ערשט וויל איך מיר באציען צו שלמה'ס סברה אויף דעם ענין (איך מיין ער האט נאר געשריבן איין טעם).
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: אז "מעדיקעיר פאר אלע" זאל ארבעטן, דארף מען אז אלע געלטער וואס ווערט יעצט אויסגעגעבן אויף העלטקעיר זאל אריינגיין אין די "מעדיקעיר פאר אלע" קאסע. אויב דו לאזט ווייטער פריוואטע דעקונג אויף א גרויסע פארנעם, גייט א גרויסע טייל פון די געלט בלייבן אין די פריוואטע סיסטעם, א סיסטעם וואס האט נישט קיין פראבלעם אריינצונעמען געלט און לאזן הענגען די וואס דארפן צוקומען צו מעדיצינישע דעקונג.
סאו, ווארען'ס חשבון זאגט אז כדי "מעדיקעיר פאר אלע" זאל נישט קראכן אין געציילטע יאר, מוז מען גיין מיט איר מהלך און פארבאטן פריוואטע דעקונג.
די פראבלעם מיט די טענה איז, אז דאס וואלט געווען א גוטע ארגומענט, ווען די שאלה איז "זאל איך נעמען טעקס פון די קארפארעישענס, אדער זיי לאזן קויפן פריוואטע אינשורענס?" אבער נישט דאס איז די מדובר בכלל. מ'רעדט אז מ'האט שוין ארויפגעלייגט נייע טעקסעס, מ'האט גענוג געלט, מ'האט שוין אויסגעטיילט אינשורענס פאר יעדעם. יעצט איז דא מענטשן וואס זענען נאך געבליבן מיט אביסל געלט אין טאש... פארוואס זאלן זיי נישט מעגן קויפן אינשורענס?
יעצט, פאר איינער פרעגט, די סיבות פארוואס מענטשן ווילן נאכאלץ פריוואטע אינשורענס: דאקטוירעם/רפואות/באהאנדלונגען וואס זענען נישט געקאווערט אונטער מעדיקעיר, מענטשן וואס זענען נישט קיין סיטיזענס. (אימיגראנטען...)
אלזא, לאמיר שרייבן די טובה פון לאזן פריוואטע אינשורענס.
1. דעוועלאופמענט פון נייע מעדיצינען/רפואות. עס איז אייביג פארהאן נייע רפואות, אבער נישט אייביג וועט די גאווערמענט ווילן צאלן דערפאר. למשל אויב עס איז דא נייע רפואה וואס קאסט מיליאנען יעדע דאזע, און עס איז אפילו נישט מוכרח אז עס איז בעסער ווי די אלטע, וועט מעדיקעיר נישט ווילן צאלן דערפאר. (און מיט רעכט). אבער עס איז אייביג דא מענטשן (מיט געלט) וואס וועלן ווילן טון וואס עס איז נאר מעגליך. און אז זיי וועלן עס נוצן, וועט זיין די געלט עס צו מאכן בעסער און ביליגער, און מיט די צייט עקסעסיבל צום פאלק.
2. שפארן געלט פאר מעדיקעיר. די נקודה האב איך שוין געשריבן אין יענע אשכול. אויב יעדער קען נוצן מעדיקעיר, און איינער צאלט געלט פון טאש, שפארט ער פאר מעדיקעיר די קאסט.
3. פרייהייט. אויב איינער האט זיך געלערנט צו ווערן א דאקטער, וויל איך נישט מ'זאל אים זאגן "דו מוזט ארבעטן פאר די גאווערמענט".
ס'איז אויך וויכטיג צו פארשטיין די אנדערע צד, וועל איך פראבירן.
איינס פון די פראבלעמען מיט די יעצטיגע סיסטעם איז, אז מענטשן מיט געלט קענען באקומען א בעסערע באהאנדלונג. און כאטש (כמעט) יעדער פארשטייט אז ס'איז א טובה פאר די סיסטעם אז א מענטש מיט מער געלט קען האבן מער לוקסוס, הנאות, וכדו'. אבער ווען עס קומט צו געזונט, איז נישט דיין בלוט רויטער, און אסאך האלטן אז עס נישט ריכטיג. און עס איז טאקע ריכטיג, אז אויב וועט מען ערלויבן פריוואטע אינשורענס, וועלן זיין געוואוסע גרויסע דאקטוירעם וואס וועלן נישט סערווירן די אלגעמיינע פאבליק.
מיין ענטפער צו די טענה איז, אזויווי געשריבן אויבן ביי נאמבער 1. אז פאר לאנג טערם איז א טובה אז אונז לאזן אזעלכע מענטשן וואס ווילן די געלט, טאקע ארבעטן פאר געלט. און אזוי הייבסטו אויף די העלטקעיר פאר יעדעם. אפילו יעצט אויף די מינוט זעט עס נישט אויס געשמאק.
איך וויל נאר צולייגן, אז איך האב נישט מורא פון די פראבלעם. ווייל אפי' אויב סענדערס/ווארען ווערט פרעזידענט, און ער/זי פירט דורך מעדיקעיר פאר אלע, וועט ער/זי נישט קענען פארמאכן די פריוואטע סיסטעם. ווייל עס איז צו א גרויסע כח אין אמעריקע.
פארשטייט זיך אז די בעסטע וואלט געווען צו וואוטען פאר איינעם וואס פארשטייט לכתחילה אז מען דארף די פריוואטע אינשורענס, און אין די זעלבע צייט באקומען א טויזענטער א חודש. #יענגגענג