אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מצליח
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:33 am

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצליח »

רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין ווארפט אפ נייע אינפארמאציע וואס לינקט דירעקט די דורכגעפאלענע אסעסינאציע פונעם רוסישן אפאזיציע פירער אלעקסיי נאוואלני, צו די רוסישע עפ-עס-בי שפיאנאזש אגענטור, זאגנדיג אז ווען רוסלאנד וואלט ווען געוואלט הרג'נען דעם פאליטיקאנט, וואלט ער געווען טויט.....
אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 991
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

פינקט ווי די באבע פון די "צאינה וראינה"
די ערליכע ‫אידענע וואס ליינט מכירת‬ ‫יוסף אין די צאינה וראינה‪ ‬‬
די מעשה וואס ס'האט פאסירט צווישן יוסף און זיינע ברידער,
אוי די טרערן פון געוויין, ליידער זענען די שערי שמים פארשפארט, מ'האט דעם יוסף'ן אריינגעווארפן אין גרוב, אין די מכירת‬ ‫יוסף פאסירט..
יאר איין יאר אויס, שטיקט די טרערן די באבע ווידער דאס יאר.
אבער די באבע די רבנית הצדיקת האט עם פאר געהאלטן,
איך האב דיר שוין פאר-יאר געווארנט, אז דאס גייט פאסירן,
יעדעס יאר.. פארוואס גייט ער נאך אלץ צו דו ברידערס?
איך ווייס נישט גענוי וואס‬ ‫ס'פאסירט מיט דיר יוסף?
אין פינקט ווי-פאר-יאר טוט ער-עס דאס יאר ווידער...?
יוסף!
איך האב שוין נישט-קיין געפיל צו-דיר!
דאס איז עס..!

די היינטיגע 'טעגלעכע איד'
נאוואלני ארעסטירט. פּוטין קריטיקער

דער באקאנטער רוסישער אפּאזיציע פירער, אלעקסי נאוואלני, איז נעכטן ארעסטירט געווארן תיכף ביים אנקומען אין רוסלאנד צוריק פון דייטשלאנד, וואו ער האט זיך ערהוילט נאכ‘ן אוועקפאלן קראנק פון סם אין א גלאז טיי בשעת'ן פליען פון סיביר צו מאסקווע אויגוסט 20 די סם אטאקע ווערט פארדעכטיגט אלס אן אקציע פון פּרא פּוטין אגענטן

סוף דעצעמבער האט רוסלאנד געווארנט נאוואלני'ן, אז עס דראעט אים טורמע טאמער קומט ער נישט גלייך צוריק זיך איבערצוגעבן פאר טורמע באאמע אויף אן אלטע קלאגע דאנערשטאג האט רוסלאנד ארויסגעגעבן אויף אים אן ארעסט וואראנט און זונטאג ווי נאר ער האט געלאנדעט אין מאסקווע לופטפעלד איז ער ארעסטירט געווארן דורכ‘ן פּאספּארט קאנטראל

"איך, ארעסטירט? איך בין דאך אן אומשולדיגער מענטש" האט ער זיך אנגערופן צו רעפּארטערס ביים איינשטייגן אינעם פליגער אין דייטשלאנד זיין פרוי האט מען יא געלאזט אריינגיין אין רוסלאנד

"די טעגלעכע איד" נייעס פין די לעצטע פאר חדשים. .

נאוואלני וועט אהיימפארן קיין רוסלאנד
מאסקווע – דער הויפּט קרעמלין אפּאזיציע פיגור אלעקסיי נאוואלני זאגט אז ער פּלאנירט אין די קומענדיגע טעג אהיימצופארן קיין רוסלאנד, טראץ וואס די אויטאריטעטן סטראשען אז זיי גייען אים נאכאמאל ארעסטירן נאוואלני, וועלכער געפינט זיך שוין אין דייטשלאנד זינט אוגוסט ווען ער איז טראנספערירט געווארן אהין צו ווערן באהאנדלט פון א פארפּעסטיגונג מיט די רוסישע מיליטערישע נאוויטשאק סם, זאגט אז ער איז נישט דערשראקן פון די סטראשונקעס

