די פארשפעטיגטע טויזענטער

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

די פארשפעטיגטע טויזענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

א בליק אויפן קאמפיוטער דארט מערבית דרומית, שמייסט די ריאליטעט אין פנים, געוואלד! ס'איז 6:39! ווי א סקאנק באשפריצטער שפרינג איך אויף פון בענקל. ס'שפעט! געב איך א דאלפין ברום צו די סטיקי נאוט באקלעבטע ווענט.

אזוי שטייעדיגערהייט געב איך נאך איינמאל א ctrl R דעם דף, אפשר דאך האט יעצט איינער רעגאירט אויף מיינס א גוטס. אבער ניין, נישט קיין נאטעפעקאציע, נישט קיין פריוואטע מעסעדשעס, שוין, א קליק אויף שמארטיקל לאג ארויס, ווי כאולי כ'קען א צווייטן ארויס לאגען (כ'העט עס ווען געטאן מיט פארגעניגן)

איך רייס ארויס פון אפיס ווי א דיזעל געטריבענעם סמארט קאר, אראפ די שטיגן, און אט זעמער אין גאס, ווי האב איך געפארקט היינט? הייב מיר אן שפרייזן א האלבע בלאק צום קאר, בלויז זיך צו דערמאנען אז די קאר איז אויף די אנדערע זייט בלאק.. שוין, ראה אני מאלי..

אוי, די הינגער פארטעמפט מיר די מח, מיין זעקל איז געבליבן אויבן. יסורים של אהבה, של וואס? אקעי, מ'גיימיר צוריק ארויף צום אפיס, און אויפן וועג ארויף האבעך איהם געטראפן. וועם פרעגט איהר? גיי זיי מסביר, כ'רעדט פון שמואל יוסי. שמואל יוסי איז די לעצטע מענטש וועם איך האב יעצט געוואלט אנטרעפן.

אה שמארטי, ס'מאכסטע?!

כ'מאך מיך נישט וואוסענדיג!

חחחחח... אייביג מיט דיינע גוטע ווערטער... וויזוי מאכסטעס?

נישט וואוסענדיג!!

הא הא הא!! לץ איינער! די ביסט פיינע נייעס! אייביג האסטו א גוטס אויפן פלאץ...

איך האב געגעבן א האסטיג שטעל אפ מיינע דשאני סטעפס. א שוידער איז מיר דורך אין אלע ציינער, געוואלד! שמי'יוסי גיבט א קאמפלימענט. דאס קען נאר איין זאך מיינען. שמי'יוסי דארף א טובה פון מיר.

שמי'יוסי ריקט זיך נענטער צו מיר. שמארטי, זאגט ער ליבליך מיט זיין טובה בעטענדע שטום. האסטא פאר מינוט?
ס'מיר גוט.. איך יאג מיך געפערליך.. זאג איך, באמת בין איך שוין געווען אינדרויסן, איך האב פשוט פארגעסן עפעס בינעך צוריק אריין אין בנין אבער איך דארף לויפפפ---

WOW!!!! שרייט ער אויס א פארגאפטער, צוזאמקלאפענדיג ביידע הענט... ווען די פארטויבענדע קלאפ האט מיר שיעור נישט אומגעווארפן אלע טרעפ... אזא השגחה פרטית! לאזט ער נישט נאך זיין בגייסטערונג... הער אויס, איך וועל עס מאכן שנעל... ווייסטעך כ'פלאן צו קויפן א דירה אין מאנדראו, כ'האב שוין כא'שעם ס'געלט, ס'פעלט מיר נאר א נישטיגע 20 אלפים, ווייסטעך, ביינכי וביינכי מהו?

האלאו, איך האב נישט קיין צוואנציג אלפים! גלייב מיר, ווען איך האב ווען וואלט איך דיר גערן געבארגט, שיס איך א גראבע ליגנט, וואס וועט מיר שפעטער קאסטן טייער טאנטע משמע...

אקעי, וויפיל האסטו יא? (העלאווווו?????)

כ'קען נישט יעצט, נא.

ערלעדיגט, איי בעליוו אונז קעמיר עפעס אויסארבעטן, זאגט ער ווי א ערפארענע לייף אינשורענס אגענט.

אקעי, כ'קען אבער נישט אזוי על רגל אחת. (פשוטו כמשמעו)

וויפיל קענסטע יא יעצט געבן? (ר' איד???)

כ'האב נישט קיין געלט יעצט.

וואס? האסט נישט קיין צוויי טויזענט דאלער עמערדשענסי סעיווינגס? עפענט ער צוויי אויגן, דערביי אריינגעבענדיג א לעקציע איבער די וויכטיגקייט פון א רעיני דעי פאנד.

ענעוועי, טו מעיק די גיהינום אביסל קילער, צום סוף האט מיין הינגער גובר געווען, און מ'זעמער איינגעגאנגען אויף א טויזענטער.

---

ווען די זמן פרעון האט זיך אנגערוקט האב איך איהם שיין דערמאנט וועגן די טויזענטער. שאאאאאאאאר נאו פראבלעם! איז געווען זיין ענטפער.

פון יענע טאג און ווייטער האט שמי'יוסי פארגעסן מיין נאמבער, איך פלעג איהם כסדר דערמאנען שיינערהייט, אבער גארנישט האט זיך נישט געריקט.

פארגעס מיך נישט.

איך דארף דאס געלט.

מארגן?

שמי'יוסי קאם אן

ועוד ועוד, האב איך איהם יעדע שטיק צייט דערמאנט איבערן חוב.

אריבער איז קרוב צו א יאר, מיין געדולדט האט זיך שוין לאנג אויסגעניצט, און דערצו בינעך געוואור געווארן אז ער האט דעם שטיקל אפגעטוהן פאר א קיימא לן פון 20 חברה, יעדן געבעטן א טויזענטער צוויי, און געלאזט הענגן.

יענעם טאג, נאכדעם וואס שמי'יוסי האט ווידער אנגעטוהן א בלעכנס, איגנארירענדיג אלע מיינע רמזים צו זיין ריכטונג, האב איך עס שוין נישט געקענט פארנעמען מער. איך האב מיך אויפגעריסן אויף איהם אין פובליק מיט ביזי בזיונות'דיגע קולות...

שמי'יוסי!! וויפיל איז די שיעור?? ווי איז אחריות?? דו מיינסט מ'קען בארגן אן קיין שום חשבון??? איך וויל זאלסט מיך שוין צוריק צאלן דעם טויזענטער וואס דו קומסט מיר!!

שמי'יוסי דריידט זיך אויס צו מיר שאקירט ווי אלע ארומיגע: אקעי, זאגט ער רואיג, איך צאל עס גערן. אבער וואס שרייסטע? האסט נישט געקענט זאגן ברמז??

---

טעגליךיעדע פאר מינוט כאפ איך א בליק אינעם מזל טוב אשכול, אפשר דאך וועט איינער געדענקן מיר צו מזל טוב'ן פארן ווערן א שר האלף... אבער איין קול ואיין שונא...
איינער שרייבט שמארטי! האלסט ביי די 999'סטע תגובה! שר האלף אלערט! איינער שרייבט נא! כאף ס'קומט א גוטס פארן טויזענטער! איינער דערמאנט מיך אז נאך איין תגובה האלט איך שוין ביי 1111 אפשר דאך שרייבסטע עפעס...

אבער א מזל טוב? מאן דכר שפיי?? וואס ווען ווער?

איז נאט אייך א פארשפעטיגטע, צופארענע, בלתי מוגה'דיגע, צוקניישטטע, טויזענטער...
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: די פארשפעטיגטע טויזענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

:lol:
מזל טוב!
גוט געלאכט, אזויווי נאר @שמארטי קען!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: די פארשפעטיגטע טויזענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

:lol: :lol: יוישששששששש
פיין פיין. א נייע קערעקטער באשאפן
אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: די פארשפעטיגטע טויזענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטעמטקייטן »

:lol: :lol: :lol:
יויש ביסטו גוט!... געלאכט און געלאכט און געלאכט!... דיינע אויסדרוקן זענען צוקאש. און בד'ו איינער ווייסט פארוואס איך טרעף נישט דעי שמי'יוסי'ס?!?...
כזאג דיר!... אויפגעדזשואכעט א קערעקטער לייק נאו טאו-מאנראו ולייק נעווער עגעין וולייק!!! זה הוא. יא לייק!!! יויש!...

אה.... און בד'ו מזל אדרדגים!
אוראייניקל האט געשריבן:
יותר ממה שטעמטי רוצה לכתוב.. אורי רוצה למחוק...
טעמו וראו כי...
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: די פארשפעטיגטע טויזענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
נאט אייך א פארשפעטיגטע, צופארענע, בלתי מוגה'דיגע, צוקניישטטע, מזל טוב...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: די פארשפעטיגטע טויזענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

:grin: :grin:

ש'כח! מז"ט..

הנאה געהאט!
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: די פארשפעטיגטע טויזענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

;l;p- ;l;p- איך האב געמיינט אז דיין טויזענטער גייט זיין דיין פארמעסט ארטיקל.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: די פארשפעטיגטע טויזענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

גלעכט ווי לאנג נשט ביפאר...מזל טוב צום שר האלף...
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: די פארשפעטיגטע טויזענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

דאס מיינט הומאר מיט א שארפע מעסער!

--
שמ'יוסי איז שילדוג אין אלעמען.
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

Re: די פארשפעטיגטע טויזענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

נאדיר א מזל טוב!

כ'מאך מיך נישט וואוסענדיג! קען איך בארגן פאר א שטיק צייט?

יו גיי איך דאס ניצן!
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: די פארשפעטיגטע טויזענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
:grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin:
:wink: :wink: :wink: :wink: :wink: :wink: :wink: :wink: :wink: :wink:
:P :P :P :P :P :P :P :P :P :P

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
o-h?e o-h?e o-h?e o-h?e o-h?e o-h?e o-h?e o-h?e o-h?e o-h?e

wowowwwwwwwww!!!!

אל הנער הזה התפלפלתי.... פיינע נייעס, ווי נאר שמארטי מלך השמארטיקלען קען!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

סאצעך געלוינט צו ווארטן!!

(אזיינ'ס באקומט מען נאכן ווערן אנטוישט אז דו האסט געשריבן א 'נארמאלע' ערנסטע ארטיקל ביים פארמעסט...)

בקיצור, עיסה מעיד על נחתומו:
שמארטיקל האט געשריבן:
הא הא הא!! לץ איינער! די ביסט פיינע נייעס! אייביג האסטו א גוטס אויפן פלאץ...

דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: די פארשפעטיגטע טויזענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

מנהלים! לענ"ד קומט עס אין קרעטשמע, און אפי' נאך העכער..!!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4619
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: די פארשפעטיגטע טויזענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

Wow ביסטו גיט. יעדער ארטיקל מיט א פרישקייט מ’קען צ’לאכט ווערן.
אויש... הא הא כככככככ....
געפערליכע יסורים פון לאכן autch
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: די פארשפעטיגטע טויזענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אמג
וואו אין די וועלט ביזטו פארשווינדן געווארן??
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: די פארשפעטיגטע טויזענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

מזל טוב!!!!!
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: די פארשפעטיגטע טויזענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

;l;p- :lol: ;l;p-
מאזעלטאף!!
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4563
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע: מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: די פארשפעטיגטע טויזענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

שמארטי!!!!!!

וואו דרייסטעך, הא?! סט'מער געטראפן עפעס פרעמדע פעלדער צו פאשענען? ס'דאס גארנישט שרייבן וואס?
איכעל רופן שמ'יוסי זאל דיר בעטן טובות אויב קומסטע נישט יעצט אהער...

און א ;l;p- פארן צוקנייטשן ארטיקל. דו ביסט צעשמארטעט לייק נאו וואן עלס...!


אבער דאס מיינט דער פשוק שלח שמארטך. אז איך זאלעס יעצט טרעפן אין א צעשטויסענעם מאצע מ'כיפער און זעך דערהאלטן דאס שוואכע הערצעלע...
טענקס עגעין!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”