נייעס און אלעס ארום קרית טאהש, קאנאדא

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: נייעס און אלעס ארום קרית טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

maybeeynot האט געשריבן:
נעה האט געשריבן:די פאליציי איז געווארן ווילד די לעצטע וואך צווי
האבן אריין געקלאפט ביי הייזער מוצאי שבת צו זעהן אויב סאיז דא מסיבת

מדארף זיי עפענען?

זיי האבן די רעכט צו עפענען דעם טיר מיט א קאורט ארדער וואס נעמט זיי געציילטע מינוטען צו באקומען אין די טעג
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע: בתוך עמי אנכי יושבת

Re: נייעס און אלעס ארום קרית טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני-הק' »

די ערשטע חנוכה ליכטל וועט טאהשע'ר רבי נישט זיין בקרב חסידיו אין קרית טאהש נאר אין עפעס א זאל אין ניו דזערסי אינאיינעם מיט קהל עדת מרעיתו אין נ.י - נ.דזש.
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
קאנאדישע קאריספעדאנט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 1:24 pm

Re: נייעס און אלעס ארום קרית טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנאדישע קאריספעדאנט »

IMG-20201208-WA0046.jpg
IMG-20201208-WA0046.jpg (119.34 KiB) געזען 4383 מאל
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע: בתוך עמי אנכי יושבת

Re: נייעס און אלעס ארום קרית טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני-הק' »

ניין אזייגער בדיוק! דער עולם איז גרייט?
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
קאנאדישע קאריספעדאנט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 1:24 pm

Re: נייעס און אלעס ארום קרית טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנאדישע קאריספעדאנט »

IMG_20201210_205226_730.jpg
IMG_20201210_205226_730.jpg (78.8 KiB) געזען 4187 מאל
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע: בתוך עמי אנכי יושבת

Re: נייעס און אלעס ארום קרית טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני-הק' »

קאנאדישע קאריספעדאנט האט געשריבן:
IMG_20201210_205226_730.jpg[/attachment[attachment=0]IMG_20201210_205226_730.jpg


גיב אהער די פיקטשער פונעם מעמד, אדער כאטש וויאזוי עס איז געווען צוגעגרייט ממש פארן אנהייבן.
ס'איז זייער שיין געווען, ס'איז געווען די זעלבע זאל ווי די מעמד הכנה לז"ך וישר קאמפיין ערב ההילולא ז"ך מנחם אב תש"פ לפ"ק.
א גרויסער עולם פון בערך 12 הונדערט (אדער מער) אידן מענער פרויען און קינדער
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
קדוש ונורא
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm

Re: נייעס און אלעס ארום קרית טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדוש ונורא »

yldbfp_long_m.jpeg
yldbfp_long_m.jpeg (71.75 KiB) געזען 3864 מאל
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע: בתוך עמי אנכי יושבת

Re: נייעס און אלעס ארום קרית טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני-הק' »

אין טאהש איז שטרענגער געווארן מיטן לאקדאון - קומט א שמועה,
נאר אין טאהש והגלילות, אדער אויך מאנטריאל?
און וויאזוי גיבט מען זיך אן עצה, איינער קען אריינקומען קלאר?
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
קדוש ונורא
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm

Re: נייעס און אלעס ארום קרית טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדוש ונורא »

פאליציי פארט ארום די שטעטל זיכער מאכן מען האלט איין די קופריו
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4108
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: נייעס און אלעס ארום קרית טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

הרבנית מהאדאס.PNG
הרבנית מהאדאס.PNG (76.37 KiB) געזען 2969 מאל
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: נייעס און אלעס ארום קרית טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

עטליכע מעיארס פון געגנטער אין קוויבעק האבן אנגעפאנגן צו פארפירן אנטקעגן די ריסטריקשענס וואס מהאט געלייגט אויף גאנץ קוויבעק אלטס נישט נארמאל
זיי זאגן אז מדארף זיך רעכענען מיט געגנטער ווי סאיז שוואכער
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: נייעס און אלעס ארום קרית טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

