ארכעאלאגיע: געפינסן און נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

אבער איין פראבלעם האב איך מיט די נייעס, אז עס ווערט אראפגעברענגט אין היימישע (?) נייעס, און עס איז פיל מיט כפירות 'תקופת האבן' תקופת הניאוליתית' ועוד ועוד כידוע ליודעי מיאוס פון וועלכע כפירות מען רעדט דא... אזוי קוקט אויס די היימישע איזרעלי פרעסע און מאגאזינען, ווי באקאנט. איך האב שוין געטראפן ערגערס ווי דעם, ה' ירחם.

אגב, איז דער גאנצער טעאריע און די אלע שטותים ארום דעם, געבויט ממש ריין נאר אויף השערות און שאצונגען, אן קיין שום כתבים אדער סיי וועלכע הארטע באווייזן. און א אינטערעסאנטע זאך האב איך באמערקט, אז לויט זיי איז די וועלט אנגעגאנגען פאר איך ווייס נישט וויפיל יאר, און קיינמאל איז פאר די מענטשהייט נישט בייגעפאלן זיך צו באזעצן געהעריג ווי נארמאלע מענטשן אין שטעט און אנהייבן צו שרייבן כדי צו קענען קאמיוניקירען, און אנהייבן ניצן געלט צו קויפן, נאר עפעס פאר בערך פיר א האלב טויזענט יאר צוריק איז פלוצלינג די וועלט געקומען צום שכל און אנגעהויבן זיך מסדר צו זיין און בויען שטעט, שרייבן כתבים, און אלעס פון איין עק וועלט ביז די אנדערע, ווי אפגעשמועסט, פון אמעריקע ביז טשיינע, פון אייראפע ביז אפריקע, מיטל מזרח און איבעראל. אינטערעסאנט, פונקט ווען עס שטייט אין אונזער תורה אז די מבול האט זיך גענדיגט און די מענטשן האבן אנגעהויבן זיך צו באזעצן אויף די וועלט... אזא השגחה פרטית...
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

טוב ה' לכל האט געשריבן:היינט איז געווארן באריכטעט אין די איזרעלי פרעסע איבער א נייע ישוב וואס מען האט געטראפן נעבן ירושלים, פון די גאר פריעדיגע צייטן. א געגענט וואס זיי האבן געהאלטן ביז היינט אז דארט געפינט זיך נישט קיין שטעט פון יענע צייט (מעגליך זיי האבן שוין געהאט לפי זה קשיות אויף די תורה, גיי ווייס...) אבער יעצט זעהען זיי אז עס ממש נישט אזוי.
זעט מען נאכאמאל די זעלבע מעשה, קודם מאכן זיי הנחות, און נאכדעם טוישט זיך עס אינגאנצן. לא מצאתי אינו ראיה.
https://www.jdn.co.il/news/israel/1174032/

א ענליכע זאך איז געווען אלע יארן ווען זיי האבן געטענה'ט אז מצרים איז די ערשטע פלאץ ווי מענטשן האבן געוואוינט. נישט בבל, ווי עס שטייט אין די תורה הקדושה והטהורה שיצא מפי הגבורה. א קשיא...
אבער אין די לעצטע יארן זאגן זיי טאקע אז זיי זעהען אז די ערשטע פלאץ פון ציוויליזאציע איז אין בבל, גוט מארגן.... שקויעך פארן מסכים זיין צו די תורה...
פראהביטש
שר האלף
תגובות: 1895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראהביטש »

בענקעל האט געשריבן:
Anshei emet safe .jpg
א גרויסע שווערע רונדיגע סעיף געשאצט צו זיין הונדערט יאהר אלט מיט א וואג פון 3000 פונט איז געפונען געווארן פאר צוויי וואכן צוריק באגראבן אין א ווינקל אין די פארקינג-לאט פונעם 'בית הכנסת אנשי אמת' אין לעיקוויאו שיקאגא ווען פלאמבערס האבן דארט געגראבן אלס טייל פון א גרויסע בוי פראיעקט אויפן בית הכנסת. שוין צוויי וואכן וואס מ'פרובירט אויף פארשידענע מיטלן צו עפענען דעם סעיף צו זעהן איהר היסטארישע אינהאלט. עטליכע קאוד-ברעכער האבן שוין פרובירט צו עפענען די ראסטיגע שלאס. אנדערע האבן פרובירט צו דורך בויערן איהר 18 אינטשיגע דיקע טיהר, אבער דערווייל אן ערפאלג. די פרייז צו עפענען דעם סעיף קען אפקאסטן ביז צען טויזנט דאלאר.
20190711_181751.jpg

