קנעכטשאפט עפ"י התורה

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: קנעכטשאפט עפ"י התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

להוי ידועה אז נאכן מוטשען און אפשרייבן מיין גאנצע מאמר אזוי אינמיטן די נאכט און דערנאך עס אריינפעסטן דא און שיקן, זעה איך אז - נישמערנישווייניגער - @בעל מנוחה האט געשריבן מיט א שארט קאט בערך וואס איך שרייב אין מיין פריערדיגע תגובה.
שוין זאל זיין א כפרה.
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

Re: קנעכטשאפט עפ"י התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

די כנענים האט מען אויסגע'הרג'ט, נישט אזוי? די עבדים כנענים האבן זיך צום סוף אויסגעמישט מיט די אידן עיין ערך פשחור בן אימר (קידושין ע:). און אפילו אז מ'וועט זאגן אז געוויסע כנעניים זענען אנטלאפן און זיך געראטעוועט (גרגשי?) איז ממש טיפשות'דיג צו טראכטן אז פון די פאר אנטלאפענע זאל ארויסשפראצן א גאנצע קאנטינענט! א פערטל פון דאס מענטשהייט איז שווארץ, און דאס אלעס פון אפאר אנטלאפענע כנעניים?! ביזטו משוגע צו וואס?! יא, האסט געטראפן עפעס א מדרש אז די כנענים זענען שווארץ, נניח אז דו נעמסט עס אן כפשוטו ממש אנדערש ווי רש"י, שטייט דען אז אלע שווארצע זענען כנעניים? ס'דאך פשוט נישט שייך במציאות.
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: רחמנות ע״פ תורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

איצל פיצל האט געשריבן:אפשר קומט דערפאר אן עקסטער אשכול און אפשר איז שוין דא. אבער איך האב דא באגעגנט דעם תגובה פון שוועמעל און די וואונדער פון האריזאנטעל האב איז אפגעשריבן דעם מאמר און דא אריינגעשטעלט.
.....
איך האף אז איך בין גענוג קלאר, און איך רעד מיך איין אז דאס איז א דבר פשוט.

ר' איצל, גאנץ א שיינע השערה, איך בין אבער מסופק צו עס איז דער אמת'ע פשט

יש הרבה להאריך בזה, איך וועל אנרירן אויפן שפיץ גאפל.
האמת הפשוט לפי התורה איז פשוט בתכלית הפשטות און עס איז "נישט" מנוגד להשכל, אדרבה מען זעהט עס קלאר אין די סדר הבריאה,
אז
*עס זענען דא דרגות אין חשיבות,
*דער פחות איז משועבד צום נכבד.
(מיינט נישט אז דער נכבד מעג משחית זיין דעם פחות, עס מיינט אז דער פחות איז באשאפן געווארן צו משמש זיין דעם נכבד)

דער מענטש איז דער מבחר היצירה, און די גאנצע בריאה איז באשאפן געווארן משמש זיין דעם מענטש,
מיט דעם איז אפגעפרעגט די טענה פון אכזריות כלפי בהמות,
דער מענטש טאר זיך נישט מתנהג זיין באכזריות כלפי א בהמה, אבער ער מעג הרג'ן א בהמה לתועלתו (צו עסן איז א היתר נאכן מבול אז עסן מעג מען אויך)
און אפילו א גוי א מדבר שטייט העכער פון די גאנצע בריאה,
(לאפוקי פון די השקפה פון די צב"ח גרופעס, און פון די שוטים מיט זייער שטותים איבער השתלשלות הבריאה)

און די מענטשהייט איז אויך דא מדרגות, דער איד שטייט העכער פונעם גוי, מענער איבער פרויען, ווייסע איבער שווארצע, מלכים ושרים איבער פשוטי עם, זקנים איבער נערים, חכמים איבער שוטים.

דער פחות איז משועבד צום נכבד, דאס איז דער סדר הבריאה, (נאכאמאל מיינט נישט אז מען מעג באגיין אומרעכט, אבער דאס האט קיין שייכות מיט "איקוואלטי" לפי די היינטיגע מושג)

די חילוק צווישן א מענטש און די איבריגע בריאה איז, אז א מענטש וועט דער פנימיות פונעם מענטש משתוקק זיין, גלוסטן צו ווערן העכער, און ארויף גיין א מדרגה,
(ביי טייל איז עס באהאלטן, ביי טייל איז עס קאליע געגאנגן, ביי טייל איז עס בגלוי)

אנדערש ווי די איבריגע בריאה, האט דער מענטש די כח פון בחירה, ער קען מחליט זיין אז ער וועט זיך אויפהייבן,

עס זענען ביי כלל ישראל אויך געווען פרויען וואס זענען אנגעקומען צו נבואה, אדער שופט זיין די אידן

עס זענען אלעמאל געווען שווארצע וואס האבן מצליח געווען, זיי האבן זיך ארויף געארבעט צו א לייטישע מדרגה

די וועג ווי אזוי זיך צו רוקן פאראויס, איז נישט צו מורא האבן פאר מניעות נאר ברעכן ווענט, זיך פירן מיט אמת, און יושר, פלייסיגקייט און אחריות, די וואס האבן זיך אזוי געפירט איז "ראסע" נישט געווען קיין אפהאלט, אפשר א שוועריקייט, אבער דאס מענטשהייט האט עס מקבל געווען,
לערן די פסוקים אין פרשת וישב, יוסף הצדיק האט נישט געטוישט זיין הנהגה אפילו ווען ער איז געווארן אן עבד, און א קורצע צייט איז ער געווען דער הויפט פארוואלטער ביי זיין האר. און תפיסה האט ער ווייטער מצליח געווען, ווייל ער האט זיך אויפגעפירט ווי א מענטש. - (אודאי ביי אים איז עס פי כמה מהשגתנו, אבער דאס איז די נקודה)
זיין אינערליכע חשיבות האט אים טאקע געמאכט חשוב'ער.

ווען דער מענטש האט אנגעהויבן לוחם זיין קעגן ראסיזם איז סך הכל די נקודה געווען, נישט אוועק צו נעמען די מעגליכקייט פון א מענטש צוליב זיין ראסע, ער איז בארעכטיגט צו האנדלן מיט וואס ער וויל, קענסט נישט בייגיין אומרעכט קעגן אים,

למעשה האט דאך דאס נישט קיין קלארע ליניע, וועסט אבער צוריק קוקן וועסטו זעהן אז בהכרח איז דא זאכן וואס גייען אריין און אומרעכט, און עס זענען דא זאכן זענען עקסעפטעט
(איך קען שוין נישט מאריך זיין, אבער לדוגמה ווען נאפאליען האט איינגעפירט גלייך-ביירעכטיגונג האט ער געגעבן מער רעכטן פאר מיינאריטיס, איז אבער קיינעם נישט בייגעפאלן אז פרויען זאלן שטומען איז נכלל)

צוביסלעך בהמשך הדורות, (בעיקר דורך די השפעה פון פסיכעלאגן וואס האבן שטארק מינימעזירט די כח הבחירה, און מיט דעם בארעכטיגט געוויסע מדות גרועות, און תאוות שפלות) איז דער מאראל פונעם מענטשהייט שרעקליך געפאלן,
מיט דעם זענען מיט געפאלן אסאך זאכן וואס האט געריקט דעם גרעניץ פון די אויבן דערמאנטע נישט קלארע ליניע פון אומרעכט, אז א קרימינאל דארף זיין פריי אדער אז איך דארף סובל זיין יענעמס נידריקייטן,

דער יעצטיגער מהלך אז ווער אז טראכט נאר אנדערש פון די מערסט לינק גענויגטע מהלך האלט אויטאמאטיש נישט פון גלייך-ביירעכטיגונג איז ווייט כרחוק מזרח ממערב פון די שכל'דיגע גלייך-ביירעכטיגונג פון 200 יאר צוריק, איז א פארדארבענע מהלך, און עס איז מופרך מן השכל מן הכתוב ומן הקבלה, עס איז א סכנה פאר דאס מענטשהייט.