נארמאליזעם האט געשריבן:עטליכע מעיארס פון געגנטער אין קוויבעק האבן אנגעפאנגן צו פארפירן אנטקעגן די ריסטריקשענס וואס מהאט געלייגט אויף גאנץ קוויבעק אלטס נישט נארמאל
זיי זאגן אז מדארף זיך רעכענען מיט געגנטער ווי סאיז שוואכער

דו רעדסט מסתמא פון ווייטערע געגנטן, בואָביראָן איז פון דער מאנטרעאל מעטראפאליע (קוויבעק איז ריזיג גרויס -- 644,000 סקווער מייל -- דריי מאל אזוי גרויס ווי פראנקרייך!)
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע: בתוך עמי אנכי יושבת

Re: נייעס און אלעס ארום קרית טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני-הק' »

בד"ה פטירת הצדיקת הרבנית צירל ע"ה מהאדאס, בת רביה"ק משולם פייש זי"ע מטאהש.
לויה מארגן זונטאג יתרו אינדערפרי 8:00 אינדערפרי אין קרית טאהש ביי איהר שטוב אויף 13 בית הלוי
ס'וועט זיין צוגעשטעלט א לייוו הוקאפ אויף איחוד טאהש טעלעפאון ליין 718-451-8674 דערנאך 71 פון די מעין מעניו
זעה דא מער איבער איהר פטירה
לעצט פארראכטן דורך אני-הק' אום זונטאג יאנואר 31, 2021 1:11 am, פארראכטן געווארן 5 מאל.
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע: בתוך עמי אנכי יושבת

Re: נייעס און אלעס ארום קרית טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני-הק' »

[align=center]מ'קען הערן אן אינטערוויו מיט נייעס און קרישקעלעך וואס טוט זיך איבער די מצב אין שטעטל
אויף איחוד טאהש טעלעפאון ליין 718-451-8674 דערנאך 13 פון די מעין מעניו.[/align]
[align=center]און אויך נאך אן אינטערוויו איבער די פאסירונגען שבת אין קרית טאהש[/align]
לעצט פארראכטן דורך אני-הק' אום מאנטאג פעברואר 01, 2021 12:12 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4108
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: נייעס און אלעס ארום קרית טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

ניחום אבלים.PNG
ניחום אבלים.PNG (178.3 KiB) געזען 1937 מאל
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע: בתוך עמי אנכי יושבת

Re: נייעס און אלעס ארום קרית טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני-הק' »

לאור המצב.PNG
לאור המצב.PNG (107.32 KiB) געזען 1795 מאל
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע: בתוך עמי אנכי יושבת

Re: נייעס און אלעס ארום קרית טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני-הק' »

ס'האבן מספיד געווען בעלה כ"ק אדמו"ר מהאדאס, אחיה כ"ק אדמו"ר מטאהש, בנה רבי צבי הירש, חתנה רבי אלעזר דוד קאהן, בנה רבי מרדכי יודא, חתנה כ"ק אדמו"ר מתולעת יעקב, בנה רבי חיים יחזקיהו. מ'האט איהר געלייגט נעבן איהר שוועסטער הרבנית ברכה חנה מליזענסק, אונטער איהר מאמע הרבנית חוה מטאהש און איהר ברודער הגדול רבי מרדכי, סמוך ונראה לציון קדשו של אביה כ"ק הרה"ק מטאהש זצ"ל.
מקען הערן די ריקארדינג'ס פון די לויה אויף איחוד טאהש האט ליין, 718-451-8674 אדער 514-500-8674 ביי נומ. 462 פון די מעין מעניו
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: נייעס און אלעס ארום קרית טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

.
אטעטשמענטס
100058300937_6308.jpg
100058300937_6308.jpg (116.11 KiB) געזען 1326 מאל
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע: בתוך עמי אנכי יושבת

Re: נייעס און אלעס ארום קרית טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני-הק' »

