נפטר לעבן, דו לאזט מיר נישט גיין צו דיין לוייה!
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4136
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
נפטר לעבן, דו לאזט מיר נישט גיין צו דיין לוייה!
נפטר לעבן... אויך מיר א שפראך דאס...
א צייט צוריק קאללט מיר א חבר און פארציילט אז א עלטערע איד וועמען מיר קענען גוט פון אסאך יארן איז נעבעך אוועק.
היות די לוייה איז נישט דא אין שטאט לאוקעל, פרעגט ער מיר צו כ'וויל ארויספארן צום לוייה צוזאמען.
נאכן זאגן בד"ה מיט א קרעכץ, טראכט איך א רגע און כ'זאג אים: כ'קום נישט. מצוה לקיים דברי המת. כ'קען נישט גיין צו זיין לוייה, ווייל כ'בין דאך נישט געווען ביי זיין חתונה!!
דער נפטר איז געווען א פיינער איד א בעל חסד, אבער א גרויסער מויל מאכער. ער האט ליב געהאט צו זאגן זיין מיינונג ברבים, און ס'איז אים געווענליך געלונגען אז דערוילעם האט אנגענומען זיינע סברות.
מיט עטליכע צענדליגע יארן צוריק איז פארגעקומען א פדיון שבויים קאמפעין אין ביהמ"ד וואו אונז האבן געדאווענט ביינאזאם, פאר א איד וואס האט אנגעבליך אויסגעשווינדלט דעם סיסטעם און איז נעבעך געכאפט געווארן נאך זיינע דריידעלעך.
די צרה איז געווען אז יענער יושב חושך וצלמות איז נישט געווען פון 'אונזער' קהילה. האבן די עסקנים פרובירט אנצוווארעמען די הערצער אויך פון אנ"ש.
שבת האט א עסקן געהאלטן א דרשה אין שול וועגן דעם גרויסן צוועק, און נאך שבת האט מען געהאנגען פלאקאטן. געמאכט א מצב. יעדער האט געוואוסט אז דינסטאג קומען די עסקנים צו אונז אין שול צאמצונעמען דאס געלט.
דער יעצטיגער נפטר, האט דינסטאג צופרי גערוישט און געטומלט אין שול קעגן דעם קאמפעין. זיין ענדגילטיגער פסק, דעת בעל הבית, איז ארויס:
"אז ער האט מיר נישט גערופן צום חתונה - רופטס מיר נישט צום לוייה!!!!!!"
וענו כל העם יחדיו ואמרו אמן ואמן.
ס'געווען א דורכפאל פון א אקציע, אין גרויסן טייל אים צו פארדאנקען.
יהא זכרו ברוך.

- לעגאו מענטשעלע
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3651
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
- לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12236
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
@חוח פליז פליז לאז אים לעבן, דו ווילסט בכלל נישט מ'זאל דיר איבערחזר'ן דיינע ווערטער,- וואס דו האסט געזאגט, ביודעים ובלא יודעים, און פארשידענע מצבים און גיסטעס - נאך דיינע הונדערט און פופציג, אויף די וועלט, און אוודאי נישט אויבן...
ווער איז צמח???? ערשט האנטיגע באריכטן פונעם שפיאנאזש הויפטקוואטיר
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4136
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
נו גוט נו שוין האט געשריבן:@חוח פליז פליז לאז אים לעבן, דו ווילסט בכלל נישט מ'זאל דיר איבערחזר'ן דיינע ווערטער,- וואס דו האסט געזאגט, ביודעים ובלא יודעים, און פארשידענע מצבים און גיסטעס - נאך דיינע הונדערט און פופציג, אויף די וועלט, און אוודאי נישט אויבן...
נאך דיינע 150% גערעכט זיין, מוז איך אבער צולייגן, אז קיינער וויל טאקע נישט הערן אויבן זיין אייגענעם אפקלאנג פון אלע נארישקייטן וואס ער האט דא אונטן צאמגערעדט יארן פריער. אבער ווען ס'קומט צו אידיש בלוט איז עס א ווייטאג.
איך האב יענעם טאג צוגעקוקט מיט קלעם ווי עולם-גוילם נעמט אן זיין מיינונג וואס ער האט אויסגעפלוישעט ברבים, און מיט דעם האט ער ליידער אפגע'שחט'ן די יגיעה וואס וואוילע עסקנים האבן אריינגעלייגט.
גראדע איז יענער געווען א גרויסער בעל צדקה און האט געטון אסאך חסד, אבער דעמאלט האט ער זיך לפענד"י פארפאטשקעט מיט זיין שטייפע דעה.
כ'בין זיכער ער האט תשובה געטון וחסד לפניו יהלוך אויף יענע וועלט, אבער ביי מיר האבן זיינע ווערטער זייער נישט גוט באנומען.
פריוואט האב איך זיך (נאך בחייו) אונטערגענומען א דבר טוב, אין ליכט פון די פאסירונג.
#טראכטן פאר מען רעדט, עכ"פ ברבים.
- שפיגליצקי
- שר האלף
- תגובות: 1298
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
- לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט
איך פארשטיי זעהר גוט די מוסר השכל פון אייער ארטיקל, אבער ס'איז לכאורה קעגן די הלכה און קעגן מענטשליכקייט צו שרייבן אזא תגובה, מיט אזויפיל קטרוג, אן קיין ברעקל לימוד זכות, מ'דארף זיך שלאגן ביי זיך אין געדאנק ניטאמאל אזוי צו טראכטן כדי מ'זאל נישט יענעם מער שמייסן, אבער אפשרייבן??!?
אמת, דאס וואס יענער האט געטון איז אויך אוממענטשליך, אבער דאס דערמאנען אזויפיל יאר שפעטער, ווייסט איר וויפיל מקטרגים איר זענט מעורר אויף זיך מיט דעם?? צי האלט איר אז דער ליבער פאטער וויל מ'זאל דערמאנען אזויפיל יאר שפעטער וואס זיינס א קינד האט שמוציג געמאכט?
אויב חס ושלום מ'דארף אביסל לייטערן די נשמה איז דא ווער ס'זארגט זיך דערפאר אויבן, ס'איז נישט אייער אויפגאבע דאס צו פארשרייבן לזכרון עולם.
זאל דער אויבערשטער העלפן אז יענע נשמה זאל גאר שנעל האבן א תיקון, תהא נשמתו צרורה בצרור החיים, און הלואי זאל מען פון הימל זיך נישט וויסנדיג מאכן פון דאס וואס איר האט דא געשריבן.

אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אין א שיינעם העלן טאג...
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4136
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
צוליב די פארשידנארטיגע תגובות אויפן פאבליק פלאטפארמע און באישי, לאמיר אויסשמועסן א קלייניגקייט. מיט א טראפ אפנהארציגקייט.
ס'דא רעכטן וואס א שרייבער האט, כדי צו באזאלצן און באפעפערן זיינע ארטיקלען. ס'דא רעכטן וואס א שרייבער האט בעצם נישט, אבער טייל שרייבערס ערלויבן זיך עס יא.
איך האב זיך דא גענומען, מעגליך מיט אומרעכט, א געשוואלענע מאס רעכטן צו פאסמאקעווען מיין געדאנק. כ'האב געוואלט ארויסברענגען א פוינט ותו לא.
יא, יענער אויבער-חלום איז געשטאנען און גע'דרש'ענט אז אויב מ'טיילט מיר נישט א מוציא ביים חתונה דאן רוף מיר נישט צום לוייה. יא, יענער האט אפגעטון זייער א נישט-שיינע זאך.
אבער...
אבער די ערשטע האלב מעשה איז (נאכ)נישט געשען... לא היה ולא נברא אלא משל היה.
מ'רעדט פון א איד וואס לעבט אינגרויסן! ער איז (נאכ)נישט אלט. זאל ער דערלעבן משיח'ס טאג.
כדי ארויסצוברענגען דעם פוינט שטערקער, האב איך יענעם אוועקגעלייגט פאר געציילטע מינוטן, כדי צו שפינען די געשיכטע אין אזא ריכטונג און עס זאל זיך הערן שארפער.
די טענה אז מ'טאר נישט מקטרג זיין אויף א נפטר, איז ממילא נישט רעלאווענט דא. כ'האב דאך געשריבן 'נפטר לעבן' פאר א סיבה...
אפשר וועט ער נאך דא ליינען מיין ארטיקעלע, און אנערקענען זיין פעלער. עס איז מסתמא נישט א מעוות לא יוכל לתקון.
אלנפאלס, ברוך מחיה המתים.
ס'דא רעכטן וואס א שרייבער האט, כדי צו באזאלצן און באפעפערן זיינע ארטיקלען. ס'דא רעכטן וואס א שרייבער האט בעצם נישט, אבער טייל שרייבערס ערלויבן זיך עס יא.
איך האב זיך דא גענומען, מעגליך מיט אומרעכט, א געשוואלענע מאס רעכטן צו פאסמאקעווען מיין געדאנק. כ'האב געוואלט ארויסברענגען א פוינט ותו לא.
יא, יענער אויבער-חלום איז געשטאנען און גע'דרש'ענט אז אויב מ'טיילט מיר נישט א מוציא ביים חתונה דאן רוף מיר נישט צום לוייה. יא, יענער האט אפגעטון זייער א נישט-שיינע זאך.
אבער...
אבער די ערשטע האלב מעשה איז (נאכ)נישט געשען... לא היה ולא נברא אלא משל היה.
מ'רעדט פון א איד וואס לעבט אינגרויסן! ער איז (נאכ)נישט אלט. זאל ער דערלעבן משיח'ס טאג.
כדי ארויסצוברענגען דעם פוינט שטערקער, האב איך יענעם אוועקגעלייגט פאר געציילטע מינוטן, כדי צו שפינען די געשיכטע אין אזא ריכטונג און עס זאל זיך הערן שארפער.
די טענה אז מ'טאר נישט מקטרג זיין אויף א נפטר, איז ממילא נישט רעלאווענט דא. כ'האב דאך געשריבן 'נפטר לעבן' פאר א סיבה...
אפשר וועט ער נאך דא ליינען מיין ארטיקעלע, און אנערקענען זיין פעלער. עס איז מסתמא נישט א מעוות לא יוכל לתקון.
אלנפאלס, ברוך מחיה המתים.
- לעגאו מענטשעלע
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3651
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
- לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12236
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
חוח בין השושנים האט געשריבן:צוליב די פארשידנארטיגע תגובות אויפן פאבליק פלאטפארמע און באישי, לאמיר אויסשמועסן א קלייניגקייט. מיט א טראפ אפנהארציגקייט.
ס'דא רעכטן וואס א שרייבער האט, כדי צו באזאלצן און באפעפערן זיינע ארטיקלען. ס'דא רעכטן וואס א שרייבער האט בעצם נישט, אבער טייל שרייבערס ערלויבן זיך עס יא.
איך האב זיך דא גענומען, מעגליך מיט אומרעכט, א געשוואלענע מאס רעכטן צו פאסמאקעווען מיין געדאנק. כ'האב געוואלט ארויסברענגען א פוינט ותו לא.
יא, יענער אויבער-חלום איז געשטאנען און גע'דרש'ענט אז אויב מ'טיילט מיר נישט א מוציא ביים חתונה דאן רוף מיר נישט צום לוייה. יא, יענער האט אפגעטון זייער א נישט-שיינע זאך.
אבער...
אבער די ערשטע האלב מעשה איז (נאכ)נישט געשען... לא היה ולא נברא אלא משל היה.
מ'רעדט פון א איד וואס לעבט אינגרויסן! ער איז (נאכ)נישט אלט. זאל ער דערלעבן משיח'ס טאג.
כדי ארויסצוברענגען דעם פוינט שטערקער, האב איך יענעם אוועקגעלייגט פאר געציילטע מינוטן, כדי צו שפינען די געשיכטע אין אזא ריכטונג און עס זאל זיך הערן שארפער.
די טענה אז מ'טאר נישט מקטרג זיין אויף א נפטר, איז ממילא נישט רעלאווענט דא. כ'האב דאך געשריבן 'נפטר לעבן' פאר א סיבה...
אפשר וועט ער נאך דא ליינען מיין ארטיקעלע, און אנערקענען זיין פעלער. עס איז מסתמא נישט א מעוות לא יוכל לתקון.
אלנפאלס, ברוך מחיה המתים.
ווער איז צמח???? ערשט האנטיגע באריכטן פונעם שפיאנאזש הויפטקוואטיר
- בשבילי נברא
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9235
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am
יישר כח האט געשריבן:חוח בין השושנים האט געשריבן:
פריוואט האב איך זיך (נאך בחייו) אונטערגענומען א דבר טוב, אין ליכט פון די פאסירונג.
#טראכטן פאר מען רעדט, עכ"פ ברבים.
דיין קבלה פון טראכטן פאר מען רעדט. איז נאר אויף רעדן אדער אויך שרייבן.
מיט אונזער חוח'ן איז בעסער ווי ווייניגער ער טראכט פארן שרייבן, זיינע סחורה קומט אזוי ארויס אסאך בעסער און שענער...
---
- שפיגליצקי
- שר האלף
- תגובות: 1298
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
- לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט
מחול לך מחול לך...
יעצט האט איר מיר געווינען, ווייל געווענליך האב איך נישט ליב אריין צו גיין אין אן אשכול וואס דער קעפל שרייט ארויס אז יענער האט אריין געלייגט מחשבה ווי אזוי צו שרייבן ס'קעפל אז ס'זאל כאפן מיין בליק איך זאל דאס וועלן עפענען...
יעצט האט איר מיר געווינען, ווייל געווענליך האב איך נישט ליב אריין צו גיין אין אן אשכול וואס דער קעפל שרייט ארויס אז יענער האט אריין געלייגט מחשבה ווי אזוי צו שרייבן ס'קעפל אז ס'זאל כאפן מיין בליק איך זאל דאס וועלן עפענען...
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אין א שיינעם העלן טאג...
- בשעה שיש
- שר האלף
- תגובות: 1201
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
- לאקאציע: עולם החלומות
בשעה שיש האט געשריבן:;l;p="יישר כח"]חוח בין השושנים האט געשריבן:
פריוואט האב איך זיך (נאך בחייו) אונטערגענומען א דבר טוב, אין ליכט פון די פאסירונג.
#טראכטן פאר מען רעדט, עכ"פ ברבים.
דיין קבלה פון טראכטן פאר מען רעדט. איז נאר אויף רעדן אדער אויך שרייבן.
[/quote]
זייער גוט געשריבן,א גיטע פוינט!
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4136
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4136
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
חוח בין השושנים האט געשריבן:טעם וריח האט געשריבן:חוח בין השושנים האט געשריבן:נפטר לעבן...
יהא זכרו ברוך.
בפשטות הייסט דאס לעבן געבליבענעם נפטר ״ברוך״ אזוי פארשטיי איך דעם רמז.. אה כמין כווייס ווער דאס איז.. זאכן הייבן אן שטימען..
אויב אזוי, טעם, מיינעך אז כ'ווייס ווער דו ביסט. רבינו תם?
ניין ניין.. כבין א אייניקל פון לקוטי מה׳ריח
על "טעם וריח" אין להתווכח
-
- שר חמישים
- תגובות: 92
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2015 2:37 pm
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4136
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
פארציילט היינט א איד אין שול אז דער שווארצער ארבעטער פרעגט אים פארוואס מ'זינגט ליהודים היתה אורה? פארוואס דערמאנט מען נאר די אידן? ס'אביסל ראסיסטיש...
האב'כ'זיך דערמאנט פון דעם אשכול'ע. ערל טייערער, ביסטו אויך געווען אזוי אנגעצויגן ווי אונז פאר די העפפי ענדינג? "ביסטע נישט געווען ביים לוייה - קום נישט צום חתונה"...