אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע; בד"ה

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בלינצע
שר האלף
תגובות: 1218
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך בלינצע »

@ פארצייטיש, תשלומי ד' וה'.
תפיסה האט זיך ארויסגעשטעלט נישט אפצוהאלטן אנדערע פון עס טון. א בליק אויף די ציפערן זאגט קלאר אז עס ארבעט נישט.

און בכלל אפשר זאל מען אים אפשניידן אפאר פינגער למען ישמעו ויראו?
בלינצע
שר האלף
תגובות: 1218
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך בלינצע »

צל עובר האט געשריבן:@בלינצע, בנוגע דעם וואס גנב'עט ברויט אין וואל-מארט, ווייל דו ווילסט אז עס זאל זיין קאנסקעווענצן פאר איינעם וואס שפאצירט ארויס פון גראסערי אומבאצאלט.


איך פארשטיי נישט וואס דו מיינסט צו זאגן
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך צל עובר »

דו זאגסט אז ער זאל מקיים זיין והשיב את הגזילה, זאג איך אז עס דארף אויך זיין קאנסקעווענצן.

עניוועי, וואס הייסט יא בלוי קאלנער וואס מען מעג לאזן אין תפיסה אייך אלט און קראנק? דוקא נאר א מערדער כל די עצמו, אדער אויך על ידי השליח, אדער אויך א דראג דילער?
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך Programming »

פארצייטיש האט געשריבן:
בלינצע האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
בלינצע האט געשריבן:פאר ווייסע קאליר קריימ'ס, אבסעלוטלי יא.

בערני מעידאף הייסט אויך ווייס?

גע'גנב'ט אין וואל מארט ברויט צו עסן הייסט אויך בלוי?


מעידאף איז א אנדערע מסכתא, ער האט בא'גנב'עט אן א שיעור מענטשן, און עכ"ז ווייס איך נישט צו זיצן אין תפיסה דארף זיין זיין עונש, זינט עס באצאלט נישט קיינעם גארנישט, נאר עס קאסט גאר מיליאנען דאלארן פאר שטייער צאלער.

אבער סילבער איז נישט מעידאף, ער האט קיינעם נישט בא'גנב'עט, די ריכטער וואס האבן אים איינגעזעצט זיי זענען פארברעכער פאר'ן בא'גנב'ענען 6 יאר לעבן פון א מענטש.

איינער וואס גנב'ט ברוחו פון וואלמארט, זאל מוחל זיין און מקיים זיין דעם והשיב את הגזילה. זיצן אין תפיסה? למה ועל מה?!

וואס דען זאל זיין זיין עונש? וואס וועט אפהאלטן א צווייטן בעתיד פון טוהן די זעלבע שווינדל?


אפשר א געלט קנס?
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך צל עובר »

פון איינעם וואס האט ניטאמאל די געלט צו צאלן די קנס?
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך נישטאמת »

צל עובר האט געשריבן:פון איינעם וואס האט ניטאמאל די געלט צו צאלן די קנס?

זאל מען אים פארקויפן פאר זעקס יאר
בלינצע
שר האלף
תגובות: 1218
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך בלינצע »

צל עובר האט געשריבן:דו זאגסט אז ער זאל מקיים זיין והשיב את הגזילה, זאג איך אז עס דארף אויך זיין קאנסקעווענצן.

עניוועי, וואס הייסט יא בלוי קאלנער וואס מען מעג לאזן אין תפיסה אייך אלט און קראנק? דוקא נאר א מערדער כל די עצמו, אדער אויך על ידי השליח, אדער אויך א דראג דילער?


בלויז איינער וואס איז א סכנה פאר די מענטשהייט.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך צל עובר »

אה, אבער איינער וואס נישט, זאל מען מוחל זיין אלע עבירות.

מענגעלע אויך צום ביישפיל אויב מען כאפט אים? די אלע נאציס וואס מען ארעסטירט נאך אויך?

איך פארגלייך שטייצעך קיינעם נישט צו דאס ערגסטע וואס דאס מענטשהייט האט אמאל פארמאגט, איך פרעג נאר ווי איז די גרעניץ.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום דינסטאג יאנואר 26, 2021 4:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך הר גריזים »

בלינצע האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:דו זאגסט אז ער זאל מקיים זיין והשיב את הגזילה, זאג איך אז עס דארף אויך זיין קאנסקעווענצן.