דברי הערכה 'עיני עני יורדה מים', און א בליק איבער די לויה און ארום, דורך אן אייניקל קען מען הערן ביי די אינטערוויוס אויף איחוד טאהש האט ליין 13 פון די מעין מעניו
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: נייעס און אלעס ארום קרית טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

.
אטעטשמענטס
100058300563_8184.jpg
100058300563_8184.jpg (81.59 KiB) געזען 1038 מאל
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע: בתוך עמי אנכי יושבת

Re: נייעס און אלעס ארום קרית טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני-הק' »

ניחום אבלים.PNG
ניחום אבלים.PNG (557.86 KiB) געזען 867 מאל
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע: בתוך עמי אנכי יושבת

Re: נייעס און אלעס ארום קרית טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני-הק' »

ניחום אבלים..PNG
ניחום אבלים..PNG (247.94 KiB) געזען 862 מאל
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע: בתוך עמי אנכי יושבת

Re: נייעס און אלעס ארום קרית טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני-הק' »

[align=center]דברי הספד מאת כ"ק מרן רבינו עט"ר שליט"א
לפני מיטתה של להבחל"ח אחותו הרבנית הצדיקת מהאדאס ע"ה[/align]

[align=center](גענומען פון גליון באור החיים פ' יתרו תשפ"א)[/align]
מ'שטיי מיר ליידער דא אפצוגעבן די לעצטע כבוד פאר מיין חשוב'ע שוועסטער.
די נביא זאגט שבת משוש לבינו נהפך לאבל מחולינו, סתם פשט איז, ס'האט אויפגעהערט משוש לבינו, ס'האט זיך איבערגעדרייט לאבל. קען מען זאגן א ווארט פון הייליגן רבי ר' מאיר'ל פרימישלאנער זי"ע, שבת משוש לבינו, זאגט ער, שַ בָּ ת משוש לבינו, שבת קודש איז א זמן פון שמחה, ס'טוט דערפרייען די הארץ, אבער וואס קען מען טון, נהפך לאבל מחולינו, ס'האט זיך איבערגעדרייט פון שבת, ס'איז געווארן מחולינו א וואכן טאג, ס'איז געווען א גרויסע ווייטאג, ס'איז אוועקגענומען געווארן די שמחה.
זיכער ס'איז געווען אזא דערהויבענע הייליגע שבת, שבת קריעת ים סוף, דער אייבערשטער האט ארויסגעצויגן אידישע קינדער פון מצרים, ער האט זיי ארויסגעצויגן פון די מ"ט שערי טומאה זיי אריינצוברענגען צו קדושה, צו קבלת התורה, ווי אזוי קען זיין אזא טייערע נשמה זאל אוועקגענומען ווערן.
יעדער איינער ווייסט, שלמה המלך זאגט, ער רעכנט אויס עת לבכות, עת לשחוק, זאגט ער אויך עת ספוד און עת רקוד. שטעלן זיך די ספרים הק', וואס איז די פשט פארוואס ביי אלע זאגט ער עת לבכות עת לשחוק, פארוואס ביי עת ספוד און עת רקוד זאגט ער נישט מיט א ל'. נאר וואס דען ס'קען זיין אמאל אז ווען ס'איז דא א עת ספוד איז דא א עת רקוד, ס'איז דא א עת ספוד, מיין חשוב'ע שוועסטער, זי איז אוועקגענומען פון אונז, פאר אונז איז א עת ספוד, א גרויסע קלאגעניש, אבער אויבן אין הימל, בשעת דו גייסט ארויף צו טאטי און מאמי, דארט איז א עת רקוד, זיי נעמען דיך אויף, זיי וועלן דיך אויפנעמען און זיי וועלן טאנצן.
שלמה המלך זאגט אשת חיל מי ימצא, ווער קען טרעפן א אשת חיל. סתם איז דא א אשת חיל, יעדע אידישע פרוי היינט הייסט א אשת חיל, אז מען גייט אדורך אזא וועלט, אז מען גייט אדורך אזעלכע ביטערע נסיונות, מען האט דאך אזויפיל פראבלעמען איבעראל, יעדע שטוב איז נעבעך דא פראבלעמען, און אז מען גייט דאס אדורך, מען האלט זיך ערליך איז מען טאקע א אשת חיל.
אבער די 'מי' ימצא, דער וואס ס'שרייט מי אנכי ווער בין איך, איך בין גארנישט, מ"י ימצא דער וואס טוט אויפהייבן, ארויפנעמען אידישע קינדערלעך צו די מ"י, צו די נ' שערי קדושה, וואס די וואך איז מען ארויסגעגאנגען פון די מ"ט שערי טומאה, מען זאל זיך צוגרייטן צו קבלת התורה, מ"י ווער איז די מ"י, ווי דו האסט געשריגן, דו פלעגסט מיך אנצורופן, פלעגסט צוגיין צו טאטי און זאגן ווען ס'איז געווען עפעס א זאך צי ס'איז געווען עפעס א פירצה, צי עפעס איז נישט געווען אין בעסטן, האסטו אכטונג געגעבן אויפ'ן שטעטל, אשת חיל מי ימצא, ווי וועל מיר נאך האבן אזא סאלדאט וואס וועט אונז אויפהייבען אין די קדושה.
האסט אויפגעשטעלט ברוך השם א שיינע דור, א דור יראים ושלמים. מיט דיין חשוב'ן רבי'ן ביסטו אריבער אזויפיל יארן א גאנץ לעבן. די שכינה הקדושה האט גערוהט אין די שטוב.
טאטי פלעגט צו זאגן אז דער זיידע האט געזאגט: יעדע שפענדל פון זיין ביהמ"ד איז אויסגעארבעט. טאטי פלעגט צו זאגן דא אין טאהש, אין ביהמ"ד איז אויסגעארבעט יעדע שפענדל. און איך קען זאגן, און טאטי האט עס איבערגעזאגט אסאך מאל אז צירעלע איז א חשוב קינד, ער האט עס נישט געזאגט אויף אלע קינדער, ער האט עס געזאגט אויף דיר, זאלסטו וויסן
דו האסט א כח.
דו פלעגסט מיר צו זאגן: טאטי האט געזאגט די תהלים'ל איז מיינס. וואס האט ער געמיינט די תהילים'ל איז מיינס, אז מען קען בעטן און מתפלל זיין פאר אידישע קינדער, מ'קען זיך אויסוויינען ביים תהלים. דו האסט אלעמאל געבעטן פאר כלל ישראל, דו האסט אלעמאל געבעטן פאר יעדן איינעם, דו האסט אינזין געהאט דיין רבי'ן, דו האסט אינזין געהאט דיינע קינדערלעך, האב זיי ווייטער אינזין, בעט ווייטער פאר זיי, בעט פאר מיר און פאר אלע שוועסטער'ס, זיי זענען אזוי געטריי געווען צו דיר אלעמאל, מען האט זיך געהאלטן אזוי נאנט.
לעולם יראה אדם את עצמו, חציו חייב וחציו זכאי. רבונו של עולם, די חציו חייב איז שוין אוועקגענומען געווארן, מיין טאטע, מיין מאמע, מיין ברודער, מיינע צוויי שוועסטער'ס, די אנדערע חציו זאל זיין זכאי, זאל שוין זיין לויטער, ס'זאל בלייבן זכאי, מען זאל שוין נישט וויסן מער פון קיין צרות, הייליגער באשעפער אידישע קינדער מאכן דאך אזויפיל מיט.
א נשמה קדושה, א חלק אלקי ממעל, דבר איז דאך א זאך, א חפץ איז דאך א חשוב'ע זאך, ס'שטייט פון הייליגן מונקאטשער רב, מען זאגט יעדן טאג ביים דאווענען, כל דבר שהיה בכלל, וואס איז געווען צווישן כלל, ויצא מן הכלל און ס'גייט ארויס פונעם כלל, לא ללמד על עצמו יצא, גייט מען נישט ארויס פאר זיך, אלא ללמד על הכלל כולו יצא, גייסט דאך ארויף אויבן
לשמי מעל פאר'ן גאנצן כלל, דו ביסט דאך א קרבן עולה, מ'האט צוגענומען די חשוב'סטע וואס מיר האבן געהאט, אזאנס האמיר נישט נאך, ס'איז דאך אזא חשובע זאך געווען דא ביי אונז אין טאהש, האט מען גענומען די שענסטע קרבן, די חשוב'סטע קינד פון מיין הייליגע טאטע.
