דעמאקראטישע פריימערי דעבאטעס 2020 למספרם

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

Yang2020 האט געשריבן:איך וויל טאקע יענג זאל געווינען, אבער איך וויל נישט זיין קיין נערוון קריכער. אויב האלט דער עולם אז איך שרייב סתם פאליטישע פראפאגאנדע זאל מען מיר זאגן, וועל איך בלייבן שטיל.


ש'כח פאר די באריכט, הלוואי וואלט מען דא געהאט כאטש 1 אפיציעלער שטיצער פער קאנדידאט.

אויב די קענסט בקיצור מסביר זיין יענג'ס הויפט נקודות וואלט איך עפרישיעיטיט. (איך גלייב דו פארשטייסט אז פאר איינעם ווי מיר וואס איז נישט באקאנט מיט אים, הערט זיך עס אביסל נאריש. איי Wאד לאוו צו פארשטיין זיין פערספעקטיוו)
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

א דאנק יאונג פארען צוריק קומען, איך האב שטארק הנאה פון דיין פענע, האלט אן
האב שכל און גיב א שמייכעל!
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

מר' יענג ווען האט ער באזיגט בען שפירא.? סאיז די ערשטע מאל וואס איך הער אז איינער האט אים בכלל באזיגט. אפשר קומסטו אריין אביסל קלארער. מיט מער אינפאוי.
און אויך ווען די דאווענסט שוין פאר מר' יענג. האב מיר אויך אינזינען כוועל דיר שיקען מיין נאמען אין איש :wink: י
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

גיי אן דיינע תגובות זענען געשמאק צו לייענען.

בנוגע די MSNBC גראפיק פון וואס דו רעדסט, עס האט בלויז 18 קאנדידאטן ווייל לכו' זענען צוויי באהאלטן אונטער די אונטערשטע בענער (מען קען זעהן רעקלעך דארט אונטן). עס קוקט אויס ווי איינער האט שנעל געכאפט א סקרין שאט צו צייגן כאילו מען האט אים געוואלט באהאלטן... אדרבה, ברענג אהער א לינק צו א קליפ פון יענע מאמענט. אלע משלים זענען סקרין שאטס. איך האלט נישט אז מסנבס איז דא זיך נוקם צו זיין וועגן זיינע פאליסיס.

יענג האט א פאלאואינג אזוי ווי ראן פאלל האט געהאט, נויז וועט ער האבן.
אטעטשמענטס
'שש.jpg
'שש.jpg (737.61 KiB) געזען 2987 מאל
לעצט פארראכטן דורך יש ברירה אום דאנערשטאג יולי 11, 2019 1:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Maybe
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 26, 2018 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Maybe »

סארקאזי האט געשריבן:מר' יענג ווען האט ער באזיגט בען שפירא.? סאיז די ערשטע מאל וואס איך הער אז איינער האט אים בכלל באזיגט. אפשר קומסטו אריין אביסל קלארער. מיט מער אינפאוי.
און אויך ווען די דאווענסט שוין פאר מר' יענג. האב מיר אויך אינזינען כוועל דיר שיקען מיין נאמען אין איש :wink: י


איך ווייס נישט צי יענג האט באזיגט בען שפירא אדער נישט איך האב עס נישט געהערט
אבער דאס איז קלאר אז מען האט אים שוין באזיגט ער האט געהאט א אינטערוויו מיט ביביסי נאכן ארויסגעבען זיין ביכל מען האט אים געפרעגט שאלות וואס ער איז נישט געווען גרייט פאר ער האט דאן אפגעהאקט די אינטערוויו ער האט זייך דערנאך מודה געווען אז ער האט פארלוירן
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

א דאנק אייך אלע פאר די חיזוק.

רואיג!, זיינע געדאנקען הערן זיך טאקע ראדיקאל, און זענען אויך היפש פארבינדען איינס מיט די אנדערע, איז נישט אזוי גרינג מסביר צו זיין בקיצור. אפשר בעסער א באזונדערע טאפיק?
איך האף צו האבן צייט שפעטער אדער נעקסטע וואך.

סארקאזי, איך מיין אז איך האב נישט געשריבן אז ער האט באזיגט בען שפירא, דאס איז צו א שטארקע ווארט. איך רעד פון דעם שמועס, וואו ביידע רעדן שטארק אבער רעספעקטפול. גאר א אינפארמאטיווע שמועס, ווי עס פאסט פאר אזעלכע high-IQ דעבאטירער. שפירא שטעלט אים נישט אוועק ווי א אידיאט, ווי ער טוט געווענליך מיט דעמאקראטן, נאר פארקערט. ער האט שפעטער געטוויט I'm now rooting for Yang (עפעס אזוי, סארי כ'קען נישט זוכן יעצט), און אים אפאר מאל דערמאנט אין זיינע פאליטישע אנאליזען אלס דער איינציגסטער נארמאלער קאנדידאט.
(איך האב סייווי אינזין אלע אידן ביי מיינע תפילות :lol: )

יש ברירה האסט געזען די גאנצע thread דארט אויף טוויטער? ווייל די ערשטע בילד דארט איז פון וואס איך האב גערעדט, און דארט (און רוב אנדערע) ארבעט בכלל נישט די תירוץ. (סארי כ'קען זיך נישט ארומשפילן יעצט מיט די בילדער). א צווייטע גוטע משל איז וואו זיי דערמאנען Positive twitter mentions, אנגעהויבן מיט ארורק ביי 39%. אבער יענג איז יענע צייט געווען העכער 50%! נישט קיין פראבלעם, לאמיר אנהייבן מיט די צווייטע...

