דער ירושלימ'ער קינד מיט נאפוליאן

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

דער ירושלימ'ער קינד מיט נאפוליאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

בס"ד

אין די צייטן פון די ערשטע וועלט מלחמה, אין יאר תרע"ד, איז געווען זייער א שווערע תקופה פאר די אידן אין די הייליגע שטאט ירושלים. די טערקישע רעגירונג האט דעמאלטס געהערשט אויף ארץ ישראל, וואס דאס אליין איז געווען ביטער שווער פאר די אידן, און צו דעם איז נאך צוגעקומען די מלחמה צייטן, וואס האט געברענגט א געוואלדיגע ארעמקייט און הונגער, רחמנא ליצלן.
אין ירושלים האט דעמאלטס געוואוינט א חשוב'ער איד, א מוהל, וואס ער האט געהאט אוועקגעלייגט א גאנצע 'גאלדענע נאפוליאן', א טייערע מטבע, וואס מיט דעם וואלט מען געקענט איינקויפן עסן פאר די משפחה פאר א גאנצע יאר! דאס האט דער איד געהאט אוועקגעלייגט העכער א שאנק ביי אים אינדערהיים.
דער איד האט געהאט א זיבן-אכט יעריגער אינגל, און איין טאג האט דאס קינד באמערקט דעם גאלדענעם נאפוליאן ליגן אויפן שאנק. די אינגל האט נישט געוואוסט קיין חילוק צווישן 'חירעלעך', וואס איז געווען די ביליגע מטבע, אזויווי היינט א ניקל אדער דיים, אדער די טייערע גאלדענע נאפוליאן, וואס איז געווען ווערט ממש אזויווי אפאר טויזנט דאלער! ער האט געוואוסט אז מיט א מטבע קען מען גיין אין גראסערי, און מ'קען מיט דעם קויפן א קענדי אדער א ניסעלע.
דאס קינד איז זעט אויס געווען צוגעוואוינט פון די פריערדיגע צייטן, אז די טאטע פלעגט אים פון צייט צו צייט געבן א חירעלע זיך צו גיין קויפן א גוטע זאך, און יעצט ווען ער האט געזען די נאפוליאן, וואס ער האט דאך נישט געוואוסט די חשיבות און טייערקייט דערפון, האט ער עס געגעבן א רוק אריין אין טאש, און געגאנגען צו זיין באליבטע קענדי סטאר נעבן זיין הויז, זיך איינקויפן א גוטע זאך.

-----

שפעטער נאכמיטאג, די טאטע קומט אהיים, און זיינע אויגן פאלן אויפן שאנק. ער קוקט נאכאמאל. ער שטעלט זיך אויף אויפן בענקל צו כאפן א נאנטערע בליק. אפשר דאך.... אבער ניין.
די נאפוליאן איז נישטא. ס'איז פארשוואונדן.
ער פרעגט די מאמע אויב זי האט עס גענומען?
ניין.
פלוצלינג זעט ער ווי זיין אינגעלע האלט אפאר קענדיס אין די הענט. פרעגט ער אים: דו האסט גענומען עפעס פון העכער די שאנק?
יא, כ'האב גענומען די געלט.
און וואס האסטו געטון דערמיט? פרעגט די טאטע אינגאנצן דערשראקן.
כ'האב עס גענומען צו די גראסערי און געקויפט אפאר קענדיס.

-----

ג-נ-ב!!!
מיט איין אטעם לויפט די מאמע ארויס צו די קענדי געשעפט.
דו רשע מרושע! דו האסט אונז בא'גנב'ט אונזער לעצטע האפענונג! דו האסט גענומען א גאנצע גאלדענע נאפוליאן פון מיין זון, און אנשטאט דעם אים געגעבן אפאר קענדיס?!?
שעמסט זיך נישט?!? מיר וואלטן געקענט האבן עסן פאר א גאנצע יאר פאר די נאפוליאן, און יעצט האבן אונז גארנישט!!!
גיב שוין צוריק די גניבה!
דער בעל הבית פונעם געשעפט איז געווארן אינגאנצן פארלוירן.
וואס ווילן ענק פון מיר? וואס זענען די געוואלדעס? ענקער זון האט מיר געברענגט א 'חירעלע', נישט קיין נאפוליאן.
וואס הייסט נישט קיין נאפוליאן? לאמיר אים איבערפרעגן נאכאמאל.
פון וואו האסטו געהאט די מטבע?
איך... האב... עס... גענ... גענומען... פון... ה.... העכ.... העכער די ש.... שש.... שאאאאנק.
וואס טראכסטו, פרעגט זי אויפגערעגט צום בעל הבית, דו האלטס מיר האבן באהאלטן חירעלעך העכערן שאנק?!? אודאי איז עס געווען די נאפוליאן וואס מיר האבן דארט אוועקגעלייגט!
פון די קולות איז זיך צוזאמגעלאפן א גרויסער עולם, און פארשטייט זיך אז יעדער האט געגעבן גערעכט פאר די מאמע. אומזיסט האט זיך דער געשעפטסמאן פראבירט זיך צו פארענטפערן ווען קיינער האט אים ניטאמאל אויסגעהערט. מ'האט אים נאר באשריגן 'גנב' און 'רויבער'...

ענדליך האט מען גע'פועל'ט מ'זאל גיין צו דין תורה.

נאכן אויסהערן די גאנצע מעשה פונעם טאטן, און די טענות פון די געשעפטסמאן, האט דאס בית דין גע'פסק'נט אזויווי די דין איז, אז דער געשעפטסמאן דארף שווערן אז ער האט נאר באקומען א חירעלע און נישט א נאפוליאן.
האט דער געשעפטסמאן געזאגט, אפילו עס איז אמת אז איך האב נאר באקומען א חירעלע, פונדעסטוועגן דאך וויל איך נישט שווערן, נאר ענדערש וועל איך אפצאלן די נאפוליאן צוביסלעך ביז א באשטימטע צייט.
פארשטייט זיך אז דאס האט נאך מער פארשטערקערט די חשד אז ער האט עס יא גענומען, און וועגן דעם וויל ער נישט שווערן, ווייל עכט איז עס יא א פאלשע שבועה... און ער איז געבליבן ביי יעדעם אפגעסטעמפלט אלס א פאלנער גנב, וועלכע האט נעבעך נישט געקענט ביישטיין דעם נסיון, און האט צוגענומען אזא גרויסע סכום אין אזעלכע שווערע צייטן.
פון דעמאלטס און ווייטער פלעגן מענטשן זיך צוריקהאלטן איינצוקויפן ביי אים, ביז נישט לאנג נאכדעם האט ער געמוזט אינגאנצן אפשפארן דאס געשעפט, און איז נעבעך געבליבן א בלוטיגער ארעמאן און אויסגעשלאסן פון געזעלשאפט.

-----

אפאר יאר שפעטער, די מלחמה האט זיך שוין אפגעשטילט, די ענגלענדער האבן איבערגענומען הערשאפט איבער ארץ ישראל, און דער ירושלימ'ער מוהל באקומט איין שיינעם טאג א בריוו אין פאסט.
אינעם בריוו שרייבט אים א אינגערמאן:

"פאר עטליכע יאר צוריק, אין די שווערע מלחמה צייטן, האב איך שפאצירט אויפן גאס אין ירושלים, ווען אינמיטן באמערק איך א קינד גייט מיט א גאלדענע נאפוליאן אין די האנט.
איך בין געווען הונגעריג. מיינע קינדער זענען נעבעך געווען אזוי אויסגעמאגערט און אויסגעהונגערט. זייער צער איז מיר ארויפגעשווימען פאר די אויגן. כ'האב מיר פארגעשטעלט אז דאס קינד קומט זיכער פון א גאר רייכע שטוב, וואס ערלויבן זיך אז זייער קינד זאל זיך ארומשפילן מיט אזא טייערע מטבע, און פון די צווייטע זייט ביי מיר גייען די קינדער ממש אויס פאר הונגער, צוזאמען מיט מיר און מיין ווייב...
האב איך געטראכט אז איך וועל אויסבארגן דאס געלט אויף דערווייל, און מיטן אויבערשטן'ס הילף, ווען די מצב וועט זיך פארבעסערן, וועל איך עס אפצאלן.
בין איך צוגעגאנגען צום קינד און אים געבעטן צו ווייזן וואס ער האלט אין זיין האנט. אזויווי ער האט מיר געוויזן דעם נאפוליאן, האב איך אים פארשפילט, און אויפגעטוישט די נאפוליאן פאר א חירעלע. דאס קינד האט ניטאמאל אינאכט גענומען דעם טויש, און איז אוועקגעגאנגען פרייליך און צופרידן!
אצינד, אז די מלחמה איז שוין פאראיבער, און מיין מצב האט זיך אויך פארבעסערט, צאל איך אפ די הלואה, און איך בעט אייך איבער אז איך האב עס געטון אן אייער וויסן, ווייל עס איז ממש געווען פיקוח נפש!"

בייגעלייגט איז געווען א גאנצע גאלדענע נאפוליאן.

פארשטייט זיך אז דער איד איז געווארן אויס מענטש! דער געשעפטסמאן איז געווען גערעכט! ער האט טאקע נאר באקומען א חירעלע פונעם קינד, און נישט קיין נאפוליאן.
בליץ שנעל איז ער אריבערגעלאפן אים איבערבעטן ארויף די צער און עגמת נפש וואס ער האט אים פארשאפט, און פארשטייט זיך אים צוריקגעצאלט די נאפוליאן וואס דער געשעפטסמאן האט זיך אנגעפלאגט אזוי ערליך צו באצאלן, נאך וואס ער האט נישט געוואלט שווערן, טאקע אויף אן אמת!

-----

דער גרויסער ירושלימ'ער מגיד ר' שלום שוואדראן זצ"ל פלעגט פארציילן די מעשה, און ער האט ארויסגעברענגט וואס מ'קען זיך אפלערנען פון די מעשה, ווי ווייט מ'דארף אלעמאל דן זיין א צווייטן לכף זכות. ווען ס'האט טאקע אויסגעזען פאר יעדעם אז דער געשעפטסמאן איז א ליגנער און א גנב, אבער באמת איז ער געווען ערליך און אפגעהיטן און נישט צוגערירט קיין פרעמדע געלט.

אבער שפעטער האט ער צוגעלייגט וואס ער האט געהערט פון א חשוב'ע עלטערע ירושלימ'ער איד, וועלכע האט אליינס מיטגעהאלטן די מעשה, און האט צוגעלייגט א געוואלדיגע טיפע מוסר השכל.

-----

יארן שפעטער, די אלע אידן וועלכע זענען געווען פארמישט אין די מעשה זענען שוין נפטר געווארן, און ארויפגעקומען אויפן עולם האמת. מ'משפט זיי פאר אלע זייערע מעשים, און מ'קומט אויך אן צו די מעשה פון די גאלדענע נאפוליאן.

לאמיר מאכן א חשבון.
דער טאטע, וואס דורך אים האט דער געשעפטסמאן נעבעך באקומען אזעלכע בזיונות, אבער למעשה ער האט דאך געוואוסט קלאר אז דאס קינד האט גענומען די נאפוליאן, וואס איז טאקע געווען אמת, און האט נישט געקענט האבן קיין מינדעסטע ספק אז די געשעפטסמאן האט באקומען עפעס אנדערש. נו, ער איז מסתמא ארויס זכאי בדין.
דער געשעפטסמאן, אה! ער האט דאך אזויפיל געליטן אומזיסט! ער האט זיך אפילו אפגעפלאגט צו באצאלן וואס ער איז אין אמת'ן בכלל נישט געווען שולדיג! ער גייט זיכער גלייך אין גן עדן.
דער אינגערמאן וואס האט אויפגעטוישט די מטבעות ביים קינד און אנגעדרייעט די גאנצע סומאטוכע, אים קען מען אויך דן זיין לכף זכות אז ער איז נעבעך געווען אן אונס וועגן די שווערע מצב, און צום סוף האט ער דאך מקיים געווען והשיב את הגזילה. נו, ער איז מסתם אויך ארויס זכאי בדין.
דאס בית דין וואס האט גע'פסק'נט אז דער געשעפטסמאן דארף שווערן אדער צוריקגעבן די נאפוליאן, זיי זענען זיכער גארנישט שולדיג, ווייל "אין לו לדיין אלא מה שעיניו רואות", א דיין קען נאר פסק'ענען לויט וויאזוי ער זעט די מעשה.

אבער, הערט וואס דער צדיק האט געזאגט אונז דארפן זיך אפלערנען פון די מעשה, ווער ליידט נעבעך יא פון די מעשה? ווער איז נישט ארויס זכאי בדין אויבן אין הימל?
דאס זענען די אלע ארומיגע מענטשן וועלכע האבן זיך אריינגעמישט אין די מעשה! די וועלכע האבן געשריגן אויפן געשעפטסמאן און אים פארשעמט! די וועלכע האבן אים נאכגעשריגן 'גנב' און גע'רודפ'ט אים און זיינע קינדער! די מענטשן האבן זיכער נישט קיין תירוץ פאר זייער אויפפירונג! די מענטשן, אדער בעסער געזאגט 'אוממענטשן', זיי זענען נעבעך באשטראפט געווארן פארן זיך מישן און אנדרייען א מחלוקת!

-----

לאמיר זיך אפלערנען פון און בן פלת'ס ווייב, וואס בלייבט לדורות עולם אלס די העלד פון די מעשה פון קרח! אלעמאל ווען מ'רעדט פון די מחלוקה פון קרח ועדתו קעגן משה רבינו, און די ביטערע סוף וואס זיי האבן נעבעך באקומען, פארציילט מען אויך אז און בן פלת האט זיך ארויסגעדרייט פון די מחלוקה וואס האט מיט אים נישט געהאט קיין שייכות.

ס'מאכט זיך אסאך מאל מ'זעט מענטשן קריגן זיך. אודאי איז מחלוקת א געפערליכע זאך, אבער זיך אריינמישן, דאס איז נאך סאך ערגער!
ווער זאגט דיך אז דער פאר וועם דו נעמסט זיך אן איז גערעכט? אפשר האסטו נישט געזען די גאנצע מעשה, און ווען דו מישסט זיך אריין מאכסטו נאר ערגער?
און אפילו אויב דו ווייסט יא ווער ס'איז גערעכט, האסט אליין געזען וויאזוי ס'האט זיך אנגעהויבן, אפשר ציט זיך שוין די מחלוקה פון נעכטן? אפשר איז דא 'נאך עפעס' געווען וואס דו ווייסט נישט?

פון זיך נישט אריינמישן האט נאך קיינער נישט פארלוירן, אויב עפעס נאר פארדינט, אזויווי און בן פלת וועלכע איז למעשה געבליבן לעבן און איז נישט איינגעשלונגען געווארן אין די טיפע גרוב צוזאמען מיט קרח און דתן ואבירם.

דער אויבערשטער זאל טאקע העלפן מ'זאל זיך קענען צוריקהאלטן פון מחלוקת, סיי זיך נישט אליין ארומקריגן מיט אנדערע, און זיכער נישט זיך אריינמישן ביי אנדערע מחלוקת, נאר לעבן מיט יעדן איינעם מיט שלום ושלוה אהבה אחוה ורעות, און דורכדעם זוכה זיין צו אלע ברכות, אזויווי די גמרא ענדיגט זיך סוף ש"ס, לא מצא הקדוש ברוך הוא כלי מחזיק ברכה לישראל אלא השלום.

(איבערגעטייטשט - מיט הוספות - פון ספר 'שאל אביך ויגדך' מאוצרו של ר' שלום שבדרון זצ"ל)
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: דער ירושלימ'ער קינד מיט נאפוליאן (צום 1000'ער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

PDF
מיט עטליכע שינויים (צום סוף) צו דערציילן ביים שבת טיש
אטעטשמענטס
צו דערציילן ביים שבת טיש_נאפוליאן.pdf
(100.64 KiB) געווארן דאונלאודעד 226 מאל
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9222
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: דער ירושלימ'ער קינד מיט נאפוליאן (צום 1000'ער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

געוואלדיג! מ'ווארט מיר שוין לאנג צו קענען ליינען נאך א שטיקל פון דיינע געשמאקע סחורה.

יישר כח!

פרינטער פרינט!
---
green sunday
שר האלף
תגובות: 1199
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

Re: דער ירושלימ'ער קינד מיט נאפוליאן (צום 1000'ער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green sunday »

זאג א גוטס האט געשריבן:PDF
מיט עטליכע שינויים (צום סוף) צו דערציילן ביים שבת טיש


א גרויסן ישר כח
פאר צענטראלע נייעס אינערהאלב קהל יטב לב ד'סאטמאר שיקט אן אימעל צי בחצרות סאטמאר
פאר לאקאלע נייעס קליקט דא מודעות קהלינו סאטמאר קרית יואל קול הקהל סאטמאר וויליאסמבורג
קרית יואל וועכענטנליכע נייעס באריכט היימשטאט
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: דער ירושלימ'ער קינד מיט נאפוליאן (צום 1000'ער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

מענדי מענדי מענדי ...
זייער שיין
אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: דער ירושלימ'ער קינד מיט נאפוליאן (צום 1000'ער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט שרייבער »

זייער שיין
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דער ירושלימ'ער קינד מיט נאפוליאן (צום 1000'ער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

הערליך שיין און דראמאטיש!!!

מזל טוב צום העכערונג אין ראנג. 7 קנייטשן פארן ארטיקל.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

Re: דער ירושלימ'ער קינד מיט נאפוליאן (צום 1000'ער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

הערליך שיין אראפגעלייגט און גוט ארויסגעברענגט דעם לערע, א דאנק!

און פארשטייט זיך, א הערצליכן מזל טוב צום אלפ'ל!
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: דער ירושלימ'ער קינד מיט נאפוליאן (צום 1000'ער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

מזל טוב זאגי!
ווען איך זעה א תגובה וואס די thumbs up שאקלט זיך ביי די לינקע זייט, ווייס איך אז ס'איז ווערד אפצוליינען.
האבן מיר שוין טויזנט אזעלכע!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: דער ירושלימ'ער קינד מיט נאפוליאן (צום 1000'ער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

הערשט יעצט אנגעקומען - תיכף אריבערגעשליידערט צום דזשורנאל
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: דער ירושלימ'ער קינד מיט נאפוליאן (צום 1000'ער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

מ'קען נאך זאגן מזל טוב?!

איך האב עס געליינט בשקיקה בשעתו, זייענדיג א אבל פון שרייבן דא "ווייל איך גיי דאך ווערן א סר" (פאר מער זעה דא באריכות..)

און אפילו איך האב שוין געזעהן און געהערט די מעשה עטליכע מאל, האב איך עס קיינמאל נישט געזעהן אזוי זאפטיג ווי דו האסטעס אראפגעלייגט!

כ'האב זייער זייער וכו' הנאה געהאט!!! א גרויסן יישר כוח פארן זאגן א גוט'ס, און מזל טוב מזל טוב!!!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

Re: דער ירושלימ'ער קינד מיט נאפוליאן (צום 1000'ער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

יעצט געליינט...

הערליך איז אן אנדערסטעיטמענט!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: דער ירושלימ'ער קינד מיט נאפוליאן (צום 1000'ער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

שוין געהערט און געליינט א נאפליאן מאל,אבער נאך אלס איז עס ווערט א גאלדענער נאפוליאן. שיין.
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: דער ירושלימ'ער קינד מיט נאפוליאן (צום 1000'ער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

לכבוד פרשת קרח
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: דער ירושלימ'ער קינד מיט נאפוליאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

הערליש שיין ערציילט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”