דאס קאפ איז מיר געבויגן
שוין אזוי א טאג בערך
צומישט און פארלוירן
אויפן וועלט גיי איך
מלא גלים ומשבורות
פון מיין נשמה שרייעך
וואס וועט זיין מיט מיינע דורות
כ’בין ביי מיר געפאלן
כ' שפיר אליין אויפן פעלד
איך האב פאלוירן אלעם
ס’איז א שווערע וועלט
אוי טאטע מיין קאפמישט
איך בין שוין מיד
א וועג ארויס כ'האב נישט
איך בין א צעבראכענער איד..
יא, ס'מאכצעך אזעלכע טעג אויך, ס'עפעס נישט, אויפגעשטאנען שפעט, אפגעיאגט א דאווענען, איך יאג מיר אהיים און אויפן וועג געכאפט א פיינעם שפריץ פון א בייפארענדע קאר, קוים מיטן אטעם און א נאסעם הויזן מאך איך אויף די טיר, ווען אין די לעצטע מינוט כאפט די ווינט דעם הוט'ל, ומרגע למשנהו טרעף איך מיר אין א פארמעסט צווישן מיינע פאות און מיין הוט ווער קען מאכן געדרייטערע שטיק...
נאס אפגעשלאסן שלעפ איך מיר ארויף, נאר צו געוואר ווערן אז יאנקעלע האט פארשפעטיגט די באס, אבער נישט פארשפעטיגט דעם פייט מיט שרה'לע, דאס ווייבל באוואשט מיר ווי כאילו איך האב נאך וואו צו נאס ווערן, און נאך א שעה פון ארום פארן די שטאט מסדר זיין די קינדער כל אחד על מקומו שטיי איך אין פראנט פון מיין בעלעבאס וואס האקט אן רחמנות, הלמאי פונקט אין אזא וויכטיגע טאג מוז איך פארשפעיטיגן, 'איך האב דיר נעכטן געזאגט ס'מוז היינט ווערן מסודר נאך פאר צענע, איין טאג וואס איך בעט דיר שטעל זיך קענסטו אויך נישט?!'
און ווי א אפגעשמועסטע גרופ קאלט מיר דער לענלאורד, די שכר לימוד און... דער לייף אינשורנס עידזשנט...
בקיצור, דענק איך שוין נישט די המשך, איין זאך איז זיכער, ס'איז געגאנגען בארג אראפ, אבער נישט סתם אראפ, נאר א שארפן אראפ.
יעצט שלעפ איך מיר אהיים, און איין זאך ווייס איך 'איך בין א צעברכענער איד'...
אזוי גיי איך איין טריט נאך א טר.. נאך א אנשטויס, און א אנשטויס נאך א טריט, איך זיך עפעס זאל מיר דערהייבן אז איך זאל קענען אהיים קומען מיט א שמייכל, אבער נו ווייסיכמיין ס'איז פון די טעג וואס איין עצה איז דא פאר זיי, ווארטן ביז ס'ווערט סליפינג טיים און ליינען קרישמע און אויפשטיין ברנה.
איך דריי מיר שוין איין אויף מיין גאס, ווען איך הער עפעס א ניגון צושפילט זיך און לאזט זיך הערן ביז צוויי גאסן אוועק, א איד וואס וויל מזכב זיין נאך אידן מיטן נייעם סינגל וואס איז נארוואס ארויס, ער מאכט אויף די פענסטערס און די מיוזיק האקט אריין א נחת... איך ווייס נישט פארוואס אבער פון איין מינוט אויפן צווייטן האט זיך אלעס געטוישט, ס'האט אריינגעבלאזן א חיות אין אלע מיינע ביינער, פארגעסן אלע צרות, אויש טאטע! דזשאסט אין טיים 'די חיזוק ניגון!' טשיקי טשיקי אוי אוי אוי, טשיקי טשיקי אוי אוי אוי, אוי אוי אוי טשיקי....
ס'דינערט ס'גייט א רויעך אוי אוי טשיקי טשיקי...
איך הער נאך דעם אפטער אפעקט פונעם ניגון, די קאר דריידט זיך איין ביים קארנער און ס'בלייבט נאר דינערן די חיזוק אין מיינע ביינער ' טשיקי טשיקי אוי אוי'...
בוכאשעם מיטאמאל באקומט אלעס א נייע צורה, די פיס טאנצן פון זיך אליין, איך מאך אויף די טיר מיט א שמייכל פון דא ביז קאנארעסי, זי פרעגט וואס גייט פאר 'א גוטן טאג געווען? זעהט זיך אזוי אויס'. פאברענגט מיט די קינדער, קיינער האט נישט געכאפט און קיינער האט נישט געפייט, א נחת געווען.
יעצט שלאפן זיי און איך טראכט אויף צוריק וואס שטעקט דא? וואס איז די סוד פונעם טשיקי?
האב איך געטראכט און געטראכט, ניטאמאל א גאנצע נאכט, און פלוצלינג האט מיר דאס אריינגעבליצט!
סידאך אזוי פשוט! דער טשיקי לערנט אונז דאך אז דאזנט מעטטער וואט, גייט מען אייביג ווייטער, זאל דאס זיין אין די אדמה אריין, מ'געבט אבער נישט אויף, מ'לאזט נישט נאך!
נו חברה לאמיר אלע טאקע טאנצן ביז... ביזן טשיקי טשיקי אוי אוי אוי טשיקי טשיקי אוי אוי...








אונטערשטע שורה, בהמות הייתי עמך, אויך מיר א חיזוק ניגון....
אבער הו קעירס: נו צוזאעמען איך הער נישט: טשיקי טשיקי אוי אוי אוי טשיקי טשיקי אוי אוי...