בעסער אזוי האט געשריבן:פליגל האט געשריבן:אלס אטוירני דזשענעראל איז ער געווען זייער שטרענג און זיין אהבת ישראל איז דאן נישט געווען אין בעסטן (מילד גערעדט), די פראגע איז אויב ס'יז געווען שנאת ישראל אדער סתם אויספירן זיין פליכט מיט לפנים משורת הדין. ער האט טאקע פארלארן די וואלן ס'ערשטע מאל ער'ז געלאפן צוליב דעם. למעשה זייענדיג מעיאר האט ער יא געהאט נאענטע באציאונגען מיט די אידישע בירגער און איז ספעציעל גוט געווען צו זיי.
אנדערש איז אבער געווען דער "אידישער" מעיאר, א דעמאקראט, וואס איז געווען אן עוכר ישראל א-ווי אין די אלטע צייטן.
אונזער היינטיגער מעיאר איז קיין פארגלייך, ער'ז נאענט מיט אידן פון אלעמאל, ער'ז געווען א קאונסילמאן אין א טייל פון ב"פ, און האט געהאט זאגאר א חסיד'ישן אינגערמאן ארבייטענדיג פאר אים. עס אזי ליבערשט זיינע ליבעראלע אנשויאינגן וואס טראגט אים און די סיטי אראפ אין דרעין. אבער אויב רעדט מען פון הכרת הטוב ברויך מיר געדענקן ווער עס האט אונז א טובה געטאהן ווען מיר האבן עס געברויכט.
נישט אריינצוגיין אינעם געשעעניש פונעם לוי' פון תולעת יעקב רבי זי"ע, וואס דאס ברויך אן עקסטערע אפהאנדלונג, ער האט דארט באוויזן צו טאהן אין וואס ער ספעציעליזירט זיך; אויפרעגן אלע זייטן ארום אינעם פרשה... אבער מיר קענען נישט דן זיין צוליב יענע איינע פרשה אלס אוהב/שונא ישראל...
עגרי 100%
גא"מ
מ'פארמישט טיפשות מיט שנאת ישראל
ווען נישט זיין ליבעראלע ארכי טיפשות וואלט ער געווען דער בעסטער פאר אונז אידן
קענטאקי האט געשריבן:בעסער אזוי האט געשריבן:קענטאקי האט געשריבן:זייער א גוטע פוינט לגבי זיינע שאנסן צו געווינען, איך האב מיך באצויגן צו די רייצערישע טאן פון 'דערלעבן א זיסע נקמה אין דעם שלעכטן מעיאר' צו וועמען רוב כלל ישראל האט אויסטערלישע הכרת הטוב.
וואספארא הכרת הטוב?
פאר'ן צוריקשטעלן רואיגקייט אין די סיטי. ער איז באטראכט געווארן ווי א מלאך המושיע. הער ווי אזוי דער עלטערער דור רעדט פון אים. ווי צל זאגט, שאל אביך ויגדך..
דארפסט נישט גיין ביז אביך. איך געדענק נאך דינקינ'ס צייטן
שליו ודגים האט געשריבן:איך וואלט געוואויט פאר זשוליאני בלויז פאר דעם אליין צו שעצן זיין טאטעס געוואלדיגע ארבעט אויפצודעקן דעם שלייער פון דעם אזוי גערופענעם שיינעם ביידן וואס האט גרויליגערהייט גענוצט זיין פאוער געפירט אמעריקא אין באד אלס אז זיין דראג עטיק האנטער זאל מאכן מיליאנען פאר'ן טון גארנישט
טעיק איט איזי. ביידען און זיין זוהן זענען
מסתמא בכלל נישט אזוי קארופטירט ווי דו ווילסט (און איך וואלט געוואלט) זיי זאלן האבן געווען
ריגארדלעס איז דאס נישט קיין סיבה (אין מיינע אויגן) צו וואוטען פאר אים
שוין. לאמיר דאס לאזן אינדרויסן (נאכדעם וואס איך האב געזאגט מיינס
)
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:דער נאמען דשוליאני, טאטע זוהן נעפיו קאזין אייניקל נישט קיין חילוק האט געוויס שטארקע שאנסן צי געווינען דעם צידרייטן סיטי אין א יאר ארום
וכו'
די נאמען אליינס וועט אים מסתמא העלפן צווישן נארמאלע מענטשן. די שאלה איז וויפיל פון זיי זענען געבליבן דא