ברעיקינג! פרעזידענט טראמפ רעזעגנירט אין שאנדע.

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

נגיד האט געשריבן:בוידעם, דאס איז א ארטיקל וואס וועט נאך ווערן ארויפגעברענגט אין די קומענדיגע יארן, און מען וועט באווינדערן ווי גוט בוידעם האט פאראויסגעזאגט...

ישר כח גאר שטארק הנאה געהאט.
The Divided States Of America
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5686
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

יש בו, האב איך פארפאסט די נייעס פון טראמפ'ס רעזיגנאציע?
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

מ'האט געקענסלט די רעזיגנאציע זינט בוידעם האט געטוישט ליניע
The Divided States Of America
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

יש בו האט געשריבן:מ'האט געקענסלט די רעזיגנאציע זינט בוידעם האט געטוישט ליניע

כמאמר החכם: הפה שהותר הפה שאסור
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

@בוידעם איז בכלל נישט קעגן טראמפ, ער איז א מבקש, ער פרעגט פשוט, ער וויל פארשטיין, ער וואקלט זיך, איך גלייב אז ער קריגט דא צופרידנשטעלנדע ענטפערס, טשעפע נישט @בוידעם, ער קען נאך איין טאג זיין פון אונזערע שענסטע אינגעלייט !!!

די שורה האט צווייפעל געשריבן אין זיין פריימערי אשכול.
איך ווייס נישט וואס
בלינצע
שר האלף
תגובות: 1223
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלינצע »

איי געווען צייטן.
דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 12:44 pm

Re: ברעיקינג! פרעזידענט טראמפ רעזעגנירט אין שאנדע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל בוימענגארטן »

פלעין אריינגעבלאדזשענט דא.
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ברעיקינג! פרעזידענט טראמפ רעזעגנירט אין שאנדע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

אאאאאטטטטטטט
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ברעיקינג! פרעזידענט טראמפ רעזעגנירט אין שאנדע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אז מען ליינט די ערשטע תגובה דא, קען מען פארשטיין פארוואס בוידעם האט געפליפט נאכן איינזעהן אז טראמפ איז טויזנטער מייל נארמאלער פון די תגובה.

איך מיין צו זאגן, אז בוידעם האט אלעמאל געגליכן טראמפס אגענדע, ער האט נאר געהאלטן אז דער איז אינגאנצן קוקו.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום דינסטאג יוני 16, 2020 10:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: ברעיקינג! פרעזידענט טראמפ רעזעגנירט אין שאנדע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

צל עובר האט געשריבן:אז מען ליינט די ערשטע תגובה דא, קען מען פארשטיין פארוואס בוידעם האט געפליפט נאכן איינזעהן אז טראמפ איז טויזנטער מייל נארמאלער פון די תגובה.

סך הכל איז בוידעם געווען אן אגענט פון די טראמפ קאמפיין, צו אינפילטרירן (כ'ספעל עס גוט?) די קלינטן קאמפיין,
מיט סוקסעס,
ווי נאר ער איז פארטיג געווארן מיט די מיסיע,
איז ער צוריק געגאנגען,
The Divided States Of America
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7282
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: ברעיקינג! פרעזידענט טראמפ רעזעגנירט אין שאנדע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

יש בו האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:אז מען ליינט די ערשטע תגובה דא, קען מען פארשטיין פארוואס בוידעם האט געפליפט נאכן איינזעהן אז טראמפ איז טויזנטער מייל נארמאלער פון די תגובה.

סך הכל איז בוידעם געווען אן אגענט פון די טראמפ קאמפיין, צו אינפילטרירן (כ'ספעל עס גוט?) די קלינטן קאמפיין,
מיט סוקסעס,
ווי נאר ער איז פארטיג געווארן מיט די מיסיע,
איז ער צוריק געגאנגען,

אזאלכע שטותים צו רעדן...

די בעסטע אגענט וואלט עס נישט געקענט מאכן אזוי גוט ווי בוידעם האט עס געמאכט.

