סופארט גרופע פאר בעגינערס מיטן פידל..

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

סופארט גרופע פאר בעגינערס מיטן פידל..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך זעה דאך אז "כשאני לעצמי מה אני", איך קום נישט אן צו פראקטיצירן מיטן פידעלע ווי עס באדארף צו זיין. ווען איך פלעג נעמען די לעקציעס, פלעג איך כאטש יעדן טאג אפשפילן די פאר ניגונים וואס איך האב געמוזט קענען אויף די אנדערע לעקציע. אבער יעצט, קען אדורכגיין א פסח און א שבועות און אפילו מער, און מיר זאלן נישט בארירן דעם פידעלע. איי, א ריכטיגע שאד. אז מען האט שוין יא געצאלט דאס געלט פאר די לעקציעס, מען האט שוין יא פארנומען אזויפיל צייט דערפאר, מען האט זיך ענדליך דערלערנט די יסודות; פארוואס זאל מען צוריקפאלן און דערלייגן דאס גאנצע?

דערפאר, וויסנדיג אז דא דרייען זיך נאך עטליכע אנשים כערכי, אידן מיט אביסל אדער אסאך קענטעניס אין פידלעריי, וואס וואלטן אפשר אויך געוואלט באקומען א שטופ (אדער עכ"פ געבן פאר יענעם איינס :wink: ) פאראויסצוגיין מיט די געשמאקע קענטעניס, ווידמען מיר דא אן אשכול דערפאר.

עס וועט זיך אנהייבן ווירטואל, אבער די האפענונג איז אריבערצוברענגן די זאך מן הכח אל הפועל, אפשר וועלן מיר זיך נאך בקביעות צוזאמקומען ביי איינעם אין שטוב אדער אין א גרעסערע לאקאל און אינאיינעם אראפלייגן אפאר שיינע ניגונים (פאר די קומענדיגע קרעטשמע קאסעטע :roll: ).

לענין: דאס פידעלע ליגט מיר יעצט אויפן שויס, און מען רעכט זיך אפצוזינגן אפאר שיינע ניגונים דערויף, און מיר האפן צו מעלדן ברבים וויפיל מינוט עס האט געדויערט און וועלכע ניגונים עס זענען אפגעשפילט געווארן.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אסרו חג שבועות תשס"ט

היינט איבערגע'חזר'ט מיט א התחדשות די אפענע סטרונעס בלעטער פונעם ערשטן סטודענטן ביכל, עס האט געדויערט 15 מינוט בערך.


צווישן אונז (קענערס) גערעדט איז דאס גרינג ווי א שטיקל קוכן (פיעס אוו קעיק בלעז), אבער עס געדענקט זיך גאנץ גוט ווען מיר האבן זיך געמוטשעט אויף די זעלבע בלעטער מיט א 2 און א האלב יאר צוריק, זיכער צו מאכן אז דער בויגן רירט נישט אן דעם אנדערן סטרונע צורעכטס אדער צולינקס.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

דעם פידל האב איך שוין לאנג געלייגט אין א זייט, אבער א ברכת "חזק חזק" קען איך דיר וואונטשן.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

וועלכעס ביכל נוצט איר?

קענט איר אפשר ארויפשטעלן א דוגמא
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

היינט האב איך גע'חזר'ט 15 מינוט, אנגעיאגט ביז בלעטל 12 פונעם בעגינער ביכל.

איך שטעל דא ארויף דעם גאנצן ביכל אלס א פדף.
אטעטשמענטס
hilchos kinor.pdf
(752.22 KiB) געווארן דאונלאודעד 708 מאל
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

שכח! געסט מיר אפעטיט צו (צוריק) אנהויבן זיך לערנען.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דערווייל איז דאס א סופארט גרופע נאר פאר מיר אליין... אבער די 4 סטרונעס פונעם פידל זענען ביי מיר די ד' דברים הצריכין חיזוק, ואם אין אני לי שמואלי.

היינט האב איך פראקטיצירט בערך 15 מינוט, אנקומענדיג ביז בלעטל 16 פונעם סטודענטן בוך (שוין געשפילט אלע דריי פינגער אויפן D און אויפן A).
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

נאדיר קרעמער און פאר אלע צופידלטע דא:
http://violinmasterclass.com/mc_menu.php

א גאר נוצבארער סייד

בברכת הצלחה שתזכה לעלות מעלה מעלה בפידלירעכא מפאזישאן לפאזישאן און אויך שיפטינג און ווייבראטא!!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח יהיה כן!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יעצט פארענדיגט פראקטיצירן 17 מינוט, אפגעזינגען ביז בלעטל 20 פונעם סטודענטן בוך. שוין פראקטיצירט אלע פינגער אויף די ערשטע דריי סטרונעס, דזשי, די, און עי. אויך געמאכט סלארס (צוזאמגעכאפט 2 נאטן מיט איין בויגן).
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

היינט פראקטיצירט צווישן 14 און 15 מינוט, ביז בלעטל 24 פונעם סטודענטן ביכל. איבערגעלערנט אלע 3 פינגער פונעם E סטרונע (לכאורה דארף מען אביסל איבער'טונען' דעם פידעלע, אפשר מארגן אי"ה).
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

דו ווייסט צו וועמען מ'קומט טונען דעם פידל, יא?
.
.
.
.
.
,
.
.
.
.
.
.
.
.
.
נישט צו מיר!
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך באנוץ מיך מיט די אנליין טונער.

http://www.get-tuned.com/violin_tuner.php

---
יעצט פארענדיגט 22 מינוט פון פראקטיצירן ביז בלעטל 24 פונעם סטודענטן ביכל, אריינגערעכנט פיזיקאטא (פליקן די סטרונעס מיטן אצבע פון די רעכטע האנט) און 'פלאקן' די אפענע סטרונעס מיט די זרת פונעם לינקן האנט.

