גייט אויטאמאציע ברענגען א קריזיס?

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

גייט אויטאמאציע ברענגען א קריזיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

אריינפיר

אינעם אשכול אויף ענדרו יענג האט זיך אנטוויקלט א דעבאטע צו אויטאמאציע, דאס הייסט אנטוויקלונגען אין AI, ראבאטיקס, און מאשינערי וואס נעמט איבער מענטשליכע ארבעט, וועט ברענגען א קריזיס אינעם לעיבאר מארקעט און ארום לויט אונזער יעצטיגע סיסטעם.

ענדרו יענג'ס פאליסיס ווערן אבער נישט אפגעפרעגט אויב די אויטאמאציע קריזיס איז איינגערעדט, און די בענעפיטן וואס זיי ברענגען איז אויפגעוויזן געווארן אויך אין אפריקאנישע דערפלעך. איז דאך נישט קיין יושר איבערצוהאקן זיינע פאליסיס מיט זייטיגע דעבאטעס, בעסער אין א אשכול פאר זיך.

איך האלט אז יא, אויב ווערט גארנישט געטוישט קומט א קריזיס. אויטאמאציע וועט ברענגען א רעקארד ארבעטסלאזע, וואס וועט ברענגען אומרוען און קאלאטארעל דעמעדזש פאר סאסייעטי, ביז צו חרוב מאכן די סאושעל פעבריק.

קיינער האט זיך דערווייל נישט געקריגט אויף דעם אז אויב וועט זיין א רעקארד ארבעטסלאזע וועט עס זיין גאר א ערנסטע פראבלעם פאר אונזער סיסטעם. אויב איז איינער נישט מסכים וועל איך שרייבן אויף דעם, (אביסל האב איך שוין געשריבן אין די אנדערע אשכול). דערווייל איז די דעבאטע נאר צו וועט טאקע זיין אזויפיל ארבעטסלאזע.

דער עולם האט גע'טענה'ט אז אויטאמאציע ברענגט אויך צו דזשאבס, פונקט ווי עס נעמט אראפ. דאס איז אמת, אבער לייגט צו קאפ, דאס איז נאכנישט גענוג. צו זאגן אז עס גייען נישט זיין מאסן ארבעטסלאזע אין א געוויסע צייט איז נישט גענוג אז דזשאבס וועלן צוקומען, עס דארף זיין אזויפיל אדער מער דזשאבס ווי עס פאלן אוועק. און עס איז נישט גענוג אז די דזשאבס גייען סוף סוף צוקומען, עס דארף קומען אזוי שנעל אדער שנעלער ווי די אנדערע דזשאבס ווערן פארלוירן. נאכנישט פארטיג, עס דארף אויך זיין אז די זעלבע דעמאגראפיק וואס פארלירט די דזשאבס זאל קענען ארבעטן ביי די נייע.


היסטאריע

איין טענה וואס ווערט איבערגעשריבן איינמאל און נאכאמאל איז אז די וועלט איז נישט היינט באשאפן געווארן, אונזער דור איז נישט די ערשטע וואס ערפינדט זאכן צו פארגרינגערן ארבעט, און פאקטיש שטייט נאך די וועלט. קוקט אויס אז מענטשן געבן זיך א עצה.

צו די יעצטיגע אויטאמאציע האט טאקע אירס גלייכן אין היסטאריע קען מען זיך דינגען, אבער ערשט לאמיר טאקע לערנען א קאפיטל היסטאריע.

פאר טויזנטער יארן האט עקאנאמישע וואוקס כמעט נישט עקזיסטירט, און ערפינדונגען זענען געקומען ווייט אפגערוקט איינס פון די אנדערע, ביז צום אינדוסטריעל רעוואלושען. די אינדוסטריעל רעוואלושען האט דירעקט געברענגט מאסיווע ראיאטן און אומרוען, אריינגערעכנט צוויי קאמוניסטישע רעוואלושנס וואס האבן צוזאמען אפגעקאסט ארום 100 מיליאן לעבנס. סטאביליזאציע איז געקומען נאך די צווייטע וועלט מלחמה, כמעט 200 יאר נאך וואס די אינדוסטריעל רעוואלושן האט זיך אנגעהויבן.
בילד

אין ענגלאנד זענען real wages געפאלן צען פראצענט פון 1770 צו 1810, און עס האט גענומען 60-70 יאר פאר ארבעטערס צו זען געהעריגע פארדינסטן. זעכציג טויזענט ארבעטער האבן זיך פארזאמלט אין סענטרעל מאנטשעסטער, 11 פון זיי זענען גע'הרג'ט געווארן און 400 פארוואונדעט ביי דעם Peterloo Massacre.
אין אמעריקע איז לעיבאר דעי איינגעפירט געווארן פאר א האלידעי אין 1894 נאך א רעילוועי סטרייק וואס האט גע'הרג'ט 30 מענטשן און חרוב געמאכט 80 מיליאן דאלער (2.2 ביליאן לויט היינטיגע געלט).

דאס איז בלויז א טעימה, און יעדער וואס קען די היסטאריע פון יענע צייטן וועט קענען צולייגן נאך. דאס איז וואס איך רוף א צייט פון קריזיס.

אבער די רעוואלושן וואס קומט יעצט איז אסאך מער אין קוואנטיטעט און קוואליטעט. די טעכנאלאגיע דאס מאל איז מער פארשידנארטיג און ברייט און בארירט מער עקאנאמישע סעקטארס אסאך שנעלער ווי סיי ווען אין היסטאריע. די אויפקום פון טרעקטארס, פעקטאריס, אסעמבלי ליינס, און אפילו קאמפיוטערס זענען orders of magnitude ווייניגער רעוואלושענערי ווי AI, machine learning, self-driving vehicles, פארגעשריטענע ראבאטיקס, drones, 3D printing, virtual and augmented reality, Internet of things, genomics, digital currencies, און nanotechnology. זיי אפעקטירן פיל מיט אינדוסטריעס, וואס מיליאנען ארבעטן ביי יעדע איינע פון זיי. די שנעלקייט, ברייטקייט, אימפאקט און נאטור איז אסאך מער דראסטיש.
בילד
ווי געשריבן, א פראגראם וואס קען ערזעצן איין קאל סענטער ארבעטער קען אויך ערזעצן אלע מיליאנען פון זיי. דאס איז איינס פון די זאכן וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען.
פון cross-sector עקספערטן אויסגעפרעגט דורך Bloomberg אין 2017 האבן 58% מסכים געווען מיט די סטעיטמענט, "עס איז פאקטיש אנדערש דאס מאל".