גייסט ארויף אויבן, טאטי ווען ער האט מספיד געווען מאמי'ן האט ער געזאגט די מעשה פון הייליגן ר' מרדכי'לע נאדבורנער. דער הייליגער ר' מרדכי'לע נאדבורנער, זיין רעביצין איז אוועק ווען ער האט נאך געלעבט, ווען מען האט איר אריינגעלייגט, האט דער הייליגער ר' מרדכי'לע געזאגט, - ער האט נישט גערעדט קיין ווארט ביז דעמאלטס - האט ער געזאגט: דו גייסט ארויף, גיי רואיג, גיי גראד, ס'וועט קומען א פלאץ וואו מען וועט דיך אפשטעלן זאלסטו זאגן האסט מיך ערליך באדינט. דאס איז געווען ווען ר' מרדכי'לע נאדבורנער איז דא געווען, יעצט האסטו דיין טאטע, האסט דיין מאמע, מאמי און טאטי זענען אויבן, דיין ברודער, די זיידעס, די אבות הקדושים פון אלע צדדים, פון דיין רבי'ס צדדים און פון אונזערע צדדים האסטו אויבן, זיי גייען דיר אקעגן, קיין איינער וועט דיך נישט אפשטעלן, דו האסט געטון אזויפיל, מכבד געווען דעם כבד את אביך ואת אמיך, ווער קען עס אראפלייגן, ווער קען עס פארציילן, מען קען עס נישט פארשטיין, מען ווייסט עס נישט גענוג.
נאך ווען מען האט געוואוינט אין מאנטריאל, מען האט קוים געקענט זיך רירן דארט, די געוואלדיגע צניעות דיינע, וואס דיין רבי האט פריער מספיד געווען און ער האט געזאגט אויף דיר, דאס איז געווען דארט אין אזא קליינע הייזעלע ווען מען האט געוואוינט דארט, דו ביסט געווען די עלטסטע שוועסטער, דו האסט באדינט מאמי'ן און טאטי'ן אלע יארן, דא און דארט, ביסט געווען אזוי געטריי.
איך בין זיכער כבד את אביך ואת אמיך למען יאריכון ימיך, טייטשט אמאל, יאריכון ימיך אויף שפעטערדיגע יארן אויף עולם הבא, דו וועסט האבן אריכות ימים דארט, קענסט זיין רואיג, האסט איבערגעלאזט א דור קדוש יראים ושלמים, יעדע קינד איז א דיימאנד פאר זיך.
איך בין זיכער אז זיי בעטן פאר דיר און דו זאלסט בעטן פאר זיי, פארגעס נישט פון זיי, יעדער איינער גייט דאך אדורך פארשידענע זאכן, כלל ישראל בכלל, ובפרטיות פאר יעדן איינעם באזונדער. זאלסט אינזין האבן דעם שטעטל, זאלסט בעטן, גייסט ארויף צום בית דין של מעלה, גייסט ארויף צו טאטע און מאמע, בעט זיי: ס'איז שוין גענוג, שוין גענוג גענוג, מענטשן גייען אדורך אזויפיל, בעט פאר דיין חשוב'ן מאן, פאר דיין רבי'ן, ער זאל האבן כח, די שענסטע יארן, איז ער יעצט אליין, בעט ער זאל האבן כח דאס דורכצוטראגן, בעט פאר דיינע קינדער, זיי האבן זיך אזויפיל אפגעגעבן, אזויפיל כבוד געגעבן פאר דיר, זיי זענען דא געווען טאג און נאכט, ביסט געווען אין שפיטאל האט מען דיך נישט געלאזט קיין איין מינוט
נישט אליין, מען האט נישט גערוהט קיין איין מינוט ווי לאנג מען קען דארט זיין, און דאס איז ליידער געשען, אבער אזוי האט דער אייבערשטער געוואלט, גלייב מיר מיט אמונה שלימה אז דאס איז גוט, אזוי וויל דער אייבערשטער איז דאס דער רצון השם.
אבער זעה דו גייסט ארויף, דו ביסט א חשוב'ער קרבן פאר'ן כלל מער זאל נישט זיין קיין קרבנות, זאג פאר די זיידעס און פאר'ן עלטער זיידן אז זיי האבן געוויזן אז ווען ס'איז אוועק א צדיק האט זיך אויפגעהערט די זאך, ס'זאל זיך שוין אויפהערן די אלע זאכן דא.
טייערע שוועסטער, דו גייסט ארויף, רייס איין פאר דיינע קינדער, בעט פאר יעדן איינעם, ובלע המות לנצח ומחה ה' אלקים דמעה מעל כל פנים ובא לציון גואל במהרה בימינו ונאמר אמן.
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע: בתוך עמי אנכי יושבת

Re: נייעס און אלעס ארום קרית טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני-הק' »

[align=center]מספר תמרורים מאת כ"ק אדמו"ר מהאדאס שליט"א
לפני מטתה של להבחל"ח זוגתו הרבנית הצדיקת ע"ה[/align]

[align=center](גענומען פון גליון באור החיים פ' יתרו תשפ"א)[/align]
מיט פארווייטאגטע הערצער שטיי מיר דא ביי די לוי' פון זוגתי הרבנית הצדיקת עליה השלום, חבל על דאבדין, בעונותי הרבים איז אוועק גענומען געווארן די קרוין פון מיין קאפ, אשת חיל עטרת בעלה, זי איז געווען עזרתי בקודש אלע יאהרן כולן שווין לטובה, אפילו די לעצטע יארן ווען זי איז נישט געווען געזונד האט זי אלס געזארגט פאר מיר עס זאל מיר גארנישט פעלן.
מ'האט אוועק גענומען די קרוין פון די קינדער די אייניקלעך איר אייניקלעך זאלן זיין געזונט.
עוז והדר לבושה מיט מצות ומעשים טובים בפרט די מצוה פון כיבוד אב ואם, פון אלס קליין קינד האט זי אזוי מקיים געווען: ארויס געהאלפן מיט מסירות נפש און בפרט אויף די עלטער - מיט מסירות נפש ארויס געהאלפן ווען די מאמע איז נישט געווען געזונט אסאך יארן ווי זי האט זיך אפגעגעבן מיט'ן מאמע'ן און שפעטער אויך מיטן טאטע'ן.
זי איז געווען אזוי געטריי צו מיר. זי איז געוועזן פיל מיט מדות טובות, ווי ס'שטייט אין אגרת הרמב"ן כל דבריה היתה בנחת, זי איז געווען א מוסטער פון כל כבודה בת מלך פנימה, אזוי מחנך געווען די קינדער די אייניקלעך, ס'שטייט אין תהלים בן ביתי אויפן פסוק כ"ל כבוד"ה ב"ת מל"ך פנימ"ה אז די ווערטער באטרעפן אזויפיל וויפיל לכבו"ד שב"ת, זי האט אויך זייער מכבד געווען די שבתים די ימים טובים, און די לעצטע יארן פלעג איך אלס זיין ווען זי האט געצינדן ליכט, זי האט געזאגט דעם 'לכבוד שבת' ביים ליכט צינדן מעומק הלב, זי איז טאקע נסתלק געווארן שבת קודש.
חכמת נשים בנתה ביתה, זי האט מגדל געווען און מחנך געווען זינען און טעכטער אייניקלעך יונגלעך און מיידלעך לתורה ויראת שמים ומדות טובות, זי האט מתפלל געווען כסדר פאר זיי, געזארגט אויף יעדן אייניקל מ'זאל אים צושטעלן אלעס וואס ער ברויך, ער זאל קענען שטייגן און וואקסן, פלעגט זי אלס זאגן ער זאל שטייגן און וואקסן, זי האט אויפגעשטעלט דורות ישרים מבורכים וואס זיי גייען בדרכי אבות כולם אהובים כולם ברורים ברוך ה', דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער.