מען קען עס אויסשמועסן סך קלארער, אפשר וועל איך שפעטער האבן מער צייט
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: רחמנות ע״פ תורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

יוד אלף האט געשריבן:
איצל פיצל האט געשריבן:אפשר קומט דערפאר אן עקסטער אשכול און אפשר איז שוין דא. אבער איך האב דא באגעגנט דעם תגובה פון שוועמעל און די וואונדער פון האריזאנטעל האב איז אפגעשריבן דעם מאמר און דא אריינגעשטעלט.
.....
איך האף אז איך בין גענוג קלאר, און איך רעד מיך איין אז דאס איז א דבר פשוט.

ר' איצל, גאנץ א שיינע השערה, איך בין אבער מסופק צו עס איז דער אמת'ע פשט

יש הרבה להאריך בזה, איך וועל אנרירן אויפן שפיץ גאפל.

איך בין מסכים מיט וואס דו שרייבסט. זייער שיין. מיין עיקר נקידה איז געווען אז דער יוצר כל יציר איז דער אויסשליסליכע בעל הבית און ווען ער הייסט עפעס טוהן איז נישט שייך צו טראכטן אז עס איז אכזריות׳דיג, נאר דאס ווערט דער נארם. מיטן שרייבן וועגן נח בוסטו גערעכט, אז עס קען זיין אז מיר וואלטן נאך אלץ גע׳הרג׳ט בהמות, אפילו ווען דער אייבירשטער וואלט נישט געגעבן רשות צו עסן, פונקט ווי מיט הרג׳נען מוריטשקעס, ווי איך שרייב טאקע. אבער דאס האט טאקע אויך דער אייבירשטער אזוי אויסגעשטעלט די בריאה, גארנישט געשעהט נישט פון זיך אליין. און נאר וויבאלד דער אייבערשטער האט עס אזוי אויסגעשטעלט קוקן עס מענטשן נישט אן ווי אן אכזריות. איז די זעלבע זאך איז ווען ער הייסט די אידן אדער דעם וויירוס צו אויסהרג׳נען א גאנצע פאלק. פונקט ווי ביי דעם וויירוס גלייבט מען אז עס איז דער אייבירשטער וואס שטייט אונטער דעם, פונקט אזוי דארף מען גלייבן אז ער איז געשטאנען אונטער דעם באפעל פאר די אידן צו הרג׳נען יענע גוים.
דער עיקר האב איך געוואלט ארויסנעמען דעם שעמענדיג געפיל וואס אסאך אידן האבן ליידער ווען זיי הייבן אן אריינטראכטן פארוואס האט דער אייבערשטער געהייסן אויס הרג׳נען מענער פרויען און קינדער. זאל מען וויסן אז אויב מען גלייבט באמת אין אייבירשטען און אין זיין תורה דעמאלדטס קומט נישט אריין דעם גילטי פילינג.
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: קנעכטשאפט ע״פ תורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

איצל פיצל האט געשריבן:

איך פארשטיי וואס דו זאגסט, יעצט זעה איך אז איך האב טאקע נישט אנגערירט דעם חלק פון אויס הרג'ן די גוים

למעשה בהמשך פון וואס איך האב געשריבן, איז דער תירוץ דערויף אז די בריאה איז באשאפן געווארן מיט א תכלית, און די וואס זענען מקלקל קומט זיך כליון ער פארלירט זיין רעכט צו עקזיסטירן, - און ביי א איד איז פארהאן אזא באגריף פון תשובה, אז מען קען פאררעכטן וואס מען האט קאליע געטאן - און ווען מען לערנט די פשטות הפסוקים שטייט זייער קלאר ארויס אין די תורה וואס זייערע חטאים זענען געווען
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: רחמנות ע״פ תורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

איצל פיצל האט געשריבן:דער עיקר האב איך געוואלט ארויסנעמען דעם שעמענדיג געפיל וואס אסאך אידן האבן ליידער ווען זיי הייבן אן אריינטראכטן פארוואס האט דער אייבערשטער געהייסן אויס הרג׳נען מענער פרויען און קינדער. זאל מען וויסן אז אויב מען גלייבט באמת אין אייבירשטען און אין זיין תורה דעמאלדטס קומט נישט אריין דעם גילטי פילינג.

