פסססט.... נעפקינס.....

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

פסססט.... נעפקינס.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

לכבוד די 1500'טע דארף מען שרייבן עפעס אנארטיקל, ניין?
שוין, לאמיך מיטיילן א געדאנק וואס איז נאך פריש פון אויבן (נישט קיין טעות סופר).

צודרוקט צווישן הונדערטע בחורים און יונגעלייט, שטייט מיין פאר האלבע-שיך אויף די פיפטע שטאק פון די פארענטשעס. כמעט זיכער אז מיינע שיך האבן נישט אליינס ארויפשפאצירט אהין, איך מיין אז זיי זענען ארויף זייענדיג אויף מיינע פיס, אבער נאכן שטיין צוויי שעה אין א ציה, ווערנדיג געווארפן הין-און-קריק יעדע האלבע מינוט ווען נאך א בחור שטופט זיך ארויף, שפיר איך שוין נישט מיינע פיס. אין געווענליכע אומשטענדן וואלט איך זיכער געכאפט א בליק אויף פיס, זיכער צו מאכן אז זיי זענען נאך אין ארגינעלן פארעם, אבער כעת איז עס נישט מעגליך, איך קען פשוט נישט זעהן אונטן.
אנגעהויבן האב איך אויף די ערשטע שטאק, אבער ווען די יושב ראש האט זיך אזוי איינגעבעטן אז מ'זאל זיך ארויפרוקן אויף די העכערע שטאקן האב איך זיך פאלגזאם ארויפגערוקט נאך א רייע. און ווען די שטראם פון מענטשן האט זיך נישט אפגעשטעלט, איז עס געווארן נאך א רייע און נאך א רייע, ביז פינעף! יעצט בין איך זוכה צו שטיין גענוג נאנט צום טשענדעלעיר אז ס'זאל מוסיף היץ על שוויץ זיין, אבער גענוג ווייט פון איר אז איך זאל נישט קענען ארויסדרייען די באלבס.

די התרגשות איז געוואלדיג, די רבי קומט אריין! מה נהדר המראה! חסדי ה' מיט התלהבות.... נחמו עמי.... ישמח צדיק.... שטיל.... נאך א רבי.... נאכאמאל חסדי ה'.... נאכאמאל שטיל.... ווידער א רבי.... א פרישע חסדי ה'.... ס'איז מורא'דיג!
איי, די זכרון ברענגט ארויף די מאמענטן ווען ס'איז געווען דבר אחד לדור, די רבי זכרונו צדיק וקדוש לברכה האט אליינס באשיינט בראש, די הייליגע צורה, די הכנעה'דיגע זיץ, די פייערליכע טאנץ, ס'פילט זיך אויף זיכער אז די רבי איז דא פון אויבן בתוכנו און שעפט נחת ווי בניו שליט"א פירן ווייטער די עדה אויף די זעלבע וועגן.

ס'ווערט שטיל, אלע אויגן זענען געוואנדן צום שולחן שגדולי הדור מסובין בה. אבער אינמיטן פיל איך ווי איך ווער נאס. דאונט געט מי ראנג, נאס פון שווייס בין איך שוין געווען פון לאנג, מיין בעקיטשע האט שוין געהאלטן ביי בוטח על מנת להטריח ביז צעהן דורות, אבער יעצט האב איך שוין באקומען א קאלטע טראפ פון די עיר קאנדישן דאקטס, זעהט אויס אז די קאאלינג סיסטעם אין בית רחל פאראדייס איז נישט באשאפן געווארן צו דערהאלטן אזעלכע אומשטענדן, און פון גרויס איבערשטרענגונג האט ער געלאזט אפאר טרערן.
דא האב איך שוין געזעהן אז ס'איז כלו כל השוויצן, איך מוז מיך דריגנד שאפן אפאר נעפקינס.
ווען איך בין ווען געבוירן מיט א פינעוועצוואנציג יאר פריער האב איך דאך א טאשן-טיכל מיט מיר. אבער שוין, כך גזרה חכמתו.
איך האב געקענט זעהן אסאך נעפקינס ליגן אויף די טישן, אבער אונטער אזעלכע אומשטענדן איז עס ווייטער ווי תרי עברי דנהרא. איך האב געווארפן די בליקן צווישן די טישן האפנדיג אז איך וועל טרעפן איינעם וועמענס סעל נאמבער איך האב אין די קאנטאקטס, אפשר וועט ער מיך עפעס קענען ארויפשיקן עפעס, אבער אזא איינער האט זיך נישט אפגעזוכט.
מיינע זוכענישן צווישן די טישן האבן מיך נאר ארויפגעברענגט די בייז-בלוט ווען איך האב באמערקט ווי א יונגערמאן שטרעקט אזוי פשוט אויס זיין האנט צום טיש, הייבט אויף א טישו און בליפס! אפגעווישט!
איך האב מיך שוין אפילו באשלאסן אז איך גיי מוזן אויפגעבן אויף מיינע חלומות און אהיימגיין נאך פאר אודה ה', אבער די איך בין געווען פארשפארט אין אזא מענטשן-מויער וואס האט נישט געלאזט אראפ און נישט ארויף.
אקעי, פה אשב, אבער איך מוז עפעס שאפן.

בצר לי האב איך פשוט אנגעהויבן ציצקענען קיין אונטן-אהן "פסססט.... פסססט...." זיבעצן קעפ האבן זיך ארומגעדרייט, אבער נאר פון די פארענטשן-שטייער, קיינער פון די גליקליכע וואס דרייען זיך אונטען און קענען מיך העלפן.
איך געב נישט אויף "פסססט... פססט...." די סעקאנד וועיוו האט שוין געכאפט די אטענטשן פון א זקן דארט אונטן, אבער נאר פאר צוויי-פערטל סעקונדע האט ער פרובירט צו קוקן פון וואנעט ס'ציצקעט.
נאך איינס "פסססססט.... פססססט...." אה! א וואויל-יונגל האט געכאפט די זאך, ער ווייזט מיט די הענט ווי צו פרעגן וואס איך דארף, איך ווייז אים אויפן טיש, ער הייבט אויף א באטל סעלצער מיט א פראגע-מינע אויפן פנים, 'ניין' שאקל איך מיטן קאפ "נ...ע...פ...ק...י...נ...ס..." איך פארציה די ליפן די שטערקסטע וואס איך קען.
אהההה... ב"ה ער פארשטייט, א קלוג-קינד קניינע הארע! ער'ט נאך זיין א גרויסע תלמיד חבר אי"ה.
די הויפן איז - ווי ערווארטעט - אנגעקומען צו מיר נאך וואס יעדער וואס האט עס בארירט האט שוין אראפגעציפט זיין חלק פון דעם, איך האב מיך אזוי אויך געפרייט אז עכ"פ 3-4 פון זיי האבן מיר דערגרייכט.
וויש וויש, אהההה... די ריליעף... שווער צו שילדערן.

איך קען שוין יעצט טראכן פון עפעס אנדערש חוץ א נעפקין, איך כאפ א בליק אויפן טריפנדען עירקאנדישן, מיין בליק גייט ווייטער, העכער. איך זעה ביז אויבן די ארט פון וואו די רבי ז"ל שטייט און קוקט אראפ און זאגט מיר "טייערער איד, איך בין דא אויבן, דא קען מען שוין גארנישט טוהן, מען קען צו גארנישט צוקומען. דאס איינציגסטע וואס מ'האט דא איז וואס מ'שיקט ארויף פון אונטן, בכליון עינים קוקן אונז ארויס אויף ענק דארט ארויפצושיקן צו אונז א נעפקינ'דל, זאכן וואס ענק קענען האבן אן קיין טראפ אנשטרענגונג מיינען פאר אונז אייביגע וועלטן"
די נשמות אויבן קוקן אויס פונקט ווי מיר אין מיין שווערן מצב, זיי גארן זיי לעכצן, ווען שיקט שוין איינער עפעס ארויף אהער. נישט אומזינסט לייגט מען אוועק די ציצית אין א בית עלמין, מאך זיי נישט פילן ווי שטומפיג ווען ער זעהט דעם אינגערמאן דארט אונטן נעמען א נעפקין. אבער זיי יא ווי דעם צדיק וואס האט מיך ארויפגעשיקט א נעפקין, ס'קאסט נישט קיין געלט, ס'איז נאר אפאר ווערטער "לעילוי נשמת...... בן\בת......" ס'איז זיכער אז די נשמות אויבן בלייבן נישט שולדיג פאר ווער ס'טוט פאר זיי!

הריני מגלה דעתי שכל מעשים טובים שאני עושה היום הרי אני עושה אותם לעילוי נשמת רבינו ישראל אברהם בן רבינו אליעזר זוסיא.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: פסססט.... נעפקינס.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

זייער שיין, זאל עס טאקע זיין א עליה פאר זיין נשמה.
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: פסססט.... נעפקינס.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

אזוי שיין צוזאמפלעכטן אזא שטארקע הומאר מיט אזא ערנסטע מעסעדזש! WOW!

וויאזוי רופט מען נאר אזאנס??

נו???

אה - שטומפיג!! (ידנ, נישט די באדייט..)
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: פסססט.... נעפקינס.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

שיין געשריבן!!
אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: פסססט.... נעפקינס.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט שרייבער »

זייער שיין
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פסססט.... נעפקינס.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

זייער שיין!

איך האב ליב די קעפל..
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

Re: פסססט.... נעפקינס.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

אויסנאם אויסנאם גוט, הערליכע געדאנק און קונצליך אראפגעשריבן!

יישר כח!
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: פסססט.... נעפקינס.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

א שטארע געדאנק, און גוט אראפגעמאלן די מצב...

צופעליג האב איך געהאט אפאר טישוס אין טאש. נעקסטיים בעט מיר...
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: פסססט.... נעפקינס.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

אזאנס געלאכט. ביז איך האב געכאפט די ערנסקייט

#מעסיוו
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: פסססט.... נעפקינס.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

קנאקעדיג!
בוטח על מנת להטריח, כלו כל השוויצן, דער האט א שפראך.

אבער ס׳מערסטע הנאה געהאט אז נאכן נישט אויפהערן לאכן איז די פונטש ליין א שיינע מוסר השכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: פסססט.... נעפקינס.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

שיינע געדאנקֿ, שיין געשריבן. געוואלדיג!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: פסססט.... נעפקינס.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

א רעיון!!

געוואלדיגע שריפט.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
נוסח אשכנז
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 1:12 am

Re: פסססט.... נעפקינס.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נוסח אשכנז »

געוואלדיג!!!!!!!!!!
נאך מיט א סענס אויף יאמער

איך ווארט שוין אויף דיין צוויי טויזענטסטע


בד"וו האסט נישט מורא פון גילו?
.Hey there! I am using Ivelt
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: פסססט.... נעפקינס.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

;l;p- ;l;p-
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17019
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: פסססט.... נעפקינס.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

איי האסטו מיר הייס געמאכט..

פסססססססססססססססט.... נעפקינס...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: פסססט.... נעפקינס.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
:grin: :grin: :grin:

מזל טוב מזל טוב שטומפיגעלע!

אוי ביסטו גוט... האסט אראפגעלייגט אזוי זאפטיג און שטומפיג, אזש כלו כל השוויצן! ממש פריש געבאקן פון אויבן...

און די מוסר השכל איז געוואלדיג... און נאך אזוי פונעם טיפן געלעכטער...

דו קענסט! דו ביסט גוט! מיר ווארטן אויף נאך און נאך.

בד"וו
בהאי זימנא לאמיר איהם יישר כוחענען פארן ברענגען כסדר אינטרעסאנטע קליפ'ס פארן וועלט'ל, א שכויעח!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: פסססט.... נעפקינס.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

לעילא לעילא תרתי משמע
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: פסססט.... נעפקינס.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

שכח פאר אלע דאנקערס.
@גרויסע עם הארץ - די ערשטער צו דאנקען
@זאגי - (דארף ווען שוין זיין א ר"ת נד"ב)
@בלעכי - א דאנק פאר די קאמפלימענט
@אייוועלט שרייבער - בד"וו שלום עליכם
@פעיק ניוז - איך האף אז נישט "נאר" די קעפל
@שמחת עולם - א קאמענט פון דיר איז סאמטינג ספעשל, אן עלטערע תוכנ'דיגע טאלאנטפולע ניק
@קלאצי - לייג אוועק די טישו פאר די נעקסטע
@ניין און יא - צווישן דיינע אלע ערנסטע טיפע הערליכע ארטיקלען דארף מען אמאל לאכן אויך, ניין?
@איינס - א שכח פארן קאמפלימענטן
@ענדע צדיק - א סורפרייז פאר מיר אז דו ביסט אריינגעקומען דא
@אסדר - המיו"ל ראה"ק דקהלתינו
@נוסח אשכנז - אגב, שלום עליכם
@פרישע קוגל - (וואו איז דיין אוועטער?)
@אוראייניקל - שיק אים עס ארויף
@נאר מיט שמחה - שכח פאר די קלאפ אין פלייצע און יישר פאר די קליפס
@הענדימען - זיסע מליצה, שמייכלתי

לאז מיך נאך איין מאל איבערקוקן אויב איך האב איינעם אויסגעלאזט......
ניין! שיק!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: פסססט.... נעפקינס.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

שוין גארנישט שטומפיג, שארף, און הערליך שיין..

מזל טוב לידידי הותיק שטומפיג צו די 1500! מיר ווארטן אויף דיר אין אישי אדער אין די קליפער אשכול..
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: פסססט.... נעפקינס.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

פיין דעס!

איך האב מיר שוין מיט די יארן געלערנט, איידער מ'גייט ארויף אויף די פארענטשעס לייגט מען אריין א גלעזל, סעלצער, מיט טישאס אין טאש....
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: פסססט.... נעפקינס.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

שטומפיג האט געשריבן:שכח פאר אלע דאנקערס.
@גרויסע עם הארץ - די ערשטער צו דאנקען
@זאגי - (דארף ווען שוין זיין א ר"ת נד"ב)
@בלעכי - א דאנק פאר די קאמפלימענט
@אייוועלט שרייבער - בד"וו שלום עליכם
@פעיק ניוז - איך האף אז נישט "נאר" די קעפל
@שמחת עולם - א קאמענט פון דיר איז סאמטינג ספעשל, אן עלטערע תוכנ'דיגע טאלאנטפולע ניק
@קלאצי - לייג אוועק די טישו פאר די נעקסטע
@ניין און יא - צווישן דיינע אלע ערנסטע טיפע הערליכע ארטיקלען דארף מען אמאל לאכן אויך, ניין?
@איינס - א שכח פארן קאמפלימענטן
@ענדע צדיק - א סורפרייז פאר מיר אז דו ביסט אריינגעקומען דא
@אסדר - המיו"ל ראה"ק דקהלתינו
@נוסח אשכנז - אגב, שלום עליכם
@פרישע קוגל - (וואו איז דיין אוועטער?)
@אוראייניקל - שיק אים עס ארויף
@נאר מיט שמחה - שכח פאר די קלאפ אין פלייצע און יישר פאר די קליפס
@הענדימען - זיסע מליצה, שמייכלתי

לאז מיך נאך איין מאל איבערקוקן אויב איך האב איינעם אויסגעלאזט......
ניין! שיק!

געשיקט
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: פסססט.... נעפקינס.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אלטער האט געשריבן:פיין דעס!

איך האב מיר שוין מיט די יארן געלערנט, איידער מ'גייט ארויף אויף די פארענטשעס לייגט מען אריין א גלעזל, סעלצער, מיט טישאס אין טאש....

ולעניננו:
הדה הוא דאמר שיננא חטוף ואכול חטוף ושתה כי למחר תעלה ותשוויץ...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

דער האט א שפראך....
הערליכע געדאנק, דאכצעך נאכנישט געזען איינער זאל דאס ארומרעדן. צוזאמען מיט דיין הערליכע באשרייבונג אויפן מעמד און דיין לשון חכמים איז עס א מושלם. האסט מיר געגעבן חרטה געפילן פארן למעשה נישט אריין פארן (הגם דיין דיסקריפציע פון די היצען האט עס אביסל בארוהיגט...)


עס קומט דיר אויך א ;l;p- פארן אזוי נישט מיר'דיג אויסמיידן די איסור פון באשרייבן לעבעדיגע רבי'ס...
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
קרעפלעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2020 2:01 pm

Re: פסססט.... נעפקינס.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפלעך »

;l;p- - במקום הלייק קנעפל.
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: פסססט.... נעפקינס.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
הצלחה
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”