שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #10 - יש מנהיג לבירה

"פארמעסטן צווישן די אייוועלט שרייבער"

אחראי: אחראי

וואס איז אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל? אינהאלט | שפראך | אווער אלל רעיטינג

די וואלן האבן זיך פארמאכט דינסטאג יוני 23, 2020 4:03 pm

0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
★★
3
1%
★★★
1
0%
★★★★
18
9%
★★★★★
46
23%
1
0%
★★
2
1%
★★★
2
1%
★★★★
12
6%
★★★★★
50
25%
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
★★
2
1%
★★★
6
3%
★★★★
11
5%
★★★★★
50
25%
 
סך הכול שטימען: 204

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר האלף
תגובות: 1239
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #10 - יש מנהיג לבירה

תגובהדורך ארחיקה נדד » דינסטאג יוני 09, 2020 4:03 pm

בילד

ט"ו כסליו תשס"א

פארלוירן, צוטרייסלט, פארווייטאגט, זיצט מרת האפמאן, מיט איין האנט נעמט זי הארציג ארום איר עלף יעריגען יתומ'ל שמעון חיים, און מיטן צווייטן פרובירט זי צו ווישן די טרערעלעך וואס פאלן אויף די אומשולדיגע בעקעלעך, אבער אן ערפאלג.

מיין ליבלונג, נשמה'לע טייערע, ווער האט דיר וויי געטוען? – פרובירט די יונגע אלמנה ארויסצובאקומען – אלעס! אלעס אין די וועלט וועל איך טון דיר צו גליקלעך מאכן, אבער רעד שוין! דערצייל מיר! וואס האט דיר אזוי בארירט?

פון צווישן די שלוכצען און קרעכצן, א ווארט דא א זאץ דארט, באקומט די מאמע צוביסלעך א שטיקל בילד, ווען יעדע פאר מינוט קומט א פרישע שטראם טרערן באגלייט מיט טיפע זיפצן, וואס דרינגט אריין טיף טיף און איר – שוין אזוי אויך – צובראכן הארץ, דראענדיג איר אויסצופלאצן אין א יאמערליך געוויין וואס זי פרובירט מיט אלע כוחות איינצוהאלטן.

אבער נישט אויף צו לאנג... פלוצלינג טרעפט זיך די מאמע מיטוויינען מיט איר קינד, זודיגע טרערן טראפן אראפ גלייך אויף שמעון חיימ'לס קעפעלע, נאכמער צוברעכנדיג דעם יונגן יתומ'ל, דו האסט געמאכט די מאמע וויינען! עס איז איר אזוי אויך גענוג שווער, וואס מאכסטו איר נאך שווערער?!

מער וועל איך נישט מאכן מיין מאמען וויינען – באשליסט ער מיט א פעסטקייט.

ווער ווייסט ווי לאנג דאס ציעט זיך שוין - קלערט מרת האפמאן מיט ווייטאג - פונקט שמעון חיימ'ל וואס רעדט זיך קיינמאל אפ – באטראכט זי דאס אומשולדיג פנימ'ל וואס איז אינצווישן אנטשלאפן געווארן.

מיט אן איינגעהאלטענעם קרעכטץ הייבט זי אויף איר עלף יעריגען בכור, און לייגט אים אריין אין בעט, שעפשענדיג מער צו זיך ווי צו אים: זארג נישט מיין ליב קינד, מער וועסטו נישט ליידן.

אזוי האט זי נעבעך געמיינט...

*
כ"ח אדר ב' תש"ס

זארגלאזע געלעכטערס פון צענדליגע קינדער פילן אן די מיטאג שעות אין חדר הויף, בלויז איינצעלנע קינדער כאפן אויף דאס געלויף פונעם סגן מנהל, - שמעון חיים האפמאן פון כתה ו' איז דא? - פרעגט ער אנגעצויגן, יעצט האבן שוין נאך אפאר קינדער מיטגעהאלטן ווי דער מנהל אליינס נעמט אריין שמעון חיים אין אפיס.

שמעון חיים שטייט פארציטערט, ער איז נישט פון די קינדער וואס ווערן אפט גערופן צום מנהל'ס אפיס, נאכמער דערשרעקט אים דאס בילד ווי דער גרויסער שטארקער מנהל זיצט און וויינט ביטערליך! מנהל, כככזזזאג צו כהאב גארנישט געטוען - שטאמעלט ער ארויס דערשראקן - ווען פלוצלינג זעהט ער זיין פעטער איז אויך דא אין אפיס.

עפעס שרעקעדיג האט פאסירט – לויפט דורך א מחשבה אין דעם צעהן יעריגער מוח'ל – פארוואס וויינט יעדער דא און צימער? - פרעגט ער שוין אויפן קול, זיך טרעפנדיג נעבן זיין מאמע אינדערהיים.

צוביסלעך האט זיך דאס בילד אויסגעקלארט, אפילו פאר דעם קליינעם שמעון חיימ'ל, זיין באליבטער טאטע, וואס האט נאך יענעם צופרי געווארט מיט אים אויפן באס, איז אדורך א שווערן עקסידענט, וואס ער האט ליידער נישט איבערגעלעבט ה"י.

די לוי' איז פארגעקומען נאך יענעם פארנאכטס, א שטיין האט געקענט געלעכערט ווערן פון די הימל שפאלטענדע יללות, שמעון חיימ'ל שטייט ביים אפענעם קבר און זאגט קדיש מיט זיינע צוויי ברודערלעך, ווען די יונגע הערצעלעך באגרייפן נאך ניטאמאל וואס דא האט בכלל פאסירט.

די געטרייע מאמע שטייט ביים מיטה, איינגעבויגן אין דרייען, און יאמערט מיט הייסע טרערן: וואס טו איך יעצט?? ווער וועט זיין א טאטע צו מיינע קינדער?? ריבונו של עולם, אויף וועם האסטו מיך איבערגעלאזט????