עניוועי, וואס הייסט יא בלוי קאלנער וואס מען מעג לאזן אין תפיסה אייך אלט און קראנק? דוקא נאר א מערדער כל די עצמו, אדער אויך על ידי השליח, אדער אויך א דראג דילער?


בלויז איינער וואס איז א סכנה פאר די מענטשהייט.

א מעידאף איז א סכנה פאר די מענטשהייט?
בלינצע
שר האלף
תגובות: 1218
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך בלינצע »

שטארק מעגליך אז יא, און קען זיין אז נישט. דער אמת איז אז מען קען אים קאנטראלירן באופן ער זאל נישט זיין א סכנה. א שטייגער ווי ער זאל מוזן ארעבעטן פון 9 טו 5. נישט טארן מאכן ביזנעס מיט קיינעם. וכדומה.

אבער סילבער דארף ווען באקומען א פאנישמענט אן תפיסה, כל שכן יעצט ווען ער איז נישט געזונט.

נאר וואס, עס איז נישט צו ערווארטן רחמנות פון די מלכות הרשעה וואו א קעצעלע האט מיר שויות פון א מענטש.
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך אהער און אהין »

צל עובר האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:אביסל געפיל פאר אן אלטן קראנקן מאן מיט יענע מעשה, וואס האט עטליכע מאהל שוין גע'חליש'ט אין טורמע רח''ל, איז עפעס וואס אפגעזעהן וואס דו האלטס פאליטיש, איז א עולה שאין כמוהו אים צו האלטן אין טורמע,
איך רעד פשוט אלץ א יומען ביאינג

סוי יעדן עלטערן קראנקן מענטש דארף מען באפרייען אלס יומען ביאינג?


יא, יעדער עלטערער קראנקער מענטש, וואס האט געטון די עבירה וואס סילווער האט, וואלט נישט געדארפט אנקומען אין טורמע, טו בעגין וויט.

און אפי' אן זיין קרענק, קומט אים נישט קיין אמעריקאנער טורמע, אפי' איין טאג.
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך אהער און אהין »

צל עובר האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:אביסל געפיל פאר אן אלטן קראנקן מאן מיט יענע מעשה, וואס האט עטליכע מאהל שוין גע'חליש'ט אין טורמע רח''ל, איז עפעס וואס אפגעזעהן וואס דו האלטס פאליטיש, איז א עולה שאין כמוהו אים צו האלטן אין טורמע,
איך רעד פשוט אלץ א יומען ביאינג

@אהער און אהין, פרעזידענט ביידן ירום הודו האט היינט געהייסן דעם יאסטיץ דעפארטמענט מער נישט באנייען קיין קאנטראקטן מיט קיין פריוואטע טורמעס.

איך גלויב שווער אז דאס וועט זיך עפעס אפרופן אויף דעם פריזאן סיסטעם, לאמיר זעהן
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך אהער און אהין »

אהער און אהין האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:אביסל געפיל פאר אן אלטן קראנקן מאן מיט יענע מעשה, וואס האט עטליכע מאהל שוין גע'חליש'ט אין טורמע רח''ל, איז עפעס וואס אפגעזעהן וואס דו האלטס פאליטיש, איז א עולה שאין כמוהו אים צו האלטן אין טורמע,
איך רעד פשוט אלץ א יומען ביאינג

@אהער און אהין, פרעזידענט ביידן ירום הודו האט היינט געהייסן דעם יאסטיץ דעפארטמענט מער נישט באנייען קיין קאנטראקטן מיט קיין פריוואטע טורמעס.

איך גלויב שווער אז דאס וועט זיך עפעס אפרופן אויף דעם פריזאן סיסטעם, לאמיר זעהן

די דעמאקראטן זענען דאך אידעלאגיש נאנטער צום 'פריזאן רעפארם' קאנצעפט, טא לאמיר האפן אז דער שטורעם און באוועגונג אין אמעריקא, וועט שלאגן ווארצלען, מען זאל עוקר מן השורש זיין דעם איצטיגן סיסטעם, און צושטעלן עפעס מער וואס פאסט פאר 2021
חיימאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך חיימאוויטש »

האמיר אמאל געהאט א לאנגע וויכוח מיטן רעספעקטירטן ניק @מילכיגער (גיי געדענק וואו) טאקע איבער דעם טעמע, איך האב געהיצט קעגן די פראסיקיוטער'ס רשעות פון גיין איינזעצן די גרויסע אלבאני-קעפ פאר אזעלכע טערמינען און ער האט אראפגעלייגט אן אנדערע צד, אז ער קוקט דאס אן פונקט ווי דער פאליציי מאן וואס שטייט באהאלטן צו כאפן דער וואס ספיד, אדער גייט אן סיט-בעלטס.

די פראקורן האבן א פליכט צו האלטן מענטשן ריספאנסיבל אויף זייערע פארברעכן, און איינס פון די וויכטיגסטע זאכן איז - אין זייערע אויגן - צו האלטן די רעגירונג קארופציע-ריין. האט ער גע'טענה'ט אז די פראסיקיוטערס מיינד-סעט איז, און דארף זיין, אז דאס אויסרוימען און באשטראפן די וועלכע באגייען אזעלכע פארברעכן איז די שטארקסטע טובה פאר די מענטשהייט און פאר גערעכטיגקייט. עס ליגט נישט דערין קיין רשעות, זיי סערווירן די טובה פון די לאנד און פון די מענטשהייט.

ער האט מיר דעמאלס אביסל געשטעלט אין פלאץ, על כל פנים אויף אזוי ווייט אז כ'זאל מער נישט נעמען קיין שטעלונגען דערין...
הנאה געהאט פון מיין תגובה? איך וועל זיך פרייען צו הערן אין אישי - אפי' דיין מיינונג איז אנדערש...
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך צל עובר »

אהער און אהין האט געשריבן:דו שרייבסט זייער גוט.

דער פונטדאמענטאלער פראבלעם ווערט געשטופט דורך פריוואטע טורמע ביזנעסער וואס ווילן זעהן ווי מער מענטשן אין טורמע.

ווי ס'קוקט אויס הייבט אמעריקא אן צו גיין אין אנדערען ריכטונג, און אזויווי מען ווייסט, גייט אלעס אין אמעריקא ראדיקאל, למשל אמאל פלעגט מען האבן אנשטאלטן פאר די דיסעיבלד מענטשן ל''ע ווי ס'געווען שרעקליכע אומשטענדן, איז היינט גיסט זיך דארט גאלד און געלט בלי גבול.
ס'קוקט אויס אז אמעריקא וועט שיפטן, אין ניו יארק סיטי גיט מען שוין היינט א באלוינונג פאר א פארברעכער, מען גיט אים א טיקעט צו א באל געים...

אבער דער מצב אצינד איז נישט פשוט, און שרעקעדיג.

איך האב זיך באצויגן צו די תגובה.
הבדלה וויין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2012 2:48 am

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך הבדלה וויין »

@צל עובר, מעידאף האט געטוען א שטארקע עוולה, און זיצן צען יאר אדער ביז ער ווערט למשל 70 און פארלירן יעדע דאלער וואס ער האט איז גענוג אן אפהאלט אז אנדערע זאלן נישט נאכטוען.

יעצט לגבי דאס וואס מענטשען האבן זיך גענומען דאס לעבן צוליב אים האסטו נישט קיין רעכט אים צו שטראפן.
והא ראי' די ביסט זייער פריילעך אז טראמפ האט באגנאדיגט אידן, אבער זייט וויסן אז עס איז דא צווישן די אידן וואס האבן געמאכט אנדערע פארלירן זייער גאנצע פארמעגן צוליב אים, און נאכדעם וואס מען האט אים שוין געגעבן א סעקאנד טשענס. דאס אז מעידאף קרבנות האבן עס גענומען מער צום הארצי און זיי זענען נישט געווען פרום און נישט געגלייבט בהשגחה פרטית איז נישט מעידאף מער שולדיג ווי די אנדערע פארברעכער.

באטאם ליין איז אז עס דארף זיין ריכטער מיט הארץ, וואס דארפן פארשטיין ביידע זייטן.
הבדלה וויין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2012 2:48 am

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך הבדלה וויין »

@ אהער און אהין, אוטיסוויל קעמפ איז זייער בחסד, און צוגעשטעלט די מערסטע לויט די מצב, אדרבה זאג אין וועלכע לאנד חוץ א"י האט א איד אן ארעסטאנט אזוי צוגעשטעלט.
דאס אז די גארדס קענען זיין רשעים, קען זיך מאכן ביי יעדע פלאץ און דאס איז נישט די אמעריקאנע יוסטיץ דעפארטמענט שולדיג.

אלץ א איד דארפן מיר רחמנות האבן אויף יעדע איד, פשוט ווייל ער איז מיין ברידער און פונקט ווי יעדע גוי פארשטייט ווען א מערדערס טאטע און ברודער נעמען זיך אן פאר אים און פרובירן אים צי מאכן גרינגער, אפילו די טאטע/ברודער באדערט אים זייער וואס זיין זון האט געטוען. די זעלבע איז די מעסעדזש זייער נארמאל צי געבן פאר א גוי: יא מיין ברודער האט געטוען א שטארקע פארברעכן, אבער ער איז דאך מיין ברודער און איך וויל אים מאכן ווי גרינגער.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך Programming »

דיין לעצטע פאראגראף איז זייער אמת, און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס מען פרייט זיך און מען וויל די באפרייאונג פון אידן. דאס איז די פירכא אויף דיין פריערדיגע תגובה איינס בעפאר
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
הבדלה וויין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2012 2:48 am

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך הבדלה וויין »

עס איז נישט קיין פירכא, דאס איז די שיינקייט פוו אידן.
אז אפילו ער האט מיר באגנבעט די גאנצע פארמעגן און איך קען אים נישט מוחל זיין אזוי שנעל, מיט דעם אלעם וועט ער שרייבן א בריוו פאר די פרעזידענט אז מען זאל אים געבן א סעקאנד טשענס, פשוט ווייל ער איז מיין ברודער.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך Programming »

די פוינט איז אז דאס איז די סיבה מיר וועלן רוטן פאר א איד'ס באפרייאונג טראץ די חורבנות וואס ער האט אנגעזייט, וויבאלד ער איז אונזער ברודער. אבער דאס וואס מיר ווילן פאר אונזער ברודער איז בפירוש נישט דאס וואס מיר ווילן זאל זיין סטאנדארט אין לאנד
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
הבדלה וויין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2012 2:48 am

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך הבדלה וויין »

אגב, געדענק איך טאקע אז ביי די פרשה פון וועבערמאן האט איך דאס געשריבן דא אויף די וועלטעל, אז אנשטאט די גאנצע קאמיוניטי זאל שרייען אז ער איז אומשולדיג, אנדעם וואס יעדער זאל אפילו זען די באווייזן וואס די פראסעקיוטער האט געהאט.
דאס מאכט די גוי זאל דיר אנקוקען ווי אן אומציוויליזירטער. די קענסט שאפן די זעלבע געלט מיט די ניגון אז ער איז מיין ברודער און איך וויל אים געבן די בעסטע מעגליכקייט זיך צו פארטיידיגען. די גוים און ריכטער וואלטן עס סאך מער פארשטיין און נישט געפילט פאר וויכטיג צו שיקן א מעסעדזש פאר די קאמיוניטיס.
(איך נעם נישט קיין שטעלונג דא צי ער איז יא שולדיג צו נישט).
זאל דער אייבערשטער אים שוין העלפן ווי שנעלער און ער זאל ארויסגיין בקרוב. ישועת ד' כהרף עין.
הבדלה וויין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2012 2:48 am

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך הבדלה וויין »

צל עובר האט געשריבן:אה, אבער איינער וואס נישט, זאל מען מוחל זיין אלע עבירות.

מענגעלע אויך צום ביישפיל אויב מען כאפט אים? די אלע נאציס וואס מען ארעסטירט נאך אויך?

איך פארגלייך שטייצעך קיינעם נישט צו דאס ערגסטע וואס דאס מענטשהייט האט אמאל פארמאגט, איך פרעג נאר ווי איז די גרעניץ.


אגב רוב פון אונזערע זיידעס זענען בכלל נישט געווען אזוי העפי ווען מען האט געכאפט אייכמאן און אים געהרגעט. איך האב אליינס געהערט אמאל זיך אויסדריקן אז נאר דער אייבערשטער קען אים שטראפן און עס איז בעסער אז ער באקומט ווי מער אויף יענע וועלט. דאס איז געווען מדריגות וואס אונז קום מיר נישט צו צודעם, אבער דאס ווייזט אויף די אמונה וואס זיי האבן געהאט אז עס איז דא באשעפער וואס וועט שטראפן בעלמא דאתי וואס דארט איז א נצחי.

לגבי די נאציס וואס מען כאפט היינט, באמת איינער וואס לעבט נאך האט נישט געקענט זיין מער ווי א נערישע סאלדאט און נישט איינער וואס האט געקענט טוען אנדערש.
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך נפשי חמדה »

פרידן! ;l;p- ;l;p-

שאבעלע! ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך למעלה משבעים »

חיימאוויטש האט געשריבן:האמיר אמאל געהאט א לאנגע וויכוח מיטן רעספעקטירטן ניק @מילכיגער (גיי געדענק וואו) טאקע איבער דעם טעמע, איך האב געהיצט קעגן די פראסיקיוטער'ס רשעות פון גיין איינזעצן די גרויסע אלבאני-קעפ פאר אזעלכע טערמינען און ער האט אראפגעלייגט אן אנדערע צד, אז ער קוקט דאס אן פונקט ווי דער פאליציי מאן וואס שטייט באהאלטן צו כאפן דער וואס ספיד, אדער גייט אן סיט-בעלטס.

די פראקורן האבן א פליכט צו האלטן מענטשן ריספאנסיבל אויף זייערע פארברעכן, און איינס פון די וויכטיגסטע זאכן איז - אין זייערע אויגן - צו האלטן די רעגירונג קארופציע-ריין. האט ער גע'טענה'ט אז די פראסיקיוטערס מיינד-סעט איז, און דארף זיין, אז דאס אויסרוימען און באשטראפן די וועלכע באגייען אזעלכע פארברעכן איז די שטארקסטע טובה פאר די מענטשהייט און פאר גערעכטיגקייט. עס ליגט נישט דערין קיין רשעות, זיי סערווירן די טובה פון די לאנד און פון די מענטשהייט.

ער האט מיר דעמאלס אביסל געשטעלט אין פלאץ, על כל פנים אויף אזוי ווייט אז כ'זאל מער נישט נעמען קיין שטעלונגען דערין...

א שאד איך האב יענעם תגובה נישט געזען... דאס איז דאך אזוי מין ליגנט אז נאר, אין טעאריע עקזעסטירט דעם געדאנקן גאנג, אבער אין מציאות פרעג פון די פראסעקיוטער'ס אליין, זיי זאגן עס מיט אן אפן מויל, זיי זיכן בכלל נישט צו וויסן וואס די אמת איז, זיי זעען איינעם אלץ א קרבן, גייען זיי זיכן פאר אלע קאסטן אז יענער זאל ארויסגיין שולדיג, און אויב געלונגט נישט די ארגינעלע עבירה, וועט מען זיכן און אנדרייען צומאל פרישע עבירות, די עיקר אז ער זאל קענען אנווייזן א ליסטע וועם ער האט געטראפן שולדיג אונטער זיין זייגער. ווען זיי פארלירן נעמען זיי עס נישט אויף מיט א פרייליך געמוט אז מען האט טאקע נישט געטון קיין פארברעכן און ס'איז געוואלדיג, נאר זיי נעמען עס פאר א פערזענליכע פארליסט.
בלינצע
שר האלף
תגובות: 1218
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער ארעסטירט פאר קארופציע

תגובה דורך בלינצע »

בכלל איז קארופציע נישט דומה צו ספידן אדער דרייווען אן סיטבעלט'ס, בעת דאס לעצטע איז צוליב זיכערהייט און לעבן, איז דאס ערשטע איז ארדענונג און געזעץ.
פארשפארט

צוריק צו “פאליטישע נייעס”