דעמאקראטישע פריימערי דעבאטעס 2020 למספרם

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2928
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

נאכאמאל איבערגעקוקט די דיבעיט.

בוטידזשעדזש זעט מיר אויס די מערסטע ארגינעל, ד.ה. ער זאגט וואס ער האלט באמת, עס מאכט גאר א פאזיטיווע רושם און ציעט טראסט.

צו לייגן זאכן אין פערספעקטיוו: מעיאר פיט רעגירט אויף א שטעטל פון קנאפע הונדערט טויזענט איינוואוינער, אינדערצייט וואס אונזער פופצן פיסיגער דעבלאזיא האט די זעלבע שטעלע נאר אין די גרעסטע שטאט אינעם לאנד מיט 8 מיליאן איינוואוינער.


נאר וואזשע דען, אמעריקע איז לכאורה נאך נישט גרייט פאר אזא פערזאן ווי בוטידזשעדזש.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
שנלר
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנלר »

יש ברירה האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
וואס מיינסטו צו זאגן מיט א ערנסטן פעקל?

אז ער באלאנגט צו די בוכשטאבן קאמיונעטי ודי.


ער איז בכלל נישט OCD
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

נאך פונדערהיים האט געשריבן:נאכאמאל איבערגעקוקט די דיבעיט.

בוטידזשעדזש זעט מיר אויס די מערסטע ארגינעל, ד.ה. ער זאגט וואס ער האלט באמת, עס מאכט גאר א פאזיטיווע רושם און ציעט טראסט.

צו לייגן זאכן אין פערספעקטיוו: מעיאר פיט רעגירט אויף א שטעטל פון קנאפע הונדערט טויזענט איינוואוינער, אינדערצייט וואס אונזער פופצן פיסיגער דעבלאזיא האט די זעלבע שטעלע נאר אין די גרעסטע שטאט אינעם לאנד מיט 8 מיליאן איינוואוינער.


נאר וואזשע דען, אמעריקע איז לכאורה נאך נישט גרייט פאר אזא פערזאן ווי בוטידזשעדזש.





ממש ארגינעל? טשעק זיין היסטארי... ער האט געטוישט פון אלל לייווס מעטטער צו בלעק לייווס מעטער...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

יש ברירה האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
וואס מיינסטו צו זאגן מיט א ערנסטן פעקל?

אז ער באלאנגט צו די בוכשטאבן קאמיונעטי ודי.

איך גלייב אז רוב אמעריקע האט שוין נישט קיין פראבלעם דערמיט היינט צו טאגס. נאכדערצו אז די וועג וויאזוי ער עקספלעינט זיך איז אז ער מאכט עס פאר א הייליגע און הויכע מאראל זאך.....
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

סקאט רעסמאסאן אנקעטע - נאכן דעבאטע

Biden 28%
Sanders 14%
Harris 11%
Warren 8%
Buttigieg 4%
O'Rourke 3%
Booker 2%
Castro 2%
Delaney 1%
Hickenlooper 1%
Klobuchar 1%
Inslee 1%
Gabbard 1%
Yang 1%
Gillibrand 1%
Ryan 1%

איבריגע ווייניגער ווי 1%

פונקט ווי אין די מארנינג קאנסעלטענט אנקעטע האט ביידען א 14% אויבערהאנט.
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

יש ברירה האט געשריבן:סקאט רעסמאסאן אנקעטע - נאכן דעבאטע

Biden 28%
Sanders 14%
Harris 11%
Warren 8%
Buttigieg 4%
O'Rourke 3%
Booker 2%
Castro 2%
Delaney 1%
Hickenlooper 1%
Klobuchar 1%
Inslee 1%
Gabbard 1%
Yang 1%
Gillibrand 1%
Ryan 1%

איבריגע ווייניגער ווי 1%

פונקט ווי אין די מארנינג קאנסעלטענט אנקעטע האט ביידען א 14% אויבערהאנט.

העריס האט אראפגערוקט ווארען. זי איז אריינגעקומען צום דריטן פלאץ. אנטשטוט די פערדע אדער פינפטע
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

פעיק נוז האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
וואס מיינסטו צו זאגן מיט א ערנסטן פעקל?

