זארג נישט האט געשריבן:בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:מ'קען פארלירן אנטיבאדיס און נאכאלס זיין אימיון
ריכטיג, די אלע שאטס און אימוניזאציעס וואס מיר גיבען אונזערע קינדער אלץ קינדער דארף לעסטו א לייף טיים, כאטש עס איז שויו א דורך צענדליגער יארן און ס'שוין נישט דא קיין אנטיבאדיס.
ווייל אויב נישט, פארוואס נעמט מען נישט קיין שאטס און אימוניזאציעס ווייטער ביי די דרייסיג און פערציג?
וואס פאלט אייך ביי אז די אנטי באדיס פון מיזעלס פאלן אוועק? עס בלייבט געהעריג די אנטי באדיס. נאר ביי קאראנא האט מען געזען אז די אנטי באדיס ווערן שוואכער.
אויב מ'פארלירט די אנטי באדיס, קען מען נאר "מעגליך" זיין אימיונט מיט די T סעלס. און דאס איז נאכנישט קלאר ווי ווייט איך ווייס. עס איז דא אן אנדערע מעגליכקייט אז אפילו די אנטי באדיס ווערן ווייניגער, בלייבט אבער איבער שפורן דערפון גענוג אויף אויפצובויען נאכדעם פרישע אנטיבאדיס.
--
וועגן די תגובה בנוגע סייענס און ביוקראטיע, האב איך נישט געפלאנט צו ענטפערן כמובן, אבער אז איך טייפ שוין סיי ווי, וואלט איך אייך נאר געוואלט זאגן אז איך ווייס נישט פארוואס איר האט מיר ציטירט, זינט איר האט בכלל נישט אפגעפרעגט מיין מיינונג, סתם געזאגט אייערס, און מיר איז אינגאנצן נישט נוגע צו ס'זענען דא מענטשן וואס האלטן אנדערש ווי מיר אן קיין טעם וראי' לדבריהם.