ענדרו יענג, פרעזידענטליכע קאנדידאט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1007
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » זונטאג יולי 21, 2019 2:31 pm

רבי לעבן, איך האב דיר געפרעגט פיר קשיות, זיי מוחל און ענטפער מיר דארט א תירוץ.
און ביטע ליינט פאר איר שרייבט, ווייל איך האב שוין למשל געברענגט עטליכע מאל אז די ראסט בעלט איז אונטערגעגאנגען צוליב אויטאמאציע און נישט צוליב טשיינע.

(די לעצטע פאר בלעטער דא קענען דינען אלס טעקסטבוק עקסעמפל פאר optimism bias).
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7156
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » זונטאג יולי 21, 2019 2:36 pm

Yang2020 האט געשריבן:שלמה הילדעסהיימער, וויפיל אין סיליקאן וואלי זענען קאליפארניער געבוירענע?

געגנטער ווערן מאטראפאליטענס און צענטערן צוליב סיבות וואס קומען נישט צופיל אריין דא, און ציען פאסיגע מענטשן פון איבערן לאנד און וועלט.
אויב איז דא שייכות צווישן ליבעראליזם און צענטערן פון קולטור איז עס פארקערט, וואוינען אין גרויסע סיטיס שטופט מענטשן צו ליבעראליזאציע (ווייל עס צעברעכט די אינטימע סענס אוו קאמיוניטי אויף וואס קאנסערוואטיוויזם איז געבויט, און נאך טעמים). פארשטייט זיך אז איינמאל עס איז שוין אזוי ציט עס פרישע ליבעראלן (און פארטרייבט קאסערוואטיוון), ווערט עס מער ליבעראל, וחוזר חלילה.


וואס איך וויל ארויסברענגען איז אז זיך קאנצענטרירן אויף העכערע עדזשוקעישן ברעגט בעסערע דזשאבס, בעסערע וועידזשעס און מער רעזיליענט דזשאבס וואס זענען נישט אזוי אין געפאר פון אויטאמאציע. דאס איז נישט קיין איי-הינדל דעבאטע נאר אן איי/הינדל-אייערשפייז דאבאטע.
קיינער זאגט נישט אז גאווערנאר קאומא האט single handedly איבערגעמאכט ניו יארק פון א קאנסערוואטיווע פעסטונג צו ליבעראלע פעסטונג דורך זיך פארלייגן אויף עדזשוקעישן. און קיינער זאגט נישט אז דעבלאזיאו האט single handedly איבערגעמאכט ניו יארק סיטי פון א שטאט פון אנאלפאבעטן צו די שטאט מיט די בעסט עדזשוקעיטעד ארבייטסקראפט דורך ארויפצווינגען ליבעראליזאציע אויף די באפעלקערונג.

די פונקט איז אז ליבעראלע סטעיטס (און די זעלבע מיט ליבעראלע טיילן און סיטיס אין רויטע סטעיטס) פארלייגן זיך מער אויף עדזשוקעישן ווי רויטע סטעיטס און דארפישע געגנטער און, חוץ דעם וואס דאס זענען בעסערע און בעסער-באצאלטע דזשאבס, זענען דאס דזשאבס וואס זענען ווייניגער אין געפאר פון אויטאמאציע.

סיליקאן וועלי איז די אלוועלטליכע-מעקא פאר טעכנאלאגיע (און אונזער סיטי איז די מעקא פאר מערערע אינדטסטריעס), אוודאי שלעפט עס צו טאלאנט פונדערויסן. דאס זעלבע איז די פאל מיט יעדע גרויסע שטאט אין אמעריקע to some degree. בכלל נישט קיין סתירה צו וואס איז זאג.

נידריגע שטייערן, פארנאכלעסיגן העכערע עדזשוקעישן,
even the vilification of minorities and immigrants, ארבעט עפעס נישט.
עדזשוקעישן ארבייט יא אפילו אין די רויטע טייל און אין רורעל אמעריקע. http://www.sfaz.org/making-difference-c ... velopment/
...

So it is not a surprise that a 30-year study found that rural counties with established community colleges experienced significantly more job growth than those without one. This was based on an examination of community colleges in more than 2,000 rural counties in 44 U.S. states.

The researchers concluded that, when successful, these colleges play a key role in spurring workforce development, employment and economic prosperity, as well as such social outcomes as health and family stability. And the more that they build connections with local K-12 education and business stakeholders, the more they can overcome such challenges as funding shortages, skill disconnects and other employer needs. This demands that college leaders seek external alliances and align their educational mission with the needs of the local economy.

...

In Texas over the last two decades, South Texas College created five community college campuses to increase the number of students earning a post-secondary degree or credential. As noted by the National Conference of State Legislatures (NCSL), their work to link high schools and community colleges with business and industry needs led to major drops in unemployment in South Texas. Their efforts also attracted high-profile technology businesses seeking to take advantage of the emerging talent within the Rio Grande River Valley.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1252
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » זונטאג יולי 21, 2019 2:53 pm

ערעב שלמה.

אויב ביזטו מודה אז קיין איינער פון די רייכע טעק קא. ארבייטער זענען נישט קיין תוצאה/תלמידים פון די גרויסע עדיוקעישאן אינוועסטמענט וואס די סטעיט האט אנגעבליך אונטערגענומען, ווערט בטל דיין גאנצע ארגיומענט אז דאס האט צו טוהן מיט ליבעראל ווס. קאנסערוואטיווע שטאטן.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7156
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » זונטאג יולי 21, 2019 3:00 pm

פארוואס מיינסטו אז איך בין איינשטימיג מיט דעם באהויפטונג? דו דארפסט ברענגען ציפערן און סטאטיסטיקס צו אונטערשטיצן דיין הנחה קודם.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1252
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » זונטאג יולי 21, 2019 3:15 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:פארוואס מיינסטו אז איך בין איינשטימיג מיט דעם באהויפטונג? דו דארפסט ברענגען ציפערן און סטאטיסטיקס צו אונטערשטיצן דיין הנחה קודם.

איך האב שוין געטראפן עטליכע חברה זייענדיג אין די ריעל עסטעיט אינדוסטרי, און אלע קומען פון אוט אף סטעיט.

עמער מארגן זוכן אנליין.

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1007
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג יולי 22, 2019 9:05 am

איך ווייס נישט פונקטליך וויפיל עדיוקעישאן מאכט אויס אין די חילוקים צווישן סטעיטס און סיטיס. מסתמא מאכט עס אויך עפעס אויס, אבער די גרעסטע פאקטארן זענען אנדערע, ווי למשל בעיסיק געאגראפיע.
און פון די אנדערע זייט, איז עדיוקעישאן נישט ממש די יסוד המחלוקת צווישן ליבעראלן און קאנסערוואטיוון, נאר ענדערש עפעס וואס איז געווארן מיט די צייט א חלק פונעם פעקעדזש דיל.
לייג נאך צו דאס אז גרויסע סיטיס פארן נאטורליך צו ליבעראליזאציע, בלייבט דער חשבון גאנץ פשוט אז די ליבעראלן האבן דא מער מזל ווי שכל.

דאס מערסטע וואס מען קען זאגן איז, אז די קאסערוואטיוון זאלן זיך אפלערנען פון די ליבעראלן'ס מזל און אינוועסטירן מער אין עדיוקעישאן. קען זיין. אבער אויך אויב די ראסט בעלט סטעיטס וועלן אינוועסטירן אין עדיוקעישאן אזויפיל ווי ניו יארק וועט קיין ניו יארק סיטי נישט באשאפן ווערן דארט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1007
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג יולי 22, 2019 6:06 pm

די וואס האבן באזוכט יענג'ס פאליסיס בלאט און געווארן overwhelmed פון די לאנגע וואנט פון טעקסט, קוקטס ביטע נאכאמאל.
די פאליסיס זענען געווארן סארטירט און איינגעטיילט אין 10 קאטעגאריעס:
    Economy/Jobs & Labor
    Civil Rights/Criminal Justice
    Democracy/ Governance
    Healthcare
    Environment
    Education
    Family/Social Cohesion
    Foreign Policy
    Immigration
    Miscellaneous/Fun

ער האט אויך צוגעלייגט א פרישע פאליסי.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
רואיג!
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » דינסטאג יולי 23, 2019 12:54 pm

א גוטן הרב יענג.

Wow wow! איך האב יעצט דורך געליינט די גאנצע אשכול, דו שטעלסט אהער א שיינע ארבעט. יעצט אפאר זאכן.

האסט אראפ געברענגט די 7 סטעפס וואס מען גייט דורך צו ווערן יענג'ס שטיצער. ס'איז א דבר פשוט אז רוב וויילער וועלן נישט דורך גיין אזא לאנגע פראצעדור, און דאס איז יענג'ס גרעסטע פראבלעם. איך בין יעצט ביי סטעידז 4...


Yang2020 האט געשריבן:די נומער פון working-age אמעריקאנע וואס ארבעטן נישט האלט ביי א רעקארד הויכע 95 מיליאן.

נישט אז דאס מאכט אסאך אויס צום עצם שמועס, אבער די נאמבער מאכט פשוט נישט קיין סענס. (אפשר רעכנסטו working-age פון בר מצוה ביז 120).


די פראבלעם וואס האט מיר געשטערט פון די ערשטע מינוט, האסטו געברענגט אין די אפט געפרעגטע פראגעס, אבער נאכנישט גערעדט פון דעם:
Yang2020 האט געשריבן:וועלן נישט מענטשן אויפהערן צו ארבעטן?


דאס קען זיין א גאר שטארקע פראבלעם. איך האף דו האסט עפעס א גוטע מהלך פאר דעם. (אויב נישט דו, אפשר די אנדערע יענג...)

אוועטאר
רואיג!
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » דינסטאג יולי 23, 2019 2:53 pm

יעצט געזען ער שטיצט אויך מעדיקער פאר יעדעם. איך צאל יעצט אסאך געלט פאר אינשורענס, און ס'איז נישט אזוי גוט ווי מעדיקעיד.

ס'ווערט מיר פרייליך אין הארץ, $1,000 א חודש, און באצאלטע אינשורענס! וואס איז נייעס!

איך האב געמיינט ער גייט מבטל זיין אלע פראגראמען, און אזוי באצאלן פאר די בעיסיק אינקאם. וואס נאך קומט? און ביטע א פלאן פון ווי די געלט קומט?

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1007
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג יולי 23, 2019 3:25 pm

א שיינעם דאנק.

אז איך האב דיר גערוקט פון סטעידזש 1 ביז סטעידזש 4 האב איך שוין גאר אסאך אויפגעטון...

לויט די BLS זענען 94,917,000 מענטשן נישט אינעם labor force, דאס רעכנט פון 16 און ארויף. working age איז אפשר טאקע נישט פונקטליך (איך האב דאס נאכגעשריבן פון ערגעץ). אין 2000 איז עס געווען 70 מיליאן, אבער א חלק פונעם טויש איז נאר דעמאגראפיקס (מער רעטייעריס).

און דא איז דאס פלאץ אויסצושמועסן נאכאמאל אז איך האב קיינמאל נישט געמיינט צו שרייבן אז די נאמבערס פאר זיך זענען שרעקליך, אדער אז אויטאמאציע איז שולדיג אין אלעם. איך האב זיי נאר געברענגט צו ווייזן אז אנעמפלוימענט פאר זיך איז נישט קיין גוטע מעסטער און ווייזט נישט די גאנצע בילד. די נאמבערס ווייזן עס אויך נישט.


איך בין געווארן ביזי, אבער שפעטער די וואך גיי איך פאוסטן ווייטער. יעצט צו ענטפערן בקיצור, מענטשן גייען נישט אויפהערן צו ארבעטן ווייל א טויזנטער א חודש איז קוים גענוג צום לעבן, און מענטשן האבן ליב צו לעבן ברייט. נאך עפעס, די סטאטוס שפיל טוישט זיך נישט. ווען יעדער האט א טויזנטער איז טויזנט די נייע זעראו, און קיינער וויל נישט זיין דער לוזער וואס האלט ביי זעראו.
דאס איז נישט סתם א שיינע טעאריע, נאר אזוי איז אויפגעוויזן געווארן אלעמאל ווען UBI איז איינגעפירט געווארן. די איינציגסטע וואס האבן אויפגעהערט צו ארבעטן זענען די וואס טאקע בעסער אז זיי ארבעטן נישט, ווי single mothers און underage workers.


זיין מעדיקער פאר יעדעם איז מער מעסיג ווי פון אנדערע. די געדאנק איז אז די רעגירונג'ס מעדיקעיר זאל זיין קאמפיטעטיוו, אז פריוואטע זאלן מוזן שניידן זייערע פרייזן און/אדער פארבעסערן זייערע רעזאלטס. דיטעילס טו פאלאו.

ער גייט גארנישט מבטל זיין. נאר אויב איינער וויל באקומען דעם טויזנטער ווערן טייל פראגראמען (נישט מעדיקעיר אדער סאושעל סעקיוריטי) גערעכנט ווי א חלק פונעם טויזנטער. אויב די פראגראמען געבן דיר 700 באקומסטו נאך 300. אבער דער freedom dividend איז opt in, קומט אויס אז דו קענסט אויך בלייבן מיט אלע פראגראמען אויב נעמסטו נישט דעם טויזנטער.

וויאזוי ער גייט עס צאלן האט שוין טעאריע וואס לעבט געשריבן אויבן בקיצור, איך וועל שפעטער שרייבן מער.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2032
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דינסטאג יולי 23, 2019 5:24 pm

Yang2020 האט געשריבן: ווען יעדער האט א טויזנטער איז טויזנט די נייע זעראו, און קיינער וויל נישט זיין דער לוזער וואס האלט ביי זעראו.
דאס איז נישט סתם א שיינע טעאריע, נאר אזוי איז אויפגעוויזן געווארן אלעמאל ווען UBI איז איינגעפירט געווארן. די איינציגסטע וואס האבן אויפגעהערט צו ארבעטן זענען די וואס טאקע בעסער אז זיי ארבעטן נישט, ווי single mothers און underage workers.

יו האסטו גוט געזאגט נאר נישט נאר עס ווערט לגבי די הצלחה פין די מענטש זירא נאר עס ווערט באמת ווערט זירא ווייל ווען מען געט אן קיין שום סיבה סטעדי יעדע חודש 1000 פאר יעדעם גייט די ווערד פין טויזענט דאללער אראפ אין עס איז מער נישט ווערד וואס עס איז היינט ווערד
דער אינגערמאן וואס זוכט א דירה וואס האט ביז היינט נאר געצאלט 3000 פאר 3 בעדרום (אין בארא פארק :lol: ) וועט שנעלער צאלן 35 ווייל סעקשאן 8 געט 27 א טויזענטער האט ער דאך אויך די מוסדות מעג שוין אויך ארויף גיין מיט 25 דאלער א קינד, די לעבן וועט קאסטען טייערער אין אז די לעבן קאסט טייערער דארף מען האבן מער טויזענטער צו לעבן אין מפטירן כדאתמול
אמת מען ווארפט אמאל אריין פאר טייל עפעס געלט העלפט עס אבער אייביג פאר יעדעם ברענגט סתם אראפ די ווערד
נאך אלעמען וועט מיר אבער נישט באדערן צו באקומען א טויזענטער חודשליך חיי שעה איז אויך געלעבט

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1007
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג יולי 23, 2019 5:56 pm

Yang2020 האט געשריבן:אפט געפרעגטע פראגעס
וויאזוי וועט מען עס באצאלן?
וועט עס נישט הייבן פרייזן? וועט עס נישט ברענגען אינפלאציע?
וועלן נישט מענטשן אויפהערן צו ארבעטן?
וועלן עס נישט מענטשן אויסנוצן פאר דראגס און אנדערע נארישקייטן?

דאס אלעס וויל איך ענטפערן שפעטער, ווייל דער פאוסט איז שוין צו לאנג. אבער דערווייל אפאר ספוילערס.
יענג'ס פלאן וועט זיך אויסצאלן אן צוצולייגן א פעני צום דעפיציט.
ווילאנג דו קויפסט איין פאר ווייניגער ווי 120K א יאר (און אפילו מער) וועסטו פארדינען. ווייניגסטנס 96 פראצענט וועלן פארדינען.
דער פלאן ברענגט נישט קיין פרישע געלט אינעם סיסטעם. קיין אינפלאציע.
מענטשן וועלן ווערן מער פראדוקטיוו און נוצן ווייניגער דראגס, ווי שטודיעס ווייזן.


לענגערע הסבר שפעטער. אבער דאס זענען די פעקטס אן דע גראונד.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1007
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג יולי 23, 2019 6:54 pm

א קורצע זיסע אינטערוויו אויף פאקס ניוס.
נישט די בעסטע וועג צו לערנען איבער אים, זיין שטארקייט איז לענגערע שמועסן, אבער א גוטע ביישפיל וויאזוי ער קען געווינען דעבאטעס מיט זיין איידעלע אומאגרעסיווע וועג.
https://drive.google.com/file/d/1JZNh-c ... sp=sharing
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
רואיג!
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » דינסטאג יולי 23, 2019 9:15 pm

פרידן האט געשריבן:
Yang2020 האט געשריבן: ווען יעדער האט א טויזנטער איז טויזנט די נייע זעראו, און קיינער וויל נישט זיין דער לוזער וואס האלט ביי זעראו.
דאס איז נישט סתם א שיינע טעאריע, נאר אזוי איז אויפגעוויזן געווארן אלעמאל ווען UBI איז איינגעפירט געווארן. די איינציגסטע וואס האבן אויפגעהערט צו ארבעטן זענען די וואס טאקע בעסער אז זיי ארבעטן נישט, ווי single mothers און underage workers.

יו האסטו גוט געזאגט נאר נישט נאר עס ווערט לגבי די הצלחה פין די מענטש זירא נאר עס ווערט באמת ווערט זירא ווייל ווען מען געט אן קיין שום סיבה סטעדי יעדע חודש 1000 פאר יעדעם גייט די ווערד פין טויזענט דאללער אראפ אין עס איז מער נישט ווערד וואס עס איז היינט ווערד
דער אינגערמאן וואס זוכט א דירה וואס האט ביז היינט נאר געצאלט 3000 פאר 3 בעדרום (אין בארא פארק :lol: ) וועט שנעלער צאלן 35 ווייל סעקשאן 8 געט 27 א טויזענטער האט ער דאך אויך די מוסדות מעג שוין אויך ארויף גיין מיט 25 דאלער א קינד, די לעבן וועט קאסטען טייערער אין אז די לעבן קאסט טייערער דארף מען האבן מער טויזענטער צו לעבן אין מפטירן כדאתמול
אמת מען ווארפט אמאל אריין פאר טייל עפעס געלט העלפט עס אבער אייביג פאר יעדעם ברענגט סתם אראפ די ווערד
נאך אלעמען וועט מיר אבער נישט באדערן צו באקומען א טויזענטער חודשליך חיי שעה איז אויך געלעבט


דו האסט נאר געהאלפן יענג מיט דיינע טענות.

דוקא סעקשן 8 איז גורם אז די פרייז פון רענט זאל ארויפגיין, ווייל אויב קען איך באקומען אסאך פון סעקשן 8, וואס גייט מיר אן מיין רענט? אבער אויב האב איך קעש, איז אן אנדערע מעשה. איך קען עס אויך אינוועסטן, אדער גיין אויף וואקאציע, איך וויל נישט אלעס ספענדן אויף א לעכעל אין וויליאמסבורג. איך מוף קיין דזירסי סיטי...

וה''ה מיט פוד סטעמפס וכדו'.

אוועטאר
ס'שטימט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 25, 2016 4:35 pm
לאקאציע: אינעם וועלטעל

תגובהדורך ס'שטימט » מיטוואך יולי 24, 2019 12:10 am

@yang2020

קודם כל שכח פאר דיינע קלארע אנליזן. כ'האב שטארק הנאה געהאט.

איך האב געזעהן די קורצע קליפ וואס דו האסט ארויף געלייגע פון יענג אויף פאקס ניוז. און איך פארשטיי נישט די חשבון.

די פלאן איז צו געבן יעדער ערוואקסענער העכער 18, טויזענט דאלער א חודש, וואס דאס וועט קאסטען פאר די אמעריקאנע רעגירונג אריבער צוויי טריליאון דאלער יערליך, און כדאי דאס צו קענען באצאלען וועט מען ארויף לייגן א צען פערצענט שטייער אויף אלע 'סעילס'. (למשל יעצט אין ניו דזשערסי איז דא א 3.5% שטייער)

און ווי דו האסט געשריבן וועט זיך עס לוינען בפשטות פאר רוב מענטשן, ווייל ביז מ'ספענט 120 טויזענט דאלער א יאר אויף 'סעילס' באקומעט מען נאך אלץ מער געלט צוריק.
(10% פון 120k איז 12k און אזוי פיל באקומעט מען פון די רעגירונג 12k א יאר)

מיין שאלה איז נאר, דאס איז אלץ גוט פארן פרוואטען מענטש, אבער לגבי ביזנעסער איז אביסל אנדערש.
די אלע ביזנעסער וואס קויפן איין סחורה וועלן זיך פלוצלינג דערזעהן מיט נאך א 10% שטייער, (איינער מוז דאך באצאלען פאר די איבריגע הוצאה.)

און צוליב אזא זאך וועלן זיך א חלק ביזנעסער צומאכן. (נישט יעדע ביזנעס קען זיך ערלויבן אוועק צו געבן ''עשר אחוז'')
און די אנדערע וועלן העכערן זייער פרייז פאר די קאנסומער, און שניידן די צאל ארבעטער, כדאי צו קענען נאך קומען די נייע שטייערן.
און סוף דבר וועט דער מענטש, דער איינקויפער, דער וואס מיינט ער פארדינט, למעשה נאר פארלירן.

נקוט האי כללא בידך. יעדע מאל מ'טיילט געלט. מיינט עס, מ'נעמט פון דיר.
(למשל אין קאנאדע איז דא פרייע 'העלט קעיר' אבער לכבוד דעם איז דא א באזונדערע שטייער אויף אלע ביזנעסער)

ס'קען זיין האסט עס שוין מסביר געווען אבער כ'האב עס נישט געזעהן.
לאמיר זעהן.....................יא ס'שטימט

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1007
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך יולי 24, 2019 12:45 am

יענער זוכט צו פארדרייען א קאפ, רופט ער עס א סעילס טעקס. באמת איז עס נישט קיין געווענליכע סעילס טעקס, נאר א Value-added tax.
איך בין צו מיד מסביר צו זיין יעצט, אבער פונקטליכער גערופן איז עס ענדערש א consumption tax. כמעט אלע לענדער אין די וועלט האבן עס, אין אייראפע איז עס ביי 20% אנשטאט זיין פארגעשלאגענע 10%.
נישט די גאנצע טעקס ווערט געצאלט דורכן לעצטן קויפער, פארוואס איז א לאנגע אריכות, אבער שטודיעס שטעלן עס בערך ביי האלב. (וועגן דעם האב איך געשריבן אז אפילו אויב קאנסאמפט מען מער ווי 120K א יאר קען זיך עס לוינען). פרייזן זענען געפאלן ווען סעילס טעקס אין קאנאדע איז געטוישט געווארן צו VAT.
וויכטיגע געברויכן וועלן נישט זיין אונטערן VAT לויט יענג'ס פלאן.
די מעלה פונעם VAT איז אז די ריזיגע קאפאניס וואס צאלן גארנישט, דורך פארשידענע loopholes, וועלן דארפן צאלן זייער fair share. אבער פאר קליינע ביזנעסער איז עס פאקטיש גרינגער ווי אנדערע טעקסעס.

און פארשטייט זיך אז פונקט ווי דער טעקס לוינט זיך פארן געווענליכער פארדינער צו באקומען דעם טויזנטער, לוינט זיך עס אויך פארן געווענטליכער ביזנעס, צו פארדינען פונעם באסט צו די עקאנאמיע און פון דעם אז דער עולם וועט האבן מער צו ספענדן.

מער הסבר וועט נאכקומען.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

הרב_שלום
שר ששת אלפים
תגובות: 6489
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » מיטוואך יולי 24, 2019 10:56 am

Andrew Yang, 2020 Candidate, Takes Stand Against Circumcision
https://www.jta.org/quick-reads/2020-de ... rcumcision
Diapers: Save $10 when you buy 2 item(s)
https://amzn.to/3450b36

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1007
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך יולי 24, 2019 11:13 am

נישט קיין שיינע זאך ארויפצוברענגען אלטע שקרים און hit pieces.

Just to clarify - I support the freedom of parents to adopt circumcision for any religious or cultural ritual as desired. Actually have attended a brit milah myself and felt privileged to be there.
https://twitter.com/andrewyang/status/1 ... 5311407105
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » מיטוואך יולי 24, 2019 2:07 pm

הרב_שלום האט געשריבן:Andrew Yang, 2020 Candidate, Takes Stand Against Circumcision
https://www.jta.org/quick-reads/2020-de ... rcumcision

ס׳משמע פון דעם מראה מקום אז אלס פרעזידענט וואלט ער ׳נישט׳ זיך געשטעלט קעגן דעם, אדרבה ער שטיצטעס אלס די רעליגיע, נאר ער האלט אז מאנכע טוען דאס נאר צוליב פעיר-פרעשור, און ׳דאס׳ איז נישט וואס ער האלט פון...
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1007
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך יולי 24, 2019 3:02 pm

זייער ריכטיג. דאס איז א זאך וואס געוויסע אין די מידיא, וואס האבן ליב סענזאציעס, האבן אויפגעבלאזן ארויס פון יעדן פראפארץ.

ענדרו יענג האט זייער אסאך פאליסיס אויף זיין בלאט, אריינגערעכנט אויף זאכן וואס הייסן נארמאל צו קליין פאר א פרעזידענט, ווי עלימינירן דעם פעני און אפשטעלן ראבא-קאלס. אבער איבער מילה שטייט נישט און איז קיינמאל נישט געשטאנען דארט, כאטש די מידיא האט א שטיק צייט גערודערט איבער זיין מילה "פאליסי".

דאס איז נישט קיין פאליסי נאר א פערסאנעל אפיניאן וואס איינער האט ארויסגעקוועטשט פון אים, און האט גארנישט מיט אונזער מילה.
ארום 50% גויים אין אמעריקע נעמען אראפ די ערלה, אין טייל וועגן שוואכע שטודיעס וואס צייגן שוואכע געזונטהייט בענעפיטן, אבער אין די זעלבע צייט זענען אויך דא שוואכע שטודיעס וואס צייגן שוואכע געזונטהייט בענעפיטן אויף פארקערט. רוב עלטערן ווייסן גארנישט איבער דעם, און אסאך דאקטוירים שטופן אראפצונעמען די ערלה פון ניי געבוירענע אלס דיפאלט.
אויף דעם האט ער געזאגט אז ער פערזענליך האלט אז דאס איז נישט ריכטיג, און דאקטוירים וואלטן געדארפט אראפלייגן די גאנצע קעיס פאר די עלטערן, זיי זאלן באשליסן.
פארשטייט זיך אז דאס האט בכלל נישט קיין שייכות מיט אונזער הייליגע מילה, וואס איז נישט פאר געזונטהייט נאר אות ברית קודש. א שאד די גאנצע מדובר.

(אויב עפעס איז עס א מעלה אז ווייניגער גויים וועלן זיך מל'ן, ווי די מפרשים פרעגן אויף יוסף וואס האט געהייסן די מצריים זיך מל'ן)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1007
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך יולי 24, 2019 7:06 pm

פאר אינטערעסאנטקייט, איך האב באגעגנט א Psychology Today ארטיקל פון פינף יאר צוריק, וואס הייבט זיך אן מיט די ווערטער
Andrew Yang is an extremely smart person. In fact, his brainpower is off the charts.


די ארטיקל גייט אן אויסצושמועסן אז יענג האט געסקאורט אין די העכסטע 0.5% אויף די SAT ביי די 12 יאר, און באקומען א 178 LSAT און 780 GMAT.
לויטן GMAT קען מען שאצן זיין IQ אויף 153.6, וואס וועט אים לייגן אויפן ניינטן פלאץ פון אלע פרעזידענטן אין היסטאריע.
לויט זיין SAT סקאור ביי די צוועלף יאר דארף ער צו זיין נאך העכער.

פארשטייט זיך דאס איז נאר אויב ווערט ער טאקע פרעזידענט...


(פאר איינער פרעגט, IQ איז טאקע נישט פונקט די זאך צו קוקן ביים וועלן א פרעזידענט, אבער פאקטיש ווייזט עס אסאך. א קארעלעישאן עקזיסטירט צווישן העכערע IQ און בעסערע פרעזידענטשאפט. דאס אלעס מיט די דיסקלעימער אז היסטאריאמעטרי בכלל און סימאנטאן'ס בפרט זענען ווייט פון פונקטליך)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7732
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יולי 25, 2019 10:18 am

א בילד פון ענדרו יענג איז טייל פון א רעקלאמע פון דזשאש געפ וועלכע איז א דאקטאר וועלכע לויפט אין די טענעסי רעפובליקאנע סענאט פריימערי

די רעקלאמע באצייכנט פאליטישע קארעקטנעס אלץ א געפערליכע קרענק

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1007
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג יולי 25, 2019 5:15 pm

ענדרו יענג איז אויסגעלויבט געווארן אין א טוויט און פעיסבוק פאוסט פון Doug Ducey, דער רעפאבליקאנער גאווערנער פון אריזאנע, מיט די ווערטער good policy knows no party.

דער גאווערנער האט צוגעלייגט א לינק צו א ארטיקל אויף reason.com, א ליבערטעריען מאגאזין, וואס באשרייבט שיין איינס פון יענג'ס ווייניגער באקאנטע פאליסיס.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דאנארשטאג יולי 25, 2019 6:18 pm

די היינטיגע נאציאנאלע אנקעטע פון פאקס איז גאר גוטע נייעס פאר יענג, ווייל ס'ווייזט אז ער האט געפינען חן אין פאקס'נס אויגן, און זיי ווילן זיכער מאכן אז ער מאכט די סעפטעמבער דעבאטע.

#קאנספיראציע_טעאריע
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1007
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג יולי 29, 2019 9:41 am

אפט געפרעגטע פראגן אויפן פרידאם-דיווידענד - #1


וויאזוי וועט מען עס באצאלן?

דאס וועט אויסקומען גרינגער ווי אסאך מיינען.
די פונקטליכע ספעסיפיקס ווערן אויסגערעכנט אויף אסאך פלעצער, אבער מער לאגיש איז צו פארשטיין דעם גרויסן בילד, ווייל דיטעילס וועלן נאך מסתמא סייווי געטוישט ווערן אין קאנגרעס און אין סענאט.

טויזנט דאלער א חודש פאר סיטיזענס העכער 18 קומט אויס ארום $2.1 טריליאן א יאר, אבער מענטשן כאפן נישט אז נאר $1.3 פון דעם איז פרישע עקספענסעס, און אונזער עקאנאמיע איז גענוג שטארק פאר אזא אינוועסטמענט וואס וועט ברענגען ריוח גלייך און אויף לאנגע יארן.


מער צולייגט, ארום $600 ביליאן ווערט יעצט אויסגעגעבן פאר פראגראמען ווי פוד סטעמפס און דיסעבליטי, און באנוצער וועלן האבן א אויסוואל נישט צו נעמען דעם פרידאם-דיווידענד צו בלייבן מיט די פראגראמען, אדער רעכענען וויפיל זיי באקומען פון די פראגראמען פאר א חלק פונעם טויזנטער, אדער אויפגעבן די פראגראמען צו באקומען די גאנצע קעש. סיי וויאזוי איז די $600 ביליאן נישט קיין פרישע עקספענס, און די דריטע אפשען (וואס רוב וועלן אויסוועלן) קען אפילו שפארן קאסטן דורכן רעדוצירן ביוראקראטיע.
(סאושעל סעקיוריטי, מעדיקעיד, מעדיקעיר, האוזינג, און אנעמפלוימענט אינשורענס בלייבן אומבארירט)

נעקסט, ארום טריליאן דאלער ווערט אויסגעגעבן פאר אזעלכע עקספענסעס ווי העלטקעיר, תפיסות, און האומלעס סערוויסעס. אבער ווען יעדער האט פאר די בעיסיקס וועלן מענטשן פונקציאנירן אסאך בעסער און ווייניגער אנקומען צו רעגירונגס אינסטיטוציעס. שטודיעס ווייזן אז געבן איין דאלער פאר ארימע עלטערן צאלט זיך אויס מיט זיבן דאלער down the road. ווי דער אלטער כלל, one ounce of prevention is worth a pound of cure. אבער פארזיכטיג גערעכנט וועט אראפגיין $200 ביליאן פון די קאסטן.

ווייטער, אריינלייגן געלט אין די הענט פון אמעריקאנע קאנסומערס וועט מאכן וואקסן די עקאנאמיע. די Roosevelt Institute האט אויסגערעכנט אז דאס וועט מאכן וואקסן די עקאנאמיע מיט $2.5 טריליאן און צוברענגען 6.4 מיליאן דזשאבס. דער וואוקס וועט אריינברענגען נאך $600 ביליאן פאר די רעגירונג.

צו דעקן די איבריגע $800 ביליאן שלאגט יענג פאר א Value-Added Tax פון 10%. דאס איז א טעקס וואס ווערט אפגעצאלט דורכאויס די סופליי טשעין לויט וויפיל ווערד איז צוגעקומען ביי דעם שטאפל, דאס מאכט עס אסאך שווערער פאר גרויסע קאמפאניס, וואס זענען עקספערטן זיך ארויסצודרייען פון אינקאם טעקסעס, צו פארמיידן פון באצאלן זייער חלק. א VAT איז נישט קיין נייעס, 160 פון 193 לענדער האבן עס שוין, אריינגערעכנט יעדע אנדערע אנטוויקלטע לאנד אין די וועלט, און גאנץ אייראפע וואו דער עוורידזש VAT איז 20%, אבער לויט די גרויסקייט פון אונזער עקאנאמיע איז גענוג העלפט. דער VAT איז גרינגער ווי אנדערע טעקסעס פאר קליינע ביזנעסער און קאנסומערס, ווייל יעדער צאלט נאר א קליין חלק פונעם סך הכל.
א VAT וועט ווערן מער און מער וויכטיג ווען טעכנאלאגיע ווערט כסדר מער פארגעשריטן, ווייל פון ראבאטן אדער סאפטוועיר קען מען נישט איינמאנען קיין אינקאם טעקס. אבער די גרעסטע געווינער פון אויטאמאציע, AI, און אנדערע טעכנאלאגיע קענען זיך נישט ארויסדרייען פון א VAT. דאס מיינט אז א VAT וועט דיר געבן עפעס פון יעדע אמאזאן פארקויף, גוגל סירטש, פעיסבוק עד און אובער נסיעה.


עס איז גוט צו געדענקען אז דאס איז אלעס וויאזוי צו באצאלן דעם פרידאם-דיווידענד גלייך ביים אנהייב, אבער פארקערט ווי רוב אנדערע פעדעראלע פראגראמען, וועט עס זיין גרינגער אויסצוצאלן וואס שפעטער, ווייל די השפעות אויף די עקאנאמיע און סאושעל סטרוקטשור וועט ווערן אלץ שטערקער.
דער פרידאם-דיווידענד וועט נישט אפעקטירן דעם דעפיציט (אויך אויב בלייבט א דעפיציט) אזויפיל ווי אנדערע אויסגאבן ווייל די געלט גייט גלייך צוריק אריין אין די עקאנאמיע (און איז נישט ספעשילייזד). די בעסטע וועג צו האלטן דעם דעפיציט אונטער קאנטראל איז צו מאכן זיכער אז טריליאן דאלער קאמפעניס ווי אמאזאן צאלן נישט זיראו אין טעקסעס פון איין זייט, און מאכן זיכער אז די רעגירונג ספענדט דאס געלט מער פראדוקטיוו. UBI צוזאמען מיטן VAT נעמען קעיר פון ביידע צוזאמען. פשוט געבן דאס געלט פאר מענטשן איז די מערסט פראדוקטיווע זאך וואס די רעגירונג קען טון מיטן געלט.


צום שלוס לאמיר כאפן א טיילווייזע בליק וויפיל קאסט יעצט פאר אמעריקע דאס נישט איינפירן UBI, חוץ פון דאס אויבן דערמאנטע:

די אלע און נאך אסאך אזעלכע זענען נישט קיין חלק פונעם נעשענאל בודזשעט, אבער זיי קאסטן אפ פאר אונזער עקאנאמיע. די פראבלעמען וועלן אפשר נישט אינגאנצן אוועקגיין, אבער UBI האט א דירעקטע מאסיווע השפעה אויף זיי, ווי אויפגעוויזן פון שטודיעס און ווי שכל זאגט.


וויפיל וועט עס מיר קאסטן?

אויב ווייסטו נאר דאס, אז די רעגירונג וועט נעמען $800 ביליאן צו געבן $2.1 טריליאן, איז שוין גענוג צו פארשטיין אז עס איז מאטעמאטיש אוממעגליך פאר א געווענטליכער סיטיזען נישט צו פארדינען אסאך מער ווי ער פארלירט. די שטייער צאלער צאלן נישט פריש פארן פרידאם-דיווידענד אזויפיל ווי דער פרידאם-דיווידענד צאלט פאר די שטייער צאלער.

פונקטליך וויפיל יעדער וועט צאלן איז שווער צו רעכענען צוליב אפאר complicating factors, אבער עס וועט נישט זיין קיין צען פראצענט מער ווי יעצט. וויכטיגע געברויכן וועלן נישט זיין אונטערן VAT, כאטש יענג האט נאכנישט קלאר געמאכט וואס פונקטליך גייט אריין אין גדר פון וויכטיגע געברויכן. דאס אליין רעכנט שוין אראפ א גרויס חלק פון היימישע הוצאות. נאך א זאך, א 10% VAT הייבט נישט די פרייזן מיט 10%. נישט אלעס וועט זיך הייבן די זעלבע, און געוויסע מאדעלן שטעלן דעם סך הכל וויפיל מער א עוורידזש קאנסומער וועט ספענדן ביי 4.84%.

דאס מיינט אז איר דארפט ספענדן איבער פערציג טויזנט יעדע חודש אז דער פרישער שטייער זאל זיין מער ווי די 2000 וואס איר מיט אייער ב"ב גייען באקומען. און אויב ספענדט איר טאקע אזויפיל יעדע חודש, קענט איר מיר אפשר בארגן א אלפ'ל אדער צוויי?


לויט א סטאטישע מאדעל (וואס רעכנט נישט אריין די עקאנאמישע וואוקס) וועלן 87 פראצענט פארדינען, אריינגערעכנט 90% פון שטיבער וואס פארדינען אונטער $50000 און 54% פון די וואס פארדינען $200000 אדער מער. רוב פון די וואס פארדינען נישט זענען נישט קיין סיטיזענס, און אויב רעכנט מען נאר סיטיזענס זענען די פראצענטן אסאך העכער.
(אין איין וועגס וועט עס זיין א שטארקע אינסענטיוו קעגן אומלעגאלע אימיגראציע. דער אימיגראנט וועט צאלן טייערער פאר סערוויסעס און געברויכן, אבער וועט נישט באקומען דעם טויזנטער. שוין בעסער צו פראבירן אויף א לעגאלע וועג, און האפנטליך אמאל ווערן א בירגער און באקומען דעם טויזנטער חודש'ליך. דאס ארבעט זייער פיין מיט יענג'ס סעלושענס צום אימיגראציע פראבלעם)
צוריק צום פרידאם-דיווידענד, דער פלאן וועט רעדוצירן poverty מיט 74%, און child poverty מיט 54%. Inequality וועט פאלן מיט %15.
די median income וועט זיך הייבן מיט 25%, פון $56K צו $70K. די ניינציגסטע פערסענטייל וועט זיך הייבן מיט 6%, פון $159K צו $168K, אבער די צענטע פערסענטייל וועט זיך הייבן מיט 48%, פון $19K צו $29K.
1 ZuXPrjwE1gM-nv2ux7VCBA.png
1 ZuXPrjwE1gM-nv2ux7VCBA.png (87.14 KiB) געזעהן 1682 מאל


1 0h4yeBJIBAWSu-eNftvvHw.png
1 0h4yeBJIBAWSu-eNftvvHw.png (35.65 KiB) געזעהן 1682 מאל


א שטוב מיט צוויי עדאלטס, 3+ קינדער, וואס פארדינט יעצט $50K צו $100K א יאר, און נעמט בענעפיטן, וועט פארדינען לויטן סטאטישן מאדעל $1001 יעדע חודש (נאכן אראפרעכענען די צוגעקומענע שטייערן און פארלוירענע בענעפיטס). אויב פארדינט די שטוב יעצט ווייניגער וועלן די פארדינסטן זיין נאכמער, און אויב באקומען זיי נישט קיין בענעפיטס איז שוין אפגערעדט.


דער זעלבער סארט חשבון גייט אויך פאר ביזנעסער. קליינע ביזנעסער וואס נעמען נאר אויף איין רינגל אינעם סופליי טשעין גייען נאר באצאלן א קליין חלק פונעם סך הכל, און פון די אנדערע זייט גייען זיי אסאך פארדינען פונעם באסט צו די עקאנאמיע און פון דעם אז דער עולם וועט האבן מער צו ספענדן. דער עיקר געלט גייט דא קומען פון די ריזיגע קאמפעניס וואס שלינגען איין גאנצע שטיקער פונעם עקאנאמיע, און פאר זיי בין איך נישט אזוי באזארגט.
טעקסעס קענען דינען אלס אינסענטיוו פאר גרויסע קאמפאניס אוועקצוגיין, דאס איז נישט גוט, אבער דער VAT איז אנדערש. סיי ווייל כמעט די גאנצע וועלט האט עס שוין, און אין רוב פלעצער איז עס העכער ווי 10%, און סיי ווייל עס האט נישט צו טון מיט וואו די קאמפאני'ס הויפטקווארטיר איז נאר וואו זיי פארקויפן. אויב פארקויפט יעצט אמאזאן אין אייראפע (רמז: יא, זיי פארקויפן) וועלן זיי זיכער ווייטער פארקויפן אין אמעריקע. עס איז נישט אזוי גרינג איבערצולאזן די גרעסטע מארקעט אין די וועלט.


די ריעקשאן קעגן טעקסעס איז זייער פארשטענדליך, און איך בין אויך נישט קיין גרויסע חסיד פון זיי, אבער דא איז זייער אנדערש. נאך אפאר פוינטס צו נעמען אין באטראכט:
עס איז נישט קיין אינקאם טעקס אדער סעילס טעקס, נאר א קאנסאמפשען טעקס. דאס טוישט זייער אסאך.
קאנסומער פרייזן זענען שוין געפאלן און וועלן נאך אסאך מער פאלן צוליב טעכנאלאגיע. סעלף דרייווינג אליינס וועט כמעט אוועקנעמען טראנספארטאציע קאסטן, און אלעס אינעם מארקעט וואס ווערט נישט פראדוצירט אויפן פלאץ וועט דירעקט ווערן אסאך ביליגער. אבער כמעט די גאנצע פארדינסטן גייען צו די גרויסע טעק קאמפעניס, וואס דרייען זיך גאר גוט ארויס פון צאלן טעקסעס. זייערע סטאקס הייבן זיך, אבער רוב מענטשן אין אמעריקע האבן גארנישט דערפון. די נייע טעקס וועט זיי העלפן טיילן די פארדינסטן פון ערפינדונגען און טעכנאלאגיע און צוריקגעבן א קליין חלק דערפון פאר אמעריקע, פון וואו א שיין ביסל פון די טעכנאלאגיע און ערפינדונגען שטאמען.
iphone-slide.jpeg
iphone-slide.jpeg (154.84 KiB) געזעהן 1682 מאל

געווענטליך נעמט די רעגירונג געלט דורך טעקסעס און ספענדט עס אליינס. די רעגירונג, ווייסן מיר אלע, איז א פעט באשמירטע און דאך פארזשאווערטע ביוראקראטישע מאשין. דער פרידאם-דיווידענד איז אנדערש. עס גייט דירעקט צו די מענטשן צו ספענדן לויט ווי זיי זעען פאר ריכטיג. נישט די רעגירונג, נאר מענטשן ווי מיר און דיר.
א גרויסע פראבלעם מיט עקזיסטירנדע טעקסעס איז אז הונדערטער ביליאנען גייען צו פראגראמען וואס האלטן מענטשן געפאנגען, ווייל אויב פארדינען זיי מער פארלירן זיי די בענעפיטן. דער פרידאם-דיווידענד שטעלט צו דער וועג ארויס.

זע אויך פארוואס זאל א רעפובליקען שטיצן UBI.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”