זי איז געשטאנען בעוז ותעצומות נישט צוצולאזן קיין שום פירצה ביי די קינדער, טייערע קינדער איך וויל ענק זאגן, כ'האב פונקט געלערנט די גמרא אין מסכת נדרים, די הייליגע תנא רבי עקיבא האט געזאגט אויף זיין ווייב, פאר די תלמידים האט ער געזאגט שלי ושלכם שלה מיין תורה און ענקער תורה באלאנגט צו מיין בני בית, איך וויל ענק אויך זאגן קינדער, מיין תורה און ענקער תורה, מיינע מצות און ענקערע מצות אלעס איז אדאנק מיין רעבעצין, ענקער מאמע און ענקער באבע, ס'איז אירע זכותים, זי האט אונז אפגעווארט און צוגעשטעלט מ'זאל קענען לערנען און דאווענען אן קיין שום שטער. זי קומט ארויף יעצט אויפ'ן עולם העליון, די טעג און די יארן זענען פיל מיט מצות ומעשים טובים, ליגט אין דעם אויך נכלל אונזער תורה ומצות בעזר השם יתברך.
איך וויל מיך איבערבעטן, לא ימלט במשך די יארן האב איך דיך מצער געווען, כ'האב דיר גורם געווען עגמת נפש, אדער איינער פון די קינדער, זאלסט אונז אלע מוחל זיין, זיי אונז מוחל. דו גייסט ארויף אויבן למנוחה אבער אונז בלייב מיר דא זייער צובראכן פון די גרויסע אבידה. בפרט איך, אין האשה מתה אלא לבעלה, דער אייבערשטער זאל זיך מרחם זיין אויף אונז מ'זאל זיך קענען מחזק זיין, מ'זאל עס קענען אריבערטראגן, מ'זאל וויסן וואס מ'דארף מתקן זיין.
יעצט דו קומט ארויף אין עולם העליון וועסט טרעפן דארט דיין טאטע'ן רבינו הקדוש זכותו יגן עלינו און דיין מאמע'ן הרבנית הצדיקת עליה השלום, און מיינע הייליגע עלטערן זכותם יגן עלינו, זאלטס עטץ אלע צוזאמען מעורר רחמים זיין אויף אונז און זיין מליצי יושר פאר מיר, פאר די קינדער, פאר די אייניקלעך, אור אייניקלעך, וואס זענען דיך געווען אזוי געטריי, זיי האבן דיך אזוי באדינט אין די לעצטע יארן, און פאר דיין ברודער דער רבי זאל זיין געזונט וואס איז דאך אזוי געטריי געווען אלעמאל, ער האט אסאך מתפלל געווען פאר דיר, אריינגעקומען כאטשיג ווען, און ער איז נושא בעול ער העלפט אונז שטענדיג צו, ער האט אסאך צוגעהאלפן לטובת ישועתך, פאר דיינע שוועסטער'ס, פאר די גאנצע משפחה, פאר'ן גאנצע שטעטל, מ'זאל זיין געזונט און שטארק, מ'זאל זוכה זיין צו ישועות און רפואות, ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו, ס'זאל זיין בלע המות לנצח ומחה ה' דמעה מעל כל פנים ובא לציון גואל במהרה בימינו אמן.
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

Re: נייעס און אלעס ארום קרית טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

IMG-20210207-WA0020.jpg
IMG-20210207-WA0020.jpg (195.85 KiB) געזען 715 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”