די יעצטיגע רעוואלושן און וואס עס האט שוין געברענגט

א סעמפל פון טרוקענע פאקטן, נישט שפעקולאציעס אדער פרעדיקשענס.

אנגעהויבן פון 2000, זענען שוין איבער פיר מיליאן מאנופעקטשורינג דזשאבס אליין פארלוירן געווארן צו אויטאמאציע, מער ווי צו אוטסאורסינג און אימיגראנטן צוזאמען. א גרויס חלק פון זיי האבן נישט געטראפן קיין ארבעט, און זענען אויך נישט אריינגערעכנט אינעם אנעמפלוימענט סטאטיסטיק, ווייל זיי האבן אינגאנצן אויפגעגעבן און זיך דערקלערט דיסעיבלד.
(אנעמפלוימענט רעכנט אויך נישט אריין אזעלכע זאכן ווי אנדערענפלוימענט. רעכענען די עקאנאמיע לויט אנעמפלוימענט איז ווי רעכענען די סוקסעס פון א מעמד לויט ווי ווייניג מענטשן זענען געשטאנען ביים טיר און נישט געקענט אריינגיין. דאס מאכט זיך נישט וויסנדיג פון מענטשן וואס זענען אוועקגעגאנגען נאכן זען אז זיי קענען נישט אריינגיין, און פארקוקט מענטשן וואס זענען אריין אבער זיצן אויף אומריכטיגע פלעצער).

ארום ניין מיליאן working-age Americans זענען אויף דיסעביליטי. 5.2 פראצענט אין 2017, ארויף פון 2.5 פראצענט אין 1980. די וואוקס האט זיך אנגעהויבן 2000, די זעלבע יאר ווען מאנופעקטשורינג עמפלוימענט האט אנגעהויבן צו טראסקען. אין 2014 זענען 15 פראצענט מענער און 16.2 פראצענט פרויען אין די דרייסיגער און אנהייב פערציגער געווען אויף דיסעביליטי, ארויף פון 6.6 און 6.4 אין די 1960'ס. אין אפאר געגנטער זענען גאנצע 20% working age adults אויף דיסעביליטי, די זעלבע געגנטער וואס זענען די מערסטע באטראפן געווארן פון אויטאמאציע.
מער אמעריקאנע זענען אויף דיסעביליטי ווי ארבעטערס אין קאנסטראקשען.
dis.png
dis.png (266.92 KiB) געזען 4950 מאל


ארום הונדערט טויזנט ווייניגער ביזנעסער פער יאר ווערן געעפנט אין אמעריקע ווי 12 יאר צוריק.

די שאנס אז איינער געבוירן אין 1990 וועט פארדינען מער ווי זיינע עלטערן איז 50 פראצענט, אין 1940 איז עס געווען 92 פראצענט.

אין יעדע פון די פארגאנגענע דעקעידס זענען געשאפן געווארן נידריגערע פראצענטן פון פרישע דזשאבס.
job-growth.png
job-growth.png (130.42 KiB) געזען 4950 מאל


30% פון אלע malls פארמאכן זיך צוליב אמאזאן.

מער ווי 100 טויזנט דעפארטמענט סטאר ארבעטערס זענען אפגעזאגט געווארן צווישן אקטאבער 2016 און מאי 2017.

70% סטארט-אפס נעמען אוועק דזשאבס פון אנדערע טיילן אין די עקאנאמיע.

22% מענער צווישן 21-30 מיט ווייניגער ווי א bachelor’s האבן בכלל נישט געארבעט אין 2017, ארויף פון 9.5% אין 2000.

5500 טרעידערס זענען אמאל געווען אויפן NYSE, יעצט איז דא ווייניגער ווי 400. אלגאריטמס טוען די איבריגע.

Foxconn האט ערזעצט זעכציג טויזנט פון זייערע ארבעטער אויף ראבאטן אין 2016.


די עתיד וואס איז שוין יעצט דא

ווייטער, נישט פרעדיקשענס און זאכן וואס האלטן זיך אינמיטן אנטוויקלען, נאר א סעמפלינג פון טעכנאלאגיעס וואס ארבעטן שוין פאקטיש, כאטש דערווייל נאכנישט אין ברייטן באנוץ.

self-driving vehicles פארן שוין ארום אין געוויסע פלעצער. דאס עלימינירט 3.5 מיליאן טראק דרייווערס, 7.2 מיליאן וואס באדינען די טראקערס אין 2000 truck stops איבער גאנץ אמעריקע און אין מאטעלס, 234 טויזנט טעקסי דרייווערס, 750 טויזנט אובער דרייווערס, 670 טויזנט באס דרייווערס, אא"וו. לייג נאך צו די דרייווינג אינסטראקטערס, הייבסטו אן צו כאפן ווי מאסיוו די טויש אליינס איז.

self checkout ווערט צוביסלעך איינגעפירט אין געשעפטן. די ארבעט פון 3.5 מיליאן קעשיערס איז שוין איבריג.

די טעכנאלאגיע איבערצונעמען call center workers איז כמעט גרייט. נאך 3 מיליאן. לייג אויך צו טעלעמארקעטערס.

דער קאמפיוטער קען שוין אנאליזירן בילדער בעסער ווי מענטשליכע ראדיאלאדזשיסטס. 34 טויזנט פרעסטיזשפולע קאריערעס אראפ.

דער קאמפיוטער האלט שוין יעצט ביי 85% אקורעסי אין legal processing, העכער ווי די 60% פון א מענטשליכע אדוואקאט. 300 טויזנט paralegals אין אמעריקע.

ראבאטן לייגן שוין ציגל שנעלער און בעסער ווי מענטשן.

ראבאטן גרייטן שוין צו fast food שנעלער און בעסער ווי מענטשן.

א ראבאטישע דענטיסט ארבעט שוין אין טשיינע. ארום 200 טויזנט דענטיסטס זענען דא אין אמעריקע.

פראגראמען שרייבן שוין פיינענשל באריכטן און ספארטס נייעס.

פראגראמען האבן שוין איבערגענומען אינשורענס אגענטן אין יאפאן. נאך 49 טויזנט אמעריקאנע דזשאבס.

ראבאטישע סעקיוריטי גארדס קענען זען (אויך ביינאכט), הערן און שמעקן סכנות. 1.1 מיליאן מענטשליכע סעקיוריטי גארדס זענען יעצט אין אמעריקע.


די נאמבערס פון די ביישפילן אליין קומען אויס איבער 20 מיליאן. און איך האב נאכנישט אריינגערעכנט אלע ארומיגע אינדוסטריעס וואס גייען ווערן באטראפן (חוץ ביי סעלף דרייווינג אביסל).
דאס טייטשט 13 פראצענט פונעם workforce וואס זענען שוין יעצט איבריג.


אויספיר

אויב האלט נאך איינער אז קיין קריזיס ווייזט זיך נישט אויפן האריזאנט, וויל איך אים פיר קשיות פרעגן.

1. וואס איז פארענדערט געווארן די אינדוסטריעל רעוואלושן פון אלע אנדערע אינדוסטריעל רעוואלושענס? די דאטא זאגט אז דאס מאל וועט זיין ערגער, אבער כאטש נישט בעסער. פארוואס זאל דאס מאל נישט זיין קיין קריזיס, אנדערש ווי אין היסטאריע?

2. וואס איז פארענדערט געווארן די ערשטע פאר מיליאן ארבעטער פון די קומענדיגע פאר מיליאן? פארוואס זענען שוין מיליאנען דזשאבס פארלוירן געווארן (און געבליבן פארלוירן) צוליב אויטאמאציע אין די לעצטע 20 יאר, אבער מער גייען נישט פארלוירן ווערן?

3. וואס איז א plausible scenario וואס די 20 מיליאן ארבעטער מיט ווערטלאזע דזשאבס גייען פאקטיש טון? ענטפער נישט סתם לופטיג "אמאזאן", ווייל נישט יעדער איז געמאכט פאר דעם. (והא ראיה, די מיליאנען וואס האבן שוין פארלוירן דזשאבס האבן עס נישט געטון). אויך אלעס וואס פאדערט א קאלעדזש עדיוקעישן איז נישט געענטפערט צום זאך, ווייל כמעט אלע פון זיי האבן דאס נישט.

4. אויב וואלטן מיר ווען יא געשטאנען פאר א קריזיס, וואס וואלט אויסגעזען אנדערש ווי יעצט? וויאזוי וואלט איך דיר ווען געקענט אויפווייזן אז א קריזיס גייט קומען? חוץ אויב פון די עיקרי אמונה איז אז טעכנאלאגיע קען קיינמאל נישט ברענגען קיינע קריזיסן.
כמעט אלע טראקערס האבן נאך אין 2017 געענטפערט פאר Bloomberg’s Shift Commission אז זיי זענען בכלל נישט באזארגט אז סעלף דרייווינג טראקס גייט אמאל זיין א מציאות. וויאזוי קענסטו וויסן אויב דו זעסט נישט אויס די זעלבע ווי זיי?
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

היציגע פראטעסטן גייען לעצטענס אן ביים פארט אין לאס אנדזשעלעס קעגן אויטאמאטישע טראקס.
איינער זאל אריינכאפן די מצוה און גייען מודיע זיין פאר די ארבעטער אז לויט געוויסע פאנדיטס וועט אויטאמאציע ברענגען מיט די צייט מער דזשאבס ווי עס נעמט אוועק. על כן דארפן זיי טאנצן פאר שמחה אז זייערע אייניקלעך וועלן זען נידריגערע אנעמפלוימענט ווי זיי זעען.

אויב רעדט זיך איינער איין אז דאס איז דאס ערגסטע וואס קען זיין, עפעס א ווילדע פראטעסט אין א ווייטע סיטי, איז ער זייער נאאיוו. די מיליאנען דרייווערס קענען זיך זייער גרינג אפשמועסן אויף סאושעל מידיא, יעדער נעמט זיין טראק, טרעילער, באס און מיניווען און פארקירט זיך אויף די ברייט פון אלע הייוועיס אין אמעריקע.
דאס איז זייער א פשוטע אקציע, און גאנץ אמעריקע ווערט פאראליזירט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

איך טראכט אז ריינע ענערגיע, ווינט און זון-קראפט, קען יא עמפלויען מער מענטשן, און אויף א מער לאקאלע שטאפל, ווי אויל, קויל און נוקלעארע קראפט. ווייניגסטנס אין אנפאנג פאר עס ווערט מער צענטראליזירט.
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

אבער די דזשאבס וועלן נישט געשאפן ווערן דורך אויטאמאציע.

לאקאליזאציע בכלל קען שאפן פרישע דזשאבס. און זיכער איז נאך דא room for growth אין די נאן-רוטין דזשאבס וואס זענען נישט אזוי שנעל אויטאמעיטעבל.

דאס האב איך געשריבן אינעם אנדערן אשכול, אז UBI שטעלט צו די פרייהייט און מעגליכקייט. לאקאלע ריינע ענערגיע אינדוסטריעס למשל וועלן זיך ענדערש אנטוויקלען אויב דער עולם וועט האבן די קעש אויסצוצאלן די up front קאסטן. (דאס איז א ביישפיל וואו עס קאסט טייערער צו זיין ארעם, און וויאזוי האבן קעש צו די הענט קען שפארן געלט אינעם לאנגען טערמין).
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

די מאכסט עס כאילו איינער טענה׳ט אז מענטשען גייען נישט פארלירן דזשאבס
קלאר אז מענטשען גייען פארלירן דזשאבס אין קען זיין אז טייל פין דעי ווייל זיי זענען שוין עלטער גיי לערן דיך א נייע פאך גייען נישט טרעפן נייע ארבייט
דאס מיינט נאכנישט אז די ענד געחם גייין פארלוירן ווערן דזשאבס פין די עקענאמיע
ווען איינער ענפערט דיך עמעזאן מיינט נישט צו טענה׳ן אז יעדע טראק דרייווער קען טוען עמעזאן נאר ווען מען רעדט פין די דזשאב מארקעט אין סך הכל זאג ער דיר קוק וויפל דזשאבס עמעזאן האט קריעטעט דאס הייסט אלע סעלערס מיט זייערע ארבייטער ווערהאוזעס שיפינג וכו׳ וכו׳ מיליאנען מיליאנען דזשאבס סא אוטימאציע האט געשניטען פין די רעכטע טאש רין צוגעלייגט צו די לינקע עס האט אונטער געברענג אינדערסטריס אין ארויף געברענג די שאלה וואס וועט סיין די ענד טאטעל איך האלט מער אין בעסערע דזשאבס