איין זאך איז זיכער – באשליסט זי מיט א פעסטקייט – איך וועל זיין פאר מיינע קינדער א טאטע און א מאמע, אפגעזעהן וואס דאס וועט פון מיר קאסטן! איך וועל באשיצן און געבן פאר מיינע קינדער דאס בעסטע וואס איז נאר מעגליך.

די שבעה טעג זענען פאריבער, די קינדער זענען צוריק אין חדר, מרת האפמאן פון איר זייט גיבט פאר אירע קינדער דאס מערסטע וואס שייך, הויפענעס ליבשאפט און ווארימקייט, באגלייט מיט תפילות און טרערן פון א אידישע מאמע, שמעון חיים פון זיין זייט פרובירט צו גרינגער מאכן די מאמע מיט וואס נאר ער קען, מיט זיינע איידעלע מידות מאכט ער זיכער צו פארשאפן נאר נחת פאר די מאמע, און ארויסהעלפן מיט די אינגערע קינדער, פרוי האפמאן קוועלט פאר נחת, און זעהט אין איר שמעון חיימ'ל א טרייסט.

*
ג' אלול תש"ס

אלע קינדער הערן זיך צו מיט שפאנונג די ווערטער פון זייער נייעם מלמד, יעדער איז דא מיט קענטיגע קבלות און פלענער פארן גאנצע יאר, כתה ז' איז פארט שוין נענטער ווי ווייטער צו די בר מצוה און ישיבה יארן.

איינער איז דא מיט אנדערע פלענער, דער נייער יונגל יושע מרדכי, ער זוכט נאך א קרבן אויף וועמען זיך אויסצוגעבן, און אינאיינוועגס מאכן פריילעך אין כתה, און אזוי אביסל הייבן זיין שטאנד צווישן זיינע נייע חברים.

און יא, שמעון חיים האפמאן קוקט אויס דער פאסיגער קאנדידאט!

טאג נאך טאג, טרעפט זיך שמעון חיים אויסגעשטעלט צו יושע מרדכי'ס לאנגע – און נאכמער שארפע - צונג, טיילמאל פריוואט און גענוג מאל ברבים, אויף אן אופן וואס דער מלמד זאל ניטאמאל כאפן.

שמעון חיים שלינגט די טרערן, דעם מלמד האט ער מורא צו פארציילן, ער וועט דאך גלייך ווערן א מסור... די מאמע וויל ער נישט מצער זיין, דעריבער שווייגט ער מיט ווייטאג.

איין טאג האט יושע מרדכי אים אפגעטוען א שטיקל, וואס אפילו די פאר ווילדע קינדער וואס פלעגן געווענטליך מיטשטיין מיט אים האבן אויך איינגעזעהן אז דאס איז שוין צופיל, אבער אביסל צו שפעט.. שמעון חיים האט געשפירט ווי ער האלט עס שוין נישט אויס, און איז אהיימגעלאפן צו זיין מאמע.

און דאן האט פאסירט די אויבענדערמאנטע

*
ט"ז כסליו תשס"א

וואס די מאמע האט דא אנגעדרייט ווייסט נאך שמעון חיים נישט עד היום, אזויפיל יא אז ווען יושע מרדכי איז אנגעקומען יענעם טאג אין חדר, האט אים דער מלמד תיכף געשיקט צו דעם מנהל, וואס האט אים מודיע געווען אז ער ווערט אריבערגעלייגט אינעם פאראלעל כתה.

אויב שמעון חיים האט געמיינט אז די צרות האבן זיך שוין גענדיגט האט ער געהאט א ביטערן טעות, יעדן טאג אין הויף ביים שפילן, האט יושע מרדכי זיכער געמאכט אז ער געדענקט אים, על פי רוב 'בלויז' מיט ווערטער און שטעכערייען, אבער אויך האט די באל געקענט אנע ווארענונגען לאנדען אין שמעון חיים'ס פנים, ווען ער טראסקעט אראפ צו די געלעכטער פון יושע מרדכי וכת דילי, דערנאך ווען די הויף רבי האט באמערקט האט יושע מרדכי אנגעשטעלט אזא מין אומשולדיגע אויסדריק אזש עס האט זיך געקענט דאכטן אז שמעון חיים האט פאר דווקא נישט געוואלט כאפן זיין באל...

נישט איינמאל ווען שמעון חיים האט געוואקט מיט א פולע טעלער זופ אין לאנטש רום, האט ער זיך מיסטעריעז געטראפן ליגן אין א טייך זופ, ווען יושע מרדכי קומט גאר צו, אים העלפן זיך אויפשטעלן...

די טעג זענען געלאפן, נישט איינמאל האט שמעון חיים געשפירט ווי ער טראגט עס נישט איבער, אבער דערמאנענדיג זיך די מאמע'ס טרערן האט ער יעדע מאל זיך אפגעהאלטן פון פארציילן, און אזוי געליטן און געשוויגן די קומענדיגע צוויי און א האלב יאר.

עס איז געקומען די ישיבה קטנה יארן, יושע מרדכי איז געבליבן אין די זעלבע מוסד בעת שמעון חיים איז געפארן לערנען אין א ישיבה מחוץ לעיר, אהיימקומענדיג יעדע צווייטע שבת, דארט האט ער געטראפן א משגיח מיט אן אפענעם אויער, וואס האט מיט אלע כוחות זיך אריינגעלייגט צו העלפן דעם אומשולדיגן יתומ'ל, באגלייטענדיג אים טאג איין טאג אויס מיט אומגעהויערע ליבשאפט, פרובירנדיג צו ערהוילן דעם שווערן עבר.

שמעון חיים האט נישט אנטוישט, און זיך אריינגעווארפן אינעם ים התלמוד, ווען די מאמע הערט צוריק די בעסטע גריסן פון אלע איינגעשטעלטע.

ביי די אכטצן איז שמעון חיים א חתן געווארן און חתונה געהאט ביי די ניינצען, צום יאר איז אים געבוירן געווארן א בן זכר, ויקרא שמו בישראל נאך זיין ליבן טאטען.

*
כ"ח טבת תשע"ה

די חסידות צו וועלכע שמעון חיים באלאנגט, מאכט א נסיעה מיטן רבין קיין ארץ ישראל, שמעון חיים, כאטש נאך יונג דאך איז ער שוין פון די חשובי הקהלה, סיי אלס תומך און סיי אלס למדן, שוין א טאטע צו פיר לעכטיגע קינדערלעך, ע"פ בקשת האדמו"ר שליט"א שליסט ער זיך אן אין די נסיעה, מיט די הייסע צושטימונג פון די ב"ב זיך צו ספראווען אליינס מיט די קינדערלעך, די קומענדיגע צוויי וואכן.

אינמיטן די דערהויבענע נסיעה, כאפט זיך שמעון חיים אריבער, אינאיינעם מיט א חבר, צו באזוכן די מירער ישיבה, ארומגייענדיג דארטן, גייען זיי אריין אין א דערנעבנדיגע רעסטוראנט צו עסן מיטאג, ווארטנדיג אויף זייער פארציע, באמערקט שמעון חיים א קענטליך פנים עטליכע טישן אפגערוקט, ווען יענער האט באמערקט אז זיי קוקן אין זיין ריכטונג האט ער זיך שנעל אויפגעהויבן און פארשוואונדן געווארן.

שמעון חיים איז געבליבן זיצן פארשטיינערט, די קאליר פון זיין פנים איז אים אפגעפלאסן... יאפ! ס'איז ער! דער באבערדלטער בחור וואס איז געזיצען דארטן איז נישט קיין צווייטער ווי יושע מרדכי!

ביטערע זכרונות האבן אנגעהויבן ארויפשווימען... שמעון חיים בעהט זיין באגלייטער צו גיין פאראויס, און ער אליינס טרעפט זיך א שטילער ווינקל אין איינע פון די ירושלימער געסלעך.
די ווייטאג, די מאמעס טרערן, די טיפע פארשעמונגס געפילן, די געלעכטער'ס פון יושע מרדכי און זיינע חברים, אלעס שטעלט זיך יעצט פאר זיינע אויגן, ער שפירט נאכאמאל ווי דעם קליינעם צובראכענעם יתומ'ל.

וואס איז יעצט געשעהן? וואונדערט ער זיך, ער ווייסט אבער טיף אין הארץ וואס ליגט אים יעצט אויפן געוויסן.

יושע מרדכי איז נאך א בחור!

מיט זיינע איידעלע מידות שפירט שמעון חיים אז ער איז זיכער שולדיג אין דעם, הגם ער האט שוין אפאר מאל במשך די יארן ארויסגעזאגט אז ער איז מוחל, זעהט זיך אויס אז עס איז נישט געווען בלב שלם.

דעם נעקסטן טאג איז די נסיעה געפארן קיין מירון צפת אינאיינעם מיט'ן רבי'ן, שמעון חיים זוכט זיך אויס א שטילן פלאץ אויפן בית החיים, מיט יאמערליכע בכיות פאלט ער אראפ אויף דער ערד:

ריבונו של עולם! דו ווייסט דאך יא וואס איך בין אלס דורך, ביי די צען יאר האב איך פארלוירן מיין טאטען, איך האב פרובירט מיט אלע מיינע כוחות ארויסצוהעלפן מיין מאמע, און לינדערן אביסל אירע שמערצן, די אלע יארן וואס איך האב געליטן און געשוויגן, און נישט פארציילט פאר מיין מאמע, בלויז כדי איר גרינגער צו מאכן, איז אבער אויף מיינע יונגע אקסלען אויך נישט געווען לייכט!

דו טאטע! - יאמערט ער מיט בכיות - דו האסט דאך אבער יא אלעס מיטגעהאלטן, דו ביסט דאך דער אבי היתומים, איך בעט דיר, הער אויס מיין געוויין, נעם די אלע זכותים, די אלע טרערן וואס איך האב פארגאסן במשך די יארן, די אלע שלאפלאזע נעכט מיט קלעם אין ווייטאג, זאל דאס זיין מיין קרבן פאר דיר, און יושע מרדכי זאל א חתן ווערן און אויפשטעלן א ערליך אידיש שטוב.

טאטע! טאטע! איך בין אים מוחל בלב שלם, איך בעט דיר, זיי דו אים אויך מוחל.

שמעון חיים האט זיך אויפגעשטעלט און מיט א רואיגער געוויסן ארויס פון בית החיים, שפירנדיג אז ער האט געפועלט.

צוריק קומענדיג קיין ירושלים, באשליסט שמעון חיים נאכאמאל צו באזוכן אין מיר, אולי וועט אים געלונגן צו טרעפן יושע מרדכי און אים פערזענליך מוחל זיין.

ער דרייט זיך ארום א לענגערע צייט פון איין בנין צום צווייטען, שוין גראדע שפעט ביינאכט, אבער ער גיבט נישט אויף, ער שפירט אז ער האט נאך א וויכטיגע שליחות פאר היינט.

ענדליך טרעפט ער אים, ער ווארט נישט יושע מרדכי זאל אים נאכאמאל פארשוואונדען ווערן, ער גייט גלייך צו, יושע מרדכי, איך ווייס נישט אויב דו געדענקסט אדער נישט, סיי וויאזוי, זאלסטו וויסן איך בין דיר מוחל בלב שלם, און איך האב מער נישט קיין שום פאראיבל אויף דיר.

יושע מרדכי ענטפערט גארנישט, אבער דער גלאנץ אין זיינע אויגן האט שוין אלעס פארציילט.

*
דריי וואכן שפעטער

שמעון חיים איז נארוואס אהיימגעקומען פון אפיס, ווען זיין סעלפאון צוקלינגט זיך, ער זעהט א פרעמדע נומער אויפן איידי, מן הסתם עפעס א קאסטומער – קלערט ער צו זיך – איך וועל אים שפעטער צוריקרופן.

אויפן וועג צו זיין נאכט שיעור רופט שמעון חיים צוריק, יא א גוטן – הערט ער א ווארימע שטימע - דא רעדט יושע מרדכי, כהאב דיר געוואלט לאדענען צו מיין תנאים!

שמעון חיים'ס הארץ האט פארפעלט א קלאפ, מזל טוב! וואונטשט ער ווארעם צוריק, זאלסט אייביג נאר וויסן פון פרייליכע זאכן, אבער שמעון חיים – הערט ער יושע מרדכי'ס געשטיקטע שטימע – לאז מיך דיר פארציילן אביסל מיין עבר.

פאר פופצן יאר צוריק האבן מיר זיך אהערגעצויגן, נאכדעם וואס מיין מאמע איז דורך א גייסטישע טראומא, און די דוקטוירים האבן גע'עצה'ט אהערצוקומען זיך היילן, וואס איך בין דעמאלטס דורך וואונטש איך פאר קיינעם, אינדערהיים איז ממש געווען א גיהנום, די מאמע איז געווען שוואך, און געהאט כסדר'דיגע אויסברוכן, דער טאטע איז געווען טריד על המחי' ועל הכלכלה, און צו שאפן געלט פאר די מאמע'ס רפואות.

יושע מרדכי פארגייט אין א שטילן געוויין, און זעצט פאר.

בלויז אין חדר האב איך מיך געשפירט אביסל ווי א מענטש, און זעהנדיג דיין איידלקייט און גוטע מידות, טראצדעם וואס דו ביסט א יתום, האב איך דאס נישט געקענט אויסהאלטן, טיף אין הארצן האב איך געשפירט אז איך באגיי אן אומרעכט, אבער די ביטערניש און מיר האט גובר געווען.

שפעטער ווען איך בין געווארן מער ערוואקסן, ביסטו שוין נישט געווען מיט מיר, איך האב אייביג געוואוסט אז איך דארף דיר איבערבעטן, אבער איך האב מיך נישט געקענט זעהן דאס טוהן, מיט די צייט איז עס פארגעסן געווארן ביי מיר, אבער זעהט אויס דער אבי היתומים האט נישט פארגעסן...

אלע מיינע חברים האבן שוין חתונה געהאט, שערן שוין אפ די קינדער, און איך דריי מיך נאך עלנד און אליין אן קיין טעם אין לעבן.

ווען איך האב דיר צום ערשטן מאל געזעהן אין רעסטוראנט, איז מיר ממש באפאלן א שוואכקייט, און זעהנדיג דיך קוקן אין מיין ריכטונג האב איך שוין נישט געוואוסט וואס צו טראכטן, למעשה האב איך ביטער חרטה געהאט פארן ארויסלאזן דעם געלעגנהייט פון די הענט, יענע נאכט בין איך געבליבן שפעט אין בית המדרש מיט א תהילימ'ל און געוויינט, פשוט געוויינט, געוויינט אויף מיינע שווערע קינדער יארן, געוויינט אויף די מצב אינדערהיים, געוויינט אויף די רדיפות וואס איך האב דיר אויסגעטיילט, געוויינט אויף די געלעגנהייט וואס כ'האב פארשפילט. כ'האב געבעטן דעם אויבערשטן, איך זאל דיך נאכאמאל באגעגענען, און דאסמאל וועל איך דיר איבערבעטן. צו מיין שאק, ביסטו גאר צוגעקומען צו מיר און מודיע געווען אז דו ביסט מיר מוחל!

יענע נאכט האב איך צום ערשטן מאל אין לעבן געשפירט אן אמת'ע שמחה, א שטיין איז מיר אראפ פון הארץ.

צוויי טעג שפעטער האט זיך אנגעהויבן רעדן א שידוך, א וואך דערויף בין איך אהיימגעקומען און יעצט מיט א פרייליך הארץ רוף איך דיר – דעם הויפט מחותן – אנטיילצונעמען און מיין שמחה.


דער שרייבער ווארט אויף אייער פידבעק! גיבט אפ אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל, און לאזט אייך הערן דא אינעם אשכול.
לעצט פאראכטן דורך בלעכענער פנים אום דינסטאג יוני 16, 2020 3:23 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אָעוּפָה אֶשְׁכֹּנָה וְאַרְחִיקָה נְדֹד / בַּמִּדְבָּר אָלִינָה וְאוּלַי אֶמְצָא דּוֹד

יש מנהיג לבירה!

אוועטאר
זאג א גוטס
שר חמש מאות
תגובות: 928
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #10 - יש מנהיג לבירה

תגובהדורך זאג א גוטס » דינסטאג יוני 09, 2020 4:59 pm

יאפ! מ'ברויך מיר די קלינעקס...

וואסערע געפיל און שפראך.
צו דערציילן ביים שבת טיש
אז מען געוואוינט זיך נישט איין יונגעהייט צו זיצן שעות על שעות כל כולו שקוע בתורה איז עס טאקע געפערליך ווען מען איז עלטער....
קרעדיט: למעלה משבעים

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #10 - יש מנהיג לבירה

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג יוני 09, 2020 7:31 pm

מיין פנים איז נאך רויט פון טרערן.
דאס גאנצע פארמעסט האט זיך געלוינט נאר פאר דעם.
דריי פינעווערס.
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

פרישע קוגל
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: ווען די זעסט מיך דא מיינט עס אז איך בין אין אפיס

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #10 - יש מנהיג לבירה

תגובהדורך פרישע קוגל » דינסטאג יוני 09, 2020 7:54 pm

וואף...
נישט דא קיין ווערטער....
איך פלעג אויך צומאכן שטייט די פריזשערעטער צו זען ווען די לייט לעשט זיך אויס...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 13846
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #10 - יש מנהיג לבירה

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך יוני 10, 2020 1:31 am

הארציג, עמאציאנעל. (מעשה שהי'?)
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

נקדימון
שר האלפיים
תגובות: 2075
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #10 - יש מנהיג לבירה

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך יוני 10, 2020 10:09 am

אזוי ריין. אזוי עמאציאנאל.

די מעשה בעצם איז ווערי סימפל און מען קען שוין פון די ערשטע שורה וויסן וואס די ענדע גייט זיין. עס איז נישט עפעס קריעיטיוו אדער חידוש.

די שרייבן איז דאך אבער ריזיג. מער דיטעיל/עמאציעס וואלט שוין געווען געפאטשקעט און ווייניגער וואלט געפעלט. עס איז פונקט גוט.

איך האב פשוט געוויינט נאך יעדער 4-5 שורות.

ווער געדענקט די אויפרייס ארטיקל אין די צייטשריפט (זאל רוהן אין אלטן ביה"ח נעבן דער טריביון און פלאם) איבער די ווייטאג וואס גע'רודפ'טע קינדערלעך גייען דורך.

וויפיל מאל איך ליין דערפון צושטורעמט מיר עס פון פריש. אזאנע צארטע עופה'לעך דארפן דורכגיין אזאנע ברוטאלע טשעפערייען.

אינהאלט א 4. שפראך געזוכט 10 אבער זיך געמוזט באגענוגן מיט א 5. אווער אלל א 4.

ווי ניד מאר אוו יו !

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #10 - יש מנהיג לבירה

תגובהדורך א נייער » מיטוואך יוני 10, 2020 10:11 am

פון די בעסטע ארטיקלען.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #10 - יש מנהיג לבירה

תגובהדורך מארגן » מיטוואך יוני 10, 2020 10:13 am

זייער עמאציאנעל

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1151
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #10 - יש מנהיג לבירה

תגובהדורך בערל קראקאווער » מיטוואך יוני 10, 2020 10:14 am

זייער הארציג און גוט געשריבן!
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #10 - יש מנהיג לבירה

תגובהדורך דייקן » מיטוואך יוני 10, 2020 10:18 am

זייער שיין און עמאציאנאל, איך האב נאר ערווארטעט אז עס זאל שטיין מער פון די רדיפות און פון די עונש וואס די רודף האט באקומען (דאס איז דאך לכאו' די פוינט פון די מעשה, אויסער די צווייטע פוינט אז אויך די רודף דארף מען פראבירען צו פארשטיין, ווייל אסאך מאל ווערט א נרדף א רודף צו אנדערע).

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2256
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #10 - יש מנהיג לבירה

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך יוני 10, 2020 10:27 am

זייער זייער גוט! די הארץ שפראך האט מיר געקאסט א טרערעלע, און דערצו איז עס זייער שיין מסודר און קלאר ארויסגעברענגט.
זקן מלא רחמים.

אוועטאר
ניין און יא
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 06, 2019 10:05 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #10 - יש מנהיג לבירה

תגובהדורך ניין און יא » מיטוואך יוני 10, 2020 2:11 pm

א נייער האט געשריבן:פון די בעסטע ארטיקלען.
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
א pdf פון די ארטיקלען און גראמען - נעשה ע"י פעיק נוז
------
נישט איינגעשריבנע ניקס קענען קאמענטירן דא
noinyes@gmail.com

נשמת השכל
שר האלף
תגובות: 1900
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #10 - יש מנהיג לבירה

תגובהדורך נשמת השכל » מיטוואך יוני 10, 2020 2:19 pm

זייער שרייבעריש! הארץ און געפיל רינען!
איך בין אזוי "שטארק" אז איך האב אפילו נישט קיין פראבלעם צו זיין "שוואך"...

כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

קאמענטארן אויף: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

בעל מנוחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #10 - יש מנהיג לבירה

תגובהדורך בעל מנוחה » מיטוואך יוני 10, 2020 5:57 pm

אזוי פיל געפיל אריינצולייגן און אפאר שורות WOW!!!!

זייער פליסיג און שרייבעריש און ספעציעל מיטן נעמען די ליינערס אויף א רייד פון געפילן.
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה

אוועטאר
איינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5897
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #10 - יש מנהיג לבירה

תגובהדורך איינס » מיטוואך יוני 10, 2020 9:47 pm

נאך א טאג ארבעט זעץ איך מיר אוועק ליינען די נעקסטע ארטיקל אינעם פארמעסט, אבער זייענדיג איבערגעמוטשעט האב איך נישט קיין כח צו היסטאריע יעצט און כאטש ס'זהעט אויס גוט געשריבן און אינטערסאנט מיש איך צום נעקסטן. איך הייב אן ליינען און איך זעה דארט ליגט עפעס אבער צו טיעף פאר יעצט, אראפסקרולנדיג ביי די קאמענטס זעה איך דער עולם רעדט טאקע פון עפעס א ארט-פיעס. אבער פאר יעצט דארף איך עפעס גרינגער, טראכט איך צו מיר נו שוין איך וועל צוריק קומען מארגן, אבער לאמיר טרייען נאך איינס.
און פאר ווען וואס טרעף איך מיר שוין שרייבן...

ווען איך קוק דעם ארטיקל און איך זיך די חידוש די וואו! איז דאס נישטא, ס'האט נישט קיין עקסטערע חידוש, ס'איז א מעשה שהיה אדער נישט, אבער נישט קיין חידוש. אבער דא טאקע איז דער חידוש פון דעם ארטיקל, ס'איז געשריבן צו ליינען און הנאה האבן. מ'דארף נישט צולייגן צו סאך קאפ, דער שרייבער שלעפט דיר אריין אין די מעשה שוין מיטן ערשטן שורה און דערנאך טרעפסט זיך שוין ביים ענדע.

די שפראך איז געוואלדיג, זייער שרייבעריש. און א זאך וואס ער האט קעגן אנדערע אז ס'זעהט נישט אויס אז ער האט געזיכט אריינצושטופן שרייבערישע ווערטער כדי ס'זאל זיין שרייבעריש, ס'איז געשריבן זייער רייך מיט ווערטער אבער נישט איבערגעטריבן, און דאס מאכט דעם ארטיקל אזוי שטארק.

דער תוכן איז מלא וגדוש, אבי היתומים, גמול, מחילה, דן זיין לכף זכות און טראכטן אז סאיז דא א צווייטע זייט פארן מטבע און נאך.
אויב איז דאס אמת איז דא א שטארקע מעסעדזש, און אויב נישט מאכט נישט אויס ווייל ער וועט אראפ לייגן א מעשה וואס איז יא געשעהן מיטן זעלבן געשמאק.

אוין איין ווארט: א שרייבער!

5 5 5 און ארויף אויף מיין ליסט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5795
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #10 - יש מנהיג לבירה

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג יוני 11, 2020 4:15 pm

בסיעתא דשמיא

פארלוירן, צוטרייסלט, פארווייטאגט, זיצט מרת האפמאן.

נעבעך, ווער? מיינע געפילן ווערן איבערגענומען מיט די ערשטע דריי ווערטער, מיין הארץ טוישט איר ריטעם, איך בין קאנעקטעד דערצו. פארלוירן, צוטרייסלט, פארווייטאגט. די רגע איך גיי דורך - אפילו עס איז בלויז - די דריי ווערטער, וויל איך - בלית ברירה - העלפן מרת האפמאן תחי'. מיין דמיון ווייסט נישט אז ס'איז נאר א אייוועלט פארמעסט, אז עס קומט נישט פאר אין פאקט, אבער דאך, איך וויל העלפן מרת האפמאן. נעבעך מרת האפמאן.

מיין גאנצע געפיל קומה האט אנגענומען א אנדערע פארעם, די פארעם וואס עס דארף זיך אויסשטעלן ווען עס ווייסט אז מרת האפמאן איז פארלוירן, צוטרייסלט, און פארווייטאגט. און וויבאלד איך בין שוין אין די מצב, זוך איך א וועג ארויס דערפון. וואס איז די וועג ארויס? מרת האפמאן מוז געהאלפן ווערן.

און דאס איז איינע פון די טאקטיקן - א ישרות'דיגער טאקטיק - וויאזוי אריינצוברענגען דעם ליינער אינעם ארטיקל.

אוי, שמעון חיים, שמעון חיים, (בלויז אין דמיון זאל עס אזוי זיין)

צו קענען אזוי אנהייבן אן ארטיקל, פאדערט זיך א גרייטקייט צו עקספיריענסן געפילן, נישט דיינע געפילן, יענעמ'ס געפילן. זיין גרייט צו ווערן באוואשן פון יענעמ'ס געפילן, אפילו ווען דו האלסט אינמיטן אנאליזירן ארטיקלן.

דער שרייבער איז - לפי מיין פארשטעלונג - איינער וואס איז גרייט צו שפירן די הארץ וואס עס זעהט אים אויס אז ס'קלאפט אונטער די טרערן, אינעם גוף פון דעם וואס וויינט. איז גרייט זיך צו לאזן איבערשווענקען דערמיט.

איך וויל ענדערש זאגן אז אזא שרייבער האט אדער הארטערע הויט און דערפאר קען ער דאס באווייזן. אדער שטעלט ער זיך אפ, קוקט ארויס פון זיין פענסטער, באטראכט יענע בלעטל וואס שאקלט זיך ביים שפיץ בוים, און ווען דער פייגל פליהט אוועק פונעם צווייג מיט א קוויטש, קערט ער זיך צוריק, און לאזט זיך צוריק אריין אינעם קערפער'ל פונעם קליינעם, און אין זיין מאמעס נפש.

אחזתיו ולא ארפנו. דאס פאדערט נפשיות'דיגע כוחות. דויערהאפטיגקייט. צו אויסדויערן דעם ווייטאג פון אזא מצב.

ווען שמעון חיימ'ל אנטשלאפט נישט אינצווישן, די מאמע בארואיגט אים מיט א יאוגערט, איז עס לאנגווייליג אנטקעגן א מצב ווען שמעון חיים אנטשלאפט אינמיטן, און פארשטייט זיך אז די טרערן קען מען נאך זעהן האלב אויסגעטרוקנט אויף זיין באק. שמעון חיימ'ל. (נשמה, ס'איז נישט עכט)

פארוואס וויל איך וויינען?

עניוועי. לאמיר גיין ווייטער מיט מיין אנאליז.

זארגלאזע געלעכטערס פילן אן די מיטאג שעות אין חדר הויף.

לי' ליינערס, לאמיר זיך דערגרינטעווען אין די חכמה פון שרייבן אט דעם זאץ. וואס אזאנס טוט אויף אין א ארטיקל.

אין איין רגע ווער איך אריינגעברענגט אין א חדר הויף. יעצט, וויאזוי זעהט אויס דער חדר הויף? דאס איז שוין מיין דאגה און איך וועל עס פארזארגן. איך האב אין מיין קאפ א חדר הויף. דו זאג 'חדר הויף' און איך וועל דיר זאגן וועלכע. אין איין רגע קען איך זעהן די קינדער לויפן ארום. לויפן? וואו שטייט דא לויפן? וואס שטייט שוין דא? אבער - לי' ליינער'ס - דאס איז די חכמה פון א זאץ. ער זאגט דיך נאר וואס דו זאלסט ארויפברענגען אין דיין דמיון. ער דארף דיך נישט שילדערן יעדע דיטאל. עה. ווער זאגט דאס? ער דארף נאר מאכן אז דו זאלסט עס שוין אליין צאמשטעלן.

נישט אלעמאל.

עס איז דא ווען מ'דארף שילדערן די הויז פונעם ארימאן. און וויבאלד דער ליינער איז - האפנטליך - נישט אין אזא מצב, און האפענטליך קיינמאל געוען, דארף ער יא ארויפברענגען גענוג ווערטער, שילדערונגס ווערטער, וואס זאל יא מאכן אז דער ליינער זאל זיך פון דמיון עפעס צאמקראצן. און גאר גרינג, פון זיך אליין.

אריינקומענדיג אין זייער ארימער האלב איינגעפאלענעם הייזקע, ווען ריחות פון אלטקייט פארפילט זיין גייסט. א פארלאשענעם פייער זעהט זיך אן אין דעם האלב צאמגעווארפענעם אויווען, נישט האבנדיג, קענטיג, פרישע האלץ צום הייצן, די באלאטעס לעכעריג, און פעלערהאפטיג, זינגט און קרעכץ אונטער יעדן טריט, און זאגאר בייגט זיך היפש אונטער. ביים שאקלדיגן טיש, מיט בענקלעך, וואס זייער זיץ איז אפגעבריבן פון צענדליגע יארן באנוץ.

דו דארפסט נישט שילדערן מער ווי א פאר ווערטער, אבער פון די סאמע בעסטע ווערטער, וואס געבן פאר'ן ליינער'ס דמיון, גענוג עלעמענטן צאמצושטעלן אן ארימע הייזקע, און אויך צאמצושטעלן די גייסט וואס עס שפירט זיך ווען מ'געפינט זיך יעצט צווישן אירע פון קאלעך אפגעשיילטע ווענט.

און צומאל פעלט זיך אויס אביסל מער ווי איין פאראגראף צו שילדען א סצענע. דו מוזט, אויב דו ווילסט אז דער ליינער זאל ליינען וואס דו ווילסט אז ער זאל ליינען.

עכ"פ צוריק צו אונזער אנאליז

שמעון חיים שטייט פארציטערט. Present tense. ער שטייט פארציטערט. נישט: שמעון חיים איז געשטאנען פארציטערט. ניין. ער שטייט יעצט פארציטערט. נאכמער דערשרעקט אים דאס בילד. עס פאסירט יעצט, און דאס מאכט עס מער דראמאטיש.

ג' אלול תשס.

אלע קינדער הערן זיך צו מיט שפאנונג די ווערטער פון זייער נייעם מלמד.

און מיין אויער ווערט אויך געשפאנט צו הערן די ווערטער. דאס איז די טבע פון ליינען. מ'מוז בהכרח אויסשפילן וואס מ'ליינט, כדי דאס צו פארשטיין. יעדער מוז? אפשר נאר איך. אבער איך מיין אז אזוי ארבעט עס. איך מוז יעצט זיצן אין חדר און הערן מיט שפאנונג.
יעצט אזוי.

דא, אין דעם קליינעם מעשה'לע איז דא צוויי הויפט שפילערס.

און די עכטע געשיכטע הייבט זיך אן מער צום סוף. ביי די ווערטער: יושע מרדכי איז נאך א בחור!

עס איז די לעבן פון יושע מרדכי וואס געפינט זיך אין א קלעם. און דאס דארף יעצט ווערן געלעזט. עס קען ווערן געלעזט נאר דורך די מחילה פון שמעון חיים. אבער מיט דארפן פארשטיין די שוועריגקייטן וואס - הגם עס שטייט נישט אינעם ארטיקל, אבער מ'ווייסט אז - ער האט מוחל צו זיין.

אלעס ביז דארט איז געווארן געבויט און צאמגעשטעלט (אפילו אויב ס'האט עכט פאסירט) כדי צו פארשטיין די שוועריגקייט פון די מחילה. די מאמעס טרערן ט"ו כסליו תשס"א. די לוי' (ה"י) אין די כ"ח אדר תש"ס שטיקל. די ג' אלול שטיקל. און די ט"ז כסליו ס"א שטיקל. דאס דינט ארויסצוברענגען די קרבן וואס שמעון חיים האט מוחל געווען. עס איז אים געווען שווער. כאטש עס שטייט נישט. ס'איז אים נישט געווען שווער מוחל צו זיין, אבער עס איז געווען א אטעם פארכאפנדער מינוט וואס מ'האט געווארט צו זעהן צו ער גייט מוחל זיין אזאנע שווערע קינדער יארן.

געב א קוק דעם דראמאטישן שטיקל: רבונו של עולם! דו ווייסט דאך יא וואס איך בין אלס דורך, וכו' וכו'. דאס מאכט א שארפן שוועריגקייט צו די מחילה. אמת אז ס'שטייט נישט, אבער דאס איז א דראמאטישער חלק אין די מעשה.

יעצט קומט ער צו, צו די שוועריגקייטן וואס יושע מרדכי האט געוואלט לעזן, נעמליך: זיי מיר מוחל, ווייל איך וויל קענען חתונה האבן. און די דראמאטישע זאץ איז: איך דריי מיך נאך עלנד און אליין אן קיין טעם אין לעבן.