עס איז געפלאנט אין די קומענדע וואכן צו דורך בויערן איהר דיקע אייזן און אריינציען א עלעקטראנישע אויגעלע און אריינקוקן אינווייניג צו זעהן אויב עס אינהאלט עפעס ווערטפול אז עס זאל זיך לוינען דאס צו אויפברעכן פאר די פרייז. דערווייל איז די גאנצע עקזיסטענץ פון די סעיף אין בית הכנסת 'אנשי אמת' א מיסטעריע.
190711_173306.jpg

די אנשי אמת קהילה איז געגרינדעט געווארן אין 1873. אויף זייער יעצטיגע לאקאציע זענען זיי פון 1929.

זיי דארפן נאר רופן א שמש פון סיי וועלכע שוהל. ער וועט עס שוין עפענען אן די אלע קלאפער-געצייג

וואס איז למעשה געבליבן מיטן סעיף?
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

פראהביטש האט געשריבן:וואס איז למעשה געבליבן מיטן סעיף?

איך ווייס נישט, און ווען איך וועל וויסן וועל איך עס אי"ה מיטטיילן.

ווי געשריבן, פלאנען זיי אין די קומענדיגע וואכן צו דורך דרילן די מאסיווע טיר פונעם סעיף, א דיקקייט פון 18 אינטשעס אייזן, צו זעהן מיט א scope אויב עס אינהאלט עפעס ווערדפול.

אפיציעל האבן זיי געוואלט האלטן די געפינס פאר א געהיימעניס, אבער זעהט אויס אז זיי האבן געדארפט צוקומען צו דרויסענדע הילף איז די געפינס געווארן באקאנט.

דערווייל ליגט די סעיף פריי אויפן גאס אונטערן הימל אינעם פארקינג-לאט, אבער מיט א וואג 3000 פונט האבן זיי נישט מורא אז איינער וועט דאס איינפאך אריינפאקן אין זיין טראָנק און עס אהיים פירן.
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

יישר כח טוב ה' לכל! מיר האבן זייער הנאה פון אייערע שרייבונגען.
אוועטאר
Silent
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Silent »

טוב ה' לכל האט געשריבן:און א אינטערעסאנטע זאך האב איך באמערקט, אז לויט זיי איז די וועלט אנגעגאנגען פאר איך ווייס נישט וויפיל יאר, און קיינמאל איז פאר די מענטשהייט נישט בייגעפאלן זיך צו באזעצן געהעריג ווי נארמאלע מענטשן אין שטעט און אנהייבן צו שרייבן כדי צו קענען קאמיוניקירען, און אנהייבן ניצן געלט צו קויפן, נאר עפעס פאר בערך פיר א האלב טויזענט יאר צוריק איז פלוצלינג די וועלט געקומען צום שכל און אנגעהויבן זיך מסדר צו זיין און בויען שטעט, שרייבן כתבים, און אלעס פון איין עק וועלט ביז די אנדערע, ווי אפגעשמועסט, פון אמעריקע ביז טשיינע, פון אייראפע ביז אפריקע, מיטל מזרח און איבעראל. אינטערעסאנט, פונקט ווען עס שטייט אין אונזער תורה אז די מבול האט זיך גענדיגט און די מענטשן האבן אנגעהויבן זיך צו באזעצן אויף די וועלט... אזא השגחה פרטית...

;l;p-
שנלר
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנלר »

טוב ה' לכל האט געשריבן:אבער איין פראבלעם האב איך מיט די נייעס, אז עס ווערט אראפגעברענגט אין היימישע (?) נייעס, און עס איז פיל מיט כפירות 'תקופת האבן' תקופת הניאוליתית' ועוד ועוד כידוע ליודעי מיאוס פון וועלכע כפירות מען רעדט דא... אזוי קוקט אויס די היימישע איזרעלי פרעסע און מאגאזינען, ווי באקאנט. איך האב שוין געטראפן ערגערס ווי דעם, ה' ירחם.

אגב, איז דער גאנצער טעאריע און די אלע שטותים ארום דעם, געבויט ממש ריין נאר אויף השערות און שאצונגען, אן קיין שום כתבים אדער סיי וועלכע הארטע באווייזן. און א אינטערעסאנטע זאך האב איך באמערקט, אז לויט זיי איז די וועלט אנגעגאנגען פאר איך ווייס נישט וויפיל יאר, און קיינמאל איז פאר די מענטשהייט נישט בייגעפאלן זיך צו באזעצן געהעריג ווי נארמאלע מענטשן אין שטעט און אנהייבן צו שרייבן כדי צו קענען קאמיוניקירען, און אנהייבן ניצן געלט צו קויפן, נאר עפעס פאר בערך פיר א האלב טויזענט יאר צוריק איז פלוצלינג די וועלט געקומען צום שכל און אנגעהויבן זיך מסדר צו זיין און בויען שטעט, שרייבן כתבים, און אלעס פון איין עק וועלט ביז די אנדערע, ווי אפגעשמועסט, פון אמעריקע ביז טשיינע, פון אייראפע ביז אפריקע, מיטל מזרח און איבעראל. אינטערעסאנט, פונקט ווען עס שטייט אין אונזער תורה אז די מבול האט זיך גענדיגט און די מענטשן האבן אנגעהויבן זיך צו באזעצן אויף די וועלט... אזא השגחה פרטית...

סיי ברויכן זיך לערנען פון די אויפריכטיגע ''דער איד'' און ''דער בלאט'' וויאזוי צו פירן א צייטונג און שרייבן נייעס.

היל''ת ל'''ע ודי
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

טוב ה' לכל האט געשריבן:איך האב נישט געזען צו מען האט שוין ד גערעדט דערפון, אבער איך דא זאגן מיינע סברות אין די ענין פון ארכיאלאגיע בעזהשי''ת.

ארכיאלאגיע איז זייער א אינטערעסאנטער נושא, אבער מען דארף וויסן יעדע זאך פאר זיך, און עס איז זייער א פארנעפלטע און פארפלאנטערטע נושא, גאר אומקלאר. יעדער ארכיאלאג איז א שיטה פאר זיך... און מערערע מאל האט מען געוויסע אגענדעס וכו'.

איך וועל ברענגען א דוגמא:
זיי גראבן אויס א געווייסער שטאט פון אינטער די ערד, יעצט פון וויי ווייסן זיי פון וועלכע צייט דאס איז? עס שטייט דאך נישט אויף די ציגל א דאטום...
נאר מען ווייסט לויט די געבוי וויאזוי מען האט עס געבויעט, און לויט די כלים וואס מען טרעפט דארט, און לויט די געווער וואס מען געפינט דארט און אזוי ווייטער.
יעצט, פון וויי ווייסט ען ווען האט מען וויאזוי געבויט? איז אלעס איז געבויט אויף פריעדיגע הנחות און יסודות און לויט דעם בויעט מען אלע יארן.

יעצט, די יסוד אויף וואס מען בויעט די יארן וכו' שוין פאר די לעצטע הונדערט יאר, איז לויט די יארן פון מצרים, וויבאלד דאס איז פון די עלטסטע שטעט אין די וועלט, און וויבאלד דאס האט מען די ערשטע אנגעהויבן צו גראבן מיט א סדר כידוע דורך נאפאליאן.

יעצט, פאר פופציג יאר צוריק איז געקומען א אידישע חוקר, איך געדענק נישט זיין נאמען אבער עס איז ידוע, און ארויסעגעבן א בוך ווי ער ווארפט אראפ די גאנצע יסוד, און ער פארטוישט די סדר השנים אין מצרים מיט א דריי הונדערט יאר בערך, און אלעס מיט א פלא'דיגע סדר און ראיות והוכחות.
די וועלט פון ארכיאלאגיע האט זיך איבערגעדרייט איבער דעם, און די חוקרים האבן זיך מער ווייניגער מודה געווען אז ער ווייסט וואס ער רעדט.
לויט דעם קומט אויס, אז אלע אנדערע חשבונות איז פארדרייט און מען דארף אלעס מסדר זיין פון ניי... און אלע חידושים און קשיות און פירכות, בעיקר אויך תנ''ך, איז מעיקרא ליתא וכו'. וויבאלד די יסוד אויף וואס מען האט געבויעט איז נישט דא.

אבער פארשטייט זיך אז עולם גולם פארט ווייטער מיט דעם, און ביז היינט בויען זיי אויף דעם, ווייל, פארוואס נישט?... און לויט דעם ווערט נאך קשיות און פירכות וכו'.

נאך מער, פאר בערך צען יאר צוריק איז ארויסגעקומען נאך א ספר 'המקרא והארכיאלאגיע', פון א חוקר אין ארץ ישראל וואס נעמט אראפ נאך הונדערטער יארן אין די מצרי'שע יארן. און אזוי טוט ער אויך אין די ארץ ישראל'דיגע יארן, ווי ער פארענטפערט צענדליגע קשיות לויט דעם, און ער מאכט דארט אויך גוט ליצנות פון די חוקרים וכו'.

