אמעריקאנער אמבאסאדע אין איראק אטאקירט/גענעראל סולימאני אומגעברענגט

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יצח וועבערמאן
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצח וועבערמאן »

מארבלס האט געשריבן:ווי איז די ר' יצחק?

ילקוט שמעוני
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

יואל שרייבער האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:ווען האט דאס באריס געזאגט?


דא האסטו באריס

אזא לץ דער וואס די וועלט האט נאכנישט געזען.

איך בין נאר נייגעריג צו טראמפ האט נישט געכאפט וואס ער מיינט צו זאגן, אדער ער כאפט יא און עס גייט אים נישט אן.

יישר כח פאר די ווידיאו אפשר וואס פונקטליך דזשאנסאן זאגט וואס טראמפ דארף כאפן ווייל איך כאפ נישט
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3684
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

אביסל טיפער האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:ווען האט דאס באריס געזאגט?


דא האסטו באריס

אזא לץ דער וואס די וועלט האט נאכנישט געזען.

איך בין נאר נייגעריג צו טראמפ האט נישט געכאפט וואס ער מיינט צו זאגן, אדער ער כאפט יא און עס גייט אים נישט אן.

יישר כח פאר די ווידיאו אפשר וואס פונקטליך דזשאנסאן זאגט וואס טראמפ דארף כאפן ווייל איך כאפ נישט


ער זאגט בערך אז טראמפ האט א פראבלעם אז אבאמא האט נעגאושיעיטעד דעם דיעל, און ממילא זאל מען טוישן דעם נאמען און עס מאכן פאר א טראמפ דיעל.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

יעצט אויסגעהערט, דער באודזשאו האט דאך אזוי ארויס אונזער ראפי דע קינג, אז נאר.

טענקס שרייבער
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6480
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

צל עובר האט געשריבן:יעצט אויסגעהערט, דער באודזשאו האט דאך אזוי ארויס אונזער ראפי דע קינג, אז נאר.

טענקס שרייבער

דער באריס איז גארנישט אזא שיגענע ווי ער שטעלט זיך אהער...
שוין אין יוניווערסיטי האט ער זיך באקאנט געמאכט מיט זיין צופלויגענע סטייל און זיין וועג פון רעדן...
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

קורצע איבערבליק פונעם אמעריקאנעם/איראנער קאנפליקט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

עס איז נישט קיין צווייפל אז דער פרעזידענט האט אויפגעשאקלט דעם זימפ אין וואשינגטאן אויף א פארנעם וואס אפילו די גרעסטע אפטימיסטען האבן נישט פארגעזען. דער פרעזידענט האלט איין אלעס וואס ער האט פארשפראכן דורכאויס זיין קאמפיין. זיינע פיינט האבן זיך קיינמאל נישט געגלייבט אז ער וועט דאס ווירקליך קענען באווייזן. און אפגעזען פון די אלע פיסלעך און שטרויכלונגען וואס די קעגנער אינעם וואשינגטאן זומפ שטעלן אים נאכאנאנד אונטער, שפאנט ער פאראויס מיט גרויסע טריט צו אנטוויקלן זיין וויזיע פאר די צוקנופט פון אייניגטע שטאטן.

דעם פרעזידענט'ס אויסערן פאליטיק "אמעריקע ערשט" צייגט זיך ארויס צו זיין ווירקזאם ביז גאר.

לאמיר נעמען פאר א ביישפיל איראן:

דער אויסערן פאליטיק דאקטארין פון די פארגאנגענע אבאמא אדמיניסטראציע איז מער-ווייניגער געווען, כאבאר. זיי האבן אונטערגעקויפט די מולאס און די אַיאַיטאלעס פון איראן מיט פאנטאסטישע סומעס געלט אין אויסטויש פאר א לעכרליכע צוזאג אז זיי גייען אנגעבליך אפשטעלן זייער נוקליארע פראגראם פאר עטליכע יאר. מיט די דאזיגע געלטער האבן די אַיאַיטאלעס זיך אייגענטליך באנוצט צו זייען טעראר אינעם מיטל מזרח אונטער די קאמאנדא פון דער בלוט דארשטיגער טיראן גענעראל קאסעם סאָלעימאַני אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם. סיי אמעריקע און סיי די מדינת ישראל שפיאנאזש אינסטאנצן, זענען קיינמאל נישט געווען גענצליך איבערגעצייגט אז איראן האלט זיך טאקע ווירקליך צו צום אפמאך. מדינת ישראל האט אפילו אין א העכסט געוואגטע אקציע באוויזן צו לייגן די האנד אויף קריטישע אינפארמאציע וועלכע האבן דייטליך געצייגט אז איראן ארבייט נאכאלס אין געהיים צו ערצייגן נוקליארע וואפן. דער פרעזידענט האט פון זיינע ערשטע שריט אלס פרעזידענט זיך גענצליך ארויסגעצויגן פונעם לעכרליכער אבאמא אפפמאך. די אלע וויינערייען פון די קעגנער אין וואשינגטאן אז דאס וועט זיין א קאטאסטראפע זענען געפאלן אויף טויבע אויערן.

דער פרעזידענט האט גלייכצייטיג געפאסט צוויי דעצידירטע באשלוסן. ערשט האט געמאכט אמעריקע ענערגיע-זעלבסטשטענדיג – אזוי אז אמעריקע זאל נישט זיין אנגעוויזן אויף די אויל פונעם מיטל מזרח הויפזעכליך פון איראן. און דאן האט ער אויך גאר שטארק באפעסטיגט דאס אמעריקאנער מיליטער, אזוי אז דאס מיליטער זאל זיין פולקאם קאמפסגרייט אפצושלאגן יעדע סארט אונטערנאציאנלע געפאר. ווען דאס אלעס איז שוין געווען אין פלאץ, האט ער אנגעהויבן אויסצואיבן אומהויערע דרוק אויף די מולאס אין איראן זיך צו זעצן צום פארהאנדלונגס טיש און אויסהאמערן אן אפמאך וואס זאל זיין גינסטיג פאר אמעריקע און אויך אויף טערמינען דיקטאטירט דורך די מערב וועלט און נישט דורך די ראדיקאלע מולאס. ער האט דאס געטאן מיטן ארויפלייגן אויף איראן שווערע פינאנציאלע סאנקציעס אויף איראן.

די קעגנער אין וואשינגטאן האט ווייטער געשריגן גיוואלד, אבער דער פרעזידענט האט זיך פון זיי גאנץ קנאפע צו טאן געמאכט.

אין די זעלבע צייט האט דער פרעזידענט אויך באפעסטיגט נאט''א. ער האט זיכער געמאכט אז די לענדער אנגעשלאסן אין איר באצאלן זייער יערליכער דיוס. א זאך וואס זיי האבן לאנגע יארן נישט געטאן. די דעפיציט איז אלע יארן געדעקט געווארן דורך די שטייער צאלער פון די פאראייניגטע שטאטן. דער פרעזידענט אונטער זיין דאקטארין אמעריקע ערשט, האט דאס ענדליך רעכט געמאכט. אמעריקע איז מער נישט די וועלטס באנק פון וואו יעדער נעמט. אין רעזולטאט איז די מיליטערישע מאכט פון נאט''א גאר שטארק באפעסטיגט געווארן, דאס אלעס איז געווען א בעפארברייטונג צו זיינע פלאנירטע שריט קעגן איראן.

אין רעאקציע צו די סאנקציעס האט איראן אנגעהויבן ארום צו ווילדעווען אינעם מיטל מזרח. זיי האבן סאבאטזשירט א אויל קוואל אין סאודיע אראביע, זיי האבן אראפגעשאסן צוויי אמעריקאנע פילאטלאזע פליגערס, זיי האבן פארכאפט א בריטישער אויל טאנקירער אינעם הארמוז אפגאס, און נאך. דער פרעזידענט האט אבער געוויזן שטאטסמאנשאפט און איינגעהאלטנקייט און נישט רעאגירט מיליטעריש. ער האט בלויז פארשטערקערט די סאנקציעס אויף א מער ווירקזאמער פארנעם. ער האט גלייכצייטיג אויך געווארנט, אז אין פאל איראן וועט פאראורזאכן אמעריקאנער מענטשליכע פארלוסטן וועלן די קאנציקווענצן זיין פאטאלע.

איראן האט ערשט געמיינט אז טראמפ איז פונקט אזא שוואכלינג ווי זיין פארגייער אבאמא, ער סטראשעט בלויז אבער האלט זיך נישט צו דערצו. זיי האבן אין א אומדורכגעטראכטער שריט געוואלט אויספראבירן דעם פרעזידענט. דער אַיאַטאלע כאמענעי מיט זיין קאלעגע כאסאן ראכאני האבן באאויפטראגט גענעראל סאָלעימאַני איבערצופאלן א מיליטערישע באזע אין איראק, און אטאקירן די אמעריקאנער אמבאסאדע אינעם גרינעם זאנע וואס געפונט זיך אין הארץ פון באגדאד. אין רעזולטאט פון די אטאקע איז א אמעריקאנער זעלנער גע'הרג'עט געווארן און עטליכע זענען קריטיש פארוואנדערט געווארן. פרעזידענט טראמפ האט באלד געהאלטן ווארט, און ער האט זאפארט אפגעשיקט דעם בלוט-דארשטיגער טערעראריסט סאָלעימאַני צום שווארצן טייוול אין גיהנום אריין. און ער האט גלייכצייטיג קלארגעשטעלט אין אין פאל אפילו בלויז איין אמעריקאנער ווערט גע'הרג'עט אין רעטאליאציע פארן טויט פון סאָלעימאַני, גייט די אמעריקאנער עיר פארס אנזייען טויט און חורבן אויפן סאמען איראנער באדן, קיין שום ארט וועט נישט פארשוינט ווערן, האט דער פרעזידענט דייטליך קלארגעשטעלט. די מולאס האבן טאקע איינגעמאכט פאר שרעק, נעמליך, זיי האבן געזען אז דער פרעזידענט מיינט ביזנעס.

די קעגנער אין וואשינגטאן האט געלארעמט און געשריגן אז דער פרעזידענט האט אנגעהויבן א דריטער וועלטס קריג. זיי האבן אראפגעמאלן די שווארצטע בילדער וואס ס'איז בלויז שייך...זיי האבן דורכגעפירט רעזעלוציעס אפצושוואכן דעם פרעזידענט... ס'האט זיי בלויז געהאלפן א שווארצע פייג.

די רעאקציע פון איראן האט נישט געשפעטיגט צו קומען. זיי האבן באשאסן א אמעריקאנער באזע אין איראק מיט 16 באליסטישע מיסעלס. און צום גרויס וואונדער איז נישט געווען קיין באשעדיגטע... די מולאס האבן ווארשיינליך געכאפט דעם זענדונג פון פרעזידענט טראמפ. באלד דעראויף איז דער פערסישער אויסערן מיניסטער ערשינען אויף די טעלעוויזיע און דעקלערט אז די נקמה פון איראן איז פארפולקאמט. און אנדערע ווערטער זיי קאפוטילירן.

דריטע וועלטס קריג? ווער וועמען? בלויז זינלאזע רעטאריק פון די קעגנער אין וואשינגטאן און זייער קאלעגעס די בארימטע היסטעריע אנדרייער די לינקע מידיע נעצן.

פרעזידענט טראמפ האט אויפגעטרעטן פארן פאלק און קלארגעשטעלט זיינע פלענער פאר די צוקנופטע באציאונגן צווישן אמעריקע און איראן. דער קאמפיין פון מאקסימום דרוק גייט ווייטער אנגיין, פרישע און שטרענגערע סאנקציעס וועלן איינגעשטעלט ווערן. און נאט''א וואס איז פולפאכיג פארשטערקערט געווארן א דאנק די אונטערווענץ פון פרעזידענט טראמפ, וועט אנטייל נעמען אין די דיפלאמאטישע טעטיקייטן קעגן איראן, וואס דאס וועט האפענליך ענדליך צווינגען איראן זיך צוזעצן צום פארהאנדלונגס טיש און איינגיין אויף א זאכליכע אפפמאך מיט די מערב וועלט. ביזדערווייל הערשט אין איראן פולשטענדיגע כאאס, די מולאס רייסען זיך ביי זייער בערד און דאס לאנד רעוואלטירט אין גרויסן קעגן די רעזשים
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

אהבת השם געוואלדיג הערליכע ארבייט, טענק יו
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

צל עובר האט געשריבן:יעצט אויסגעהערט, דער באודזשאו האט דאך אזוי ארויס אונזער ראפי דע קינג, אז נאר.

טענקס שרייבער

ער האט אים ארויס פונקט אווי דו.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

איראן פרובירט בארואיגן די באפעלערונג און האלט זיך אין איין פארענטפערן.

דער איראנער גענעראל חאדיזאדא האט נעכטן בארעכטיגט דער גרויסע ליגענט זאגענדיג אז עס האט געמוזט געטוהן ווערן פאר נעשינעל סעקיוריטי. אז די אנדערע אערעטארס פון מיסיל דיפענס סיסטעם'ס זאלען נישט זיין געפאלךן פאר זיך און אומזיכער אין אזא האקעלע צייט.

אויף זיך האט ער געזאגט אז ער האט שוין געוויסט דער ערשטע טאג (וויפל שעה שפעטער האט ער נישט געזאגט). זאריף מיט רוכאני האבן נישט געוויסט ביז צוויי טעג שפעטער (זעהט אויס ביז נאך די 48 שעה'עדיגער פארשונגן צו עס איז יא סיינעטיפיקעלי פאסיבל צו נישט). און כומעני אפשר ווייסט נאך אלס נישט.

אויך זאגט ער אז אויב וואלטן זיי זיך מודה געווען גלייך וואלט זייער גאנצע דיפענס סיסטעם געווארן פארקריפעלט און זיינע חברה (ווי ער רופט זיי) וואלטן נישט געווען זיכער מיט גארנישט און אלעס פארדעכטיגט.

An Iranian general defended his government's decision to lie for days about whether it shot down a Ukrainian passenger jet, killing 176 people

General Amir Ali Hajizadeh, whose troops oversaw the missile system that shot down Ukraine International Airlines flight 752, said that Iran covered it up to defend national security, Business Insider reports

He made the statement in a television address on Wednesday, according to the Associated Press (AP)

Hajizadeh said that Iran denied the shoot-down "for the betterment of our country's security, because if we had said this, our air defense system would have become crippled and our guys would have had doubted everything

He appears to have meant that Iranian missile defense would have been compromised by a lack of confidence in itself after making such a catastrophic error, rather than any technical fault to stop their equipment working

AP reported that Javad Zarif, Iran's foreign minister, said that he and Iranian President Hassan Rouhani only found out that the plane crash was due to Iranian missiles on Friday January 10, two days after the attack

The Revolutionary Guard would have known straight away, raising the possibility that they hid the truth from their own government until after Western governments began publicly describing it

בקיצור, ער איז דא מודה אז זיין גאנצע אפעראציע אין טעהראן שטייט אויף הינערנע פיס און די אפערעיטארס, זיינע חברה, זענען נישט זיכער מיט גארנישט.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

אלעס איז פיין!
אטעטשמענטס
Screenshot_20200116-221035_Twitter.jpg
Screenshot_20200116-221035_Twitter.jpg (140.46 KiB) געזען 1818 מאל
Screenshot_20200116-220624_Twitter.jpg
Screenshot_20200116-220624_Twitter.jpg (572.88 KiB) געזען 1818 מאל
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

20200116_230555.jpg
20200116_230555.jpg (470.62 KiB) געזען 1707 מאל
rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rutledge »

כאפצעם האט געשריבן:אלעס איז פיין!

מרעדט פון מלחמה איינשטעלן אמעריקאנע טרופן און כאפצעם פריידט זיך אז 9 סאלדאטן האבן געליטן concussion עפעס וואס עני קאנסטראקשן מענטש וואס איז נישט זייער פארזיכטיג ליידט
rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rutledge »

rutledge האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:אלעס איז פיין!

מרעדט פון מלחמה איינשטעלן אמעריקאנע טרופן און כאפצעם פריידט זיך אז 9 סאלדאטן האבן געליטן concussion עפעס וואס עני קאנסטראקשן מענטש וואס איז נישט זייער פארזיכטיג ליידט

ענליכס געפונען מיר ווי נאכן זיכן טראמפ ראשע (לעגאל) קעלוזשן פאר 3 יאר קומען די חכמים מיט א טראמפ טאוער מיטינג וואס כמיין איז פארגעקומען נאכן עפענען די אינועסטיגעישן אויף.... די טראמפ טאוער מיטינג וואס איז פארגעקומען נאכן עפענען די אינועסטיגעישן אויף..... צימישט ? איך אויך
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

דו ביסט צומישט ווייל דו מישסט. ליין מולער'ס רעפארט וועסטו זיך אויסקלארן.

איך האב תיכף פארדעכטיגט אז ס'איז מער א שפיל און א פרואוו מצד אמעריקע אראפצושפילן וואס עס איז באמת פארגעקומען דארט. אפילו טראמפ'ס טאן איז - דוכט זיך - נישט געווען רייצנדיג מיט איראן וואסערע לוזערס זיי זענען אז זייערע מיסילס טויגן נישט, נאר מער צו בארואיגן אמעריקאנער באזארגטע בירגער.

איך האלט שוין זינט דאן א אויג צו זעהן צי מ'רעפארט נישט פונקט איבער א עקסידענט אין די מיליטער - זאל זיין אין די אנדערע עק וועלט - ווי עטליכע סאלדאטן זענען אומגעקומען. דאס וואלט געווען די סטראטעגיע פון אמעריקע. למעשה האב איך נישט געהערט פון אזוינס; ווייזט אויס ס'איז טאקע נישט געווען קיינע אומגעקומענע. פארוואונדעטע אבער קען מען גרינגער באהאלטן
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2895
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

סיפורי צדיקים האט געשריבן:אהבת השם געוואלדיג הערליכע ארבייט, טענק יו
געשריבן דורך: נעכטן
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

rutledge האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:אלעס איז פיין!

געליטן concussion עפעס וואס עני קאנסטראקשן מענטש וואס איז נישט זייער פארזיכטיג ליידט

אה, מיי מיסטעיק טאקע, עני קאנסטראקשען מענטש כאפט מוח קאנקאשענס פון צייט צו צייט און זיצט וואכן אין שפיטאל, ריכטיג.
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2877
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

כאפצעם האט געשריבן:
rutledge האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:אלעס איז פיין!

געליטן concussion עפעס וואס עני קאנסטראקשן מענטש וואס איז נישט זייער פארזיכטיג ליידט

אה, מיי מיסטעיק טאקע, עני קאנסטראקשען מענטש כאפט מוח קאנקאשענס פון צייט צו צייט און זיצט וואכן אין שפיטאל, ריכטיג.

וואכן?
זיי האבן ערשט אנגעהויבן ליידען דערפון אפאר טעג נאך די אטאקע,
מהאט זיי געשיקט אין שפיטאל פאר א סקריניג צו מאכן זיכער אז סאיז גארנישט,
נאך די סקריניג זענען זיי ערווארטעט צוריקצוגיין קיין איראק,

די אלע 3 פאוינטס האב איך גענומען פון סי ען ען
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rutledge »

כאפצעם האט געשריבן:
rutledge האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:אלעס איז פיין!

געליטן concussion עפעס וואס עני קאנסטראקשן מענטש וואס איז נישט זייער פארזיכטיג ליידט

אה, מיי מיסטעיק טאקע, עני קאנסטראקשען מענטש כאפט מוח קאנקאשענס פון צייט צו צייט און זיצט וואכן אין שפיטאל, ריכטיג.

איך ליין treated for concussion symptoms
און דער ווייסט פון וואכן ליגן אין שפיטאל
גיי ווייס.....
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2877
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

"Out of an abundance of caution, service members were transported from Al Asad Air Base, Iraq to Landstuhl Regional Medical Center in Germany for follow-on screening. When deemed fit for duty, the service members are expected to return to Iraq following screening," the statement added.
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7675
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

די מילעטער זאל אראפשיקען קײן איראק הרב קלאהר פון חי׳ לײפלײן צי באהאנדלען די מוח קאנקאשענס
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

סיפורי צדיקים האט געשריבן:אהבת השם געוואלדיג הערליכע ארבייט, טענק יו
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

צוקער וואסער האט געשריבן:
סיפורי צדיקים האט געשריבן:אהבת השם געוואלדיג הערליכע ארבייט, טענק יו
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

כאפצעם האט געשריבן:
rutledge האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:אלעס איז פיין!

געליטן concussion עפעס וואס עני קאנסטראקשן מענטש וואס איז נישט זייער פארזיכטיג ליידט

אה, מיי מיסטעיק טאקע, עני קאנסטראקשען מענטש כאפט מוח קאנקאשענס פון צייט צו צייט און זיצט וואכן אין שפיטאל, ריכטיג.

האסט נישט גוט געליינט, עס שטייט נישט אז זיי האבן געהאט קאנקאשן'ס נאר "מען האט זיי געטריעט פאר קאנקשן סימפטאם'ס", פון קאנקאשן סימפטעם'ס איז ביי דיר געווארן פול פלעדזד קאנקאשן'ס.

און איך האב פאר דיר נייעס און וועל שפילן דיין געים (פון מאקסימיזירן) נאר פארקערט. איך גלייב נאך נישט אז זיי האבן בכלל עפעס באקומען, יעדער ווייסט אז סאלדאטן און פייער לעשער און פאליסמען וועלן קלעימן אויפן קלענסטן זאך אז זיי האבן געליטן עפעס מוראדיג, ווייל זיי באקומען טיים אוף פאר דעם, און אויב געלונגטט עס זיי באקומען זיי אינגערהייט א פיינער דיסעביליטי געהאלט און פענשן. דערובער מוז איך נישט גלייבן אז זיי האבן אפילו באקומען איין קראץ און ווער רעדט נאך פון ריכטיגע קאנקשען'ס. די אלע דריי דערמאנט האבען א רעקארד פון זיך מטכן קראנק "לאנג" און איז נאך נישט קיין הוכחה אז עפעס איז טאקע מיט זיי געשעהן. ודוק כי נכון.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

פאראינטערסירט האט געשריבן:
צוקער וואסער האט געשריבן:
סיפורי צדיקים האט געשריבן:אהבת השם געוואלדיג הערליכע ארבייט, טענק יו

אהבת השם, א בריליענט אנאליז! ;l;p-
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

געשעדיגט געווארן... חחח.

כ׳זארג נישט.. ס׳איז א מער די אמעריקאנע משוגעת׳ן ווי פעיק נאוז.. ״סימטאמס״.. וואס איז ״לייקלי רילעיטעט״ צו די איראנע מיסל סטרייק. ווער ס׳איז עוועליבל צו לאכן זאל עס ביטע טוהן.

ס׳גארנישט. מ׳גייט צו די נירס זאגן אז מ׳האט א העדעיק.. זי געט יוך מיט א רשות צעטיל אז מ׳פילט נישט גוט. יעצט קען מען שוין קלעימען געלטער. און די העדליינס קען שוין זיין אז ס׳איז למעשה יא דא אינדזשעריס.
לעצט פארראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום פרייטאג יאנואר 17, 2020 11:32 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רשעות קאלטע סעלצער
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”