דעמאקראטישע פריימערי דעבאטעס 2020 למספרם

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

אנקעטע צווישן 1500 קאלעדזש סטודענטן

ווער האט געווינען די דעבאטע?
ווארען 18%
סענדערס 17%
יענג 16%
קיינער 16%
ביידען 9%
בוטידזשעזש 5%
העריס 4%
ארורק 4%
בוקער 4%
קאסטרא 3%
קלאבוטשער 1%

ווער איז די מערסטע געגאנגען העכער ערווארטונגען?
יענג 18%
קיינער 16%
ווארען 11%
סענדערס 9%
ביידען, ארורק, קאסטרא, בוקער, בוטידזשעזש 7%
העריס 4%
קלאבוטשער 3%

https://collegepulse.com/wp-content/upl ... Debate.pdf
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתמר יפרח »

יש ברירה האט געשריבן:מאדנע אז אויף די שארפע פראגעס וואס יעדער ווייסט אז עס גייט קומען איז ביידען די שוואכסטע. דאס האט מען געזען ביי די ערשטע דעבאטע וועגן באסינג, דערנאך יעצט איבער איראק און דעפארטירן איליגעלס. אנשטאט האבן א גרייטע תי' א שטייגער ווי הילערי וואלט געהאט... גייט ביידען אריין אין א רעמבלינג שיסעריי פון זאצן וואס קיינער פארשטייט נישט.

עס קען זיין אז ער האט יא א ענטפער גרייט, נאר ער חזרט אזויפיל מאל איין די טאלקינג פוינטס דערפון, אז ווען די פראגע ווערט געשטעלט גיבט זיך עס א גיס אויס... ער פארגעסט די 'ווארדינג' חלק דערפון. משא"כ אויף פראגעס וואס ער האט נישט געחזרט קיין פונקטן. אזא געפיל האב איך געהאט ווען ער האט געענטפערט זיין איראק וואוט.

;l;p-
אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתמר יפרח »

ווי ס'קוקט אויס איז ווי די ציינער פין ביידן איז ארויסגעפאלן אינמיטן די דיבאטע.

א ווינדער? נאך אזויפיל צאמקראצן צוהאקטע ווערטער האבן שוין זיינע ציינער אויפגעגעבן.

#הקהה את שיניו
אטעטשמענטס
BIDEN.gif
BIDEN.gif (606.63 KiB) געזען 2598 מאל
פויליש אמבאסאדאר
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 08, 2019 6:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויליש אמבאסאדאר »

מטעמים האט געשריבן:זייער א סאלידע דעבאטע געוועהן:

די שאלה איז ווער גייט שטייגען אין די אנקעטעס נאך די דעבאטע? ביידען גייט לכאורה נישט פאלען.
סענדערס און ווארען האבען נישט געגעינט (סענדערס אפשר א שטיקעל טראסקע)
העריס איז זייער גוט געוועהן, געהאט אביסעל הומאר, אביסעל מיטלייד, אביסעל שטייף און אביסעל ווייעך - זיך ארפאגעלייגט היבש פאזיטיוו (אפשר בין איך בייעסד)
בוטיזשעזש איז געוועהן גאנץ פיין אבער ער קומט אריין אביסעל צו ראבאטיש מיט זיינע ענטפערס.
בוקער איז א סאליד קאנדידאט איך פארשטיי נישט פארוואס ער האט נישט מער אויפגעפיקט.
בעטא ווי געזאגט פריהער איז א זויערע פיקעל, טרויעריג ווי די נאכט, ער גייט נישט אין ערגעץ.
קלאובעשער איז א וואוילע פרוי, זייער א געטרייע מאמע אבער ווייט פון פרעזידענטשעל מאטעריאל.
יעינג איז היבש א עקסייטעד קאנדידאט, ער דארף נעמען זיין גאנצע מח און מאכען א סך הכל פון א דריי פוינט פלאן און זייער שטארק אטאקירען זיינע אפאנענטען אז זיי האבען אלד פעשאנד איידיעס און ״נאר ער״ האט די פלאן וואס וועט מאכען אמעריקע א בעסערע לאנד (מען האט אים געפרעגט פארוואס זאל ״ער״ ווערן פרעזידענט ווי איידער די לאנגע פאליטישע רעקארד פון זיינע אפאנענטען האט ער געענטפערט עפעס א נארישע לאנגע תירוץ- אין מיין אפיניען האט ער פארלוירען א שטארקע געלעגנהייט דאן)
קאסטראו באלאנגט נישט דא בכלל, א סטופיד קאנדידאט.

;l;p- ;l;p-
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

עפעס וואס איך פארפעלט צו שרייבן אויבן.
יענג פרובירט דא אריינצושניידן אין א נייע דעמאגראפיק, און אויב קאסט עס אפאר געלעכטערס אין זיין ריכטונג לוינט זיך אים עס נאך אלץ.
מיליאנען אין אמעריקע שפילן די לאטערי יעדע וואך. רוב פון זיי ווארקינג קלעס, א גרויס חלק פון זיי שווארצע, און פון רויטע סטעיטס. אין געוויסע שטעטלעך איז דאס דער געשפרעך פון טאג, ווער האט געווינען און ווער וועט זיכער געווינען נעקסטע מאל.
נאך עפעס, זיי זענען נישט אזויפיל אויפן אינטערנעט (וואו יענג איז שטארק), אבער זיי קוקן TV.
יעצט האט יענג געכאפט זייער אטענשאן. א נייע סארט לאטערי וואס קאסט גארנישט אריינצוגיין! ער האט יעצט זייער זיפ קאוד, און א וועג צו קאמיוניקירן מיט זיי - זייער אימעיל.
קאנווענשאנעל קאמפיינען וואלט אויסגעגעבן מער ווי 120K פאר דעם, און עס וואלט געגאנגען פאר די אויפגעבלאזענע אדווערטייזמענט קאמפאניס און מידיא. יענג שפארט זיך דא, און דאס געלט גייט דירעקט צו מענטשן וואס עס קען אויפרעכטן זייער לעבן.
(און די וואס זענען אדיקטעד צום לאטערי, ווייל זיי פאנטאזירן שוין וואס צו טון מיט די געלט, וועלן יעצט טרעפן א בעסערע אדיקשען - וועלן יענג :smile: )
ביז יעצט האט ער געהאט היי-אינפארמעישאן וואוטערס, יעצט ברענטשד ער ארויס צו לאו-אינפא.

יוטיוב סירטש
juNBy0e.png
juNBy0e.png (194.28 KiB) געזען 2583 מאל


און צום לעצט...
zx9l94icedm31.png
zx9l94icedm31.png (167.47 KiB) געזען 2583 מאל
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

/
אטעטשמענטס
photo_2019-09-13_13-05-21.jpg
photo_2019-09-13_13-05-21.jpg (138.36 KiB) געזען 2507 מאל
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

fhjcydqoodm31.png
fhjcydqoodm31.png (32.32 KiB) געזען 2494 מאל


נישט אז יענג האט נישט קיין יד אין דעם. איך עגרי אז ער דארף זיך לערנען אויסצונוצן זיין צייט ביז די לעצטע סעקונדע. חוץ אויב וויל ער דווקא אריינקומען קורץ און שארף?
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

טעינקס יענג פאר דיין אנאליז פון פאר די דיבעיט און פון נאכדעם, זייער געשמאק און קלאר,

איין זאך נאר, דו לייב דא מיט אונז אפי' נאכדעם וואס דער דער אנדערער יענג וועט פארשווינדען ווערן די ארענע, מ'גלייך מיר זייער שטארק דיין פעדערל
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7282
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

געווינער
יענג
ביידן
אבאמא

לוזערס
קאסטרא
סענדערס

ווארען איז בעצם נישט געווען שלעכט. אבער אין מיין אפיניען האט זי שטארק פארלוירן די העלט קעיר דעבאטע צו ביידן.

---------
די גאנצע מעשה מיט יענג קוקט עס ממש וואס עס איז געווען מיט טראמפ אין 2015, נאר מיט יענג איז עס אביסל שפעטער אין די עלעקשאן, די מידיא האט אים פיינט, כמעט אלע אנדערע קאנדידאטן זוכן אים צו באזייטיגן, און טראצדעם וואקסט ער נאר מער און מער.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

קודם דארף מען פארשטיין וואס עס מיינט געווינען די דיבעיט אז מען זאל קענען זאגען ווער עס האט געווינען.
ביי די דיבעיט איז קיינער נישט ארויס קיין געווינער! קיינער האט נישט געמאכט אן אמתדיגע שטארקע סטעיטמענט וואס די מידיע זאל רעדן דערפון פאר די נעקסטע פאר טעג/וואכען.
ביי די 2016 דעבעיטס האט מען עס געקענט זען גאר שטארק, ווען ביי יעדע (אדער כמעט יעדע) דיבעיט איז מען געווען ביזי ווי טראמפ האט מיעס פארלוירן די דיבעיט, אבער למעשה ווען מען קוקט צוריק יעצט מיט א ניכטערע בליק זעט מען אז ער האט עס געווינען. די גאנצע נייעס סייקל די קימענדיגע טעג נאך די דיבעיט איז געווען דאנאלד טראמפ!
אויב עפעס ארויס נעמען פון די נעכטיגע דיבעיט איז די זיכערע לאזערס, און דאס איז קאסטרא.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

גענוי ווי כאב גע'קאמפלימענט יענג פאר זיין איידיע צו כאפן די העדליין פארן דיבעיט, מוז איך אים קריטיקירן פאר עס אפ'הרג'נען!

ער האט אנגעדרייט די שטאט אז ער גייט טוהן עפעס אויסטערליש, ער וואלט עס געדארפט אפשטופן עט ליעסט צו טיף אינמיטן די דיבעיט, ער קען ווען זאגן "נאך די 6'טע פראגע, אדער נאך די ברעיק וכד'... טרעף א וועג צו האלטן דעם עולם געשפאנט... און ער וואלט ווען געדארפט טוהן עפעס מער דראמאטיש, אדער זאגן אז די סורפרייז ליגט אויף זיין וועבסייט, ער וואלט געדארפט אראפוואקן פון סטעידזש, עפעס וואס זאל עכט מאכן העדליינס פאר 3 טעג...

סארי מיסטער יענג, דו ביסט נאכניש גרייט פאר קיין פארמעסט מיט טראמפ...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

ווערט יעצט באריכטעט אז די קומענדיגע דעבאטע(ס) אפגעהאלטן אקטאבער אין אהייאו, וועט ווערן מאדערעיטעד דורך סננ אין צוזאמענהאנג מיט די ניו יארק טיימס.

The debate will air live from the campus of Otterbein University on October 15 with the possibility a second night will be added. CNN anchors Anderson Cooper and Erin Burnett, as well as New York Times National Editor Marc Lacey will serve as the debate moderators
אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין כל חדש »

אין מיין בליק, האט זיך יענג פעסט באנארישט
אה, גייסט מאכן א גורל פאר ווער עס באזוכט דיין סייט? איך מיין, קענסט לויפן פאר העד קאונסלאר אן פיעלד דעי..

נאר פון מיין גרעסטע לעסאנס 2016, איז אז די אמעריקאנע באפעלקערונג איז זייער אויבערפלעכליך, סא קען זיין אז יא, א גורל וועט אים ברענגן שטיצע

סארי פארן עס קערעקטערייזן אזוי, אבער איך האב נישט קיין אנדערע עקספרעשאן אויף די מאדנע אנבאט
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7282
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

עקזעקטלי ס'איז מאדנע! סא ווען איינער טוט א יוניק זאך קען ער לויפן פאר העד קאונסלער ביי פיעלד דעי... איך הער...

אגב, איז עס נישט פלעין 'א גורל פאר ווער ס'באזוכט מיין סייט', ס'ברענגט אויך ארויס זיין מעין פאליסי, סא איי דאונט געו וואטס ווראנג, איי געס איך בין אויבערפלעכליך
לעצט פארראכטן דורך וואס טוט זיך אום פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 3:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13548
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

צווייטע סייענטיפישע אנקעטע איבער די דריטע דעבאטע (נאך די סטודענטן אנקעטע וואס יענג האט געברענגט), און ווארען איז ווידער די געווינערין.

איפסאס פאר fivethirtyeight.com;

ווארען איז געשטיגן מיט דריי אהאלב פונקטן אין 'קלערן צו שטימען,' העכער ווי יעדן אנדערש און אין קאנטראסט צו אירע דריי הויפט קאנקורענטן וואס זענען אלע געפאלן מיט א פונקט-צוויי.
די נידריגע שטאפל קאנדידאטן זענען אלע אויך געשטיגן אביסל אויסער קאסטרא וואס איז אראפ 0.7%.
Screenshot_20190913-142530__01.jpg
Screenshot_20190913-142530__01.jpg (165.24 KiB) געזען 2379 מאל


ווארען האט אויסגענומען דאס בעסטע אין די דעבאטע, לויט די אנקעטע, און די דריי נאך אער, בוטידזשעדזש, אראורק און בוקער, זענען נישט קיין געפאר פאר איר.
Screenshot_20190913-142431__01.jpg
Screenshot_20190913-142431__01.jpg (250.95 KiB) געזען 2379 מאל



ווארען, מיט די העכסטע נעט פעיוואריביליטי אריינגייענדיג צום דעבאטע, איז געשטיגן מיט א פרישע 7.5 פונקטן און איז איינע פון די צוויי קאנדידאטן וואס האבן פארבעסערט זייערע אנפעיוואריביליטי ציפערן.
זי האט איבערגענומען ביידען מיטן באקומען די העכסטע פעיוואריביליטי ציפערן (ביידען איז מער באקאנט און זיינע אנפעיוואריביליטי ציפערן זענען באלד טאפלט איר'ס).
נאר בעטא האט א געזען בעסערע נעט פעיוואריביליטי טויש פונעם נאכט.
Screenshot_20190913-143228__01.jpg
Screenshot_20190913-143228__01.jpg (259.32 KiB) געזען 2379 מאל


Shift in Net Favorability
O'Rourke +8.6
Warren +7.5
Klobuchar +5.8
Booker +5.5
Buttigieg +5.5
Harris +3.8
Yang +2.6
Biden -0.2
Sanders -0.3
Castro -6.8

https://projects.fivethirtyeight.com/de ... mber-poll/
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

כתמר יפרח האט געשריבן:ווי ס'קוקט אויס איז ווי די ציינער פין ביידן איז ארויסגעפאלן אינמיטן די דיבאטע.

א ווינדער? נאך אזויפיל צאמקראצן צוהאקטע ווערטער האבן שוין זיינע ציינער אויפגעגעבן.

#הקהה את שיניו

אויך באמערקט ביים דיבעיט, היות קיינער האט עס נישט דערמאנט האביך איינגעזעצט אז איך האב ווארשיינדליך געמאכט א טעות...
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

להגדיל שמו האט געשריבן:קודם דארף מען פארשטיין וואס עס מיינט געווינען די דיבעיט אז מען זאל קענען זאגען ווער עס האט געווינען.
ביי די דיבעיט איז קיינער נישט ארויס קיין געווינער! קיינער האט נישט געמאכט אן אמתדיגע שטארקע סטעיטמענט וואס די מידיע זאל רעדן דערפון פאר די נעקסטע פאר טעג/וואכען.
ביי די 2016 דעבעיטס האט מען עס געקענט זען גאר שטארק, ווען ביי יעדע (אדער כמעט יעדע) דיבעיט איז מען געווען ביזי ווי טראמפ האט מיעס פארלוירן די דיבעיט, אבער למעשה ווען מען קוקט צוריק יעצט מיט א ניכטערע בליק זעט מען אז ער האט עס געווינען. די גאנצע נייעס סייקל די קימענדיגע טעג נאך די דיבעיט איז געווען דאנאלד טראמפ!
אויב עפעס ארויס נעמען פון די נעכטיגע דיבעיט איז די זיכערע לאזערס, און דאס איז קאסטרא.

;l;p-
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:גענוי ווי כאב גע'קאמפלימענט יענג פאר זיין איידיע צו כאפן די העדליין פארן דיבעיט, מוז איך אים קריטיקירן פאר עס אפ'הרג'נען!

ער האט אנגעדרייט די שטאט אז ער גייט טוהן עפעס אויסטערליש, ער וואלט עס געדארפט אפשטופן עט ליעסט צו טיף אינמיטן די דיבעיט, ער קען ווען זאגן "נאך די 6'טע פראגע, אדער נאך די ברעיק וכד'... טרעף א וועג צו האלטן דעם עולם געשפאנט... און ער וואלט ווען געדארפט טוהן עפעס מער דראמאטיש, אדער זאגן אז די סורפרייז ליגט אויף זיין וועבסייט, ער וואלט געדארפט אראפוואקן פון סטעידזש, עפעס וואס זאל עכט מאכן העדליינס פאר 3 טעג...

סארי מיסטער יענג, דו ביסט נאכניש גרייט פאר קיין פארמעסט מיט טראמפ...


1. וואלט ער נישט באקומען קיין זעקסטע פראגע, אדער וואלט ער נישט גערופן געווארן נאך די ברעיק. ביי האנעסט מיסטעיק שטייצעך. לעצטע מאל איז ער געווען פארזיכערט מיט א קלאוזינג סטעיטמענט, האט ער געלאזט זיין אויפרייס פאר דעמאלט. יעצט איז געווען גאראנטירט נאר מיט א אפענינג.

2. די מערסטע וויוערס זענען ביים אנהייב, און גייען אוועק נאך די ערשטע האלבע שעה אדער שעה. רוב פון זיי האבן נישט מיטגעהאלטן פון פארדעם אז יענג גייט פארשטעלן עפעס אינטערעסאנט, און וואלטן געגאנגען שלאפן רואיגערהייט.

אבער עס איז מער ווי דעם. יענג האט שוין ארויסגעברענגט ביי די צווייטע דעבאטע אז די דעבאטעס זענען נארישע ריאליטי טיווי שאוס און זענען טויט קינדעריש, יעצט האט ער געטון למעשה. ער האט פאקטיש אויפן פלאץ אוועקגענומען אפאר הונדערט טויזנט וויוערס, וואס אנשטאט אויסהערן ווייטער די נארישע דרשות זענען געגאנגען צו זיין וועבסייט און אפשר אויך געליינט זיין לאנגע אימעיל וואס זיי האבן באקומען. חוץ פון די פאר הונדערט טויזנט וואס האבן עס געטון אויפן פלאץ, זענען זיכער נאך אסאך אוועקגעגאנגען פריער פון די דעבאטע ווי געווענליך ווען זיי זענען געווארן לאנגווייליג און זיי האבן געהאלטן אין ווארקינג מעמארי אז זיי דארפן נאך גיין זיך איינשרייבן אויף yang2020.com.
ווען מעיאר פיט האט עלאקוואנט גע'דרשנ'ט זיין אריינפיר האט ער געהאט אפאר הונדערט טויזנט ווייניגער וויוערס ווי יענג האט געהאט, דעטס א פעקט, און יענג איז דערווייל נתמלא געווארן מחורבנה של דעבאטע ווען ער האט געברענגט די אלע מענטשן צו זיין לאנגן פארמאט, וואו ער האט ממש נישט קיין קאמפעטישען.

איך וועל נישט זיין סורפרייזט אויב אין די נעקסטע דעבאטע וועט נישט זיין קיין אפענינג סטעיטמענטס.

יענג קען נישט גיין פול טראמפ מאוד פאר אפאר סיבות. ערשטענס האט טראמפ געהאט הויכע נעים רעקאגנישאן און געווען א פערסאנאליטי פון פארדעם, מען האט זיך נישט געקענט פשוט אומוויסנדיג מאכן פון אים. אויב יענג וועט יעצט טון קוריאזע זאכן וועט ער ווערן די צווייטע וויליאמסאן, און אז ער וועט אראפגיין פון סטעידזש וועט מען אים זאגן א שיינעם דאנק און מאך צו דעם טיר נאך דיר. קיינער וועט זיך נישט צוקראצן. און צווייטנס איז א צווייטע טראמפ די לעצטע זאך וואס דעמאקראטן זוכן יעצט. פאר א סיבה איז יענג אלעמאל פארנומען ארויסצוברענגען ווי ער איז דער פארקערטער פון דאנאלד טראמפ. עס איז זייער גרינג אים אראפצולייגן ווי טראמפ 2.0 (ביזנעסמאן, אוטסיידער, אפילו ניו יארקער) און יענג דארף זיך היטן פון דעם אויב וויל ער געווינען די נאמינעישאן.
ער שפילט ווייטער די געים פארקערט ווי די רולס, ענליך צו טראמפ, אבער אויף מער א subtle וועג.

אבער עכט ווייס איך נישט פון קיין בעסערע זאך וואס ער האט געקענט טון. פאר א סורפרייז איז עס טאקע געווען underwhelming, אבער אפילו רעדנדיג נאר פון די נייעס וועט עס געבן שטאף אסאך לענגער ווי דריי טעג.
ערשט איז די נייעס איבער די סורפרייז אליין, אריינגערעכנט צו עס איז קלוג אדער נאריש און וואס וואלסטו געטון מיט $1000. נאכדעם, וואס האט זיך שוין אביסל אנגעהויבן, א לעגאלע קאנטראווערסיע צו ער איז בארעכטיגט אויסצוגעבן קאמפיין געלטער פאר דעם.
רודי דזשוליאני האט געטוויט Dems have gone nuts. Yang wants to give people $1,000 each from his campaign funds. What? It’s illegal.
דזשוליאני וואלט נישט גערעדט פון אים ווען ער וואלט געמאכט א קאדאטשקע אויפן סטעידזש. דאס איז א צווייטע לעוועל אינגאנצן.
די לעגאלע שאלה ברענגט אויף פרישע פראגעס וואס שפילן הערליך אריין אין יענג'ס מעסעדזש. ווי פארוואס איז נישט קיין פראבלעם אויסצוגעבן אזויפיל אדער מער פון קאמפיין געלטער פאר פרייוועט דזשעטס אבער נישט אויפצורעכטן אנדערע מענטשן? פארוואס ווען סטייער קויפט אפ וואוטערס און דאונערס איז אלעס אקעי אבער ווען יענג לייגט זיין געלט וואו זיין מויל איז און עקספערימענטירט מיטן אויספירן זיין פלעגשיפ פראפאוזעל איז עס אומלעגאל? איז מעגליך אז אונזער דעמאקראטיע דארף אביסל אויפגעפרישט ווערן? (הינט: יענג איז דער איינציגסטער וואס ארבעט דערויף).
ווען די שאלה וועט זיך איינשטילן וועט יענג מעלדן אז די געלט קומט נישט פונעם קאמפיין נאר פון זיינע אייגענע געלטער, און דער שמועס וועט זיין וויפיל געלט פארמאגט ער אז ער זאל קענען אזויפיל אוועקגעבן? וויפיל פון זיין געלט האט ער שוין אויסגעגעבן פאר זיין נאן-פראפיט? אא"וו.
ווען דאס וועט זיך אויפהערן וועט די קאמפיין מעלדן אז זיי גייען מעלדן מארגן דעם נאמען פונעם ערשטן געווינער. און מארק מיי ווארדס, זיי גייען נישט מעלדן אלע צען צוזאמען.
אביסל שפעטער וועלן לאקאלע צייטונגען אפהאלטן אינטערוויוס מיט די גליקליכע געווינער, צו הערן וויאזוי זיי האבן אויפגענומען די בשורה און וואס זיי גייען טון מיט די געלט.

אין די זעלבע צייט הייבט אן צו גיין וויירעל דער "פרידאם-דיווידענד טשעלענדזש". רעדיט גרינדער האט געמאלדן אז ער האט אזוי שטארק ליב יענג'ס איידיע, אז אויב יענג קען עס נישט טון לעגאל וועט ער עס איבערנעמען.
6sldscr4xim31.jpg
6sldscr4xim31.jpg (98.41 KiB) געזען 2063 מאל


דאס איז נאכגעפאלגט געווארן מיט ביטטארענט CEO, וואס וועט אויסצאלן הונדערט פרידאם-דיווידענטס.
cizy96l5xim31.png
cizy96l5xim31.png (37.64 KiB) געזען 2063 מאל


און עס שטעלט זיך נאכנישט אפ.
msvbgc56xim31.png
msvbgc56xim31.png (221.48 KiB) געזען 2063 מאל


יענג האט דא אנגעהויבן א טרענד וואס וועט העלפן הונדערטער (און צום סוף אפשר אפילו טויזנטער) משפחות איבערן לאנד, נאך פאר ער ווערט ערוועלט. ער פארשפרייט אויסטערלישע פאזיטיווע אסאסיאציעס צו אים און צום פרידאם-דיווידענד דורכאויס גאנץ אמעריקע, אין קאנטראסט צו בערני'ס קריגערישע רעטאריק. אנדערע קאמפיינען וואלטן געצאלט צענדליגע מיליאנען פאר דעם, און ער האט עס דא כמעט אומזיסט.

יענג קען זיך פארזיכערן א ספאט אין די נייעס ביז צו די נעקסטע דעבאטע, נאר דורך דעם סורפרייז אליינס.
אבער נאכנישט פארטיג, די רעספאנס האט הערליך שיין אריינגעשפילט און איך קען אים הערן עס נוצן ביי די קומענדיגע דעבאטע. פונקט ווי ביים צווייטן דעבאטע האט ער גענוצט די מידיא'ס נארישע פלאפלעריי איבער זיין נעקטיי ביים ערשטן, אזוי איז די דריטע געווען א פאסטקע וואס זיי זענען שיינערהייט אריין, פאר אים צו נוצן ביים פערטן.

"ביים לעצטן דיבעיט האב איך אויסגערופן אז איך וועל געבן א פרידאם-דיווידענד פון $1000 א חודש פאר צען משפחות. אנשטאט די מידיא זאל רעדן פון די בענעפיטס פון געבן פאר די משפחות א רעיז, האבן זיי עס געוואלט רופן א גימיק. זיי האבן זיך געוואונדערט אויף די מאטיוון פון העלפן נארמאלע אמעריקענס. דאס איז דער פראבלעם מיט אונזער סיסטעם. עס איז נישט נארמאל צו העלפן נארמאלע אמעריקענס (רמז צו זיין ביכל די מלחמה אויף נארמאלע מענטשן)
קיינער דא אויפן סטעידזש איז נישט קיין נארמאלע אמעריקען. מיר זענען אנגעטון מיט סוטס וואס קאסטן אפ מער ווי דער נארמאלער אמעריקען קען זיך ערלויבן, און טייל פון אונז האבן אפילו נעקטייס... די מאדערעיטערס דא און די פאנדיטס וואס האבן געלאכט דערפון זענען נישט נארמאל, אבער זיי זענען די וואס שרייבן פאר וואס איז נארמאל דא אין לאנד.

דאס איז וואס איז יא נארמאל: לאזן מיליאנערן אויסקויפן זייער וועג צום דיבעיט סטעידזש (רמז סטייער, וואס גייט שטיין צום ערשטן מאל אויפן סטעידזש לעבן אים), נוצן די קאמפיין געלטער פאר פרייוועט דזשעט רייזעס (רמז בוטידזשעזש), געבן פאר מידיא אוטלעטס מיליאנען דאלארן צו לאזן לויפן קאמפיין עדס. דאס איז נארמאל.
זיי האבן געצווייפלט אין אמעריקענס מעגליכקייט צו מאכן די בעסטע דעסיזשענס פאר זיך. דאס איז דער פראבלעם מיט אונזער סיסטעם - עס נעמט אן אז פאליטישענס ווייסן בעסער און טריטן דיר ווי א קינד. איך גלייב אז נארמאלע מענטשן ווייסן די בעסטע וואס איז גוט פאר זיי, דערפאר וויל איך געבן די געלט צוריק דירעקט צו די פיפל.
צייט צו טוישן וואס איז נארמאל אין דעם לאנד. דא אויפן סטעידזש וועל איך באקומען די ווייניגסטע צייט צו רעדן כאטש איך בין פון די העכערע אין פאולינג. גיי צו yang2020.com און דזשוין די פייט"

ער שפילט דעם געים לאנג טערם, און אינעם לאנגען טערמין ווייס איך נישט פון קיין זאך וואס וואלט אים געהאלפן מער, און איך רעד שוין נישט פון די אנדערע פארדינסטן חוץ פון נייעס ווי געשריבן אויבן. נאר צו כאפן ווי לאנג דאס גייט, די צאלונגען גייען זיך אפשטעלן הארט פאר די דזשענעראל עלעקשאנס. די נייעס גייט אויפפיקן די צען משפחות און ווי טרויעריג זיי זענען אז זיי פארלירן די שטיצע און דארפן זיך צופאסן צו א נייע מציאות. אבער עס דארף נישט זיין אזוי, זיי קענען עס ווייטער באקומען צוזאמען מיט גאנץ אמעריקע (אויב וועט יענג זיין די נאמעני). יענג נוצט שוין פון יעצט א בוסט קעגן טראמפ א יאר ארום.

אויב וועט ווארען געווינען די פריימעריס וועט עס גארנישט האבן מיט דעם דיבעיט, כאטש אפיציעל איז זי די געווינער. אויב וועט יענג געווינען וועט עס זייער אסאך האבן מיט דעם דיבעיט און די סטראטעגיע אונטער דעם, כאטש טייל באצייכענען אים דער לוזער. אוט אוו טאטש פאנדיטס און עליטיסטן מיינען נאך אז געווינען דעם דעבאטע מיינט ווער עס ענטפערט מיט די שארפסטע ליינס אדער רעדט די מערסטע עלאקוואנט. זיי האבן זיך גארנישט געלערנט פון פיר יאר צוריק.

אפאר לינקס פאר די וואס כאפן נאך אלץ נישט.
געוועזענער מעיאר פון סאן פראנסיסקא שרייבט: Pundits laugh at Andrew Yang. Regular people don’t

As an entrepreneur, I'm fascinated by @andrewyang's campaign. This was a classic example of growth hacking. The elites were laughing, but not the people who needed the $1k/m. 15M watched the debate, 1% entry = 150k emails, and that's huge in marketing.

https://twitter.com/JiaJiang/status/1172953684151427072
(איין זאך נאר, ער דארף צולייגן כאטש איין זיראו. 150K מענטשן האבן זיך שוין איינגעשריבן אין די ערשטע פאר מינוט)

Out of Touch: The New York Times' Terrible Take on the Third Democratic Debate

Venture capitalists aren't laughing about Andrew Yang's 'freedom dividend' proposal

Sen. Kamala Harris: "One of the things I like about Andrew Yang is he is constantly raising ideas and approaches that have not typically been on that debate stage."

https://twitter.com/thehill/status/1172 ... 82304?s=09
(דאס ערשטע מאל וואס יענג ווערט דערמאנט דורך איינע פון די פיר העכסטע, זיי מוזן זיך שוין וויסנדיג מאכן)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

אין כל חדש האט געשריבן:אין מיין בליק, האט זיך יענג פעסט באנארישט
אה, גייסט מאכן א גורל פאר ווער עס באזוכט דיין סייט? איך מיין, קענסט לויפן פאר העד קאונסלאר אן פיעלד דעי..

