פארלוירען די פרנסה צוליב די קאראנא, קען נישט באצאלען קיין רענט

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נאר צולייגען
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 7:18 am

פארלוירען די פרנסה צוליב די קאראנא, קען נישט באצאלען קיין רענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר צולייגען »

צו אלע חשובע אייוועלט מעמבערס

איך בין א אקטיוו ניק, נאר יעצט דארף איך מיך באנוצען מיט א אנדערע ניק.

יארען לאנג וואס איך ארבעט אין די תחום פון טוריזם, און איך האב געמאכט שיין פרנסה ב"ה, יעצט מיט די קאראנא איז די גאנצע פרנסה איינגעפאלען, און עס זעט אויס נישט אז עפעס וועט זיך טוישען בקרוב, למעשה האב איך נישט כמעט קיין שום אינקאם זייט אינמיטען חודש אדר, פסח האב איך מצליח געווען צו דעקן, און אזוי אויך אלע טאג טעגליכע הוצאות, חוץ פון רענט, וואס איך האב שוין נישט באצאלט אפאר חודשים, ווייל איך האב פשוט נישט, די בעה"ב פון די דירה (א איד) האט אנהייב מסכים געווען צו ווארטען, שפעטער האט ער שוין אנגעהויבען צו מוטשענען, זעענדיג אז איך צאל נאך אלץ נישט זעמיר שוין אפילו געגאנגען צו א דין תורה, און די בי"ד האר געגעבן א צייט ביז ווען איך דארף באצאלען, און אויב נישט מעג ער מיר ארויסווארפן פון די דירה, למעשה איז שוין אריבער אפאר וואכען פון די צייט, (און איך דארף ענק נישט מסביר זיין, וואספארע פרעשור דאס איז, יעדע מאל וואס די בעה"ב רופט מיר פרעגן וואס טוט זיך מיט די געלט) היינט האט מיר די בעה"ב געמאלדען אז אויב ער האט נישט די געלט ביז זונטאג, וועט ער טוישען די שלאס אויף די דירה, און ארויס ווארפען אלע זאכען - מיט די רשות פון די בי"ד.

בעט איך ענק רחמנים בני רחמנים, העלפטס מיר צו בלייבן מיט א דאך אויפן קאפ, איך דארף האבען ביז זונטאג לכה"פ $12,000, און אויב איך וועל אנקומען צו מער, וועל איך קענען האבען די יישוב הדעת פון זיכען א אנדערע פרנסה, אבער אן קיין קאפ אויפן פלאץ קען מען אפילו נישט טראכטען פון דעם.

ווער עס קען עפענען א קאמפיין און ארומשיקען תבא עליו ברכה.
און אין די שכר פון צוהעלפען זאלען ענק אייביק האבען פרנסה בריוח וכל מילי דמיטב.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: פארלוירען די פרנסה צוליב די קאראנא, קען נישט באצאלען קיין רענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

השי"ת יפרנסך בריווח ובכבוד, אויב עס וועט זיין א קאמפיין וועלמיר זיך אי"ה משתתף זיין.

אויב האסטו געהאט א לעגאלע קאמפאני, קענסטו יעצט בארגן געלט פון די שטאט, פאר בערך 3%, די ערשטע יאר דארף מען גארנישט צאלן, בנוסף באקומט מען פאר יעדע ארבייטער אין די קאמפאני א אלף באנוס וואס מ'דארף נישט באצאלן.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
נאר צולייגען
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 7:18 am

Re: פארלוירען די פרנסה צוליב די קאראנא, קען נישט באצאלען קיין רענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר צולייגען »

אלעס וואס מען קען באקומען פון די שטאט האב איך שוין געטון אין דעם, און דאס ווערט אויסגענוצט אויפן טאג טעגליכע לעבן, למעשה איז געבליבען א לאך פאר די רענט.

איך קען מיך נישט אויס וויאזוי צו עפענען א קאמפיין, ווער קען העלפן?
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

Re: פארלוירען די פרנסה צוליב די קאראנא, קען נישט באצאלען קיין רענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

נאר צולייגען האט געשריבן:אלעס וואס מען קען באקומען פון די שטאט האב איך שוין געטון אין דעם, און דאס ווערט אויסגענוצט אויפן טאג טעגליכע לעבן, למעשה איז געבליבען א לאך פאר די רענט.