פעיס איט! בוידעם איז געווען אן עכטע אנטי-טראמפ און ער האט איינגעזעען דעם אמת!
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: ברעיקינג! פרעזידענט טראמפ רעזעגנירט אין שאנדע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

וואס טוט זיך האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:אז מען ליינט די ערשטע תגובה דא, קען מען פארשטיין פארוואס בוידעם האט געפליפט נאכן איינזעהן אז טראמפ איז טויזנטער מייל נארמאלער פון די תגובה.

סך הכל איז בוידעם געווען אן אגענט פון די טראמפ קאמפיין, צו אינפילטרירן (כ'ספעל עס גוט?) די קלינטן קאמפיין,
מיט סוקסעס,
ווי נאר ער איז פארטיג געווארן מיט די מיסיע,
איז ער צוריק געגאנגען,

אזאלכע שטותים צו רעדן...

די בעסטע אגענט וואלט עס נישט געקענט מאכן אזוי גוט ווי בוידעם האט עס געמאכט.

פעיס איט! בוידעם איז געווען אן עכטע אנטי-טראמפ און ער האט איינגעזעען דעם אמת!

האסט שוין אמאל געזעהן איינער זאל האבן א ווינדאוס 10 און זאל טוישן צו ווינדאוס 7 ווייל ער האט איינגעזעהן אז דאס איז בעסער?

זינט די דעמאקראטישע פארטיי איז די מער מאדערענע / פראגרעסיווע פארטיי, און די רפאבליקאנער קענען זיך סך הכל נישט פאר געלט אפשיידן פון פשוט'ע געוואוינהייטן,

איז נישט מעגליך פאר א דעמאקראט צוריק צו ווערן אן אלד פעשנט ריפאבליקן,

חוץ אויב ער האט זיך געמאכט
The Divided States Of America
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: ברעיקינג! פרעזידענט טראמפ רעזעגנירט אין שאנדע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

גראדע איין זאך וואס ער האט איבערגעשאצט טראמפ.
אז זיין קאבינעט וועט זיך האלטן פאר גאנצע צוויי יאר..
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: ברעיקינג! פרעזידענט טראמפ רעזעגנירט אין שאנדע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

צל עובר האט געשריבן:אז מען ליינט די ערשטע תגובה דא, קען מען פארשטיין פארוואס בוידעם האט געפליפט נאכן איינזעהן אז טראמפ איז טויזנטער מייל נארמאלער פון די תגובה.

איך מיין צו זאגן, אז בוידעם האט אלעמאל געגליכן טראמפס אגענדע, ער האט נאר געהאלטן אז דער איז אינגאנצן קוקו.

כמעט צוגעטראפן, אבער עס גייט אביסל ווייטער, איך האב נישט געהאלטן אז ער האט א אגענדע בכלל.

כהיום זעה איך אז ער האט, און פייט דערויף מיט ציין אין נעגל, און איך גלייך עס זייער.
רצונינו לעשות רצוניך.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ברעיקינג! פרעזידענט טראמפ רעזעגנירט אין שאנדע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איך מיין צו זאגן אז דו ביסט אלעמאל געווען גרייט צו קויפן וואס ער האט עדווערטייזט, נאר דו האסט געהאלטן אז עס איז נאר אן עדווערטייזמענט, אבער עכט פארקויפט ער דאס נישט.

עניוועי
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: ברעיקינג! פרעזידענט טראמפ רעזעגנירט אין שאנדע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

יאפ. גערעכט.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: ברעיקינג! פרעזידענט טראמפ רעזעגנירט אין שאנדע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

בוידעם האט געשריבן:יאפ. גערעכט.

אזוי?
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

בוידעם האט געשריבן:וואשינגטאן די סי. די גאנצע פאליטישע וועלט האט א טרייסל געגעבן ווען די 45׳סטע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן דאנאלד דזשאן טראמפ האט געגעבן זיין רעזיגנאציע און זיך אפגעדאנקט פון אפיס, א זאך וואס האט בלויז איינמאל פארדעם פאסירט אין די אמעריקאנער היסטאריע אין 1967 ווען פרעזידענט ניקסאן האט רעזעגנירט פון אפיס.