אז ער באלאנגט צו די בוכשטאבן קאמיונעטי ודי.

איך גלייב אז רוב אמעריקע האט שוין נישט קיין פראבלעם דערמיט היינט צו טאגס. נאכדערצו אז די וועג וויאזוי ער עקספלעינט זיך איז אז ער מאכט עס פאר א הייליגע און הויכע מאראל זאך.....

איי עגרי מיט @יש, כ'גלייב שווער אז אמעריקע (לייען אמעריקע נישט טוויטער...) איז גרייט פאר דעם, און בכלל לענ"ד איז רוב אמעריקע נאכנישט גרייט פאר פרוי אויך נישט! יא כ'ווייס מ'קען שרייען וואס מ'וויל, "מ'גייט ברעכן היסטערי מ'גייט עלעקטען די ערשטע פרוי", סוף כל סוף, ביי עלעקשאן נאכט האלט מען זיך צוריק פון וואטן פאר א פרוי.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

רוב אמעריקע האט שוין געוואויט פאר א פרוי פאר פרעזידענט

[סארי נישט רוב ביגמפ]
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

וואס טוט זיך האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
וואס מיינסטו צו זאגן מיט א ערנסטן פעקל?

אז ער באלאנגט צו די בוכשטאבן קאמיונעטי ודי.

איך גלייב אז רוב אמעריקע האט שוין נישט קיין פראבלעם דערמיט היינט צו טאגס. נאכדערצו אז די וועג וויאזוי ער עקספלעינט זיך איז אז ער מאכט עס פאר א הייליגע און הויכע מאראל זאך.....

איי עגרי מיט @יש, כ'גלייב שווער אז אמעריקע (לייען אמעריקע נישט טוויטער...) איז גרייט פאר דעם, און בכלל לענ"ד איז רוב אמעריקע נאכנישט גרייט פאר פרוי אויך נישט! יא כ'ווייס מ'קען שרייען וואס מ'וויל, "מ'גייט ברעכן היסטערי מ'גייט עלעקטען די ערשטע פרוי", סוף כל סוף, ביי עלעקשאן נאכט האלט מען זיך צוריק פון וואטן פאר א פרוי.

איי דיסעגרי.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מען גרייט זיך שוין די צווייטע דעמאקראטישע דעבאטע סעריע וועלכע וועט ווערן אפגעהאלטן דורך סי ען ען וועלכע האט געמאדלן אז די מאדערעיטאר וועלן זיין דזשעיק טעפער, דאן לעמאן, און דאנא באש
סי ען ען וועט אפהאלטן פובליק ארויסציאונגען וועלכע וועלן דעצידירן וועלכע קאנדידאטן גייען דעבאטירן וועלכע נאכט
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

אין טייל פון די דעבאטע רולס האט סננ געמאלדן אז אויב א קאנדידאט וועט אריינהאקן אומאויפהערליך וועט זיין צייט געשניטן ווערן!...

אגב האבן זיי אויך געמאלדן אז עס וועט נישט זיין קיין 'ווייז דיין האנט' פראגעס ווי אויך נישט קיין פראגעס וועלכע פארלאנגען א איין ווארטיגע רעספאנס.
קאליפארניע
שר האלף
תגובות: 1879
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאליפארניע »

אויב האקט ער אריין ווען זיין צייט איז איז שוין געשניטען?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

עי בי סי האלט נאנט צו שליסן קאנטראקט מיט א זאל אין יוסטאן טעקסאס וואו אפצוהאלטן די דריטע דעמאקראטישע דעבאטע
אוועטאר
פאליטיקעל העק
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 02, 2019 4:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטיקעל העק »

יש ברירה האט געשריבן:סקאט רעסמאסאן אנקעטע - נאכן דעבאטע

Biden 28%
Sanders 14%
Harris 11%
Warren 8%
Buttigieg 4%
O'Rourke 3%
Booker 2%
Castro 2%
Delaney 1%
Hickenlooper 1%
Klobuchar 1%
Inslee 1%
Gabbard 1%
Yang 1%
Gillibrand 1%
Ryan 1%

איבריגע ווייניגער ווי 1%

פונקט ווי אין די מארנינג קאנסעלטענט אנקעטע האט ביידען א 14% אויבערהאנט.