איך קען מיך נישט אויס וויאזוי צו עפענען א קאמפיין, ווער קען העלפן?

try here

https://thechesedfund.com/onboarding
נאר צולייגען
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 7:18 am

Re: פארלוירען די פרנסה צוליב די קאראנא, קען נישט באצאלען קיין רענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר צולייגען »

לינק צו די קאמפיין https://thechesedfund.com/rent/-

ביטע שיקט ארום צו אייערע חברים

די אייבישטער זאל ענק באצאלען בכפלי כפלים.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: פארלוירען די פרנסה צוליב די קאראנא, קען נישט באצאלען קיין רענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

@נאר צולייגן
ס'טיט וויי אבער צומאל דארף מען טון אומאנגענעמע שריט. רעדט מיט דיינע חברים, משפחה און עסקנים וועם די קענסט און דערצייל זיי דיין מצב און בעט פאר הילף פשוטו כמשמעו. טאמער האלטסטי אז בדרך הטבע וועסטי עס מיט די צייט קענען באצאלן זאלסטי פראבירן צו באקומען אן הלוואה און טאמער נישט זאלסטי פשוט בעטן מ'זאל דיר צאמשעלטן צדקה.

די האסט א משפחה פאר וועם די דארפסט צושטעלן א פלאץ צו וואינען און די מינימאלסטע געברויכן,מוסטי עפעס טון. די בושה איז זייער גרויס צו ווערן א נצרך לבריות אבער זיי מקיים וואס די משנה זאגט מוטב שיהיה שוטה כל ימיו ולא ליעשות רשע שעה אחת לפני המקום. ווייס אז די באשעפער האט אזוי צוגעפירט און די רצון ה' איז די זאלסט איצט אפקומען מיט דעם.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

Re: פארלוירען די פרנסה צוליב די קאראנא, קען נישט באצאלען קיין רענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

נאר צולייגען האט געשריבן:לינק צו די קאמפיין https://thechesedfund.com/rent/-

ביטע שיקט ארום צו אייערע חברים

די אייבישטער זאל ענק באצאלען בכפלי כפלים.

ארבעט עפעס נישט
Error: This fundraiser cannot process charges at this time.
נאר צולייגען
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 7:18 am

Re: פארלוירען די פרנסה צוליב די קאראנא, קען נישט באצאלען קיין רענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר צולייגען »

דריידל האט געשריבן:@נאר צולייגן

וואס וועט זיין די מצב מיט די טוריזם ביזנעס, ווייסט נאר די אייבישטער, אדר צייט האב איך נישט געחלומט אז עס וועט נעמען אזוי לאנג, אבער יעצט קען מען שוין גארנישט וויסען, עס קען זיך נאך ציען פאר א לאנגע צייט, די רגע איך וועל זיין געסעטעלד וועל איך פראבירען צו זיכען א אנדערע פרנסה.
אבדזשעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 5:35 pm

Re: פארלוירען די פרנסה צוליב די קאראנא, קען נישט באצאלען קיין רענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבדזשעקטיוו »

דער עולם וויל געבן, זעה ס'זאל נאר ארבייטן
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: פארלוירען די פרנסה צוליב די קאראנא, קען נישט באצאלען קיין רענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

נאר צולייגען האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:@נאר צולייגן
ס'טיט וויי אבער צומאל דארף מען טון אומאנגענעמע שריט. רעדט מיט דיינע חברים, משפחה און עסקנים וועם די קענסט און דערצייל זיי דיין מצב און בעט פאר הילף פשוטו כמשמעו. טאמער האלטסטי אז בדרך הטבע וועסטי עס מיט די צייט קענען באצאלן זאלסטי פראבירן צו באקומען אן הלוואה און טאמער נישט זאלסטי פשוט בעטן מ'זאל דיר צאמשעלטן צדקה.

די האסט א משפחה פאר וועם די דארפסט צושטעלן א פלאץ צו וואינען און די מינימאלסטע געברויכן,מוסטי עפעס טון. די בושה איז זייער גרויס צו ווערן א נצרך לבריות אבער זיי מקיים וואס די משנה זאגט מוטב שיהיה שוטה כל ימיו ולא ליעשות רשע שעה אחת לפני המקום. ווייס אז די באשעפער האט אזוי צוגעפירט און די רצון ה' איז די זאלסט איצט אפקומען מיט דעם.

