אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע; בד"ה

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך נפשי חמדה »

בלינצע האט געשריבן:בכלל איז קארופציע נישט דומה צו ספידן אדער דרייווען אן סיטבעלט'ס, בעת דאס לעצטע איז צוליב זיכערהייט און לעבן, איז דאס ערשטע איז ארדענונג און געזעץ.

קארופציע אין געוויסע פארמען איז פיל ערגער ווי ספידן און סיט בעלטס.

ווען מען רעדט פון סיט בעלטס און ספידן מיינט רעדט מען מערסטנ'ס פון דאס לעבן פון צענדליגער מענטשן.

אבער ווען מען רעדט פון קארופציע - קען עס אין פיל פעלער מיינען דאס לעבן און וואוילזיין פון טויזענטער און מיליאנען מענטשן.
חיימאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך חיימאוויטש »

למעלה משבעים האט געשריבן:
חיימאוויטש האט געשריבן:האמיר אמאל געהאט א לאנגע וויכוח מיטן רעספעקטירטן ניק @מילכיגער (גיי געדענק וואו) טאקע איבער דעם טעמע, איך האב געהיצט קעגן די פראסיקיוטער'ס רשעות פון גיין איינזעצן די גרויסע אלבאני-קעפ פאר אזעלכע טערמינען און ער האט אראפגעלייגט אן אנדערע צד, אז ער קוקט דאס אן פונקט ווי דער פאליציי מאן וואס שטייט באהאלטן צו כאפן דער וואס ספיד, אדער גייט אן סיט-בעלטס.

די פראקורן האבן א פליכט צו האלטן מענטשן ריספאנסיבל אויף זייערע פארברעכן, און איינס פון די וויכטיגסטע זאכן איז - אין זייערע אויגן - צו האלטן די רעגירונג קארופציע-ריין. האט ער גע'טענה'ט אז די פראסיקיוטערס מיינד-סעט איז, און דארף זיין, אז דאס אויסרוימען און באשטראפן די וועלכע באגייען אזעלכע פארברעכן איז די שטארקסטע טובה פאר די מענטשהייט און פאר גערעכטיגקייט. עס ליגט נישט דערין קיין רשעות, זיי סערווירן די טובה פון די לאנד און פון די מענטשהייט.

ער האט מיר דעמאלס אביסל געשטעלט אין פלאץ, על כל פנים אויף אזוי ווייט אז כ'זאל מער נישט נעמען קיין שטעלונגען דערין...

א שאד איך האב יענעם תגובה נישט געזען... דאס איז דאך אזוי מין ליגנט אז נאר, אין טעאריע עקזעסטירט דעם געדאנקן גאנג, אבער אין מציאות פרעג פון די פראסעקיוטער'ס אליין, זיי זאגן עס מיט אן אפן מויל, זיי זיכן בכלל נישט צו וויסן וואס די אמת איז, זיי זעען איינעם אלץ א קרבן, גייען זיי זיכן פאר אלע קאסטן אז יענער זאל ארויסגיין שולדיג, און אויב געלונגט נישט די ארגינעלע עבירה, וועט מען זיכן און אנדרייען צומאל פרישע עבירות, די עיקר אז ער זאל קענען אנווייזן א ליסטע וועם ער האט געטראפן שולדיג אונטער זיין זייגער. ווען זיי פארלירן נעמען זיי עס נישט אויף מיט א פרייליך געמוט אז מען האט טאקע נישט געטון קיין פארברעכן און ס'איז געוואלדיג, נאר זיי נעמען עס פאר א פערזענליכע פארליסט.

דברים של טעם. האמיר דא א דעבאטע צווישן מילכיגער און למעלה. ווער בין איך אריינצורעדן צווישן די צוויי לייבן...
הנאה געהאט פון מיין תגובה? איך וועל זיך פרייען צו הערן אין אישי - אפי' דיין מיינונג איז אנדערש...
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך צל עובר »

Programming האט געשריבן:דיין לעצטע פאראגראף איז זייער אמת, און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס מען פרייט זיך און מען וויל די באפרייאונג פון אידן. דאס איז די פירכא אויף דיין פריערדיגע תגובה איינס בעפאר

רעטוויט
בלינצע
שר האלף
תגובות: 1217
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך בלינצע »

נפשי חמדה האט געשריבן:
בלינצע האט געשריבן:בכלל איז קארופציע נישט דומה צו ספידן אדער דרייווען אן סיטבעלט'ס, בעת דאס לעצטע איז צוליב זיכערהייט און לעבן, איז דאס ערשטע איז ארדענונג און געזעץ.

קארופציע אין געוויסע פארמען איז פיל ערגער ווי ספידן און סיט בעלטס.

ווען מען רעדט פון סיט בעלטס און ספידן מיינט רעדט מען מערסטנ'ס פון דאס לעבן פון צענדליגער מענטשן.

אבער ווען מען רעדט פון קארופציע - קען עס אין פיל פעלער מיינען דאס לעבן און וואוילזיין פון טויזענטער און מיליאנען מענטשן.

לדוגמא?!
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך נפשי חמדה »

בלינצע האט געשריבן:

לדוגמא?? צא ובדוק אין די גרויסע וועלט - די אלע לענדער וועלעכע זענען אנגעפיקעוועט מיט קארופציע.
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך מילכיגער »

דוגמא? ווען דורך כאבאר באקומט ער א פערמיט פאר א פעלערהאפטיגע עראפלאן דיזיין און דאדורך קראכן פינף 737
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
חיימאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך חיימאוויטש »

מילכיגער האט געשריבן:דוגמא? ווען דורך כאבאר באקומט ער א פערמיט פאר א פעלערהאפטיגע עראפלאן דיזיין און דאדורך קראכן פינף 737

אז ביזט יא דא, ס'רופסטעך נישט אן?
הנאה געהאט פון מיין תגובה? איך וועל זיך פרייען צו הערן אין אישי - אפי' דיין מיינונג איז אנדערש...
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך מילכיגער »

האב איך מיר דאך יא אנגערופן...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך נפשי חמדה »

חיימאוויטש האט געשריבן:
מילכיגער האט געשריבן:דוגמא? ווען דורך כאבאר באקומט ער א פערמיט פאר א פעלערהאפטיגע עראפלאן דיזיין און דאדורך קראכן פינף 737

אז ביזט יא דא, ס'רופסטעך נישט אן?

פיין רופט ער זיך אן - מיט זיין אנדערע ניק..
בלינצע
שר האלף
תגובות: 1217
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך בלינצע »

מילכיגער האט געשריבן:דוגמא? ווען דורך כאבאר באקומט ער א פערמיט פאר א פעלערהאפטיגע עראפלאן דיזיין און דאדורך קראכן פינף 737

איז פארגעקומען אזא מעשה?
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך מצב כללי »

עס איז זיכער אז קערופציע איז הארבער ווי א ווייט קאלער קריים

די שאלה איז וואס איז געווען די תוצאה פון די קערופציע און אזוי אויך איז דא א שיעור וויפיל יאר תפיסה מען גיט פאר אזא קריים
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך מילכיגער »

בלינצע האט געשריבן:
מילכיגער האט געשריבן:דוגמא? ווען דורך כאבאר באקומט ער א פערמיט פאר א פעלערהאפטיגע עראפלאן דיזיין און דאדורך קראכן פינף 737

איז פארגעקומען אזא מעשה?

געמיינט מרעדט א טעארעטישע שמועס.

אבער פאר א סיבה האבן מענטשן מורא צו פארן מיט דריטע וועלט לענדער עראפלאנען. זיי האבן די זעלבע רולס אויף די ביכער איבער סעיפטי נאר אנדערע לעוועל פון ענפארסמענט צוליב קארופציע
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
קושטא
שר חמש מאות
תגובות: 662
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך קושטא »

נישטאמת האט געשריבן:
קושטא האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:וואלט געווען א געוואלדיגע זאך פון פרעזידענט דזשאוסעף ביידען ירום הודו והדרו, צו פארריכטן די עולה, און באפרייען ר' שמעון זילבער, דעם אלטן קראנקן מענטש, פון זיי טורמע גרוב.

ער קען נישט באפרייען קארופטירטע דעמאקראטן, אן מאכן א ריזן שטינק.

סילבער איז נישט קרופטירט, ווייל ער האט ממש גארנישט געטוהן, פאר ס'איז באקאנט אביסל אויף וואספארא לופטיגע קלאגעס זיין גאנצע קעיס איז באזירט.

קרופטירט זענען די רוצח'ישע בלוט דארשטיגע חיות אונטערן שלייער פון פראסעקיוטערס, און שופטי סדום, ימ''ש. וואס זענען פארנומען טאג און נאכט צו נעמען אומשולדיגע מענטשען, און פאר נארישע מינדערוויכטיגע אויפגעבלאזענע כלומר'שטע פארברעכנ'ס, זיי איינשפארן אין טורמע פאר לאנגע יאהרן, און חרוב מאכן די לעבענס פון זיי און זייערע משפחות. האבן פאר זייער געמיינע אינטערעסן זיך צו בויען א נאמען וכדו' ווידער געשאכטן, און חרוב געמאכט דאס לעבן פון אן אומשולדיגן מענטש, אונטערן שלייער פון נארישע זינלאזע קלאגעס.

קרופטירט זענען די אלע גרויסהאלטערישע פאלאטישנ'ס וואס ווייסן דעם אמת זייער גוט, און האבן נישט די מינדעסטע קארידזש, ארויס צוקומען פארטיידיגן דעם אמת, להציל עשוק מיד עשקו.

און נאך מער פאלטש און קרופטירט, זענען די מענטשן וואס אויך זיי ווייסן דאס זייער גוט, און האבן נאך אין זיך די חוצפה און טראציגקייט, אנצורופן דעם נעבעך'דיגן אומשולדיגן קרבן אז ער איז גאר דער וואס איז קרופטירט, און מיט דעם צו בארעכטיגן די שרעקליכע מעשה רציחה והשחתה.

וואס זענען די קלאגעס קעגן אים? און פארוואס זאגסטו אז עס איז לופטיגע?

די קלאגעס אויף וואס מ'האט אנגעקלאגט סילבער, קען מען בעצם אנקלאגן יעדן איינציגסטן פאלאטישן אין אמעריקא.
סיי וועלכער פאלאטישן דו וועסט נאר נאכגיין, וועסטו טרעפן פארלעצונגען רעכטס און לינקס, א מענשט איז נאר א מענטש.

פשט איז, ס'איז נישט אז ס'איז פארגעקומען עפעס א קריים, און מ'האט געפארשט צו דערגיין וואס, ביז מ'האט געטראפן די שולדיגע. נאר בארארא ימ''ש, האט בכוונה תחלה, מיטן ציל פון ונעשה לנו שם, אז ער איז דער הירא וואס האט אראפגעברענגט דעם מאכטפולן ספיקר, זיך ארויפגעזעצט אויפן קאפ פון דעם סילבר, אים אראפצוברענגען פאר יעדן פרייז, בבחינת  סטאלין רוסלאנד, ''די ווייז מיר דעם מענטש און איך וועל דיר שוין ווייזן דעם פארברעכן''
סילבר איז שוין אין ביי בארארא געווען א פארמשפט'ער נאך פאר אלעס האט זיך אנגעהויבן.
ווי זאגט יענער, א פאליסמאן קען נאכפארן א קאר און אים אזוי לאנג נאכפארן ביז ער פאקט יענעם ביי א פארלעצונג. נו ווער איז דא דער פארברעכער, דער פאליסמאן אדער דער דרייווער?

און דאס זעלבע האט זיך אפגעשפילט ביי דיען סקעלעס, און ביי דשאו פערקאוקאו. און באמת כן דרכם פון די רוצחים כסדר. דאס וואס זיי האבן געטוהן פאר רובאשקין, איהם קודם חרוב געמאכט זיין ביזנעס מיט פאלטשע אימיגראציע קלאגעס, און נאכדעם איהם געשטהלט פיסלעך ער זאל עס בשום אופן נישט קענען פארקויפן פאר די פולע ווערד און קענען באצאלן פאר די באנק. און אה.. יעצט האט מען געכאפט דעם גנב.. בענק פראוד!! באשווינלדט א באנק מיט מיליאנען? 27 יאהר אין פריזן!! דאס איז מעשים בכל יום איבערן גאנצן לאנד, נאר פון רובאשקין ווייס מיר אונז אלס איד, אבער אזוי זענען די טורמעס איבערן לאנד, פיל מיט אומשולדיגע מענטשן וואס שמאכטן אין תפיסה פאר לאנגע יאהרן מיט ביטערע יסורים פאר אזאלכע רובאשקין סטייל קלאגעס, אלעס צוליב די תאוות הרציחה והשררה פון די פראסעקיוטערס און די שופטי סדום.
יארן צוריק איז געווען באשריבן אין 'דער שטערן' א לענגערע ארטיקל איבער וויאזוי דער אמעריקאנער יוסטיץ סיסטעם ארבעט, א קלאבאראציע פון די מידיע, פראסעקיוטער'ס, און שופטים. ממש איך זאג ענק, די האר פון קאפ קען זיך אויפשטעלן וואס דארט שטייט.

ויאמר ה' זַעֲקַ֛ת סְדֹ֥ם וַעֲמֹרָ֖ה כִּי־רָ֑בָּה וְחַ֨טָּאתָ֔ם כִּ֥י כָבְדָ֖ה מְאֹֽד

איז מילא א גוי פון די בני עשו, שטעלט זיך ארויס פארטיידיגן די מעשה רצח והשחתה פון די שופטי סדום ועמורה, דאס איז דאך א נארמאלע ערשיינוג, רציחה והשחתה איז דאך זייער אומנות מאז ומעולם, פארשטייט זיך אלעס אונטערן נאמען פון 'יוסטיץ' עשו דומה לחזיר שפושט טלפיו לומר ראו טהור אני.
אבער אז אידן וואס אמת צדק ויושר איז אין אונזער שורש, זאלן ארויס ווייזן די מינדעסטע פארשטענעניש מיט אזאלכע געמיינע אקטן, דאס איז נישט צום פארשטיין.
לעצט פארראכטן דורך קושטא אום מיטוואך יאנואר 27, 2021 4:52 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בלינצע
שר האלף
תגובות: 1217
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך בלינצע »

מילכיגער האט געשריבן:
בלינצע האט געשריבן:
מילכיגער האט געשריבן:דוגמא? ווען דורך כאבאר באקומט ער א פערמיט פאר א פעלערהאפטיגע עראפלאן דיזיין און דאדורך קראכן פינף 737

איז פארגעקומען אזא מעשה?

געמיינט מרעדט א טעארעטישע שמועס.

אבער פאר א סיבה האבן מענטשן מורא צו פארן מיט דריטע וועלט לענדער עראפלאנען. זיי האבן די זעלבע רולס אויף די ביכער איבער סעיפטי נאר אנדערע לעוועל פון ענפארסמענט צוליב קארופציע

איך כאפ נישט די נקודה. מען זאל איינזעצן אויף קארופציע ווען די רעדע איז פון מאכן אפאר טאלער אן שטעלן מענטשן אין געפאר, ווייל טעאריש קען מען ארויסגעבן א פעלערהאפטיגע עראפלאן דיזיין?
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובה דורך מילכיגער »

איך בין אריינגעקומען אינמיטן שמועס און נאר געענפערט אויף איין נקודה. צו איז מעגליך אז קארופציע זאל קאסטן לעבנס און דער ענטפער איז א קלארע יא און איז מעשים בכל יום.

ווען א דיין נעמט שוחד און צוליב דעם זעצט ער איין און מעניש שלא כדין אדער ערגער, נישט מעניש דארט ווי ער דארף יא, האט ער קיינעם נישט געהרגט אבער איש את רעהו חיים בלעו און אינגאנצן אונטערגעגראבן די יסוד אויף וואס די סאסייעטי איז געבויט.

וואס פאר א עונש מ'זאל אים גיבן אדער צו איינזעצן איז בכלל א ריכטיגע עונש איז נישט יעצט מיין קאמענט, נאר דאס מינימיזירן אז "ס'נאר קארופציע" איז נישט גערעכט
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך דממה דקה »

קושטא האט געשריבן:.

פליז נעקסט טיים לייג נישט אריין די שם השם במילואו
בלינצע
שר האלף
תגובות: 1217
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך בלינצע »

מילכיגער האט געשריבן:איך בין אריינגעקומען אינמיטן שמועס און נאר געענפערט אויף איין נקודה. צו איז מעגליך אז קארופציע זאל קאסטן לעבנס און דער ענטפער איז א קלארע יא און איז מעשים בכל יום.

ווען א דיין נעמט שוחד און צוליב דעם זעצט ער איין און מעניש שלא כדין אדער ערגער, נישט מעניש דארט ווי ער דארף יא, האט ער קיינעם נישט געהרגט אבער איש את רעהו חיים בלעו און אינגאנצן אונטערגעגראבן די יסוד אויף וואס די סאסייעטי איז געבויט.

וואס פאר א עונש מ'זאל אים גיבן אדער צו איינזעצן איז בכלל א ריכטיגע עונש איז נישט יעצט מיין קאמענט, נאר דאס מינימיזירן אז "ס'נאר קארופציע" איז נישט גערעכט

איך הער וואס דו זאגסט. אין אנדערע ווערטער, סאיז נישט וויאזוי די חטא הייסט, עס ווענד זיך וואס די קאנסעקווענצן זענען געווען.

אגב, ווען א ריכטער -וואס האט נישט גענומען שוחד- זעצט איין איינעם פאר קארופציע (וואס האט נישט געקאסט קיין לעבענס) אדער ווייסע קאליר חטאים, האט ער טאקע קיינעם נישט גע'הרג'עט אבער איש את רעהו חיים בלעו איז אינגאנגצן אונטערגעגראבן, און נאך מיט'ן שלייער פון געזעץ.
קושטא
שר חמש מאות
תגובות: 662
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

Re:

תגובה דורך קושטא »

מילכיגער האט געשריבן:איך בין אריינגעקומען אינמיטן שמועס און נאר געענפערט אויף איין נקודה. צו איז מעגליך אז קארופציע זאל קאסטן לעבנס און דער ענטפער איז א קלארע יא און איז מעשים בכל יום.

און וואס איז מיט די קרופציע פון די יוסטיץ באאמטע? דאס קאסט נישט קיין לעבנס? זיי די פארשער'ס גופא דארף מען נישט אויספארשן אויף קרופציע? אויף זיי דארף מען נישט האבן קיין אווערסייט?
יעדער קען טאקע טוען מה שלבו חפץ אן קיין שום אחריות פון יושר און צדק?

און די תירוץ איז ליידער אז יא, און דאס אליין איז נאך די גרעסטע קרופציע.
טוט זיך...?
שר האלף
תגובות: 1053
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך טוט זיך...? »

בלינצע האט געשריבן:
מילכיגער האט געשריבן:
בלינצע האט געשריבן:
מילכיגער האט געשריבן:דוגמא? ווען דורך כאבאר באקומט ער א פערמיט פאר א פעלערהאפטיגע עראפלאן דיזיין און דאדורך קראכן פינף 737

איז פארגעקומען אזא מעשה?

געמיינט מרעדט א טעארעטישע שמועס.

אבער פאר א סיבה האבן מענטשן מורא צו פארן מיט דריטע וועלט לענדער עראפלאנען. זיי האבן די זעלבע רולס אויף די ביכער איבער סעיפטי נאר אנדערע לעוועל פון ענפארסמענט צוליב קארופציע

איך כאפ נישט די נקודה. מען זאל איינזעצן אויף קארופציע ווען די רעדע איז פון מאכן אפאר טאלער אן שטעלן מענטשן אין געפאר, ווייל טעאריש קען מען ארויסגעבן א פעלערהאפטיגע עראפלאן דיזיין?

זעהט אויס איר זענט נישט מיט געוויסע פאקטן,
Boeing צאלט יעצט ריזיגע פענעלטיס אויף די שווייג וואס איז געמאכט געווארען אין געוויסע אפטיילונג ביי זיי וואס האט געוויסט פון פעלערס אויפן 737 און דאך געווארען אפראווד און פאקטיש געקאסט לעבן'ס
בלינצע
שר האלף
תגובות: 1217
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך בלינצע »

ובכן דארף סילבער זיצן?

איינער זיצט וועגן די באאינג 737 פעלערן?
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך Programming »

ניין, אבער אסאך ליגן (טויט)
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
בלינצע
שר האלף
תגובות: 1217
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך בלינצע »

הארצרייסענד. אבער מיט סילבער'ס זיצן האט עס נישט קיין שייכות.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך שמואל בארג »

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך ינואר 20, 2021 10:07 am

farshlufen האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:ניו יארק גאווערנאר קאומא זאגט אז א פארדאן פאר שעלדאן סילווער וואלט געווען א 'טובה פאר איינעם אין די אידישע קאמיוניטי'

יבא יומו
אוועטאר
אייגנארטיג
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך אייגנארטיג »

מ'דארף בעטן סילווער ער זאל מאכן פלאץ פאר קאומא
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך ר' זעקל »

על דאטפת אטפוך וסוף מטיפיך יטופון.
פארשפארט

צוריק צו “פאליטישע נייעס”