינט, צו האבן א מעעעעעעסיוו אפסעט איבער א פאפולערער פרעזידענט וואס האט באוויזן צו אויפטון פאר די אמעריקאנער וואס אסאך אנדערע האבן נישט, [58% אדער 68% אויסגעפרעגטע (איך געדענק שוין נישט פונקטליך די פאלל נאמבערס, אבער א מערהייט) האבן געענטפערט אין א פאול, אז זיי שטייען בעסער אין נאוועמבער 2020 ווי פיר יאר פריער], און אויך וואונדערליך געמאכט אז בעת אין א געווענליכע וואל סעזאן ווערט ארויסגעווארפן ארום 3.5% אבסענטי בעללאטס אלס אינוועליד, איז עס דאס מאל ווען עס איז געווען סאך סאך מער בעללאטס, נאר געדארפט ארויסווארפן א קנאפע 0.5%.

ווי געזאגט: איך פיל ענקער ווייטאג. טאקע א שאד אויף אזא שארט טערם סאלושען.
און אפשר טאקע איז צייט אז די דעמאקראטן זאלן אנהייבן עפעס אויפצוטון פאר די באפעלקערונג, אז מען זאל נישט דארפן נוצן די גאנצע מידיע צו זייער זייט, און אלע אנדערע טאקטיקן צו פארזיכערן זייערע קאנדידאטן, נאר פשוט עס ערליך פארדינען.
לעצט פארראכטן דורך עפעס אנדערש אום דאנערשטאג אפריל 08, 2021 1:07 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: די רעפאבליקאנער קאמף פאר "וואוטינג אינטעגריטי"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

.
לעצט פארראכטן דורך עפעס אנדערש אום דאנערשטאג אפריל 08, 2021 1:08 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: די רעפאבליקאנער קאמף פאר "וואוטינג אינטעגריטי"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

דאס איז שוין עפעס אנדערשט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”