פורים

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

פורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

ווי קען מען טרעפן קורצע ענינים/סיפורים וויאזוי עס דארף אויסקוקן א פורים, וויאזוי עס האט אויסגעקוקט א פורים ביי די הייליגע צדיקים?

די אלע עדס וואס מ'זעהט זיך אן, וואס קינדער זעהן אויף די ווענט, די קאלירפולע בילדער, מאדנע אדווערטייזמענטס, גייט אריין אין זייער מח אז פורים איז א פאן טאג, ח"ו הוללות, צולאזקייט, הוליען.
אבער באמת ווער ס'דרייט זיך ביי חסידישע אידן ווייסן און זעהן דאך אז עס קומט ארויס ביי די משתה היין, די פנימיות פון'ם מענטש, און מ'רעדט גאר הייליגע דיבורים, פון השתוקקות צו השי"ת און מסירות נפש, דביקות ה' וכו'.
איז זיכער כדאי פאר פורים אנצוגרייטן די קליינווארג מיט סיפורי צדיקים איבער די גרויסקייט פון אזא הייליגע טאג.

ווער עס קען דא ארויפלייגן עפעס א גיטע ספר/ליקוט וואס מ'קען קויפן זאל מזכה זיין את הרבים, ולמצוה גדולה יחשב.
לעצט פארראכטן דורך מארמאראש אום זונטאג מארטש 20, 2016 4:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
השפעות
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:53 am

די גרויסקייט פון פורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השפעות »

צו האבן א שטיקל השגה און די גרויסקייט פון פורים לויט אונזער באגריף, קען מען זעהן אין די תורות פון הרה"ק מסאטמאר זצוק"ל די מורא'דיגע תורות וואס ער האט דאן געזאגט.

מ'קען קויפן די ספר עבודת הצדיקים, געוואלדיגע זאכן ווי מ'קען זעהן וואס דאס מיינט א פורים ביי די צדיקים.

מ'קען אויך דאונלאדן אויף המלקט, א הערליכע ליקוט פון 28 זייטן, דברים נפלאים מאוד פון די עבודה פון די צדיקים בימי הפורים,
אויך ווערט דארט געברענגט די עבודה פון הרה"ק רבי אלימלך מטאהש זצוק"ל וויאזוי הרה"ק רמ"פ מטאהש הכ"מ האט עס פארציילט, וואס ער האט עס אליין מיטגעהאלטןביי זיין זיידן זצ"ל
דא איז די לינק: (מ'דארף קליקן דארט אויף די אינטערשטע לינק "פורים - עבודת הצדיקים)
hamlaket.com/downloads.html#!/%D7%A4/c/18211478/inview=product62861328&offset=0&sort=normal
קמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 12, 2011 12:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קמח »

ביטע אויב מ'קען ארויף לייגן געהעריג דא
איך קען נישט עפענען די לינק..


נ.ב. ס'דא די ספר פורים המשולש טאהש, אדער ווי מ'האט דאס לעצטנס איבער געדריקט, ימי הפורים טאהש, וועסטו באקומען א שטיקל באגריף פון ימי הפורים ביי דעם הייליגן טאהש'ער רבי מרן רבי אלימלך זצ"ל


און אולי כאן המקום ארויף צולייגן גוטע שטיקלעך אויף פורים פון צדיקים.?!
גוטע ווערטער שטארקע ווערטער וכו'
אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקל פרייליך »

השפעות האט געשריבן:
צו האבן א שטיקל השגה און די גרויסקייט פון פורים לויט אונזער באגריף, קען מען זעהן אין די תורות פון הרה"ק מסאטמאר זצוק"ל די מורא'דיגע תורות וואס ער האט דאן געזאגט.

אמת, געוואלדיגע דיבורים בגדולת וקדושת היום, ואציג כאן בעז"ה רק שני דוגמאות.

עיין בדברות קודש בסעודת משתה היין שנת תשי"ח לפ"ק, וזל"ק: אלעס וואס מ'ליידט אויף דער וועלט איז כדאי פאר איינמאל פורים, פאר איינמאל ליינען די מגילה, איינמאל דורכגיין די בחינה פון פורים איז כדאי די גאנצע וועלט, עכל"ק.

ובדברות קודש בסעודת משתה היין שנת תשכ"ה לפ"ק, וזל"ק: לכאורה איז א קשיא, פורים איז אזא הייליגער טאג, וועלעכס יודיש הארץ ווערט נישט נתעורר פון דעם טאג, אזא גרויסע השפעה ברוחניות ובגשמיות, דער אור התורה איז נתגלה געווארן, די רשעים די קליפות האבן געהאט אזא הכנעה, לכאורה אז מ'וויל ווערן מבוסם דארף מען האבן וויין? נישט גענוג דער עיצומו של יום, איז דען נישט דער עיצומו של יום מער מבסם ווי אן א שיעור וויין, ווי די שטארקסטע וויינען, וואס ברויך מען טרינקען וויין, עכל"ק.

(ומתרץ עם המשל הידוע שמובא בתולדות לענין שב"ק, ומסיים בזה"ל: אזוי איז דאס פורים איז די זעלבע זאך, אפשר דער גוף אמאל איז נישט מרגיש, שיכור'ט מען אים אן, און דעס נפש דערנאכדעם טאנצט, פארוואס, ווייל ס'איז פורים, נישט ווייל ער האט געטרינקען וויין, נאר ווייל ס'איז פורים, בעסער ווי דאס, און נישט פארן וויין, עכל"ק).

ועוד ועוד ועוד, תנא ושייר.
ישיחנה
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 22, 2016 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיחנה »

השפעות האט געשריבן:
צו האבן א שטיקל השגה און די גרויסקייט פון פורים לויט אונזער באגריף, קען מען זעהן אין די תורות פון הרה"ק מסאטמאר זצוק"ל די מורא'דיגע תורות וואס ער האט דאן געזאגט.

מ'קען קויפן די ספר עבודת הצדיקים, געוואלדיגע זאכן ווי מ'קען זעהן וואס דאס מיינט א פורים ביי די צדיקים.

מ'קען אויך דאונלאדן אויף המלקט, א הערליכע ליקוט פון 28 זייטן, דברים נפלאים מאוד פון די עבודה פון די צדיקים בימי הפורים,
אויך ווערט דארט געברענגט די עבודה פון הרה"ק רבי אלימלך מטאהש זצוק"ל וויאזוי הרה"ק רמ"פ מטאהש הכ"מ האט עס פארציילט, וואס ער האט עס אליין מיטגעהאלטןביי זיין זיידן זצ"ל
דא איז די לינק: (מ'דארף קליקן דארט אויף די אינטערשטע לינק "פורים - עבודת הצדיקים)
hamlaket.com/downloads.html#!/%D7%A4/c/18211478/inview=product62861328&offset=0&sort=normal



דא האט איר א שטיקל סעמפל פון המלקט:

פורים

צאנז
ששמעתי בשם רבינו הגה"ק מצאנז זי"ע בעל ד"ח שבאו אליו מגדולי ישראל על פורים מהחשובים ואהובים אצלו ובאו אצלו ביום תענית אסתר ונתן להם שלום כמעט בשפה רפה ולא דיבר עמהם מאומה והמה ראו כן תמהו ולא ידעו מה זאת, ובליל פורים קירבם וסיפר להם מעשה בשם רבינו הגה"ק מבארדיטשוב זי"ע בעל קדושת לוי שבאו אליו אנ"ש תלמידו על ימי הפורים ובאו ביום תענית אסתר ולא רצה לדבר עמם כלל ביום הצום, ואח"כ בלילה אחרי המגילה קירבם והתנצל לפניהם כי ביום התענית (י"ג אדר) הי׳ טרוד עם הע' שרים להכניעם ע"כ לא הי' לי עת ופנאי לדבר עם תלמידיו וכו'.
שער יששכר
*
סיפר רבינו שפעם אחת בפורים שחל להיות בערב שבת קודש שתה אביו הקדושת יום טוב יין לבסומי עד דלא ידע והיה יושב על כסאו ומראהו נורא ונבהלו החסידים העומדים שם וייראו לנפשם כי עוד מעט וזמן כניסת השבת מתקרב ובא וכו' אמנם סמוך לכניסת השבת הכה הקדושת יום טוב באצבע צרידה על השלחן וצווח תיבת שבת וקם מן השלחן כאחד האדם ובין רגע נתהפך לאיש אחר והלך למקוה וירד וטבל אף שהיה שם כעשרים מדריגות לירד לבור הטבילה ירד לבדו מבלי משמש וראו אז הכל בחוש בי הוא פושט צורה ולובש צורה מרגע לרגע.
מושיען של ישראל ח"ג
*
מהרצ"ה מזידיטשויב זצ"ל
וכתב [בהוספות לע"ק סי׳ נ"ה] שראה בלובלין בליל פורים אצל רבו החוזה את מרדכי ואסתר.
צבי לצדיק
*
ושמעתי ממנו כי כ"פ אשר התחיל וסיים מס' מגילה בו ביום בי"ג אדר, ויותר מזה אשר ראיתי כי הי' דרכו בקודש לציין לעצמו על כל מס' התחלתו וגמרו, הפרטים והזמנים, ברמזים נאים וחרוזים שונים, והנה גמ' מס' חמורות נדרים נזיר סוטה, השלים בקרוב לג' שבועות, אמנם מי יוכל למלל את גדולתו, בעת אשר עסק בעבודתו, להטה אש סביביו ולא יכלו לגשת אליו, וזה הי' מעשה כ"פ אשר עמדו אצלו כמה שעות ולא ראה ולא שמע מי בבית, ומה טוב ומה נעים הי' לשמוע אל הרנה והתפלה שלו, שפך כמים לבו בדמעות שליש בתשוקה עצומה מלה במלה בדביקות נפלא, אשרי עין ראתה כל - אלה תולדות יצחק.
בית יצחק - סוואליווא
*
בימי הפורים קיים ליהודים היתה אורה זו תורה, ואם כי באו רעים האהובים לכבודו, לא ביטל כל השיעורים אשר היה רגיל ללמוד כל השנה הן בלילה ראשונה והן בליל ט"ו.
זכרון יהודה, ערך חדש אדר וימי הפורים, אות רנ"ט
*
ביום הפורים אחר שהרבה לקיים מצות משלוח מנות ומתנות לאביונים, התפלל מנחה שעה אחרי חצות, ולמד קודם הסעודה ובתוך הסעודה, וזימר הזמר אשר יסד לכבוד הבורא ולחביבות הנס.
זכרון יהודה, ערך חדש אדר וימי הפורים, אות ר"ס
*
בעוד הייתי טליא שמעתי מאנשים יראים וחרדים מספרים משמי' דמרן קודש הקדשים הגאון האלקי טמיר ונעלם וכו' מוהרמ"מ הרבי הגדול מקאצק זיע"א, שגילה פ"א למה זכה הרב מביאלא לבן כזה - הוא רבינו הקדוש זי"ע - מפני שפ"א בפורים אירע בעולם דבר נורא שכל הצדיקים והלומדים (שלימודם חשוב בשמים) היו טרודים כולם בשעה אחת במצות היום של פורים, ולא הי' נמצא בכל העולם שום א' שילמוד אז בשעה ההיא, זולת הרב מביאלא הנ"ל הי' יושב ולומד, ונשמע קולו במרום, והי' רעש בשמים מזה כי אלמלא הוא הי' כל העולם כולו עומד בשעה ההוא בלי עסק התורה הקדושה למטה, על כן ניתן לו משמים מתנה זו שיה לו בן הזה, השר התורה והיראה שיאיר את פני העולם כולו באור תורתו וקדושתו וטהרתו ויגלה בה עמיקתא ומסתרתא.
אביר הרועים אות ז'
*
ואין חכם כבעל נסיון שראיתי אצל כ"ק אדמו"ר הה"צ מוה"ר זאב ג"ב
green sunday
שר האלף
תגובות: 1199
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green sunday »

פאר צענטראלע נייעס אינערהאלב קהל יטב לב ד'סאטמאר שיקט אן אימעל צי בחצרות סאטמאר
פאר לאקאלע נייעס קליקט דא מודעות קהלינו סאטמאר קרית יואל קול הקהל סאטמאר וויליאסמבורג
קרית יואל וועכענטנליכע נייעס באריכט היימשטאט
מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

בימי הפורים קיים ליהודים היתה אורה זו תורה, ואם כי באו רעים האהובים לכבודו, לא ביטל כל השיעורים אשר היה רגיל ללמוד כל השנה הן בלילה ראשונה והן בליל ט"ו.
זכרון יהודה, ערך חדש אדר וימי הפורים, אות רנ"ט
*
ביום הפורים אחר שהרבה לקיים מצות משלוח מנות ומתנות לאביונים, התפלל מנחה שעה אחרי חצות, ולמד קודם הסעודה ובתוך הסעודה, וזימר הזמר אשר יסד לכבוד הבורא ולחביבות הנס.
זכרון יהודה, ערך חדש אדר וימי הפורים, אות ר"ס
*
בעוד הייתי טלימים מתנה זו שיה לו בן הזה, השר התורה והיראה שיאיר את פני העולם כולו באור תורתו וקדושתו וטהרתו ויגלה בה עמיקתא ומסתרתא.
אביר הרועים אות ז'
*
יישר כח - גיטע סחורה
שלאק שמש
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלאק שמש »

השפעות האט געשריבן:
צו האבן א שטיקל השגה און די גרויסקייט פון פורים לויט אונזער באגריף, קען מען זעהן אין די תורות פון הרה"ק מסאטמאר זצוק"ל די מורא'דיגע תורות וואס ער האט דאן געזאגט.

מ'קען קויפן די ספר עבודת הצדיקים, געוואלדיגע זאכן ווי מ'קען זעהן וואס דאס מיינט א פורים ביי די צדיקים.

מ'קען אויך דאונלאדן אויף המלקט, א הערליכע ליקוט פון 28 זייטן, דברים נפלאים מאוד פון די עבודה פון די צדיקים בימי הפורים,
אויך ווערט דארט געברענגט די עבודה פון הרה"ק רבי אלימלך מטאהש זצוק"ל וויאזוי הרה"ק רמ"פ מטאהש הכ"מ האט עס פארציילט, וואס ער האט עס אליין מיטגעהאלטןביי זיין זיידן זצ"ל
דא איז די לינק: (מ'דארף קליקן דארט אויף די אינטערשטע לינק "פורים - עבודת הצדיקים)
hamlaket.com/downloads.html#!/%D7%A4/c/18211478/inview=product62861328&offset=0&sort=normal



ס'זעהט אויס הפלא'דיגע שטיקלעך, איך האב עס געוואלט דאונלאודען אבער ס'איז אביסל קאמפליצירט צו דאונלאודן, מ'קען אפשר מסביר זיין וויאזוי עס ארבעט?

יישר כח
השפעות
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השפעות »

שלאק שמש האט געשריבן:


ס'זעהט אויס הפלא'דיגע שטיקלעך, איך האב עס געוואלט דאונלאודען אבער ס'איז אביסל קאמפליצירט צו דאונלאודן, מ'קען אפשר מסביר זיין וויאזוי עס ארבעט?

יישר כח


1) גייסט צו די לנק הנ"ל
2) קליקסט add to bag
3) קליק go to checkout
4) קליק checkout
5) לייג אריין דיין אינפארמאציע - קליק continue
6) לייג אריין די איבריגע אינפארמאציע וכו'
אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

שיינע רמז לכבוד פורים מהרחמ"ד ווייסמאנדל זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אי-רעלעווענט »

ב"ה

ווייסעך נישט וואו אריינצושטעלן, העמיר עס דא לייגן:


א הערליכע רמז האב איך היינט געזעהן פון הרה"ג רחמ"ד ווייסמאנדל זצ"ל, געזאגט געווארן פורים בעמק הבכא אין בונקער בשנות הזעם:

מיר געפינען צוויי גרויסע מלחמות פון אידן מיט עמלק, בימי משה שטייט אין די תורה, ויבא עמלק להלחם עם ישראל, דעמאלטס שטייט ויחלוש יהושע את עמו לפי חרב, יהושע האט מלחמה געהאלטן מיט עמלק און באזיגט. שפעטער בימי מרדכי, איז געווען א מלחמה פון עמלק מיט אידישע קינדער, המן איז געווען מזרע עמלק און ער האט געשרעבט להשמיד ולהרוג ולאבד את כל היהודים, ביז מרדכי הצדיק האט געזיגט ותלו אותו ואת בניו על עץ.

די יסודות'דיגע חילוק ציווישן די צוויי מלחמות איז פשוט, בימי משה ויהושע איז די מלחמה געווען א מלחת רוחני, צו מכשיל זיין אידן און זיי מאכן זינדיגן, ווידער בימי מרדכי איז די מלחמה געווען בעיקר צו הארגענען די גופים.

ביי אידן איז דא רמ"ח מצוות עשה, ושס"ה לא תעשה, עמלק שלאגט זיך מיט ביידע, בימי משה ויהושע האט ער געוואלט מאכן זינדיגן און מבטל זיין די שס"ה לא תעשה, און די צייטן פון מרדכי האט ער געוואלט הארגענען אידן וואס דאס איז געציהלט קעגן די מצוות מעשיות וואס מען טוט בפועל ביים לעבן.

איצטער, ווען די וועסט צושטעלן די שם הוי' צו יהוש"ע = בגמטריא: שס"ה
און אז די וועסט צושטעלן דעם שם הוי' צו מרדכ"י = בגמטריא: רמ"ח

עכ"ד ודפח"ח

אויב איז דאס תורה אמת פארשטייט מען זייער גוט פארוואס איז געווען הדור קבלוהו בימי מרדכי באהבה ובשמחה, לעשו"ת אותו ימי משתה ושמחה און מען איז מוסיף במצוות עשה במשלוח מנות ומתנות לאביונים, ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר, כן תהיה לנו!

*****

אז מען דערמאנט רמ"ד ווייסמאנדל זצ"ל אין חודש אדר, דארט אין דעם זעלבן ספר'ל ברענגט ער אז רבי מיכאל דוב איז אמאל געווען באזוכן אין אקספורד מוזיעם, האבן זיי געמאכט א צוזאמקום לכבודו אלע איינגעשטעלטע פונם מוזוים, פארשטייט זיך אויך נשים, ווען רמ"ד איז אריינגעקומען האט ער גלייך גענומען די ווארט און געזאגט:

אין א געוויסע שטאט איז געווען א משפחה וואס זייער לעצטע נאמען איז געווען 'אקס' און ווען זיי פלעגן זיך טרעפן מיט מענטשן פלעגן זיי גלייך זאגן פאר יענעם "מיין נאמען איז אקס און אלע דשאקס און ליצנות אויף דעי נאמען קען איך שוין, יעצט לאמיר צוגיין צום ענין"

האט רמ"ד אויסגעפירט, לעניננו, איך בין א איד און מיין רעליגיע ערלויבט נישט צו געבן די הענט פאר נשים, אלע ווערטלעך און ליצנות אויף דעם קען איך שוין, יעצט לאמיר גלייך גיין צום ענין....

א פלייכען תמיד! א פרייליכן שבת!
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

אירעלעווענט איז שוין איין מאל רעלעווענט, גאר גוט געשריבן
אוודאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 13, 2013 11:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוודאי »

אי-רעלעווענט האט געשריבן:איצטער, ווען די וועסט צושטעלן די שם הוי' צו יהוש"ע = בגמטריא: שס"ה
און אז די וועסט צושטעלן דעם שם הוי' צו מרדכ"י = בגמטריא: רמ"ח

דארף צו זיין פארקערט, די שם הוי׳ מיט שס״ה איז בגי׳ יהושע, און די שם הוי׳ מיט רמ״ח איז בגי׳ מרדכי.

און א ייש״כ פאר׳ן אראפברענגן, א הערליכע רמז.
וועלכע קונטרס איז דאס ?
אוועטאר
שכל הישר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2014 1:28 pm

וויפיל געלט געבט מען זכר למחצית השקל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכל הישר »

ביי די אשכנזים איז איינגעפירט צו געבן 3 האלבע דאלאר׳ס
זייער אינטערסאנט צו הערן אז די ספרדים נעמען אן אז מען געבט כערך מחצית השקל בזמן המקדש

דאס יאר קומט עס אויס ארום 5$
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

ס'איז א מחלוקת רמב"ם וראב"ד צו מ'גיבט מחצית המטבע הנהוגה כהיום, אדער לויט די שקל וואס איז געווען בזמן הביהמ"ק. (ווייניגער קען מען זיכער נישט געבן כמדומני).
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

למעלה ל מ ע ל ה
אוועטאר
ראש המערכה
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm
לאקאציע: Upstate

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש המערכה »

די שמשים וואלטן זעך געבאטשט די קעשענע אנצונעמען כמנהג הספרדים!
אויב מיינסטו ביזט צו קליין צו קענען אויפטוהן...
ביסטו קיינמאל געוועהן לעבן א מאסקיטא...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אטעטשמענטס
Capture.JPG
Capture.JPG (224.87 KiB) געזען 4421 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

פארוואס מאכט מען א שהחיינו ביי די מגילה אינדערפרי, מ'האט דאך שוין געמאכט ביינאכט? וואס איז עס אנדערש ווי לולב אז מ'מאכט נאר די ערשטע טאג?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

נעווער מיינד. איך זעה ס'איז א מחלוקת ראשונים. די רמב"ם האלט טאקע אז מ'מאכט נישט; תוספות אוו די רא"ש זענען מסביר פארוואס מ'מאכט יא.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

צופרי האט מען דאך אויך אינזין די אנדערע מצוות הוים
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

אחת ואחת האט געשריבן:צופרי האט מען דאך אויך אינזין די אנדערע מצוות הוים

אי משום הא וואלט מען געדארפט מאכן די ברכה ווען מ'טוט די אנדערע מצוות היום.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4108
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: וויפיל געלט געבט מען זכר למחצית השקל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

שכל הישר האט געשריבן:ביי די אשכנזים איז איינגעפירט צו געבן 3 האלבע דאלאר׳ס
זייער אינטערסאנט צו הערן אז די ספרדים נעמען אן אז מען געבט כערך מחצית השקל בזמן המקדש

דאס יאר קומט עס אויס ארום 5$

זכר למחצית השקל.jpeg
זכר למחצית השקל.jpeg (90.25 KiB) געזען 2466 מאל
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: פורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

26 ₪ איז $8.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7308
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

מנהגי פורים ומקורם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

קודם כל איז דא א מנהג פון קלאפן ביי המן, וואס מזעהט אז צדיקים האבן שטארק מקפיד געווען דערויף.
א מנהג פון המן טאשן.
און א מנהג פון עסן קינדל מיט נאנט. (פאר ווער ס'וויסט וואס דאס איז)
האלעפצעס. ועוד.
ווער ס'קען אריינקומען און העלפן ברענגען די מקורות, אדער נאך מנהגים, זאל ביטע אריינגעקומען.
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: פורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

לעצטנס געליינט, כ'געדענק נישט וואו, אז אין קרעטשניף זאגט מען ביי מגילה ליינען:
בַּיּוֹם אֲשֶׁר שִׂבְּרוּ אֹיְבֵי הַיְּהוּדִים לִשְׁלוֹט בָּהֶם - אָבֶּער - וְנַהֲפוֹךְ הוּא אֲשֶׁר יִשְׁלְטוּ הַיְּהוּדִים הֵמָּה בְּשֹׂנְאֵיהֶם
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”