א חתונה אין שווים באסיין

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

א חתונה אין שווים באסיין

תגובהדורך לאדיךארויס » פרייטאג יולי 03, 2020 10:53 am

מיר לעבן לעצטנס אין אן עפאכע וואו א חתונה זאל איז בלויז נאך א פלאץ וואו געוויסע מענטשן פירן זיך צו חתונה מאכן. מ'האט שוין געמאכט חתונות אין בר מצוה זאלן, ישיבות, שולן, הייזער, אין הויף, אין קאנטרי, אין א האטעל, אין א רעסטוראנט. נו פארוואס נישט גיין נעקסט לעוול?

כח היחיד גייט מסתם דאס אויך פראלאקמירן; א חתונה אין סווימינג פול.

שטעלט זיך א מנין מעריב ביים צען פוסיגן דיעפ ענד! אין פינף מינוט ארום וועט מען ווייטער שווימען ארום דעם חתן אין צענטער פון פאאל!

די באס קיין בארא פארק פארט אין פינף מינוט! ווער איז נישט געווען אין שויער וועט נישט ארויפגעלאזט ווערן אויפן באס!

די גמליאל חברה וועלן עקסטער שפענדען א פינפער פארן חתנ'ס שווים שטריימל.

די מער באמישע חתונות גייען ברענגען א שיפל פארן חתן זיך אריינצוזעצן און אנשטאט בלאזן לופט מיט א פארסרוכעטע ביבער הוט גייט מען פלאטשקענען וואסער אויפן חתן און זינגען שעב'שיפ'ליינו זכר לנו, און באש ובמים.

די שעמעדיגע אלטע פעטערס וואס האבן קיין כוח צו טאנצן און שווימען גייען בלייבן זיצן אין דזשוקוזי און אזוי שטייטערהייט שאקלען זייער פינגער אין די הייס וואסער צום ריטעם.

אלס וועט זיך מאכן איין אויבער חכם וואס וועט פרובירן מאכן א טאמבל סוס צו משמח זיין דעם חתן און למען השם פלאפן.

דער בדחן רעדט און פלוידערט און ווען ער זעט אז דער חתן איז פארנומען וועט ער אים געבן א שפריץ, הערסטו חתן?...

מען גייט מאכן אן אנליין קאמפיין פאר א איד וואס פלאגט זיך צו חתונה מאכן. די קאמפיין גייט הייסן "א גאלאן וואסער פאר פעטער לעזער". יעדער משתתף זאל ביטע מנדב זיין כאטש אכצן גאלאן וואסער צו האבן א שטיקל שווים באסיין כאטש פאר א מינימאלע חתונה. די גאול איז צו שאפן א פערטל מיליאן גאלאנען וואסער. א דורכגעפאלענע קאמפיין וועט ברענגען בזיונות ווען די שווים באסיין וועט בלויז זיין האלב אנגעפילט. מען וועט זינגען ביים חופה מיט בכיות, מים רבים לא יכלו לכבות, און די טרערן וועלן משלים זיין די איבריגע.

בי די היציגע חתונות, שמואלי אונגאר, אנשטאט שרייען "הייבט אייך!" וועט ער שרייען "פלאטשקעט!"

לייף גארדס גייען האבן עידזשענטס אין אלע ישיבות.

מיין פארטאגס חברותא: פרעג ניש.. כ'א נעכטן געהאט א חתונה, דער בדחן האט אזאנס געצוייייגען הערסטו מיר... כ'האב זיך געשטיקט. ווען ער גארגלט זיך נאך פינף מינוט וואלט איך זיך ליטרעלי דערטראנקען...

די ישיבה ביהמ"ד חתונות גייען נוצן זייער אייגענע מקוה, א שאד צו אויסגעבן אזויפיל געלט פאר א טייערע סווימינג פול.

--
הכלל, איך זוך נאך צו אויסברייטערן דעם געדאנק. אויב איינער האט סיי וועלכע איידיעס אין די נושא ביטע עס דא אריינשרייבן.

אוועטאר
אוראייניקל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5177
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: א חתונה אין שווים באסיין

תגובהדורך אוראייניקל » פרייטאג יולי 03, 2020 10:59 am

;l;p-

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 892
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: א חתונה אין שווים באסיין

תגובהדורך אחד הרבנים » פרייטאג יולי 03, 2020 11:03 am

:grin: :grin: :grin: :lol: :lol: :lol: :lol:

שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2227
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: א חתונה אין שווים באסיין

תגובהדורך שיעלע בהמה » פרייטאג יולי 03, 2020 11:06 am

;l;p- ;l;p-
כהאב פיין געלאכט

שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3526
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

Re: א חתונה אין שווים באסיין

תגובהדורך שמו » פרייטאג יולי 03, 2020 11:35 am

איך שווים מיט מיט דיר אין דיינע חלומות.
חלמא טבא חזיתא חלמא טבא חזיתא חלמא טבא חזיתא

זייער זיס
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7742
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: א חתונה אין שווים באסיין

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג יולי 03, 2020 11:40 am

ס׳נייעס
די עיקר פראבלעם פון א ביידען געוואונס ליגט אין די נאכפאלגענדע עקסייטמענט און מאכט פארשפרייטונג פון די פעיק ניוז מעינסטריעם מידיע.

בשבילי נברא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4692
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

Re: א חתונה אין שווים באסיין

תגובהדורך בשבילי נברא » פרייטאג יולי 03, 2020 11:48 am

מ'העט טיילן שווים געהערן מיט די אינוויטעישן מאנאגראם..
---

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3405
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: א חתונה אין שווים באסיין

תגובהדורך מחשב » פרייטאג יולי 03, 2020 12:06 pm

הייסטעס אז די היי יעריגע שווים איז געלונגען אזוי פיין אזש דו דערזעהסט זיך שוין חתונה מאכן דארט...

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8449
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: א חתונה אין שווים באסיין

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג יולי 03, 2020 12:35 pm

דער רבי שליט"א (מיט די גאלדענע שווים הויז) וועט שווימען די באקאנטע זעקסטע הקפה שווים אין די דיעפ וואטער מיט די שטריק וואס טיילט אפ צווישן די וואסערן.

ווען די חתן קומט אריין גייט איין חכם אריינגיסן א גאנצע זאק מיט פיש.

אוועטאר
פלאטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 09, 2011 1:20 am

Re: א חתונה אין שווים באסיין

תגובהדורך פלאטשיגער » פרייטאג יולי 03, 2020 12:44 pm

די מסירות נפשדיגע אידן וואס מאכן חתונה אינמיטן ווינטער וועלן ברעכן די אייז למען השם...

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5757
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: א חתונה אין שווים באסיין

תגובהדורך eller » פרייטאג יולי 03, 2020 12:49 pm

שוין גארנישט אזא ווערטל
דרייט זיך ארום אסאך קליפס ווי חתונה'ס זענען אין א סווימינג פול. און איינס ווי די חתן כלה פאלן נעבעך אריין אין וואסער..
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 16670
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: א חתונה אין שווים באסיין

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג יולי 03, 2020 1:30 pm

לאדיך ארויס!!! (דאס איז על שם די קוויטש פונעם לייף-גארד 'ארויס')

דער עלטערער איד וואס לויפט ארום צו אלע חתונות משמח זיין חתן וכלה אבער הייבט נישט אן צו קענען שווימען, וועט מאכן א דייוו וואס ענדיגט זיך אין א הילכיגע בעלי-פלאפ אז דער גאנצער עולם וועט זיך אויסדרייען און אויספלאצן אין א געלעכטער..
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אברהם בן ארי'
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

Re: א חתונה אין שווים באסיין

תגובהדורך אברהם בן ארי' » פרייטאג יולי 03, 2020 1:41 pm

לאדיך!

פיין געלאכט, אבער אין א געוויסן זין איז עס געווען בחינת 'ויחד' זינט די סיבה פארוואס דו ביזט אויפגעקומען מיט דעם געדאנק איז גאר ווייטאגליך.

אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

Re: א חתונה אין שווים באסיין

תגובהדורך כתמר יפרח » פרייטאג יולי 03, 2020 4:29 pm

פינף יאר שפעטער. 

נייע שווים חתונה פלאן. 
נאכן זיצן אין צענדליגער מיטינגס מיט רבנים עסקנים אין סקובע דייווערס איז מען ארויסגעקומען מיט א פלאן וואס זאל האלטן די שווים חתונות צו א פשוטע בודטשעט.

די בענקל פינעם לייוו גארד טאר נישט קאסטן מער ווי דריי אלפים.

די שווים לעסענס פארן חתונה זאל מען גיים צו איינעם לאקאל.

מ'מעג האבן נאר צוויי עקסטערע שווים פולס, איינס פאר שנעלע שווימען אין איינס פאר הארא שווימען. 

די על אי דיס אינעם וואסער זאל מען דינגען אין נישט קויפן יעדע מאל די נייע מאדע.

די צוויי זיידע'ס מעגן זיצן אין איין טשאקאזי, (נאר אן אפשען)

די חתן טאעב פין מפואר זאל זיין אונטער אכט אלפים. 

די וואסער היטער זאל נישט זיין העכער 70 דעגרי, די לעקטעריק קאסט זייער טייער.

צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: א חתונה אין שווים באסיין

תגובהדורך צדיק בן צדיק » פרייטאג יולי 03, 2020 4:46 pm

איך האב מיר כמעט דערטאנקען און דיינע זיסע ווערטער.
;l;p- ;l;p- ;l;p-

בעל מנוחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: א חתונה אין שווים באסיין

תגובהדורך בעל מנוחה » פרייטאג יולי 03, 2020 6:00 pm

צדיק בן צדיק האט געשריבן:איך האב מיר כמעט דערטאנקען און דיינע זיסע ווערטער.
;l;p- ;l;p- ;l;p-
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8449
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: א חתונה אין שווים באסיין

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג יולי 05, 2020 1:02 pm

כתמר יפרח האט געשריבן:פינף יאר שפעטער. 

נייע שווים חתונה פלאן. 
נאכן זיצן אין צענדליגער מיטינגס מיט רבנים עסקנים אין סקובע דייווערס איז מען ארויסגעקומען מיט א פלאן וואס זאל האלטן די שווים חתונות צו א פשוטע בודטשעט.

די בענקל פינעם לייוו גארד טאר נישט קאסטן מער ווי דריי אלפים.

די שווים לעסענס פארן חתונה זאל מען גיים צו איינעם לאקאל.

מ'מעג האבן נאר צוויי עקסטערע שווים פולס, איינס פאר שנעלע שווימען אין איינס פאר הארא שווימען. 

די על אי דיס אינעם וואסער זאל מען דינגען אין נישט קויפן יעדע מאל די נייע מאדע.

די צוויי זיידע'ס מעגן זיצן אין איין טשאקאזי, (נאר אן אפשען)

די חתן טאעב פין מפואר זאל זיין אונטער אכט אלפים. 

די וואסער היטער זאל נישט זיין העכער 70 דעגרי, די לעקטעריק קאסט זייער טייער.

האסט אויסגעלאזט די מפואר שווים הויזן וואס מ'שיקט מיטן טלית און קיטל ערב שבת אויפרוף.

אויך מוז מען איינצוימען אז וואסערפאלן מעג נאר זיין ביי די עזרת נשים.

אויך אז די חופה מעג נאר זיין פון פשוטע אייז כנהוג מדורי דורות, און נישט פון אנדערע באשטאנדטיילן אשר לא שערום אבותינו.

אוועטאר
אוראייניקל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5177
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: א חתונה אין שווים באסיין

תגובהדורך אוראייניקל » זונטאג יולי 05, 2020 2:41 pm

דערנאך, ווען דערוילעם וועט זיך נישט האלטן צו די תקנות, און זאכן וועלן ארויסגיין פון פארפארציע, וועט לאדיךארויס רויסקומען מיט א וואנזיניגן פלאן, נעמליך 'חתונה צו מאכן אויפן טריקעניש'!
מ'העט טאנצן אויפ'ן ערד.
די מענער וועלן נאר נוצן די נארמאלע מלבושי שבת.
וכו' וכו'

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
לאקאציע: כ'ווייס באמת נישט..

Re: א חתונה אין שווים באסיין

תגובהדורך בלעכענער פנים » זונטאג יולי 05, 2020 2:52 pm

:lol: :lol:
לכאורה, מעיקרא מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר??!!

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4752
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re: א חתונה אין שווים באסיין

תגובהדורך פליגל » זונטאג יולי 05, 2020 3:18 pm

די אופן צו ענדיגן די איווענט וועט זיין פשוט ארויסצילאזן די וואסער פונעם באסיין.
נאט אייך א גרינע...


אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8449
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: א חתונה אין שווים באסיין

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג יולי 05, 2020 3:22 pm

ביי מצוה טאנץ וועט שוין נאר זיין א קליינע בלויע קינדער פול.

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

Re: א חתונה אין שווים באסיין

תגובהדורך פאקטען » זונטאג יולי 05, 2020 6:52 pm

אזוי צו פלאטשקענען אויפן קיבארד... וואסער וואסער (בלשון: מיי מיי)
א כפר"ה אויף אייוועלט...

זעירא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 3:01 pm

Re: א חתונה אין שווים באסיין

תגובהדורך זעירא » זונטאג יולי 05, 2020 7:31 pm

כ'הער זאגן אז נאך די גרויסע חתונה בבית רבינו, גייט זיין צו באקומען פלעשלעך פון די היייליגע וואסער וואו די רבי האט געטאנצען/געשווימען מצווה-טאנץ, פאר א מינימאלע אפצאל פון בלויז 80$.
הה"ד והשפרצתי עליכם מים קדושים...

אוועטאר
שאשא
שר האלפיים
תגובות: 2142
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: א חתונה אין שווים באסיין

תגובהדורך שאשא » זונטאג יולי 05, 2020 7:54 pm

עס וועט זיין בליטשגדיגע לעמפלעך אינעם סווימינג פואל
די חופה וועט זיין אין א שוויץ
די יוחד שטוב. אין דער קאלטע צימער פון לייוו וועסטס
די עס וועט זיין בלואזעס וואז וועלן מאכן באבעלס אינעם וואסער לויט די ניגן

אוי האב איך געלאכט פון דיין באשרייבונג
נא להתפלל עבור " בלומא טויבא בת טראני " לרפואה שלמה

אוועטאר
מומחה יוחס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4286
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א חתונה אין שווים באסיין

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג יולי 05, 2020 8:32 pm

איך הער אז נר מצוה גייט אפילו מאכן ספעציעלע חתונה האטוכער'ס צו קענען אפווישן נאכן פלאטשענען אין די וואסער.

אפשר וועט דאס זיין אפי' א מזכרת פין די חתונה...
איך בין די פרעזידענט אין אמעריקא


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: געוואלטיג, יוסף פריעדמאן, מרדכי הכהן און 11 געסט