זונטאג נאכט האט די ווייסע הויז פרעסע סעקעטאר בען קארסאן געמאלדן אז דער פערזידענט וועט געבן א רעדע פון אוועל אפיס, וואס דאס האט גלייך געצויגן שפעקולאציעס אז די פרעזידענט גייט אפטרעטן, שטיף אוו סטעף קריס קריסטי האט דאס אבער אפגעווארפן, זאגענדיג פאר מעיגן קעלי פון פאקס ניוז אז ער גייט קיינמאל, קיינמאל ביז צו זיין טויט, אראפ גיין פון טראן.

אום אכט אזייגער איז דער פרעזידענט אריין אין אוועל אפיס, געבענדיג זיין לעצטע רעדע צום פאלק, פרעזידענט טראמפ האט אנגעהויבן מיט א נידריגע טאן זאגענדיג: עס איז א טרויעריגע טאג פאר אמעריקע, זיי פארלירן זייער בעסטע פרעזידענט, ס׳איז נישט פעיר, אבער אין ארדער צו מאכן אמעריקע גרעיט אגעין, געב איך אריין מיין רעזיגנאציע אפעקטיוו מארגן 8:00 אווענט, ווייס פרעזידענט לייען טעד קרוז וועט ווערן איינגעשוואוירן אין די צייט אין די אפיס מארגן נאכט, טשיינע וועט בויען ווענט, מעקסיקא וועט צאלן פאר פוטין מיין פריינט, א גוד גיי, א לאוו טשיינע, געיט מי אוט, אוט!

די פלוצלינג׳דיגע רעזיגנאציע האט געברענגט א סוף צו די צוויי יאר איבערקערעניש אינעם ווייט האוז.

ווי עס געדענקט יעדער איינער, גלייך ביים אנהויב פון טראמפ׳ס טערמין, די טאג וואס ער איז געווארן איינגעשוואוירן, איז ער-אנדערש ווי יעדע נייע פרעזידענט- נישט געגאנגען פאר א קאפי מיט׳ן געוועזענעם פרעזידענט באראק אבאמא, נאר אנטשטאט איז ער געווען פארנומען צו טוויטן בילדער פון די אבאמא פאמיליע ווי זיי שלעפן באקסעס צום מאווינג טראק, שרייבענדיג דערביי, אבאמא גייט צוריק קיין קעניע, פארגעס נישט דיין בורט סערטיפיקעט, אויף צוריק גייסטו נישט קענען קומען ווייל איך גיי בויען א וואנט, שחור!.

די טוויט איז געווען טועמי׳ פון וואס עס גייט נאכפאלגן, די קומענדיגע צוויי יאר איז פרעזידענט טראמפ געווען פארנומען אויסשליסליך נאר מיט טוויטער, די אמעריקאנע פאלק פלעגט זיך דערוועקן 3:00 ביינאכט מיט נערישע זינלאזע טוויט׳ס פון זייער ירום הודו, די פנים האט געפלאמט פאר בושה.

זעלבסט פארשטענדליך אז פון זיין אלע קאמפיין פארשפרעכונגען האט ער נישט איינגעהאלטן קיין איינס. אנשטאט צו בויען א וואנט האט ער באפוילן צו לייגן זילבער פאפיר לענגאויס די גרעניצען פון מעקסיקא און קאנאדא, זאגענדיג: מיין אידישע טאכטער ניצט דאס פאר פסח, אויב קען עס אפהאלטן די חמץ, וועט דאס אוודאי צוריק האלטן מעקסיקא, די שטר מכירה איז דורעכגאפאלן אין סענאט צוליב וואס עס איז נישט געווען צו געפונען א גארטל.

זיין הבטחה פון צירוק ברענגען דזשאב׳ס האט ער אנעלירט נאך אינעם ערשטן טאג, אין א טוויט וואס ער האט געשיקט 3:43 יאנואר 21 2017 האט זיך געליינט, אמעריקע, מאכט׳ס אייך נישט נעריש, מען גייט ריעטייערן, דאס גייט זיין פאן. דזשאבס איז געמאכט פאר פאלעטישאנ׳ס, ארבעטן און ארבעטן, זאל טשיינע ארבעטן, נישט אונז.

בהמשך הזמן האט ער אויפגעהערט זיך באווייזן אינעם עפענטליכקייט, דאס איז געקומען נאכדעם וואס ער האט זיך פיזיש צושלאגן מיט זיין טשיף אוו סטעף קריס קריסטי, יענער האט אים אנגעהאקט די ביינער און ציגעוויזען זיין בעט, זאגענדיג מר. פרעזידענט, דיין בעט איז דא, גיי שלאף.

די אמעריקאנער פאלק, די וואס האבן אים אריינגעוועלט אין אפיס, האבן זיך אנגעהויבן כאפן ביי די קעפ, ראמני אז יא געווען גערעכט, דער איז דאך אינו מן הישוב, א פרא אדם אן קיין שום מעגליכקייטן און קוואלעפיקאציע׳ס.

פראטעסטן האבן אויסגעבראכן טעגליך פארענט פון 1600 פענסליוועניא עוו. און האט אנגעהאלטן פאר איבער א יאר, די סענאט האט געהאט א אפשטומינג פון 100 קעגן 0 צו אימפיטשן דעם פרעזידענט, באזירט אויף די צווייטע אמענדמענט אז אמעריקע האט די רעכטן זיך צו באשיצן, סענאטאר רוביא פון פלארידע האט מסביר געווען ״זיך באשיצן״ מיינט ארויסשיצן די אייגענע פרעזידענט.

פרעזידענט טראמפ האט רעאגירט דערויף אויף טוויטער: ליטעל מארקא, מען רעדן פון שוויצן, נישט פון באשיצן.

א טאג דערויף איז פארגעקומען א דרינגענדער זיצונג אינערהאלב די הויפט קוואטירן פון די רעפובלעקאנער פארטיי, ווי עס איז געבליבן אז מען וועט ווארטן ביז די קאנגרעס וועט אים אימפיטשן, און אויב וועט ער נישט אפטרעטן דענסמאל, דאן וועט מען ניצן די וועטעראנען מיט מיליטערישע כוחות אים ארויסצוזעהן פון ווייסן הויז.

פרוי קלינטאן האט אנגערופן דעם פרעזידענט און געזאגט אז איר מאן איז שוין אויך געווען אין אזא סעטואציע, אבער זי גלייבט אז ער וועט נישט אפשניידן אזוי גוט ווי ביל קלינטאן, נאכפאלגענדיג מיט א געלעכטער, טראמפ יאר טיים איז אווער.

דורכאויס די גאנצע צייט האט די ווייסע הויז געמאלדן אז טראמפ גייט נישט אין ערגעץ. פרעסע סעקטאר קראסאן האט נאכאנאנד געזאגט, ער איז טאקע נישט די נארמאלסטע מענטש, אבער מען דארף קוקן אויף די ביג פיקטשער. א סטעיטמענט וואס ער האלט אין איין זאגן זייט ער האט אינדארסירט טראמפ אין 2016.

זונטאג אווענט איז עס געקומען. פרעזידענט טראמפ האט אפציעל אפגעטרעטן פון אמט, מאנטאג נאכט איז טעד קרוז געווארן איינגעשוואוירן אלס די 46׳סטע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, סענאטאר מארקא רוביא פון פלארידע איז געווארן איינגעשוואוירן אלס וויציע פרעזידענט.

פרעזידענט קרוז האט אין זיין ערשטע רעדע צום פאלק געזאגט: די נייט מיער איז אווער! יעצט איז די צייט זיך צו ריקן פאראויס אין פארמאכן דעם קאפיטאל אין אמעריקע ווען א טיווי סטאר האט אריינגעבלאנדזשעט אינעם אוועל אפיס.

