אין א שיינעם העלן טאג....

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

אין א שיינעם העלן טאג....

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך דעצמבער 18, 2019 9:01 pm

אין א שיינעם העלן טאג
דער סוחר ביי דער וואג
און דער שניידער אינמיטן נייען
דער טרעגער מיטן פאק
דער לויפער מיטן זאק
און דער גערטנער אינמיטן זייען.

פלוצלינג וועט מען הערן א געשריי
אז די צייט איז שוין געקומען
אז דו וועסט שוין ווערן פריי
פון גלות ארויס גענומען.

על כן אידעלעך, טייערע ברודערלעך
מאכט אייך גרייט גרויס אין קליין
ווייל באלד און גיעך, קומט משיח
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.


אויך דא אויף איי וועלט
יעדער וואו ער איז איינגעשטעלט
יעדער שרייבער אין זיין נושא
אינמיטן זיך פארטיפן
פונעם קאווע טוט מען זיפן
דעם "שיק" קנעפל דרוקט מען אומר ועושה.

אחראי אינמיטן מעקן
למעלה משבעים מיטן שטעקן
נאך איין ווארט קומט א חסימה
טשאדעלע מיט א קליפ א פרישן
חמרא טבא מיט בילדער פון טישן
לעגאו מענטשעלע מיט א ווערטל לבסומי.

פלוצלינג וועט מען הערן א געשריי
די פינגער טוען זיך ווי אפפרירן
שנעל צום פענסטער מ'געט זיך א דריי
וואס גייט פאר מוז מען דערשפירן.

אויפאמאל זעט מען אליהו הנביא שפאצירן
הנה זה בא ער טוט מבשר זיין
נאך איידער מ'קען זיך בכלל אריענטירן
ארויס פון גלות טוט מען שנעלער גיין.

על כן אידעלעך, טייערע ברודערלעך
מאכט אייך גרייט גרויס אין קליין
ווייל באלד און גיעך, קומט משיח
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.


ממה נפשך אינמיטן אנאליזירן
פעיק ניוז טוט רעאגירן
צל עובר אינמיטן נעמען טראמפ צום הארצן
הכל הבל אין די געריכטן
כאפצעם מיט אנטי טראמפ באריכטן
בוידעם צו פארטיידיגן טוט זיך די ארבל ארויף שארצן.

נישט פשוט מיט אן ארטיקל א לאכעדיגן
טינק & דאנק אינמיטן א ויכוח א קאכעדיגן
ניס קראכער עפנט נאך און נאך אשכולות
מחשב מיט א פאסיגע הערה
שפוזמאן מיט א סברא
קיקיון מאכט זיכער ס'קומט נישט ארויס קיין מכשולות.

מיט איינמאל ווערט א יעדער איינער פארשטומט
מ'קען זיך פשוט נישט גלייבן די אויערן
דער קול שופר זאגט אן אז משיח קומט
דער לאנגער גלות עפנט אויף אירע טויערן.

אידן וועקט אייך אויף, מ'האלט שוין דערנאך
מ'כאפט א טענצל אין אלע גאסן
איר ווערט שוין פטור פון דעם יאך
מ'גייט קיין ירושלים אין די מאסן.

על כן אידעלעך, טייערע ברודערלעך
מאכט אייך גרייט גרויס אין קליין
ווייל באלד און גיעך, קומט משיח
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.


רואיג מיט איינשטיינ'ס מסקנות
פאראינטערעסירט מיט הרבה סקרנות
זאכליך מיט ספעיס אינפארמאציע לאזט זיך הערן
יש ברירה ביים באזינגען א באשעפעניש
קנאפער ידען ביים זארגן פאר יעדנס באדערפעניש
היימישער הייקער אינמיטן זיך טרעפן מיט בערן.

סבלנות מיט א מעלאדיע א זיסן
מונאוויטש מיט ר' אביגדור'ס טיפע שמועסן
דוד משה קראצט אפיר א ניגון אן אלטן
אסדר לסעודתא מיט זיין דקדוק אין שפראך
הענדימען פארנומען מיט זיין פאך
קלאצקאפ פרובירט דעם עולם אונטער צו האלטן.

פלוצלינג געט יעדער א שפרינג אויף צושטורעמט
מ'ציפט זיך צו זיכער מאכן אז מ'איז וואך
מיר זענען דאך אזוי שטארק פארארעמט
אויפן קול געט מען הויך א לאך.

דאס איז טאקע דער עני רוכב על החמור
זה ה' קוינו לו אזויפיל יארן
און דוקא אין אונזער נידריגער דור
יעצט איז ער געקומען צו פארן.

על כן אידעלעך, טייערע ברודערלעך
מאכט אייך גרייט גרויס אין קליין
ווייל באלד און גיעך, קומט משיח
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.


פארשלאפן מיט א קורצע מיינונג
לכאורה מיט א שנעלע רייניגונג
חושב מחשבות אויף גראפיק זאגט מבינות
מיללער ברענגט היסטאריע
איינס שרייבט ספעשיל טעאריע
סקאראמוטשי אויף אייוועלט זאגט קינות.

יעקב99 קאמפיינט פאר א בעקיטשע א ווייסער
וויכי שטעלט זיך אהער ווי א רייסער...
יהלום באריכטעט איזראעל'ישע פאליטיק
דערבארומדיגער מיט אן ארטיקל
ראפאט קראמפלי סערווירט א שטיקל
עכט היימיש קומט אריין מיט אביסל קריטיק.

און דערווייל ווען יעדער איז אזוי פארנומען
בלייבן אלע מיט צועעפנטע מיילער
ס'גלייבט זיך קוים אז די צייט איז שוין געקומען
אט איז אליהו דער בשורות טובות דערציילער.

יא יא אידעלעך ס'איז קראנט און וואר
ראו עתה כי אני אני הוא
זעט מיט די אויגן דייטליך און קלאר
ויושע ה' ביום ההוא.

על כן אידעלעך, טייערע ברודערלעך
מאכט אייך גרייט גרויס אין קליין
ווייל באלד און גיעך, קומט משיח
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.


-----------------------

אדיר הוא יבנה ביתו בקרוב
באשעפער דיינע קינדער נעם שוין צונויף
משיח איז שוין דא
הנה זה בא
אין א גוטע שעה.


ביום ההוא יתקע בשופר
דומה דודי לצבי ולעופר
יעדער איינער זעט התגלות השכינה
זה ה' קוינו לו נגילה.

נישטא מער קיין ספיקות נישטא מער קיין שאלות
די שכינה באווייזט זיך מיט אזא התגלות
יקרי' כד איתגלי' בתוקפא ובגבורתא
קריתא דירושלם כד יכנש גלותא

אהאיייייייייייי
צוריק קיין ירושלים מיר גייען אהיים
ונחם עוד את ציון ובחר בירושלים
באש עתיד לבנותה, אינגאנצן פון פייער
דער בית המקדש דער נייער.


צוריק דער קרבן תמיד און די נסכים
ס'לעבט צוריק אויף די פאר'אבל'טע דרכים
מ'בויעט אויף די חורבנות, מ'איז מקריב קרבנות
פארן מלך מלכי המלכים.

במהרה במהרה בימינו בקרוב
באשעפער דיינע קינדער נעם שוין צונויף
משיח איז שוין דא
הנה זה בא
אין א גוטע שעה.


ובאו האובדים בארץ אשור
בתוף וכינור בשמחה ובשיר
מה טוב ומה נעים שבת אחים גם
אלע סארט אידן אינאיינעם צוזאם.

יעדן יו"ט איז מען ווייטער עולה רגל
יעדער שבט מיט זיין דגל
דער מזבח איז מכפר מ'צינדט אן די מנורה
עדות ששכינה שורה.

אהאייייייייייי
מ'איז מקריב קרבן פסח מ'זאגט דערביי הלל
פסחא והלילא פקע איגרא שבחו מי ימלל
יהי רצון כאילו הקרבתי, א חלק פונעם עבר
חסדו עלינו גבר

אהאייייייייייי
שמחת בית השואבה מיט די פרחי כהונה
שואבין רוח הקודש אויף א הויכע בחינה
אשרי זקנתינו אז מ'האט דאס דערלעבט
אין א העכערע וועלט מ'שוועבט

במהרה במהרה בימינו בקרוב
באשעפער דיינע קינדער נעם שוין צונויף
משיח איז שוין דא
הנה זה בא
אין א גוטע שעה.


די עבודה יום כיפור מ'טוט צוריק באנייען
די עבירות טוט דער אויבערשטער פארצייען
אשרי עין ראתה חוט השני מלובן
כך ימחו עונותיהם שעפשעט מען מיט די ליפן

דער ארון הקודש איז צוריק פורשי כנפים
איש אל אחיו פניהם
דער שלחן און לחם הפנים מיט די בזיכין
די לוים זענען עולה על הדוכן

אהאייייייייייי
א יעדער איד זיצט בכבודו של עולם
ס'שטופן זיך צו זיי די חסידי אומות העולם
וואס נאך קען מען צוליב טון, זיי האבן נאר אינזינען
פראטעקציע זיי ווילן פארדינען

אהאייייייייייי
יעדער גוי וואס האט נאר אמאל א איד געפייניגט
ישלם גמוליא קיינער ווערט באגנאדיגט
אלע גלויבנס זענען צו שאנד און צו שפאט
ביום ההוא יהי' ה' אחד

מיר זענען אלע גרייט לוסטיג און פרייליך
בנערינו ובזקינינו נלך
דעם בית המקדש וועלן מיר באנייען
לשנה הבאה בירושלים

במהרה במהרה בימינו בקרוב
באשעפער דיינע קינדער נעם שוין צונויף
משיח איז שוין דא
הנה זה בא
אין א גוטע שעה.


-------------

געשריבן לכבוד מיין טויזענטסטע תגובה.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5859
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך דעצמבער 18, 2019 9:12 pm

זייער זייער שיין! און מז״ט צום אלף׳ל.


אינטערסאנט צו זעהן דור דור ושרייבעראוו, יעדעס מאל איינער שרייבט אזא סארט אייוועלט ארטיקל זענען אנדערע שרייבער אויפן טאפ ליסט.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
אויסטערליש
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 22, 2018 10:33 am

תגובהדורך אויסטערליש » מיטוואך דעצמבער 18, 2019 9:17 pm

געשמאק און א שטיק טאלאנטפול. נעמסט שוין און קלענערע שמחות?
זאכענעס

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מיטוואך דעצמבער 18, 2019 9:26 pm

הערליך
און מזל טוב
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » מיטוואך דעצמבער 18, 2019 10:24 pm

מזל טוב, און א שכח פאר די פראפעסיאנאלע, הומאריסטישע, אבער גלייכצייטיג פאעטישע קונסטווערק
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
קו הישר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

תגובהדורך קו הישר » מיטוואך דעצמבער 18, 2019 10:30 pm

מזל טוב!
זייער א שיינע צוזאם שטעלן. אוי, מיר בענקען זיך אהיים.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1205
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » מיטוואך דעצמבער 18, 2019 10:48 pm

שפיגליצקי בגמטריא שטארק ג'זאגט

מזל טוב צום טויזנטער
מצדי קען זיך די שמועס ענדיגן דא........

מחשב
שר האלף
תגובות: 1706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך דעצמבער 18, 2019 11:17 pm

כ'מוטשע מיך שוין א וויילע מיט א תגובה.. ס'מידאך זיין פאסיג... דאס ארטפול פאעזיע ברויך דאך שטימען...

כ'האף כ'פעס דאס טעסט...

און א מזל טוב ר' שפיגליצקי, יעדע תגובה דיינע איז זיך צו באלעקן די פינגער... מלא טעם און צום זאך, האלט אן!
הוי מחשב...

שמחהלע קאפשטיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 14, 2018 6:31 pm
לאקאציע: קינדליין

געוואלדיג !

תגובהדורך שמחהלע קאפשטיק » דאנארשטאג דעצמבער 19, 2019 1:58 am

כ'האב זיך באלעקט די פינגערס !
באקומטסט פון מיר ;l;p- :lol:

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3564
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג דעצמבער 19, 2019 2:18 am

גאר שיין און פאכמאניש!
די דערמאנטע איז אקטועל ביז די קומענדיגע מעלדונג.

אוועטאר
חמרא טבא
שר ששת אלפים
תגובות: 6607
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג דעצמבער 19, 2019 10:51 am

וואאף!! אידאס צוקאש שפתיים יישק...

שוין טאקע לאנג נישט געברענגט קיינע טיש בילדער...
277445.jpg
277445.jpg (39.7 KiB) געזעהן 1355 מאל
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
מים חיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובהדורך מים חיים » דאנארשטאג דעצמבער 19, 2019 11:23 am

געוואלדיג

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1479
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דאנארשטאג דעצמבער 19, 2019 12:00 pm

וואף! ביוטיפול! מזל טוב! מזל טוב!
און שכח פאר מיין שורה.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג דעצמבער 19, 2019 2:09 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:זייער זייער שיין! און מז״ט צום אלף׳ל.


אינטערסאנט צו זעהן דור דור ושרייבעראוו, יעדעס מאל איינער שרייבט אזא סארט אייוועלט ארטיקל זענען אנדערע שרייבער אויפן טאפ ליסט.