איבערגעגאנגען דעם פערטן פינגער אויף אלע 4 סטרונעס, וואס געט ארויס דעם זעלבן קלאנג ווי די דערנעבנדיגע העכערע אפענע סטרונע.
אוועטאר
תו השמיני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2009 10:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תו השמיני »

מורי ורבותי:
א פידל האב איך געקויפט דריי יאר צוריק
גענומען א טיטשער געלערנט שטריק נאך שטריק
דאן האב איך איהם פארשיקט צו אלע שווארץ יאר
אוי! מיין הארץ עס בענקט שוין נאך די פידל ביז גאר
אבער היינט נאכ'ן אהער בלאנדז'ען האה איך א קבלה געמאכט
זיך צוריק אריינשליידרען אינעם פידל באטאג און ביינאכט
און פאר ענק א יישר כח וויל איך אויסדריקן
פאר'ן אויפוועקן מיין בענקשאפט צו מיינע פידל שטריקן
"הניגון קולמוס הלב"
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ממש ווי מיר. געקויפט דעם פידל חשון תשס"ז, זיך געלערנט גאנץ ס"ז און האלב ס"ח, פראקטיצירט אביסל במשך קיץ ס"ח, אבער אפגעלאזט אויף גאנץ חורף תשס"ט ביז שבועות.

פאריגע וואך האבן מיר זיך גענומען צוריק אין די פינגער אריין, כמבואר באשכול הזה.

היינט פראקטיצירט א וויילע, און די איבריגע וויילע פרובירט אנצושטעלן די סטרונעס לויט די אנליין-ווייאלין-טונער, איך קען נאך נוצן הילף פון א פראפעסיאנאל טונער (אדער אן עלעקטראנישע טונער, וואס איך פארמאג נישט).
אוועטאר
תו השמיני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2009 10:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תו השמיני »

נא לאמיר הערן, וואס קענסטו שוין?
"הניגון קולמוס הלב"
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך קען ב"ה גאנץ פיין נאכשפילן נאטן, ווי אויך אפשפילן ניגונים פון הארץ/קאפ.

וואס קענט איר?
אוועטאר
תו השמיני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2009 10:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תו השמיני »

בעצם בין איך א פלוטיסט און א פיאניסט, ממילא האב איך נישט אזוי ווייט א אישא מיט נאטס (עז א מעטאר אף פעקט: איך שרייב נאטים פאר פרנסה), אבער בנוגע פידל שפילן האלט איך נאך ביי מערי העד א ליטיל לעמ...! אבער ווי פריער געזאגט הייבט מען איצטער אן מיט א פרישקייט (אדאנק אייך)...
"הניגון קולמוס הלב"
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

הרב קרעמר
לענ"ד לויט מיין צופידלטע עקספיריענס, איז איינער וואס האט נאך נישט קיין 'אויערן' ראטזאם זיך צו איינהאנדלען א עלעקטרישע טאנער, עס איז אזוי ווי א GPS פאר א דרייווער וואס קען נישט קיין וועגן
עס איז כדאי די 10 20 דאלער וואס סקאסט, עס שפארט אסאך ארבעט און צייט
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח יהיה כן פאר די רעקאמענדאציע (הגם איך בין שטארק צופרידן מיט די אנליין טונער וואס געט מיר אנצוהערן די אפענע סטרונעס).

תו השמיני -- דיין ניק איז דאך על שם די אכטע נאט...
אוועטאר
תו השמיני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2009 10:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תו השמיני »

קרעמער האט געשריבן:היינט האב איך גע'חזר'ט 15 מינוט, אנגעיאגט ביז בלעטל 12 פונעם בעגינער ביכל.

איך שטעל דא ארויף דעם גאנצן ביכל אלס א פדף.

אינטערסאנט! אויך מיין טיטשער האט געגאנגען מיט דעם ביכל.
קענט איר איינעם מיט דעם נאמען "יאן"?
"הניגון קולמוס הלב"
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יא יא, זיין לעצטע נאמען איז סיקארעוויטש, אן אוקריינער אפשטאמיגער.
אוועטאר
תו השמיני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2009 10:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תו השמיני »

אם כן אז די קענסט יא די גאנצע חד גדיא, אפשר קענסטו מיר ראטן צו איך זאל צוריק אנהייבן לעסאנס מיט איהם, אדער נעמן א צווייטן, וואס איז דיין מיינונג איבער דעם?
"הניגון קולמוס הלב"
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך קען דיר נישט ראטן אויב דו זאלסט אים צוריקנעמען אדער גיין מיט א צווייטן, ווייל איך בין נאר געווען ביי אים (בעסער געזאגט: ער איז געווען ביי מיר) און נישט ביי א צווייטן, על כן קען איך נישט וויסן אויב א צווייטער איז בעסער פון אים אדער נישט.

איך האב זייער שטארק הנאה געהאט פון אים, אבער איך וואלט היינט פרובירט א צווייטן, פשוט צו זעהן אויב יענער קען מיר מער ארויסהעלפן מיט געוויסע זאכן וואס איך האב נישט פארשטאנען פון אים אויך נאך די מערערע לעקציעס.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יעצט געפארטיגט 18 מינוט פון פראקטיצירן, געענדיגט דעם ערשטן סטודענטן ביכל פון 30 בלעטער, און אריינגעביסן אינעם צווייטן (איך האב דאס נישט אויף PDF, ואתכם הסליחה) ביז בלעטל 4.

אינמיטן שפילן האב איך מצליח געווען צו טונען דעם G צו מיין צופרידנהייט, און איך האלט אז איך האב יא ב"ה אן 'אויער' צו קענען טונען אליינס.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנגינה און כלי שיר”