אין פרעספעקטיוו רעסמאסאן איז אן אוטלייער
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

איך האב געזען אז עס נעמט געווענליך צוויי וואכן ביז מען קען עכט זעהן די אפעקט פון סיי וועלכע געשעהניש אינעם פארמעסט.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

יש ברירה האט געשריבן:אגב האבן זיי אויך געמאלדן אז עס וועט נישט זיין קיין 'ווייז דיין האנט' פראגעס ווי אויך נישט קיין פראגעס וועלכע פארלאנגען א איין ווארטיגע רעספאנס.

איך האב די בעסטע ליב געהאט די קורצע פראגן און די הענט וואוט.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:אגב האבן זיי אויך געמאלדן אז עס וועט נישט זיין קיין 'ווייז דיין האנט' פראגעס ווי אויך נישט קיין פראגעס וועלכע פארלאנגען א איין ווארטיגע רעספאנס.

איך האב די בעסטע ליב געהאט די קורצע פראגן און די הענט וואוט.

דעמאלטס קען מען נישט ספינען און דרייען מיטן צונג, מען זעהט קלאר וואו דער קאנדידאט שטייט אויפ וועלט?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

פעיק נוז האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:אגב האבן זיי אויך געמאלדן אז עס וועט נישט זיין קיין 'ווייז דיין האנט' פראגעס ווי אויך נישט קיין פראגעס וועלכע פארלאנגען א איין ווארטיגע רעספאנס.

איך האב די בעסטע ליב געהאט די קורצע פראגן און די הענט וואוט.

דעמאלטס קען מען נישט ספינען און דרייען מיטן צונג, מען זעהט קלאר וואו דער קאנדידאט שטייט אויפ וועלט?

אויך. ס'איז זיס צו זען די קאנדידאטן וואס ווערן פארלוירן ווען זיי ווייסן נישט וואס צו טון.

די הייבן הענט ביים לעצטן דעבאטע האט זיך ארויסגעשטעלט אלס פלאפ פאר ביידן, ער האט אויפגעהויבן צוויי מאל נאר פאר א סעקונדע, משום איזה סיבה. מ'האט עס כמעט נישט באמערקט. איך ווארט שוין אויפן סקאנדאל ווען ס'וועט זיך ארויסשטעלן אז ביידן האט פארלאנגט פון סנ"נ נישט צו פרעגן אזעלע הענט וואוט פראגעס...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

די נייע רעגולאציעס זענען אסאך מער יושר'דיג. הלוואי וואלט איך אבער געקענט גלייבן אז זיי וועלן טאקע יושר'דיג אויסגעפירט ווערן.

פאריגע מאל איז געווען א דיזעסטער, א shouting match, וואו דער וואס איז די מערסטע אוממענטשליך פארדינט. העריס האט קיין איין זאך נישט ערנסט געמיינט, זי האט שוין פון אלעס צוריקגעצויגן, אבער עולם-גולם גייט פאר איר פיסק-אויף-שרויפן. ביי א געהעריגע דעבאטע וואלט איינער אפגעשטעלט איר בלאף.
און פון די אנדערע זייט אזא דזשענטלמאן ווי ענדרו יענג, וואס האט קיינמאל נישט איבערגעהאקט, איז טאקע נישט געהערט געווארן. אמת טאקע אז ווען ער האט גערעדט האט קיינער אים נישט איבערגעהאקט (דער איינציגסטער וואס האט דאס באוויזן!), אבער ווען דו ווערסט געפרעגט בלויז צוויי פראגעס אין צוויי שעה איז דאס ווייט פון גענוג. (און איינס פון די צוויי האט געמוזט זיין איבער טשיינע :evil: . דערמאן מיר נאכאמאל, ווער איז אנטי-ראסיזם? די דעמאקראטן?).

D-KKrK1WsAAbuBK.jpg
D-KKrK1WsAAbuBK.jpg (143.64 KiB) געזען 1618 מאל


ווען די רעדע איז פון ביליאנערן וואס לויפן פאר פאן אדער אטענטשאן, זייער גוט. אבער דא האט מען בא'גנב'עט די הונדערט טויזט באזונדערע דאנארס, וואס האבן געצאלט כדי ער זאל געהערט ווערן. וויאזוי קען מען פארענטפערן פארוואס ער האט באקומען א דריטל די צייט פון אזעלכע קאנדידאטן וואס זענען א דריטל אזוי הויך ווי אים אין די פאולס און אין ביישטייערונגען? אויב איז דאס נישט אומגערעכט און בייעסד ווייס איך נישט וואס איז.

D-ILmhRU8AIWfZy.jpg
D-ILmhRU8AIWfZy.jpg (152.74 KiB) געזען 1618 מאל


אויך דאס נישט פרעגן קורצע פראגן און הענט וואוט האט א מעלה, ווייל די בעסטע ענטפער איז געווענליך נישט שווארץ-ווייס. אדער ווי יענג'ס סלאגאן "נישט רעכטס, נישט לינקס, נאר פאראויס". די אויבערפלעכליכע קאנדידאטן וועלן עס טאקע אויסנוצן צו דרייען מיט די צונג (בעטא וועט אלעמאל רופן פאר א דיסקוסיע :P ), אבער די קלוגערע וועלן ענטפערן ניואנסד ענטפערס אויף די באנאלע פראגן (ווי למשל אז די פראגע איז בכלל געבויט אויף אומריכטיגע הנחות, אדער אז א צווייטע פלאן וועט באזייטיגן דעם פראבלעם). די אויבערפלעכליכע דארפן זיך צושטעלן צו די קלוגע, נישט פארקערט. און זאל טאקע יעדער וויסן ווער קען נאר ספינען אדער נאכזאגן די סטאטוס-קווא און ווער ברענגט פרישע געדאנקען צום טיש.

אבער איך טראסט זיי נישט אז ביידען און העריס גייען באמת זיין פונקט אזוי באגרעניצט ווי יענג און גאבערד. זיי גייען די גאנצע צייט רעדן נאר אביסל לענגער (און שפעטער נאך אביסל, און נאך אביסל), און/אדער אויסנוצן לאפהוילס (ווי ענטפערן ווען אטאקירט). אויב ווילן זיי זיין באגלייבט דארפן זיי מאכן א סיסטעם וואס גייט אויטאמאטיש, און האקט אפ די מייק ווען די צייט לויפט אויס (אדער שניידט די וואליום אין האלב יעדע סעקונדע). אויך דארף זיין א טאוול וואס זאל ווייזן בשעת מעשה פאר יעדעם ווי לאנג יעדער קאנדידאט האט שוין גערעדט. די מאדארעיטערס זאלן זיך נישט קענען פארענטפערן שפעטער אז זיי האבן נישט געכאפט. אויב וועט נישט זיין אזוי בין איך גרייט צו וועטן אז די בייעס וועט אנגיין.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

Yang2020 האט געשריבן:ד.

רבי, די קאמפיין געזעץ פארלאנגט אז מען מוז שרייבן ווער עס באצאלט עס.
אויב עס קומט פונעם קאמפיין.
איך ווייס נישט וואס
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

עס האט נאך קיינער נישט געווינען א פרעזידענסי אן גיין אגרעסיוו אויף זיין קעגנער, דאס איז די א׳ ב׳ אין פאליטיק און אויב קען ענדרו יאונג אדער עני אנדערע קאנדידאט דאס נישט טוהן דאן ער/זי שטייט נישט קיין שאנס.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

א נייער האט געשריבן:
Yang2020 האט געשריבן:ד.

רבי, די קאמפיין געזעץ פארלאנגט אז מען מוז שרייבן ווער עס באצאלט עס.
אויב עס קומט פונעם קאמפיין.

זעסט נישט עס שטייט yang2020?
שויתי ה' לנגדי תמיד
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40149
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די דריטע דעמאקראטישע דעבאטע וועט פארקומען אין יוסטאן טעקסאס אום סעפטעמבער 12 און 13 למספרם דורך עי בי סי און יוניוויזשאן
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

מר. יענג, שיינע תגובה. אבער כ'בין נישט מסכים מיט דיין באהויפטונג אז די מאדערעיטערס זענען געווען שולדיג. א דעבאטע טאר אויסדרוקליך נישט זיין טרוקענע צעמענט די קאנדידאטן דארפן האבן די מעגליכקייט אויסצוטוישן ווערטער צווישן זיך, הגם עס איז גשר צר צווישן פארלירן קאנטראל און צווישן לאזן די זאך גיין אביסל נאטירלעך. ווי מטעמים האט געשריבן, אויב קען יענג נישט אריינקומען אין די זאך אליינס, דאן איז ער נישט רעדי פאר די דזשאב. ער איז א נייס גאי און וואלט אפשר געמאכט א גוטע לעיבער סעקרעטערי.

און אגב, יענג איז פשוט שרעקליך אויפן סטעידזש אויב האלטסטו פון אים זאלסטו דאווענען ער זאל באקומען נאך ווייניגער פראגעס דאסמאל... ער ווייסט אז מענטשן עסן פאפקארן ביים קוקן די דעבאטעס פארוואס גיבט ער אריטמעטיק לעקציעס אויף ×4 ספיד?
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

איך וויל טאקע יענג זאל געווינען, אבער איך וויל נישט זיין קיין נערוון קריכער. אויב האלט דער עולם אז איך שרייב סתם פאליטישע פראפאגאנדע זאל מען מיר זאגן, וועל איך בלייבן שטיל.
(איך בין ניי דא, אבער איך פארשטיי אויך איידעלע באמערקונגען, נישט נאר שטעכעס. שכוח)


אקעי. אפאר פוינטס.

- יענג האט נישט ממש פארלוירן די דעבאטע. פאר אסאך מענטשן איז ער גאר ארויסגעשטאנען מיט זיין קלאסישע אויפפירונג און מיטן ווארפן פאקטן און דאטא אנשטאט לויזע פראזן. ער האט גלייך צובאקומען 100K נאכפאלגער אויף טוויטער, מער ווי יעדע אנדערע קאנדידאט. letyangspeak איז געווען די העכסטע טרענד אויף טוויטער א טאג דערויף. זיין נאמען איז געווען פון די מערסט געזוכטע אויף גוגל. און זיין וויקיפעדיע בלאט איז געווען צווישן די 50 מערסט געקוקטע בלעטער יענע וואך (מיט דעם איז ער אויך געווען דער איינציגסטער, מיין איך).
בכלל נישט קיין שלעכטע Return of Investment פאר ווייניגער ווי 3 מינוט.

- ער איז טאקע נישט צו אגרעסיוו, אבער ער איז זייער א גוטע דעבאטירער, ווען ער באקומט די צייט. ער איז געווען דעבעיט טשעמפיאן פון אמעריקע אין היי-סקול. דאס אז ער האט באוויזן איבערצוצייגן בען שפירא און טאקער קארלסאן פון איין זייט און די סאמע לינקסטע פון די אנדערע, איז שוין גענוג צו ווייזן אז ער איז נישט קיין מעקעלע.
איך האלט גראדע אז ער קען געווינען א דעבאטע מיט טראמפ ענדערש ווי אלע אנדערע. ווייל אלע אנדערע שפילן טראמפ'ס שפיל, און טראמפ איז בעסער אין דעם ווי זיי. דער עולם מעג מחולק זיין.

- איך וועל זיין די ערשטע מודה צו זיין צו ענק אז ער האט נישט געמאכט די בעסטע פון א שלעכטע סיטואציע און די מאדערעיטערס זענען נישט אינגאנצן שולדיג. אבער נעמט אין באטראכט וויפיל פאקטארן האבן דא געשפילט קעגן אים.
MSNBC איז געווען שרעקליך בייעסד קעגן אים נאך פון לאנג בעפאר די דעבאטע. זיי זענען געגאנגען ארויס פון זייער וועג ארויסצונעמען יענג, נאר בעסער קאנדידאטן וואס זענען געווען 10 שטאפלעך אראפ פון אים. איין שאקירנדע דוגמא איז, זיי האבן ארויסגעשטעלט א פאוסטער מיט בילדער פון די 20 קאנדידאטן וואס וועלן זיך באטייליגן אין די דעבאטעס, און פשוט און גראד ארויסגעשניטן יענג און אריינגעשטעלט א צווייטער, וואס האט בכלל נישט קוואליציפירט! אזא זאך וואלט געדארפט זיין אומלעגאל אויב איז עס נישט! (זע דא אויך אנדערע ביישפילן). דאס מיינט אין אנדערע ווערטער א קלארע מעסעדזש פאר יענג, פוץ אפ פון דא!
(אויב איינער וואונדערט זיך וואס MSNBC זאל האבן קעגן יענג? גוט אז דו פרעגסט! קוק נאך זיינע פאליסיס וועסטו פארשטיין אז ער איז דער איינציגסטער וואס ארבעט באמת צו צוברעכן דעם מאנאפאל פון main stream media און אראפווארפן דעם יאך פון big money establishment פון אונזערע פלייצעס. זיי קענען אים נישט לאזן געווינען!)
יעצט, יענג שטייט, צו זיי ווילן צו נישט, אויפן פאדיום. ער הערט ווי אנדערע ווערן געפרעגט א שאלה נאך די צווייטע, אויף זאכן וואס זיי קענען זיך בכלל נישט אויס, אין די צייט וואס יענג האט געשריבן דערויף גאנצע ביכער. אזוי גייט אריבער די צייט, און יענג כאפט צוביסלעך אז ער איז נאר דא כדי צו האבן איינעם פון וועם צו מאכן פורים. פלוצלינג פרעגט מען אים איין פראגע איבער טשיינע, עפעס וואס ער איז בכלל נישט מער עקספערט ווי אנדערע, נאר צו דערמאנען יעדעם זיין ראסע.
ענדליך פרעגט מען אים שוין א פראגע איבער זיין הויפט-פאליסי. אבער פון די פראגע איז זייער קלאר אז דער מאדערעיטער האט נישט געטון קיין טראפ האומווארק, ער ווייסט בכלל נישט פון וואס ער רעדט, און זיין חוזק שמייכעלע העלפט נישט ארויס. נישט אזוי שווער צו פארשטיין אז יענג איז אריין אין שטארקע דרוק און געענטפערט מיט מוח אנשטאט הארץ.

- אמת אז א דעבאטע טאר נישט זיין טרוקענע צעמענט. די בעסטע וואלט געווען 10 דעבאטעס פון 2 קאנדידאטן יעדע איינע, וואו די מאדערעיטערס מישן זיך כמעט נישט אריין, נאר צו שטופן די שמועס פאראויס פון מאל צו מאל. (און יענג וואלט געשיינט דארט). אבער וואס גרעסער דער עולם אלס מער סטרוקטור פעלט אויס, אז נישט קומט טאקע אויס אזא ספעקטאל ווי מיר האבן געזען.
און לאמיר שוין זאגן אז זיי זענען נישט שולדיג מיט וויפיל ווערטער ער האט גערעדט, אבער זיי קענען דאך זיכער באשליסן וויפיל פראגעס זיי זאלן אים פרעגן, ניין? צוויי שאלות אין 2 שעה, ווען אנדערע האלטן אין איין ווערן געפרעגט, איז סתם חוזק געמאכט פון א מענטש און זיינע שטיצער.
איך אויף זיין פלאץ וואלט זיי געקלאגט אין געריכט פאר דיסקרימינאציע. באגלייט מיט די אויבנדערמאנטע פאקטן וואלטן זיי געהאט א שווערע קעיס.

- א דאנק פארן דערמאנען איבער תפילה :smile: . איך וועל דאווענען ער זאל געפרעגט ווערן מער שאלות און באקומען מער צייט, אבער ער זאל זיין רואיג און ענטפערן מיט א געשמאק, מיט הארץ איבער מוח.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”