נאר פון מיין גרעסטע לעסאנס 2016, איז אז די אמעריקאנע באפעלקערונג איז זייער אויבערפלעכליך, סא קען זיין אז יא, א גורל וועט אים ברענגן שטיצע

סארי פארן עס קערעקטערייזן אזוי, אבער איך האב נישט קיין אנדערע עקספרעשאן אויף די מאדנע אנבאט


דו ביסט הונדערט פראצענט גערעכט! לויט די זייער אויבערפלעכליכע בליק איז עס פלעין א גורל פאר ווער עס באזוכט זיין סייט.
אבער געס וואס, מיט טיפזיניגע מענטשן האט ער נישט קיין פראבלעם. די וואס לייגן זיך אריין און טוען דורך פאליסיס פון קאנדידאטן מיט זייער גאנצע ניואנס זענען אין גרויסן טייל שוין דורך די זיבן סטעידזשעס פון יענג. דווקא די אויבערפלעכליכע מענטשן, די וואס זייער knee jerk רעאקציע איז אז ער איז א יחצאל נאך פאר זיי פארשטייען וואס ער זאגט, זיי דארף ער כאפן.

און זיי זענען די וואס גייען די מערסטע גיין פאר זיין "לאטערי", ווי געשריבן אויבן. ער האט יעצט א אפענע טשענעל מיט זיי דורך אימעיל.

עס גייט נאך ווייטער. זיי דארפן שרייבן וויאזוי מיט טויזנט א חודש וועלן זיי זיך העלפן בעסער ווי פאליטישענס קענען זיי העלפן, די דאטא איז גאלד פארן קאמפיין. זיי וועלן דורכגיין דאס געשריבענע (אויטאמאטיזירט דורך AI, איראניש) זיך צו לערנען וויאזוי בעסער צופאסן זייער מעסעדזש פאר די סארט מענטשן, סארטירט לויט זיפ קאוד.

אבער איך בין נייגעריג וואס דו האלטסט וואלט ער געקענט טון בעסער? מיט גארנישט טון ספעציעל וואלט ער פשוט באקומען די ווייניגסטע צייט און געבליבן אזוי פארגעסבאר ווי קלאבוטשער. האסטו א צווייטע געדאנק וואס ער וואלט געקענט טון און פארדינען די אלע זאכן וואס איך האב שוין אויסגערעכנט?
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

סתם מאדנע, די אלע וואס טענה'ן דא אז יענג האט זיך מיאוס באנארישט כאפן נישט אז זיי אליינס זענען די לעבעדיגע סתירה צו דעם.
רוב פונעם שמועס דא אין די לעצטע פאר בלעטער איז איבער יענג. קלוג געטון אדער נאריש, פארדינען אדער פארלירן, ער וואלט געדארפט זיין ווילדער אדער מער איינגעהאלטן, אא"וו. דאס איז פונקטליך וואס ער דארף יעצט!

ארורק למשל האט געהאט א שיינע מאמענט מיט זיין "העל יעס", אבער דאס איז נישט עפעס וואס קען ציען א שמועס. איך קען זיך פארשטעלן א קאפע-הויז אין נעוואדא וואו א קופקע מאכט א שמועס איבער יענג'ס מאדנע ראפעל, ווער האט זיך שוין איינגעשריבן, צו וואס גייען זיי נוצן דאס געלט, אא"וו. דערווייל זעען זיך שוין די מענטשן אין דמיון ווי זיי זענען די געווינער, וואס וועט זיי עווענטשועלי שטופן צו ווערן יענג שטיצער, גענוי ווי די לאטעריעס ארבעטן ארויסצושלעפן זייערע גרייצער.
איך קען זיך נישט פארשטעלן אזא קופקע איבערשמועסן ארורק'ס העל יעס אדער ווארען'ס העלט קעיר, חוץ אויב זענען זיי שטארק אריינגעטון אין פאליטיק אדער דאס איז א אישו וואס רעדט עקסטער שטארק צו זיי. דאס שליסט אויס רוב מענטשן.
עס איז דא א טאבו פון אנהייבן א שמועס מיט פאליטיקס, ווייל רוב מענטשן פארנעמען דאס נישט. אבער קיינער וועט נישט האבן קיין פראבלעם אנצוהייבן מיט "האסט געהערט פון די $1000 א חודש גיוו עוועי?" דאס איז א טאפיק וואס איז אינטערעסאנט פאר יעדן.

איך בין אויך אינטערעסירט וויפיל פון דא האבן זיך איינגעשריבן? האט איר באקומען דעם אימעיל און עס געליינט?
איך מיין אז אונז זענען מער ציניש און עליטיסטיש ווי עוורעדזש אמעריקענס. יענג האט נישט געצילט מיט דעם צו אזעלכע ווי די וואס דרייען זיך דא (דאס איז שוין מיין אויפגאבע :lol: ). עוורעדזש אמעריקענס שטעלן זיך נישט אפ טראכטן אויב עס איז נאריש אדער קלוג נאר שרייבן זיך איין אין די מאסן, און דאס איז וואס ציילט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

בד"ו עס איז נישט געווען דארט א פלאץ ווי מען דארף אריינשרייבן פארוואס מען דארף די געלט.
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

גערעכט, ווי איך פארשטיי גייט עס נאכקומען.

דאס איז זייער קלוגע מארקעטינג. אויב הייסטו שרייבן גאנצע זאכן וועלן רוב מענטשן זיין צו פויל. ערשט שרייב זיך איין אין א פאר סעקונדעס, נאכדעם וועט קומען א אימעיל אז מען גרייט זיך צו קלויבן די געווינערס און ביטע שיק אריין דיין סטארי. א זאך וואס מען האט שוין אנגעהויבן לאזט מען נישט אזוי שנעל אפ (פארלירן א געלעגנהייט איז שווערער פאר א מענטש ווי נישט באקומען א געלעגנהייט), וועלן א גרעסערע פראצענט שרייבן יעצט ווי וויפיל וואלטן געשריבן אנהייב. און די וואס וועלן נישט שרייבן האט מען נאך אלץ זייער אימעיל און זיפ קאוד...
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

מיין פילטער בלאקירט יענג'ס וועבסייט :-( , זאגט אז ס'איז קעטעגארי NEWS, הרב יענג2020 אפשר קענסטו מיך איינשרייבן?
(אגב אויב מר. יענג וויל עכט מאכן א פראבע אויף זיין UBI פלאן דארף ער אויך מאכן א גורל ווער עס זאל צאלן דערפאר... און נישט געבן פון זיין אייגן געלט).
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

דאס גייט יא?
(איך קען אייך גערן איינשרייבן, אבער דארף א נאמען, זיפ קאוד און אימעיל אדרעס)

קיין פולשטענדיגע פראבע אויפן פלאן איז עס סייווי נישט, ווייל די מעקראעקאנמישע קאנסעקווענצן פון געבן פאר גאנץ אמעריקע $1000 גייט זיך נישט אפשפילן (אפילו נישט אין small scale) ביים געבן פאר צען מענטשן צושפרייט איבער אמעריקע. אבער עס קען ברענגען ריעל לייף סטאריס אויפן חלק וויאזוי באקומערס נוצן עס אויס. ווערן זיי פוילער אדער גאר מער פראדוקטיוו? אא"וו.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

הרב יענג, דו האסט אלע מיני הסברים פארוואס סיז יא גוט, סארי, הסברים וועט נישט העלפן טוישן מיין אפיניען, דו ביסט א פען פון יענג און דו זעהסט אלעס מיין דיין גלעזער, איך בין אן אוטסייד אבזערווירער, און איך זאג דיר אז יענג האט מיך געכאפט מיט די איידיע פון אנאונסן אז ס'קומט עפעס מעידזשער, און ער האט מיך פארלוירן מיט זיין שלאבערישע אנאונסמענט...

לאמער נישט פארגעסן, די רעדע איז נישט צו יוניווערסל בעיסיק אינקאם איז עפישענט צו נישט, די רעדע איז צו יענג איז קעפעבל צו לויפן פאר פרעזידענט קעגן טראמפ! מיט זיין אנאונסמענט האט ער געוויזן אז ער קען אויפטרייבן עטענטשן, און ביים דיבעיט האטער געוויזן אז ער קען נישט! טראמפ וועט מאכן זיכער אז אלעס דרייצעך ארום אים, גענוי וויזוי ער האטעס באוויזן אין 2016, און יענג דארף ווייזן אז ער קען בלייבן פאוקעסט, ער האט געוויזן אז ער קען נישט! (ער קען זיך נאך טוישן, און די פאקט אז ער ציהט עפעס אן אין די פאולס און האט גענוג דאונערס קען אים העלפן גיין גענוג ווייט, אפילו ווען אנדערע פאלן שוין ארויס, דערווייל אבער איזער צוריק די זעלבע לוזער...)

בנוגע דיין קאמפלעין פארוואס יענג רעדט די ווייניגסטע, סארי, אבער ער איז א וואן אישו קאנדידאט, אוודאי האטער הסברים אויף אלעס, אז ווען זיין UBI וועט זיין אין פלאץ העצעך אלעס טוישן, אבער ווען מ'פיהרט א דיבעיט וויל מען הערן יעדן'ס פלענער אויף אלעם, וואס זאגסטו צו גאנס, מעדיקעיד, מעדיקעיר, וכד'... אויב איז אלעס די זעלבע ענטפער UBI און גיי צו מיין וועבסייטס און קוק, דעמאלטס איזעס בארינג און ס'אינטערעסירט נישט קיינעם!

לאמער זעהן אז יענג זאל ביי א דיבעיט זאגן א ווארט קעגן אדער פאר ווארען אדער סאנדערס, דיין פלאן גייט העכערן טעקס וכד'... ער דערמאנט אביסל פון הערמאן קעין מיט זיין 9-9-9 פלאן... אלעס איז געלאפן ארום דעם, איינמאל מ'האטעם געפרעגט וועגן ליביע האטער נישט געוואוסט צו דאס איז א קענדי אדער א מעיד אין טשיינע עלעקטאראניקס...

טראמפ האט אויף אלעם געהאט א מיינונג, ריגארדלעסס צו ער האט געוואוסט וואס ער זאגט, ער האט געזאגט עפעס, האסט עם געדארפט אפווענדן אדער צושטומען... יענג קוקט אויס ווי אן אוטיסטיק קינד, ער לעבצעך אין זיין וועלטל! UBI און UBI... און ער טרייט יעדן אריינצונעמען צו זיך... ס'גייט נאר ארבייטן ביז א געוויסע פוינט...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”