גענאגלט!!
(אנטשולדיגט פארן אויסכאפן לדבריך, אבער איך מיין אז עס גארנישט גורע פון דיין הערליכע קלארע ארטיקל.)
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: קנעכטשאפט ע״פ תורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

יוד אלף האט געשריבן:איך פארשטיי וואס דו זאגסט, יעצט זעה איך אז איך האב טאקע נישט אנגערירט דעם חלק פון אויס הרג'ן די גוים

למעשה בהמשך פון וואס איך האב געשריבן, איז דער תירוץ דערויף אז די בריאה איז באשאפן געווארן מיט א תכלית, און די וואס זענען מקלקל קומט זיך כליון ער פארלירט זיין רעכט צו עקזיסטירן, - און ביי א איד איז פארהאן אזא באגריף פון תשובה, אז מען קען פאררעכטן וואס מען האט קאליע געטאן - און ווען מען לערנט די פשטות הפסוקים שטייט זייער קלאר ארויס אין די תורה וואס זייערע חטאים זענען געווען

אבער ווען מען קוקט עס אן מיט א היינטיגע בליק קוקט עס אויס ווי פשוט ראסיזם הלמאי מען הרגעט א גאנצע פאלק אנשים נשים וטף ווייל א חלק האבן געטון עבירות,
אויף דעם קומט די הסבר פון @איצל פיצל.
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

בעל מנוחה האט געשריבן:
Horizontal האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:קוק אריין אין די ערשטע רש"י
בראשית אמר רבי יצחק, לא היה צריך להתחיל את התורה אלא מהחדש הזה לכם, שהיא מצוה ראשונה שנצטוו ישראל ומה טעם פתח בבראשית, משום כח מעשיו הגיד לעמו לתת להם נחלת גוים (תהלים קיא, ו.), שאם יאמרו אומות העולם לישראל, ליסטים אתם, שכבשתם ארצות שבעה גוים, הם אומרים להם, כל הארץ של הקב"ה היא, הוא בראה ונתנה לאשר ישר בעיניו:
און ווען ער הייסט אז דעם דארף מען "הארגענען" קומט נישט אריין רחמנות ווייל ער איז דאך דער מקור הרחמים
און רחמנות איז א מידה וואס דער זעלבער בורא האט אריין געלייגט אין אינז פאר די סיבה און תכלית ווען ער האט געהייסן רחמנות האבן און ווען ער הייסט נישט ניצן די מידה טאר מען עס נישט ניצן,
און אזוי איז מיט אלע נאטורן וואס זענען מוטבע און א מענטש און ווען דער באשעפער זאגט אז דאס איז קעגן מיין רצון טאר מען עס נישט טון.

די רש"י פארענטפערט נאר פארוואס אידן האבן געמעגט אייננעמען ארץ ישראל זיי מדייק אין רש''י ליסטים שכבשתם "ארץ" ז' גוים... הוא בראה ונתנה...
עס פארענטפערט נישט לא תחיה כל נשמה
קוק וואס כ'אב נעכטן געברענגט פון רמב"ם הל' מלכים פ"ו בשם ירושלמי עס שטייט און פסוק כי תצור על עיר... וקראת אליה לשלום.. והיה אם שלום תענך... זאגט דער רמב"ם עס גייט אויך ארויף אויף מלחמת מצוה שלש כתבים שלח להם יהושע מי שרוצה להשלים ישלים מי שרוצה לברוח יברח מי שרוצה לעשות מלחמה יעשה
הגרגשי ברח ועיין שם למה הגבעונים עשו הערמה אם יכלו להשלים ועיין שם עוד דכשמצירים על עיר אסור ליצור מד' רוחות אלא צריך להניח רביעית פתוח שיוכלו לברוח וכן היה במדין
אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: קנעכטשאפט עפ"י התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

ועוד הרבה יש לי להשיב כאן ואחזור אי"ה בקרוב
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: קנעכטשאפט עפ"י התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

איצל פיצל האט געשריבן:...

זייער שיין אויסגעשמועסט.

אין דער תורה שטייט אוודאי אז אידן זענען חשוב'ער ווי גוים. מיר גלייבן אז "בראשית -- בשביל התורה ובשביל ישראל שנקראו ראשית", די גאנצע וועלט איז באשאפן געווארן כדי ס'זאל זיין א אידיש פאלק וואס איז מקבל די תורה, און אלע אנדערע פעלקער, חיות, צומחים, און דוממים זענען בלויז מיטלען צו אויסהאלטן דעם איינעם ציל. ס'איז דעריבער נישט קיין קשיא אז מיר מעגן שחט'ן בהמות אדער ניצן גוים אלס קנעכט, וויבאלד מיר גלייבן אז זייער גאנצער עקזיסטענץ איז בלויז פאר אונזעטוועגן. (פארשטייט זיך אז דאס וועט זיין נאך דער גאולה השלימה; יעצט זענען מיר אין גלות, און מיר דארפן זיך פרייען אז די גוים דיסקרימינירן נישט קעגן אונז, ווי זייערע זיידעס האבן געטון.)

דער אמת איז נאר איינער. ווען מ'גייט דערפון אוועק, וועט מען קריכן פון איין שקר צום צווייטן און קיינמאל נישט אנקומען אין ערגעץ. אנגעפאנגען פון דור אנוש האט רוב וועלט איבערגעלאזט די אמת'ע אמונה און געגאנגען דינען עבודה זרה, זייענדיג פארזינקען אין אויבערגלויבערישקייט און הבלים פאר טויזנטער יארן. ווען זיי האבן אנערקענט ענדליך זייער שטות, האבן זיי געשאפן די רעליגיעס פון קריסטנטום און איסלאם, פארדרייטע ווערסיעס פונעם אמת'ן גלויבן, און פרובירט דאס ארויפצווינגען אויף דער גאנצער וועלט פאר במשך הונדערטער יארן.

ווען זיי האבן געזען אז דאס טויג אויך נישט, האבן זיי געשאפן דעמאקראטיע. יעדער קען גלייבן וואס ער וויל, ער רעזערווירט זיינע רעכטן, און קיינער קען אים נישט שטערן. דאס האט זיך געצויגן פאר קוים הונדערט יאר, וואו דער מאיאראטעט אין די דעמאקראטישע לענדער איז געווען פרומע קריסטן מיט אנגעבליכע טאלעראנץ צו אנדערע רעליגיעס, און דאן האבן אנגעהויבן ארויפשווימען פארשידענע פראגן: אויב יעדער האט אייניגע רעכטן, פארוואס פרויען נישט? און פארוואס זענען מענטשן חשוב'ער ווי חיות און בהמות? און ווי אזוי מעג די רעגירונג ארויפצווינגען מאראל אויף מענטשן, זיי מוזן דאך נישט איינשטימען אז אזוי איז מאראליש? און אזוי גייט דאס אלץ ווייטער און ווייטער, ווי מיר זעען היינט אז די לינקע ווייסן נישט וואו זיך אפצושטעלן. ווייל ס'איז באמת אזוי לאגיש לויט דעמאקראטיע, פארוואס זאל מען לייגן ערגעץ א גרעניץ צו יענעמ'ס רעכטן?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: רחמנות ע״פ תורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

יוד אלף האט געשריבן:און די מענטשהייט איז אויך דא מדרגות, דער איד שטייט העכער פונעם גוי, מענער איבער פרויען, ווייסע איבער שווארצע, מלכים ושרים איבער פשוטי עם, זקנים איבער נערים, חכמים איבער שוטים.