יישר כח פאר יעדער וואס קאמפלימענטירט, ס'געט אסאך חיזוק.

כ'פארשטיי פון אייך אז ס'באדערט אז כ'האב אייך נישט דערמאנט..., נאר א וויץ.

אמת גערעדט, ס'איז דאך אוממעגליך צו דערמאנען יעדן, ווי איר זעט איז דא עטליכע וואס כ'האב דערמאנט וואס שרייבט שוין נישט דא, נאר היות זיי זענען נאך געווען אין מיינע צייטן געדענק איך זיי נאך פון זכרון.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

ב שולם
שר האלף
תגובות: 1223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm

תגובהדורך ב שולם » דאנארשטאג דעצמבער 19, 2019 2:10 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:זייער זייער שיין! און מז״ט צום אלף׳ל.


אינטערסאנט צו זעהן דור דור ושרייבעראוו, יעדעס מאל איינער שרייבט אזא סארט אייוועלט ארטיקל זענען אנדערע שרייבער אויפן טאפ ליסט.

דור הולך ודור בא..

אמאל האט דער אסאך איבריג צייט (ליין: האט נישט קיין דשאב) און אמאל דער..
ס'אינטערסאנט צו זען אסאך מאל גאר אקטיווע ניק'ס ווערן פארשווינדען איבער נאכט...

בקיצר.... ס'דרייט זיך א וועלטל
לעצט פאראכטן דורך ב שולם אום דאנארשטאג דעצמבער 19, 2019 2:13 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
האמנתי כי אדבר - און אויב נישט וועל איך עס זאגן נאכאמאל ביז איך וועל גלייבן!

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג דעצמבער 19, 2019 2:12 pm

זיס געשריבן און צום פינטל !!
נאדיר צוויי ;l;p- ;l;p-
וואסי די קארגשאפט? שוין האסטו א דריטע ;l;p-
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6760
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג דעצמבער 19, 2019 3:14 pm

חמרא טבא האט געשריבן:וואאף!! אידאס צוקאש שפתיים יישק...

שוין טאקע לאנג נישט געברענגט קיינע טיש בילדער...


איך אויך נישט..
צוגעלייגטע
7B3C284E-A3CB-4BE0-985B-8B96171B4500.jpeg
7B3C284E-A3CB-4BE0-985B-8B96171B4500.jpeg (272.17 KiB) געזעהן 1180 מאל
לאור המצב..

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6760
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג דעצמבער 19, 2019 3:17 pm

שפיגי. א וואנדערבארער ארבעט געמאכט!

און מייזל tough צום Aלעפל!
לאור המצב..

אוועטאר
חמרא טבא
שר ששת אלפים
תגובות: 6607
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג דעצמבער 19, 2019 3:23 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:וואאף!! אידאס צוקאש שפתיים יישק...

שוין טאקע לאנג נישט געברענגט קיינע טיש בילדער...


איך אויך נישט..

נו שוין...
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
ניס קראכער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג דעצמבער 19, 2019 3:46 pm

אין א שיינעם העלן טאג, שפיגליצקי האט צו באקומען וואג...
א תגובה א לאנגע, ארויס שטארט פון צווישן אנדערע
וואס האט דא פאסירט? אז ער הא עס ארויסגעשמירט
ביים טויזנסטע ער האלט, דער עולם פון אים קוואלט

דארף מיר טאקע עפענען א פרישן אשכול..
כ'האב נאכנישט אינטערגעשריבן

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » פרייטאג דעצמבער 20, 2019 12:12 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:שפיגי. א וואנדערבארער ארבעט געמאכט!

און מייזל tough צום Aלעפל!

יישר כח, האט מיר געדויערט א מינוט צו כאפן...

יישר כח נאכאמאל פאר אלע קאמפלימענטן פון יעדן.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 12:05 pm

A1
אויסער די העכטע תוכן פונעם ליד איז עס א פיינער אנאליז אויף אייוועלט...
פיין פיין!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

מי זה
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 22, 2019 11:48 am

תגובהדורך מי זה » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 12:17 pm

מלא טעם וחן!

אוועטאר
פעיק נוז
שר ששת אלפים
תגובות: 6727
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 5:05 pm

אז דו האסט דערמאנט מיין נאמען מוז איך דאך רעאגירן, ניין?...

עס איז הערליך, א שטיק טאלאנט! זייער קיריעטיוו.
'קאנספיראציע' אין לשה"ק ווערט אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דינסטאג דעצמבער 31, 2019 10:41 am

הערליך!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט