כבי הילולא דמיא - שטומפיג שר האלף.
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- שטומפיג
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
- לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי
כבי הילולא דמיא - שטומפיג שר האלף.
וזאת הברכה אשר ברך שטומפיג את בני אייוועלט לכבוד זיין טויזנטסטע תגובה.
זיץ איך אויף מיין פלאץ,
אין חתונה זאל,
א זאץ אויף א זאץ,
שמועס פארט ווי נארמאל.
די נושא'ז אינטרעסאנט,
אהין צוריק קריטיק,
די געשעעניש פון היינט,
א שווערע פאליטיק.
ברודער און שוואגער,
יעדער נעמט א מיינונג,
יעדער איז א זאגער,
אויך אויב מ'האט קיין איינונג.
ביים דערנעבנדיגן טיש,
אויכעט מ'רעדט,
לעבעדיג און פריש,
אבער א צווייט מענטאליטעט.
דארט זיצט חתן צד,
אן אנדער סארט שיחה,
דערהויבענע יונגעלייט,
צוויי שוין מיט סמיכה.
די שמועס צאמגעקלעבט,
פון ידיעות הספר,
יעדער דערין לעבט,
לייגט עפעס צו מיט אייפער.
א טיש א דריטן,
מחותן'ס חברים,
אין א ביזנעס שמועס א גוטן,
בכלל נישט קיין גרים.
סטאקס און באנדס,
גרין און רויט,
קלעימס און ריפאנדס,
מארקעט לעבט מארקעט טויט.
איך טוה עס אנאליזירן,
אזוי אנדערש די אינטערעס,
וואס מיר טוט אינטערעסירן,
יענער קאלדנט קעיר לעס.
אנדערש אין אנשויען,
אנדערש אין מחשבה,
איך קען נישט בויען,
קיין שום גזירה שוה.
פלוצלינג מ'קען פילן,
ס'ווערט א פעסטע טויש,
די מוזיק נעמט זיך שפילן,
אן אינטראו גערויש.
בענקלעך פארפאקט,
טישן פארטראגן,
צוצוטאנצן צום טאקט,
יעדער נעמט זיך יאגן.
נישט מ'קלייבט נישט מ'קוקט,
ווער ס'זענען די צוויי שכנים,
נאר די רינג פאראויס מ'רוקט,
צו טאנצן אינאיינעם.
שטיי איך מיר דארטן,
און אן לשון אויפן צונג,
מענטשן אלע סארטן,
טאנצן אין איין רינג?
איך קען נישט שפינען די וואונדער-ווערמל,
ווייל מיין שוואגער אדורך גייט,
כאפט מיר אן ביים ערמל,
און אין רינג אריינגעדרייט!
***
איך ווייס נישט אפילו,
צו ס'א בבלי אדער ירושלמי,
שטייט אבער אז ווי א הילולא,
איז דומה האי עלמא.
קיינער וועט נישט בייגן,
אין געווענליכע אומשטענדן,
אן אויסנאם לייגן,
איבער זיינע אגענדע'ן.
א ליסטע מיט פרעפערענצן,
זענען גורם א שניט,
מיינונג דיפערענצען,
אויף אלעס וואס יענער טוט.
ראסע און אפשטאם,
וואוינארט און קולטור,
ריח און טעם,
מהות און נאטור.
חסידות און פארטיי,
פירונג אייגנארטיג,
באשעפטיגונג און האנדלעריי,
און די ליסטע איז נישט פארטיג.
אין אייוועלטל פארהאן רייעס,
אויך אזוי ענליך גייט עס,
איינער זיצט אין נייעס,
איינע ביי ועל פליטת.
פארהאן ווער ס'וויל דעבאטירן,
פארהאן ווער ס'וויל ארומהענגען,
דער טוט אין קרעטשמע שפאצירן,
דער צווייטער דרייצעך אין פארברענגן.
טראכט איך מיר אריין,
איך שפעקוליר,
איז מעגליך ס'זאל עפעס זיין,
אלע אינאיינעם ברענגען אפיר?
אבער יודן הערט זיך איין,
שפיצט זיך אן די אויערן,
איך וויל ענק מגלה זיין,
די זאך איז נישט פארלוירן.
ווארט מיט אביסעלע געדולט,
כד מטיא ישועתא,
די שופר'ס מוזיק צושפילט,
פאר יעדע סארט יעדע ראסע.
פון מצרים פון אשור,
בוכארישע אפשטאמען,
אינאיינעם זיך מקשר,
מיט אמעריקאנער און יוראפ'ער צוזאמען.
קיינעם געבן א קימער,
מיט וועם ער טאנצט,
קענסט האלטן וואס אימער,
יעדער אייניג גלאנצט.
פאר אלע בני לאה ורחל,
אחים ורעים,
עתיד לעשות מחול,
והוא יושב ביניהם.
***
אידן כ'טוה אפעלירן,
וואס עפעס ווארטן,
לאמיר זיך שוין פירן,
לויט די דעמאלטסדיגע סטאנדארטן.
סיי אין לעבן אלגעמיינעם,
שעץ און רעספעקטיר,
חברים, משפחה, שכנים,
אפילו אנדערש ווי דיר.
אין אייוועלט ס'איז אויך נוגע,
דולד א צווייטן,
ס'איז נישט גורע,
מיינונגס פארשידענהייטן.
ויה"ר אז דורכן געבן שאץ,
פאר אלע סארטן אידן,
זאלט איר האבן א גוטן פלאץ,
ביי די געהויבענע ריקודין!
זיץ איך אויף מיין פלאץ,
אין חתונה זאל,
א זאץ אויף א זאץ,
שמועס פארט ווי נארמאל.
די נושא'ז אינטרעסאנט,
אהין צוריק קריטיק,
די געשעעניש פון היינט,
א שווערע פאליטיק.
ברודער און שוואגער,
יעדער נעמט א מיינונג,
יעדער איז א זאגער,
אויך אויב מ'האט קיין איינונג.
ביים דערנעבנדיגן טיש,
אויכעט מ'רעדט,
לעבעדיג און פריש,
אבער א צווייט מענטאליטעט.
דארט זיצט חתן צד,
אן אנדער סארט שיחה,
דערהויבענע יונגעלייט,
צוויי שוין מיט סמיכה.
די שמועס צאמגעקלעבט,
פון ידיעות הספר,
יעדער דערין לעבט,
לייגט עפעס צו מיט אייפער.
א טיש א דריטן,
מחותן'ס חברים,
אין א ביזנעס שמועס א גוטן,
בכלל נישט קיין גרים.
סטאקס און באנדס,
גרין און רויט,
קלעימס און ריפאנדס,
מארקעט לעבט מארקעט טויט.
איך טוה עס אנאליזירן,
אזוי אנדערש די אינטערעס,
וואס מיר טוט אינטערעסירן,
יענער קאלדנט קעיר לעס.
אנדערש אין אנשויען,
אנדערש אין מחשבה,
איך קען נישט בויען,
קיין שום גזירה שוה.
פלוצלינג מ'קען פילן,
ס'ווערט א פעסטע טויש,
די מוזיק נעמט זיך שפילן,
אן אינטראו גערויש.
בענקלעך פארפאקט,
טישן פארטראגן,
צוצוטאנצן צום טאקט,
יעדער נעמט זיך יאגן.
נישט מ'קלייבט נישט מ'קוקט,
ווער ס'זענען די צוויי שכנים,
נאר די רינג פאראויס מ'רוקט,
צו טאנצן אינאיינעם.
שטיי איך מיר דארטן,
און אן לשון אויפן צונג,
מענטשן אלע סארטן,
טאנצן אין איין רינג?
איך קען נישט שפינען די וואונדער-ווערמל,
ווייל מיין שוואגער אדורך גייט,
כאפט מיר אן ביים ערמל,
און אין רינג אריינגעדרייט!
***
איך ווייס נישט אפילו,
צו ס'א בבלי אדער ירושלמי,
שטייט אבער אז ווי א הילולא,
איז דומה האי עלמא.
קיינער וועט נישט בייגן,
אין געווענליכע אומשטענדן,
אן אויסנאם לייגן,
איבער זיינע אגענדע'ן.
א ליסטע מיט פרעפערענצן,
זענען גורם א שניט,
מיינונג דיפערענצען,
אויף אלעס וואס יענער טוט.
ראסע און אפשטאם,
וואוינארט און קולטור,
ריח און טעם,
מהות און נאטור.
חסידות און פארטיי,
פירונג אייגנארטיג,
באשעפטיגונג און האנדלעריי,
און די ליסטע איז נישט פארטיג.
אין אייוועלטל פארהאן רייעס,
אויך אזוי ענליך גייט עס,
איינער זיצט אין נייעס,
איינע ביי ועל פליטת.
פארהאן ווער ס'וויל דעבאטירן,
פארהאן ווער ס'וויל ארומהענגען,
דער טוט אין קרעטשמע שפאצירן,
דער צווייטער דרייצעך אין פארברענגן.
טראכט איך מיר אריין,
איך שפעקוליר,
איז מעגליך ס'זאל עפעס זיין,
אלע אינאיינעם ברענגען אפיר?
אבער יודן הערט זיך איין,
שפיצט זיך אן די אויערן,
איך וויל ענק מגלה זיין,
די זאך איז נישט פארלוירן.
ווארט מיט אביסעלע געדולט,
כד מטיא ישועתא,
די שופר'ס מוזיק צושפילט,
פאר יעדע סארט יעדע ראסע.
פון מצרים פון אשור,
בוכארישע אפשטאמען,
אינאיינעם זיך מקשר,
מיט אמעריקאנער און יוראפ'ער צוזאמען.
קיינעם געבן א קימער,
מיט וועם ער טאנצט,
קענסט האלטן וואס אימער,
יעדער אייניג גלאנצט.
פאר אלע בני לאה ורחל,
אחים ורעים,
עתיד לעשות מחול,
והוא יושב ביניהם.
***
אידן כ'טוה אפעלירן,
וואס עפעס ווארטן,
לאמיר זיך שוין פירן,
לויט די דעמאלטסדיגע סטאנדארטן.
סיי אין לעבן אלגעמיינעם,
שעץ און רעספעקטיר,
חברים, משפחה, שכנים,
אפילו אנדערש ווי דיר.
אין אייוועלט ס'איז אויך נוגע,
דולד א צווייטן,
ס'איז נישט גורע,
מיינונגס פארשידענהייטן.
ויה"ר אז דורכן געבן שאץ,
פאר אלע סארטן אידן,
זאלט איר האבן א גוטן פלאץ,
ביי די געהויבענע ריקודין!
לעצט פארראכטן דורך שטומפיג אום מיטוואך יוני 03, 2020 11:12 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7282
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
Re: כבי הילולא דמיא - שטומפיג שר האלף.
מזל טוב.
הערליך!
הערליך!
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
- סטיטשינער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22696
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
- לאקאציע: 50°18′N 21°4′E
Re: כבי הילולא דמיא - שטומפיג שר האלף.
אוי איז דאס שיין! ממש וואונדערבאר.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 699
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am
- גרויסע עם הארץ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14572
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4136
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
Re: כבי הילולא דמיא - שטומפיג שר האלף.
וואונדערבאר הערליך! מלא טאלאנט! מזל טוב שטומפיג!
- אלטער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9980
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
- לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל
Re: כבי הילולא דמיא - שטומפיג שר האלף.
זייער זייער שיין!!! הערליך אראפ געשריבן זייער פיל מיט טאלאנטן קע"ה!!!
איך האף אז דו קעשט איין דיינע טאלאנטן....
מזל טוב שטומפיג!
איך האף אז דו קעשט איין דיינע טאלאנטן....
מזל טוב שטומפיג!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
Re: כבי הילולא דמיא - שטומפיג שר האלף.
נישט דא קיין ווערטער שטומפיג!! הערליך שיין, מלא תוכן, די גראמען, די אינהאלט, אלעס.
- פרישע קוגל
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3014
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
- לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא
Re: כבי הילולא דמיא - שטומפיג שר האלף.
Wow הערליך... כ'קען קוים ווארטן אויפן 2000..
Re: כבי הילולא דמיא - שטומפיג שר האלף.
חוח בין השושנים האט געשריבן:וואונדערבאר הערליך! מלא טאלאנט! מזל טוב שטומפיג!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
- שטומפיג
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
- לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי
Re: כבי הילולא דמיא - שטומפיג שר האלף.
שכח פאר אלע דאנקערס קאמפלימענטערס און וואונטשערס.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10239
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
Re: כבי הילולא דמיא - שטומפיג שר האלף.
הערשט יעצט געמערקט. סאמטינג ספעשל!
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 889
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm
Re: כבי הילולא דמיא - שטומפיג שר האלף.
ביזט די ערשטע פאר די קומינדיגע גראמען פארמעסט!
Re: כבי הילולא דמיא - שטומפיג שר האלף.
הערליכע געדאנק, שיין צאמגעשטעלט!
זאלט נאך קענען אונז מהנה זיין צו לאנגע געזונטע תגובות.
מזל טוב!
זאלט נאך קענען אונז מהנה זיין צו לאנגע געזונטע תגובות.
מזל טוב!
על "טעם וריח" אין להתווכח
- שטומפיג
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
- לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי
Re: כבי הילולא דמיא - שטומפיג שר האלף.
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
לייבעלע הירש האט געשריבן:
זעהער האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:
שכח
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו