אינטערוויו: א בליק בעולם הגראפיקס און פאנטס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

משה בערגשטיין

אינטערוויו: א בליק בעולם הגראפיקס און פאנטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בערגשטיין »

ווי שוין ערווענט האב איך זיך פארבינדן מיט א אינגערמאן הר"ר יודא גאלדבערגער, וועלכע שטייט אונטער די פאנטס וועלכע ווערט באנוצט אין די היימישע גרעפיק וועלט, איך האב געמאכט אן אפוינטמעט צו הערן וואס ער האט צו דערציילן.

ר' יודא איז היינט איינגעשטעלט ביי "פיטעקס גרופ" אין בארא פארק, פיטעקס איז מער באקאנט אלץ "פרינטעקס" און ווערט אנגעפירט דורך ר' מנחם האפמאן, ער האט געהאט פיר ביזנעסער וועלכע האבן צוזאמען געמערדזשט אונטער'ן יעצטיגען נאמען "פיטעקס גרופ", 1) דעזיין, 2) פרינטינג, 3) וועב עקספא, פאר וועבסייטס 3) סמארט סטעף, שטעלט צו סעקרעטארן צו אויפהייבן טעלעפאנען פאר גרויסע קאמפעניס. פאר אונז איז נוגע דעם "דעזיין" אפטיילונג וועלכע האלט אויף אפאר ריזיגע דעזיינערס וועלכע מען קען אסאך זעהן זייערע נעמען אויף היימישע פראיעקטן.

אין די לאנגע פרייטאג שטונדן האב מיך ר' יודא געגעבן דעם כבוד און ער איז איבערגעבליבן דארט לענגער, ער האט מיך ענטפאגען ביים פיטעקס ביורא אויף 13 עוו. ביי 39 סט.

איך קום אריין זעה איך אים זיצן אויף א ריזיגע "איי-מעק" סקרין, מיט א העפליכקייט אנצוהייבן דעם שמועס. איך האב גרייט געמאכט מיין לעפטאפ צו קענען אלעס אראפטייפן, און דערנאך מסדר זיין.

צוליב די בילדער וואס איך וויל צולייגן אינמיטן די ארטיקל וועל איך מוזן עס ארויפלייגן צוביסלעכווייז, אויך האב איך אלעס אפגעטייפט אן א סדר, און איך וועל עס מסדר זיין אז עס זאל זיין ראוי לעלות על שולחן מלכים, דעריבער וועט מיר זיין גרינגער ארויפצולייגן תגובה נאך תגובה.

ווייסטו פון איי-וועלט צו זאגן?
יא, אסאך מאל אין א רואיגע מינוט כאפ איך זיך אריבער אהין, עס איז א געשמאק פלאץ, בעיקר ווייל יעדער קען זיך דארט טרעפן זיין ווינקל. איך האב הנאה צו הערן אז עס עפנט זיך א גרעפיק אפטיילונג, וועל איך זיך טרעפן דארט אויך ס'פלאץ.

איך פלעג זיין שטארק אקטיוו אינעם העברעאישן פרוג, prog.co.il, און די לעצטע צייטן בין איך אויך געווען א מאדערעיטער, עס איז שטארק גוט ווען מען קאמיוניקירט מיט אנדערע אינעם זעלבן פאך. איך האב זיך אבער ארויסגעצויגן בערך א האלב יאר צוריק ווען איך האב איינגעזען אז די צייט איז נישט מער אויף מיין זייט. איך פלעג דארט ארויפלייגן פריוויו'ס פון נייע פאנטס, און פון גרעפיקס, איך וואונטש דיר אסאך הצלחה אז דער פארום זאל מצליח זיין, ווייל מבשרי אחזה דאס העלפט שטארק ארויס.

טוסטו אין פאנטס אדער אין גרעפיקס?
היינט צוטאגס טוה איך אין גרעפיקס, אבער איך בין אנגעקומען דערצו דורך די פאנטס, די פאנט איז היינט ממש נאר א "סייד דזשאב".

וואו האט זיך אנגעהויבן דיין עקספירענס מיט פאנטס?
איך קען נישט געדענקן יענע צייטן, אבער מיין כיתה ב' חומש איז עדות אז אזוי פרי ווי די 6-7 יאר האב איך שוין געהאט א חוש דערצו, די ליידיגע שער בלעטער פון מיינע חמשים זענען אנגעפירקלט מיט אלף בית אותיות, זייט איך געדענק מיך פלעג איך פירקלען אותיות, טייל מלמדים אדער מגי"ש האבן דאס אנגעקוקט פאר א שטארק חסרון אז איך "האלט נישט מיט", במציאות האב מיר דאס שטארק ארויסגעהאלפן אינמיטן פארלערנען צו פירקלען און אויסהערן, אבער דוקא די קאמפלימענטן פון אנדערע מגי"ש געדענק איך שטארק, ווי זיי האבן מיך פארזיכערט מיט א "פארטיגע פאך" פון מעלעריי, (די ווארט "גרעפיקס" האב איך הערשט קולט געווען נאך מיין חתונה).