די ווערטער: יענע נאכט בין איך געבליבן שפעט אין ביהמ"ד מיט א תהלימ'ל און געוויינט, פשוט געוויינט, געוויינט אויף... דאס מיינט די שוועריגקייטן פון זיין לעבן, און די רצון צו ווערן באפרייט. וואס דערפאר דארף ער די מחילה. און שמעון חיים, טראץ וואס ער איז אלץ דורך, מוז עס געבן. און צו גייט ער עס געבן?

וואס איך וויל ארויסברענגען איז, וואס עס איז די עיקר פון א מעשה. דער עיקר פון דעם מעשה איז געבויט בעת עס האט געדארפט געשעהן א מחילה, כדי ער זאל דארפן ווערן א חתן. און ביז אהין איז געווען אן הקדמה צו פארשטיין פארוואס עס איז געווען אזא קרבן דער מחילה. און ווי שטארק ער האט געוואלט ווערן א חתן.

און די ענדע איז: און צו מיין שאק ביסטו גאר געקומען צו מיר און מודיע געווען אז דו ביסט מיר מוחל. דא קומט זיך צאם די שפיץ פון אלעם. אלעס איז געבויט געווארן אז אט דער זאץ זאל האבן א טיפן איינדרוק. ווי טיף גייט זיין דער איינדרוק? ווי טיף גייט דער ליינער ווערן איבערגענומען פון דעם זאץ: און צו מיין שאק ביסטו גאר געקומען צו מיר און מודיע געווען אז דו ביסט מיר מוחל? געוואנדן אין די געבוי פון זאץ נאך זאץ פאראגראף נאך פאראגראף אין דעם ארטיקל.

באמת וואלט אויך געווען א געשיכטע וויאזוי אזא יונג קינד ווי שמעון חיים, האט זיך צום סוף ארויסגעדרייט פון זיינע שווערע יוגנט יארן. אבער דער שרייבער האט, ווי מ'קען זעהן, געקליבן מער די אויבנדערמאנטע שפיץ

יעצט לאמיר עס נאכאמאל איבערליינען, איך וויל עס סתם ליינען ווי א ציווילער בירגער.

והשם הטוב יעזור.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום דאנארשטאג יוני 11, 2020 5:11 pm, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

שטומפיג
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #10 - יש מנהיג לבירה

תגובהדורך שטומפיג » דאנארשטאג יוני 11, 2020 4:25 pm

הערליך, קריעטיוו, שפאנענד און איבער אלעם: עמאציענאל!
(די סוף מעשה איז היפש טיפיקעל, אבער אויב איז עס א מעשה שהיה קען מען דאך נאר שרייבן דעמעמעס).
א קנאקעדיגע ארטיקל.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5002
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #10 - יש מנהיג לבירה

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג יוני 11, 2020 5:50 pm

רירנד ביז גאר!

דער אינהאלט איז טאקע טיפיקל, אבער די דעליווערי מאכט עס פאר א יש! כ'האף נאר אז ס'איז א מעשה שהיה...
ליידיג. פארשלאגן זענען וועלקאם.

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #10 - יש מנהיג לבירה

תגובהדורך באקסער בוים » דאנארשטאג יוני 11, 2020 5:54 pm

אוי נשמה׳לע, כ׳גיי נאטס פאר דיינע אנאליזן.
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23985
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #10 - יש מנהיג לבירה

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יוני 11, 2020 5:59 pm

לכאורה האט געשריבן:הארציג, עמאציאנעל.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
שמארטיקל
שר חמש מאות
תגובות: 933
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #10 - יש מנהיג לבירה

תגובהדורך שמארטיקל » דאנארשטאג יוני 11, 2020 6:08 pm

זייער זייער געפיהליש, רייכע שפראך, א גוט שטיקל ליין מאטריאל!
יישר כח!
לאכן לאכט דער לעצטער - דער וואס האט די לעצטע געכאפט די דשאוק

שמארטיקל'ס מחשבות

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5172
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #10 - יש מנהיג לבירה

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג יוני 11, 2020 6:29 pm

עמאציענאל, מאסיווער ארטיקעל!

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר חמש מאות
תגובות: 976
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
לאקאציע: כ'ווייס באמת נישט..

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #10 - יש מנהיג לבירה

תגובהדורך בלעכענער פנים » דאנארשטאג יוני 11, 2020 6:36 pm

מיינע אויגן זענען נאס!

אברהם בן ארי'
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #10 - יש מנהיג לבירה

תגובהדורך אברהם בן ארי' » דאנארשטאג יוני 11, 2020 8:08 pm

נעמען א טיפישע מעשה וואס אונז אלע האמיר געהערט פון קליינווייז אן, און מיר מאכן וויינען דערמיט, דאס דארף מען קענען!

די טעמע איז נישט עפעס אויפרייסנד, אבער עס איז יא א געניאלן געדאנק צו נעמען אזא טעמע און מאכן דערפון אזוינע מטעמים, די שפראך איז גאר פיין, און די אויספיר איז ריזיג!

זייער הנאה געהאט ליינענדיג, שכח!

!want to be good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #10 - יש מנהיג לבירה

תגובהדורך !want to be good » פרייטאג יוני 12, 2020 1:07 pm

WOW
זאג, ביזטו אפשר א שרייבער אין איינע פון די אויסגאבעס???
עס ליינט זיך ווי אן ארטיקל פון א וועטעראן שרייבער!

נוץ אויס דיין טאלאנט, און זיי מהנה כלל ישראל
נישט פארגעסן! די שומר ישראל איז אונזער'ס א נאנטע קרוב!


צוריק צו “פארמעסטן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט