מילתא דבדיחותא
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 419
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
- לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג
איך האב געהערט נאכזאגן פון יענקל מיללער,
אז אזוי ווי לעצטנס האבן אנגעהויבן צו קראכן טשעקס ביים אים, און ער וויל נישט אז דער וואס באקומט זיינע טשעקס זאל שאדן האבן געלט.............
איז ער אויפגעקומען מיט א המצאה אז ווען ער וויל אויסשטעלן פאר איינעם א טשעק פון פינף הונדערט דאלער, שטעלט ער אויס פאר פינף הונדערט צוואנציג, כדי עס זאל דעקן די שאדן וואס עס קאסט ווען די טשעק קראכט.................

היינט אינדערפרי האב איך געהערט פון א לוסטיגן אינגערמאן - בשעת'ן זוכן זיין מאנטל נאכן דאווענען - אז ער האט אמאל נישט געקענט געפונען זיין מאנטל אין די באלאגאן פון מאנטלעך אינעם קארידאר פונעם שוהל, האט ער זיך באנוצט מיטן אור אלטן עצה און געזאגט "אמר ר' בנימין".
מה עשה הקב"ה?
ער האט געפונען ר' בנימין'ס מאנטל.
---
דער זעלביגער מונטערער אינגערמאן זאגט מיר היינט, אז די יצר הרע האט אים פרובירט איינרעדן זיך איינצוהאנדלן א בלויע גמרא (ארטסקראול בלעז), אבער ער האט זיך באנוצט מיט די עצה פון חז"ל "משכהו לבית המדרש", ער האט געזאגט פארן יצר הרע אז עס איז א שאד די געלט, ווייל ער קען אריינבליקן אינעם ש"ס פונעם בית המדרש..

- סאכדעס
- שר שלשים אלף
- תגובות: 31438
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
- לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
- פארבינד זיך:
היינט שרייבנדיג זיך מיט יאנאש אויף גוגל, האט ער מיר עפעס פארציילט, און יאך האב זיך אויפגערעגט היתכן ער האט געזאגט עפעס פאר שמעונ'ן, און בתוך הדברים זאג איך איהם: דו האסט נישט קיין שלאס אויף דיין מויל. נו יאנאש בלייבט קיינעם נישט שולדיג. זאגט ער צוריק בזה"ל: איך [האב] יא [א שלאס,] עס איז אבער א נאמבער שלאס און יעדער קען די נאמבער.
- מעסטערמיינד
- שר האלף
- תגובות: 1514
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm
- מאשקע
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12689
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
- לאקאציע: אין די חיפוש
נאטורליך האט געשריבן:א אידענע האט דערציילט, זי האט פארגעסען א היימישע קרעימעש קעיק אויפ'ן מאנסי באס, האט זי ארויס געהאנגען א צעטיל אויפ'ן באס מיט איר טעלעפון נומער אז דער טרעפער זאל איר רופען.
א טאג דערויף באקומט זי א טעל. קאלל "האלוי איך האב געפונען דעם קעיק, אפשר קענט איר מיר געבען די רעסעפי"?
האסט נישט גוט געספעלט היימישע קרעטשמע...
An article a day keeps the babies away
- abimlaibt
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3855
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
- לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ
מאשקע האט געשריבן:נאטורליך האט געשריבן:א אידענע האט דערציילט, זי האט פארגעסען א היימישע קרעימעש קעיק אויפ'ן מאנסי באס, האט זי ארויס געהאנגען א צעטיל אויפ'ן באס מיט איר טעלעפון נומער אז דער טרעפער זאל איר רופען.
א טאג דערויף באקומט זי א טעל. קאלל "האלוי איך האב געפונען דעם קעיק, אפשר קענט איר מיר געבען די רעסעפי"?
האסט נישט גוט געספעלט היימישע קרעטשמע...
חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2176
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm
מאשקע האט געשריבן:נאטורליך האט געשריבן:א אידענע האט דערציילט, זי האט פארגעסען א היימישע קרעימעש קעיק אויפ'ן מאנסי באס, האט זי ארויס געהאנגען א צעטיל אויפ'ן באס מיט איר טעלעפון נומער אז דער טרעפער זאל איר רופען.
א טאג דערויף באקומט זי א טעל. קאלל "האלוי איך האב געפונען דעם קעיק, אפשר קענט איר מיר געבען די רעסעפי"?
האסט נישט גוט געספעלט היימישע קרעטשמע...
מאשקע מתוק... א ווי תמיד...
איך וועל ציען דעם שטריק ווייטער...
איך מיין, וואס האט די יאכנע דארט געקלערט? פון איין בלויזן טעלעפאן קאל וועט זי ארויסהאבן דעם זיסן, געשמאקן, נארהאפטיגן אומבאשרייבליכן טעם פון די "היימישע קרעטשמע"?
עה... ס'גייט נישט אזוי על רגל אחת... און דאס קען מען נישטאמאל אין קיין ווערטער נישט אראפגעבן...
- מאשקע
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12689
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
- לאקאציע: אין די חיפוש
(פון אן אנדערן אשכול)
א גלח האט אמאל געפרעגט פון ר' יונתן אייבשיץ (פון וועמען דען?...): פארוואס איז דאס ביי ענק אידן, אז יעדע קשיא וואס מ'פרעגט ענק, ענטפערן ענק צוריק מיט א קשיא?
האט ר' יונתן צוריקגעפרעגט: פארוואס נישט?...
איך_הער האט געשריבן:איך האב דאך געוואלט אז דו זאלסט קענען מקיים זיין די מנהג ישראל, פון ענטפערן מיט א קשיא.
א גלח האט אמאל געפרעגט פון ר' יונתן אייבשיץ (פון וועמען דען?...): פארוואס איז דאס ביי ענק אידן, אז יעדע קשיא וואס מ'פרעגט ענק, ענטפערן ענק צוריק מיט א קשיא?
האט ר' יונתן צוריקגעפרעגט: פארוואס נישט?...
An article a day keeps the babies away
- איך_הער
- סעקרעטאר
- תגובות: 18580
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
- לאקאציע: אין אפיס
- פארבינד זיך:
אז דו רעדסט שוין פון ר' יונתן מיט להבדיל דעם גלח, איז דא א מעשה אז דער גלח, (אדער אן אנדערער) האט געפרעגט ר' יונתן (אדער אן אנדערן) וואס איז פשט פון דעם מנהג ישראל, פון באהאלטן ברעקלעך פאר בדיקת חמץ און דערנאך גייט מען דאס זוכן, האט אים ר' יונתן געענטפערט, און פארוואס ביי ענק, פירט מען זיך, אז מ'באהאלט א טויטן קערפער אין א קעלער פון א איד און דערנאך גייט מען דאס זוכן.
1) צוויי אפגעפארענע חברה (ל"ע) האבן זיך אריינגעזעצט אין א באר טרונקן א ביר, דער ערשטער הייבט אן: ברוך אתה ה' – זאגט אים דער צווייטער "העי, האסט פארגעסן? מיר זענען שוין אפגעפארן!", דער ערשטער פאררויטלט זיך און זאגט שנעל "למדני חוקיך".
2) צוויי אידן האבן זיך געטראפן אינעם באן, אזוי זיצנדיג לאזט איינער ארויס א זיפץ "א-ו-י". רופט זיך אן דער צווייטער "זאגסט מיר?".
3) א מאן פרעגט זיין פרוי אין די ספירה טעג "וואס איז היינט דא פאר נאכטמאל"? ענטפערט זי "נעכטן איז געווען שניצל".