איבער זיינע שאנסן צו געווינען האב איך שוין געשריבן דא.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

יענס איז אויך א סקרין שאט. כ'ווייס נישט וואס זיי האבן גערעדט דארט איי דאונט קנאו, זעהסט די נעקסטע בילד האט אים שוין געהאט...

בנוגע בען שפירא, זיכער קען מען אים געווינען. איך מאך אים נישט אוועק אבער ער גייט ע"פ רוב ארום אין קאלעדזשעס און דעבאטירט 18 יעריגע שנוקעס... ווען ער האט א ערענסטע קעגנער איז עס א פארמעסט.

אבער ביי יענג איז בכלל נישט געווען קיין דעבאטע, ער האט סתם מסביר געווען זיין 1000 דאלער א חודש אינקאם פלאן (איך בין מודה אז נאכן הערן די אינטערוויו סאונד עס ווייניגער משוגע) אבער זיי האבן בכלל נישט גערעדט פון די "בען שאפיראו אישוס"...

ער איז א טיפיקעל וואן אישו קאנדידאט, און קען נישט געווינען אין מיין מיינונג.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אז ער האט באקומען די מערסטע פאלאוערס איז אויך נישט קיין ראיה, ס'מיינט נאר אז ער האט געהאט די ווייניגסטע...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

סארקאזי האט געשריבן:מר' יענג ווען האט ער באזיגט בען שפירא.? סאיז די ערשטע מאל וואס איך הער אז איינער האט אים בכלל באזיגט. אפשר קומסטו אריין אביסל קלארער. מיט מער אינפאוי.
און אויך ווען די דאווענסט שוין פאר מר' יענג. האב מיר אויך אינזינען כוועל דיר שיקען מיין נאמען אין איש :wink: י

https://drive.google.com/file/d/1jNrMo_ ... sp=sharing
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

יש ברירה, טו מיר א טובה, ברענג אהער די בילד(ער) דא און זיי עס מסביר, ווייל איך פארשטיי נישט. (און יא זיי האבן עס געהאט צוויי טעג שפעטער, נאך וואס fair media watch און אנדערע האבן געמאכט א ויצעקו).
אויך, האסט עפעס פארענטפערט איבער Positive twitter mentions? ווייל איך זע נישט וואו.
וואן אישו קאנדידאט? מיינסט בלשון סגי נהור? ווייל לעצטע מאל וואס איך האב געציילט האט ער געהאט 107 אישוס. ווער האט מער ווי אים?

אבער גראדע, צו אויפווייזן בייעס אין די מידיא קעגן יענג דארף באמת זיין זייער גרינג. אויב טוסטו אביסל אין פאליטיק האסטו זיכער באגעגנט א שיינע פאר ארטיקלען איבער די קאנדידאטן, וואס זענען זייערע פאליסיס, פלענער, וואס טיילט זיי פון אנדערע. ווען איז געווען די לעצטע מאל וואס דו האסט געליינט עפעס א לייטישע ארטיקל איבער יענג?
נישט קיין חילוק וואס דו האלטסט פון אים, איז די פאקט אז פון אים איז דא די מערסטע צו שרייבן. ער האט די מערסטע פאליסיס, זיינע פאליסיס זענען די מערסטע דיפרענט, ער האט די אומגעווענליכסטע בעקגראונד, און ער פירט די אומגעווענליכסטע קאמפיין.
און נישט אז ס'איז שווער צו באקומען אינפארמאציע איבער אים. זיין וועבסייט האט לאנגע בלעטער, זיין ביכל קען מען אויסהערן אומזיסט אויף יוטויב, און ער אליינס איז גרייט צו רעדן צו יעדעם א שעה-צוויי.
איז דאס נישט מאדנע אז כמעט די איינציגסטע נארמאלע ארטיקלען אויף אים זענען גאר אויף fox?

איך מיין אז די פאקט ווייזט זייער קלאר אז די מידיא זוכט אים צו איגנארירן ווילאנג זיי קענען. (און דאס אליינס מאכט מיר טראכטן אז די אמת ליגט ביי אים, אבער דאס איז שוין פראפאגאנדע...)

די צוויי טשארטס זענען פון אפאר חדשים צוריק, אבער דער מצב האט זיך נישט צופיל געטוישט לעצטענס. די ערשטע ווייזט וויפיל יענג איז דערמאנט געווארן אין די מידיא, אין די צייט ווען ער האט געהאלטן ביי 3%.
D4ddcyhWkAU-Ey6.jpg
D4ddcyhWkAU-Ey6.jpg (70.98 KiB) געזען 2940 מאל


און די צווייטע ווייזט וויפיל יעדער קאנדידאט שטייט אין די פאולס, דיוויידעד ביי זייערע דערמאנונגען אין די מידיא. יענג איז קלאר off the charts.
corej6lbe8t21.jpg
corej6lbe8t21.jpg (34.69 KiB) געזען 2940 מאל