אוואדי איז דא מענטשן וואס גייען פארלירן דזשאבס אין פאר זיי גייט עס זיין א קריזעס אבער פאר די עקנאמיע לכאורה פארקערט עס וועט נאר צוברעגען העכער באצאלטע דזשאבס

יעצט דעי מלחמות אונעם עבר איז דא נאך אסאך אנדערע פאקטארן חוץ דעי אינדאסטירעל רעוועלאציע, פלאז וואס דעמעלטס איז עס כעגאנגען שטייטער דאס הייסט די טלטע טינדערסטרי האט שוין פעסט פארלויאן דזשאבס אבער גי נייע איז נאך נישט אויףגעקומען

יעצט ווייל עס קומט שנעלער אין שטערקער אין פארגעשריטענער וועט די נייע דזשאבס אויך קומען שנעלער נעם למשל אובער וואס גייט אונטער גיין אבער לעת עתה האט זיך פארמירט אין קארגע פאר יאר א אינדעסטרי פין טויזענעטער דזשאבס אמאל אזא נייע אינדערסטרי זאל זיך אוועק שטעלן האט געקענט נעמען יארן אויף יארן

אמת טאקע סעקיורעטי גארדס גייען פארלירן דזשאבס, האט דען נישט די טעכנעלאגיע פין סורוועלינס פראדאסט מיליאנען דזשאבס, איך ווייס נישט וויפל פין די אמאליגע גארדס האבן עפעס דערפין פאר זיך זיי האבן אפשר פארלוירען אבער מיליאנען מענטשן מאכן געלט פין פראדעצירן פארקויפן אינסטולען סערוויסען סורוויליענס קעמערעס איך ווייס גי רעדסט פין אסאך מער ווי קעמערעס איך ניץ דאס נאר פאר א משל אין דאס איז שוין יא אין די זעלבע ליין עס איז אויך אבער דא נייע מארקעטס וואס ווערט אין וועט ווערן געבוירען פין דעם פונקט אזוי, ווי שוין געשריבן
לעצט פארראכטן דורך פרידן אום זונטאג יולי 21, 2019 3:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

Yang2020 האט געשריבן:אבער די דזשאבס וועלן נישט געשאפן ווערן דורך אויטאמאציע.

לאקאליזאציע בכלל קען שאפן פרישע דזשאבס. און זיכער איז נאך דא room for growth אין די נאן-רוטין דזשאבס וואס זענען נישט אזוי שנעל אויטאמעיטעבל.

דאס האב איך געשריבן אינעם אנדערן אשכול, אז UBI שטעלט צו די פרייהייט און מעגליכקייט. לאקאלע ריינע ענערגיע אינדוסטריעס למשל וועלן זיך ענדערש אנטוויקלען אויב דער עולם וועט האבן די קעש אויסצוצאלן די up front קאסטן. (דאס איז א ביישפיל וואו עס קאסט טייערער צו זיין ארעם, און וויאזוי האבן קעש צו די הענט קען שפארן געלט אינעם לאנגען טערמין).


ריכטיג. האט נישט דווקא מיט אויטאמאציע, סתם א זאך וואס איך קלער שוין א שטיק צייט.
בכלל איז ענערגיע א ריזיגע טרענספער אוו וועלטה צו רייכע אויל פראדוצירער, לענדער צי היגע באראנען. פאר א סיטי ווי ניו יארק מיט ריזיגע היגע סעקטארס גייט דאס נישט אויסמאכן אסאך אין דזשי.די.פי.. אבער סטעיטס וואס פראדוצירן נישט קיין אויל קענען האלטן בערך 8-10% וואס גייט יעצט אויף ענערגיע, -אלעס אין איין ריכטונג, ארויס פון די לאקאלע עקאנאמיע- אין די סטעיט, דורך אנטוויקלען אייגענע אלטערנאטיווע ענערגיע אינדוסטריעס אין די סטעיט.
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

אוטאמאציע וועט סיי ווי געשען די שאלה איז נאר צו אמעריקע וועט מיטגיין מיט די רעשט פון די וועלט, אדער אמעריקא וועט צוריקצוגיין צו די "גרינע" פערד און וועגענער.
אויסשטעלן ספרים אין אינדעזיין פאר מתחילים: https://toiglicher.com/
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

פרידן האט געשריבן:די מאכסט עס כאילו איינער טענה׳ט אז מענטשען גייען נישט פארלירן דזשאבס
קלאר אז מענטשען גייען פארלירן דזשאבס אין קען זיין אז טייל פין דעי ווייל זיי זענען שוין עלטער גיי לערן דיך א נייע פאך גייען נישט טרעפן נייע ארבייט
דאס מיינט נאכנישט אז די ענד געחם גייין פארלוירן ווערן דזשאבס פין די עקענאמיע
ווען איינער ענפערט דיך עמעזאן מיינט נישט צו טענה׳ן אז יעדע טראק דרייווער קען טוען עמעזאן נאר ווען מען רעדט פין די דזשאב מארקעט אין סך הכל זאג ער דיר קוק וויפל דזשאבס עמעזאן האט קריעטעט דאס הייסט אלע סעלערס מיט זייערע ארבייטער ווערהאוזעס שיפינג וכו׳ וכו׳ מיליאנען מיליאנען דזשאבס סא אוטימאציע האט געשניטען פין די רעכטע טאש רין צוגעלייגט צו די לינקע עס האט אונטער געברענג אינדערסטריס אין ארויף געברענג די שאלה וואס וועט סיין די ענד טאטעל איך האלט מער אין בעסערע דזשאבס

...


אמאזאנ'ס חכמה איז אויטאמאציע און עפישענסי. צו זאגן אז א ריטעיל געשעפט ערזעצט דורך אמאזאן איז נישט קיין נעט לאס פון דזשאבס, זאגאר בעסערע דזשאבס, איז אוממעגליך פינאנציעל.
א קאמפאני וואס טוט די זעלבע פונקציע ווי פריער נאר מיט מער און בעסער באצאלטע דזשאבס איז א וואוילטעטיגע ארגאניזאציע, נישט איינס פון די גרעסטע קאמפאניס אויפן וועלט גע'own'ט דורך די סאמע רייכסטער מאן אויפן ערד קוגל.
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

מיינעך כ׳גיי זיך לערנען פראגראמינג צו זיין פון די וואס שטעלן אן דעם ראבאט...
עמממ... אפשר נישט? וועט גרעפיקס אויך ווערן אטאמאזירט??
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

ר׳ שלמה די רעדסט אלטץ אין די זעלבע אינדערסטרי וואס האט פארלוירען דזשאבס צו עס איס צוגעקומען אין אויך צו עס איז געקומען דירעקט פין דערוואס האט עס צוגענומען

ניין עמעזאן אליין האט נישט מער ארבייטערס אין צאלט נישט מער פין וויפל עס האט אוועק גענומען און פארדעם איז ער די רייכסטע מענטש אויף די וועלט נישט קיין וואוילטעטיגע ארגענעזאציע
אבער דזשאבס וואס איז צוגעקומען אין די דזשאבס מארקעט וועגן עמעזאן איז כאטש די זעלבע אדער מער ווי וואס איז פארלוירען געגאנגען
דאס רעכנט אריין אלע עמעזאן סעלערס זייערע ארבייטער בוקופערס מאכן ליסטינגס ווערהאוז ארבייט אנקאנטענטס פראגרעמערס די אפיס וואס זיי די סעללערס דינגען די ווער האוז וואס די סעלערס קויפן אדער דינגען די באנק ארבייטער און בראקערס צוצושטעלן ביזנעס לאונס די טויזענטער שיפינג דזשאבס פעקעשינג דזשאבס
עמעזאן האלסעיל סעללערס
ביזנעסער אין סייטס כחול הים וואס שטעלן צו סערוויסעס פאר עמעזאן סעלערס
די טויזענטער דזשאבס וואס איז צוגעקומען פשוט פין פרייוועט לעבעל טויף עמעזאן, פראדעצירער גרעפיקער מארקעיטערס
שאוס פאר סעללערס
דעס אלעס איז מיליאנען דזשאבס אסאך מער ווי עס האט אוועק גענומען דירעקט אין אומדירעקט
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

ווער צאלט די אלע פעטע געהאלטן און צוגעקומענע דזשאבס?
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

סארי בין איך נישט זוכה צו פארשטיין די קשיא
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

א ריטעיל ביזנעס מיט צוואנציג ארבייטער און א מיליאן אין סעילס שפארט אפ צוליב אמאזאן קאמפעטישן.
אויב אמאזאן נעמט אויף פרישע 21 ארבייטער פאר $55 טויזנט א יאר, ווער צאלט די איבעריגע ארבייטער און די $5 טויזנט א יאר מער פער ארבייטער?
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

ביז יעצט האט איז געווען 10 ארהייטער פאר מיליאן די בעל הבית האט גענומע 500 די ארבייטער 50 יעדע איינס יעצט איז דא 12 ארבייטער יעדער נעמט 70 אין עמעזאן 260
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

נישט אס עס איז פונקלעך אזוי נאר גענפערט לויט ווי די האסט געפרעכט
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

געדענק, די ביזנעס האט באנקראטירט. א סמאל ביזנעס אונערס קלאזט נישט שאפ סתם אזוי אויף א גרינע מיטוואך ווייל ער וויל געבן נאך ביזנעס פאר אמאזאן.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

Yang2020 האט געשריבן:אבער די דזשאבס וועלן נישט געשאפן ווערן דורך אויטאמאציע.

לאקאליזאציע בכלל קען שאפן פרישע דזשאבס. און זיכער איז נאך דא room for growth אין די נאן-רוטין דזשאבס וואס זענען נישט אזוי שנעל אויטאמעיטעבל.

דאס האב איך געשריבן אינעם אנדערן אשכול, אז UBI שטעלט צו די פרייהייט און מעגליכקייט. לאקאלע ריינע ענערגיע אינדוסטריעס למשל וועלן זיך ענדערש אנטוויקלען אויב דער עולם וועט האבן די קעש אויסצוצאלן די up front קאסטן. (דאס איז א ביישפיל וואו עס קאסט טייערער צו זיין ארעם, און וויאזוי האבן קעש צו די הענט קען שפארן געלט אינעם לאנגען טערמין).

א דאנק פאר דיינע באריכטן און אפשאצונגען, עס גיבט פיל צו פארן וועלטל.

לגוף התגובה, ווען מען רעדט כאילו טויזנט דאלער א מאנאט וועט העלפן די מענטשהייט שטיין אויף די פוס, החרשתי, כאטש וואס עס איז נישטא קיין בריאה אין די פאראייניגטע שטאטן וואס קען לעבן אויף טויזנט טאלער א חודש.

אבער צו זאגן אז UBI וועט נאך געבן גענוג געלט צו קענען העלפן מענטשן אינוועסטירן געלט אין פרישע אפארטוניטיס, דאס איז, זיי מיר מוחל, הוילע דמיונות
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

וואס איז די מהלך פון עפענען נאך א אשכול?
פארוואס נישט אלעס האלטן אין איין אשכול מסודר?

כהאלט זאלסט צוריקגיין אין טוישן די קעפל דארט
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

זייער אן אינטערסאנטע סובזשעקט דורכצוטוען.
אגב, דארפסטו נעמען נאך א זאך אין באטראכט, די אלע מלחמות, איז טאקע געווען א דיזעסטער פאר די וועלט און הלוואי ווען עס וואלט נישט געווען אבער אלעס איז דאך פון רבוש"ע, אבער לגבי די עקאנאמיע איז עס א געוואלדיגע באאסט פאר די עקאנאמיע סיי בשעת די מלחמה און סיי די איבערבויען חלק. ווי אויך האבן ליידער די מלחמות פון לעצטען יאר הונדערט געמאכט די וועלט ווייניגער מיט עטליכע צענדליגע מיליאנען מענטשען וואס האבן קאמפיט פאר דזשאבס.
אבער אונז אלץ אידן דארפן האבן אמונה און בטחון אז דער זן ומפרנס לכל האט זיין פלאן פאר די נעקסטע יארן און ער דארף נישט אונזער הילף.
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

פרידן האט געשריבן:די מאכסט עס כאילו איינער טענה׳ט אז מענטשען גייען נישט פארלירן דזשאבס


און דו מאכסט עס כאילו איינער טענה'ט אז דזשאבס גייען נישט צוקומען :smile:

עפעס באציט זיך דער עולם נישט צום פראגע דא, קוקט אויס איך דארף זיך בעסער ערקלערן.

די פראגע דא איז נישט צו אויטאמאציע וועט בסך הכל ברענגען א ברכה אויף די וועלט, זיכער יא! פארקערט, איך האלט (און ענדרו יענג האלט) אז אמעריקע דארף זיך אריינלייגן מער אין די אלע פארגעשריטענע טעכנאלאגיעס, טשיינע זאל אונז נישט אויסכאפן.

די פראגע דא איז אויך נישט צו אויטאמאציע וועט ברענגען פרישע דזשאבס, זיכער יא!
די פראגע דא איז אויך נישט צו אויטאמאציע וועט ברענגען מער דזשאבס ווי עס נעמט אוועק. איך האלט גראדע אז דאס איז שוין נישט אמת, און בסך הכל וועלן מער דזשאבס אוועקפאלן ווי צוקומען, אבער צום דעבאטע דא פעלט עס נישט אויס.

די פראגע דא איז איין זאך. וועט אויטאמאציע ברענגען מיליאנען ארבעטסלאזע, צום ווייניגסטן אין קורצערן טערמין?
און אויף דעם זענען נאך מיינע פיר קשיות אויבן נישט פארענטפערט געווארן, אפילו איינס פון זיי אויך נישט.

לאמיר נעמען self-driving vehicles. זיי נעמען אוועק פונעם מארקעט ווייניגסטנס 12 מיליאן דזשאבס, ווי אויבן אויסגערעכנט, און ברענגען צו לויט די אפטימיסטישסטע באריכטן 100K. איך רעד נישט פון וואס גייט זיין 30 יאר ארום, נאר פון וואס געשעט גלייך. נאכמער, די 100K וואס קומען צו וועלן זיין הויכע געלערנטע, קיינער פון די 12 מיליאן וועט נישט טרעפן דארט א דזשאב.


(אין א זייטיגן נאטיץ, דיין טענה אז אמאזאן ברענגט אויך פרישע דזשאבס קען מען אפלייען אויך צו אוטסאורסינג און אימיגראנטן. אמת אז אוטסאורסינג טראגט ארויס די מאנופעקטשורינג דזשאבס, אבער פון די אנדערע זייט קומען צו גאנצע אינדוסטריעס פון אימפארט/עקספארט. גאנצע אינדוסטריעס דרייען זיך ארום מענטשן וואס טרעפן אימיגראנטן און טרעפן מענטשן וואס זוכן ביליגע ארבעטער און זענען זיי משדך. אפשר שרייבסטו דאס פאר טראמפ יר"ה? :lol: )

פרידן האט געשריבן:אוואדי איז דא מענטשן וואס גייען פארלירן דזשאבס אין פאר זיי גייט עס זיין א קריזעס אבער פאר די עקנאמיע לכאורה פארקערט עס וועט נאר צוברעגען העכער באצאלטע דזשאבס


דא בין איך נישט קלאר. האלטסטו אז א דריטל מענטשן וועלן טאקע בלייבן ארבעטסלאז, און פאר זיי וועט דאס זיין א קריזיס, אבער דאך וועט נישט זיין קיין קריזיס פאר סאסייעטי ווען א דריטל מענטשן זענען אין קריזיס? וויפיל מענטשן דארפן פארלירן זייערע דזשאבס און נישט טרעפן גלייך פרישע (לאמיר זאגן אין די נעקסטע 10 יאר) אז עס זאל שוין יא זיין א קריזיס פאר סאסייעטי?

פרידן האט געשריבן:יעצט דעי מלחמות אונעם עבר איז דא נאך אסאך אנדערע פאקטארן חוץ דעי אינדאסטירעל רעוועלאציע, פלאז וואס דעמעלטס איז עס כעגאנגען שטייטער דאס הייסט די טלטע טינדערסטרי האט שוין פעסט פארלויאן דזשאבס אבער גי נייע איז נאך נישט אויףגעקומען


נאך אפאר האבן מיר שלעכט פארשטאנען. איך רעד נישט פון די מלחמות (וואו די לעיבאר מארקעט אומבאלאנס האט טאקע אויך געשפילט א ראלע), איך רעד בלויז פון די ראיאטן און סאציאלע אומרוען, אריינגערעכנט די צוויי קאמוניסטישע רעוואלושענס וואס האבן אפגעקאסט 100 מיליאן לעבנס, און די אומבאלאנסן וואס די אינדוסטריעל רעוואלושען האט געברענגט איז געווען דער איינציגסטער פאקטאר. דאס איז א קלארע היסטארישע פאקט.

די אלטע אינדוסטריע האט שוין פעסט פארלוירן דזשאבס אבער קיין נייע איז נאך נישט אויף געקומען?! וויאזוי האט אזא זאך בכלל געקענט זיין? וויאזוי איז די אמאליגע ארבעט געטון געווארן? מיט די היינטיגע ראבאטן?
יא, אלעס איז געגאנגען שטאטער און מיט א קלענערע פארנעם. לאמיר זאגן אז דער פאבריק האט צוגענומען 100 דזשאבס פונעם שטעטל און צוגעברענגט 10 פרישע, פאר א דיפרענץ פון 90 (דאס איז איבערגעטריבן, אבער לאמיר זאגן). היינט, ווען אלעס איז אויף א גרעסערע און שנעלערע פארנעם, דארף מען צולייגן אפאר זיראוס ביי די ענדע. דאס מאכט עס נאר ערגער.
און דאס איז שוין חוץ פון דעם אז די 10 פרישע דזשאבס אמאל האבן געקענט קומען פון די זעלבע 100 וואס זיי האבן ערזעצט, עס האט נישט אויסגעפעלט באזונדערע טאלאנטן אדער עדיוקעישן. היינט איז דאס נישט אזוי.

פרידן האט געשריבן:אמת טאקע סעקיורעטי גארדס גייען פארלירן דזשאבס, האט דען נישט די טעכנעלאגיע פין סורוועלינס פראדאסט מיליאנען דזשאבס


ניין. נישט מיליאנען.
אבער אפילו ווען יא, זאגסטו בקיצור אז אויטאמאציע נעמט אוועק דזשאבס פון די אומגעלונגענע (ווי גארדס וואס נעמען געווענליך אן די שווערע ארבעט ווייל זיי טויגן נישט צו בעסערס) און געבן געלעגנהייטן פאר געלונגענע. אין מיינע אויגן איז דאס א רעסעפי פאר א קריזיס. סיי ווייל די געלונגענע זענען ווייניגער, סיי ווייל די אומגעלונגענע געבן זיך שווערער א עצה (און וועגן מער אראפ אויפן סיסטעם), און סיי ווייל די אומגעלונגענע וועלן ענדערש מאכן מהומות און קריים.

פרידן האט געשריבן:דאס רעכנט אריין אלע עמעזאן סעלערס זייערע ארבייטער בוקופערס מאכן ליסטינגס ווערהאוז ארבייט אנקאנטענטס פראגרעמערס די אפיס וואס זיי די סעללערס דינגען די ווער האוז וואס די סעלערס קויפן אדער דינגען די באנק ארבייטער און בראקערס צוצושטעלן ביזנעס לאונס די טויזענטער שיפינג דזשאבס פעקעשינג דזשאבס
עמעזאן האלסעיל סעללערס


די אלע וואס איך האב געמאכט באלד זענען שוין יעצט אויטאמעיטעבל.
רוב פון די איבריגע האלטן אינמיטן ווערן.


אבער גענוג מיט די אלע לויזע חשבונות. איך האב אויבן געברענגט פאקטן וואס צייגן אנדערש, און איך ווארט צו הערן איבער זיי.
אין געגנטער וואס זענען די מערסטע באטראפן געווארן פון אויטאמאציע זענען צוואנציג פראצענט working age adults אויף דיסעביליטי, און די געגנטער שפרייטן זיך צוביסלעך אויס, פארמירנדיג disability belts. ווייסטו וויאזוי דאס קוקט אויס? דא איז א קוואוט
The day that checks arrive is like a monthly holiday. They’re a vital part of our economy. A lot of people depend on them to survive. [On the days checks arrive] you avoid the pharmacy. You avoid Wal-Mart. You avoid, you know, restaurants… Everybody’s received their benefits. Let’s go shopping.

אין אנדערע ווערטער, עס קוקט אויס כמעט ווי אין די צוריקגעשטאנענע אפריקאנישע לענדלעך ווען אינטערנאציאנאלע הילף קומט אן. דו וואוינסט אין ניו יארק (גלייב איך), וואס איז דערווייל פון די ווייניגסטע באטראפן געווארן, איז דיר שווער זיך פארצושטעלן. אבער אין חלקים פון אמעריקע האט זיך דער קריזיס שוין אנגעהויבן, און זיי שפרייטן זיך אויס.

ארום הונדערט טויזנט ווייניגער ביזנעסער פער יאר ווערן געעפנט אין אמעריקע ווי 12 יאר צוריק. לויט דיר וואלט געדארפט זיין פארקערט.

די שאנס אז איינער געבוירן אין 1990 וועט פארדינען מער ווי זיינע עלטערן איז 50 פראצענט, אין 1940 איז עס געווען 92 פראצענט. לויט דיר וואלט געדארפט זיין פארקערט.

אין יעדע פון די פארגאנגענע דעקעידס זענען געשאפן געווארן נידריגערע פראצענטן פון פרישע דזשאבס. לויט דיר וואלט געדארפט זיין פארקערט.

און נישט נאר אלטע קראכערס וואס קענען זיך נישט לערנען קיין נייע פאך, ווי דו לייגסט עס אראפ. נאר 22% מענער צווישן 21-30 מיט ווייניגער ווי א bachelor’s האבן בכלל נישט געארבעט אין 2017, ארויף פון 9.5% אין 2000. מער ווי דאפלט! לויט דיר וואלט שוין איינמאל געדארפט זיין פארקערט!

און דאס איז נאר איינס פון מיינע פיר קשיות. קענען זיי פארענפערט ווערן מיט קלארע דאטא?
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

צולייגער האט געשריבן:
Yang2020 האט געשריבן:אבער די דזשאבס וועלן נישט געשאפן ווערן דורך אויטאמאציע.

לאקאליזאציע בכלל קען שאפן פרישע דזשאבס. און זיכער איז נאך דא room for growth אין די נאן-רוטין דזשאבס וואס זענען נישט אזוי שנעל אויטאמעיטעבל.

דאס האב איך געשריבן אינעם אנדערן אשכול, אז UBI שטעלט צו די פרייהייט און מעגליכקייט. לאקאלע ריינע ענערגיע אינדוסטריעס למשל וועלן זיך ענדערש אנטוויקלען אויב דער עולם וועט האבן די קעש אויסצוצאלן די up front קאסטן. (דאס איז א ביישפיל וואו עס קאסט טייערער צו זיין ארעם, און וויאזוי האבן קעש צו די הענט קען שפארן געלט אינעם לאנגען טערמין).

א דאנק פאר דיינע באריכטן און אפשאצונגען, עס גיבט פיל צו פארן וועלטל.

לגוף התגובה, ווען מען רעדט כאילו טויזנט דאלער א מאנאט וועט העלפן די מענטשהייט שטיין אויף די פוס, החרשתי, כאטש וואס עס איז נישטא קיין בריאה אין די פאראייניגטע שטאטן וואס קען לעבן אויף טויזנט טאלער א חודש.

אבער צו זאגן אז UBI וועט נאך געבן גענוג געלט צו קענען העלפן מענטשן אינוועסטירן געלט אין פרישע אפארטוניטיס, דאס איז, זיי מיר מוחל, הוילע דמיונות


א דאנק.

די poverty level אין אמעריקע איז $12,490 א יאר, אדער $1040 א חודש. מיטן איבריגן פערציגער קען זיך כמעט יעדער גרינג מסדר זיין. בעסער פון די פראגראמען איז עס זיכער, פאר כמעט אלע באדערפנדע, ווי שוין צוגעברענגט אינעם אנדערן אשכול.
דאס איז אפשר שאקינג פאר אונז אידעלעך, אבער יא, א געווענליכער גוי איז כמעט געסעטלט מיט א טויזנטער א חודש.

האסטו אפשר געמיינט אז צו באקומען דעם freedom dividend דארף מען אויפהערן צו ארבעטן? גוטע בשורה! מען דארף נישט. ארעם און רייך, אפגעזען זייער ארבעטס סטאטוס, וועט האבן א טויזנטער מער יעדע חודש. דאס וועט אריינברענגען פופצן ביליאן דאלער אין ניו יארק סיטי יעדעס יאר, און 894.5 מיליאן אין Cherokee County, Alabama.
מענטשן וועלן עס נוצן פאר וואס זיי ווילן. א חלק וועט עס נוצן פאר לעבנס געברויכן, א חלק זיך צו לערנען נייע פאכן, א חלק פאר אינוועסטמענט. און יא, אויב וועט זיין א לאקאלע מארקעט פאר ריינע ענערגיע וועלן עס א חלק נוצן פאר דעם, ופשוט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

וואס עפעס? האט געשריבן:וואס איז די מהלך פון עפענען נאך א אשכול?
פארוואס נישט אלעס האלטן אין איין אשכול מסודר?

כהאלט זאלסט צוריקגיין אין טוישן די קעפל דארט


יענער אשכול רעדט זיך פון ענדרו יענג און זיינע פאליסיס.
דער freedom dividend איז נאר איינס פון זיינע פאליסיס, ער האט מער ווי הונדערט. איך גיי שפעטער שרייבן דארט ווייטער.
די אויטאמאציע קריזיס איז נאר איינס פון די סיבות צום freedom dividend. ווי איך האב שוין געשריבן, האט UBI געברענגט בענעפיטן אפילו אין אפריקאנישע דערפלעך.

אויב האלטסטו אז די צוויי אשכולות דארפן זיין איינס, האב איך נאך אפאר פארשלאגן.
ביטע צאמשטעלן די אשכולות דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס-2020, דעמאקראטישע פריימערי דעבאטעס 2020 למספרם, און דעמאקראטישע פריימערי אנקעטע.
ביטע צאמשטעלן די אשכולות RealDonaldTrump / @POTUS @ - בלויז טוויטס און אנקעטע: זענט איר א טראמפ שטיצער.
און אזוי ווייטער (סארי פאר מיין חוצפה :P )
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

לעיקוואד האט געשריבן:זייער אן אינטערסאנטע סובזשעקט דורכצוטוען.
אגב, דארפסטו נעמען נאך א זאך אין באטראכט, די אלע מלחמות, איז טאקע געווען א דיזעסטער פאר די וועלט און הלוואי ווען עס וואלט נישט געווען אבער אלעס איז דאך פון רבוש"ע, אבער לגבי די עקאנאמיע איז עס א געוואלדיגע באאסט פאר די עקאנאמיע סיי בשעת די מלחמה און סיי די איבערבויען חלק. ווי אויך האבן ליידער די מלחמות פון לעצטען יאר הונדערט געמאכט די וועלט ווייניגער מיט עטליכע צענדליגע מיליאנען מענטשען וואס האבן קאמפיט פאר דזשאבס.
אבער אונז אלץ אידן דארפן האבן אמונה און בטחון אז דער זן ומפרנס לכל האט זיין פלאן פאר די נעקסטע יארן און ער דארף נישט אונזער הילף.


איך האב נישט גערעדט פון די מלחמות, נאר פון די סאציאלע אומרוען און אומסטאביליטעטן. די עקאנאמיע האט געוואקסן צוליב די אינדוסטריעל רעוואלושן, GDP האט זיך געהויבן, אבער גאר אסאך מענטשן זענען ארויסגעפאלן, און עס האט גענומען נאנט צו 200 יאר די מארקעט זאל זיך סטאביליזירן. און יעדער, אויך די וואס זענען רייך געווארן, האט איבערגעלעבט שטורמישע צייטן.
בסך הכל איז עס געווען א ברכה פאר די וועלט, אבער בעסער ווען מען קען עס מאכן אויף א וועג וואס שטויסט נישט ארויס מענטשן פון סאסייעטי.

מיר דארפן זיכער האבן אמונה און בטחון, אבער דער באשעפער האט אונז באשאפן מיט שכל און בחירה, אונז זאלן זען פון פאראויס וואס קומט און טון השתדלות. ווי עס שטייט אין אלע אידישע מקורות.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

איבער צוזאמשמעלצן די אשכולות איבער יענג און אויטאמאציע
IMG_20190722_094037.jpg
IMG_20190722_094037.jpg (324.23 KiB) געזען 4025 מאל


IMG_20190722_094356.jpg
IMG_20190722_094356.jpg (365.75 KiB) געזען 4025 מאל

(און האלב פון דעם איז צי מען זאל טאקע צוזאמשמעלצן די אשכולות איבער יענג און אויטאמאציע...)
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

Yang2020 האט געשריבן:GDP האט זיך געהויבן, אבער גאר אסאך מענטשן זענען ארויסגעפאלן


untitled.png
untitled.png (255.95 KiB) געזען 3937 מאל



היינט איז איינער ארויפגעקומען אויף רעדיט אז ער מיט 20 פון זיינע קאלעגעס האבן היינט פארלוירן זייערע דזשאבס צוליב אויטאמאציע. זיי האבן געארבעט ביי א קאר דילערשיפ, ער איז געווען דער Service Coordinator און אנגעפירט Customer Relations, אבער סאפטוועיר קען אים שוין איבערנעמען.

דא רעדט זיך נישט פון א ריזיגע קאמפאני וואס מאכט די העדליינס, אבער אזעלכע קליינע פארלוסטן געשעען טעגליך איבער גאנץ אמעריקע, און שוואכן צוביסלעך אפ די סאושעל סטרוקטשור פון טויזנטע קאמיוניטיס איבער די לאנד.

יענער מאכט גראדע די רושם פון א טויגליכער, וועסטו זיכער זאגן אז ער וועט עפענען א ביזנעס און ווערן נאך רייכער. קען זיין, אבער מיט וואס?
78% ארבעטער אין אמעריקע לעבן פעי-טשעק צו פעי-טשעק, אויב איז ער איינער פון זיי איז ער יעצט אובד עצות, און עפענען א ביזנעס איז כמעט אוממעגליך.
אונז היימישע אידן שטייען ב"ה בעסער אין דעם, מיט אונזערע גמ"חן און שטערקערע social cohesion, אבער רוב מענטשן אין אמעריקע קענען זיך נישט ארויסזען פון אזא סיטואציע.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”