יידישע קהילות האט געשריבן:מי יודע האט געשריבן:יידישע קהילות האט געשריבן:אויב קען מען עס כאפן א צווייטער מאל דאן קען א וואקסין אויך נישט ארבעטן!!
איך וויל עפעס אנדערש פארשטיין, מ'רעדט פון א וואקסין פאר עלטערע מענטשן, ווער ס'ווייסט ווי אזוי א וואקסין ארבעט, מ'לייגט אריין אביסל פון די מחלה, מיט א רפואה עס צו פייטן, גייט מען דא בידים אריינלייגן אזא מחלה אין עלטערע מענטשן וואס פאר זיי איז עס א סכנת מות? (און ביי די יונגערע זיי זאלן קען זיין א קעריער?)
ווער קען דאס ערקלערן?
א וואקסין לייגט אריין גאר גאר א קליינער חלק פון דעם וויירוס. טייל וואקסינ'ס לייגן אפילו נישט קיין לעבעדיגע וויירוס, נאר געוויסע באשטאנדטיילן פון גענעטישע מאטעריאל פון די וויירוס. אזוי צו אזוי קען דאס גארנישט שאטן פון די וויירוס אליינס.
איך זעה דא 2 שאלות (פון 2 אנדערע ניקס) א. גייט די וואקסין שאטן פאר עלטערע מענטשען. 2. אויב קען מען ווערען 2 מאל אנגעשטעקט מיט די ווירוס, וויאזוי קען א וואקסין העלפען?
עס זענען פארהאן בעיקר 3 סארט וואקסינען, איך וועל זיי דורכגיין און פרובירען צו ענטפערען ביידע קשיות לויט יעדע סארט וואקסין.
1. לעבידיגע וואקסין. דאס איז טייטש, אז דאס באשטייט פון א ווירוס וואס איז ענדליך צו די מחלה וואס עס ווירקט אויף, למשל די ערשטע וואקסין איז געמאכט געווארען פאר סמאלפאקס, די וואקסין איז באשטאנען פון א מחלה וואס הייסט קוה-פאקס, דאס איז געווען א מחלה וואס בדרך כלל האט זיך נאר געמאכט ביי קוען און נישט ביי קיין מענטשען, אבער מענטשען וואס האבן דאס באקומען, זענען געווארען אימיון צו סמאלפאקס. (קוה-פאקס אליין איז נישט געווען אזוי שעדליך ווי סמאלפאקס, אבער מען האט זיך נישט גוט געשפירט ווען מען האט עס באקומען, די וואקסין איז ערפינדען געווארען דערנאך וואס דר Edward Jenner האט באמערקט אז מענשטען וואס ארבייטן און א קוה שטאל באקומען נישט קיין סמאלפאקס) אויב מאכט מען אזא סארט וואקסין, ֿדארף מען טעסטען אויב די ווירוס פון די וואקסין איז שעדליך צו עלטערע מענטשען (אינגערע אויך), לגבי העלפען פאר אנדערע סטרעינס (אז מען זאל נישט קענען כאפן צוויי מאל), ווענדט זיך ווי שטארק עס ענדעלט צון די נייע סטרעין. (די mmr און א חלק פלו שאטס זענען לעבידיגע וואקסינען, עפ״ר וועט א לעבידיגע ווירוס נישט מאכן אז מען זאל זיין אימיון צו מער ווי איין סטרעין)
2. טויטע וואקסינען. דאס איז טייטש אז די וואקסין באשטייט פון די מחלה זעלבסט, אבער מען האט עס אפגעשוואכט מיט פארשידינען מיטלען. לגבי עלטערע מענטשען דארף מען זיכער מאכן אז די טויטע וואקסין איז טאקע גענוג טויט נישט צו מאכן קיין פראבלעמען. לגבי נישט כאפן א צווייטע מאל קען דאס נישט העלפען אויב די נאטורליכע אנטיבאדיס העלפען נישט. (די פאליא שאט און א חלק פלו שאטס זענען טויטע וואקסינען)
3. סוב-יוניט וואקסינען. דאס איז טייטש אז מען שטעכט נאר אריין א חלק פון די (פראטיענס פון די) ווירוס , נישט די גאנצע ווירוס, דאס איז די נייעסטע סארט וואקסין, און דאס האט כמעט נישט קיין סייד עפעקטס, ווי אויך אויב שטעכט מען נאר די חלק פון די ווירוס וואס איז די זעלבע ביי אלע סטרעינס, דאן קען מען ווערען אימיון צו אלע סטרעינס, לגבי עלטערע אידן, איז פשוט אז מען דארף נישט מורא האבן, ווייל מען שטעקט נישט אריין די חלק וואס מאכט קראנק (מען מוז דאס נאך אלץ טעסטען פאר סעפטי סיי פאר עלטערע און סיי פאר אינגערע, ווייל אמאל איז דא עפעס שעדליך וואס מען רעכענט זיך נישט אז דאס איז שעדליך), לגבי ווערען אימיון אפילו אויב מען ווערט נישט אימיון פון די ווירוס, איז שטארק מעגליך אז אזא וואקסין וועט מאכן אז מען זאל זיין אימיון אפילו מען ווערט נישט אימיון פון די וויירוס (העפ בי און whooping cough זענען פון די סארט וואקסינען, עס איז דא א קאמפיני, וואס מאכט אזא סארט וואקסין פאר פלו, אויב זאל די טעסטינג (וואס דארף זיך ענדיגען סוף 2020) אויסקומען אז דאס איז סעיף און עפעקטיוו, וועט דאס זיין א וואקסין וואס וועט העלפען פאר אלע פלו סטרעינס און מען וועט שוין נישט דארף׳ן נעמען יעדעס יאר די פלו שאט).
עס איז דא נאך א סארט וואקסין דאס איז די DNA/RNA וואקסינען, עס איז נאכנישט דא קיין איין וואקסין וואס ארבייט וואס ניצט דער מהלך. מיט דעם אלעם איז דא קאמפיניס וואס פראבירן צו מאכן וואקסינען פון אט די סארט (די קאמפיני מאדערנע פון א״י וואס האט געזאגט אז זיי קענען שנעל מאכן א וואקסין, מאכט פון דער סארט)
עס זענען שוין דא א שיינע צאל קאוויד וואקסינען וואס זענען שוין אין קליניקעל טרייעלס, זיי באשטיין פון לעבידיגע, טויטע און RNA וואקסינען. די קאמפיני NovaVax האפט אנצופאנגען קליניקעל טרייעלס פאר א סוב-יוניט וואקסין אין מעי.