אסדר לסעודתא, ער האט צובאקומען נישט נאר די מערסטע פראצענטועל, נאר אויך אין אבסאלוטע נומערן. אמת אז א חלק פון דעם האט צוטון אז די אנדערע האבן שוין געהאט זייערע פאלאוערס פריער, ווייל זיי זענען שוין אלטע פאליטיקאנטן, אבער דאך האט ער צובאקומען ארום 560 נאכפאלגער פאר יעדע סעקונדע וואס ער האט גערעדט. נאט טו בעד.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

איך קען דיך נישט ענטפערן אויף א סקרין שאט, דאס וואס איך זאג. טאקע אזוי ווי די בילד וואס איך האב פריער געזען, עס קוקט אויס שלעכט אבער מען קוקט אביסל ארום כאפט מען אז איינער מיט א אגענדע האט דא ארויסעגנומען זאכן פון קאנטעקסט. דזשאסט פאר א משל...

ער איז א איין אישו קאנדידאט, און דאס איז זיין טויזנט דאלער א חודש אינקאם, אלע אנדערע זאכן זענען אישוס וואס ער האט צוגעלייגט אז מען זאל נישט קענען זאגן אז ער איז א איין אישו קאנדידאט. ווען מען רעדט צו אים רעדט ער אבער פון זיין איינציגסטע אישו און דאס איז זיין מהלך פאר די עקענאמיע.

יעדעס מאל איך הער אז די טענה אז די מידיא מאכט זיך נישט וויסנדיג פון א קאנדידאט ווער איך נערוועז... די ארבעט פון די מידיא איז נישט צו ברענגען די קאנדידאטן, עס איז יענג'ס דזשאב צו כאפן די מידיא'ס עטענשין, נישט די אנדערע וועג. איך פארשטיי אז דו ביסט פראסטרעיטעד אבער דו דארפט פעיסן פעקט אז מען רעדט דא פון א קאנדידאט וואס ציט אן 1% אין די פאללס אויף רקפ. אין עטליכע אנקעטעס האט ער זערא! אויסער עמערסאן וואס גיבט האט אים צוויי מאל געגעבן דריי פראצענט האט ער נאך קיינמאל נישט געהאט מער פון 2%.

ווען האסטו געזען די מידיא בכלל דערמאנען קאסטראו'ס נאמען?! ער האט אויך געהאט 1% און קיינער האט טאקע נישט גערעדט פון אים. אבער אנשטאט וויינען אז מען רודפט אים האט ער געכאפט די דעבאטע און פרובירט מאכן א נאמען פאר זיך און כאפן די מידיא'ס עטענשין. טאמער קענסטו נישט נעמען די זאך אביסל אין די האנט וואזוי פארלאנגסטו פון מענטשן זאלן נעמען ערענסט דיין קאנדידאטור צו פירן די וועלט?
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

יש ברירה האט געשריבן:איך קען דיך נישט ענטפערן אויף א סקרין שאט, דאס וואס איך זאג. טאקע אזוי ווי די בילד וואס איך האב פריער געזען, עס קוקט אויס שלעכט אבער מען קוקט אביסל ארום כאפט מען אז איינער מיט א אגענדע האט דא ארויסעגנומען זאכן פון קאנטעקסט. דזשאסט פאר א משל...


שוין, מיר וועלן אגריען צו דיסאגריען. מיין פוינט איז געווען אז גענוג זאכן דארט זענען סטאטיש, וואס מען קען נישט עקספלעינען אז מ'האלט אינמיטן א מעשה אדער עפעס. א ראי' האסטו, אז MSNBC האט זיך אפיציעל אנטשולדיגט, צוויי טעג שפעטער, נאך צענדליגע טויזנטע טוויטס. (און ניין, זיי האבן נישט געשריבן אז ס'איז נאר א סקרינשאט ואין משיבין על הסקרינשאט).
אבער שוין, נעווערמיינד. איך מיין אז די בייעס איז זייער קלאר, אבער יעדער מעג ציען זיינע מסקנות.

יש ברירה האט געשריבן:ער איז א איין אישו קאנדידאט, און דאס איז זיין טויזנט דאלער א חודש אינקאם, אלע אנדערע זאכן זענען אישוס וואס ער האט צוגעלייגט אז מען זאל נישט קענען זאגן אז ער איז א איין אישו קאנדידאט. ווען מען רעדט צו אים רעדט ער אבער פון זיין איינציגסטע אישו און דאס איז זיין מהלך פאר די עקענאמיע.


דא פארלירסטו מיר שוין. האסט געטון אביסל ריסוירטש פארן שרייבן מיט אזא זיכערקייט?
ער האט געשריבן זיין ערשטע ביכל 8 יאר צוריק, וואו ער לייגט ארויס זיין וויזיע און דערמאנט א שיינע פאר פון די אישוס. Universal Basic Income פארנעמט ניטאמאל די אויבנאן דארט.
ער האט בכלל נישט געפלאנט צו זיין א פאליטישאן (ווען יא וואלט ער געלאפן אין 2016, צוויי יאר נאך וואס זיין ביכל איז ארויסגעקומען). ער איז ארומגעלאפן צו פאליטיקאנטן און אקטיוויסטן, ביז ער האט געזען אז קיינער גייט גארנישט טון.
ער רעדט אפשר די מערסטע פונעם freedom dividend, מסתמא ווייל ער האלט אז מיט דעם מאכט ער זיכער יעדער זאל הערן פון אים, ווייס איך נישט. אבער אויב הערסטו אויס זיינע שמועסן ביזן סוף וועסטו זען אז צו זאגן אז ער רעדט נאר פון דעם איז א געלעכטער.
(און אויב ליינט ער ווען דא וואלט איך אים טאקע מייעץ געווען, ער זאל רעדן אביסל מער פון די אנדערע פראפאזעלס. מענטשן האבן נישט קיין אנונג וואס דער פארמאגט אלס אין זיך. ער, און נישט ווארען, איז דער עכטער policy candidate).

יש ברירה האט געשריבן:יעדעס מאל איך הער אז די טענה אז די מידיא מאכט זיך נישט וויסנדיג פון א קאנדידאט ווער איך נערוועז... די ארבעט פון די מידיא איז נישט צו ברענגען די קאנדידאטן, עס איז יענג'ס דזשאב צו כאפן די מידיא'ס עטענשין, נישט די אנדערע וועג.


האסט א פוינט, אבער נאך אלעם האט די מידיא עפעס אחריות. די MSM איז צו שטארק היינט, און אויב גייען זיי גענצליך קעגן יושר קענען זיי דערשטיקן א קאנדידאט נישט קיין חילוק וויפיל יענער ציט עטענשין, ווייל רוב מענטשן געבן זייער עטענשין נאר פאר די זאכן וואס די מידיא באריכטעט.

יש ברירה האט געשריבן:אויסער עמערסאן וואס גיבט האט אים צוויי מאל געגעבן דריי פראצענט האט ער נאך קיינמאל נישט געהאט מער פון 2%.

עהעם... (סדא נאך. יעצט האב איך נישט קיין צייט).

יש ברירה האט געשריבן:ווען האסטו געזען די מידיא בכלל דערמאנען קאסטראו'ס נאמען?! ער האט אויך געהאט 1% און קיינער האט טאקע נישט גערעדט פון אים.


איך האב אויבן געברענגט אז קאסטראו איז דערמאנט געווארן דריי מאל אזויפיל ווי יענג ווען ער האט געהאלטן א דריטל פון אים אין די פאולס. ד.מ. רעלאטיוו ניין מאל מער. דאס זאגט דיר טאקע ממש גארנישט?
זאל זיין אזוי. מיר גייען זיך נישט קריגן.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

אן עקזעמפל פון א נארמאלע דיבאטע, האלטס אן.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

איך האב נישט געזען אז מסנבס זאל זיך אנטשולדיגן, קענסט מיך שיקן א לינק?

איך האב אים אויסגעהערט א שעה און דאס ארויסגענומען, אלע אישוס קומען צוריק צו דעם. קליימעט טשענדזש איז אויך צוריקגעקומען אז ווען מען האט די דיוועדענט קען מען מער פאוקעסן אויף סעלושענס... אז דו ווילסט עס מאכן מער ברייטער דאן וועל איך זאגן אז די איין אישו איז רעפארמירן קאפיטעליזעם. טאקע ברייטער אבער ווייטער איין באורינג נושא. זיין זארג איבער אוטעמעישן קומט אויך צוריק צו די דיוועדענט, מען וועט געבן געלט עס צו קענען איבערלעבן.

בכלל איז די פאראגראף די גרעסטע ריאה אז עס האט גארנישט מיט די מידיא. ער איז אליינס שולדיג. ער דארף אנהייבן רעדן וועגן אויסערן פאליסי און גענצליך אנדערע נושאים אז ער זאל אריינקומען אין די זאך. איך דארף יעצט אויסהערן לאנגע שמועסן ביזן סוף צו הערן וואס ער האט צו זאגן? דאס איז דאך די נארישסטע סטראטעגיע וואס א קאמפיין קען האבן...

איך האב נישט געקוקט יעדע פאלל, דערפאר איז דא אזא זאך ווי רקפ... (יעצט אז איך עקספענד און גיי צוריק מער איז ער העכער אבער דאס איז די יעצטיגע פעידזש וואס כהאב געקוקט) אויך איך האב ארומגעקוקט פאר די מקור פון די קאווערידזש טשארטס און נישט געקענט טרעפן איינס אויסער יענג'ס וועבזייטל.

ye.png
ye.png (1.58 KiB) געזען 2772 מאל
לעצט פארראכטן דורך יש ברירה אום דאנערשטאג יולי 11, 2019 4:50 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אחד מהחבורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 6:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד מהחבורה »

@יענג ס'איז א שאד די צייט אין ענערגיע וואס איר לייגט אריין אין יענג, ווייל בדרך הטבע האט ער נישט קיין שאנסן.
כ'האב אבער הנאה פון דיין קלארקייט.
.Stay away from negative people,they have a problem for every solution
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

יש ברירה האט געשריבן:איך האב נישט געזען אז מסנבס זאל זיך אנטשולדיגן, קענסט מיך שיקן א לינק?


לויט ווי איך געדענק איז עס געווען א טוויט פון איינע פון די סעניאר רעפארטערס, עפעס בנוסח אז ס'האט זיך בטעות ארויסגעגליטשט... אבער איך טרעף עס נישט אויף די מינוט.

דערווייל וועל איך לייגן אפאר לינקס, צו ווייזן אז ס'איז נישט סתם עפעס א איינרעדעניש פון אפאר משוגעים.
https://en.wikipedia.org/wiki/MSNBC_con ... ic_primary
https://asamnews.com/2019/06/10/andrew- ... andidates/
https://www.inquisitr.com/5475323/andre ... ate-chart/
https://nextshark.com/andrew-yang-2020-candidate-list/
https://www.quora.com/Why-is-the-mainst ... sic-Income
https://www.quora.com/Is-the-mainstream ... -candidacy
https://www.reddit.com/r/YangForPreside ... media_are/

יש ברירה האט געשריבן:איך האב אים אויסגעהערט א שעה און דאס ארויסגענומען, אלע אישוס קומען צוריק צו דעם ... אז דו ווילסט עס מאכן מער ברייטער דאן וועל איך זאגן אז די איין אישו איז רעפארמירן קאפיטעליזעם. טאקע ברייטער אבער ווייטער איין באורינג נושא.


קודם האב איך הנאה אז איך האב דיר געמאכט אים אויסהערן א שעה...
לאמיר געסן, האסט געהערט די שמועס מיט בען שפירא? דארט רעדט ער טאקע די ווייניגסטע פון די אנדערע אישוס, קוקט אויס ווייל שפירא איז נישט געווען אזוי אינטערעסירט. (גראדע אויב געדענק איך גוט לאדענט ער אים איין ביים סוף צוריקצוקומען אמאל צו שמועסן ווייטער).
רעפארמירן קאפיטאליזם (אדער human centered capitalism ווי ער רופט עס) איז טאקע זייער ברייט, און איז די פילאזאפיע וואס ליגט אונטער אסאך פון זיינע אנדערע פאליסיס. איך האף דאס צו ערקלערן שפעטער. דאס מיינט אבער נישט אז די אנדערע פאליסיס קענען נישט שטיין פאר זיך, און זיכער מיינט דאס נישט אז ער איז א וואן אישו קאנדידאט. קאם אן! זיין פראבלעם איז ענדערש אז ער האט צופיל אישוס, ווי למשל באקעמפן ראבא-קאלס...
וואס זאגסטו למשל צו דעמאקראטיע דאלארן? דאס איז א גאונישע לעזונג, ארויסצושלעפן דעם קארפעט פון אונטער ביג מאני'ס פיס אין פאליטיק. קיינער טוט גארנישט פראקטיש צו דעם פראבלעם (צוריקדרייען סיטיזענס יונייטעד וועט לכאורה אויספעלן אן אמענדמענט, וועק מיר אויף ווען די זאך איז ארלעדיגט).

יש ברירה האט געשריבן:ער איז אליינס שולדיג. ער דארף אנהייבן רעדן וועגן אויסערן פאליסי און גענצליך אנדערע נושאים אז ער זאל אריינקומען אין די זאך. איך דארף יעצט אויסהערן לאנגע שמועסן ביזן סוף צו הערן וואס ער האט צו זאגן? דאס איז דאך די נארישסטע סטראטעגיע וואס א קאמפיין קען האבן...


ער האט אויף די אלע זאכן גענוג און נאך. איבער גאן קאנטראל למשל איז זיין פלאן די מערסטע דעטאלירט, דאס איז א פאקט וואס יעדער קען זיך גלייך איבערצייגן. און מיין מיינונג איז אז זיין פלאן איז אויך די מערסטע צום זאך און אומעקסטרעם.
אבער דאס איז אמת אז ער שיינט בעיקר ביי די זאכן וואס קיינער בארירט נישט.

בקיצור זאגסטו אז ער דארף זיך אויסלערנען אז לאגישע הסברים וואס מען דארף צולייגן קאפ צו פארשטיין און באגרייפן די ברייטע בילד זענען נישט אינטערעסאנט, נאר אנשטאט זאל ער ווארפן סאונד בייטס אויף יעדע נושא, וואס זאל איינרעדן די וויילער אז זיי פארשטייען וואס ער מיינט צו זאגן. מיט דעם האב איך ליידער מורא אז דו ביסט גערעכט.

איך האב שוין לאנג א אומדעמאקראטישע געדאנק וויאזוי דעמאקראטיע וואלט געדארפט גיין. יעדער קען שטימען לויט ווי קלוג ער איז. למשל אויב נוצט מען IQ, איינער מיט 100 (עוורעידזש) האט איין שטימע. איינער מיט 150 האט איינס און א האלב, און איינער מיט 75 האט א דריי-פערטל שטימע. ווען עס וואלט אזוי געגאנגען וואלט יענג געווען אסאך העכער אין די פאולס...
(עה, דאס איז נאר געווען א טשעפע, איך בעט אלעמען איבער)

אחד מהחבורה האט געשריבן:@יענג ס'איז א שאד די צייט אין ענערגיע וואס איר לייגט אריין אין יענג, ווייל בדרך הטבע האט ער נישט קיין שאנסן.
כ'האב אבער הנאה פון דיין קלארקייט.


Yang2020 האט געשריבן:עניוועי, פארשטיי איך קיינמאל נישט וואס מענטשן האבן אזוי מורא צו שטיצן א קאנדידאט וואס גייט מסתמא נישט געווינען. אויסגעבן געלט איז איין זאך, אבער אויב טוסטו סייווי אין פאליטיקס וואס שטערט דיר צו שטיין אויף יענעמ'ס זייט, זיך אננעמען פאר אים, אויפקלערן אנדערע?
קוקט אויס מענטשן האבן מורא פון די ציפ וואס זיי גייען כאפן ווען זייער פעיווארייט גייט פארלירן. אבער דאס איז אומלאגיש, ווייל אויב האלטסטו פון יענעם כאפסטו שוין יעצט די ציפ ווען דו הייבסט הענט. נו וואס א חילוק אויב כאפסטו די ציפ יעצט אדער שפעטער?
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

Yang2020 האט געשריבן:
איך האב שוין לאנג א אומדעמאקראטישע געדאנק וויאזוי דעמאקראטיע וואלט געדארפט גיין. יעדער קען שטימען לויט ווי קלוג ער איז. למשל אויב נוצט מען IQ, איינער מיט 100 (עוורעידזש) האט איין שטימע. איינער מיט 150 האט איינס און א האלב, און איינער מיט 75 האט א דריי-פערטל שטימע.

זיין שטימע וואלט געדארפט זיין א מיינוס
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

איך מיין אז מ׳זאל מאכען אן אנקעטע ווער סוואלט אויפגעגעבן די פראגראמען פאר א UBI
פארשטייט זיך נאר ווער סהאט געהערט די שמועס מיט בען
אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתמר יפרח »

איך הער כמעט נישט בען שפירא אבער עס איז מיר געווען אינטרעסאנט מיט צוהאלטן די שמועס, זייער תוכן'דיג.

איך מיין אז בען איז געווען זייער פריילעך אז א דעמעקראטישער קאנדידאט איז געקומען אויף זיין שאו אין ער וויל האבן נאך חברה, האט ער זייער אכטונג געגעבן צו רעדן מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ.
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

מים חיים האט געשריבן:איך מיין אז מ׳זאל מאכען אן אנקעטע ווער סוואלט אויפגעגעבן די פראגראמען פאר א UBI
פארשטייט זיך נאר ווער סהאט געהערט די שמועס מיט בען


אזא אנקעטע איז שוין דורכגעפירט געווארן דורך א סאושעל ווארקער. 30 פון 32 האבן ענדערש געוואלט UBI, און די צוויי וואס נישט זענען גראדע געווען פונקט די צוויי וואס האבן מענטל אישוס...

D_JB7siW4AAAjHV.jpg large.jpg
D_JB7siW4AAAjHV.jpg large.jpg (165.83 KiB) געזען 2616 מאל


הונדערטער מענטשן זענען שוין ארויפגעקומען אויף רעדיט און אנדערע פלעצער, זאגן אז זיי וואלטן יעדן טאג אויפגעטוישט די פראגראמען פאר UBI. איך האב נאך נישט געזען קיינער וואס זאל שרייבן אז ער נעמט פראגראמען און דאס איז אים בעסער ווי קעש, די וואס שרייבן אז פראגראמען זענען בעסער רעדן נאר פונדערווייטנס.
און גראדע וועט מען נישט דארפן אפלאזן אלע פראגראמען, נאר א חלק.
און סייווי איז עס opt-in, ווער ס'וויל בלייבן מיט די פראגראמען אן קעש וועט קענען.


יעצט כאפ איך ערשט אז דו רעדסט פון א אנקעטע דא. אבער ביי אונז אידעלעך איז דער מצב אביסל אנדערש צוליב ודי.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

שלום עליכם אייך מר. ענדרו יענג.
אייערע תגובות זענען הערליך און תוכנ'דיג!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

א געשמאק געווען צו ליינען אייערע תגובות מיסטער יענג און יש ברירה,
א דיבעיט ווי 2 עדאלטס!
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

הר גריזים האט געשריבן:א געשמאק געווען צו ליינען אייערע תגובות מיסטער יענג און יש ברירה,
א דיבעיט ווי 2 עדאלטס!

עגרי
אויב דיין קאנדידאט איז אויך אזא אינטעליגענטער נארמאלער מענטש.ווי דיר
דאן בעלאנגט ער נישט אין וואשינגטאן :grin:
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

Yang2020 האט געשריבן:בקיצור זאגסטו אז ער דארף זיך אויסלערנען אז לאגישע הסברים וואס מען דארף צולייגן קאפ צו פארשטיין און באגרייפן די ברייטע בילד זענען נישט אינטערעסאנט, נאר אנשטאט זאל ער ווארפן סאונד בייטס אויף יעדע נושא, וואס זאל איינרעדן די וויילער אז זיי פארשטייען וואס ער מיינט צו זאגן. מיט דעם האב איך ליידער מורא אז דו ביסט גערעכט.


