נחוניא האט געשריבן:אליעזר לאנדא האט געשריבן:אזוי אויך זעהט מען דארט אז שפעטער האט ר' ברוך חתונה געהאט היט איינער מרת טויבא רחל בראנדוויין וואס איז געבוירען אין סטרעטין און זיי האבען געהאט א קינד מרים שפרה בשנת תרנ"ד (נפטרה בקאלאמיי בשנת תר"ע) יהודה הירש בשנת תרנ"ח (געבוירען אין רוהטין און דארט שטייט אז ער קומט פון דעליטין און זי פון סטרעטין) אנה חיה בשנת תרס"ג (נולדה בקאלאמיי) הניא גוטא בשנת תרס"ה (נולדה ונפטרה בקאלאמיי בשנת תרס"ה) יעקב בשנת תרס"ז (נולד בקאלאמיי)
ווייסט איינער ווער דער טויבא רחל בראנדוויין איז ??? (עס איז נישט טויבא רחל ב"ר פנחס בראנדוויין אשת ר' אברהם מקנעניטש ווייל זייער זוהן ר' יצחק אייזיק איז געבוירען בשנת תר"ס און נישט מרת טויבא רחל אשת ר' בערצ'ע מסאטמער בת ר' אליעזר מאזיפאלע ווייל זי איז שוין אוועק בשנת תרמ"ב)
אפשר איז זי טויבא רחל בת ר' אורי בראנדוויין וזוגתו חיה שרה אפרתי. געבוירן אין ראהטין בשנת תר"מ.
אליעזר לאנדא האט געשריבן:עס איז אביסעל א דוחק אז איינער וואס איז געבוירען אין תר"מ האט שוין געהאט א קינד אין תרנ"ד, ועוד אויף מרת טויבא רחל הנ"ל שטייט אז זי איז געבוירען און סטרעטין נישט אין ראהטין (ובדרך אגב וועגען ר' אורי בראנדוויין הנ"ל איז געוועהן א שמועס דא)
מער מסתברא איז אז עס קען זיין טויבא רחל בראנדוויין (נו' 69) וואס איז אוועק אין סטרי בשנת תרס"ח אין עלטער פון 39 יאהר (לפי"ז נולדה תרכ"ט) א טאכטער פון משה און אסתר רבקה בראנדדוויין (און אפשר איז דער סימא עלקא בראנדוויין (נו' 56) בת שמעלקא זינגער וטויבא רחל בראנדוויין וואס איז אוועק און סטרי בשנת תרס"ח און עלטער פון 15 יאהר, איהר קינד מזיווג ראשון, (איך קען נישט ליינען דער ביכער אז איינער זעהט דארט עפעס מער זאל ער ביטע שרייבן))
אבער ווער איז דער ר' משה בראנדוויין ??
נחוניא האט געשריבן:רבי שמואל זאנוויל האט געהאט א זון רבי משה.
יעצט זעה איך אין דער פרענומעראנטין לספר התמונה (תרנ"ב) [דא] שטייט אזיפאליע, הה"צ ר' אורי. הרב אב"ד. החתן שמואל שמעלקא זינגער. זעהט אויס אז ר' שמואל שמעלקא זינגער האט חתונה געהאט מיט מרת טויבא רחל בת ר' אורי מאזיפאליע (ב"ר אליעזר משם) און נישט מיט מרת טויבא רחל ב"ר משה ברש"ז מסטרעטין (ויש לדחות בדוחק), הגם אז דאס איז א חידוש אז מען ווייסט נישט פון זיין נאמען (עיין במאמרו של הרב הערשיל שווארץ בקובץ היכל הבעש"ט ל"ב לתולדות ר' אליעזר מאזיפאליע וצאצאיו) יעצט ווייס איך נישט ווער איז געוועהן אשת ר' ברוך דאכנער, בת ר' אורי בזיוו"ש אדער בת ר' משה (כן מסתברא הן מעיר מולדתה סטרעטין והן פארוואס זאל מען מקצר זיין שנותיו של רש"ש אומזיסט), אדער גאר א דריטע
אויסער דער פינף טויבא רחל בראנדוויין (בת ר' אליעזר מאזיפאליע, בת ר' פנחס בראנדוויין, בת ר' אורי ברש"ז, בת ר' משה ברש"ז, בת ר' אורי בר"א) טרעפט מען נאדווארנא, בשנת תרמ"ח נולדה טויבא רחל בת יהודא הערש בראנדוויין (ברש"ז ?) ואשתו עלקא גינזבערג, ובשנת תרנ"ב נולדה טויבא רחל בת פנחס אבאש וחיה בראנדוויין, ובשנת תרנ"ג נולדה טויבא רחל בת הודיל בראנדוויין מבורשטין, און אזוי אויך און סטרעטין בשנת תרכ"ז נולדה טויבא בת ר' יהודה הערש בראנדוויין (אולי רי"צ השני ??)
ובדרך אגב, שטייט דארט סטרעליסק, הרב אב"ד ר' ליבש אפרתי בראנדוויין. ר' אורי הארשאווסקי, ומסתמא איז עס א טעות וצ"ל ר' ליבש הארשאווסקי. ר' אורי אפרתי בראנדוויין.