געלעכערט אדר תשפ"א - א ציפראסקעטע פאליסי...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

געלעכערט אדר תשפ"א - א ציפראסקעטע פאליסי...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

העלאו, שאמעלייכעם! זעצינפלייצע! עלבוי-טו-עלבוי! סמאכסטע? שלאנגישעזען! יעץ זענען דיינע ּפייעס שענער צאמגענומען, ענדליך האסטעך ערלויבט א נייע הוט אויך, Wow.
ס'נישנעמאל דעיס, יוי... דיין רעקל! נישט צו דערקענען, ממש א פנים כאלאשעס! פיר סייזעס ארויפגעשפרונגען! וואסיז? ס'ווייב דיינע האט דיר אנגעהויבן פיטערן? מיינט זי אז ביסט א שטאפ-גאנז? אוי, דאונט טעל מי... זאגסט איר אז דו גייסט אין נאכט כולל און דערווייל גייסטו רוקן אויף אלע באקן מיט דיינע חברים...

ס'שאקלט איר אזוי מיין האנט? כ'געדענק נישט אז כאב אייך אמאל געזען בכלל. כ'קען אייך ניש פונערגעץ.

ס'הייסט געדענקסניש? ביים כותל, יעדע ליל שישי האמיר דארט געהאקט א חיים טובים! ס'מאכסטעך טאמעוואטע?
דערמאן דיך ווי דער אלטער תימנ'ער פלעגט אהינקומען צוויי שעה פארן עלות אריינפייפן מיט זיין געדרייטע קודו-שופר, ער פלעגט אויסטון זיינע שיך און אונז האמיר עס אנגעפולט מיט ארענדזש סאדע, ס'האט זיך געטון, ער איז אונז נאכגעלאפן מיט זיין שטעקן, די סעקיוריטי איז געקומען... עסטע מיר זאגן אז געדענקסט נישט גארנישט? מאכסטעך א צדיק'ל ווי גלייך האסט נאכנישט געטשעפעט א פליג?

ר' איד, כ'בין אין מיין לעבן נישט געווען ביים כותל. כ'ווייס נישט וואס איר ווילט פון מיר.

אוי ס'א לאנגע מעשה, אבער באדעם ליין, צום סוף בינעך אויך נישט אנגעקומען קיינמאל צום כותל.
זעט אויס אז צוויי אנדערע מענטשן האבן זיך דארט געטראפן... אבער גראדע זעסטו אויס ענליך צו יענעם... שוין, ס'מאכט נישויס.

אקעי. זאל זיין אזוי. ביי.

איימינוט! לויפישאוועק! ס'פאסט נישט, כ'בין דאך עלטער פון דיר, כ'וואלט געקענט זיין דיין טאטע, אדער אפילו זיין עלטערע ברודער...
טאכלעס גערעדט, כ'בין דיין שווערס נאנטער ידיד שוין יארן, כ'העלף אים אייביג מיט וואס ער דארף נאר, כ'בין געווען זיין פארטאגס חברותא, הוי האט ער געשנארכעצט הויך, דאס האט געהאט א ווייטגרייכנדע ריפל-עפעקט, ווייל דאס האט צוגעברענגט אז מיינע שיך זאלן זיך אראפגליטשן פון די פיס, און דער גערוך האט געברענגט דערצו אז די ראטן זענען ארויסגעלאפן פון זייערע לעכער...
אזוי ש'מיר ש'דיר גערעדט, ש'ום שבת גערעדט... אז מ'רעדטעך סייווי, זאל שוין זיין גערעדט... זאג נאר וויזוי הייסטו? וועמענ'ס ביסטו?

איך הייס גערשי גאוורילער.

אאאה, פון די גאוורילערישע, טערעסאנט, אאאה, פון דארט קומט דיין רויטליכקייט. יא, זיי זענען אלע רויטליכע פעשליכע... כ'קען זיי גראדע נישט. אבער כ'זע אז דו בלאשסט ארום און אז איין קנעפל איז דיר אפן, האב איך צאמגעשטעלט א דבר הלמד מסופו, אז דו ביסט עס.
גראדע וואסערע נאמען איז דאס גאוורילער? כ'האב עס קיינמאל נישט געהערט! כאכאכא אנינטערעסאנטע נאמען... און אמערעטשוין, זאג, יונגערמאנטשיק. ביי וועמען ביסטע אניידעם?

ביי ר' משה פאבלשטיין.
יא פון די באקאנטע פאבלשטיינס... איר זענט דאך געווען מיין שווער'ס חברותא, ניין?


דיין שווער'ס חברותא? ס'פאלט דיר ביי?
פאבלשטיין, פאבלשטיין... אה יא. דאכצעך אז כאשוין געהערט אמאל פון זיי, כ'בין נישט זיכער.
פון די בעיקערי, יא? איי זייערע ראגעלעך, ס'יענע סחורה, שוין בעסער אמערעטניש.

ניין, גארנישט פון די בעיקערי. פון די חברה קדישא.

עניוועי, וואו איילסטעך אזוי? כ'מיין, די מענטשן וואס יאגן זיך אייביג, יאגן זיך צום קבר אריין.
וואס מיינען זיי? אז זיי וועלן אנקומען ווייטער אין לעבן דורכן זיך יאגן. ס'א מיתה געוואוינהייט, לאדיך אפדערפון באצייטנס ווילאנג ביסט נאך יונג, כ'זאג דיר, עסט מיר באדאנקען אלע יארן.

כ'מאך אי"ה היינט א וואכנאכט פאר מיין יונגעלע און כ'דארף לויפן.

איי איי איי, ס'מיסטאמע ס'ערשטע מאל וואס דו מאכסט א וואכנאכט... מיינסט אז מ'דארף אהערשטעלן א סעודת שלמה המלך.
מיניטשער טשאקלעטס, הא? פעקעלעך מיט ריבענס? איי איי איי... זאג ס'דיין ערשטע קינד?

ניין. כ'האב שוין פאר דעם צוויי מיידלעך, אבער כ'מוז לויפן, ס'שרעקליך שפעט.

העלאו, זאג נאר, ווי אלט איז איינס פאר דעם?

איין יאר מיט 10 חדשים.

אהא... א יאר מיט 10 חדשים... הייסט עס אז בערך ביי א יאר איז דאס קינד אריבער צו פארמולע... א וועלט היינט... העלפסט אמאל
טוישן ווינדלען? הא? ביסט אוודאי א שיינער איד, און דו לאזט דיין ווייב זיין וויש'עווער רביצין...
סארא דור היינט אונטערגעוואקסן...

אקעי, כ'ווייס נישט וואס איר ווילט... כ'מוז לויפן.

נאך איין זאך, מוזט מיר ענטפערן! ס'פשוט נישט עטיש צו אנטלויפן אינמיטן אזא פריינטליכע צוזאמשטויס... כ'מיין שמועס.
וואו זענען יעצט דיינע צוויי 'גרויסע'?
איי, גרויסע... דו מיינסט מסתמא אז ביסט שוין א עכטע גרויסע טאטע ווען דיין עלטסטע איז דריי יאר אלט... שפילסט הויז... הא?
אבער, נאך אלע מעשה'ס, וואו האסטו זיי פלאצירט?

ביי מיין שוועגערין אין וומס"ב.

אזוי? ביידע? שיין.
א רגע וואס איז מיט די באבעס? זיי האבן זיך נישט געוואלט אונטערנעמען? זיי שפילן שוויגער, הא? גיי פארשטיי.
זאג נאר, ביי ענק קויפט מען א מתנה פאר א שוועגערין וואס האלט די קינדער?
אוודאי ווענדט זיך דער פרייז פונעם מתנה אין די ארומיגע פאקטארן ווי לאנג זי האלט די קינדער, און אויב זי געבט צוריק די וועש אויסגעוואשן און געביגלט... כ'האב עס ארויס, הא?

כ'האב נאכנישט געטראכט דערפון... מ'וועט רעדן אנ'אנדערס מאל.

אקעי, כ'קום ביינאכט צו וואכנאכט! כ'האב נאך אפאר זאכן פעסצושטעלן, ווי למשל:
די קימפעטארין איז געפארן ערגעץ אויף אפרו?

האסט ליב דיין שוויגער'ס נאכטמאל?

וועלכע דייעטס האסטו שוין אויספרובירט?
האסטעך געקענט צושטעלן צו טאניע?

ווי אפט פארסטו אויף וועקעישאנס?

די פעפערנייגער משפחה וואס וואוינט העכער דיר זענען יענס סחורה, הא?

וואסיז געווען די הצלה קאל פאריגע וואך ביי ענקער הויז? א נערוון מעשה, הא? נעבעך...

וואס טוט דיין שווער נאכן סעודה פרייטאג צונאכטס?

האט זיך דיין פעשליכקייט אנגעהויבן דורכן אראפשלינגען א שירעם און ס'האט זיך פשוט צועפנט אין בויך?

האסט שוין אמאל פארקויפט זאכן אויף עמעזאן?

דיין קאר איז געליעסט?

וויפיל צימערן האט דיין דירה?
וועלכע ממזר'ישע פרייז בעט דיר דיין לענדלארד?

וועלכער 'דיין' נוצסטו פאר יורה דעה שאלות?
פארוואס נוצטע נישט דעם רב פון דיין ביהמ"ד?
ווער איז געווען דיין חתן-מדריך?

זאג נאר, א פאליסי האסטו שוין? אויף וויפיל רעדלעך?

* * *

לי' לייענער:
טרעפסט א בלאשי סטייל יונגערמאן, אזא לא הביישן למד טיפ, אן איידעלער וואס וועט זיך נישט וויסן וויאזוי אפצושאקלען פון א וויידל?
דאן מאך זיכער אים צו געבן א היטש, גיי צו זיין שאלענזאכער, טרעף אים ווי א שלאק אינמיטן צאמדרייען די רבינו תם'ס תפילין, ווי א דונער אינמיטן העלן שטורעמווינט... און דארט קלעב זיך ארויף אויף אים.

וויקל אים ארום ווי א שפין-וועבעכץ, פארש אים אויס, היידזשעק אים, נעם אים אויפן צימבל, אויף א דורכדרינגליכער קרייץ-פארהער,
שלעפ ארויס פון אים די קישקעס מיט די געדערים איניינעם, ער זאל דיר פיטערן אינפארמאציע ווי אן עי-טי-עם וואס איז אינפילטרירט געווארן דורך א רויבער...



יאפ ס׳איז געלעכערט!
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - א ציפראסקעטע פאליסי...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - א ציפראסקעטע פאליסי...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

ווי א דונער אינמיטן העלן שטורעמווינט...

געוואלדיג, מילצן אלערט!
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - א ציפראסקעטע פאליסי...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

:lol: :lol: :lol:

חוח בתפארתו! קיין גראד ווארט..
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - א ציפראסקעטע פאליסי...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

חוח, ביזסט א לץ!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - א ציפראסקעטע פאליסי...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

ווען דער נאר איז נישט מיינער...
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - א ציפראסקעטע פאליסי...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

:lol: :lol: :lol: :lol:

כ'האב מיר נישט געקענט כאפן ס'אטעם...
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - א ציפראסקעטע פאליסי...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

חוח ווי שטענדיג שטעכדיג!
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - א ציפראסקעטע פאליסי...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

שרעקליך גוט צולייגט!

נא!, האט ער א פאליסי צו נישט?
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - א ציפראסקעטע פאליסי...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

חוח! אדר לאכט מען :lol: :lol:
האסט מיר גוט אנגעצויגן... דער משוגענער פינף ציין זענען אים ארויסגעפלויגן :evil: :evil:
נעקסט טיים שיק אים נישט צו מיר
מיינסט ערטצעך דערשראקן אזוי מאכט ערמער :mrgreen: :mrgreen:
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - א ציפראסקעטע פאליסי...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

אן ארטיקל וואס ווען מען ליינט עס, און נאכדערצו ווען עס איז שרעקליך טונקל און א ליידיגע צימער, שרייט מען הויעך "מאממממייייי קום שנעל אהער, איך האב מורא פון דעי מענטש" ער איז א משוגענער!!
קאלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 12:48 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - א ציפראסקעטע פאליסי...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלט »

:lol: :lol: :lol:

זייער א געשמאקע שפראך.

איך וואלט עס ארום געשיקט צו אפאר מענטשן אלס רמז זיי זאלן אראפ קריכן פון מיר
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - א ציפראסקעטע פאליסי...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

איי חוח'ל זיסער... אוי האב איך געלאכט... כזה: :lol:

כשמו כן הוא, ציפראסקעט. מליצות וואס גיסן זיך אן אויפהער... טאטע זיסע
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - א ציפראסקעטע פאליסי...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

ממש אזוי...
אבער נישט איין מאל נישט צוויי מאל נאר יעדע מאל וואס ער האט מיר געזעין.ביז איך האב אים געזאגט ברחל טאכטער פיצי..

יאג אפ פון מיר. אבער שוין.

אבער פארוואס? ס'איז באמת באטאמט צי שמיסען מיט דיר. קענסט מיר נישט זאגן ווי א נארמאלע מענטש אז די יאגסט זיך?...
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - א ציפראסקעטע פאליסי...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

tesla האט געשריבן:ממש אזוי...
אבער נישט איין מאל נישט צוויי מאל נאר יעדע מאל וואס ער האט מיר געזעין.ביז איך האב אים געזאגט ברחל טאכטער פיצי..

יאג אפ פון מיר. אבער שוין.



און אויך נאכן טאכטער-פיצעווען האט ער נאך אלץ נישט געכאפט ווי צעפראסקעט ער איז.

ביז.. ביז האסט אים ענדליך אראפגעווארפן אלע טרעפ, ער האט זיך גוט צע'מקל'ט די ביינער, ערשט דעמאלט האט ער געעפנט א פאר אויגן אויף דיר: "קענסט מיר נישט מרמז זיין אז דו יאגסט זיך? צו וואס דארפסטו מיר ארויסווארפן ווי א כלב?"

און שוין.
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - א ציפראסקעטע פאליסי...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

חוח בין השושנים האט געשריבן:
tesla האט געשריבן:ממש אזוי...
אבער נישט איין מאל נישט צוויי מאל נאר יעדע מאל וואס ער האט מיר געזעין.ביז איך האב אים געזאגט ברחל טאכטער פיצי..

יאג אפ פון מיר. אבער שוין.



און אויך נאכן טאכטער-פיצעווען האט ער נאך אלץ נישט געכאפט ווי צעפראסקעט ער איז.

ביז.. ביז האסט אים ענדליך אראפגעווארפן אלע טרעפ, ער האט זיך גוט צע'מקל'ט די ביינער, ערשט דעמאלט האט ער געעפנט א פאר אויגן אויף דיר: "קענסט מיר נישט מרמז זיין אז דו יאגסט זיך? צו וואס דארפסטו מיר ארויסווארפן ווי א כלב?"

און שוין.


:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - א ציפראסקעטע פאליסי...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

אוי האב איך צאמגעלאכט ביים ליינען דאס, אוי אידאס געווען גוטע צייטן...

ר' חוחי האט א צופראסקעטע פעדער, קיין איין גראד ווארט קומט נישט ארויס פונעם... מ'קען זיך באסמאקעווען מיט יעדע שורה, אן ארטיקל אזיינט'ס און אזעלעכטס, צו לאכן און צו שרייען... פונעם זעצינפלייצע ביזן פאליסי...

ישר כוח פארן אזוי מהנה זיין! כאבעס שוין איבערגעליינט דריי מאל, ווען כ'שרייב ווען א תגובה נאכן ליינען ס'ערשטע מאל וואלט געווען דא אזא 100 סמייליס..
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - א ציפראסקעטע פאליסי...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:כאבעס שוין איבערגעליינט דריי מאל, ווען כ'שרייב ווען א תגובה נאכן ליינען ס'ערשטע מאל וואלט געווען דא אזא 100 סמייליס..

זיידעך מסביר בעסער. יעדע מאל ווען מ'ליינטעס שטארבן אפ נאך אזאנע צענדליגע סמיילעריס?

==

כ'ברענג ארויף דעם אשכול אינדערהייך, כדי דער יעניגער (יא דו! דריי דיך נישט אויס! כ'מיין דיר און נאר דיר!!!) וואס האט מיר היינט אויסגעפארשט אזוי עמי בבית ביי מיר אין קאר אלעמינע צעדרייטע פראגעס, זאלעס דא זען אויפן אויבערפלאך און זיך וואונדערן פון וועכע שלאק ס'רעטצעך...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”