דעמאקראטישע פריימערי דעבאטעס 2020 למספרם

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29177
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אה, זאג אזוי, אז דאס איז א טשארט פון די בעטינג מארקעט. דאס האב איך נישט געזען אין דיין לינק.

איך בין נישט קיין אנאנלפאבעט צו ברויכן הסבר אויף וואס אויב מען געווינט די פריימעריס מיינט.
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

Goodmorning האט געשריבן:
Yang2020 האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:די אלע דאטא איז גארנישט ווערט אן קיין פארמילע. אויף וואס איז עס בעיזד.

טראמפ זאגט נישט אייביג וואס ער האלט, לויט סורסעס שוויצט ער די מערסטע פון ביידן.

פעיר ענאף, דערפאר איז טאקע זייער גוט אז די סאורס קאוד איז צוגעלינקט אויפן טשארט. מער הסבר.

זייער שווער צו גלייבן ער זאל מורא האבן די מערסטע פון ביידען, חוץ אויב מיינסטו סיי וועלכע מעסיגע קאנדידאט. אבער יענג ציט מער דרויסנדיגע שטיצע ווי די מעסיגע קאנדידאטן.

יש ברירה האט געשריבן:עס איז בכלל מאדנע ביז גאר צו זאגן א סטעיטמענט אז דער קאנדידאט וואס האט 1.3% אין די אנקעטעס ער איז דער וואס האט די גרעסטע שאנסן צו געווינען טראמפ.

דאס איז געזאגט געווארן אפגעזען וועלכע "דאטע" מען צייגט.

Chances for winning the presidency for major candidates, given that they win the primary

העי, איז שרייבן אידיש אויך איין פון דיינע שטוינענדע קוואליפיקאציעס מר יענג? איך הייב שוין אן גלייבן אז דער קאנדידאט אליין שרייבט דא לויט די שטארקע געטריישאפט אין גלויבן אין אים....

לויט ווי איך ווייס קען יענג נישט רעדן קיין גוטן טשייניזיש, כאטש עס איז די שפראך פון זיינע עלטערן, און נישט קיין ספאניש, כאטש ער האט עס געלערנט אין שולע. שפראך קענטעניש איז נישט פון זיינע שטוינענדע קוואליפיקאציעס, פאר דעם דארפסטו גיין צו בוטידזשעזש'ס נארוועגיש...

אין די תגובה וואס דו האסט ציטירט איז גראדע נישט דא קיין געטריישאפט אדער גלויבן, נאר איין factual claim, אז יענג ציט מער דרויסנדיגע שטיצע ווי די מעסיגע קאנדידאטן. און די דאטא צייגט דאס. די איינציגסטע וואס ציען דאבל דיזשיטס פון טראמפ וואוטערס אין 2016 זענען סענדערס און יענג, און עס איז צום גלייבן אז א גרויס חלק פון סענדערס שטיצער זענען שוין געווען זיינע שטיצער אין 2016, און האבן געשטימט פאר טראמפ צו גיין קעגן קלינטאן און די DNC.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

Yang2020 האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
Yang2020 האט געשריבן:איך האב געמיינט אז די 1.3% פון וואס דו רעדסט איז פון געווינען די פריימערי. פון וואו דען קומט די נאמבער?

איך וויל פשוט ארויסברענגן וואספארא דורכפאל ער איז... ער קען נישט גרייכן 1.5% אין די פריימערי אבער "ער" האט די מערסטע שאנסן צו געווינען טראמפ... וואו איז זיין אפיעל יעצט?

כ'מיין... דו ביסט כמעט מער פאפולער ווי אים...

אין מיינע אויגן ווייזט עס מער וואספארא דורכפעלער די דעמאקראטן זענען, אדער וואספארא בר מזל טראמפ איז...

אבער איך האב פונקט לעצטענס געכאפט אז דריי ניו יארקער לויפן יעצט אין דעמאקראטישע פריימעריס.
איינער, דער יעצטיגער און לאנגיעריגער מעיאר אין די גרעסטע סיטי אין לאנד, קומט פון א פאליטישע משפחה און האט די ריכטיגע קאנעקשאנס. די אנקעטעס שטעלן אים ביי ארום 0.0%. האט נישט קיין שאנס צו קוואליפיצירן פאר די נעקסטע דעבאטעס.
די צווייטע, די יעצטיגע און לאנגיעריגע סענאטאר אין איינע פון די גרעסטע סטעיטס, מיט א לאנגע פאליטישע קאריערע און די ריכטיגע קאנעקשאנס און א טאכטער פון א לאביאיסט. די אנקעטעס שטעלן איר אויך נישט צופיל העכער ווי 0.0%. וועט כמעט זיכער נישט קוואליפיצירן פאר די נעקסטע דעבאטעס.
דער דריטער, א ערשטע-גענעראציע אמעריקאנער און אינגאנצן אומבאוויסט, האט געארבעט נאר אין די פרייוועט סעקטאר און אין נאן-פראפיט, האט נישט קיין קאנעקשאנס און איז נישט קיין ביליאנער. די אנקעטעס שטעלן אים ארום 2%, און ער איז געגאנגען פון דער לעצטער אין 24 צו די זעקסטע-אכטע פלאץ. האט שוין קוואליפיצירט פאר די נעקסטע דעבאטעס.

אויך אויב בלייבט ער דא שטיין איז ער שוין נישט קיין דורכפאל.

איך וועל נישט אוועקנעמען וואס ער האט... יא ער האט 1.3% פון די דעמעקראטישע בעיס וואס שטיצן אים. ער איז נישט די שוואכסטע קאנדידאט!!! עס זענען זאגאר דא קאנדידאטן וואס האבן בלויז 1.29%... א צווייטע לוזער האט 1%...

דו האלטסט און איין ברענגען ציפערן צו צייגן זיין שטארקייט. אבער ליידיגע ציפערן זאגן אונז גארנישט. ער איז געגאנגען פון 0% צו 1.3% נאך חדשים פון קאמפיינען. דאס האט ער און דאס נעם איך אים נישט אוועק... ער האט א באזע פון יונגע שטיצער פאר סיי וועלכע סיבה עס זאל נאר זיין וואס שטיצן אים.

אבער מען מוז דאך אמאל קוקן אויף רעאליטעט אויך. ער האט נישט קיין ברייטע אפיעל. זיינע אנקעטע ציפערן זענען פלאך אפשר מיט א קליינע קנייטש אראפ די לעצטע עטליכע וואכן. ענדרו יענג איז א שוואכע קאנדידאט.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

דער שמועס איז טאקע א "דעבאטע" אבער באלאנגט פארט אין יענג'ס אשכול.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

אבער זיינע דיפרענט איידיעס זענען גראדע דערפרישענד. למעשה וויל יעצט רוב עולם פשוט צוריק צו מענטשליכקייט און ווי געווען, נאך די טראמפ טראומא, מען זוכט נישט אזוי ווייט חדשות מיין איך
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

וואו איז יענג2020 מיט די נייעס פון יענג'ס געהילף וואס לויפט קעגן נאדלער?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:וואו איז יענג2020 מיט די נייעס פון יענג'ס געהילף וואס לויפט קעגן נאדלער?

יענג האט א באזונדערע אשכול.

ער איז טאקע קוואליפיצירט צום נעקסטן דעבאטע, ס'האט זיך אבער נאכנישט אנגעהויבן...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

איך בין נישט דער וואס האט אריינגעברענגט יענג אינעם יעצטיגן שמועס, אבער לאמיר טאקע ציען דעם שמועס אין יענג'ס אשכול און דא צוריקגיין צום נושא.

בולאק האט זיך געלאזט הערן:
We’re kidding ourselves if we’re calling a $10 million purchase of 130,000 donors a demonstration of grassroots support.

אויף וואס סטייער'ס קאמפיין האט געענטפערט:
Fewer than half of Tom's donations came from advertising.

איך האב א חשד אז איך ווייס פארוואס זיי האבן גענוצט די ווארט "דאונעישאנס" און נישט "דאונארס"...
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

רעדנדיג פון סטייער, און בהמשך צום נעכטיגן שמועס, איז יעצט זיין שאנס קעגן טראמפ 38.23% אויף primary.guide. דאס איז נידריגער פון יעדעם חוץ פון הילערי קלינטאן (35.20%)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

צל עובר האט געשריבן:איינער ברענגט ארויס אז די דעמאקראטן ווילן נישט זעהן סטייער אויפן סטעידזש, ווייז איך אן אז זיי ווילן אויך נישט זעהן יענג, אזוי ווי יענג אליינס ווי אויך להבדיל יענג 2020 האבן געהאלטן אז די די ען סי טוט שטיקעס אז ער זאל נישט דארט זיין.

יעדער האט א רעכט צו ווילן וואס ער וויל, און איך האב נישט קיין פראבלעם מיט איינעם וואס דרוקט אויס זיין ווידערווילן אז יענג איז אויפן סטעידזש. אבער מאניפולירן די רולס, לאזן זאכן אומקלאר וואכן לאנג און זיי נאר אויסקלארן ווען עס קען איינעם שעדיגן, איגנארירן איינעם אויפן סטעידזש און אים נאר פרעגן צוויי אומפאסיגע פראגן אין צוויי שעה, די זאכן זענען שוין אינגאנצן עפעס אנדערש.

א ארטיקל אין בלומבערג אפיניאן רופט אפן פאר די די ען סי "to rig the rules" אויסצושליסן סטייער, יענג און וויליאמסאן. חוץ פון דעם, געבט ער אן פארשידענע טאקטיקן וויאזוי צו starve'ן זייערע קאמפיינען, דורכן נישט געבן ענדארסמענטס און איגנארירן אין די מידיא. ער ווייזט אויך אן אז עס זאל געמאכט ווערן אויף א איידעלע אופן, ווייל אויפגערעגטע ביליאנערן איז נישט וואס די פארטיי זוכט יעצט.

נישט אז די זאכן זענען מיר א חידוש, אבער עס אפן ארויסצושרייבן אין א רעספעקטירטע צייטונג האב איך נאר געמיינט איז אמעריקע נאכנישט גרייט. America is already great!
די רוסן דארפן זיך שוין נישט מישן אין די וואלן, מיר טויגן אליין קעניינעהארע.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

קאסטרא האט יעצט קוואליפיצירט פארן סעפטעמבער דעבאטע אין יוסטאן, טעקסאס, מיט סי.ען.ען.'ס 2%.

צען קאנדידאטן קוואליפיצירן דערווייל;

אראורק
בוטידזשעדזש
בוקער
ביידען
העריס
ווארען
יענג
סאנדערס
קאסטרא
קלאבוטשער.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

If more than 10 candidates qualify under the rules, the debate will take place over two nights. For the two-night scenario, ABC News in accordance with the DNC will hold a selection event on Aug. 29 to randomly assign the candidates to a night. The format of the debate will be one minute and 15 seconds for direct responses to questions and 45 seconds for rebuttals.

https://www.google.com/amp/s/abcnews.go ... d=65077321

לאמיר האפן סטייער איז #11.
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

Inslee dropping out
געשריבן דורך: נעכטן
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

איינער זאגט גערעכט, אין די יעצטיגע צייט האט שוין נישט קיין פשט אויסצושפרייטן די שטארקע קאנדידאטן צו ביידע דעבאטעס. ענדערש לייגן אלע גרויסע אינאיינעם, די וויילער זאלן קענען זעהן ווי די ערענסטע אויסוואלן דעבאטירן איינעם דעם צווייטן, און עקסטער מאכן א קינדער דעבאטע אזוי ווי די רעפאבליקאנער אין 16'
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

יש ברירה האט געשריבן:איינער זאגט גערעכט, אין די יעצטיגע צייט האט שוין נישט קיין פשט אויסצושפרייטן די שטארקע קאנדידאטן צו ביידע דעבאטעס. ענדערש לייגן אלע גרויסע אינאיינעם, די וויילער זאלן קענען זעהן ווי די ערענסטע אויסוואלן דעבאטירן איינעם דעם צווייטן, און עקסטער מאכן א קינדער דעבאטע אזוי ווי די רעפאבליקאנער אין 16'

אין 16' האב איך נישט מיטגעהאלטן, אבער לויט וויאזוי די יעצטיגע דעמאקראטישע פריימעריס זענען געפירט געווארן ביז אהער וואלט עס געווען געפערליך אומגערעכט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

אויב אזוי דאן זאל מען ענדערש מאכן איין דעבאטע מיט אלע 11
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

איין דעבאטע האט טאקע א מעלה אז אלע קאנדידאטן שטייען איינס קעגן די צווייטע און קענען גרינג פארגליכן ווערן, אבער פון די צווייטע זייט, מיט די באגרעניצטע צייט ווערט עס אויס דיסקוסיע, נאר א shouting match וואו יעדער שרייט סאונד בייטס אן קיין שום סובסטאנץ.

איך האלט אז די חסרון וועגט איבער, אבער איך קען פארשטיין די אנדערע זייט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

עס איז נאך דא גענוג צייט פאר איין-נאכטיגע דעבאטעס מיט אלע פיר-זעקס קאנדידאטן. נאך כמעט זעקס חדשים צום אייאווע קאוקוס. אבער נאך א דעבאטע מיט א טוץ באטייליגטע ווען יעדער האט פיר סקונדעס צו רעדן איבער פארצווייגטע אישוס האט זיכער נישט קיין פשט.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

עס וואלט קיין סאך נישט אויסגעמאכט אין דעם הינזיכט. יעדע דעבאטע האט בערך די זעלבע צייט צו ענטפערן פראגען. אין 2016 מיט דריי מענטשן אויפן סטעידזש איז אויך געווען 90 סעקונדן פאר א ענטפער. מען קען אפשר קאווערען מער גראונד, אבער א דעבאטע איז נישט קיין פאלעסי פארעם.
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

עס איז נישט נאר די צייט. אויף א געפאקטע סטעידזש דארפסטו אטאקירן יענעם און שיסן לופטיגע פראזן וואס שנעלער כדי ארויסצושטיין. צווישן פינף מענטשן דארפסטו נישט אזוי וויכטיג ארויסשטיין, דער עיקר איז נאר זאלסט רעדן צום זאך.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

דיין פראבלעם איז נישט אז מען שיסט פראזן אדער אז מען אטאקירט... דו האסט א פראבלעם מיט די גאנצע מושג פון פאליטישע דעבאטעס (ווייל דיין קאנדידאט טויג נישט דערצוה ששששש...) און אפשר ביסטו גערעכט.

אבער פארפאלן, דעבאטעס זענען א טייל פון די וואל סיסטעם און איינער וואס קען נישט גוט דעבאטירן פעלט יענעם א טאלאנט וואס איז וויכטיג צו געווינען. נישט אז די טאלאנט פעלט זיך אויס צו קענען פירן דאס לאנד אבער ווען עס קומט צו ערוועלן א פרעזידענט קוקט מען נישט נאר אויב ער האט די טאלאנטן צו באשליסן אויב עס איז בעסער פאר די עקענאמיע א קארפעראט ראטע פון 21% אדער 22%. קענסט ארויפקומען אויפן סטעידש און מסביר זיין א לענגס און א ברייטס פארוואס איין געוויסע מהלך איז די בעסערע אויסוואל צו גיין אבער דיין קענגנער קען נאך אלץ געווינען מיט איין קליינע קריץ מיט די אויגן...
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

איך האב אסאך פראבלעמען :wink:
נישט אריינגייענדיג יעצט אינעם גאנצן מושג פון פאליטישע דעבאטעס, האב איך עקסטער א פראבלעם ווען די אינסענטיווס זענען אויסגעשטעלט ארויסצוברענגען דאס ערגסטע פון די קאנדידאטן אן צוצושטעלן עפעס זאכליך.

וואלטסטו געהאט א פראבלעם מיט א דעבאטע מיט הונדערט באטייליגטע? לאמיר זאגן אז אלע האבן פונקט 0.5 אין די אנקעטעס, נישט דא קיין טאטעס און קינדער.
די זעלבע פראבלעמען זענען אויך דא ביי א דעבאטע מיט צען באטייליגטע, כאטש אויף נידריגערע לעוועל.

ווען א שמועס אנטוויקלט זיך נאטורליך, און אלע מיטשמועסער לייגן צו בערך די זעלבע אסאך צום שמועס, קען עס געווענליך נישט באשטיין פון צען מענטשן. איך ווייס נישט פונקטליך וואו דער גרעניץ איז צווישן קאהערענטע שמועס און כאאס, אבער מער ווי זעקס איז שוין צו סאך.
א אפיציעלע דעבאטעס דארף צו זיין די זעלבע.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

Yang2020 האט געשריבן:ווען א שמועס אנטוויקלט זיך נאטורליך, און אלע מיטשמועסער לייגן צו בערך די זעלבע אסאך צום שמועס, קען עס געווענליך נישט באשטיין פון צען מענטשן. איך ווייס נישט פונקטליך וואו דער גרעניץ איז צווישן קאהערענטע שמועס און כאאס, אבער מער ווי זעקס איז שוין צו סאך.
א אפיציעלע דעבאטעס דארף צו זיין די זעלבע.

געטראפן אז פסיכאלאגן האבן שוין געטראכט איבער די שאלה, און באשלאסן אז די לימיט איז פיר, פלוס/מיינוס איינס.
https://qz.com/work/1388086/why-cant-mo ... on-at-once
https://www.psychologytoday.com/us/blog ... nversation

איך וועל אביסל מקיל זיין. בשעת הדחק, מיט א מאדערעיטער וואס האלט גוט די לייצעס, קען מען גיין ביז זעקס.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

יש ברירה האט געשריבן:(ווייל דיין קאנדידאט טויג נישט דערצוה ששששש...)

יעצט באמערקט... נעקסטע מאל שרייב עס אביסל גרעסער :P

ענדרו יענג איז געווען דער דיבעיט טשעמפיאן פון אמעריקע. נאר קוקט אויס אז היי-סקולערס דעבאטירן מער ערוואקסן ווי די גרויסע טאטע קאנדידאטן אויפן סטעידזש.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

סטייער האט טענות אז די DNC רעכנט צו ווייניג פאולס, און זיי דארפן ווען רעכענען א פאול אין נעוועדא, וואס פערצופאל וואלט יענער פאול אים קוואליפיצירט פאר די דעבאטעס...

געפעלט מיר זיין חוצפה. אנדערע שרייען אז די DNC רולס טויגן נישט ווייל זיי האבן ערלויבט סטייער זיך אריינצושטופן אזוי שנעל אן עכטע שטארקייט, קומט ער שרייען אז זיי טויגן נישט ווייל ער דארף עס מאכן נאך שנעלער.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”