וואס וועט זיין די מצב מיט די טוריזם ביזנעס, ווייסט נאר די אייבישטער, אדר צייט האב איך נישט געחלומט אז עס וועט נעמען אזוי לאנג, אבער יעצט קען מען שוין גארנישט וויסען, עס קען זיך נאך ציען פאר א לאנגע צייט, די רגע איך וועל זיין געסעטעלד וועל איך פראבירען צו זיכען א אנדערע פרנסה.

אבער די דארפסט טון השתדלות וואס קען בדרך הטבע ארבעטן. פון א קאמפיין אן א נאמען פון ווער ס'שטייט אינטער דעם, קענסטי נישט ערווארטן קיין גרויסע זאכן
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
נאר צולייגען
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 7:18 am

Re: פארלוירען די פרנסה צוליב די קאראנא, קען נישט באצאלען קיין רענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר צולייגען »

ברוינע באנאנע האט געשריבן:
נאר צולייגען האט געשריבן:לינק צו די קאמפיין https://thechesedfund.com/rent/-

ביטע שיקט ארום צו אייערע חברים

די אייבישטער זאל ענק באצאלען בכפלי כפלים.

ארבעט עפעס נישט
Error: This fundraiser cannot process charges at this time.

איך האב זיי געשיקט א אימעיל, איך ווארט אויף ענטפער
לבונה זכה
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 21, 2010 1:37 pm

Re: פארלוירען די פרנסה צוליב די קאראנא, קען נישט באצאלען קיין רענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לבונה זכה »

נאר צולייגען האט געשריבן:צו אלע חשובע אייוועלט מעמבערס

איך בין א אקטיוו ניק, נאר יעצט דארף איך מיך באנוצען מיט א אנדערע ניק.

יארען לאנג וואס איך ארבעט אין די תחום פון טוריזם, און איך האב געמאכט שיין פרנסה ב"ה, יעצט מיט די קאראנא איז די גאנצע פרנסה איינגעפאלען, און עס זעט אויס נישט אז עפעס וועט זיך טוישען בקרוב, למעשה האב איך נישט כמעט קיין שום אינקאם זייט אינמיטען חודש אדר, פסח האב איך מצליח געווען צו דעקן, און אזוי אויך אלע טאג טעגליכע הוצאות, חוץ פון רענט, וואס איך האב שוין נישט באצאלט אפאר חודשים, ווייל איך האב פשוט נישט, די בעה"ב פון די דירה (א איד) האט אנהייב מסכים געווען צו ווארטען, שפעטער האט ער שוין אנגעהויבען צו מוטשענען, זעענדיג אז איך צאל נאך אלץ נישט זעמיר שוין אפילו געגאנגען צו א דין תורה, און די בי"ד האר געגעבן א צייט ביז ווען איך דארף באצאלען, און אויב נישט מעג ער מיר ארויסווארפן פון די דירה, למעשה איז שוין אריבער אפאר וואכען פון די צייט, (און איך דארף ענק נישט מסביר זיין, וואספארע פרעשור דאס איז, יעדע מאל וואס די בעה"ב רופט מיר פרעגן וואס טוט זיך מיט די געלט) היינט האט מיר די בעה"ב געמאלדען אז אויב ער האט נישט די געלט ביז זונטאג, וועט ער טוישען די שלאס אויף די דירה, און ארויס ווארפען אלע זאכען - מיט די רשות פון די בי"ד.

בעט איך ענק רחמנים בני רחמנים, העלפטס מיר צו בלייבן מיט א דאך אויפן קאפ, איך דארף האבען ביז זונטאג לכה"פ $12,000, און אויב איך וועל אנקומען צו מער, וועל איך קענען האבען די יישוב הדעת פון זיכען א אנדערע פרנסה, אבער אן קיין קאפ אויפן פלאץ קען מען אפילו נישט טראכטען פון דעם.

ווער עס קען עפענען א קאמפיין און ארומשיקען תבא עליו ברכה.
און אין די שכר פון צוהעלפען זאלען ענק אייביק האבען פרנסה בריוח וכל מילי דמיטב.

ביטע אויב מעגליך לייגט ארויף אן המלצה בריוו פון א רב אדער דיין וואס קען באשטעטיגן אייער שווערע מצב (פארשטייט זיך מעקט אויס אייער נאמען בעפאר איר לייגט עס ארויף).
נאר צולייגען
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 7:18 am

Re: פארלוירען די פרנסה צוליב די קאראנא, קען נישט באצאלען קיין רענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר צולייגען »

ברוינע באנאנע האט געשריבן:
נאר צולייגען האט געשריבן:לינק צו די קאמפיין https://thechesedfund.com/rent/-

ביטע שיקט ארום צו אייערע חברים

די אייבישטער זאל ענק באצאלען בכפלי כפלים.

ארבעט עפעס נישט
Error: This fundraiser cannot process charges at this time.

איך האב באקומען א ענטפער פון זיי, אז די סיבה פארוואס עס ארבעט נישט איז ווייל זיי ארבעטען נישט מיט קיין באנק אקאונטס פון מיין לאנד (נישט USA) ווייסט איינער פון א אנדערע סייט וואס ארבעט מיט אלע לענדער?
אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:16 pm

Re: פארלוירען די פרנסה צוליב די קאראנא, קען נישט באצאלען קיין רענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרים שטוב »

דערווייל זעה איך אז דער לינק ארבעט נישט.
אויב איז דא א לינק וואס ארבעט, מיט א הסכמה פון לכה"פ איין רב, וועל איך זיך שיין משתתף זיין.
א "ספרים שטוב" קען זיין אין א שטוב, עס קען אויך זיין אין א מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.
נאר צולייגען
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 7:18 am

Re: פארלוירען די פרנסה צוליב די קאראנא, קען נישט באצאלען קיין רענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר צולייגען »

נאר צולייגען האט געשריבן:
ברוינע באנאנע האט געשריבן:
נאר צולייגען האט געשריבן:לינק צו די קאמפיין https://thechesedfund.com/rent/-

ביטע שיקט ארום צו אייערע חברים

די אייבישטער זאל ענק באצאלען בכפלי כפלים.

ארבעט עפעס נישט
Error: This fundraiser cannot process charges at this time.

איך האב באקומען א ענטפער פון זיי, אז די סיבה פארוואס עס ארבעט נישט איז ווייל זיי ארבעטען נישט מיט קיין באנק אקאונטס פון מיין לאנד (נישט USA) ווייסט איינער פון א אנדערע סייט וואס ארבעט מיט אלע לענדער?

א אנדערע אפציע, אויב איינער אין אמעריקע איז מסכים צו באקומען די געלט צו זיין אקאונט, און נאכדעם טרענספערען צו מיר.
אויב איינער איז מסכים צו דעם און האט מורא פון גילוי קען מיר קאנטעקטען אין אימעיל, אן צו זאגען די ניק, [email protected]
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: פארלוירען די פרנסה צוליב די קאראנא, קען נישט באצאלען קיין רענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

נאר צולייגען האט געשריבן:צו אלע חשובע אייוועלט מעמבערס

איך בין א אקטיוו ניק, נאר יעצט דארף איך מיך באנוצען מיט א אנדערע ניק.

יארען לאנג וואס איך ארבעט אין די תחום פון טוריזם, און איך האב געמאכט שיין פרנסה ב"ה, יעצט מיט די קאראנא איז די גאנצע פרנסה איינגעפאלען, און עס זעט אויס נישט אז עפעס וועט זיך טוישען בקרוב, למעשה האב איך נישט כמעט קיין שום אינקאם זייט אינמיטען חודש אדר, פסח האב איך מצליח געווען צו דעקן, און אזוי אויך אלע טאג טעגליכע הוצאות, חוץ פון רענט, וואס איך האב שוין נישט באצאלט אפאר חודשים, ווייל איך האב פשוט נישט, די בעה"ב פון די דירה (א איד) האט אנהייב מסכים געווען צו ווארטען, שפעטער האט ער שוין אנגעהויבען צו מוטשענען, זעענדיג אז איך צאל נאך אלץ נישט זעמיר שוין אפילו געגאנגען צו א דין תורה, און די בי"ד האר געגעבן א צייט ביז ווען איך דארף באצאלען, און אויב נישט מעג ער מיר ארויסווארפן פון די דירה, למעשה איז שוין אריבער אפאר וואכען פון די צייט, (און איך דארף ענק נישט מסביר זיין, וואספארע פרעשור דאס איז, יעדע מאל וואס די בעה"ב רופט מיר פרעגן וואס טוט זיך מיט די געלט) היינט האט מיר די בעה"ב געמאלדען אז אויב ער האט נישט די געלט ביז זונטאג, וועט ער טוישען די שלאס אויף די דירה, און ארויס ווארפען אלע זאכען - מיט די רשות פון די בי"ד.

בעט איך ענק רחמנים בני רחמנים, העלפטס מיר צו בלייבן מיט א דאך אויפן קאפ, איך דארף האבען ביז זונטאג לכה"פ $12,000, און אויב איך וועל אנקומען צו מער, וועל איך קענען האבען די יישוב הדעת פון זיכען א אנדערע פרנסה, אבער אן קיין קאפ אויפן פלאץ קען מען אפילו נישט טראכטען פון דעם.

ווער עס קען עפענען א קאמפיין און ארומשיקען תבא עליו ברכה.
און אין די שכר פון צוהעלפען זאלען ענק אייביק האבען פרנסה בריוח וכל מילי דמיטב.

במחילת כבודך, סאמטינג איז פישי...
אלע טאג טעגליכע הוצאות האט איר באוויזן צו דעקן, חוץ רענט אפאר חדשים.
ס'הערט זיך אינטערסאנטליך אז ממש פונקט פאר רענט איז נישט געווען.

וויפיל איז רענט א חודש?
סך הכל איז די קאראנא תקופה ארום 3 חדשים, קאסט אייך רענט 4 אלפים א חודש?

אז איר וועט האבן א מכתב המלצה, וועלן מיר אייך בעז"ה ארויסהעלפן כפי אשר ידינו מגעת, אבער סתם אזוי בלינדערהייט פאר אן אנאנימער ניק פון ערגעץ וואו ממדינת הים דארף מען חייש זיין, ודי לחכימא.
אוועטאר
ציגרעטל
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 11:18 am
לאקאציע: דוטי פרי קארנער מארבעלאו רעד
פארבינד זיך:

Re: פארלוירען די פרנסה צוליב די קאראנא, קען נישט באצאלען קיין רענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגרעטל »

קענט איר דאך אלע אוואדאי די מעשה..
ס'איז אריינגעקומען אמאל א איד צו הרה''ק מ'צאנז [דאכצעך] אז ער האט נישט קיין געלט צו קויפן א טלית.. באקומען א שיינע סומע.. די שטוב מענטשען האבן ג'טענה'עט וואס הייסט?! מ'האט דאך אים נעכטן געזעהן קויפן א שיינע נייע טלית... הרה''ק מ'צאנז האט פארשריגן, נו אפשר האט ער נישט צו קויפן א קלייד פאר די ווייב און שעמט זיך צו זאגן!..
-
קענט איר דאך אלע אוואדאי די מעשה..
ס'איז אריינגעקומען א איד צו הרה''ק מ'סאטמאר אין אראפגעלייגט זיין ביטערע מצב... האט ער אים געגעבן א שיינע סומע געלט... די שטוב מענטשן האבן געזאגט אז ס'איז ווייט נישט אזוי די מצב... רביה''ק האט 'אויפגעלאכטן' ברוך השם! אז די מצב איז נישט אזוי זוי שווער ביי דעם איד
-
לענייננו ולענ''ד
מעגליך אז די פרטים פון די מעשה פונעם פותח האשכול איז נישט די ריכטיגע [און אויכעט נישט גוט אויסגעארבעט..]

אבער שטארק נישט מסתביר אז הרב @נאר צולייגען איז סתם

- א ישיבה בחור וואס דארף באצאלן קנס אדער קויפן ציגרעטלעך [$500 וואלט לכאורה געווען גענוג..]
- א צדקה ארגענעזאציע וואס די פאנדערעיזינג איז אפגעשוואכט די לעצטע פאר חדשים.. [12k וואלט נישט געווען גענוג..]
- א בעל בית'ישע אינגערמאן וואס פעהלט אים נאך 20 טויזענט דאלער צו קלאוזען די 6'טע דירה..

