טראמפ האט רעאגירט שרייבנדיג אויף טוויטער: "Mr. Chairman, Joe Biden may be Sleepy and Very Slow, but he is not a “rabid dog.” He is actually somewhat better than that, but I am the only one who can get you where you have to be. You should act quickly, get the deal done. See you soon!"
אויף דעם ארויף האט די רעזשים צוריק געשריבן: "מיר נישט אינטערעסירט אין סאמיטס וואס געבן אונז גארנישט".
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
יעצט אז די מצב וועט ווערן צוריק אנגעצויגן, וועלן די דעמעקראטן מיזן טרעפן א צווייטע וועג צו שמייסן טראמפ. ווייל לפי הם איז די שטילקייט געווען א פרעצעדענטלאזער דורכפאל פאר אמעריקא.
יעצט אז די מצב וועט ווערן צוריק אנגעצויגן, וועלן די דעמעקראטן מיזן טרעפן א צווייטע וועג צו שמייסן טראמפ. ווייל לפי הם איז די שטילקייט געווען א פרעצעדענטלאזער דורכפאל פאר אמעריקא.
יעצט אז די מצב וועט ווערן צוריק אנגעצויגן, וועלן די דעמעקראטן מיזן טרעפן א צווייטע וועג צו שמייסן טראמפ. ווייל לפי הם איז די שטילקייט געווען א פרעצעדענטלאזער דורכפאל פאר אמעריקא.
צפון קארע פון זייער זייט פראבירט אויך אויס צו שמעקן ווי ווייט עס ברענט פאר טראמפ צו מאכן א דיעל מיט זיי, און האלטן אינאיין סטראשען אז 'מיר מאכן נישט קיין שום פארפליכטונגען פאר מ'הייבט אן אראפנעמען סאנקציעס', וואס דאס מיינט איז אז זיי ווילן זעהן צו אמעריקע וועט זיי נאכגעבן א פינגער און דאן וועלן זיי זיין ידם על העליונה ווייל דאס טוט באצייכנען אז די טראמפ אדמיניסטראציע וויל א דיל פאר יעדן פרייז, אבער טראמפ איז נישט קיין נער, ער ווייסט די אלע חשבונות און ער אבער ווארט צו זעהן פון צפון קארעא אביסעלע הכנעה פאר די גרויסע לייב אמעריקא.
אין קימעלעס קאפ טוט זיך אפ א שטארקע קאנפליקט, פון איין זייט קען ער זייער באשטיין צו זיין די שלעכטע אינגעל וואס אלע ציטערן און טראכטן 'ווער ווייסט וואס דער משוגענער וועט נאך בייפאלן איין טאג צו טוען', ער האט ליב די געפיל אז די וועלט שטייט מיט אנגסט און פחד פון זיינע שטיק. אבער פון די אנדערע זייט האט ער זעהט אויס עפעס א טראפעלע אנושיות אין זיך וואס מצד זה קען ער באשטיין ארויסצוקריכן פון די טיעפע ארימקייט וואס הערשט ביי איהם אין לאנד.
אבער צפון מאכט א חשבון אזוי: אונז ווילן ארויסגיין א געווינער פון די געים, אויב וועלן אונז זיך פלעין ברעכן גראד אזוי פאר טראמפ'ן דאן זענען אונז סתם לאזערס, יא יא אונז גייען טאקע באקומען מלא בית כסף וזהב פון פעטער שמואל, אבער נאך אלעם בלייבן אונז לדיראון עולם אלס די שוואכטשיגע לאנד וואס האט געמוזט צוקומען און וועט ווייטער אלס זיין אנגעוויזן אויף די טובות פון אמעריקא, משא"כ אויב בלייב איך אזוי ווי ס'איז יעצט דאן האב איך כאטש א אנערקענונג אלס א מאכטפולע לאנד מיט נוקלעארע וואפן וואס אלע שטייען מיט געבויגענע קעפ פאר איר.
לכבוד דעם קען צפון זייער שטארק באשטיין צו רייטן אויף די פחד געפיל פון די וועלט און דורכדעם געווינען אלע ברבורים ושליו ודגים, אבער בדרך כבוד, אז זיי זאלן בלייבן אגאנצן צייט די משפיע וואס אפילו שפעטער וועט אמעריקא בויען זייער עקענאמיע וועט עס נישט זיין קיין נידערלאגע פאר זיי, ווייל ס'איז נישט פשט איך בין עפעס א יוקעל, נאר אונז זענען העווי ביזנעס לייט, כדרך משא ומתן, איך געב דיר אז איך געב אויף נוקלעארע וואפן און דו געסט מיר צוריק געלט. איז ווארטן זיי אויף די געלעגנהייט אז ס'זאל אויסזען גענוג פרעסטיזשפול און גענוג פילן אז מ'חלשט פאר זיי, אפשר דאן וועלן זיי צוביסלעך צוביסלעך אנהייבן אויפצוגעבן זייערע שטיק.
טראמפ זאל לעבן, ווייסט אויך די אלע זאכן, איי פארוואס ווארפט ער נישט צו קיין ביינדל פאר צפון? די תירוץ איז ער האט שוין יא געגעבן דא דארט קלייניקייטן, אבער ער וויל זיכער מאכן אגאנצן צייט אז ער איז ידו על עליונה, און נישט אז ער וועט אויפגעבן אסאך סאנקציעס און צפון וועט אויפגעבן איין מיסל, ווייל ער וויל ווייזן פאר קימי 'איך דארף דיך נישט און איך שרעק מיך נישט פון דיר אפילו דו ווילסט', מיר ברענט נישט קיין דיל, אז 'דו' ווילסט א דיל אדרבה, אבער טרעפ מיך נישט.
יעצט למעשה איז די שאלה ווער גייט למעשה געווינען און זיין ידו על העליונה? די תירוץ איז אז מ'קען עכט נישט וויסן, ווייל סיי טראמפ ווייסט נאכנישט פונקטליך ווי שטארק צפון חלש'ט פארן דיך און פארקערט די זעלבע, סאו די יעצטיגע תקופה איז א צייט פון טעסטס, נישט מיסל טעסטס, נאר א אויסשפיר פון ביידע זייטן ווער ס'פייגערט די מערסטע זיך צו רוקן פרונאויס... ימים ידברו