איך האב הנאה אז אונז אגריען דא אויף עפעס, אבער עס איז נישט אינגאנצן אזוי. ער דארף נישט ממש ווארפן סאונדבייטס דאס וועט אויך נישט ארבעטן פאר אים, פארדעם איז דא גענוג אנדערע קאנדידאטן. עס איז אבער דא גרויסע חילוק פון שיסן פראזן ביז דאס

כמיין וואס זאגט ער דא?! טראכט אריין אז יעצט הערסטו עס עקסטער און דו פרובירסט צו פארשטיין לייג דאס אבער אריין אין א צוויי שעה'גע דעבאטע און דו ביסט אנגעלאנט אויפן פאטעל.... ער האט א פראבלעם אז ער באקומט נישט קיין טרעקשין, און ער האט יעצט א געלעגענהייט זיך פארצושטעלן צום ערשטן מאל פאר 20 מיליאן וויילער. איך וויל וויסן אויב עס זענען דא 5% מענטשן וועלכע האבן מיטגעהאלטן די דעבאטע און האבן פארשטאנען אפילו איין ווארט וואס ער זאגט דא. ביים פאלאו אפ קוועסשין איז ער נאך געווען ערגער.

מען דארף אויך אנרירן נאך א נקודה, יענג איז טאקע זייער קלוג און אקאדאמיש אבער ווען מען זוכט א פרעזידענט וועלן רוב נישט זוכן די קלוגסטער צווישן די אויסוואלן, נישט דאס איז וואס דער עולם קוקט. מען קוקט אויך אויב יענער איז פרעזידענטליכע מאטריאל. טראמפ צייגט ווי א פירער מענטשן האבן געקויפט זיינע בראווא שטיק, אבער יענג קומט אפיר ווי א נייס גאי וואס מיינט נישט קיין שלעכטס, דעטס איט.

Yang2020 האט געשריבן:איך האב שוין לאנג א אומדעמאקראטישע געדאנק וויאזוי דעמאקראטיע וואלט געדארפט גיין. יעדער קען שטימען לויט ווי קלוג ער איז. למשל אויב נוצט מען IQ, איינער מיט 100 (עוורעידזש) האט איין שטימע. איינער מיט 150 האט איינס און א האלב, און איינער מיט 75 האט א דריי-פערטל שטימע. ווען עס וואלט אזוי געגאנגען וואלט יענג געווען אסאך העכער אין די פאולס...
(עה, דאס איז נאר געווען א טשעפע, איך בעט אלעמען איבער)

:grin:
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

צו אלע וואס שרייבן ווי געשמאק די דעבאטע דא איז, דאס איז דאך מיין טענה אגאנצן צייט, אז ווען מען לאזט יענג קומען צום ווארט קען ער זיך זייער שיין מסביר זיין...

איך האב שוין אויבן מודה געווען צו יש ברירה אז ביי די דעבאטע איז ער נישט געווען צו גוט. איך האב נאר געשריבן אז די מאדערעיטערס זענען אסאך שולדיג אין דעם, אבער אמת אז יענג פאר זיך האט אויך אנדערפערפארמט. מיט דעם זענען מיר ביי די זעלבע מיינונג.

יש ברירה האט געשריבן:מען דארף אויך אנרירן נאך א נקודה, יענג איז טאקע זייער קלוג און אקאדאמיש אבער ווען מען זוכט א פרעזידענט וועלן רוב נישט זוכן די קלוגסטער צווישן די אויסוואלן, נישט דאס איז וואס דער עולם קוקט. מען קוקט אויך אויב יענער איז פרעזידענטליכע מאטריאל.


דאס עסט מיך שוין לאנג אויף, די פאלשע בליק וואס המון עם האט וויאזוי א פרעזידענט דארף אויסקוקן. א פרעזידענט דארף זיין שטארק און פעסט, יא, און אפשר אויך אביסל אגרעסיוו ווען עס פעלט אויס. אבער ווען איינער קוויטשעט אריין אינמיטן דער צווייטער רעדט ווייזט דאס נישט אויף פעסטקייט, נאר אויף ביליגקייט און אוממענטשליכקייט. דאס ווייזט מיר בכלל נישט אז ער גייט גוט הענדלען איראן.

אפשר אפילו פארקערט, איינער וואס קען זיך באהערשן, און ענטפערט מיט געמאסטענע ווערטער, איז אפשר א שטערקערע כאראקטער. ומושל ברוחו מלוכד עיר.
האלטסט אז טאמעס זשעפערסאן האט איבערגעהאקט אנדערע? וואלט ער געווען א בעסערע פרעזידענט ווען ער וואלט ווען איבערגעהאקט אנדערע?

ביי מיר זענען די אלע סיריעל איבערהאקערס (וואס מיינט כמעט יעדער אויפן סטעיזש) געווארן זייער ביליג, ווי קליינע קינדער פון א לאו-קלעס וואס זייער מאמע האט זיי נאכנישט אויסגעלערנט קיין מענערס. אויב האסטו טאקע אזא גוטס צו ענטפערן וועט עס נישט עקספייערן אין די פאר סעקונדעס וואס דו וועסט לאזן יענעם אויסרעדן.

בכלל געבן די דעבאטעס זייער א פאלשע בליק, די סקילס צו געווינען דעבאטעס זענען כמעט די פארקערטע סקילס וואס א פרעזידענט דארף האבן.
צו געווינען דעבאטעס דארף מען קענען טראכטן שנעל אויפן פלאץ, דרייען מיט די צונג צו פארווישן קריטיק, און מאכן אישוס פון טישוס אויף די אנדערע זייט. דאס איז פונקטליך וואס איך וויל נישט מיין פרעזידענט זאל טון.
אסאך מיינען אז א פרעזידענט דארף קענען טראכטן שנעל, אבער דאס איז א טעות. אלעס וואס דארף באשלאסן ווערן אויפן סעקונדע ווערט באשלאסן דורכן זעלנער אויפן פראנט, אדער נידריגע אפישעלס. צום פרעזידענט קומען אן די שווערערע באשלוסן, מיט דאטא איבער די מעלות און חסרונות אויף ביידע זייטן, און ער דארף טראכטן רואיג און טיף צו מאכן א באשלוס. איך קען באמת נישט טראכטן פון א ביישפיל וואו דער פרעזידענט דארף באשליסן אויף די סעקונדע, חוץ פון זיך אראפבייגן ווען א קויל קומט צו פליען.
אויב ברעכט אויס א מלחמה צווישן אמעריקע און רוסלאנד וויל איך דער פרעזידענט זאל טראכטן 3 שעה פאר יעדע אקציע, נישט 3 סעקונדעס.

אויב וויל מען האלטן דעבאטעס, זאל עס בעסער זיין געשריבענע. איינער שרייבט אראפ זיינע פלענער, און די חסרונות פונעם צווייטן, און דער צווייטער ענטפערט מיט אייגנס, און פרעגט אפ פוינט-ביי-פוינט די קריטיק פונעם ערשטן. יא, זיי וועלן זיכער האבן שרייבערס, אבער דאס מאכט עס נאר מער עכט, פונקט ווי ביים פירן די לאנד האבן זיי אויך אדווייזערס און ספיטש רייטערס.
נאר איין חסרון, דער עולם וועט עס נישט טרעפן גענוג אינטערעסאנט צו זיצן איבער דעם מיט א טעלער פאפקארן.



אקעי, איך האב שוין געוואלט ענדיגן מיט די "MSNBC איז בייעסד" סוגיא, אבער דאס איז א פרישע זאך און איך קען מיך נישט איינהאלטן. זיי האבן נעכטן געטוויט איבער יענג'ס פלאטפארמע, אזוי צו זאגן.
D_OsEZwVAAANkT5.jpg
D_OsEZwVAAANkT5.jpg (90.65 KiB) געזען 2417 מאל


וואס ווייזט אזא בילד?
איך מיין אז פאר איינער וואס ווייסט נישט פון יענג ווייזט דאס א מאדנער פארשוין מיט מאדנע דאגות. קארעקט מי איף איים ראנג.

געדענק, די רעדע איז דא פון א קאנדידאט מיט ארום 110 פאליסיס. די דריי וויכטיגסטע אין זיינע אויגן זענען אויסגערעכנט פון אויבן אויפן פאליסיס בלאט (freedom dividend, healthcare, human centered capitalism). יעדער וואס ווייסט נאר פון אים ווייסט פון זיין freedom dividend. די וואס ווייסן מער פון אים זענען אויך אנטציקט פון אזעלכע פאליסיס ווי למשל Democracy Dollars, data as a property right, Ranked Choice Voting. (קוק אויך מיין אונטערשריפט)

אבער MSNBC קען נישט דערמאנען אז ער האט 100+ פאליסיס, און זיי קענען נישט דערמאנען קיין איינס פון די אויבנדערמאנטע פאליסיס. אנשטאטס דעם האבן זיי געזוכט זיינע פאליסיס וואס הערן זיך די מערסטע קוריאז, און עס אראפגעשריבן אויף די מערסט קוריאזע וועג. איך קען דיר גאראנטיען אז זיי האבן אוועקגעגעבן א שיינע פאר מינוט אויפצוזוכן די פאליסיס, וואס זענען צוזייט און צושפרייט איבער יענג'ס לאנגע פאליסי בלאט.
16 עיזדש וואטינג? וואסעפעס? צאלן אטלעטן אין קאלעדזש? דאס דארף מיר אנגיין?! עלימינירן די פעני? כא כא! אוי האט ער דאגות! דעקרימינאליזירן אפיום?! יעצט שטימט שוין בעסער! דער איז א היפי פון היפילאנד! self-driving cars? וואס מיינט דאס בכלל?! דער פרעזידענט גייט אפשר ארומפארן מיט א self-driving car? דער איז טויט שיכור!
WOW! דער האט ממש געטראפן די זעקס גרעסטע פראבלעמען אין אמעריקע!
(די לעצטע ווייס איך באמת נישט וואס זיי מיינען. יענג האט נישט אזא פאליסי, חוץ אויב מיינען זיי Ease the Transition to Self-Driving Vehicles, אבער פארשטייט זיך אז זיי קענען עס נישט שרייבן נארמאל)

און דאס איז נישט עפעס א סקרינשאט צו כווייסעכוואס, דאס איז א אפיציעלע טוויט וואס זיי האבן אפיציעל ארויסגעשיקט. קענסט קוקן ביי זייער טוויטער אקאונט.

איך האף אז דו קענסט עס מסביר זיין אויף א נארמאלע וועג, ווייל איך וויל באמת נישט זיין אזוי אויפגערעגט :evil: .

אויב קענסטו עס ערקלערן, אויף א וועג וואס איך וועל פארשטיין און מסכים זיין, וועל איך דיר אוועקגעבן די ערשטע טויזנט דאלערדיגע freedom dividend טשעקל וואס איך וועל באקומען נאך וואס יענג ווערט פרעזידענט. גאו אהעד :smile: .
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”