אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3991
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

moishy56 האט געשריבן:מאך דיין אייגענע ''ספירת העומר לוח''

https://drive.google.com/open?id=16xypi ... Qjf-yt_a43

.

craft.JPG

גוט פיין שיין.
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

אמאל געווען האט געשריבן:
פראהביטש האט געשריבן:
א טענצל! האט געשריבן:די טאנץ פון בער (כ'מיין ס'איז אויף העברעאיש)

https://wetransfer.com/downloads/5ceb58 ... 018/37637e

ישר כח
איז עס שייך צו באקומען און א אנדערע פארמעט?

Can someone reload it?

כ'גיי עס צוריק ארויפלייגן בקרוב אי"ה.
חוות דעת
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 28, 2019 10:15 am
לאקאציע: ארץ ישראל

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוות דעת »

Yang2020 האט געשריבן:פאר א ענדלאזע סופליי פון סאדאוקא און צענדליגע אנדערע אזעלכע סארט שפילן, מיט פילע שטאפלען מן הקל אל הכבד, נעמט אראפ די פראגראמען פון דא.
(א פילטער האט מיר עס אמאל בלאקירט, אבער מען קען עס בעטן צו עפענען. עס איז גארנישט דא שלעכט דארט).
אדער קען מען אראפנעמען אלע אויפאמאל פון דא.

איז אפשר שייך מער פונקטליכערע אנווייזונגען ווי אזוי דאונצולאודן די געימ'ס.
מען דאונלאוד איין געים, אדער א פראגעם וואס ענטהאלט אין זיך אלע געימ'ס.
איך האב פראבירט דאונלאודן איין געים, אבער איך האב עס נישט געקענט עפענען אויפן קאמפיוטער. עס זעהט אויס אז מען דארף צוגאב צו דעם נאך עפעס א פראגרעם.
חוות דעת
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 28, 2019 10:15 am
לאקאציע: ארץ ישראל

Re: עטליכע אינטערעסאנטע זאכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוות דעת »

איך_וויל_יא האט געשריבן:https://drive.google.com/drive/folders/1hCIG-PgDCvlpqPiHAmpxsOHP8KMDMPlg?usp=sharing


דער עולם קען צולייגן

עס איז נישט דא קיין פראבלעם פון 'זכויות יוצרים'?
נ.ב. איך מיין נישט אריינצוגיין אין די פולמוס צו עס איז דא צו נישט. איך פרעג פשוט און פראסט, צו די זאכן זענען זענען ארויפגעלייגט מיט רשות פון די בעלי בתים אדער נישט.
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

חוות דעת האט געשריבן:
Yang2020 האט געשריבן:פאר א ענדלאזע סופליי פון סאדאוקא און צענדליגע אנדערע אזעלכע סארט שפילן, מיט פילע שטאפלען מן הקל אל הכבד, נעמט אראפ די פראגראמען פון דא.
(א פילטער האט מיר עס אמאל בלאקירט, אבער מען קען עס בעטן צו עפענען. עס איז גארנישט דא שלעכט דארט).
אדער קען מען אראפנעמען אלע אויפאמאל פון דא.

איז אפשר שייך מער פונקטליכערע אנווייזונגען ווי אזוי דאונצולאודן די געימ'ס.
מען דאונלאוד איין געים, אדער א פראגעם וואס ענטהאלט אין זיך אלע געימ'ס.
איך האב פראבירט דאונלאודן איין געים, אבער איך האב עס נישט געקענט עפענען אויפן קאמפיוטער. עס זעהט אויס אז מען דארף צוגאב צו דעם נאך עפעס א פראגרעם.


קליק אויף דעם לינק אראפצונעמען א זיפ פייל
https://www.chiark.greenend.org.uk/~sgt ... uzzles.zip

דער זיפ פייל ענטהאלט אין זיך אלע געימס, יעדע געים ווי א באזונדערע פראגראם. עס ארבעט גלייך אויף ווינדאויס. (ווי יעדע פראגראם וואס מען נעמט אראפ פונעם אינטערנעט קען דיר ווינדאויס ערשט פרעגן צי דו ביסט זיכער אז דו ווילסט עס אנצינדן, ענטפער יא).

סאדאוקא הייסט דארט solo. פאר די אנדערע געימס, קומט אויך מיט א העלפ פייל וואו מען קען זיך לערנען וויאזוי די שפילן גייען.

רוב פון זיי קען מען ארויספרינטן, איינס אדער אסאך אויפאמאל, צו געבן פאר די קינדער צו שפילן לעת מצוא.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19752
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

א נייע סעריע פון א אידישע קאפ וועכנטליך אויף די פרשה

viewtopic.php?f=3&t=42479
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
פלאטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 09, 2011 1:20 am

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאטשיגער »

כתמר יפרח האט געשריבן:איך האב געשריבן 50 חידות פאר מיינע קינדער, א חלק באקאנט אין א חלק נישט
אויב די עולם איז אינטערסירט וועל איך עס דא ארויפלייגן.

א ריזיגן יישר כח הרב כתמר יפרח פאר די חידות!!!

ב"ה מען לייגט שלאפן מיין 10 יעריגער יעדע נאכט מיט דריי חידות, ס'איז ממש א מחי'! שכרך הרבה מאוד!

אויב מעגליך ביטע שרייבן די תשובות אויף די לעצט פארבליבענע אומגעענטפערטע חידות פון 42 און ווייטער.

א שיינעם דאנק!
אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתמר יפרח »

מיין קאפ איז רויט אבער ווען די קראצט מיך ווער איך שווארץ, וואס בין איך?

א שוועבל 

א אינגל האט געשטויסן א באלי צען פיס אוועק, וויאזוי קען זיין אז די באלי איז אליין צוריקגעפלויגן צו די אינגל אן אריינהאקן אין עפעס?

ער האט עס געשטויסן אויף ארויף 

זעמל'ס מאמע האט 5 קינדער מיטן נאמען עלעף, צוועלעף, דרייצן, פערצן, וויאזוי הייסט די פיפטע קינד?

זעמל

מענטשן קויפן מיר פאר עסן אבער עסן מיר קיינמאל נישט, וואס בין איך?

עסצייג

מען האט גע'משפט א מענטש צו טויט, ער קען זיך אויסוועלן אדער אין א צימער וואס איז פיל מיט וואסער, אדער א צימער וואס ברענט א ריזן פייער, אדער א צימער מיט לייבן וואס האבן שוין נישט געגעסן פאר דריי יאר, וואס איז די בעסטע אויסוואל פאר אים?

לייבן וואס עסן נישט דריי יאר זענען טויט

וואס איז שווערער צו כאפן ווי שנעלער איך לויף?

די אטעם 

וואס דארף מען ענפערען, אבער פרעגט קיינמאל קיין קשיות?

א טעלעפון

ווען די זוכסט עפעס פארוואס טרעפסטו אלעמאל פינקט ביי די לעצטע פלאץ ווי די זיכסט?

ווייל די האסט עס שוין געטראפן 

וואס איז העכער אן א קאפ אין ווערט נידעריגער מיט א קאפ אין די קענסט עס טרעפן אין דיין צימער?

א קישן

וועלעכע אויסטרעף לאזט א מענטש דורך קוקן א וואנט?

א פענסטער 

ווי סאך זאמט איז דא אין א לאך וואס איז 3 פיס ברייט אין 6 פיס טיף?

גארנישט 

וואס האט שטעט אן קיין הייזער, וועלדער אן קיין ביימער, ים'ם אן קיין וואסער?

א מאפע

צוויי טאטעס אין צוויי זוהן זענען געגאנגן קויפן א סענוועטש, יעדער האט געקויפט איין אין עס דערנאך אויפגעגעסן, וויאזוי קען זיין אז נאר דריי סענוועטשס זענען געווארן אויפגעגעסן?

עס איז געווען א זיידע זוהן אין אייניקל 

קענסטו טרעפן די די טעות? 1,2,3,4,5,6,7,8,9

עס שטייט צוויי מאל די ווארט די

ווען קיינער רעהט בין איך דא, ווי נאר די רופסט מיין נאמען ווער איך נעלם, וואס בין איך?

שטילקייט

שייל מיין הויט אין איך וויין נישט, אבער די וויינסט יא, וואס בין איך?

צוויבל

איך האב הענט אבער נישט קיין פיס, איך קען זעהן אבער האב נישט קיין אויגן, איך קען מיך בייגן אין נישט אויפהייבן, וואס בין איך?

אויגן גלעזער

איך קען נישט גיין רעכטס אדער לינקס, אין בין פארכאפט אין הויכע בילדינגס, וואס בין איך?

א עלעוועוער

וועלעכע רום האט נישט קיין טיר אדער פענסטערס?

Mushroom

וואס לויפט ארום א הויז, אבער רוקט זיך נישט?

א געיט

עס איז דא זעקס עפלעך, די נעמסט אוועק פיר, וויפיל האסטו?

פיר

וואס באלאנגט צו דיר אין אנדערע נוצן עס מער ווי דיר?

דיין נאמען

וואס האבן רוב מענטשן ליב צו געבן אין נישט צו נעמען אבער יעדער דארף עס האבן?

א עצה

וויאזוי קען זיין, איך בין אונטער מיין טאטע, אין מיין טאטע איז אונטער מיך?

די קינד רוקן איז אויסגעדרייט צו די טאטעס רוקן 

א פענסטער קלינער האט געהאלטן אינמיטן קלינען די פענסטערס פין די 45'סטע שטאק, ווען פלוצלינג האט ער זיך געגעבן א גליטש אויס אין א טראסק אראפ, ער איז נישט געווען צוגעבינדן אדער געהאט א פערעשאט אבער ער האט זיך נישט צוקלאפט, וויאזוי קען דאס זיין?

ער האט געקלינט פין אינסייד 

וואס איז שווערער צו כאפן ווי שנעלער איך לויף?

וועלעכע ווארט באלאנגט נישט דא? כאפ, קלאפ, פלאפ, אדער טאפ?

די ווארט "אדער"

א' איז א טאטע פין ב', אבער ב' איז נישט קיין זוהן פין א', וויאזוי קען דאס זיין?

ב' איז א טאכטער

וואס קענסטו נאר האלטן אין דיין רעכטע האנט אין נישט מיט דיין לינקע האנט?

דיין לינקע האנט 

איך לעב נישט אבער איך וואקס, איך האב נישט קיין לונגן אבער דארף לופט, איך עס אבער טאר נישט טרינקן, וואס בין איך?

פייער

וואס גייט נאר ארויף אין קיינמאל אראפ?

יארגאנג 

וואס ווערט גרעסער ווי מער די נעמסט אוועק פין דעם?

א לאך

וואס איז אזוי גרויס ווי א מענטש אבער וועגט גארנישט?

שאטן

א שנארערס ברודער איז געשטארבן אבער די געשטארבענע האט נישט געהאט קיין ברודערס, וויאזוי קען דאס זיין?

די שנארער איז געווען א פרוי

וואס איז דא איין מאל א חודש, צוויי מאל א וואך, אין קיין איין מאל נישט אין א יאר?

די אות ו'

א ליידיגע באס איז אנגעקומען צו א סטאפ אין דריי מענטשן זענען ארויף, די נעקסטע סטאפ זענען צוויי אראפ אין פיר ארויף, וויפיל מענטשן זענען דא אויפן באס?

6, 5 פאסאטשירן אין איין דרייוער

חיים איז קוים דריי טעג אלט ווען זיין מאמע האט געזעהן אז ער הוסט שטארק, זי האט אים געגעבן צו טרינקן בארן זאפט, אין חיים האט זיך אויסגעהיילט, וואס שטימט נישט אין די מעשה?

דריי טאג האט מען נאכנישט קיין נאמען

א טראק דרייווער איז אראפ די פארקערטע וועג אויף א 1 way גאס, א פאליס האט דאס געזען אין אים נישט געגעבן א טיקעט, פארוואס נישט?

ער האט שפאצירט

וואס איז טינקל אבער געמאכט מיט לעכטיקייט?

א שאטן

טראכט אז די ביסט אין א טינקעלע צימער אן קיין שום פענסטער אדער טיר, וויאזוי קענסטו ארויסגיין?

הער אויף טראכטן

א טאטע האט געלאזט צוואה פאר זיינע צוויי קינדער אז זיי זאלן מאכן א רעיס, וועמענסט קאר קומט אן די שטייסטע ער באקומט די גאנצע געלט, ביידע ברודערס זענען געזיצן טעג אין זייערע קארס אין זיך נישט געריקט, ביז עס איז געקומען א פעטער אין זיי געגעבן אן עצה וויאזוי זיי קענען וויסן ווער איז די געווינער זייער שנעל, וואס איז געווען די עצה?

זיי זאלן זיך טוישן קארס, יעדער וועט פליען אז זיין קאר זאל אנקומען שטייטער

די האסט א שיסל פין 5 גאלאן אין פין 3 גאלאן, וואזוי קענסטו אנפילן די פינף גאלאן שיסל פינקט מיט פיר גאלאן וואסער?

פיל אן די 5 שיסל אין גיס עס אריין אין די 3 שיסל,  וועסטו בלייבן מיט צוויי גאלאן אין די 5 שיסל, גיס אויס די וואסער פין די 3 שיסל, אין גיס אריין די צוויי גאלאן אין די 3 שיסל, פיל אן די 5 שיסל אין גיס עס אריין אין די 3 שיסל, וועסטו איבער בליין אין די 5 שיסל מיט פיר גאלאן. 

עס איז דא א שעלף מיט ספרים, איין ספר איז די פערדע פין די לינקע זייט אין די זעקסטע פין די רעכטע זייט, וויפיל ספרים איז דא אויפן שעלף?

9

די האסט א 11 מינוט זאמט זייגער אין א 13 מינוט זאמט זייגער, וויאזוי קענסטו וויסן פינקלעך ווען איז 15 מינוט?

הייבט אן ביידע זייגערס, ווען די 11 מינוטיגע זייגער ענדיגט זיך דריי עס גלייך איבער, ווען די 13 מינוט זייגער ענדיגט האט די 11 זייגער נאך ניין מינוט, דריי איבער די 11 זייגער וועסטו יעצט האבן 2 מינוט + 13 זייגער =15

וויאזוי רופט מען דיין טאטע'ס שוועסטער'ס שוועגערין?

א מאמע

וועלעכע פערד קען איבערטאנצן טורעמעס אין ווען ער קומט אן צו א מענטש וועט די פערד אים הארגענען?

א פערד פין די שאך געים

א טאטע זאגט פאר איינעם, אלע מייגע קינדער האבן בלוי אויגן חוץ צוויי, אלא האבן גרינע אויגן חוץ צוויי, אלא האבן ברוינע אויגן חוץ צוויי, וויפיל קינדער האט ער?

דרייי

איינער האט געהאט א לייב מיט א שעפעלע אין א פעקל גראז, ער וויל אריבערגיין די וואסער מיט זיין שיף אבער די שיף קען נאר צוויי זאכן אויף אמאל, ער מוז אויכט אכטונג געבן אז די לייב קען נישט זיין מיטן שעפעלע וויל ער וועט אים אויפעסן אין די שעפעלע טאר נישט זיין מיטן פעקל גראז, וויאזוי קען ער די אלע דריי אריבערטראגן די וואסער?

ער טראגט קודם די שעפעלע דערנאך די גראז, נאכדעם נעמט ער צוריק די שעפעלע אין נעמט די לייב, נאכדעם ברענגט ער צוריק די שעפעלע. 

עס איז דא צוויי טירן ביי יעדע טיר שטייט א שומר, איין טיר פירט צו גארנישט אין די אנדערע טיר צו א מיליון דאלער, די קענסט נאר פרעגן איין קשיא פין איין שומר, איין שומר זאגט אלעמאל אמת אין אנדערע זאגט אלעמאל ליגענט, וואס קענסטו פרעגן צו ווייסן ווי ליגט די געלט?

ער פרעגט איין שומר, וואס וואלט די אנדערע שומר געענפערט ווי ליגט די געלט, אין די אנדערע טיר ליגט די געלט

א אינגל האט פינקט אזוי פיל שוועסטערס ווי ברודערס, אבער זיינע שוועסטערס האבן פינקט האלב די שוועסטעס ווי ברודערס, וויפיל קינדער איז דא אין די משפחה?

פיר ברודער אין דריי שוועסטערס
Jersey
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2016 1:49 pm

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jersey »

כתמר יפרח האט געשריבן:?


וואס איז שווערער צו כאפן ווי שנעלער איך לויף?



question number 26 has changed and does not have an answer
יוסיף דעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:36 pm

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסיף דעת »

Jersey האט געשריבן:
כתמר יפרח האט געשריבן:?
וואס איז שווערער צו כאפן ווי שנעלער איך לויף?

question number 26 has changed and does not have an answer


איך מייין די ענטפער איז "די אטעם"
מען זאגט נאך פון קאצקער אויפן פסוק יוסיף דעת יוסף מכאוב אז עס איז אמת אבער עס לוינט זיך.......
Jersey
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2016 1:49 pm

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jersey »

כתמר יפרח האט געשריבן:א ליידיגע באס איז אנגעקומען צו א סטאפ אין דריי מענטשן זענען ארויף, די נעקסטע סטאפ זענען צוויי אראפ אין פיר ארויף, וויפיל מענטשן זענען דא אויפן באס?

6, 5 פאסאטשירן אין איין דרייוער


this 6 looks like a mistake on number 36
Jersey
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2016 1:49 pm

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jersey »

יוסיף דעת האט געשריבן:
Jersey האט געשריבן:
כתמר יפרח האט געשריבן:?
וואס איז שווערער צו כאפן ווי שנעלער איך לויף?

question number 26 has changed and does not have an answer


איך מייין די ענטפער איז "די אטעם"

correct but this is already for question number 6

as this is was number 26 before
26. אויף וועלעכע שאלה קען מען קיינמאל נישט ענטפערן יא?
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

א שיינעם דאנק, רב טייטלבוים
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתמר יפרח »

26. אויף וועלעכע שאלה קען מען קיינמאל נישט ענטפערן יא?
די שלאפסט שוין?
אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתמר יפרח »

פאר די וואס ווילן די PDF
אטעטשמענטס
חידות.pdf
(121.97 KiB) געווארן דאונלאודעד 327 מאל
אוועטאר
פלאטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 09, 2011 1:20 am

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאטשיגער »

שכח כתמר!

פאר די וואס ווילן אן עקסעל.
אטעטשמענטס
Chidos.xls
(44.5 KiB) געווארן דאונלאודעד 194 מאל
פעשען
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 5:40 pm

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעשען »

הרב יואל קליין האט געשריבן:איך האב ליב די הייליגע יום טוב שבועות לימי הספירה! פארגעסט נישט דעם קיופאן קאוד ivelt
https://kinderlech.com/

שפע רב האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:וויפיל שעה איז די הייליגע יו״ט שבועות סידי ?
וואס איז די פרייז אין געשעפט - מיט די ביכל ?

ער בעט 19, מיט די אייוועלט קאוד איז עס 14, די פסח cd האט געקאסט נאך די קאוד 9.99. סא איי געס אז ער יעצט בעט ער, די סעם פרייז ווי די סטאר.

וואס איז טאקע פשט אז שבועות איז אזויפיל טייערער?
zurich
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 10, 2019 12:55 am

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zurich »

פעשען האט געשריבן:
הרב יואל קליין האט געשריבן:איך האב ליב די הייליגע יום טוב שבועות לימי הספירה! פארגעסט נישט דעם קיופאן קאוד ivelt
https://kinderlech.com/

שפע רב האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:וויפיל שעה איז די הייליגע יו״ט שבועות סידי ?
וואס איז די פרייז אין געשעפט - מיט די ביכל ?

ער בעט 19, מיט די אייוועלט קאוד איז עס 14, די פסח cd האט געקאסט נאך די קאוד 9.99. סא איי געס אז ער יעצט בעט ער, די סעם פרייז ווי די סטאר.

וואס איז טאקע פשט אז שבועות איז אזויפיל טייערער?

קןמט מיט/אן מוזיק
שארף און קליג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 11:45 am

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארף און קליג »

כתמר יפרח האט געשריבן:פאר די וואס ווילן די PDF



יישר כח הרב תמר!
דו קומסט אייביג אריין שטארק!
מיינע קינדער האבן זיך מחיה געווען דערמיט!!
פעשען
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 5:40 pm

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעשען »

zurich האט געשריבן:
פעשען האט געשריבן:
הרב יואל קליין האט געשריבן:איך האב ליב די הייליגע יום טוב שבועות לימי הספירה! פארגעסט נישט דעם קיופאן קאוד ivelt
https://kinderlech.com/

שפע רב האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:וויפיל שעה איז די הייליגע יו״ט שבועות סידי ?
וואס איז די פרייז אין געשעפט - מיט די ביכל ?

ער בעט 19, מיט די אייוועלט קאוד איז עס 14, די פסח cd האט געקאסט נאך די קאוד 9.99. סא איי געס אז ער יעצט בעט ער, די סעם פרייז ווי די סטאר.

וואס איז טאקע פשט אז שבועות איז אזויפיל טייערער?

קןמט מיט/אן מוזיק

שטייטעך אז ס'איז א באונעס.. פאר די פרייז פון אן די מוזיק באקומסטו אויך מיט...
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19752
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

א שיינע תוכן׳דיגע 'פרשה ביכל' פאר קינדער,
ארויסגעגעבן דורך ת״ת סאטמאר בני ברק.


חג השבועות
http://www.bechatsrossatmar.com/PDF/35S ... aletBB.pdf

פרשת נשא
http://www.bechatsrossatmar.com/PDF/34N ... imelBB.pdf

פרשת בהעלותך
http://www.bechatsrossatmar.com/PDF/429 ... oischu5778

פרשת שלח
http://www.bechatsrossatmar.com/PDF/430 ... hlach-5778
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19752
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: עטליכע אינטערעסאנטע זאכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

איך_וויל_יא האט געשריבן:
אינטערהאלטונג פאר די קינדער
קאראנא היים חדר

https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing

דער עולם קען צולייגן

יישר כח
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
קאלערדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 04, 2019 4:30 pm

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלערדיג »

can somebody update the drive with coloring pages for Sukkot, thanks.
אדם הראשון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 10, 2019 4:18 pm

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם הראשון »

קאלערדיג האט געשריבן:can somebody update the drive with coloring pages for Sukkot, thanks.

כ'האב סחורה. מ'ברויכט מיר נאר צייגן וויאזוי ארויפצולייגן זאכן דא אויפן וועלט'ל. כ'בין נישט באקאנט
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19752
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: אינטערהאלטונג פאר די קינדער - קאראנא היים חדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

קאלערדיג האט געשריבן:can somebody update the drive with coloring pages for Sukkot, thanks.


דא האסטו

viewtopic.php?p=2381116#p2381116
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”