עכ''פ, מען דארף וויסן אז אלעס קען זיין, און מען זאל נישט בויען אויף גארנישט.
נאר די ארכיאלאגיע וואס איז געשריבענע זאכן, ווי חותמות אן כתבים, דאס זענען שטארקע זאכן. אלע אנדערע זאכן איז היינט זאגט מען אזוי און מארגן קען זיך עס טוישן, וויבאלד אלעס ווענט זיך לויט די יסודות און הקדמות און אזוי ווייטער.

אבער תורתינו הקדושה איז אמת, און אפילו אין די ארכיאלאגישע וועלט להבדיל אי''ס איז נאך קיינמאל נישט אפגעפרעגט געווארן מיט אן עכטע פירכא, און אדרבה, אלעס שטימט הפלא ופלא. און אפילו אויב נישט, איז די תורה הקדושה אמת און דאס רירט זיך נישט, ואין לנו שיור רק התורה הזאת!!!

וילקובסקי פרעגט זייער שטארק אפ די אנגענומענע מיינונג אז די עגיפטישע כראנלאגיע איז קראנט. ער פרעגט אייזענע קשיות און זיין מהלך ווי ער ריקט עס מיט א גיטע 500 יאר שטימט אייזען מיט די חלק התנ"ך וואס ער פארעט זיך דאס הייסט פון ימות שאול המלך און ווייטער.
וועט אבער זיין א טעות צי זאגן אז די חוקרים האבן מודה געווען, רוב האבן איגנארירט און א געוויסע האבן און אראפגעריסן אלץ א שארלאטאן. נאר א קליינע מיעוט איז געווען רעדי מודה זיין אז סקען זיין אז די גאנצע 200 יאר אריכאלאגיע איז ווערט חרוסת.
אזויפיל יא אויף וויפיל איך האב געזען איז נישטא ווער סענטפערט וילקובסקיס קשיות.
מקרא וארכילוגיה וואס איז געמאכט דורעך צוויי חרידישע אידן גייט אסאך ווייטער הייבט אן פון ימי אבות און ריקט די דעיטס מיט א 1000 יאר פון די אנגענומענע כראנאלאגיע.
מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי כעמך »

וואס פארא ספר איז דאס מקרא וארכילוגיה? ס'הערט זיך אינטרעסאנט מען קען עס ערגעץ זעהן אדער באקומען?
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1638
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

טוב ה' לכל האט געשריבן:נאר די ארכיאלאגיע וואס איז געשריבענע זאכן, ווי חותמות אן כתבים, דאס זענען שטארקע זאכן. אלע אנדערע זאכן איז היינט זאגט מען אזוי און מארגן קען זיך עס טוישן, וויבאלד אלעס ווענט זיך לויט די יסודות און הקדמות און אזוי ווייטער.

די געשריבענע זאכן זענען אויך נישט קיין תורת משה. עס איז דא גענוג כתבים וואס מען ווייסט קלאר אז זיי זענען שקר. א שטייגער ווי די כתבים פון מלכים וואס האבן מכלומרשט געהאט מעכטיגע נצחונות אין די צייט וואס אין אמת'ן זיי האבן געליטן נידערלאגע נאך נידערלאגע.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

היימישער הייקער האט געשריבן:

עס איז צוויי אנדערע זאכן
מען טרעפט א כתב וואס שטייט וואטעווער און ארכעלאג סאו ענד סאו מאכט א חשבון אז עס איז אלט ״פונקטליך״ 2,400 - 2,500 יאר לעטס סעי (אדער פונקטליכער צווישן צוויי יאר און פיר און א האלב טויזנט יאר)
נאכדעם איז דא א כתב פון פרשנדתא מלך אספתא וואס מען ווייסט ווען ער האט געלעבט און האט געהאט א מיאוסע מפלה ביי א מלחמה וואס דער קעניג האט אליינס בכתב יד קאטשעניו דאקומענטירט פארשטייט זיך אלס א ריזיגער סוקסעס.

דער דאקומענט קען מען טאקע נישט נוצן אויף צו דאקומענטירן ריכטיג דעם געשעניש אבער יא בערך אויף וועלכע געגנט און וועלכע יאר דער קעניג האט געוועלטיגט און אזוי אויך ווער איז געווען זיין גענעראן און זיין משנה למלך וכדומה באזירט אויף די דאקומענטן
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

http://www.daat.ac.il/daat/vl/tohen.asp?id=676
מקרא וארכיאלוגיה
מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי כעמך »

טוב ה' לכל האט געשריבן:http://www.daat.ac.il/daat/vl/tohen.asp?id=676
מקרא וארכיאלוגיה

ישר כח! ממש יעצט געפונען
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

מען האט שוין דא גערעדט פון די מזבח אויף הר עיבל? איך מיין אז עס איז אקעגן א גמרא וואס זאגט אז די מזבח איז געבויט געווארן ערגעץ אנדערש.

איינער האט עס אדורכגעטון?
מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי כעמך »

טוב ה' לכל האט געשריבן:מען האט שוין דא גערעדט פון די מזבח אויף הר עיבל? איך מיין אז עס איז אקעגן א גמרא וואס זאגט אז די מזבח איז געבויט געווארן ערגעץ אנדערש.

איינער האט עס אדורכגעטון?

וועלכע גמרא?
אין ארכילוגיה תנכית לייגט ער אראפ מיט א קלארקייט אז עס שטימט מיט די תקופה און די פאקטן
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
אוועטאר
יהלום
שר האלף
תגובות: 1503
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהלום »

וואס גייט פאר מיט דער סעיף וואס מען האט געטראפען און ביהכ"נ אנשי אמת?
אוועטאר
שופר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שופר »

טוב ה' לכל האט געשריבן:מען האט שוין דא גערעדט פון די מזבח אויף הר עיבל? איך מיין אז עס איז אקעגן א גמרא וואס זאגט אז די מזבח איז געבויט געווארן ערגעץ אנדערש.

איינער האט עס אדורכגעטון?

כ'האב א שטיק צייט צירוק געליינט וועגן דעם, און לויט ווי כ'געדענק שטימט עס טאקע נישט מיט די גמרא אין סוטה אין בבלי, אבער ס'שטימט לויטן ירושלמי, זוכענדיג יעצט האב איך געטראפען דעם מאמר, כ'האב עס נאכנישט אינגאנצען דורכגעליינט אבער ס'זעהט אויס ווי ער רעדט פון דעם.
https://forum.otzar.org/download/file.php?id=33700
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

יהלום האט געשריבן:וואס גייט פאר מיט דער סעיף וואס מען האט געטראפען און ביהכ"נ אנשי אמת?

דערווייל איז נישט געווען באריכטעט אז מ'זאל שוין דאס האבן געעפנט. עס איז זייער מעגליך, אויב זיי וועלן טרעפן עפעס נייעס-ווערד, אז עס וועט נעמען צייט ביז עס וועט ווערן באריכטעט. עס קוקט נישט אז זיי זוכן עקסטרע עפענטליכע און מידיע אויפמערקזאמקייט.

ווי עס איז יעצט באקאנט איז די סעיף שוין געפונען געווארן א צאל וואכן פאר די אנגעגעבענע צייט און עס איז נאר באקאנט געווארן נאכדעם וואס עס האט גענומען אזא לאנגע צייט צו עפענען דעם סעיף און עטליכע פון די קהילה האבן אנגעהויבן שרייבן און שפעקולירן אויף די אינטערנעט וואס עס קען מעגליך זיין איר אינהאלט.

דאס איז וואס געווען באריכטעט ביז יעצט. די סעיף איז געפונען געווארן דורך אן ארבייטער Jack Bellavia פון די פירמע Bulley & Andrews Development וואס טוט יעצט אדורכפירן דארט עטליכע גרויסע פראיעקטן. דער 'דזשעק בעלאוויע' האט געהאלטן אינמיטן גראבן אינעם אנשי אמת פארקינג-לאט צו אינסטאלירן א נייע אפלויף-רער. גראבענדיג ביי א טיפקייט פון זעקס צו אכט פיס האט ער זיך אנגעשטויסן אין א מאדנע גרויסע אייזענעם אביעקט. נאכן עס ארויסציען און אפרייניגען האט זיך עס ארויסגעשטעלט צו זיין דאס וואס מ'ווייסט יעצט אלס אן אלטע מיסטריעזע סעיף.

דער jack קען עפעס האבן לעגאלע רעכטן דאס צו קלעמן?
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

קלאר אז נישט. אלע זאגן אז דאס באלאנגט פאר די אנשי אמת קהילה, זינט דאס געפונען געווארן אויף זייער שטח.

דאס איז די אריינגאנג צו די פארקינג-לאט
https://mapstreetview.com/#oz5v9_-1g6mfh_4n_f_-7i38
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

עס איז נארוואס ערשינען א הערליכע בוך אין ענגליש איבער ארכעאלאגישע געפינסן וואס ווארפן א ליכט אויף ספר ירמי', דער מחבר איז הרב יהודה לנדי וואס האט אויך ארויסגעגעבן דעם ספר ויהי בימי האימפריה הפרסית און אין ענגליש Purim and the Persian Empire.

Uncovering Sefer Yirmiyahu: An Archaeological, Geographical, Historical Perspective
אטעטשמענטס
51wYj8yKhKL._SX368_BO1,204,203,200_.jpg
51wYj8yKhKL._SX368_BO1,204,203,200_.jpg (42.61 KiB) געזען 4695 מאל
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

פארשער האט געשריבן:עס איז נארוואס ערשינען א הערליכע בוך אין ענגליש איבער ארכעאלאגישע געפינסן וואס ווארפן א ליכט אויף ספר ירמי', דער מחבר איז הרב יהודה לנדי וואס האט אויך ארויסגעגעבן דעם ספר ויהי בימי האימפריה הפרסית און אין ענגליש Purim and the Persian Empire.

Uncovering Sefer Yirmiyahu: An Archaeological, Geographical, Historical Perspective

דאכט זיך מיר אז אויף לשון הקודש האט ער שוין לאנג געהאט א באשרייבאכטס אויף ירמי׳
איז דאס א נייער חיבור אדער אן ענגלישער איבערטייטש און אפשר אפילו מיט הוספות ?
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

איך האב נישט געוואוסט אז ס'איז שוין דא אויף לשה"ק, יעצט זע איך אז ס'איז שוין דא אין לשה"ק מיט'ן נאמען 'ואלה דברי ימי ירמיהו'. ווייס איך נישט צי עס האט הוספות.
מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי כעמך »

די ספר אויף לשה''ק איז א הערליכע ארבעט ס'געבט א גאר קלארע בליק אויף די גאנצע תקופה.
איין זאך וואס ס'וואונדערט מיך אז ער נעמט אן מיט א פשטות אזוי ווי געוויסע פארשער אז עיר דוד געפינט זיך אין מזרח ירושלים נעבן הר הבית וואס איז לכאורה נישט ריכטיג און איז אנדערש ווי עס איז מקובל פון ארי הקדוש
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
אוועטאר
יהלום
שר האלף
תגובות: 1503
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהלום »

בענקעל האט געשריבן:
Anshei emet safe .jpg
א גרויסע שווערע רונדיגע סעיף געשאצט צו זיין הונדערט יאהר אלט מיט א וואג פון 3000 פונט איז געפונען געווארן פאר צוויי וואכן צוריק באגראבן אין א ווינקל אין די פארקינג-לאט פונעם 'בית הכנסת אנשי אמת' אין לעיקוויאו שיקאגא ווען פלאמבערס האבן דארט געגראבן אלס טייל פון א גרויסע בוי פראיעקט אויפן בית הכנסת. שוין צוויי וואכן וואס מ'פרובירט אויף פארשידענע מיטלן צו עפענען דעם סעיף צו זעהן איהר היסטארישע אינהאלט. עטליכע קאוד-ברעכער האבן שוין פרובירט צו עפענען די ראסטיגע שלאס. אנדערע האבן פרובירט צו דורך בויערן איהר 18 אינטשיגע דיקע טיהר, אבער דערווייל אן ערפאלג. די פרייז צו עפענען דעם סעיף קען אפקאסטן ביז צען טויזנט דאלאר.
20190711_181751.jpg

עס איז געפלאנט אין די קומענדע וואכן צו דורך בויערן איהר דיקע אייזן און אריינציען א עלעקטראנישע אויגעלע און אריינקוקן אינווייניג צו זעהן אויב עס אינהאלט עפעס ווערטפול אז עס זאל זיך לוינען דאס צו אויפברעכן פאר די פרייז. דערווייל איז די גאנצע עקזיסטענץ פון די סעיף אין בית הכנסת 'אנשי אמת' א מיסטעריע.
190711_173306.jpg

די אנשי אמת קהילה איז געגרינדעט געווארן אין 1873. אויף זייער יעצטיגע לאקאציע זענען זיי פון 1929.

זיי דארפן נאר רופן א שמש פון סיי וועלכע שוהל. ער וועט עס שוין עפענען אן די אלע קלאפער-געצייג

וואס גייט פאר ??
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”