כ'מעג מחולק זיין מיט איין זאך? ווייסע זענען נישט חשוב'ער פון שווארצע. אויב זיי פירן זיך אויף בעסער, זענען זיי חשוב'ער; דער קאליר פונעם פנים איז לגמרי נישט נוגע.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: רחמנות ע״פ תורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

גרשון האט געשריבן:

איר זענט גארנישט מחולק ליין איבער וואס איך האב געשריבן
מיסודו איז ער מקולל, ער האט א בחירה זיך צו אויפארבעטן, כנ"ל
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: קנעכטשאפט עפ"י התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

איצל איך מיין דער שטיקל קען אביסל ארויסהעלפן
אטעטשמענטס
yoreh chakime 23-1.PNG
yoreh chakime 23-1.PNG (148.35 KiB) געזען 909 מאל
yoreh chakime 23-2.PNG
yoreh chakime 23-2.PNG (172.97 KiB) געזען 909 מאל
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: קנעכטשאפט עפ"י התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:איצל איך מיין דער שטיקל קען אביסל ארויסהעלפן

זייער שיין. יישר כח. ווער איז דאס?
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: קנעכטשאפט עפ"י התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

גרשון האט געשריבן:, ווי מיר זעען היינט אז די לינקע ווייסן נישט וואו זיך אפצושטעלן. ווייל ס'איז באמת אזוי לאגיש לויט דעמאקראטיע, ?

גוט צוזאמען גענומען,
איך האב אביסל מרמז געווען אין מיין תגובה, אז דאס איז נישט דער לאגיק פון דעמאקראטיע,
עס איז דער לאגיק פון די ענימעל אינסטינקט פונעם מענטש,
אבער א מענטש האט נישט קיין רעכט זיך צו אויפפירן ווי א בהמה.
עס זענען דא גענוג מענטשן (ווערט טאקע ווייניגער און ווייניגער) וואס זייער לאגיק זאגט אז מען טאר נישט הרג'ענן גנב'ן, וכו', אויב דער דעמאקראטישער לאגיק איז ווי די לייגסט עס אראפ דעמאלט פארוואס עקסיזטירט בכלל געזעץ און געזעץ אינפארסירונג,?
נאר וואס דען די גרעניץ איז נישט קלאר און מען האלט און איין אראפרוקן די באר,
במילא קום איך צו אז א סך זאכן וואס די היינטיגע גאס, זעהט שוין נישט די לאגיק דערפון איז פשוט ווייל מען האט זיך געלאזט ארפאשלעפן, נישט ווייל די לאגיק איז געווארן אפגעפרעגט
נו וואס איז די עצה, מען מוז זיך קענען צוריקטראכטן און אויפוועקן די אמאליגע מענטשליכע געפילן.

אחריות, שבירת המדות, וכדו' זענען שטארק וויכטיג צו ארבעטן דערויף.
לעצט פארראכטן דורך יוד אלף אום מאנטאג יוני 08, 2020 4:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: קנעכטשאפט עפ"י התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

איצל פיצל האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:איצל איך מיין דער שטיקל קען אביסל ארויסהעלפן

זייער שיין. יישר כח. ווער איז דאס?

העי מיין פעווארד.
הרה"צ ר' אברהם אלי מייזעס זצ"ל מראשי ישיבה תורה ויראה בירושלים
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: קנעכטשאפט עפ"י התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

איצל פיצל האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:איצל איך מיין דער שטיקל קען אביסל ארויסהעלפן

זייער שיין. יישר כח. ווער איז דאס?

זעה דא איבער הגה"צ ר' אברהם אלי' מייזעס זי"ע, ס'איז נישט ממש דער שמועס. אבער ער לערנט אינז וויאזוי מיר דארפן קוקן אויפן חורבן
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: קנעכטשאפט עפ"י התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

יוד אלף האט געשריבן:
איצל פיצל האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:איצל איך מיין דער שטיקל קען אביסל ארויסהעלפן

זייער שיין. יישר כח. ווער איז דאס?

העי מיין פעווארד.
הרה"צ ר' אברהם אלי מייזעס זצ"ל מראשי ישיבה תורה ויראה בירושלים

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
איצל פיצל האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:איצל איך מיין דער שטיקל קען אביסל ארויסהעלפן

זייער שיין. יישר כח. ווער איז דאס?

זעה דא איבער הגה"צ ר' אברהם אלי' מייזעס זי"ע, ס'איז נישט ממש דער שמועס. אבער ער לערנט אינז וויאזוי מיר דארפן קוקן אויפן חורבן

יישר כח.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: קנעכטשאפט עפ"י התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

יוד אלף האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:, ווי מיר זעען היינט אז די לינקע ווייסן נישט וואו זיך אפצושטעלן. ווייל ס'איז באמת אזוי לאגיש לויט דעמאקראטיע, ?

גוט צוזאמען גענומען,
איך האב אביסל מרמז געווען אין מיין תגובה, אז דאס איז נישט דער לאגיק פון דעמאקראטיע,
עס איז דער לאגיק פון די ענימעל אינסטינקט פונעם מענטש, עס זענען דא גענוג מענטשן (ווערט טאקע ווייניגער און ווייניגער) וואס זייער לאגיק זאגט אז מען טאר נישט הרג'ענן גנב'ן, וכו', אויב דער דעמאקראטישער לאגיק איז ווי די לייגסט עס אראפ דעמאלט פארוואס עקסיזטירט בכלל געזעץ און געזעץ אינפארסירונג,?
נאר וואס דען די גרעניץ איז נישט קלאר און מען האלט און איין אראפרוקן די באר,
במילא קום איך צו אז א סך זאכן וואס די היינטיגע גאס, זעהט שוין נישט די לאגיק דערפון איז פשוט ווייל מען האט זיך געלאזט ארפאשלעפן, נישט ווייל די לאגיק איז געווארן אפגעפרעגט
נו וואס איז די עצה, מען מוז זיך קענען צוריקטראכטן און אויפוועקן די אמאליגע מענטשליכע געפילן.

אחריות, שבירת המדות, וכדו' זענען שטארק וויכטיג צו ארבעטן דערויף.

געזעצן זענען לויט דעמאקראטיע וויכטיג אז קיינער זאל נישט קענען טשעפען א צווייטן. הרג'ענען א מענטש אדער גנב'ענען איז אסור לויט דעמאקראטיע, ווייל דו טרעטסט אויף יענעמ'ס רעכטן. אבער מאראל איז עפעס וואס עקזיסטירט נישט אן א פריערדיגע הנחה, צב"ש ווייל אזוי האט מיר מיין טאטע אויסגעלערנט אדער ווייל כ'האב א תורה וואס זאגט מיר אזוי. די קאנסערוואטיוון פון וועמען דו רעדסט האלטן אזוי בלויז צוליב איינער פון די צוויי אויבנדערמאנטע סיבות, און מהאי טעמא ווערן זיי טאקע ווייניגער און ווייניגער.

ס'הערט זיך אפשר ווי א ווילדער חידוש, אבער טראכט גוט אריין, וועסטו זען אז ס'איז אזוי.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: קנעכטשאפט עפ"י התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

גרשון האט געשריבן:
ס'הערט זיך אפשר ווי א ווילדער חידוש, אבער טראכט גוט אריין, וועסטו זען אז ס'איז אזוי.

דו ווייסט אז מאראל איז פון די מצוות שכליות? אודאי איז היינט שווער צו פארשטיין, נישט ווייל מען קען עס נישט פארשטיין, נאר ווייל מען האט אונז קאליע געמאכט, מען קען אבער אויפארבעטן דעם שכל הפשוט.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: קנעכטשאפט עפ"י התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

יוד אלף האט געשריבן:
איצל פיצל האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:איצל איך מיין דער שטיקל קען אביסל ארויסהעלפן

זייער שיין. יישר כח. ווער איז דאס?

העי מיין פעווארד.
הרה"צ ר' אברהם אלי מייזעס זצ"ל מראשי ישיבה תורה ויראה בירושלים

ר' אברהם אלי' בכלל אדער דער שטיקל?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: קנעכטשאפט עפ"י התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
ר' אברהם אלי' בכלל אדער דער שטיקל?

דער צדיק בכלל
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: קנעכטשאפט עפ"י התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

יוד אלף האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
ס'הערט זיך אפשר ווי א ווילדער חידוש, אבער טראכט גוט אריין, וועסטו זען אז ס'איז אזוי.

דו ווייסט אז מאראל איז פון די מצוות שכליות? אודאי איז היינט שווער צו פארשטיין, נישט ווייל מען קען עס נישט פארשטיין, נאר ווייל מען האט אונז קאליע געמאכט, מען קען אבער אויפארבעטן דעם שכל הפשוט.

ס'איז א מצוה שכלית נאר דורך א פריערדיגער הנחה. צב"ש אויב דו ביסט רעליגיעז (ווי אלע גוים אמאל), קענסטו מאכן דעם חשבון אז ס'איז דאך דא א העכערער ציל אויף דער וועלט, ממילא פאסט נישט צו נאכגיין נאך תאוות עולם הזה וואס ברענגען נישט קיין שום תועלת צום ציל. דאס הייסט מאראל. אבער אויב דו זאגסט אז מ'קען נישט ארויפצווינגען קיין רעליגיע (אריינגערעכנט העכערע אידעאלן, ווי די פילאסאפן וואס האבן לאו דווקא געגלייבט אין רעליגיע), פארוואס קענסטו יא ארויפצווינגען מאראל?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: קנעכטשאפט עפ"י התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

גרשון האט געשריבן:
.יוד אלף האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:, ווי מיר זעען היינט אז די לינקע ווייסן נישט וואו זיך אפצושטעלן. ווייל ס'איז באמת אזוי לאגיש לויט דעמאקראטיע, ?

גוט צוזאמען גענומען,
איך האב אביסל מרמז געווען אין מיין תגובה, אז דאס איז נישט דער לאגיק פון דעמאקראטיע,
עס איז דער לאגיק פון די ענימעל אינסטינקט פונעם מענטש, עס זענען דא גענוג מענטשן (ווערט טאקע ווייניגער און ווייניגער) וואס זייער לאגיק זאגט אז מען טאר נישט הרג'ענן גנב'ן, וכו', אויב דער דעמאקראטישער לאגיק איז ווי די לייגסט עס אראפ דעמאלט פארוואס עקסיזטירט בכלל געזעץ און געזעץ אינפארסירונג,?
נאר וואס דען די גרעניץ איז נישט קלאר און מען האלט און איין אראפרוקן די באר,
במילא קום איך צו אז א סך זאכן וואס די היינטיגע גאס, זעהט שוין נישט די לאגיק דערפון איז פשוט ווייל מען האט זיך געלאזט ארפאשלעפן, נישט ווייל די לאגיק איז געווארן אפגעפרעגט
נו וואס איז די עצה, מען מוז זיך קענען צוריקטראכטן און אויפוועקן די אמאליגע מענטשליכע געפילן.

אחריות, שבירת המדות, וכדו' זענען שטארק וויכטיג צו ארבעטן דערויף.

געזעצן זענען לויט דעמאקראטיע וויכטיג אז קיינער זאל נישט קענען טשעפען א צווייטן. הרג'ענען א מענטש אדער גנב'ענען איז אסור לויט דעמאקראטיע, ווייל דו טרעטסט אויף יענעמ'ס רעכטן. אבער מאראל איז עפעס וואס עקזיסטירט נישט אן א פריערדיגע הנחה, צב"ש ווייל אזוי האט מיר מיין טאטע אויסגעלערנט אדער ווייל כ'האב א תורה וואס זאגט מיר אזוי. די קאנסערוואטיוון פון וועמען דו רעדסט האלטן אזוי בלויז צוליב איינער פון די צוויי אויבנדערמאנטע סיבות, און מהאי טעמא ווערן זיי טאקע ווייניגער און ווייניגער.

ס'הערט זיך אפשר ווי א ווילדער חידוש, אבער טראכט גוט אריין, וועסטו זען אז ס'איז אזוי.

@גרשון,

די לעצטע שטאפל האסט נישט געזאגט

אז היינט לאזט מען שוין נישט האבן קיין שום רעליגיע
The Divided States Of America
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: קנעכטשאפט עפ"י התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

יש בו האט געשריבן:@גרשון,

די לעצטע שטאפל האסט נישט געזאגט

אז היינט לאזט מען שוין נישט האבן קיין שום רעליגיע

כ'ווייס נישט וואס דאס באדייט און וואו ס'קומט דא אריין.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”