איך פלעג זעהן די שיינע ארבעט פון גרעפיק דעזיינערס און זיך פארקוקן דערויף, אנדערע האבן געליינט נייעס אין די צייטונגען, אבער איך האב געליינט אדווערטייזמענטס.

ווען איך האב זיך אנגעהויבן אריינצולייגן טיפער אינעם ענין נאך מיין חתונה, האב איך זיך פארבינדן מיט "פאנטביט" פון ארץ ישראל, איך האב אסאך קאמיוניקירט מיט זייער דיזיינער "נדב עזרא", און זיי פארגעשלאגן צו זיין זיין "נציג" אין אמעריקא, איך בין דאן ארומגעגאנגען אויף א קליינע פארנעם צו גרעפיק דעזיינערס מיט זיינע פאנטס, יענער צייט האט מען עס נאכנישט געקענט קויפן אויף זייער וועבזייטל, חוץ איינס אדער צוויי האבן בכלל נישט געוואוסט פון די אוצר פון שיינע פאנטס וואס ער פארמאגט, איך האב מגלה געווען "דעם סוד" פאר די היזיגע גרעפיקערס, און די פאנטס זענען אריין אינעם מארקעט, היינט קענסטו שוין נישט טרעפן קיין צעטל אן דעם.

ביז דאן פלעגט מען זיך באנוצען מיט די אלטע "עקס-פאנטס", ווילנא, שושנה, וועלכע זענען שוין כמעט ארויס פון סטייל היינט.

שפעטער האב איך זיי אפגעלאזט און אליינס אריין אינעם פעלד, זיך צוזאמענשטעלנדיג מיט נאך א אינגערמאן וועלכע האט אויך געהאט דעם חוש, (דער אינגערמאן איז א באקאנטע חשובע בן תורה וואס וויל מן הסתם נישט ווערן פאבליצירט), מיר האבן צוזאמען געמאכט פאנטס און עס פארקויפט ווייטער, יעדע פאנט האט געהאט זיין פרייז. עס איז געלאפן צווישן 100 און 200 דאלער א פאנט. ווי אויך האב איך פארקויפט פאנטס פון אנדערע פאנט דעזיינערס.

די פאנט אהבה איז געווען א היט פון א פאנט, עס האט זיך פארקויפט ווי מצה וואסער. דערנאך זענען געקומען אויף די רייע אנדערע פאנטס.

ארומשפילנדיג זיך מיט פאנטס האב איך אויך געזוכט נאכצומאכן ענגלישע ווערסיעס פון באקאנטע פאנטס און לאגאס, איינע פון די איז די ניו יארק טיימס פאנט. אויך די יאהו לאגא וואס איך האב געטון בלויז פאר "עקסערסייז".

המשך יבוא.
אטעטשמענטס
יאהו לאגא
יאהו לאגא
yahoologo.jpg (29.17 KiB) געזען 4600 מאל
ניו יארק טיימס
ניו יארק טיימס
משה בערגשטיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בערגשטיין »

קאמענטס ביטע נאר אין דעם אשכול
http://www.ivelt.com/forum/index ... =viewtopic
משה בערגשטיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בערגשטיין »

ווייסטו פונעם פאקט אז דיינע פאנטס דרייען זיך ארום גע'גנב'טערהייט?

איך ווייס זייער גוט, איך קוק דאס אביסל אן ווי מיין שולד אויך, ווייל זינט איך האב זיך מער אריינגעלאזט אין גרעפיקס בין איך נישט אנגעקומען דאס נאכצוגיין געהעריג, אבער מען קען זאגן אז טאקע דערפאר, וויבאלד איך נעם זיך נישט צופיל צום הארצן, דאס איז סייווי נישט מיין פרנסה, קען איך זיך פון צייט צו צייט קאנצעטרירן אויף נאך פאנטס. איך קוק אן איינער וואס גנב'ט פאנטס ווי "יענער" האט אן ערנסטע פראבלעם, איך האב באמת רחמנות אויף אים אז פאר א פאר דאלער מאכט ער זיך דעם נארישן חשבון פון גיין קעגן די תורה און קעגן די געזעץ, ווען עס וואלט געווען מיין עיקר ביזנעס קען זיין אז איך וואלט מצליח געווען דאס אפצוהאלטן.

איך גלייב אז ווען דו זעסט דיין פאנט אויף גרויסע פראיעקטן איז דיר עס א פארגעניגן אפילו ווען מען האט עס גע'גנב'ט

איך זעה עס כסדר אויף גרויסע און קליינע פראיעקטן, איך זעה עס אין ספרים פון איבער די וועלט, איך וועל מודה זיין אז היות איך האב ליב צו זען שיינע זאכן וועל איך ענדערש טראכטן פון די שיינקייט פון די זאך ווי פונעם פאקט אז דער גרעפיקער איז א ג.., אבער ווידער, קיין היתר איז נישטא.

קען זיין אז די פרייז פון די פאנט מאכט מענטשן דאס איבערגעבן איינער פארן צווייטן?

יא, ריכטיג, ווען איך געב עס פאר אומזינסט וואלט קיינער נישט געגנבט.

עס איז דא פארשידענע אופנים דן צו זיין לכף זכות, ווי אז ווען מען טרענספערט פיילס געט מען בטעות מיט די פאנטס. איך קוק עס דעריבער אן אלץ א פריוואטע פראבלעם פונעם גרעפיקער לבין קונו.

דער פרייז פלעגט למעשה זיין פיל העכער ווי יעצט, ווייל איך האב געמוזט אליינס האנדלן מיט מענטשן, היינט איז עס שוין פיל ביליגער, 50 דאלער א "משקל" (עס איז דא פאנטס וואס האבן רעגולער, און באלד, יעדער משקל פארקויפט זיך באזונדער)

וועלכע פראגרעם נוצטו צו מאכן די פאנטס?

דער פראגרעם הייסט "פאנטלעב".

דערמאנסט מיר, איך בין אמאל אריין צו א גרעפיקער פארקויפן א פאנט, הערנדיג די פרייז האט ער זיך גענומען צו מאכן קולות: דו מיינסט איך האב נישט פאנטלעב? עס איז אן ענין צו רייסן פון מענטשן געלט? אויב לאזטו נישט אראפ דעם פרייז וועל איך פאר יעדעם זאגן וועלכע פראגרעם דו נוצט.

האב איך אים גענטפערט: אויב זאגסטו פאר יעדעם אז איך נוץ פאנטלעב, זאג איך דיר צו איך וועל זאגן פאר יעדעם אז דו נוצט פאטשאפ, דאן ביסטו אראפ פון די ארענע...

למעשה נוץ איך אילוסטרעיטאר פארן אנהייבן די פאנטס, און איך עקספארט עס דערנאך אין פאנטלעב.

ווילאנג קען נעמען צו דיזיינען א פאנט?

פון דריי חדשים ביז דריי יאר.

זאג מיר אביסל מער די פראצדעור פון דיזיינען א פאנט?

איך הייב געוענליך אן ביי די אות אלף, עס איז א חידוש נפלא אז דער אלף איז דער ערשטער ווייל לדעתי איז דער אלף א רעפלעקשאן פונעם גאנצן צורת האות, וועסט מיר ווייזן א אלף פון א פאנט וועט מיר זיין זייער גרינג צו אידענטיפיצירן די פאנט, אנדערש איז אבער מיט אנדערע אותיות.

איך וועל אריינגיין טיפער, די אידישע אלף בית באשטייט פון אפאר חלקים, קורצע יודעלע"ך ( ווי י' ו' ז' די צווייטע זייט פונעם ט' וכו'), לאנגע יודעל"ך (ווי ב' ר' ד' וכו'), פיסלעך, און נאך פארשידענע חלקים. דער אלף האט די מערסטע חלקים צוזאמענגעווארפן אויפאמאל, נישט ממש אז אלעס איז דארט אבער "דאס מערסטע" געפונט זיך דארט.

א צדיק איז אביסל ענליך, אבער וויאזוי האט איינער פון די צדיקים געזאגט, "א צדיק הייסט א צדיק ווייל ער טראגט א אי"ד אויפן איקסל" איי דער אלף טראגט דאך אויך? אבער דער אלף טרעט אויף א צווייטן אי"ד אין די זעלבע צייט... פאר מיר מיינט דאס אז אן אלף איז די מערסטע "פארנומענע אות".

אז מען האט גרייט א מעכטיגע אלף, גייט שוין די אנדערע גרינגער.

איך שנייד אראפ די יודעלע פונעם אלף, קלעב עס ארויף אויף אנדערע אותיות, ביני לביני קומט שוין צו נייע חידושים, דער למ"ד למשל דארף זיין א חידוש פאר זיך, דערנאך קען מען עס שוין נוצן אויך פאר די רעכטע חלק פונעם ק'.

נאכן פארטיגן דעם פאנט, האט פאנטלעב א אפציע פון מאכן דינער אדער דיקער די פאנט אויטמאטיש, וואס איז געמאכט געווארן צו מאכן א "באלד" ווערסיע פונעם פאנט, פאנטלעב איז א שטיקל עם הארץ, ער כאפט נישט ווי ער מעג צולייגן און וואו נישט, דאס מיינט אז די עבודה הייבט זיך אן פונדאסניי, כאטש אויף א גרינגערע פארנעם.

א "באלד" ווערסיע איז נאר אויף די האריזענטל חלק פונעם אות, דאס מיינט די חלקים וואס גייען אין די ברייט, ביי די חלקים פונעם אות וואס גייען אין די לענג, ווי די פיסלעך, טאר גארנישט ווערן דיקער פון ווערסיע צו ווערסיע. אזוי איז געווענליך די כלל.