פרעזידענט טראמפ איז אפגעפלויגן קיין ניו יארק, צו זיין אפארטמענט אינעם טראמפ טאווער, וואו פראטעסטירער האבן אים אפגעווארט מיט א סטרעטשער אים דערמאנען די אלע צייטן...

און איך האב מיר אויפגעוועקט....
אקעי, וואו האלט מען? וויסקאנסין? ווער מאכט עס דארט? קרוז?!

נישט אזוי שלעכט געזאגט דער בוידעם הגם די וואנט איז נישט פון זילבער פאפיר..
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע: בתוך עמי אנכי יושבת

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני-הק' »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:

און אויך פליט ער נישט צוריק צום טראמפ טאווער, נאר קיין פלארידע...
און אויך איז זיין וויצע פרעזידענט נישט געווען טעד קרוז נאר מייק פענס...
און אויך וועט טראמפ קיינמאל נישט רעגיזנירן, און אפילו מ'וועט אים וועלן אומפיטשן צום צווייטן מאל וועט עס נישט געלונגען...
דאס איז ער לכאורה יא גערעכט אז דער פרעזידענט איז צום לעצט אריין אין אפיס אכט אזייגער צופרי, אבער די דרשה צום פאלק איז געווען (וועט זיין), איך וועל קיינמאל נישט אויפגעבן"...
און מ'דארף איבערדרייען די סטרעטשער מעשה אויף דעם אלטן ביידען...
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: ברעיקינג! פרעזידענט טראמפ רעזעגנירט אין שאנדע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

ווען משיגע טיט ווען ווי וואלט ער געקוויטשעט פאר יסורים מיט פעין אויסגעמישט ווי א טאפ חרוסת...
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ברעיקינג! פרעזידענט טראמפ רעזעגנירט אין שאנדע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

מען רעדט פון די וואנט וועלכע איז איינגעפאלן לעצטנס פון רעגנס און ווינטן?
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
zibala
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2010 5:19 pm

Re: ברעיקינג! פרעזידענט טראמפ רעזעגנירט אין שאנדע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zibala »

בוידעם האט געשריבן:וואשינגטאן די סי. די גאנצע פאליטישע וועלט האט א טרייסל געגעבן ווען די 45׳סטע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן דאנאלד דזשאן טראמפ האט געגעבן זיין רעזיגנאציע און זיך אפגעדאנקט פון אפיס, א זאך וואס האט בלויז איינמאל פארדעם פאסירט אין די אמעריקאנער היסטאריע אין 1967 ווען פרעזידענט ניקסאן האט רעזעגנירט פון אפיס.

זונטאג נאכט האט די ווייסע הויז פרעסע סעקעטאר בען קארסאן געמאלדן אז דער פערזידענט וועט געבן א רעדע פון אוועל אפיס, וואס דאס האט גלייך געצויגן שפעקולאציעס אז די פרעזידענט גייט אפטרעטן, שטיף אוו סטעף קריס קריסטי האט דאס אבער אפגעווארפן, זאגענדיג פאר מעיגן קעלי פון פאקס ניוז אז ער גייט קיינמאל, קיינמאל ביז צו זיין טויט, אראפ גיין פון טראן.

אום אכט אזייגער איז דער פרעזידענט אריין אין אוועל אפיס, געבענדיג זיין לעצטע רעדע צום פאלק, פרעזידענט טראמפ האט אנגעהויבן מיט א נידריגע טאן זאגענדיג: עס איז א טרויעריגע טאג פאר אמעריקע, זיי פארלירן זייער בעסטע פרעזידענט, ס׳איז נישט פעיר, אבער אין ארדער צו מאכן אמעריקע גרעיט אגעין, געב איך אריין מיין רעזיגנאציע אפעקטיוו מארגן 8:00 אווענט, ווייס פרעזידענט לייען טעד קרוז וועט ווערן איינגעשוואוירן אין די צייט אין די אפיס מארגן נאכט, טשיינע וועט בויען ווענט, מעקסיקא וועט צאלן פאר פוטין מיין פריינט, א גוד גיי, א לאוו טשיינע, געיט מי אוט, אוט!

די פלוצלינג׳דיגע רעזיגנאציע האט געברענגט א סוף צו די צוויי יאר איבערקערעניש אינעם ווייט האוז.

ווי עס געדענקט יעדער איינער, גלייך ביים אנהויב פון טראמפ׳ס טערמין, די טאג וואס ער איז געווארן איינגעשוואוירן, איז ער-אנדערש ווי יעדע נייע פרעזידענט- נישט געגאנגען פאר א קאפי מיט׳ן געוועזענעם פרעזידענט באראק אבאמא, נאר אנטשטאט איז ער געווען פארנומען צו טוויטן בילדער פון די אבאמא פאמיליע ווי זיי שלעפן באקסעס צום מאווינג טראק, שרייבענדיג דערביי, אבאמא גייט צוריק קיין קעניע, פארגעס נישט דיין בורט סערטיפיקעט, אויף צוריק גייסטו נישט קענען קומען ווייל איך גיי בויען א וואנט, שחור!.

די טוויט איז געווען טועמי׳ פון וואס עס גייט נאכפאלגן, די קומענדיגע צוויי יאר איז פרעזידענט טראמפ געווען פארנומען אויסשליסליך נאר מיט טוויטער, די אמעריקאנע פאלק פלעגט זיך דערוועקן 3:00 ביינאכט מיט נערישע זינלאזע טוויט׳ס פון זייער ירום הודו, די פנים האט געפלאמט פאר בושה.

זעלבסט פארשטענדליך אז פון זיין אלע קאמפיין פארשפרעכונגען האט ער נישט איינגעהאלטן קיין איינס. אנשטאט צו בויען א וואנט האט ער באפוילן צו לייגן זילבער פאפיר לענגאויס די גרעניצען פון מעקסיקא און קאנאדא, זאגענדיג: מיין אידישע טאכטער ניצט דאס פאר פסח, אויב קען עס אפהאלטן די חמץ, וועט דאס אוודאי צוריק האלטן מעקסיקא, די שטר מכירה איז דורעכגאפאלן אין סענאט צוליב וואס עס איז נישט געווען צו געפונען א גארטל.

זיין הבטחה פון צירוק ברענגען דזשאב׳ס האט ער אנעלירט נאך אינעם ערשטן טאג, אין א טוויט וואס ער האט געשיקט 3:43 יאנואר 21 2017 האט זיך געליינט, אמעריקע, מאכט׳ס אייך נישט נעריש, מען גייט ריעטייערן, דאס גייט זיין פאן. דזשאבס איז געמאכט פאר פאלעטישאנ׳ס, ארבעטן און ארבעטן, זאל טשיינע ארבעטן, נישט אונז.

בהמשך הזמן האט ער אויפגעהערט זיך באווייזן אינעם עפענטליכקייט, דאס איז געקומען נאכדעם וואס ער האט זיך פיזיש צושלאגן מיט זיין טשיף אוו סטעף קריס קריסטי, יענער האט אים אנגעהאקט די ביינער און ציגעוויזען זיין בעט, זאגענדיג מר. פרעזידענט, דיין בעט איז דא, גיי שלאף.

די אמעריקאנער פאלק, די וואס האבן אים אריינגעוועלט אין אפיס, האבן זיך אנגעהויבן כאפן ביי די קעפ, ראמני אז יא געווען גערעכט, דער איז דאך אינו מן הישוב, א פרא אדם אן קיין שום מעגליכקייטן און קוואלעפיקאציע׳ס.

פראטעסטן האבן אויסגעבראכן טעגליך פארענט פון 1600 פענסליוועניא עוו. און האט אנגעהאלטן פאר איבער א יאר, די סענאט האט געהאט א אפשטומינג פון 100 קעגן 0 צו אימפיטשן דעם פרעזידענט, באזירט אויף די צווייטע אמענדמענט אז אמעריקע האט די רעכטן זיך צו באשיצן, סענאטאר רוביא פון פלארידע האט מסביר געווען ״זיך באשיצן״ מיינט ארויסשיצן די אייגענע פרעזידענט.

פרעזידענט טראמפ האט רעאגירט דערויף אויף טוויטער: ליטעל מארקא, מען רעדן פון שוויצן, נישט פון באשיצן.

א טאג דערויף איז פארגעקומען א דרינגענדער זיצונג אינערהאלב די הויפט קוואטירן פון די רעפובלעקאנער פארטיי, ווי עס איז געבליבן אז מען וועט ווארטן ביז די קאנגרעס וועט אים אימפיטשן, און אויב וועט ער נישט אפטרעטן דענסמאל, דאן וועט מען ניצן די וועטעראנען מיט מיליטערישע כוחות אים ארויסצוזעהן פון ווייסן הויז.

פרוי קלינטאן האט אנגערופן דעם פרעזידענט און געזאגט אז איר מאן איז שוין אויך געווען אין אזא סעטואציע, אבער זי גלייבט אז ער וועט נישט אפשניידן אזוי גוט ווי ביל קלינטאן, נאכפאלגענדיג מיט א געלעכטער, טראמפ יאר טיים איז אווער.

דורכאויס די גאנצע צייט האט די ווייסע הויז געמאלדן אז טראמפ גייט נישט אין ערגעץ. פרעסע סעקטאר קראסאן האט נאכאנאנד געזאגט, ער איז טאקע נישט די נארמאלסטע מענטש, אבער מען דארף קוקן אויף די ביג פיקטשער. א סטעיטמענט וואס ער האלט אין איין זאגן זייט ער האט אינדארסירט טראמפ אין 2016.

זונטאג אווענט איז עס געקומען. פרעזידענט טראמפ האט אפציעל אפגעטרעטן פון אמט, מאנטאג נאכט איז טעד קרוז געווארן איינגעשוואוירן אלס די 46׳סטע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, סענאטאר מארקא רוביא פון פלארידע איז געווארן איינגעשוואוירן אלס וויציע פרעזידענט.

פרעזידענט קרוז האט אין זיין ערשטע רעדע צום פאלק געזאגט: די נייט מיער איז אווער! יעצט איז די צייט זיך צו ריקן פאראויס אין פארמאכן דעם קאפיטאל אין אמעריקע ווען א טיווי סטאר האט אריינגעבלאנדזשעט אינעם אוועל אפיס.

פרעזידענט טראמפ איז אפגעפלויגן קיין ניו יארק, צו זיין אפארטמענט אינעם טראמפ טאווער, וואו פראטעסטירער האבן אים אפגעווארט מיט א סטרעטשער אים דערמאנען די אלע צייטן...

און איך האב מיר אויפגעוועקט....
אקעי, וואו האלט מען? וויסקאנסין? ווער מאכט עס דארט? קרוז?!

גאנץ פיין פארגעשאצט...

viewtopic.php?f=110&t=29889
שבעה מי יודע!?
בלינצע
שר האלף
תגובות: 1223
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלינצע »

לכאורה האט געשריבן:פיל מיט היסטארישע גרייזן, צב"ש די יאר פון ניקסאן'ס רעזיגנאציע.
אבער געלאכט האב איך פיין!

פיל מיט היסטארישע גרייזן? וואס נאך איז גרייזיג חוץ די יאר פון ניקסאן'ס רעזיגנאציע?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: ברעיקינג! פרעזידענט טראמפ רעזעגנירט אין שאנדע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

סארי, כ'האב נישט די צייט איבערצוליינען, און איך געדענק נישט פון פינף יאר צוריק
בלינצע
שר האלף
תגובות: 1223
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: ברעיקינג! פרעזידענט טראמפ רעזעגנירט אין שאנדע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלינצע »

נישט געמיינט צו זאגן אז דו זאלסט ענטפערן.

בשעתו האט עס געהאט איין היסטארישע גרייז ותו לא. יעצט למפרע שטעלט זיך עס אויס צו זיין אינגאנגצן גרייזיג.....
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”