ענדרו יענג, פרעזידענטליכע קאנדידאט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

ליבלעך
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 5:47 pm

יענג האט אנגעהויבן רעדן טראמפ שפראך..... זאגנדיג אז ווען טראמפ זעצט זיך ווען אריין אין א לופט באלאן וואלט עס ווען געבליבן אויפ'ן ערד צוליב זיין דיקקייט...

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:10 pm

א שאד. דאס גייט אים נאר אראפברענגען.
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1011
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:13 pm

ליבלעך האט געשריבן:יענג האט אנגעהויבן רעדן טראמפ שפראך..... זאגנדיג אז ווען טראמפ זעצט זיך ווען אריין אין א לופט באלאן וואלט עס ווען געבליבן אויפ'ן ערד צוליב זיין דיקקייט...


דאס איז געווען א מייק טעסטינג פאר דער עולם איז אריינגעקומען, און האט געדארפט צו זיין א אינעווייניגסטע דזשאוק פון נאכמאכן טראמפ, נישט קיין עכטע טשעפע אדער וואס.
אבער די מידיא ווי די מידיא...
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10327
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:18 pm

ממה נפשך האט געשריבן:א שאד. דאס גייט אים נאר אראפברענגען.


און יעך זאג, א שאד, דאס גייט אים נאך ארויפברענגן.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום מאנטאג אוגוסט 12, 2019 8:03 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
סאכאטשאווער
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 3:05 pm

תגובהדורך סאכאטשאווער » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:19 pm

בין איך מחולק, לענ"ד אפילו ווען יענד זאל ווען שיסן איינעם אויף פיפט עוו, וואלטן זיינע שטיצער געבליבן מיט אים....

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:27 pm

ממה נפשך האט געשריבן:א שאד. דאס גייט אים נאר אראפברענגען.


אראפברענגן פון וואו? פון זיין גאז באלאון וואס זיצט אויף דער ערד ביי קוים 2 % אויף די לופטן....?
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:29 pm

סאכאטשאווער האט געשריבן:בין איך מחולק, לענ"ד אפילו ווען יענד זאל ווען שיסן איינעם אויף פיפט עוו, וואלטן זיינע שטיצער געבליבן מיט אים....


מיינסט צו זאגן ער וואלט גארנישט פארלוירן ווייל ער האט נישט פון וואו צו פארלירן.

אווי פאריגע וואך, בעזאס האט פארלוירן עטליכע ביליאן דאללער אין די סטאקס, איך האב נישט פארלוירן קיין רויטע גרייצער.
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1011
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:31 pm

דאס וואלט אים געקענט אראפברענגען אויב שטופט ער זיך ווען טאקע קעגן זיין כאראקטער און נעמט זיך אזוי רעדן. א גרויס חלק פון זיינע שטיצער זענען מיט אים דווקא ווייל ער איז פונקט פארקערט.

אבער אזויווי עס איז נאר געווען א איינמאליגע אומגעלונגענע דזשאוק, גלייב איך אז עס וועט שנעל פארגעסן ווערן. די מידיא רעדט שוין יעצט כמעט נישט פון דעם.
די ערשטע בלאט אויף גוגל נייעס פאר "ענדרו יענג" איז יעצט בעיקר איבער מאסק'ס ענדארסמענט, און נאך אביסל שאר ירקות. גארנישט איבער זיין טראמפ שטאך.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1011
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:36 pm

אגב איז ער היינט ארויף 0.6% אויף electionbettingodds.com, מער ווי יעדעם אנדערש, און איז ארויף צו דאבל דידזשיטס אויף PredictIt. קוקט אויס די מארקעטס האלטן אויך אז ער שטייט נישט יעצט צום פארלירן.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1011
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:49 pm

אין אנדערע יענג-קעגן-טראמפ נייעס, האט יענג'ס קאמפיין ארויסגעשטעלט דעם עד, וואס שטעלט צאם שטיקלעך פון טראמפ'ס רעטאריק קעגן אימיגראנטן מיט שטיקלעך פון יענג אז עס איז נישט אימיגראנטן נאר אויטאמאציע.
https://drive.google.com/file/d/1BbELoz ... sp=sharing
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
לייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 7:33 pm

לכבוד הרב@יענג2020
איך בין נישט קיין אקאנעמיסט, אבער איך טראכט אז אויב מען גייט געבן פאר יעדן אמעריקאנער 1000 $ א חודש גייט די דאלאר פארלירן די ווערט, מאכט סענטס?

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1011
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 7:51 pm

לייטער האט געשריבן:לכבוד הרב@יענג2020
איך בין נישט קיין אקאנעמיסט, אבער איך טראכט אז אויב מען גייט געבן פאר יעדן אמעריקאנער 1000 $ א חודש גייט די דאלאר פארלירן די ווערט, מאכט סענטס?


סענס מאכט עס, אבער דער עכטער עקאנאמישער ענטפער אין קורצן איז ניין.
וויאזוי אינפלאציע פאסירט איז אביסל קאמפליצירט, אבער דער פרידאם-דיווידענד גייט נישט ברענגען קיין פרישע געלט אינעם סיסטעם, און גייט נישט שטופן ספענדינג איבער פראדוקציע.
איך האב געוואלט ענטפערן די אלע פראגעס מיט מער הסבר, אבער ביזן קרעטשמע אפאר לינקס.
https://medium.com/human-capitalism/the ... 43dc3#b7a9
https://medium.com/basic-income/wouldnt ... 71d69f15e7
https://www.reddit.com/r/YangForPreside ... inflation/
https://twitter.com/JamesRobichaux/stat ... 7896927233

און דער עיקר איז, אז UBI איז נישט קיין נייע זאך וואס איז נאך קיינמאל נישט אויספראבירט געווארן. ווערסיעס דערפון זענען שוין איינגעפירט געווארן צענדליגע מאל, און דער פאקט ווייזט אז עס ברענגט נישט קיין אינפלאציע.
ווען אמעריקע האט געדרוקט פרישע פיר טריליאן דאלער אויסצולייזן די בענק ביים לעצטן גרויסן קראך, האבן אסאך געשריגן אז עס וועט ברענגען מאסיווע אינפלאציע, למעשה איז נישט אזוי געווען. מען דארף צופאסן די טעאריע צו די פאקטן און נישט פארקערט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1011
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 12:19 pm

טשיקאווע...
צוגעלייגטע
fqqx8acug8g31.jpg
fqqx8acug8g31.jpg (62.65 KiB) געזעהן 1272 מאל
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1011
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 8:27 am

המשך פון viewtopic.php?p=1980551#p1980551

יש ברירה האט געשריבן:
Yang2020 האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
Yang2020 האט געשריבן:איך האב געמיינט אז די 1.3% פון וואס דו רעדסט איז פון געווינען די פריימערי. פון וואו דען קומט די נאמבער?

איך וויל פשוט ארויסברענגן וואספארא דורכפאל ער איז... ער קען נישט גרייכן 1.5% אין די פריימערי אבער "ער" האט די מערסטע שאנסן צו געווינען טראמפ... וואו איז זיין אפיעל יעצט?

כ'מיין... דו ביסט כמעט מער פאפולער ווי אים...



אין מיינע אויגן ווייזט עס מער וואספארא דורכפעלער די דעמאקראטן זענען, אדער וואספארא בר מזל טראמפ איז...

אבער איך האב פונקט לעצטענס געכאפט אז דריי ניו יארקער לויפן יעצט אין דעמאקראטישע פריימעריס.
איינער, דער יעצטיגער און לאנגיעריגער מעיאר אין די גרעסטע סיטי אין לאנד, קומט פון א פאליטישע משפחה און האט די ריכטיגע קאנעקשאנס. די אנקעטעס שטעלן אים ביי ארום 0.0%. האט נישט קיין שאנס צו קוואליפיצירן פאר די נעקסטע דעבאטעס.
די צווייטע, די יעצטיגע און לאנגיעריגע סענאטאר אין איינע פון די גרעסטע סטעיטס, מיט א לאנגע פאליטישע קאריערע און די ריכטיגע קאנעקשאנס און א טאכטער פון א לאביאיסט. די אנקעטעס שטעלן איר אויך נישט צופיל העכער ווי 0.0%. וועט כמעט זיכער נישט קוואליפיצירן פאר די נעקסטע דעבאטעס.
דער דריטער, א ערשטע-גענעראציע אמעריקאנער און אינגאנצן אומבאוויסט, האט געארבעט נאר אין די פרייוועט סעקטאר און אין נאן-פראפיט, האט נישט קיין קאנעקשאנס און איז נישט קיין ביליאנער. די אנקעטעס שטעלן אים ארום 2%, און ער איז געגאנגען פון דער לעצטער אין 24 צו די זעקסטע-אכטע פלאץ. האט שוין קוואליפיצירט פאר די נעקסטע דעבאטעס.

אויך אויב בלייבט ער דא שטיין איז ער שוין נישט קיין דורכפאל.

איך וועל נישט אוועקנעמען וואס ער האט... יא ער האט 1.3% פון די דעמעקראטישע בעיס וואס שטיצן אים. ער איז נישט די שוואכסטע קאנדידאט!!! עס זענען זאגאר דא קאנדידאטן וואס האבן בלויז 1.29%... א צווייטע לוזער האט 1%...

דו האלטסט און איין ברענגען ציפערן צו צייגן זיין שטארקייט. אבער ליידיגע ציפערן זאגן אונז גארנישט. ער איז געגאנגען פון 0% צו 1.3% נאך חדשים פון קאמפיינען. דאס האט ער און דאס נעם איך אים נישט אוועק... ער האט א באזע פון יונגע שטיצער פאר סיי וועלכע סיבה עס זאל נאר זיין וואס שטיצן אים.

אבער מען מוז דאך אמאל קוקן אויף רעאליטעט אויך. ער האט נישט קיין ברייטע אפיעל. זיינע אנקעטע ציפערן זענען פלאך אפשר מיט א קליינע קנייטש אראפ די לעצטע עטליכע וואכן. ענדרו יענג איז א שוואכע קאנדידאט.


נישט דא קיין קנייטש אראפ. אויב באנוצט מען זיך מיט אזא אויבערפלעכליכע מעטריק ווי רקפ עוורידזש קען אזוי אויסקוקן, אבער פאקטיש איז פארקערט. די פאולסטערס וואס געבן אים יעצט 1% האבן אים נישט לאנג צוריק געגעבן 0%, און אפאר פון די וואס געבן אים 2% האבן אים געהאט געגעבן 1%. נאר וואס דען? רקפ האט נאר 6 אנקעטעס פון אנהייב אויגוסט, אין די צייט וואס פאר דעם זענען ארויסגעקומען אזויפיל אדער מער יעדע וואך. קוקט אויס רוב פון די גוטע פאולסטערס זענען אויף וועקעישאן, זאלן זיי צוריקקומען מיט פרישע כוחות...

איך ברענג נישט די ציפערן צו צייגן די שטארקייט פון יענג קעגן ביידען אדער ווארען, נאר די שטארקייט פון יענג יעצט קעגן יענג א קורצע צייט צוריק. איבער 100% טוויטער פאלאוערס וואוקס, 90% פרישע דאונארס אין צוויי וואכן, 6% זענען אריבער פון unknown צו favorable און קיינער נישט צו unfavorable, אא"וו. די זאכן ווייזן וואס רקפ איז נישט גענוג פונקטליך צו פארציילן - אז ער גייט ענדערש בארג ארויף ווי אראפ.

צום פוינט, מיין איך אז דא ווערן אויסגעמישט צוויי באזונדערע זאכן. איז ענדרו יענג א שוואכע קאנדידאט? ווענדט זיך וואס דאס מיינט. ער האט שוואכע שאנסן צו געווינען, און ארום 2% אין די פאולס איז זייער א נידריגע נאמבער. קיינער לייקנט דאס נישט. אבער זענען צוואנציג פון די קאנדידאטן דורכפעלער און לא יוצלח'ס און לוזערס? א טייל פון זיי אפשר יא, אבער יענג איז נישט צווישן זיי. אז די פיר פראנט ראנערס זענען אזוי שטארק און כאפן כמעט די גאנצע מיינט נאכנישט אז אלע אונטער זיי טויגן צו גארנישט. דאס צו באשליסן דארפסטו זען מיט וואס זיי האבן אנגעהויבן, וואס זענען געווען די odds און עקספעקטעישאנס, און וויפיל האבן זיי דעליווערט.

דעם אמת, וויפיל פראצענט וואלסטו געגעבן אכצן חדשים צוריק אז ענדרו יענג וועט זיין דער זעקסטער אויף די בעטינג מארקעטס אין א פעלד פון 24? וויפיל פראצענט וואלסטו געגעבן אז ער וועט לויפן פונעם לעצטן צום אכטן-זעקסטן ארט אין די אנקעטעס, פאראויס פון עסטאבלישד פאליטיקאנטן? וויפיל פראצענט וואלסטו געגעבן אז ער וועט נאך בכלל אנהאלטן ביז יעצט, ווער רעדט נאך פון זיין דער ניינטער (פון 24, געדענק) צו קוואליפיצירן פאר די דריטע דעבאטעס?
און ער האט דאס אלעס באוויזן מיט די ווייניגסטע מידיא דעקונג און מיט די ווייניגסטע שטיצע פון ביג מאני און מיט די ווייניגסטע עסטאבלישמענט ענדארסמענטס.
ער איז געגאנגען ווייטער ווי שאצונגען אין יעדן הינזיכט, ער האט באוויזן עפעס וואס קיינער אין זיין פלאץ האט נישט. דאס מיינט נישט אז ער האלט ביים געווינען, אבער יא אז ער איז דווקא א שטארקער מוצלח.

אדער לאמיר געבן ביידען'ס היסטאריע פאר יענג און יענג'ס פאר ביידען, און אלעס אנדערש לאזן די זעלבע. וואו וואלט דער אלטער אומבאקאנטער ביידען געהאלטן אין די אנקעטעס? איך און דו ווייסן אז ער וואלט געהאט א פעטע רונדיגע זיראו. וואו וואלט דער ארגינעלער טראכטער און אמאליגער ווייס פרעזידענט יענג געהאלטן? גאנץ א פשוטע עקסטראפאלעישאן פון די יעצטיגע דאטא צו זאגן אז ער וואלט געהאלטן אסאך שטערקער ווי ביידען האלט יעצט. דאס מיינט אז ער האט שוין איינמאל א ברייטע אפיעל און וואלט געהאט די בעסטע שאנס קעגן טראמפ.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1011
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 8:30 am

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:וואו איז יענג2020 מיט די נייעס פון יענג'ס געהילף וואס לויפט קעגן נאדלער?


יענג'ס געוועזענע איינגעשטעלטער אין אייאווע, Jonathan Herzog, האט געמאלדן אז ער לויפט צו פארטרעטן ניו יארק'ס צענטער דיסטריקט אין קאנגרעס.
לויט זיין מעלדונג איז זיין ציל נישט אנידרצוזעצן נאדלער, נאר צו שטופן יענג'ס פלענער (פרידאם דיווידענד און אזוי ווייטער) אין קאנגרעס.

Last year, I moved to Iowa to help build a grassroots presidential campaign, As the campaign took off, the question came up over and over and over again – how are we going to get this agenda through Congress?
This is my answer. So, join the movement and let's fix this system together.


נאדלער שטייט שוין אויס א פארמעסט מיט Lindsey Boylan, א געהילף פון גאווערנער קאומאו, און מיט Amanda Frankel, א וואל סטריט אנאליסט.
די 2020 וואלן קען זיין די ערשטע ערנסטע געפאר פאר נאדלער'ס זיץ אין צענדליגע יארן.

https://www.dailywire.com/news/50598/wa ... lly-prince
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
רואיג!
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 11:01 am

קיינער זאגט נישט אז יענג איז א שלימזל, אדער א נאר.

ווען מען רעדט פון וואלן, וויל מען רעדן פון די קאנדידאטן וואס זענען ערנסט אין די פארמעסט. אפי' איך גלייך יענג, מוז איך אנערקענען אז ער גייט נישט אין ערגעץ.

ער האט געהאט א גוטע דעבאטע, מאסק, געוויינט, באקומען היפש מידיע. ער דארף כאטש ארויפגיין צו 3-4 אין 1-2 נאציאנאלע אנקעטעס.

ביז דערווייל גארנישט.

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1011
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 11:08 am

אנקעטעס רעפלעקטירן נישט אזוי שנעל אזעלכע טוישונגען. עס קען נעמען א וואך צוויי.
חוץ פון דעם איז צום גלייבן אז יענג איז אונטער-רעפרעזענטירט אין די אנקעטעס צוליב אפאר סיבות, ווי איך האב שוין אמאל געשריבן.

יענג'ס וואוקס איז דערווייל געווען slow and steady. איך וואלט אויך געקענט באשטיין עס זאל גיין שנעלער, אבער פון די אנדערע זייט בין איך צופרידן אז זיינע שטיצער זענען נישט אזוי לופטיג ווי העריס'...

(3-4 אין 1-2 נאציאנאלע אנקעטעס האט ער שוין געהאט)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1011
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 11:28 am

יענג'ס פאנדרעיזינג איז היינט אריבערגעגאנגען דעם דריי מיליאן מארק פון אנהייב Q3. מער ווי צוויי מיליאן פון דעם פון נאך די לעצטע דעבאטע.
דאס איז מער ווי ער האט אויפגעטריבן אין גאנץ Q2, און רוב Q3 שטייט נאך פאר אונז.
(אין Q2 האט ער אויפגעטריבן ארום דאפלט פון Q1)

פאר טשיקאוועס, איז היינט אויך אריבערגעגאנגען זיין סוברעדיט סובסקרייבער קאונט דעם צאל פון 50K.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7587
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 11:42 am

Yang2020 האט געשריבן:נישט דא קיין קנייטש אראפ. אויב באנוצט מען זיך מיט אזא אויבערפלעכליכע מעטריק ווי רקפ עוורידזש קען אזוי אויסקוקן, אבער פאקטיש איז פארקערט. די פאולסטערס וואס געבן אים יעצט 1% האבן אים נישט לאנג צוריק געגעבן 0%, און אפאר פון די וואס געבן אים 2% האבן אים געהאט געגעבן 1%. נאר וואס דען? רקפ האט נאר 6 אנקעטעס פון אנהייב אויגוסט, אין די צייט וואס פאר דעם זענען ארויסגעקומען אזויפיל אדער מער יעדע וואך. קוקט אויס רוב פון די גוטע פאולסטערס זענען אויף וועקעישאן, זאלן זיי צוריקקומען מיט פרישע כוחות...

איך ברענג נישט די ציפערן צו צייגן די שטארקייט פון יענג קעגן ביידען אדער ווארען, נאר די שטארקייט פון יענג יעצט קעגן יענג א קורצע צייט צוריק. איבער 100% טוויטער פאלאוערס וואוקס, 90% פרישע דאונארס אין צוויי וואכן, 6% זענען אריבער פון unknown צו favorable און קיינער נישט צו unfavorable, אא"וו. די זאכן ווייזן וואס רקפ איז נישט גענוג פונקטליך צו פארציילן - אז ער גייט ענדערש בארג ארויף ווי אראפ.

צום פוינט, מיין איך אז דא ווערן אויסגעמישט צוויי באזונדערע זאכן. איז ענדרו יענג א שוואכע קאנדידאט? ווענדט זיך וואס דאס מיינט. ער האט שוואכע שאנסן צו געווינען, און ארום 2% אין די פאולס איז זייער א נידריגע נאמבער. קיינער לייקנט דאס נישט. אבער זענען צוואנציג פון די קאנדידאטן דורכפעלער און לא יוצלח'ס און לוזערס? א טייל פון זיי אפשר יא, אבער יענג איז נישט צווישן זיי. אז די פיר פראנט ראנערס זענען אזוי שטארק און כאפן כמעט די גאנצע מיינט נאכנישט אז אלע אונטער זיי טויגן צו גארנישט. דאס צו באשליסן דארפסטו זען מיט וואס זיי האבן אנגעהויבן, וואס זענען געווען די odds און עקספעקטעישאנס, און וויפיל האבן זיי דעליווערט.

דעם אמת, וויפיל פראצענט וואלסטו געגעבן אכצן חדשים צוריק אז ענדרו יענג וועט זיין דער זעקסטער אויף די בעטינג מארקעטס אין א פעלד פון 24? וויפיל פראצענט וואלסטו געגעבן אז ער וועט לויפן פונעם לעצטן צום אכטן-זעקסטן ארט אין די אנקעטעס, פאראויס פון עסטאבלישד פאליטיקאנטן? וויפיל פראצענט וואלסטו געגעבן אז ער וועט נאך בכלל אנהאלטן ביז יעצט, ווער רעדט נאך פון זיין דער ניינטער (פון 24, געדענק) צו קוואליפיצירן פאר די דריטע דעבאטעס?
און ער האט דאס אלעס באוויזן מיט די ווייניגסטע מידיא דעקונג און מיט די ווייניגסטע שטיצע פון ביג מאני און מיט די ווייניגסטע עסטאבלישמענט ענדארסמענטס.
ער איז געגאנגען ווייטער ווי שאצונגען אין יעדן הינזיכט, ער האט באוויזן עפעס וואס קיינער אין זיין פלאץ האט נישט. דאס מיינט נישט אז ער האלט ביים געווינען, אבער יא אז ער איז דווקא א שטארקער מוצלח.

אדער לאמיר געבן ביידען'ס היסטאריע פאר יענג און יענג'ס פאר ביידען, און אלעס אנדערש לאזן די זעלבע. וואו וואלט דער אלטער אומבאקאנטער ביידען געהאלטן אין די אנקעטעס? איך און דו ווייסן אז ער וואלט געהאט א פעטע רונדיגע זיראו. וואו וואלט דער ארגינעלער טראכטער און אמאליגער ווייס פרעזידענט יענג געהאלטן? גאנץ א פשוטע עקסטראפאלעישאן פון די יעצטיגע דאטא צו זאגן אז ער וואלט געהאלטן אסאך שטערקער ווי ביידען האלט יעצט. דאס מיינט אז ער האט שוין איינמאל א ברייטע אפיעל און וואלט געהאט די בעסטע שאנס קעגן טראמפ.

עס איז יעצט דא פיר אנקעטעס אויף רקפ. צוויי דערפון איז ער די זעלבע שטארק ווי די פאריגע. איינס האט נישט געהאט קיין פאריגע, עט ליעסט נאט לעצטענס. די פערטע האט אים מיט א פראצענט אראפ פון די פאריגע אנקעטע. טא יא, ער איז אביסל אראפ. איך דארף דאך האבן עפעס א מעסטער צו קענען זעהן ווי ער האלט קעגן די אנדערע רקפ האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין די בעסטע פון די ערגסטע טא נוצט מען דאס.

איך האב שוין אמאל געטענהט איבער דעם נעקסטן פונקט. שאדט נישט איבערצוזאגן. נומערן ארויס פון קאנטעקסט זענען גארנישט ווערד. איך נעם נאר א משל, איינער וואס האט איין פאלאוער אויף טוויטער און מיטאמאל האט ער דריי איז ארויף מיט 200/300%. למעשה האט ער דריי פאלאוערס. ענדרו יענג איז דער אכטער אויף די ליסטע אבער נישט ווייל ער איז שטארק נאר ווייל די אנדערע זענען שוואכער פון שוואך. סתם איבערקייען די טרוקענע נומער זאגט מיר גארנישט. ענדרו יענג איז געבליבן אויף זיין ארט אנדערע זענען געפאלן אבער ער האט גארנישט באקומען. בנוגע די בעטינג מארקעט, איך קען עס נישט גענוג גוט צו פארשטיין און עס טאקע זייער אומפארשטענדליך. די איינציגסטע הסבר וואס איך קען טראכטן איז אז זיין יונגע באזע לייגט געלט אין די וועלט אריין. אגב, האבעך געזען אז אילאן מאסק'ס אינדארסמענט האט ארויפגעריקט זיינע אדדס פון 8 צו 11 צענט אויפן ארט. עס מאכט נישט קיין סענס אבער מיט דעם געשיכטעלע קען מען עס פארשטיין. אילאן'ס פאלאואינג באשטייט אויף פון יונגע ענטוזיאַזם און זיין אינדארסמענט האט טאקע שטארק געריקט די אדדס.

איך וואלט אים זיכער נישט אוועקגעמאכט א יאר צוריק. איינער וואס קומט מיט א פלאטפארמע, און באקומט איין אדער צוויי פראצענט איז בכלל נישט קיין אויסערגעווענליכע ערשיינונג. דאס פאסירט יעדע עלעקשין סייקל.

די ברענגסט א פראגע איבער ביידען און דו ציעסט א מסקנא... ווי וואלט ביידען געשטאנען? אלא מאי האט יאנג א אפיעל. איך קען דיר נישט ענטפערן אויף די ערשטע פראגע ווייל איך ווייס נישט. עס איז זיכער אז ביידען לויפט אסאך אויף אבאמאס ריקן, אבער ער האט דארף א פאלקסישער חן, ער קומט אריבער כאריזמאטיש. אבער דאס אין א זייט געלייגט, קענסטו נישט קומען מיט קיין מסקנא געבויט אויף א טעארעטישע פראגע וואס דו ווייסט ניטאמאל די ענטפער, און איז לאו דוקא א צושטעל.

אלעס וואס איך 'וויסן' ליגט פארנט פון מיינע אויגן. און וואס מינע אויגן זעהן איז א קאנדידאט וואס האט 1.3% אויף רקפ.

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1011
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 12:20 pm

קוקט מיר נישט אויס ווי איינער גייט דא דעם צווייטן איבערצייגן, וועלן מיר זיך אפשטעלן דא ווי צוויי גוטע פריינט. נאר אויסקלארן אפאר זאכן.

נומערן ארויס פון קאנטעקסט זענען גארנישט ווערד, אדער זייער ווייניג. קען מען טאקע נעמען דעם קאנטעקסט אויך אין באטראכט. ווי למשל אז יענג איז זייער שטארק געוואקסן אין טוויטער פאלאוערס נישט נאר פראצענטועל נאר אויך אין אבסאלוטע נאמבערס.

די בעטינג מארקעטס ארבעטן בערך די זעלבע בחינה ווי די סטאק מארקעטס, און קיין געווענטליכער מענטש קען נישט איבערקלוגן די מארקעטס אן קיין אינסייד אינפארמעישאן. פעלט נישט אויס צו פארשטיין אויף צו פעיסן די פאקט אז זיי זענען די פונקטליכסטע. (און גלייב מיר, קיינער איז נישט גרייט צו פארלירן געלט כדי זייער קאנדידאט זאל באקומען א בוסט אויף די בעטינג מארקעטס)
מאסק'ס ענדארסמענט האט אפשר געברענגט א שפרונג אויף PredictIt. איך האלט נישט מיט דארט ווייל יענער מארקעט איז נישט אזוי פונקטליך. אויף Betfair, וואס איז פונקטליכער, האט עס נישט געברענגט קיין שום שפרונג. יענג האט נאך קיינמאל נישט עכט געשפרונגען דארט, אבער ער גייט כמעט יעדן טאג ארויף מיט נאך אביסל. ער איז געווען ווייניגער ווי צוויי פראצענט נישט לאנג צוריק און יעצט איז ער איבער פיר פראצענט. דאס איז אין שארפן קאנטראסט צו אלע אנדערע קאנדידאטן, ארויסרעכענענדיג די ביידען-העריס-ווארען (און אביסל סענדערס) פאסט-דיבעיט אויפשאקלונג.

איינער וואס קומט מיט א פלאטפארמע, און באקומט איין אדער צוויי פראצענט איז אפשר נישט קיין אויסערגעווענליכע ערשיינונג אין א געווענטליכע עלעקשאן סייקל, כאטש דעמאלטס איז עס אויך שווער פאר א אומבאקאנטער דרויסנדיגער וואס ווערט איגנארירט, אבער דער סייקל איז נישט קיין געווענטליכער צוליב אפאר סיבות. (איינס פון זיי האב איך געשריבן, פיר שטארקע פראנט ראנערס). והא ראיה, קוק וויפיל ערפארענע טאלאנפולע פאליטישנס מיט די ריכטיגע קאנעקשאנס און שטיצע האבן דאס נישט געקענט באווייזן. זענען זיי טאקע אלע לוזערס?
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7587
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 12:55 pm

אקעי... בד"וו פאר איך גיי ווייטער מוז איך זאגן אז דו ביסט א אטעם פון פרישע לופט און גוטע פריינט בלייבן מיר סייווי

יעצט די בעטינג מארקעט פארשטיי איך טאקע נישט וואס גייט פאר, ווי געשריבן איז עס מעגליך געטריבן פון זיין שטארקע אנהענגערשאפט און באגלויבטשאף פון זיין קליינע בעיס. איי ריעלי דאנט קענאו.

דקותדיגע חילוקים ברענגען נישט אין ערגעץ. אין 2016 האבן מיר געהאט קארלי פארינע (יא, זי איז געלאפן מיט 5 יאר פריער פאר סענאט אין קאליפארניע) און בען קארסאן זיי זענען אנגעקומען גאר ווייט. אין 2012 האבן מיר געהאט העירמאן קעין. נישט אז זיי זענען גלייכע ביישפילן אבער מיט קענגס 1.3 קענען זיי זיך נאך פארמעסטן...

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1011
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 1:43 pm

און אין 1976 האבן מיר געהאט קארטער און אין 1992 קלינטאן, וואס האבן ביידע געהאלטן שוואכער אין די צייט ווי יענג האלט יעצט, און האבן צום סוף געווינען נישט נאר די נאמינאציע נאר אויך די פרעזידענטשאפט.
ביישפילן קען מען אלעמאל טרעפן, וועגן דעם קוק איך נאר אויף יעצט, ווען יענג איז דער איינציגסטער אוטלייער רעלאטיוו צו די אנדערע.
אבער לאמיר זיך שוין נישט טענה'ן אזויפיל...

Yang2020 האט געשריבן:נאכדעם, אויפצוטון וואס ער האט געהאלטן אז עס דארף ווערן געטון, האט ער פארקויפט זיין ביזנעס און אפגעשטעלט זיין קאריערע (ער איז שוין היינט נישט אזוי רייך ווי אמאל).


פארבס שאצט אז יענג איז יעצט ווערט א קנאפע מיליאן דאלער. דאס איז ווייניגער ווי כמעט אלע קאנדידאטן, אריינגערעכנט ווארען (12M), ביידען (9), העריס (6), ארורק (4), און אפילו סענדערס (2.5).

פון די אנדערע זייט איז יענג הויך אויף זייער ליסטע פון טשאריטי געבונגען.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7587
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 2:11 pm

דאס האב איך געפינען אויף 538 וועגן קלינטאנס פאלל נאמבערס אין די יעצטיגע צייט בערך

קען זיין זיין שטארקייט איז בעיקור געקומען צום סוף און שטארק אפעקטירט די עוורידזש. איי דאנט קנאו...
צוגעלייגטע
fivethirtyeight-0404-ep_dem92b-blog4801.png
fivethirtyeight-0404-ep_dem92b-blog4801.png (6.45 KiB) געזעהן 980 מאל

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1011
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 2:26 pm

יש ברירה האט געשריבן:קען זיין זיין שטארקייט איז בעיקור געקומען צום סוף און שטארק אפעקטירט די עוורידזש. איי דאנט קנאו...


דעטס קארעקט.

ארום די צייט פון יעצט האט ער געהאט 1.3% (כאטש זיין נעים רעקאגנישאן איז געווען אסאך העכער ווי יענג'ס איז יעצט, און ער איז געווען א גאווערנאר), און דער עלפטער פון 18.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7587
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 3:37 pm

העי!... האסט מיך נישט אויסגעזאגט אז קלינטאן האט ערשט געמאלדן אז ער לויפט אין אקטאבער...


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Kosher Travel, א מוח, אני מבין, טוט זיך...?, ליבלעך, מטעמים, קאפ און אקסל, קרייסלער, שטארקע חסיד, שכל טוב און 59 געסט