עהה.. דער שופר ארבעט אויף 4G...?

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

עהה.. דער שופר ארבעט אויף 4G...?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

איר קענט משה יקטן? וואס?! איר קענט אים נישט?!... אך, א שאד! וואלט איר אים ווען געקענט... איי איי איי, ווען איר וואלט אים געקענט... וואלסטו אים נישט געוואלט קענען - פונקט ווי אלע וועלכע קענען אים...
משה יקטן איז עכט נאר זיין "פלעינע" נאמען, אבער זיין "עכטע" נאמען איז יוקי! (ווייל ס'אזוי ווי סאכי...), זאגסט מיר וועגן יוקי? קומסט מיר דערציילן? איך קען אים נאך פון קליינווייז אן... שוין דאן האבן אלע געזען אז דא וואקסט אונטער א יקטן ווי עס ברויך צו זיין! די דעמאלטסדיגע מיטעליעריגע אינגעלייט האבן זיך שוין פון דאן אנגעהויבן צו זארגן פאר די עלטערע יארן ווען יוקי וועט שוין זיין א אינגערמאן אדער אלטע בחור...
יוקי קען אלעס! דאס איז גאראנטירט... פאר יוקי!, אבער ביים אלגעמיינעם צושויער איז געווען כתוב וחתום ווי מיט א ליימענע חותם: יוקי קען גאאאאאארנישט! חוץ... קאליע מאכן! און אין דעם תחום איז ער געווען אן אויסגערופענע מומחה!
איך דערמאן זיך יעצט ווי יוקי האט איין יאר פארשפראכן פאר'ן שמש פון ביהמ"ד אז ער וועט אויפשטעלן די סוכה פונעם ס'מעדריש ביז געציילטע שעה'ן... ווען די זמן ערב יו"ט האט זיך שוין דערנענטערט מיט שנעלע טריטן און איז געשטאנען א שטונדע אוועק אויפן זייגער און פון יוקי'ס סוכה איז נאך קיין שפיר נישט געווען האט זיך דער שמש מיט אפאר בחורים ארויפגעקאטשעט די ארבל און צאמגעקלאפט א טשוואק צו א טשוועקל און שנעל צונויפגעשטעלט א פראוויזארישן סוכה'לע. פלוצים איז יוקי אנגעקומען און גע'אפערט זיין העלפ... נו, אפזאגן א פאר הענט א האלבע שעה פארן זמן האט זיך דער שמש נישט געקענט ערלויבן, האט ער אים דערלאנגט א האמער אין האנט אריין.... וואס וויייטער ווייס איך נישט גענוי, אבער קאווע האב איך יענעם יום טוב געברויכט טרינקען אינדערהיים, קיין סוכה איז ניט געווען פארהאן!
נישט מער געדאכט געדענק איך... יוי באשעפער! די זכרונות.... ! שוין, בקיצור דערמאן איך מיר ווי ערב פסח א מינוט נאכן סוף זמן שריפת חמץ, און יוקי איז אנגעקומען מיט א שטורעם צום פייער מיט זיין זעקל חמץ און א פארסאפעטער אים פלינק אריינגעווארפן אין פייער, אפגעשעפשעט א כל חמירא געכיפערטעהייט... און נאכער געלאפן כאפן א טינק אין מקוה זיך זויבערן פארן בעפארשטייענדע יום טוב. שטייצעך ער האט זיך מיטגעכאפט מיט א חבר ווייל ס'קארטל איז נישט באצאלט געווען און געלט אויף זיך האט ער אויך נישט פארמאגט, קיצור ער פלאצירט זיך און רייסט אויף דאס זעקל מיט וועש... אויפן ערשטן רגע האט זיך אים געוואונדערט וואס זוכט אין זיין וועש זעקל אן האלצערנעם קאך לעפל... אבער גאנץ שנעל איז אים די איבעי נפשט געווארן ווען ער האט אנטפלעקט דעם גאנצן חמץ זעקל...
שוין, פארשטייט איר? אזא טיפ איז אונזער משה יקטן, קען אלעעעעעס אבער גאאאאאאאארנישט!
אבער דעם זומער, שוין פון א טאג נאך פסח הערט מען פון משה יקטן איין זאך: היי-יאר וועט די שטאט שטורעמען מיט א נייע בעל תוקע אזאנס וואס איז שוין נישט געהערט געווארן זינט יוסעלע... אומזינסט זענען געווען אלע פרואוון אים צו איבערצייגן אז יוסעלע איז נישט געווען קיין בעל תוקע... אויף טויבע אויערן! ער גייט אראפלייגן א תקיעת שופר ווי יוסעלע! נו, יוסעלע זאל זיין יוסעלע! נישט ווערד זיך איינצורייסן מיט יוקי אויף אזא שטות...
אויף שבועות איז געקומען די נייעס אז יוקי'ס תקיעת שופר דאס יאר וועט פארשעמען פינטישק'ן מיט יוסעלע אינאיינעם... יהדות אמעריקא וועט אויף זיין מיט זיין תקיעת שופר! ווי נאר תשעה באב איז שוין געווען אין די פארגאנגענהייט האבן אלע געוואוסט בלויז פון איין זאך צו זאגן: יקטן'ס תקיעת שופר! יוקי האט זיכער געמאכט אז קיין איין קופקע אין ביהמ"ד זאל נישט געשלאסן ווערן פארן דוסקוסירן זיין שופר בלאזן... דער עולם האט שוין ארויסגעקוקט מיט בענקעניש אויף צום גדלי'...
פון א וואך פאר ר"ח אלול האבן זיינע ארומיגע זוכה געווען צו לערנען אינטעליגענטע לעקציעס איבער דעם אופן פון בלאזן... וויאזוי די שטום-בענדער און די בלאז-בענדער ארבעטן, ער האט גע'טענה'ט אז די לופט האלט זיך אין בויך פאר עטליסט טווענטי מינוט'ס, און אין דע מין ווייל... נעמט די סייקאלאדזשי קאנטראל איבער די הארמאנ'ס און דעיס פרעווענט די גאנצע אימיון סיסטעם פון פרעדוסן די ענקזייעטי פאר די פעדערעל רעזערוו... און דעיס מאכט אים קוואליפייד צו זיין א היי ריסק בעל תוקע...
ר"ח אלול ביינאכט איז ער שוין געגאנגען שלאפן גלייך נאך מעריב ווייל די סיסטעם נוצט משוגע אסאך ענערדזשי צו ערעינדזשן די מעקס אביוז אוו פאוער צו סאלוון די עקזעקט בלאו-אוט פון די נארט דעקאוטע ברעין סוסייעטי... עפעס אזא חשבון!
אקעי, לאמיר איבערהיפן די גאנצע פרימארגן מיט זיין ארגעניק קאווע מיט רויע אייער, און שטייצעך דאס העלזל פארוויקלט אין א זיידענעם שאל... סך הכל דער בעל מוסף האט פארענדיגט אנעים זמירות און יקטן שפאנצירט צו צום באלעמער נעמען דעם שופר... ער האקט דעם שמאלן שפיץ אויפן האנט פלאך... ווי צו טעסטן צו דאס איז טאקע פון א בהמה וואס מען האט געשחט'ן שחיטה מונחת... און איינס צוויי דריי....
שטיל!
עפעס א גרילץ וואלגערט זיך ארויס פון דעם שופר...
שטיל!
נאך שטילער! אלע ווארטן מיט שפאנונג... מען וויל שוין הערן דעם תקיעת שופר פון וואס מען רעדט שוין זינט זאת חנוכה....
ווען יקטן דרייט זיך אויס און פרעגט: דער שופר ארבעט אויף 4G?.... אה! ווייל איך האב מיך געלערנט אויף א 4G שופר...!!!
אוועטאר
בראנפן גלעזל
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 19, 2019 1:13 pm
לאקאציע: אין שענק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראנפן גלעזל »

לץ! ;l;p- :lol: :lol: :lol:
איך גלייך דעם חשבון וויאזוי די בלאז-בענדער ארבעטן... קיינמאל נישט געוואוסט דערפון.. זייער אינטערעסאנט צו הערן... :roll:
ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרונק
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

;l;p-
אויסשטעלן ספרים אין אינדעזיין פאר מתחילים: https://toiglicher.com/
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

:lol: :lol: ;l;p- ;l;p-
אין די בעג וואס ער האט אריין געווארפן אין פייער איז געווען זיין 4G שופר ?
[align=center]הק' יישר כח[/align]
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:ער האט גע'טענה'ט אז די לופט האלט זיך אין בויך פאר עטליסט טווענטי מינוט'ס, און אין דע מין ווייל... נעמט די סייקאלאדזשי קאנטראל איבער די הארמאנ'ס און דעיס פרעווענט די גאנצע אימיון סיסטעם פון פרעדוסן די ענקזייעטי פאר די פעדערעל רעזערוו... און דעיס מאכט אים קוואליפייד צו זיין א היי ריסק בעל תוקע...


ר"ח אלול ביינאכט איז ער שוין געגאנגען שלאפן גלייך נאך מעריב ווייל די סיסטעם נוצט משוגע אסאך ענערדזשי צו ערעינדזשן די מעקס אביוז אוו פאוער צו סאלוון די עקזעקט בלאו-אוט פון די נארט דעקאוטע ברעין סוסייעטי... עפעס אזא חשבון!


ער האקט דעם שמאלן שפיץ אויפן האנט פלאך... ווי צו טעסטן צו דאס איז טאקע פון א בהמה וואס מען האט געשחט'ן שחיטה מונחת...


:lol: ;l;p-
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
ימות המשיח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 31, 2019 6:17 am
לאקאציע: אויף אַ ווייַסע פערד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ימות המשיח »

ג--וו-וו-וו--ט, פיין גלאכט!!
:lol: :lol: :lol: :lol:
אַ געשעפט האָב איך............
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

ימות המשיח האט געשריבן:ג--וו-וו-וו--ט, פיין גלאכט!!
:lol: :lol: :lol: :lol:

העי, דיין שופר איז א 4G?
אוועטאר
ימות המשיח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 31, 2019 6:17 am
לאקאציע: אויף אַ ווייַסע פערד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ימות המשיח »

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
ימות המשיח האט געשריבן:ג--וו-וו-וו--ט, פיין גלאכט!!
:lol: :lol: :lol: :lol:

העי, דיין שופר איז א 4G?

איך קען אבער נאר אויף א 3G!
אַ געשעפט האָב איך............
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן: סך הכל דער בעל מוסף האט פארענדיגט אנעים זמירות


קודם איז ער אונז מגלה אז דער יקטן איז א סקווירא'ער.....
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אברהם בן ארי'
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם בן ארי' »

איינער זעהט דעם יקטן ערגעץ? שיקטס אים א קניפ אין בעקל אין מיין נאמען, ער האט מיר מהנה געווען היינט....

יישר כח לעגא, נהניתי מאוד.
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן: סך הכל דער בעל מוסף האט פארענדיגט אנעים זמירות


קודם איז ער אונז מגלה אז דער יקטן איז א סקווירא'ער.....

ניין, גראדע איז ער א פוטשקע פונדערהיים נאך, ער וואוינט אין מאנסי... ער דרייט זיך נאר אין סקווירא... :roll:
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן: סך הכל דער בעל מוסף האט פארענדיגט אנעים זמירות


קודם איז ער אונז מגלה אז דער יקטן איז א סקווירא'ער.....

איך זע דערפון נאר אז לעגא איז א סקווירער - א זאך וואס ער האט שוין לאנג מגלה געווען.

אינאיינוועגס, נאדיר (לעגא) אזוינס ;l;p- פאר'ן ארטיקל.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

wow ביסטו גוט לעגאו'קע! שמעטערהאפטיג!

:lol: :lol:
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

א שכח פאר אלע מגיבים, כ'על בל"נ איבערגעבן די גריסן אויך פאר משה יקטן.
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

ווען איך קען ווען וואלט איך געטוישט דיין ניק צו לעץ מענטשעלע
יו איז דעס גוט....
;l;p-
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
זאג עפעס
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 11:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג עפעס »

;l;p- :lol:
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פאקטען האט געשריבן:ווען איך קען ווען וואלט איך געטוישט דיין ניק צו לעץ מענטשעלע
יו איז דעס גוט....
;l;p-

שוין לאנג געוואלט וויסן די עקזעקט ספעלינג אויף 'לעץ'. שכח....
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

יוש ביזטו גוט. בד"וו אין פ. לאדאני זוכט מען נאך א בעל תוקע, שיק אעם אהין...
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
programmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 11:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך programmer »

nmi האט געשריבן:יוש ביזטו גוט. בד"וו אין פ. לאדאני זוכט מען נאך א בעל תוקע, שיק אעם אהין...

דארט איז נאכנישט דא קיין 4G נעטווארק
זוכט איר א לעזונג? דריקט דא
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

לגאוי, די קומסט אריין קלאר ווי יוקי !!! ריזיג... :lol:
!!THANK YOU BANAA#
זאג עפעס
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 11:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג עפעס »

לעגאו
איך מיין אז ביי עריא 51 ארבייט זייער גוט 4G
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

אקעי, האלטס ענק געשפאנט... זייער מעגליך אז דאס וועט זיין בלויז די ערשטע אין סעריע פון "יקטן'ס דערגרייכונגען".
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

לעגאו ביסט ריזיג ;l;p- ;l;p- ;l;p-
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:אקעי, האלטס ענק געשפאנט... זייער מעגליך אז דאס וועט זיין בלויז די ערשטע אין סעריע פון "יקטן'ס דערגרייכונגען".

טענק יא סא מאטש, איי קענט וועט פאר מאר,
א 5G ארטיקל..
(די מעשה מיט די וועש דערמאנט מיר א צווייטע מעשה,ווען סאכי איז נאך געווען אין די שידוכים פראסעס,האט אים זיין צוקנופטיגער שווער גערופן,אז ער זאל אים ווארטן ביים קארנער
ווייל ער גייט אים אויפיקן אין פינעף מיניט ארום א שלאקס רעגן האט זיך פארגאנגען, אין סאכי פארגעסט נישט צו נעמען א שירעם אזוי נאכן ווארטן פיר מיניט, שמייסט אריבער אן אויטא,
ווען סגאנצע מארסטיגע וואסער אינעם דערנעבדיגע גריבל מאכט זיין וועג אויף סאכיס נייע הויזן,אן הערלכע דיזיין פארמירט זיך אויפן שווארצן געביגלדן הויזן אין מאכט עס אויסקוקן ווי כאילו אין מתשלחס צייטן איז עס שוין געווען אלט,סאכי כאפט זיך ביים קאפ אויב מיין שוויגער וועט מיר אזוי זען וועל איך צום סוף נישט קענען עסן סשוויגערס באקאנטע ראפאגאש.
נעמט ארויס סעליווער ציט ארויס סאנטענע דריקט אויף 1 ספיד דייל קאלט אהן זיין ברידער יוקי(ברידערס??)ברענג מיר א פרישע הויזן,אקעי אבער פינעם אויבערשטען לעדל ווייל די אנדערע האט צוויי לאטעס אין די דריטע דארף מאמי נאך צינייען,מיט געשיקטקייט קומט יוקי אראפ צו לויפן די גאס פארסאפערטער הייט זאגט ער אים אלעס ליגט אינוויינג כמו שציוויתא,ווי גייסטו עס טוישן?ביים שווער אינדערהיים כעל שוין מסדר זיין,ענטפערט ער,א קיצר כוויל נישט מעריך זיין די שווער פיקט אים אויף דאס גאנצע וועג האט ער באוויזן האלב צו פארדעקן
שווער.וואס גייט פאר?
סאכי.נע סגארנישט,
ביים זיך אריינדרייען צום פארקינג לאט האט ער אביסל אפגעאטעמט,מיטן איידלסטן לשון בעט ער רשות אויב ער קען גיין אין בית הכבוד
ש.זיכער דארפסט ארויפגיןן דריי שטאק(די אינטערשטע ווארט מען נאך אויפן פלאמבער)גייט ארויף שנעל טוהט זיך אויס סהויזן כאפט זיך ביים קאפ ווי לייגט מען עס?א פענסטער איז געווען דארט ביז א סעקונדע האט עס געמאכט זיין וועג ארויס(פאלענדיג אויף א דורכגייער מיט אימפעט)שוין א קפרה כוועל שוין מוזן מסביר זיין פאר מאמי וואס די סוסטאציע איז געווען מיט איין קנאק רייסט ער אויף דעם בעג
אין יוקיס אלטע העמד אנטפלעגט זיך......
(אראפ גייענדעג די טרעפ מיט ביזיונות געט סאכי א טראכט"אלעמאל געשעהט עס צו מיר" יוקי "לעגא מענטשעלע האט שוין געזאגט אויף דיר די ""קעעענסט נישט גארנישט"")
שכח האטס מיר אין זייטס מיר!
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
אוועטאר
אלופי אדום
שר האלף
תגובות: 1667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm
לאקאציע: אויפן טיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלופי אדום »

בשעה שיש האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:אקעי, האלטס ענק געשפאנט... זייער מעגליך אז דאס וועט זיין בלויז די ערשטע אין סעריע פון "יקטן'ס דערגרייכונגען".

טענק יא סא מאטש, איי קענט וועט פאר מאר,
א 5G ארטיקל..
(די מעשה מיט די וועש דערמאנט מיר א צווייטע מעשה,ווען סאכי איז נאך געווען אין די שידוכים פראסעס,האט אים זיין צוקנופטיגער שווער גערופן,אז ער זאל אים ווארטן ביים קארנער
ווייל ער גייט אים אויפיקן אין פינעף מיניט ארום א שלאקס רעגן האט זיך פארגאנגען, אין סאכי פארגעסט נישט צו נעמען א שירעם אזוי נאכן ווארטן פיר מיניט, שמייסט אריבער אן אויטא,
ווען סגאנצע מארסטיגע וואסער אינעם דערנעבדיגע גריבל מאכט זיין וועג אויף סאכיס נייע הויזן,אן הערלכע דיזיין פארמירט זיך אויפן שווארצן געביגלדן הויזן אין מאכט עס אויסקוקן ווי כאילו אין מתשלחס צייטן איז עס שוין געווען אלט,סאכי כאפט זיך ביים קאפ אויב מיין שוויגער וועט מיר אזוי זען וועל איך צום סוף נישט קענען עסן סשוויגערס באקאנטע ראפאגאש.
נעמט ארויס סעליווער ציט ארויס סאנטענע דריקט אויף 1 ספיד דייל קאלט אהן זיין ברידער יוקי(ברידערס??)ברענג מיר א פרישע הויזן,אקעי אבער פינעם אויבערשטען לעדל ווייל די אנדערע האט צוויי לאטעס אין די דריטע דארף מאמי נאך צינייען,מיט געשיקטקייט קומט יוקי אראפ צו לויפן די גאס פארסאפערטער הייט זאגט ער אים אלעס ליגט אינוויינג כמו שציוויתא,ווי גייסטו עס טוישן?ביים שווער אינדערהיים כעל שוין מסדר זיין,ענטפערט ער,א קיצר כוויל נישט מעריך זיין די שווער פיקט אים אויף דאס גאנצע וועג האט ער באוויזן האלב צו פארדעקן
שווער.וואס גייט פאר?
סאכי.נע סגארנישט,
ביים זיך אריינדרייען צום פארקינג לאט האט ער אביסל אפגעאטעמט,מיטן איידלסטן לשון בעט ער רשות אויב ער קען גיין אין בית הכבוד
ש.זיכער דארפסט ארויפגיןן דריי שטאק(די אינטערשטע ווארט מען נאך אויפן פלאמבער)גייט ארויף שנעל טוהט זיך אויס סהויזן כאפט זיך ביים קאפ ווי לייגט מען עס?א פענסטער איז געווען דארט ביז א סעקונדע האט עס געמאכט זיין וועג ארויס(פאלענדיג אויף א דורכגייער מיט אימפעט)שוין א קפרה כוועל שוין מוזן מסביר זיין פאר מאמי וואס די סוסטאציע איז געווען מיט איין קנאק רייסט ער אויף דעם בעג
אין יוקיס אלטע העמד אנטפלעגט זיך......
(אראפ גייענדעג די טרעפ מיט ביזיונות געט סאכי א טראכט"אלעמאל געשעהט עס צו מיר" יוקי "לעגא מענטשעלע האט שוין געזאגט אויף דיר די ""קעעענסט נישט גארנישט"")
שכח האטס מיר אין זייטס מיר!

:wink: :wink: :wink: :wink:
איין זאך נאר די מיזט מיר זאגן וועלכע טעלעפאון האט נישט די וואויסמעיל פאר די ערשטע ספיד-דייעל, סימאכט מער שוין זיער לאנג נערוועז יעדע מאל וואס מיין טעלעפאון רעדט הויך בטעות 'פליז ענטער יאהר פעסקאוד טעהן פרעס פאונד'
מיין לופי'לע........
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”