רוסלאנד סטראשעט נאוואלני מיט טורמע
מאסקווע – רוסישע אויטאריטעטן האבן נעכטן פארארדענט אז דער אפּאזיציע פירער אלעקסיי נאוואלני זאל זיך זאפארט צוריקקערן קיין רוסלאנד, אדער אויסשטיין טורמע נאוואלני געפינט זיך אין דייטשלאנד שוין עטליכע מאנאטן, זינט ער איז אפּגעפירט געווארן אהין מיט א מעדיקל פליגער נאכ'ן ווערן פארגיפטעט ביי א באזוך אין סיביר דורך רוסישע אגענטן די רוסישע רעגירונג זאגט יעצט אז נאוואלני דארף ענדיגן אויסדינען אן אלטן טורמע טערמין און האט א דעדליין ביז היינט אינדערפרי צוריקצוקומען

דער אמעריקאנער סטעיט דעפּארטמענט האט נעכטן קלאר געזאגט אז די רוסישע רעגירונג איז געשטאנען אונטער דער פארגיפטיגונג פון אלעקסיי נאוואלני

נאוואלני פארנארט רוסישן באאמטן
מאסקווע – דער רוסישער אפּאזיציע פירער אלעקסיי נאוואלני האט באוויזן צו פארנארן א רוסישן אגענט, דורך יענעם טעלעפאנירן מיט א פאלשן אידענטיטעט אלס א הויכראנגיקער סעקיוריטי באאמטער יענער רוסישער אגענט, קאנסטאנטין קודריאווטסעוו, האט דאן אומוויסנדיג דערציילט פאר נאוואלני ביים טעלעפאנישן געשפּרעך פּונקט וויאזוי מען האט אונטערגעשטעלט די נאוויטשאק סם צו פארגיפטן נאוואלני ביי זיין באזוך אין סיביר אום אוגוסט קודריאווטסעוו האט דערציילט אז מ'האט אריינגעשטעלט די סם אין נאוואלני'ס וועש

פּוטין לייקנט פארפּעסטיגונג פון נאוואלני
מאסקווע – דער רוסישער פּרעזידענט וולאדימיר פּוטין האט נעכטן אפּגעווארפן באשולדיגונגען אז די רעגירונג איז געשטאנען אונטער דער פארפּעסטיגונג פון זיין הויפּט פּאליטישער קעגנער אלעקסיי נאוואלני פּוטין איז אנגעפרעגט געווארן וועגן דער נאוואלני פארפּעסטיגונג וואס האט פּאסירט פארלאפענעם אוגוסט, וואס נאוואלני האט זיך דערפון שוין פולקאם ערהוילט פּוטין האט רעאגירט אז ווען ער וויל ווען פּטור ווערן פון נאוואלני, וואלט ער דאס ערלעדיגט, און האט באשולדיגט אמעריקע'ס שפּיאנאזש אגענטורן אין פארשפּרייטן ליגנטס
נאוואלני שליסט אטענטאט פארשונג

מאסקווע – דער רוסישער אפאזיציע פיגור אלעקסיי נאוואלני האט נעכטן דערקלערט, אז די אויספארשונג איבער זיין פארפעסטיגונג מיט נאוויטשאק סם פארלאפענעם אוגוסט איז אפיציעל געשלאסן, נאכדעם וואס מען האט אידענטיפיצירט די פארשוינען וואס האבן עס געטאן נאוואלני האט געארבעט מיט דער "בעלינגקעט" אויספארשונג גרופע און צוזאמגעשטעלט קלארע באווייזן מיט אידענטיטעטן, אז א גרופע רוסישע "עף-עס-בי" אגענטן האבן דורכגעפירט די פארפעסטיגונג

אייראפּע סאנקציעס איבער נאוואלני פאר'סמ'ונג
מאסקווע – די אייראפּעאישע יוניאן האט נעכטן באשטעטיגט סאנקציעס אויף זעקס באאמטע אינערהאלב דער רוסישער רעגירונג, און אויך איין רוסישע ארגאניזאציע, אין פארבינדונג מיט דער פאר'סמ'ונג פון דער רוסישער אפּאזיציע פיגור אלעקסיי נאוואלני, וואס פארשונגען צייגן אז ס'איז געטאן געווארן מיט רוסישע מיליטערישע נאוויטשאק נערוו גאז די סאנקציעס זענען ארויפגעשטעלט געווארן א טאג נאכדעם וואס רוסלאנד'ס אויסערן מיניסטער האט געסטראשעט אז רוסלאנד וועט רעאגירן מיט ענליכע סאנקציעס

סטראשע איבער נייע נאוואלני סאנקציעס
בערלין — רוסלאנד'ס אויסערן מיניסטער האט געווארנט נעכטן אז די רוסישע רעגירונג וועט איינפרירן אלע זייערע קאנטאקטן און באציאונגען מיט די אייראפּעאישע יוניאן די סטראשע פון מיניסטער סערגעי לעווראוו איז געקומען אלס רעאקציע צו דעם וואס פראנקרייך און דייטשלאנד האבן אפּעלירט צו אנדערע אייראפּעאישע לענדער אז מען זאל שטעלן סאנקציעס אויף רוסלאנד וועגן די לעצטיגע פאר'סמ'ונג פונעם אפּאזיציע פירער אלעקסיי נאוואלני

נאוואלני פארלאנגט קליידער פון רוסלאנד
מאסקווע – דער רוסישער אפּאזיציע פירער אלעקסיי נאוואלני האט פארלאנגט נעכטן אז די רוסישע רעגירונג אויספארשער זאלן אים שיקן די קליידונג וואס ער האט אנגעהאט אויף זיך בשעת ער איז פאר'סמ'ט געווארן נאוואלני זאגט אז די רוסישע רעגירונג האט קאנפיסקירט זיינע קליידונג בשעת ער איז געלעגן אין אן ארטיגן שפּיטאל, און ער זאגט אז די קליידונג האט מעגליך קלארע שפּורן פון די נאוויטשאק סם מיט וועלכע ער איז פארפּעסטיגט געווארן

אלעקסיי נאוואלני, וועמען רוסלאנד האט ווארשיינליך פארפּעסטיגט מיט נאוויטשאק סם, האט געזאגט נעכטן אז ער איז אנטשלאסן זיך צוריקצוקערן קיין רוסלאנד

רוסלאנד האט נייע נאוואלני אינפארמאציע
רוסלאנד זאגט יעצט אז אירע פּאליציי האבן שוין א חשבון פון אלעקסי נאוואלני'ס לעצטע באוועגונגען פאר'ן חלש'ן אויף א פליגער אין סיביר לעצטן חודש זיי ווייסן אז ער האט זיך באזויפן, און זיי זוכן צו טרעפן איינעם וואס האט דאס בייגעוואוינט פאר'ן פארלאזן דאס לאנד רוסלאנד גיט זיך אן וויליג צו שיקן אויספארשערס קיין דייטשלאנד צו ארבעטן מיט זיי אויף דעם קעיס נאוואלני איז שוין ארויס פון א קאמא

פּוטין קריטיק נאוואלני אראפּ פון קאומא
בערלין – דער אפּאזיציע פיגור פונעם רוסישן פּרעזידענט וולאדימיר פּוטין, אלעקסיי נאוואלני, איז אראפּגענומען געווארן פון די מעדיצינישע קאומא אין וועלכע ער איז געווען פארשלאפט אין די לעצטערע טעג נאוואלני ווערט באהאנדלט אין א שפּיטאל אין בערלין נאכ'ן ווערן פאר'סמ'ט אין רוסלאנד, און די דייטשע רעגירונג האט דערקלערט אז זי האט באווייזן אז ער איז פאר'סמ'ט געווארן מיט די רוסישע מיליטערישע "נאוויטשאק" נערוו-גאז נאוואלני איז שוין סטאביל און קאמיוניקירט מיט ארומיגע

קרעמלין: נישט יאגן צו פרישע סאנקציעס
מאסקווע – דער קרעמלין האט נעכטן געזאגט אז די מערב-וועלט זאל זיך נישט יאגן ארויפצושטעלן סאנקציעס אויף איר, נאכדעם וואס דייטשלאנד האט דערקלערט אז זי האט באווייזן אז דער פּוטין אפּאזיציע פיגור אלעקסיי נאוואלני איז פאר'סמ'ט געווארן מיט רוסישע מיליטערישע נאוויטשאק סם דער קרעמלין ווארטזאגער דעמיטרי פעסקאוו זאגט אז ס'איז נישטא קיין שום באווייז אז רוסלאנד איז געשטאנען אונטער דער נאוואלני פארפּעסטיגונג, און זיי האבן טאקע גארנישט געהאט דערמיט

דייטשלאנד: נאוואלני פאר'סמ'ט מיט נאוויטשאק
בערלין – די דייטשע רעגירונג איז נעכטן ארויסגעקומען און דערקלערט אז דער רוסישער אפּאזיציע פיגור אלעקסיי נאוואלני, וועלכער געפינט זיך אין א שווערן צושטאנד אין א בערלינער שפּיטאל נאכ'ן פאלן אונמאכט אויף א פליגער אין רוסלאנד, איז ווירקליך פאר'סמ'ט געווארן מיט די נאוויטשאק כעמישע גאז נאוויטשאק איז א כעמישע וואפן וואס דאס רוסישע מיליטער האט אנטוויקלט, און עס איז גענוצט געווארן דורך רוסישע אגענטן אין יאר 18' צו פאר'סמ'ען דעם געוועזענעם אגענט סערגעי סקריפאל אין ענגלאנד

נאטא וויל פארשן נאוואלני פאר'סמ'ונג
אייראפּע – דער נאטא סעקרעטאר-גענעראל יען סטאלטענבערג האט געזאגט אז ער וויל אן אויספארשונג איבער דער קראנקהייט פונעם רוסישן אפּאזיציע פיגור אלעקסיי נאוואלני, זאגנדיג אז מעדיקל רעפּארטס צייגן אז נאוואלני איז שטארק מעגליך פאר'סמ'ט געווארן סטאלטענבערג האט געזאגט אז נאטא גלייבט דאס וואס די דאקטוירים אינעם בערלינער שפּיטאל זאגן, אז זייערע טעסטס צייגן אז נאוואלני'ס קערפּער האט פארמאגט אין זיך א כעמיקאל, און מען דארף דערגיין דעם אמת איבער די גאנצע זאך

בערלין – דייטשלאנד האט נעכטן געזאגט אז זיי האבן געשטעלט דעם רוסישן אפּאזיציע פיגור, אלעקסיי נאוואלני, אונטער שטרענגע וואך אינעם שפּיטאל, נאכדעם וואס זיי האבן פעסטגעשטעלט אז נאוואלני איז קראנק געווארן אלס רעזולטאט פון א פארפּעסטיגונג נאוואלני איז שבת אפּגעפירט געווארן פאר באהאנדלונג פון רוסלאנד קיין דייטשלאנד, און נעכטן האבן דייטשע דאקטוירים געזאגט אז טעסטס צייגן אז נאוואלני איז פאר'סמ'ט געווארן מיט א שעדליכן כעמיקאל וואס מ'נוצט אין פּעסטיסיידס

איז פאר'סמ'ט געווארן דאקטוירים נאוואלני
בערלין – דייטשלאנד האט נעכטן געזאגט אז זיי האבן געשטעלט דעם רוסישן אפּאזיציע פיגור, אלעקסיי נאוואלני, אונטער שטרענגע וואך אינעם שפּיטאל, נאכדעם וואס זיי האבן פעסטגעשטעלט אז נאוואלני איז קראנק געווארן אלס רעזולטאט פון א פארפּעסטיגונג נאוואלני איז שבת אפּגעפירט געווארן פאר באהאנדלונג פון רוסלאנד קיין דייטשלאנד, און נעכטן האבן דייטשע דאקטוירים געזאגט אז טעסטס צייגן אז נאוואלני איז פאר'סמ'ט געווארן מיט א שעדליכן כעמיקאל וואס מ'נוצט אין פּעסטיסיידס

נאוואלני וועט געפירט ווערן צו דייטשלאנד
מאסקווע – דאקטוירים אין רוסלאנד האבן געגעבן דעם אקעי פאר'ן אפּאזיציע פירער אלעקסיי נאוואלני געפירט צו ווערן קיין דייטשלאנד פאר מעדיצינישע באהאנדלונג, נאכדעם וואס ער איז געפאלן אונמאכט צוליב א פארדעכטיגטע פאר'סמ'ונג אריגינעל האבן זיי נישט געוואלט לאזן נאוואלני קריגן באהאנדלונג אין דייטשלאנד, פירנדיג צו נאכמער פארדאכטן אז דער פּוטין רעזשים וויל באהאלטן דעם פאקט אז ער איז פאר'סמ'ט געווארן אין א דירעקטער אטאקע דורך דער רעגירונג

פּוטין קריטיק נאוואלני פאר'סמ'ט געווארן
מאסקווע – דער רוסישער אפּאזיציע פירער אלעקסיי נאוואלני איז אין שפּיטאל אין סיביר אינעם איי-סי-עו, נאכדעם וואס ער איז געפאלן אונמאכט און פארלוירן זיין באוואוסטזיין ווען ער איז פאר'סמ'ט געווארן נאוואלני איז שוין אומצאליגע מאל ארעסטירט געווארן און געצילט געווארן דורך דעם רעזשים פון וולאדימיר פּוטין, און יעצט זאגן נאוואלני'ס אדוואקאטן אז ער איז פאר'סמ'ט געווארן ווען ער האט געטרונקען טיי אויף א פליגער, וואס מען גלייבט אז ס'איז אריינגעמישט געווארן א סם דערין
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
אוועטאר
aal
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 1:01 pm

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך aal »

Alex Navalny
אטעטשמענטס
aleks.gif
aleks.gif (98.88 KiB) געזען 2511 מאל
arest .jpg
arest .jpg (10.06 KiB) געזען 2511 מאל
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2451
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

פארוואס איז ער טאקע אהין געפארן?

איז ער א פירער פון א פעסטע באוועגונג?
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

ער איז שוין יעצט לכאורה עבר ובטל...
יעצט העט ער קענען אויפקערן פוטינ'ס פאלאץ...
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

האב איך זיך אנגעשטויסן אין נאוואלני'ס זייטל (פרעגט נישט פארוואס) און ס'איז מיר גאנץ געפאלן א לענגערן באריכט איבער פוטינ'ס פריוואטע מעגא פאלאץ וואס ער האט זיך "געלאזט" בויען - ד.מ. נישט פראטעסטירט פאר די וואס האבן אים שטארק געוואלט מהנה זיין דערמיט אויסדרוקליך קעגן זיין ווילן - פאר העכער א ביליאן טאלער (נישט רובל) הארט ביים ברעג פונעם שווארצן ים, ווי פארשטענדליך האט ער עס בלית ברירה געקויפט אויף א צווייטענ'ס נאמען צו קענען אנהאלטן לעבנסוויכטיגע שטאטישע פראגראמען און אנדערע נויטיגע בענעפיטן, ער האט דארט א לענגערען דעטאלירטן באריכט איבער אלע תענוגי עוה"ז צו וואס עס פארשטייט נאר א גוי.

בעיסמענט פלאר
ערשטע פלאר
צווייטע פלאר

גוגל מעפס לינק פאר ווער עס זוכט דירעקציעס
אטעטשמענטס
palace45.jpg
palace45.jpg (224.16 KiB) געזען 2272 מאל
קאמענטארן זענען איבריג
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2451
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:ער איז שוין יעצט לכאורה עבר ובטל...
יעצט העט ער קענען אויפקערן פוטינ'ס פאלאץ...

קומט היינט ארויס אז פון זיין דארפן זיצן אפאר וואכן, ווערט עס אפאר יאר...
אוועטאר
חיים ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 3:15 am
לאקאציע: אין בעט נעבן די פאלעסיידס

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים ברוך »

נעם אין אכט האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:ער איז שוין יעצט לכאורה עבר ובטל...
יעצט העט ער קענען אויפקערן פוטינ'ס פאלאץ...

קומט היינט ארויס אז פון זיין דארפן זיצן אפאר וואכן, ווערט עס אפאר יאר...

ווי איך פארשטיי איז אפציעל רוסלאנד א פרייע לאנד.. איז לשיטתם וואס איז זיין חטא פארוואס ער דארף זיצען?
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

נעם אין אכט האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:ער איז שוין יעצט לכאורה עבר ובטל...
יעצט העט ער קענען אויפקערן פוטינ'ס פאלאץ...

קומט היינט ארויס אז פון זיין דארפן זיצן אפאר וואכן, ווערט עס אפאר יאר...

אבער אויף דעם זאגט מען "שוטה אסור לרחם עליו", מ'האט דאך אים געווארענט, קען ער דען נישט פוטינן?!.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

וואס איז טאקע פשט אז ער איז צוריקגעפארן?ער קען דאך פונקט אזוי אנגייען פון אינדרויסן?

און פארוואס טען נישט די מערב לענדע עס פארדאמען? וואס איז פשט פון די זיידענע הענטשיך באציאונג?
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30714
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

וואס טוט זיך האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט אז ער איז צוריקגעפארן?ער קען דאך פונקט אזוי אנגייען פון אינדרויסן?

און פארוואס טען נישט די מערב לענדע עס פארדאמען? וואס איז פשט פון די זיידענע הענטשיך באציאונג?

פונדערווייטענס ווערט מען שנעל אומרעלעוואנט, ווייט נישט אזא כח. ווי אויך ווייל ער דאך ווייזן פאר די וועלט די רדיפות און אז ער איז אומשולדיג.

מען האט יא פארדאמט. אבער וואס העלפט עס דען?
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
משה בן יעקב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 2:18 pm

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בן יעקב »

איז דאך פוטין טאקע א בהמה פאר וואס קען ער נישט מאכען וואו מען האט געמאכט אין אמעריקע מיט די מאשינען זאלען טוישען די וואטס פאר ביידען אין שלום על ישראל צי וואס דארף ער יעדען קעגנער אראפ ווארפען פין דאך???
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

משה בן יעקב האט געשריבן:איז דאך פוטין טאקע א בהמה פאר וואס קען ער נישט מאכען וואו מען האט געמאכט אין אמעריקע מיט די מאשינען זאלען טוישען די וואטס פאר ביידען אין שלום על ישראל צי וואס דארף ער יעדען קעגנער אראפ ווארפען פין דאך???

אמעריקע איז פשוט מער אינאוועיטיוו, דאנט ווארי ראושע וועט שוין קויפען די טעכנאלאגיע.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
משה בן יעקב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 2:18 pm

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בן יעקב »

מטעמים האט געשריבן:
משה בן יעקב האט געשריבן:איז דאך פוטין טאקע א בהמה פאר וואס קען ער נישט מאכען וואו מען האט געמאכט אין אמעריקע מיט די מאשינען זאלען טוישען די וואטס פאר ביידען אין שלום על ישראל צי וואס דארף ער יעדען קעגנער אראפ ווארפען פין דאך???

אמעריקע איז פשוט מער אינאוועיטיוו, דאנט ווארי ראושע וועט שוין קויפען די טעכנאלאגיע.

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

שטורמישע פראטעסטן איבער גאנץ רוסלאנד קעגן פוטין – טויזנטער ארעסטירט

אין הונדערטער שטעט איבער רוסלאנד האבן הונדערטער טויזנטער פראטעסטירט קעגן פוטין אין ליכט פון די ארעסט פונעם אפאזיציע פירער אלעקסיי נאוואלני. און גערופן פאר די באפרייאונג פון פאליטישע ארעסטאנטן. די פראטעסטן זענען פארגעקומען אין אלע ווינקלן פון רוסלאנד, אריינגערעכנט טיף אין סיביר וואו בירגער זענען ארויסגעקומען פראטעסטירן אין פארפרוירענע טעמעפראטורן פון ארום 40 אונטער זערא. אין פילע פלעצער האבן פראטעסטירער געווארפן שניי-באלן אויף די פאליציי.

די פראטעסטירער האבן פארלאנגט אן ענדע צו די טיפע קארופציע פון פוטין'ס רעזשים. "פוטין, גנב" האבן טויזנטער געשריגן. דאס קומט נאכדעם וואס נאוואלני האט ארויסגעגעבן א פרישע דאקומענטאציע פון פוטין'ס גניבות פון שטייער צאלער געלטער.

די גרעסטע פראטעסטן מיט ריזיגע מאסן זענען אפגעהאלטן געווארן אין מאסקווע און אין סענט פעטערסבורג. הונדערטער זענען ברוטאל צושלאגן געווארן און ארעסטירט געווארן. ווידעאוס צייגן אויסטערלישע ברוטאליטעט קעגן רואיגע פראטעסטירער.

די אפיציעלע ציפערן פון די רוסישע רעגירונג געט אן איבער עטליכע הונדערט ארעסטן, אבער פארלעסליכע פעלער זאגן אז עס רעדט זיך אין די פילע טויזנטער. און דער 'ניו יארק טיימס' שטעלט די ציפער ביי 3,000 פון איבער 109 שטעט.

אויסער די ארעסטירטע ביים פראטעסט האט פאליציי שוין אין די טעג בעפאר ארעסטירט הונדערטער צווישן די ארעסטירטע האבן זיך געציילט פילע מינדעריעריגע, א ווידעאו האט געצייגט די ארעסט פון א צען יעריג קינד. זיי זענען באפרייט געווארן נאכדעם וואס דאס האט געשאפן אן אינטערנאציאנאלע שטורעם.

דער אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט האט ארויסגעגעבן אן אפיציעלע סטעיטמענט רופנדיג פאר רוסלאנד צו "רעספעקטירן די רעכטן פון בירגער צו אויסדרוקן זייער מיינונג" און ענדיגן די ברוטאליטעט קעגן פראטעסטירער, און אזוי אויך געשטיצט די רוף פון די בירגער צו באפרייען נאוואלני.

•אידישע נייעס
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

נאוואלני איז בפשטות צוריקגעפארן כדי צו ווייזן אז ער דערשרעקט זיך נישט. איך מוז אייך זאגן, דער איז א בראווער מענטש. דער שטעלט זיך ארויס אן קיין מורא און אן קיין פחד קעגן איינעם וואס האט אים שוין מער פון איינמאל פרובירט צו פארשיקן...
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

ר' זעקל האט געשריבן:דער אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט האט ארויסגעגעבן אן אפיציעלע סטעיטמענט רופנדיג פאר רוסלאנד צו "רעספעקטירן די רעכטן פון בירגער צו אויסדרוקן זייער מיינונג" און ענדיגן די ברוטאליטעט קעגן פראטעסטירער, און אזוי אויך געשטיצט די רוף פון די בירגער צו באפרייען נאוואלני.

קרעמלין ווארטזאגער דמיטרי פעסקאוו זאגט אז אזעלכע, און ענליכע, סטעיטמענטס זענען אן "אריינמישונג אין אינערליכע אנגעלעגענהייטן" און "זענען א קלארע שטיצע פאר שריט וואס דאס רוסישע געזעץ".
לעצט פארראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום דינסטאג פעברואר 02, 2021 4:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

און אונזער פריערדיגע פרעזידענט איז נאך געווען פאניע-בראד מיט דער דיקטאטור, אזש ער האט אים מער געגלייבט ווי אמעריקע'ס אייגענע אפישעלס, און ער האט אים געוואלט צוריקברענגען צום G7 סאמיט..
לאמער האפן אז ביידען יר"ה העט אוועקשטעלן א שטייפערע טאן פאר דער דיקטאטורישע רעזשים..
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

וואס טוט זיך האט געשריבן:און אונזער פריערדיגע פרעזידענט איז נאך געווען פאניע-בראד מיט דער דיקטאטור, אזש ער האט אים מער געגלייבט ווי אמעריקע'ס אייגענע אפישעלס, און ער האט אים געוואלט צוריקברענגען צום G7 סאמיט..
לאמער האפן אז ביידען יר"ה העט אוועקשטעלן א שטייפערע טאן פאר דער דיקטאטורישע רעזשים..

ביידן האט אסאך מער מיט טשיינע וואס איז אסאך ערגער אין די נושא ווי פוטין ווי טראמפ האט געהאט מיט פוטין דאס איז א געבעקס פון די מידיע אז טראמפ האט געהאט עפעס עקסטערע שייכות מיט פוטין
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

די אייראפּעאישע יוניאן האט נעכטן געזאגט אז זיי וועלן זיך צוריקהאלטן פון ארויפשטעלן פרישע סאנקציעס אויף רוסלאנד, אויב די ארטיגע רעגירונג באפרייט דעם אפּאזיציע פירער אלעקסיי נאוואלני פון טורמע.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

פאליציי אין רוסלאנד האט היינט ארעסטירט דריי טויזנט מענטשן איבער'ן לאנד, דורכאויס מאסן דעמאנסטראציעס וועלכע ווערן אפגעהאלטן פאר די באפרייאונג פון נאוואלני.
אוועטאר
מוקיר רבנן
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 4:57 pm

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוקיר רבנן »

BREAKING: Russian opposition leader Alexei Navalny sentenced to 3.5
years in prison
דעת בעלי בתים היא היפך מדעת תורה
מצליח
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:33 am

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצליח »

די רוסישע קארט האט יעצט געאורטיילט פאר אפאזיציע פירער אלעקסיי נעוואלני א פרישע 3 און אהאלב יאר טורמע .
מצליח
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:33 am

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצליח »

דאס איז ערווארטעט צו ברענגען פרישע שטורעמישע פראטעסטען איבער די וועלט און אין רוסלאנד זעלבסט
מצליח
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:33 am

Re: אלגעמיינע נייעס פון רוסלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצליח »

נעוואלני היינט און געריכט הויז און רוסלאנד
20210202_123156.jpg
20210202_123156.jpg (48.68 KiB) געזען 1184 מאל
20210202_123135.jpg
20210202_123135.jpg (60.5 KiB) געזען 1184 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”