וואס ס'קען אלטס יא זיין איז שווער צו זאגן ווייל ס'קען זיין 1000'טער מינע פעלער, ווי למשל

- א מקומות טעקסי דרייווער אין א''י וואס האט נישט יעצט קיין ארבעט און בליטיגט אויס
- א קעכער/מענעזשער אין די קאנטערי וואס האט נישט יעצט קיין פרנסה און ציטערט פאר זיין לאגע די קומענדיגע חדשים
- א בנן של קדושים וואס זיין שול איז געווען פארמאכט 3 חדשים, און די מתפללים האבן זיך באקוועם געמאכט און א צווייטן ביהמ''ד..
- נו וואס נאך? סתם א בני א''י וואס האלט פארן חתונה מאכן א קינד ואין בידו לפרטה

עכ''פ דאס אז א איד זאל אין די יעצטיגע צייט האבן גענצליך פארלוירן זיין פרנסה און אויסבליטיגן איז ליידער אזאך וואס מ'קען און מ'מעג גלייבן און א געוואלדיגע גרויסע מצוה אים צו העלפן

און אויב איז די מצב פון הרב @נאר צולייגען באמת א ביטערער, ווי קען מען נעמען די אחרית אזוי אפצופסלן?! [כ'בלעים נישט קיינעם, כ'פארשטיי די קאנסערנס]

בכל אופן,
רחמנא ליבא בעי אז איינער ווארפט אריין אפאר דאלער מיט די כוונה צו געבן צדקה פאר א עני, ביז ווילאנג ס'קומט נישט אן צו א שווארצע גוי איז נישטא קיין איסור פון ולא תחנם..

ווען איינער גייט ארום אין שול נאך געלט פרעג איך אים נישט אויס פון ווי ער קומט, און ווי די געלט גייט נאר איך פרוביר צו געבן א דאלער צוויי

כ'האב נישט יעצט קיין איבריג און וואס יא איז דא משפחה וואס ווארטן דערויף
אבער א דאלער צוויי דריי איז נישטא עכט קיין תירץ נישט צו געבן

העמיר גיין יעצט אריינווארפן אפאר דאלער לע''נ הרה''ק רבי חיים זאנוויל בן ר' משה ז''ל און אויב כ'וועל כאפן וויאזוי העמיר אויך עפענען א טיעם פאר ביהמ''ד דאלער'ס..

#צדקה תציל
וצדקה תציל ממות - מצלת לעושיה ממיתה משונה!! [מדרש]
טייערע אידן! אין די יעצטיגע זמן ווער דארף דען נישט אזא קלארע הבטחה פון הקב''ה אליין??
דרוקט שוין:
https://thechesedfund.com/gottlieb/kerenyesomim

אופס..
Error: This fundraiser cannot process charges at this time

גייט עס נישט אדורך

אויב דארפסטו נאך א באנק אקאונט אדער סיי וואספארא הילף ביניך גרייט
וצדקה תציל ממות - מצלת לעושיה ממיתה משונה!! [מדרש]
טייערע אידן! אין די יעצטיגע זמן ווער דארף דען נישט אזא קלארע הבטחה פון הקב''ה אליין??
דרוקט שוין:
https://thechesedfund.com/gottlieb/kerenyesomim
נאר צולייגען
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 7:18 am

Re: פארלוירען די פרנסה צוליב די קאראנא, קען נישט באצאלען קיין רענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר צולייגען »

איש חמודות האט געשריבן:
נאר צולייגען האט געשריבן:צו אלע חשובע אייוועלט מעמבערס

איך בין א אקטיוו ניק, נאר יעצט דארף איך מיך באנוצען מיט א אנדערע ניק.

יארען לאנג וואס איך ארבעט אין די תחום פון טוריזם, און איך האב געמאכט שיין פרנסה ב"ה, יעצט מיט די קאראנא איז די גאנצע פרנסה איינגעפאלען, און עס זעט אויס נישט אז עפעס וועט זיך טוישען בקרוב, למעשה האב איך נישט כמעט קיין שום אינקאם זייט אינמיטען חודש אדר, פסח האב איך מצליח געווען צו דעקן, און אזוי אויך אלע טאג טעגליכע הוצאות, חוץ פון רענט, וואס איך האב שוין נישט באצאלט אפאר חודשים, ווייל איך האב פשוט נישט, די בעה"ב פון די דירה (א איד) האט אנהייב מסכים געווען צו ווארטען, שפעטער האט ער שוין אנגעהויבען צו מוטשענען, זעענדיג אז איך צאל נאך אלץ נישט זעמיר שוין אפילו געגאנגען צו א דין תורה, און די בי"ד האר געגעבן א צייט ביז ווען איך דארף באצאלען, און אויב נישט מעג ער מיר ארויסווארפן פון די דירה, למעשה איז שוין אריבער אפאר וואכען פון די צייט, (און איך דארף ענק נישט מסביר זיין, וואספארע פרעשור דאס איז, יעדע מאל וואס די בעה"ב רופט מיר פרעגן וואס טוט זיך מיט די געלט) היינט האט מיר די בעה"ב געמאלדען אז אויב ער האט נישט די געלט ביז זונטאג, וועט ער טוישען די שלאס אויף די דירה, און ארויס ווארפען אלע זאכען - מיט די רשות פון די בי"ד.

בעט איך ענק רחמנים בני רחמנים, העלפטס מיר צו בלייבן מיט א דאך אויפן קאפ, איך דארף האבען ביז זונטאג לכה"פ $12,000, און אויב איך וועל אנקומען צו מער, וועל איך קענען האבען די יישוב הדעת פון זיכען א אנדערע פרנסה, אבער אן קיין קאפ אויפן פלאץ קען מען אפילו נישט טראכטען פון דעם.

ווער עס קען עפענען א קאמפיין און ארומשיקען תבא עליו ברכה.
און אין די שכר פון צוהעלפען זאלען ענק אייביק האבען פרנסה בריוח וכל מילי דמיטב.

במחילת כבודך, סאמטינג איז פישי...
אלע טאג טעגליכע הוצאות האט איר באוויזן צו דעקן, חוץ רענט אפאר חדשים.
ס'הערט זיך אינטערסאנטליך אז ממש פונקט פאר רענט איז נישט געווען.

וויפיל איז רענט א חודש?
סך הכל איז די קאראנא תקופה ארום 3 חדשים, קאסט אייך רענט 4 אלפים א חודש?

אז איר וועט האבן א מכתב המלצה, וועלן מיר אייך בעז"ה ארויסהעלפן כפי אשר ידינו מגעת, אבער סתם אזוי בלינדערהייט פאר אן אנאנימער ניק פון ערגעץ וואו ממדינת הים דארף מען חייש זיין, ודי לחכימא.

אה"נ די טאג טעגליכע הוצאות איז אויך געדרוקט, נאר דארט קען מיין שניידען הוצאות, די גראסערי רופט מיר נישט אין ד"ת אז איך קויף ווייניגער זאכען, און איך האב טאקע געשניטען אסאך הוצאות, אבער דאס האט מיר נאכנישט גורם געווען צו דארפן בעטן צדקה, משא"כ פון די רענט איז נישט שייך צו שניידען, די בעה"ב דארף פונקט אזוי וויכטיג די געלט, דאס איז זיין פרנסה.

עס רעדט זיך שוין פון 5 חודשים רענט, פון March און שוין אויך אריינגערעכענט July, זונטאג האף איך צו האבען א מכתב המלצה.
נאר צולייגען
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 7:18 am

Re: פארלוירען די פרנסה צוליב די קאראנא, קען נישט באצאלען קיין רענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר צולייגען »

ציגרעטל האט געשריבן:אופס..
Error: This fundraiser cannot process charges at this time

גייט עס נישט אדורך

אויב דארפסטו נאך א באנק אקאונט אדער סיי וואספארא הילף ביניך גרייט

איינער האט זיך שוין געמאלדען צו מיר געבן א באנק אקאונט, היינט אדער זונטאג וועט עס ארבעטען.

יישר כח
מארגעזש עדווייזער
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 17, 2020 12:45 pm
לאקאציע: אמעריקא

Re: פארלוירען די פרנסה צוליב די קאראנא, קען נישט באצאלען קיין רענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגעזש עדווייזער »

ציגרעטל האט געשריבן:קענט איר דאך אלע אוואדאי די מעשה..
ס'איז אריינגעקומען אמאל א איד צו הרה''ק מ'צאנז [דאכצעך] אז ער האט נישט קיין געלט צו קויפן א טלית.. באקומען א שיינע סומע.. די שטוב מענטשען האבן ג'טענה'עט וואס הייסט?! מ'האט דאך אים נעכטן געזעהן קויפן א שיינע נייע טלית... הרה''ק מ'צאנז האט פארשריגן, נו אפשר האט ער נישט צו קויפן א קלייד פאר די ווייב און שעמט זיך צו זאגן!..
-
קענט איר דאך אלע אוואדאי די מעשה..
ס'איז אריינגעקומען א איד צו הרה''ק מ'סאטמאר אין אראפגעלייגט זיין ביטערע מצב... האט ער אים געגעבן א שיינע סומע געלט... די שטוב מענטשן האבן געזאגט אז ס'איז ווייט נישט אזוי די מצב... רביה''ק האט 'אויפגעלאכטן' ברוך השם! אז די מצב איז נישט אזוי זוי שווער ביי דעם איד
-
לענייננו ולענ''ד
מעגליך אז די פרטים פון די מעשה פונעם פותח האשכול איז נישט די ריכטיגע [און אויכעט נישט גוט אויסגעארבעט..]

אבער שטארק נישט מסתביר אז הרב @נאר צולייגען איז סתם

- א ישיבה בחור וואס דארף באצאלן קנס אדער קויפן ציגרעטלעך [$500 וואלט לכאורה געווען גענוג..]
- א צדקה ארגענעזאציע וואס די פאנדערעיזינג איז אפגעשוואכט די לעצטע פאר חדשים.. [12k וואלט נישט געווען גענוג..]
- א בעל בית'ישע אינגערמאן וואס פעהלט אים נאך 20 טויזענט דאלער צו קלאוזען די 6'טע דירה..

וואס ס'קען אלטס יא זיין איז שווער צו זאגן ווייל ס'קען זיין 1000'טער מינע פעלער, ווי למשל

- א מקומות טעקסי דרייווער אין א''י וואס האט נישט יעצט קיין ארבעט און בליטיגט אויס
- א קעכער/מענעזשער אין די קאנטערי וואס האט נישט יעצט קיין פרנסה און ציטערט פאר זיין לאגע די קומענדיגע חדשים
- א בנן של קדושים וואס זיין שול איז געווען פארמאכט 3 חדשים, און די מתפללים האבן זיך באקוועם געמאכט און א צווייטן ביהמ''ד..
- נו וואס נאך? סתם א בני א''י וואס האלט פארן חתונה מאכן א קינד ואין בידו לפרטה

עכ''פ דאס אז א איד זאל אין די יעצטיגע צייט האבן גענצליך פארלוירן זיין פרנסה און אויסבליטיגן איז ליידער אזאך וואס מ'קען און מ'מעג גלייבן און א געוואלדיגע גרויסע מצוה אים צו העלפן

און אויב איז די מצב פון הרב @נאר צולייגען באמת א ביטערער, ווי קען מען נעמען די אחרית אזוי אפצופסלן?! [כ'בלעים נישט קיינעם, כ'פארשטיי די קאנסערנס]

בכל אופן,
רחמנא ליבא בעי אז איינער ווארפט אריין אפאר דאלער מיט די כוונה צו געבן צדקה פאר א עני, ביז ווילאנג ס'קומט נישט אן צו א שווארצע גוי איז נישטא קיין איסור פון ולא תחנם..

ווען איינער גייט ארום אין שול נאך געלט פרעג איך אים נישט אויס פון ווי ער קומט, און ווי די געלט גייט נאר איך פרוביר צו געבן א דאלער צוויי

כ'האב נישט יעצט קיין איבריג און וואס יא איז דא משפחה וואס ווארטן דערויף
אבער א דאלער צוויי דריי איז נישטא עכט קיין תירץ נישט צו געבן

העמיר גיין יעצט אריינווארפן אפאר דאלער לע''נ הרה''ק רבי חיים זאנוויל בן ר' משה ז''ל און אויב כ'וועל כאפן וויאזוי העמיר אויך עפענען א טיעם פאר ביהמ''ד דאלער'ס..

#צדקה תציל

שפתים ישק
;l;p-

פיין געזאגט ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
נאר צולייגען
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 7:18 am

Re: פארלוירען די פרנסה צוליב די קאראנא, קען נישט באצאלען קיין רענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר צולייגען »

דא האטס עטץ די אפדעיטעד לינק https://thechesedfund.com/ratevet
ביטע זיך אנריפען ווארעם.
ווער עס וויל האבען א המלצה בריוו, קען מיר בעטן אין אימעיל [email protected]
איך לייג עס נישט ארויף דא וועגן חשש גילוי.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: פארלוירען די פרנסה צוליב די קאראנא, קען נישט באצאלען קיין רענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

משתתף געווען
טאקע ווייניג, אבער כאטש עפעס, והקב"ה ירחם עלינו ועל כל עמו ישראל
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30727
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

השתתפתי מיט אביסל. אסאך הצלחה און זאלסט זיך בקרוב ארויסדערזען פון דער מצב!
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”