דיינע פאנטס ארבעט מיט נקודות, מיט טעמי המקרא?

יעדע פאנט ארבעט מיט נקודות, אבער ווען עס קומט צו געוויסע אותיות וועט עס נישט גיין, למשל א קמ"ץ אונטער א ר' וועט עס גיין אינמיטן די ר', נישט אונטערן פיסל, אזוי אויך אונטער א ענדע ך, וועט עס נישט אריינגיין טיף אינמיטן די ך', עס וועט בלייבן אונטען.

היות איך פלעג זיך קאנצטערירן מער אויף גרעפיקערס ווי אויף טייפסעטערס האב איך נישט געמאכט קיין "אופען טייפ" ווערסיעס פון די פאנטס, עס קאסט שווערע כוחות.

א מלמד פון קרית יואל האט מיר איינמאל אנגעקאלט אז ער געט ארויס עפעס פאר די קינדער מיט נקודות און ער דארף דריגענד איינע פון די פאנטס מיט נקודות וואס זאל זיין אקוראט, איך האב אים געגעבן א פרייז און אים עס געמאכט, איך האב געהאט דעמאלטץ אביסל צייט דערצו. עס איז דורך א שטיק צייט און איך האב אנגעהויבן צו באקומען א רעקארד צאל טעלעפאן קאלס פון מלמדים אין קרית יואל, יעדער האט געדארפט דעם פאנט! שפעטער האב איך באקומען קאלס פון אנדערע שטעט אויך אויף דעם זעלבן פאנט.

איך האב שוין געזען נאך פאנטס וואס דו האסט גענוצט אויף דזשאבס, פארוואס לייגסטו נישט ארויס אלע צום פארקויפן?

די אנדערע וואס דו האסט געזען זענען, אדער געבויעט אויף פאנטס וואס די זכויות באלאנגט נישט פאר מיר, אדער זענען זיי לכתחלה געמאכט אין פאטאשאפ מיט עפעקטס וואס א פאנט קען טעכניש נישט האבן קיין עפעקטס, אדער האב איך נישט געמאכט אלע אלף בית, נאר געציילטע פאר א געוויסע פראיעקט.

דא האט ער מיר געוויזן אביסל פארשידענע פיילס מיט וועגן וויאזוי ער האט זיך ארומגעשפילט מיט פאנטס.

וויאזוי ביסטו אנגעקומען פון פאנטס צו גרעפיקס?

פון פאנטס האב איך נישט געקענט מאכן צופיל, אבער פון פאנטס צו גרעפיקס איז א קליינער מהלך. א גרעפיקער דארף האבן דעם טאלאנט פון זיצן שעות ע"ג שעות און נישט אויפגעבן, וואס דאס האב איך זיך ב"ה איינגעשאפט מיט די פאנטס.

די שווערסטע זאך וואס א גרעפיקער דארף קענען, איז ווען ער מיינט אז די גרעפיקס איז שוין פארטיג נאכן ארבעטן שעות, זאל ער האבן די כוחות הנפש אריינצושפרינגען פונדאסניי און אלעס טוישן. נישט אייביג דארף מען צוקומען דערצו, אבער זייער אסאך מאל פעלט זיך אויס מעין זה ווען עס קומט צו די "אנדערע" חלקים פון די עד, וואס אויבנאויף קוקט מען עס אן ווי א קלייניגקייט און ווען מען האלט נאך שעות פון ארבעטן אויף די עיקר חלק האט מען שוין נישט קיין געדולד דערצו, אין יענע מינוט דערקענט זיך צו מען האט די טאלאנטן, מען דארף טראכטן אז דער עד איז נאך "ווייט" פון פארטיג, און העכסטנס אויב די קליינע ארבעט האט דיך למעשה גענומען בלויז א שעה איז עס דיין ריווח.
אטעטשמענטס
Picture 20.jpg
Picture 22.jpg
Picture 18.jpg
Picture 19.jpg
משה בערגשטיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בערגשטיין »

המשך יבוא בעניני גרעפיקס
משה בערגשטיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בערגשטיין »

א פאטאשאפ פאנט
אטעטשמענטס
Picture 23.jpg
משה בערגשטיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בערגשטיין »

פון דא זענען מיר אריבער אין גרעפיקס

איך זעה דו ארבעטסט ביי א צווייטן, לוינט זיך צו ארבעטן פאר א צווייטן אדער אליינס?

עס איז אן אלטע שאלה, אבער מיין ארבעטן ביי א צווייטן איז דירעקט בשיטה אויס, קומענדיג צום אויספיר אז מיין טאלאנט באשטייט פון גרעפיקס און קריעטיוויטעט, דארט הייבט זיך עס אן און דארט ענדיגט זיך עס.

מען דארף פארשטיין אז אין יעדע ארבעט איז אינוואלווד אנדערע זאכן אויך וואס מען האט נישט "לכתחלה" די טאלאנט דערצו, מען לערנט זיך אבער צו. למשל האנדלן מיט מענטשן איז א טאלאנט וואס האט גארנישט מיט קענען גרעפיקס, אבער אך און וויי וואלט געווען ווען א גרעפיקער קען נישט קאמיוניקירן מיט מענטשן. ווי אויך אלץ גרעפיק דעזיינער מוז מען שטארק ארויסהאבן דעם עולם המסחר, מען מוז זיך בעל כרחך אריינלייגן אינעם קאסטומערס מצב, דאס איז אויך א זאך וואס קומט מיט די צייט.

צו קענען פירן א ביזנעס איז א טאלאנט. מעגסט פארשטיין ביזנעס ווי דער גרעסטער פראפעשענעל, אבער צו טון למעשה, צו פירן א ביזנעס מוז מען האבן ספעציעלע כוחות הנפש, מען מוז זיין וואכזאם צו זאכן וואס אן אנדערע מענטש -אפילו איינער וואס "פארשטייט" צו ביזנעס - וואלט עס קיינמאל נישט אויפגעכאפט, און בכלל איז פירן א ביזנעס א טאלאנט וואס נעמט צוזאם גאר אסאך טאלאנטן, ווייל עס האט אסאך פרטים און צו יעדע זאך מוז מען עקסטער טויגן.

איינזעהנדיג אז דער רבוש"ע האט מיך באשאנקן מיט א חוש צו גרעפיקס, וואס האט ממש גארנישט מיטן חוש פון פירן א ביזנעס, ארבעט איך ביי א צווייטן. און איך רעקאמענדיר עס פאר יעדן וואס וויל אריינגיין אין גראפיקס. פארשטייט זיך אז א בעל הבית מיט אן ארבעטער זענען ווי א שידוך, עס מוז קלאפן, אבער דאס איז שוין א זאך וואס ליגט אינעם כל יכול'ס הענט.

איז גרעפיקס א געפיל אדער א פאך? (איך האב אים געוויזן דעם אשכול וואס עס פרעגט די קשיא)

אויסדרוקליך א געפיל. איך לייג עס אראפ אזוי: די ווארט גרעפיקס מיינט "א ווייער פונעם מח צום קאמפיוטער". איינער וואס הייבט אן ביים קאמפיוטער און פון דארט צום מח, איז נישט קיין גרעפיקער, די זעלבע איינער וואס וואס האט נישט דעם גלייכן ווייער צום קאמפיוטער, ער קען נישט ארויסברענגען זיינע מחשבות מכח אל הפועל, איז אויך נישט קיין גרעפיק דעזיינער. די צווייטע פאל האט אבער מער פאטענציאל.

איך געדענק ווי איך פלעג זיך מוטשען געפערליך מיטן קריעיטען פרישע עלימענטן גענצליך אין פאטאשאפ, ביז איך האב זיך איינמאל אויסגעגעבן פאר א ריזיגע פראפעסיענאל מיט פארביטערניש אז דער פראגרעם פאטאשאפ איז גאר שטארק באגרעניצט, עס געבט נישט קיין אפציעס פון מאכן פרישע בילדער, איך קען טאקע ארויפלייגן עפעקטס אויף עקזיסטירנדע עלימענטן, אבער ווען איך זעץ זיך אראפ און איך וויל מאכן א שיינע פאול א.ד.ג. דארף איך צוקומען צו 3D פראגרעמס. (הערת משה: אזאנס וואס הרב טויבער פון "מאוויז מאכט די אלע נייע בילדונגס פאר מוסדות התורה).

יענער האט מיר מסביר געווען אז דאס ווייזט אויף מיין אומבאהאווענטקייט אין פאטאשאפ, איך האב אים געוויזן א ארנימענט וואס איך האב שטארק פראבירט נאכצומאכן, ער האט מיר מבטיח געווען אז דאס איז נישט געמאכט אין קיין שום 3D פראגרעם, דאס איז געמאכט אין פאטאשאפ. "הער מיך אויס, עס איז נישטא קיין זאך וואס מען קען נישט טון אין פאטאשאפ".

זאת היתה נחמתי אז איך האב געוואוסט וואס איך וויל, איך האב זיך דאן אריינגעווארפן מיט פרישע פלייס, געזוכט און גענישטערט, און יא די ענדגילטיגע רעזולטאט איז געווען אז פאטאשאפ איז די מקור סיי צו דאקטארן בילדער, און סיי צו קריעטן בילדער. איך פלעג אסאך ארבעטן מיטן Cinema 4D, איך האב זיך גוט אויסגעקענט דערמיט, אבער וואס פאטאשאפ קען קען קיינער נישט.

די פאלגענדע בילדער זענען פרי יצירתו פון פאטאשאפ, אן קיין שום ערבוב פון אנדערע פראגרעמס!

די מקור פון די זייטיגע ארנימענטן זענען פונעם סייט http://www.enkeboll.com וועלכע פארקויפט שיינע געשניצטע האלץ, אבער עס איז גענצליך איבערגעמאכט געווארן אין פאטאשאפ. די דארטיגע האלץ איז רוי, איך האב עס פונדאסניי איבערגעמאכט.

על כל פנים, איך ברענג נאר ארויס א ראיה צום געדאנק אז איך האב פון פאראויס געוואוסט וואס איך וויל, און גענישטערט ביז איך האב עס אויסגעפיגערט, און נישט פארקערט.

המשך יבוא.
אטעטשמענטס
Picture 25.jpg
Picture 26.jpg
Picture 24.jpg
Picture 24.jpg (51.11 KiB) געזען 4390 מאל
משה בערגשטיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בערגשטיין »

הערה, איך בין שוין צופיל געווען פארנומען היינט, עס איז זייער שווער צו נעמען א גאנצע שמועס און עס קאנצעטרירן אין א באשרייבונג. איך האף צו ענדיגן דאס איבריגע מארגן, אויב נישט ביטע זייט נישט ברוגז, איך וועל פראבירן וואס מעגליך.
משה בערגשטיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בערגשטיין »

איז דא א פארלאנג אויף די אלע זאכן וואס דו ווייזט מיר דא?, קאסטומערס דארפן עס? פאר קאסטומערס גייט אן וועלכע פאול צו וועלכע שטיקל מען נוצט ביי זיין עד?

ווי דו פארשטייסט אליינס קען מען די אלע זאכן נישט נוצן פאר קיין ביזנעס אדווערטייזמענטס, דאס איז סטריקלי פאר חסידישע עדס און היימישע מוסדות התורה, טייל פון זיי פארלאנגען קלאר וואס זיי דארפן, און טייל זאגן נאר אז זיי דארפן "מעכטיג", און טייל זאגן דאס אויך נישט. א שיינע עד ווערט עפרישיעידעט ביים קאסטומער, האב איך געארבעט שווער צו אויף די זאכן כדי צופרידנצושטעלן דעם קליענט.

אבער אויב האלטסטו מיט דעם המשכת ירידת העקאנאמיע וועסטו זען אז עס ווערט אלץ ווייניגער די "באמבערדיגע" קאלירפולע עדס און מזל טוב'ס וואס מוסדות'ער לייגן אריין. די סארט עדס קאסטן שווערע כוחות און געלט. היינט וועט מען שוין ענדערש נעמן שווארץ און ווייס, און נישט אזוי אויפרייסנד און חסידיש, מוסדות'ער מוטשען זיך זייער מיט בודזשעטן, און זיי זוכן ווי צו שניידן.

איך טוה שוין היינט טאקע ווייניג אין די סארט גרעפיקס, איך טוה מער אין קאמערציאלע און קלאסישע גרעפיקס, וואס אויב מען האט ארויס די כללים פון טיפאגראפיע קען מען אין ביידע סארטן גרעפיקס מצליח זיין - איך רעד אין שיינקייט.

וואס נאך קען איך פרעגן?... פארוואס נוצטו א מעק?
מעק האט גאר אסאך מעלות פאר א גרעפיקער, עס איז א אריכות, למשל פריוויוס פון פיילס קען מען אין א רגע זען, אין פיסי קענסטו פארגעסן צו זעהן א פריוויו פון א פאטאשאפ פייל, מען מוז עס עפענען, און אינמיטן עפענען וועסטו מוזן מיטהאלטן די גאנצע השתלתשלות פון פאטאשאפ, ווער עס האט עס מייסד געווען, בהתייסדות, ובנשיאות, ובהדרכת... דא מיט איין קליק אויפן ספעיס באטן (קוק...) קען איך זעהן אלעס.

אבער דאס איז נאר איין דוגמא, עס איז א גרויסע אריכות.

אםםםם... געב ארויס עפעס סודות, חסידישע שטיקלעך... געב עפעס פאר די איי וועלט ליינערס

סליגט נישט אזויפיל סודות אין חסידישע שטיקלעך ווי ארבעט, אבער דאך וועל איך דיר זאגן זאכן וואס פאר מיר איז געווען א חידוש ווען איך האב עס געהערט.

איך האב מיך אמאל שטארק געמוטשעט וויאזוי צו מאכן שטערן'ס אויף חסידישע גרעפיקס, איך האב אסאך געהערט פון אנדערע אויך וואס מוטשען זיך מיט דעם פראבלעם. היות איך האב פראבירט צו גיין אין "וואקסבערגער'ס" מהלך, האב איך אים אייביג מקנא געוען ווי גוט די שטער'ןס מאכן גלאנצן זיינע זאכן. (הערה, זעה בייגעלייגט דוגמא פון א שטערן).

איינער האט אמאל געשריבן א גאנצע קאמפליצירטע וועג אין פראג וויאזוי עס צו מאכן, אבער איך האב פארשטאנען אז עס דארף זיין פיל א גרינגערע וועג.

האב איך איינמאל באמערקט אז אדאובי אליינס שטעלט צו אזא בראש.

לינק:

http://www.adobe.com/cfusion/exchange/i ... id=1044727
http://www.adobe.com/cfusion/exchange/i ... id=1044554

אויך האב איך אמאל געדארפט האבן פאר א דזשאב א מעלעריי וואס זאל ענדלען צו די הגדה און מגילה בילדער פון וואקסבערגער, (דער קאסטומער האט דאס פארלאנגט), בין איך לאנג נאכגעגאנגען ווער דער מעלער איז, ביז איך בין אנגעקומען צום מעלער און גערעדט צו אים, ער רופט זיך "יבגני מארקאוויטץ" א רוסישער פון ארץ ישראל. ער האט למעשה נישט געהאט דעמאלטץ קיין צייט אנצונעמען מיין ארבעט, אבער עס איז זייער אינטערסאנט בלויז צו קוקן אויף זיין וועבסייט.

http://artmarkovich.com/home.htm

אויך פלעג איך אסאך צוהערן די וועכנטליכע שאו פון פאטאשאפ ביי
http://www.photoshopusertv.com/

און ארויסנעמען פון דארט זייער אסאך, עס איז זייער אינטערסאנט.

עס איז דא אן א שיעור וועבסייטס וואס עס קען צוניץ קומען, דער עיקר איז מען דארף זוכן און נישטערן, און יא, "נאכמאכן יענעם", באטרעכט יענעמ'ס ארבעט און קוק וואו עס שטעקט די שיינקייט, נעם ארויס חלקים, און בויה אויף אייגענע.

מען קען קויפן דורך דיר פאנטס?

עס איז מיר זייער שווער צו עוסק זיין דערין, אלע מיינע פאנטס פארקויף איך דורך אוצר סטאק (אריינגערעכנט די ניו יארק טיימס פאנט...), וואס מען קען אויך דארט קויפן גוטע אידישע בילדער. עס איז זייגער גרינג צו קויפן דארט.
http://otzarstock.com/store/gallery.php?gid=79

וואפארא מעסעדזש האסטו פאר קול מב... אוי, איך מיין פאר איי וועלט ליינער - גרעפיק אפטיילונג?

אז מען קען קענען אלעס אין די וועלט, אבער עס איינצוקעשן אויף געלט דארף מען האבן דעם בורא עולם, און די איינציגסטע שפראך וואס מיר קענען זיך דורכקומען מיט אים איז תפלה. איך וואונטש יעדעם אסאך הצלחה און אסאך געלט.

יישר כח פאר דיין צייט, יעצט דארפסטו מיר שיקן אלע לינקס און בילדער וואס מיר האבן גערעדט, שיק מיר עס אריבער אויף גוגל טאלק.

נאו פראבלעם.

הצלחה

הצלחה
אטעטשמענטס
א שטערן אויף די ענדע ך'
א שטערן אויף די ענדע ך'
Picture 16.jpg (50.38 KiB) געזען 4170 מאל
משה בערגשטיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בערגשטיין »

ענטפערס אויף פראגעס פון די היזיגע ליינער:

וואס איז די חילוק צווישן א אופען טייפ און א טרו טייפ פאנט?

יעדע פאנט ווען מען עפנט עס אין פאנטלעב זעט מען אסאך קעסטלעך, יעדע אות האט א באזונדערע קעסטל (אין טיפאגראפישע שפראך אנגערופן "קערעקטער" אדער "גלייף"). די חילוק צווישן די צוויי אין איין ווארט איז אז אין טרו טייפ קען אריינגיין זייער א באגרעניצטע צאל פון קעסטלעך (דאכט זיך מיר ביז 255), און אין אופען טייפ קען אריינגיין אן א גרעניץ.

חוץ דעם איז א אופען טייפ פאנט זייער קלוג, מען קען אים געבן קלארע אינסטראקציעס וואס צו טון למשל ווען מען טייפט אריין א אל"ף און נאכדעם א למ"ד זאל ער מאכן א נייע מין אות וואס האט דארט א באזונדערע קעסטל, די אל"ף למ"ד קאמבינאציע זעט מען זייער אסאך אין אלטע סידורים וואס האבן נישט געוואלט ארויסשרייבן דעם באשעפער'ס נאמען ק"ל.

אזוי קען מען געבן אן א שיעור קעסטעלעך און אן א שיעור אינסטראקציעס, ביי די גוים קומט עס שטארק צוניץ ביי "סקריפט" אותיות וואס די ליין וואס ציט זיך פון איין אות צום צווייטן קען נישט אייביג זיין אייניג, לאמיר זאגן דער ליין פון די a וואס ציט זיך צום נעקסטן אות, וועט זיין פיל מער פראפעסיאנעל אויב עס וועט זיך יעדעס מאל צופאסן צום קומענדיגן אות און נישט אייביג זיין די זעלבע, ווען די נעקסטע אות איז א b זאל עס גיין אביסל ארויף, און ווען עס איז א r זאל עס גיין גאר שיף ארויף. פארשטייט זיך אז מען קען מאכן אן קיין שום אינסטראקציעס און אז עס זאל ענטהאלטן די זעלבע צאל קעסטלעך ווי א טרו טייפ פאנט, וואס דאן וועט נישט זיין קיין שום חילוק צווישן די ביידע, און ביידע וועלן פיין ארבעטן.

וואס עס מיינט ביי אונז אידן אז מען זאגט פארן "אופען טייפ" פאנט אז ווען דו לייגסט דעם קמץ (וואס איז אויך א קערעקטער פאר זיך) אונטער דעם אלף זאל עס זיין אינדערמיט פונעם אות, אבער ווען דו לייגסט עס אונטערן ר' זאל עס זיין אויף די רעכטע זייט, אונטערן פיסל. און די זעלבע איז מיט טעמי המקרא.

די גאר סאפיסטטיקירטע אופען טייפ פאנטס אין ענגליש פארמאגן שוין אזויפיל זאכן אז עס איז פשוט א פראגרעם פאר זיך, למשל זיי מאכן א קאלקעלעיטער, ווען דו טייפסט אריין די קאמביאנאציע פון 1+1 וועט זיך עס אויטאמאטיש טוישן צו 2, ממש ווי עקסעל, און אסאך מאל נאך ווייטער.

אגב, נישט יעדער ווייסט דאס, אז די ספעיס צווישן איין ווארט און די צווייטע איז אויך א קערקטער, און אויב מען זעט אז ביי א געוויסע פאנט איז די ספעיס צו גרויס, קען מען עס פשוט פאררעכטן אינעם פאנט, און דארט מאכן קלענער.

בן הרחמן פרעגט: אויך האב איך געהערט פון א חבר איבער די פאנט 'אהבה' וואס האט די קרוינען אויף שעטנ"ז ג"ץ, אז ביי ווארד קען מען נישט מאכן געהעריג די קרוינען נאר ביי די גרעפיקס פראגרעמס ווי פאטאשאפ און קארעל וכדו', האב איך געוואלט וויסן צו עס איז טאקע אזוי און אויב יא פארוואס איז דאס אזוי, און אויב איינער וויל עס קויפן צו קענען נוצען אין ווארד איז דא עפעס א וועג אז מען זאל קענען מאכן די קרוינען?

ווארד איז א מייקראסאפט פראדוקט וואס זיי וועלן לייגן אלע ערליי אפציעס חוץ וואס מען דארף. אנטשולדיגט פאר די מייקראסאפט פענס. די קרוינען אויף די אותיות ארבעטן זייער פשוט, די שי"ן אויפן קיבארד איז ביי די ענגלישע אות a, ווען דו ווילסט ארויפלייגן א קרוין אויפן שי"ן האבן מיר אריינגעלייגט אז דו דארפסט פשוט דרוקן שיפט+a וואס אין געווענליכע פעלער ווען מען דרוקט שיפט מיט נאך א אות טוישט זיך די שפראך פון היברו צו ענגליש, און דא געשעט אויך אזוי, נאר מיר האבן אריינגעלייגט א שי"ן מיטן קרוין ביים ענגלישן אות a, און פאר דיר דאכט זיך אז עס איז בלויז ארויפגעקומען א קרוין אויפן אות, אבער במציאות איז דא א גאנצע נייע אות.

אלע פראגרעמס פארשטייען דאס, און מייקראסאפט אויך אסאך מאל, און אסאך מאל נישט. ווענד זיך אין די ווערסיע אדער אין די גיסטע, איך ווייס נישט. מיר האבן ארויפגעלייגט א סעמפל פאנט צו דאונלאודען, און דארט איז אויך דא אותיות מיט קרוינען, קענסט עס אויספראבירן צו עס ארבעט אין דיין ווערסיע.


אינטעליגענט פרעגט: איך וואלט גראדע געקענט באשטיין צו מאכן קאנטאקט אויך מיט דעם גאלדבערגער. איך האב ביי מיר עטליכע פאנט'ס וואס איך האב אליין געמאכט, אבער דער פראגראם עס צו מאכן פאר פאנטס, קען איך נישט. וואלט אפשר געווען א מעגליכקייט דורך אים, ס'זאל קומען אל הפועל.


אויב איז עס א פריש דיזיינטע פאנט קען זיין אז עס וועט מיר אויך זיין אינטערסאנט. מען קען זיך קאנטעקטן מיט מיר אויף fontstar עט דזשימעיל דאט קאם.
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

איך האב היינט געזעהן אויף סי-נעט אז די נייע מייקראסאפט אפיס צוויי טויזנט און צעהן למספרם, וועט סופארטן אפען טייפ פאנטס
שרייב תגובה

צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”