אז מ'קען... נעמט מען זיך אונטער...
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
- מאשקע
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12689
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
- לאקאציע: אין די חיפוש
אז מ'קען... נעמט מען זיך אונטער...
שוין, מאשקע איז שוין ווייטער דא! וועלכע נייע אלבום גייט מען יעצט באשרייבן? חכם, ס'איז דאך בין השמשות... אופס, בין המצרים! איז וואס קען שוין מאשקע באשרייבן דא?
קוק נאר ווי יעדער פרעגט קשיות, נאך פאר מ'האט אפילו אנגעהויבן צו ליינען! קודם פרעגט מען און נאכדעם לייענט מען? ר' איד, לייען עס צוריקצואוועגס, און אז דו קומסט אן דא ביים אנפאנג און דו האסט נאך קשיות, וועסטו "דעמאלטס" פרעגן! א_דערווייל, שאט דאון ענד ריעד.
אקעי, איז וואס האב איך טאקע געוואלט? גיי געדענק! קוקטס נאר ווי איך בין ביזי צו ענטפערן יעדן'ס קשיות, און ווען ס'קומט צו שרייבן פארגעס איך שוין וואס איך האב געוואלט שרייבן.
נו, אז נישט איז נישט. ביי.
עממממ, אה יא! זיך דערמאנט!
אין די פארגאנגענע טעג איז אויסגעקומען אז איך האב געדארפט האבן קאמפיוטערישע הילף (ס'דא אזא ווארט?) און כ'האב זיך נאכגעפרעגט אויף א גוטן קאמפיוטער טעקנישאן. האב איך געהערט אז לעצטנס איז געווען אדווערטייזט א קאמפאני מיט'ן נאמען Resolve IT, און לויט מיין אינפארמאציע איז יענער זייער גוט אין דעם פעלד.
האב איך מיך טאקע פארבינדן מיט יענעם טעקנישאן. נאכ'ן רעדן בלויז עטליכע ווערטער האט ער גלייך ארויסגעהאט דעם פראבלעם (אויפ'ן טעלעפאן!), ער האט זיך אריינגעלאגט אין מיין קאמפיוטער, און ביז 3 מינוט איז אלעס געווען געסעטלט.
איך האב אים אביסל אויסגעפרעגט (ער האט א מינימום טשארדזש, סאו מעג איך אים אויפהאלטן אויב צאל איך סיי-ווי...) איבער זיין ביזנעס און זיין מהלך, און היות כ'בין דאך א שטיקל שרייבער האב איך באשלאסן צו באשרייבן אונזער שמועס אז אנדערע זאלן אויך קענען הנאה האבן.
פאלגענד איז דער שמועס:
מאשקע: יעצט אז דו האסט מיר שוין געהאלפן מיט מיין פראבלעם, מעג איך דיך אביסל אויספרעגן?
טעקנישאן: וואס ווילסטו וויסן?
מ': ס'איז דא א סייט וואס הייסט היימישע... עם, איי-וועלט, האסט שוין געהערט דערפון?
ט': יא, נו?
מ': איך בין א שטיקל שרייבער דארט, איך הייס מאשקע.
ט': אה, כ'האב שוין געהערט דעם נאמען אמאל.
מ': עכ"פ, וויל איך דארט ברענגען פאר די ליינער אביסל מער אינפארמאציע איבער אייער ארבעט.
ט': גאו עהעד.
מ': ערשטנס, וויאזוי רופט מען אייך.
ט': מ'רופט מיך יצחק משה גראס, ווייל איך הייס אזוי...
מ': אהא... און ווי לאנג טוט איר שוין אין דעם 'ליין'?
ט': איך טוה שוין דערין איבער צוואנציג יאר צום גוטן. ביז לעצטנס האב איך געארבעט פאר אנדערע, און לעצטנס האב איך באשלאסן צו מאכן שבת פאר זיך.
מ': איר זענט א פראגראמער?
ט': ניין. א פראגראמער איז איינער וואס "שרייבט" פראגראמען פאר'ן קאמפיוטער. א טעקנישאן איז דא צו "פארריכטן" פראבלעמען, אינסטאלירן נייע קאמפיוטערס, טוישן חלקים פונעם קאמפיוטער, מאכן שנעלער א קאמפיוטער, וכדומה.
מ': ווען איר רעדט פון פראבלעמען, רעדט איר פון פיזישע פראבלעמען אדער מער - לאמיר עס רופן - גייסטישע פראבלעמען?
ט': איך טוה ביידע. אמאל איז עס א שטיקל מעמארי אדער הארד-דרייוו וואס מ'דארף אפגרעידען, אמאל איז עס א ווידעאו קארד וואס איז געגאנגען פייפן, און אמאל איז עס א קאמפיוטער וואס קריכט אויף די נערוון, פראגראמס קראכן כסדר, זאכן ארבעטן נישט ווי ס'דארף צו זיין, וכדומה.
מ': ווי לאנג נעמט אייך צו דיאגניזירן א פראבלעם?
ט': אה, די דיאגנאזע איז געווענליך די שווערסטע חלק פון די דזשאב, ווייל ווען מ'האט שוין די דיאגנזאע ווייסט מען שוין אין וועלכע ריכטונג צו גיין. איך האב ב"ה אנטוויקלט א שנעלע און אפעקטיווע מהלך צו דיאגניזירן א פראבלעם גאר שנעל, אזוי אז מ'קען ב"ה שנעל צוגיין צו "ריזאלווען" דעם פראבלעם.
מ': וואס הייסט, דאס איז עפעס א ספעציעלע מהלך?
ט': ס'איז א חוש וואס איך האב אנטוויקלט, באזירט אויף "טרייעל ענד ערראר" און "פראסעס אוו עלימינעישאן". ס'איז דא זאכן וואס מ'קען גלייך כאפן באזירט אויף די "נויז" וואס עס מאכט (אדער מאכט נישט), און ס'איז דא זאכן וואס מ'קען פשוט "זעהן" וואס ס'האט פאסירט דערמיט. צב"ש אז עטליכע באטענס אויפ'ן קיבאורד ארבעט נישט, און מ'זעהט דערנעבן א ליידיגע קאווע קאפ, נו שוין...
מ': אז א קאמפיוטער צינדט זיך נישט אן, וואס איז אייער ערשטע שריט?
ט': איך האב א סדר וואס איך טשעק. די ערשטע איז די פאוער, אויב ס'איז דא לייטס, איך הער אויב די "פען" צינדט זיך אן, און לויט דעם גייט מען ווייטער. אסאך מאל איז א ווייער פשוט ארויס פון פלאץ, און אסאך מאל איז די קאמפיוטער אראפגעפאלן און די מעמארי איז ארויסגעפאלן פון פלאץ.
מ': אויב איינער האט בטעות אויסגעמעקט פיילס, קענט איר דאס צוריקברענגען?
ט': געווענליך יא, אבער ס'ווענדט זיך ווי שנעל נאכדעם ס'קומט אן צו מיר. ווי וויניגער פרישע פיילס מ'האט געשריבן צו דעם דרייוו אדער דיסק, אלס מער זענען די שאנסן דאס צו קענען צוריקברענגען.
מ': האט איר שוין געהאט אמאל אז איר האט געארבעט אויף א פראבלעם און דאס נישט געקענט פארריכטן?
ט': גראדע יא, אבער עפ"י רוב האט מען סייעתא דשמיא פונעם חונן הדעת און מ'קומט אויף מיט א סאלושען. פארשטייט זיך אז אסאך מאל איז עס נישט בידי ה'טעקנישאן צו העלפן, צב"ש ווען מ'האט אויסגעמעקט בילדער פון א מעמארי קארטל און מ'האט דאס שוין אנגעפילט מיט נייע בילדער וכו'.
מ': אגב, וויפיל קום איך אייך?
ט': פאר'ן שמועס וועל איך אייך נישט טשארדזשען... אבער מיין פרייז איז $125 א שעה, און ס'איז דא א מינימום טשארדזש פון $75 פער "קאל", אפגעזען ווילאנג ס'דויערט. פארשטייט זיך אז פאר סטעדי קאסטומערס קען מען אמאל פארקוקן א קאל וואס האט געדויערט ממש א מינוט צוויי אדער פינף.
מ': למשל אז איך האב פינף קלענערע פראבלעמען, וועט איר מיר טשארדזשן פינף מאל $75?
ט': ניין בכלל נישט. אז איך לאג אריין אדער קום אראפ צו א קאסטומער, קען מיך יענער אויסנוצן וויפיל ס'גייט פאר די צייט וואס איך בין דארט. גראדע בין איך לעצטנס געווען ביי איינעם וואס האט מיך גערופן פאר "איין קלייניגקייט", למעשה האט זיך דאס פארצויגן און מ'האט געדארפט אפדעיטען ווינדאוס און אנדערע עיכובים, האט ער אויסגענוצט די צייט און מיר געגעבן נאך עטליכע פראבלעמען וואס ער האט געהאט אין זיין אפיס. אזוי איז אויסגעקומען אז איך בין דארט געזיצן עטליכע שעה אבער יענער האט נישט פארלוירן קיין איין דאלאר ווייל יעדע מינוט איז געווארן אויסגענוצט פאר זיינע געברויכן.
מ': וועלכע איז די לעצטע ווערסיע פון ווינדאוס 10?
ט': ס'הייסט 1903, פארוואס פרעגסטו?
מ': סתם, כ'האב עס פונקט נעכטן אינסטאלט, האב איך געוואלט זעהן צי דו ביזט באהאוונט דערין...
ט': יא ברוך ה'...
מ': אגב, וועלכע איז די ערשטע ווינדאוס אויף וואס איר האט געארבעט?
ט': ווי אלט ביזטו? איך האב נאך געארבעט אויף ווינדאוס 3.11, און פון דארט צו ווינדאוס 95, 98, 2000, עקס-פי, 7, 10, ולמעלה בקודש.
מ': "ווינדאוס וויסטע" האסטו אויסגעלאזט...
ט': נו, וואס וויסטע?...
מ': און "ווינדאוס מילעניום"?
ט': קאם אן!
מ': און מיט סערווערס קענט איר זיך אויס?
ט': זיכער אזוי. איך האב שוין געארבעט מיט ווינדאוס סערווער 2003, 2008, 2012, 2016, און 2019.
מ': אין איין ווארט, וואס איז די חילוק פון א קאמפיוטער און א סערווער?
ט': א קאמפיוטער איז געמאכט פאר'ן פערזענליכן באנוץ. א סערווער איז געמאכט צו "סערווירן" אן אפיס מיט ארבייטערס, האלטן פיילס וואס עטליכע באנוצערס דארפ'ן האבן צוטריט דערצו, און אנדערע פונקציעס וואס א געווענליכע קאמפיוטער קען נישט טון. א געווענליכע אפיס, אפילו א גאנץ קליינע, האט א סערווער וואו אלע פיילס ווערן געהאלטן און יעדער נוצט א "יוזערנעים" אויפ'ן סערווער אריינצולאגן און באקומען זיינע פיילס וכדומה.
מ': איר קענט קלינען א קאמפיוטער פון וויירוסעס?
ט': זיכער, אבער ס'איז זייער וויכטיג צו האבן א גוטן אנטי-וויירוס אז מ'זאל נישט דארפן צוקומען צו קלינען פון וויירוסעס.
מ': האט איר שוין אמאל געארבעט אויף א קאמפיוטער מיט א רענסאם וויירוס?
ט': אסאך מאל. ס'איז זייער ווייטאגליך. א מענטש אדער ביזנעס קען האבן פיילס פון צען יאר אדער מער און אז מ'האט נישט קיין גוטע בעקאפ קען מען פארגעסן דערפון, אויסער אויב מ'האלט ביים באצאלן דעם געפעפערטן פרייז וואס די רשעים ארורים בעטן ארויסצוגעבן די פיילס.
מ': מ'זאל נישט געפרובט ווערן.
ט': אזוי ווי דו זאגסט.
מ': צום שלוס, וואס האסטו איבערצוגעבן פאר די ליינער פון איי-וועלט?
ט': "בעסער צו זיין פארזיכטיג ווי צו וויינען". צאלט די פאר דאלאר וואס ס'קאסט א גוטע אנטי-וויירוס און א גוטע בעקאפ, אזוי וועט זיין ידכם על העליונה ווען איר וועט ח"ו פארלירן אייערע פיילס און איר וועט נישט דארפן זיין קיין צועק לשעבר.
מ': איך קען מפרסם זיין וויאזוי מ'קען זיך פארבינדן מיט אייער אפיס צו באקומען קאמפיוטער הילף?
ט': זיכער. מיין אפיס נומער איז 845-210-6650. מ'קען אויך שיקן אן אימעיל צו [email protected] און מיר וועלן זיך פארבינדן מיט אייך ביז א קורצע צייט.
מ': א גרויסן יישר כח פאר אייער צייט. איך בין זיכער אז דאס וועט זיין זייער הילפבאר פאר די ליינער.
ט': זייער גערן. כל טוב.

An article a day keeps the babies away
- מאשקע
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12689
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
- לאקאציע: אין די חיפוש
ממה נפשך האט געשריבן:זייער שיין מאשקע. סא טאטעל צו פיקסן דיין "קליינע פראבלעם" האט דיך געקאסט אזא 200 דאלער? (קאל פלאס אראפקומען)
(נישט אינקלודעד די דיסקאונט וואס האסט באקומען פאר אזא שיינע עד...)
כ'מיין אז זאלסט אפדעיטען דיין קאלקיולעיטער... פון וואו נעמסט אז קאל "פלאס" אראפקומען?
An article a day keeps the babies away
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35437
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
-
- שר חמישים
- תגובות: 74
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2016 12:34 pm
נייע אייטעמס האט געשריבן:אדער יא האט געשריבן:קוקט אויס פון זיינע רייד אז ס'נישט דא קיין בחינם'דיגע אנטי וויירוס.
which antivirus software is a good one?
viewtopic.php?f=46&t=22372&start=200
- שלעפשיץ
- שר האלף
- תגובות: 1427
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
- לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
- פארבינד זיך:
אוי איך האב א פראבלעם - ווען מאשקע שרייבט אן ארטיקל סיינט זיך מיין קאמפוטער אליין אריין
און נאך מער סע שרייבט זיך אן ארטיקל אליין - ווי למשל יעצט......
וויפיל קאסט צו פארעכטן?? איך פארשטיי 75 א שעה - אבער די ארטיקל צו שרייבן נעמט לענגער.
עניוועי - למען האמת האב אויך גענוצט אייוועלט איך מיין Resolve IT
דער מאכט א גוטע דזאב - גאר העפליכע סערוויס און געניטע פראפעסניאלע טאקטיקן
פעסטע געצייג און שנעלע קנעפלען....
באמת הנאה געהאט!!
אאפסס - שכח מאשקע פארן מהנה זיין!

[email protected] For all your Graphic & Website needs email
https://ahblicklive.com/charity/michoelssefertorah

- שר חמש מאות
- תגובות: 530
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am
Yes, he is the man .
Works fast logged in my computer did his magic work ..
and explained what he did.
He is good in quick book.
Remote log in.
Setting up the printers .
And he will answer ur phone Friday afternoon .
P.S.
I didn't get paid for recommending .
And he dosnt know that I wrote it.
.

Sorry for my misspellings
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 31273
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
מאשקע האט געשריבן:און איך האב געמיינט אז ער איז נאך א גרינער אין דעם ליין... ס'זעהט אויס אז אסאך מענטשן קענען אים שוין.
איז נישט א "גרינער" א סימן פון אן אלטער?
ניינע פייעס דיין אומשולדיגע שמועסן! זע נאר צו לייגן דער טעיפ-ריקארדער אביסל מער, דער (איי)וועלט ברויך נאך משקה.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]

- shimon7323
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5641
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
- לאקאציע: שיך
- פארבינד זיך:
- אונגארישער
- שר האלף
- תגובות: 1611
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
- לאקאציע: אין שאראש פאטאק
קים איך אריין דא און דעים פארום וואס איך באזיך זייער זעלטן אבער היצטערט האב איך געהאט א אישו אז מיין סקרין איז געגאנגען בלענק
הכלל איך טרעף מיר אן מיט די אינטערוויא וואס "מאשקע" האט מיט א טעקנישאן
נא אזוי ווי די הויט האט געברענט אויף מיר איך זיץ דא אין אפיס מיט א בלענק סקרין אין איזער עס ווינדעקסען קען איך גארנישט טיען. איז קלינג איך אן דעם אינגערמאן און פארצייל עים די פראבלעם אין פרעג עים צי ער קען אריבער קומען צי מיר אין אפיס אויסהיילן מיין קאמפיוטער
זאגט ער מיר אז ער קען עס מסתם פארעכטן דארוך אריינלאגן צי מיר
נא אומר ושותה ער גנבט זיך אריין אין ביז פיפצן מניט איז די פראבלעם געווען פאראכטן.... אין איך האב געקענט פארן ווייטער מיט די ארבייט
נ.ב. ביז פינעף מניט איז געווען א בילל אין מיין אמעיל

Liberalism is a mental disorder
האמיר ב"ה גענוצט דעם טעכניקער פאר א קאמפליצירטע אישו נישט לאנג צוריק, און מיט גרויס צופרידנהייט.
ער איז גוט, שנעל, פראדאקטיוו און פראפעסיאנאל!!!
ווערד יעדע דאלער!

כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול