מארבלס האט געשריבן:יידישע קהילות האט געשריבן:קומט רבותי אלע אין איינעם אריין אין געטא, דאן אויף די באנען קיין ... שוין.
עס איז נישט קיין מצוה זיך צו לאזן שלאגן פון א גוי.
און אויב א גוי איז א רשע א אנטיסעמיט מעג איך שרייען הויעך בקול רם אויף אים.
זאל מיר איינער ווייזן אין איין ספר וואו עס שטייט אז ווען א גוי שלאגט א ייד אדער איז אים מצער אז מ'טאר אים נישט צוריקשרייען אדער צוריקשלאגן.
נייע תורה פון תשע"ה.
דו קענסט אביסל היסטאריע?
ווען היטלער ימ"ש האט אנגעהויבן צו רודפ'ן די אידן (נאך עטליכע יאר פאר די מלחמה, ווען ער האט געטון איין זאך אויפאמאל און געווארט צו זען די וועלט'ס רעאקציע דערצו), איז געווען צוויי מעשיות וואו אידן האבן פרובירט 'אים צו ווייזן' און 'זיך נישט לאזן':
1) די ציונים אין אמעריקע האבן אויסגערופן א באיקאט קעגן דייטשלאנד. ווען דער שד ימ"ש האט געהערט דערפון, האט ער אנגעהויבן שרייען און שעלטן בזה הלשון, "איך וועל זיי אויסקוילן ווי די אינדן פון פעלד!"
די באיקאט וואס האט אים געזאלט 'ווייזן' האט צורייצט זיין כעס און ליידער געמאכט דעם מצב פיל ערגער.
2) ווען מען האט פארטריבן הונדערטער טשעכישע (אדער אונגארישע? איך בין נישט זיכער) אידן קיין פוילן וואו זיי זענען נעבעך געבליבן שטעקן צווישן די גרעניצן אונטער'ן פרייען הימל, האט איין בחור באשלאסן 'צו ווייזן' און 'זיך נישט לאזן' און דערשאסן א נאצי צום טויט.
האבן זיך די רשעים דערשראקן פון זיין 'מעכטיגע שטארקייט'? פונקט פארקערט, זיי האבן זיך מחי' געווען דערמיט! דאס איז אויסגענוצט געווארן צום מאקסימום אלץ א תירוץ צו פארברענען הונדערטער אידישע שולן און פייניגן הונדערטער אידן ביי קריסטאלנאכט.
און אויב מיט די געטאס און די באנען מיינסטו דאס וואס רבי מיכאל בער זצ"ל האט געשריגן מ'זאל זיך קעגנשטעלן, איז זיין עצה נישט געווען צוריקצושלאגן און נישט שרייען בקול רם, נאר איין זאך: אנטלויפן און זיך באהאלטן.
לאמיר זיך לערנען פון היסטאריע, ווייל היסטאריע חזר'ט זיך איבער.
#1 וואס דו שרייבסט. נו נו. עס איז א שיינע לעגענדע. אבער אין #2 האסטו געמאכט אזא שיינע היסטארישע לאקשן קוגל אז עס ברענגט צו לאכן ביי איינער וואס קען היסטאריע. קוק נאך אליינס די דאטום'ס וועסטו זעהן די מיקסאפס.
מיין טאטע האט מיר פארציילט פאשידנע עפיזאדן פון "חאפט-אים'ס" אין וומסב"ג. האט איינער ג'האקט אין קאפ התגרות באומות?
דער רבי זי"ע איז געווען בתוקפו, מיט הונדערטער ת"ח פון דערהיים האט איינער געזאגט אז מ'טאר נישט?
לגבי ר' מיכאל בער ווייס איך נישט וואס ער האט יא ג'זאגט און וואס נישט. אבער אז ר' מנחם זעמבא האט ג'פסקנט זיך צו שלאגן מיט געווער ווייס איך יא.
באמת דארף מען נישט קיין היתר. פשוט הבא להורגך וכו'. אין שו"ע ווערט אויך ג'פסקנט לגבי גוים הצרים על עיר.