א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

שפיגליצקי האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:ניין דעס קען נישט געשען! הבל, מיר ווארטן, לאז אונז נישט הונגערן!!

הבל פליז!

אפשר זאגט איר מיר וואס ער קומט אייך?


הבל איז דא מיט זיין אנדערע ניק... ער קומט טאקע גארנישט, אבער דע באריכטן זענען אזוי זאפטיק מיט רינעדיגע טשאקלעט אזש איך קען מיר נישט זען א טאג אן דעם.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

נישטאמת האט געשריבן:
שפיגליצקי האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:ניין דעס קען נישט געשען! הבל, מיר ווארטן, לאז אונז נישט הונגערן!!

הבל פליז!

אפשר זאגט איר מיר וואס ער קומט אייך?


הבל איז דא מיט זיין אנדערע ניק... ער קומט טאקע גארנישט, אבער דע באריכטן זענען אזוי זאפטיק מיט רינעדיגע טשאקלעט אזש איך קען מיר נישט זען א טאג אן דעם.

עקזעקטלי, נאך אזא תגובה וואלט איך געשטיצט הבל צו סטאפן א טאג צוויי.

דערמאנט ער די מעשה ווען אן רייכע מאן האט אדאפטירט אן היימלאזע קינד, און אים שטארק געצערטעלט. נאך א שטיק צייט ווען די קינד איז שוין געווען צו צוגעוואוינט, און אויפגעהערט דאנקן. האט ער באשלאסן אים ארויסגעווארפן אפאר טעג, און נאכן וואנדערן אין די גאסן אפאר טעג, האט ער אים אריינגענומען און פארשטיין געגעבן די ענין.

ח"ו אז מען דאנקט נישט דא, אבער די משל איז נאכאלס גוט.
לעצט פארראכטן דורך וואס טוט זיך אום דינסטאג יוני 25, 2019 4:00 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

נישטאמת האט געשריבן:ניין דעס קען נישט געשען! הבל, מיר ווארטן, לאז אונז נישט הונגערן!!
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

איך רעד נישט פון נישט דאנקען, איך רעד פון זיך אפרעדן ווען ס'איז נישטא, א זאך וואס יענער אינוועסטירט דערין אן א שיעור צייט און געדולד.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אוועטאר
בראנפן גלעזל
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 19, 2019 1:13 pm
לאקאציע: אין שענק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראנפן גלעזל »

חס וחלילה קיינער רעדט זיך נישט אפ, מען צייגט נאר וואס דאס מיינט פאר אונז ווען ער איז יא דא!
ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרונק
אוועטאר
בראנפן גלעזל
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 19, 2019 1:13 pm
לאקאציע: אין שענק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראנפן גלעזל »

. בלאנג! בטעות געשיקט צוויי מאל.
לעצט פארראכטן דורך בראנפן גלעזל אום דינסטאג יוני 25, 2019 4:06 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרונק
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

שטאלצער יוד האט געשריבן:איך מיין איך ווייס וואס איז געשען מיט עם.

קלינט זיין באנגעלוי?
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

וואס טוט זיך האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:
שפיגליצקי האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:ניין דעס קען נישט געשען! הבל, מיר ווארטן, לאז אונז נישט הונגערן!!

הבל פליז!

אפשר זאגט איר מיר וואס ער קומט אייך?


הבל איז דא מיט זיין אנדערע ניק... ער קומט טאקע גארנישט, אבער דע באריכטן זענען אזוי זאפטיק מיט רינעדיגע טשאקלעט אזש איך קען מיר נישט זען א טאג אן דעם.

עקזעקטלי, נאך אזא תגובה וואלט איך געשטיצט הבל צו סטאפן א טאג צוויי.

דערמאנט ער די מעשה ווען אן רייכע מאן האט אדאפטירט אן היימלאזע קינד, און אים שטארק געצערטעלט. נאך א שטיק צייט ווען די קינד איז שוין געווען צו צוגעוואוינט, און אויפגעהערט דאנקן. האט ער באשלאסן אים ארויסגעווארפן אפאר טעג, און נאכן וואנדערן אין די גאסן אפאר טעג, האט ער אים אריינגענומען און פארשטיין געגעבן די ענין.

ח"ו אז מען דאנקט נישט דא, אבער די משל איז נאכאלס גוט.

מעשה דערמאנט אין חובת הלבבות שער הבחינה
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

שפיגליצקי האט געשריבן:איך רעד נישט פון נישט דאנקען, איך רעד פון זיך אפרעדן ווען ס'איז נישטא, א זאך וואס יענער אינוועסטירט דערין אן א שיעור צייט און געדולד.


איך טי מיך דא ברבים אנטשודיגען אויב מיינע ווערטער האב געקענט געליינט ווערן ווי איך האב טענות אויף הבל פארן נישט פאסטן היינט. איך האב חלילה נישט דאס געמיינט, סאיז מער געווען ווי א בקשה אין א טיפן אויס דריק ווי שטארק מיר ווארטן אין קוקען ידען טאג ארויס אויף הבל'ס זאפטיגע באריכטן. אין שכח פאר ביז היינט.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מיטוואך שלח




די פאראייניגטע אראבישע אמיראטן האט אפגענויגט פון די אמעריקאנע שטעלונג אז די אטאקעס אויף די טאנקער שיפן אין די גאלף איז קלאר פון געקומען איראן
*
פרעזידענט טראמפ: ערנסטע פרישע סאנקציעס וועלן ווערן ארויפגעשטעלט אויף כינע אויב פראגרעס ווערט נישט געמאכט
*
דער אמעריקאנער אויסערן סעקרעטאר מייק פאמפעיא האט באזוכט אפגאניסטאן אין געזאגט אז וואשינגטאן איז נאנט צו פארטיגן א דרעפט אפמאך מיט די טאליבאן איבער טעראריזם
*
ארבעטער ביי די וועיפער פירמע פלאנען א סטרייק פראטעסט נאך באשולדיגונגען אז די פירמע פארקויפט מעבל פאר די אמעריקאנע גרעניץ לאגער
*
די גרעסטע פייערווארקס פראדוצירער אין אמעריקא גייט צושטייער גיבן 750 טויזנט דאלער אין ווערט פון פייער ווארקס צו קענען גענוצט ווערן ביידי גראנדיעזע פייערונג דעם קומענדיגן יולי 4 למספרם וועלכע פרעזידענט טראמפ האט פאררופן אין וואשינגטאן די סי
*
דזשים הימס וועלכע איז א פירנדע מעמבער אויף די קאנגרעס שפיאנאזש קאמיטע קומט ארויס אין שטיצע צו אימפיטשן פרעזידענט טראמפ
*
פרעזידענט טראמפ איבער פעדעראלע רעזערוו פארזיצעער דזשעראם פאועל: דו האסט דא מענטש פון וועם קיינער האט קיינמאל נישט פריער געהערט און איך האב אים געשטעלט אויף אזא הויכע פאזיציע און איצט וויל ער צייגן ווי שטייף ער איז, די רעכט איז מיינס אים אויפצוזאגן
*
פרעזידענט טראמפ רעדט זיך אפ איבער יאפאן אין די אנגייענדע האנדלס שטרייט: אויב זיי ווערן אטאקירט מוזן מיר דאן זיי פארטיידיגן אין ווערן פארמישט אין די דריטע וועלט קריג אבער אויב מיר זענען די וועלכע ווערט אטאקירט דארפן זיי אונז נישט העלפן און זיי קנען בלויז מיטהאלטן די אנטוויקלונדגען אויף א סאני ערצייגטע טעלעוויזיע
*
צום צווייטן מאל היי יאר ווערט באקאנט א פאל ווי די נאציאנאלע סעקיוריטי אגענטור האט פאריאר געזאמלט טעלעפאנישע רעקארדס און טעקסט מעסעדזשעס פון אמעריקאנער וועלכע זיי זענען נישט געווען אויטאריזירט עס צו טוהן
*
ראבערט מולער איז איינגעגאנגען אויפצוטרעטן אין א פובליק פארהער פארנט פון די קאנגרעס יורידישע קאמיטע און באזונדער פארנט פון די קאנגרעס שפיאנאש קאמיטע
ביידע פארהערן וועלן פארקומען אום יולי 17 למספרם
צוויי קאנגרעס מיטגלידער וועלכע שטיצן אימפיטשמענט האבן שוין געשלאט אז די פארהערן וועלן שטארקן די שטופ פאר אימפיטשמענט אבער עדעם שיף האט זיך געאיילט אויסצוקיהלן די היץ זאגנדיג אז מענטשן זאלן האבן רעאליסטישע ערווארטונגען
די ערשטע פארהער וועט פארומען דורך די יורידישע קאמיטע וועט אפהאלטן איר פארהער צו ערשטע און דאן וועט שיף'ס קאמיטע באקומען איר שאנס
*
ווען מולערס מענטשן האבן אויסגעפרעגט דעם געוועזענעם ווייסן הויז לעגאלע קאונסיל אונטער פרעזידענט אבאמא, גרעג קרעיג איבער געלט וועלכע די פירמע פאר וועלכע ער האט געארבעט האט ערהאלטן פון אן אוקריינער אוליגארך וויקטאר פינטשאק איז זיין געזיכט געווארן רויט און ער האט זיך אפגעוקט פונעם טיש און פארשטייפט זיינע ארעמס, לויט אן עף בי איי באריכט
*
מיטש מעקאנעל קלויבט אויס ענדרו פערגוסאן אלץ זיין הויפט לידערשיפט לעגאלע קאונסעל
פערגוסאן איז געווען א הויפט שפילער דורכאויס די קאמף צו באשטעטיגן ריכטער קעווענאו
*
דעמאקראטישע סענאטאר ברייען שאץ דרוקט אויס צופרידנהייט מיט דעם וואס סענאטאר מעקאנעל האט שטארקער געמאכט זיין אנטי רויכערן פארשלאג וועלכע וועט העכערן די יארגאנג צו 21
א פראוויזיע אין די פארשלאג האט געציהלט צו מאכן דעם ביל מער ווייך און ווייניגער ווי צו טוהן פאר די טאבעקא אינדוסטריע
די פראוויזיע איז געווען אז די פעדעראלע באגרעניצונג צו 21 יאר וועט בלויז אפעקטירן אזעלכע סטעיטס וועלכע טוען זעלבסט באשטעטיגן די יארגאנג אויף א סטעיט שטאפל און דארטן וועט צוקומען די פעדעראלע געזעץ אין צוגאב
אנטי רויכערן גרופעס האבן עס אבער קריטיקירט אלץ צו ווייניג אינעם קאמף און מעקאנעל האט אצינד באוויליגט עס ארויסצושניידן אזוי אז די ביל וועט דעקן אלע סטעיטס
*
סאן פראנציסקא האט געשטימט צו פארבאטן עלעקטעראנישע ציגארעטלעך
*
נעכטן האבן דעמאקראטישע סענאטארן העפטיג דעבאטירט אויב מען זאל אויפהאלטן די פרישע פאנדינג פארן מיליטער ביל און פאדערן אריינצושטעלן א פראוויזיע וועלכע פארלאנגט פון קאנגרעס צו באשטעטיגן א קריג אויף איראן איידער דער פרעזידענט קען אזאנס אונטערנעמען
קריס קונס איז עס געווען גרייט צו שטיצן אבער דזשעקי ראזען פון אריזאנא האט זיך קעגנגעשטעלט
היינט וועט פארקומען די אפשטימונג אין סענאט דערויף און מען האלט אינמיט6ן אויסארבעטן א מעגליכע קאמפראמיס
איין מעגליכע לייזונג איז צו ערלויבן אן אמענדמענט פון סענאטאר ראמני אויף א מער פארווע אויסדרוק וועלכע וואלט ערלויבט די ארמד סערוויסעס קאמיטע "צו באשוצן זיך אין די אמעריקאנע בירגער אקעגן אן אטאקע"
*
נעכטן האט קאנגרעס געשטימט אויף א ביל צו פאנדן די היומענאטערישע אקטיוויטעטן ביים גרעניץ און לינקע קאנגרעסלייט האבן געדרוקט אויף פעלאסי אריינצושטעלן טוישונגען אינעם ביל אין אויסטויש פאר זייער שטיצע
אין די ענדע האט פעלאסי באוויזן צוזאמצוהאלטן איר גאנצע קאוקוס אין שטיצע פארן ביל מיטן אויסנאם פון פיר
קארטעז, פרעסלי, טאליב און אומאר
*
די דעמאקראטישע קאנגרעסיאנאלע קאמפיין קאמיטע האט נעכטן פרעזענטירט פאר זייערע מעמבערס דאטא און רעזולטאטן פון אנקעטעס וועלכע צייגן אז וויילער גלויבן אז זיי זענען צופיל פארנומען מיט אימפיטשמענט
*
דעיוויד אקסלראד וועלכע איז געשטאנען אין שפיץ פון ביידע אבאמא קאמפיינס זאגט אז עס איז קיינמאל נישט קיין גוטע געדאנק צו זיין אזוי לאנג אפוועזנד פון נאציאנאלע טעלעוויזיע
ער זאגט עס איבער דזשאו ביידען וועלכע איז שוין נישט ערשינען אויף טעלעוויזיע זינט ער האט געמאלדן זיין קאמפיין פאר פרעזידענט
*
דזשעימס קארוויל זאגט איבער ביידען: דו ביזט מער נישט אין די הייד אמענדמענט אדער אין די דזשעימס איסטלענד עפאכע
*
היינט נאכט קומט פאר די ערשטע פון א סעריע פון צוויי דעבאטעס דורך ען בי סי
קאנדידאטן וועלן באקומען איין מינוט צו ענטפערן פראגן און א האלבע מינוט צו פאר א פאלאו אפ
עס וועלן נישט זיין קיין עפענונג קאמענטארן דורך די קאנדידאטן אבער יא שליסונג מעסעדזשעס
די דעבאטע פראגראם וועט זיין צוטיילט אויף 5 טיילן מיט 4 קאמערציאלע רעקלאמע אפשטעלן דורכאויס די נאכט
*
פרעזידענט טראמפ זאגט איבער די דעבאטע: יעדער זאגט אז איך גיי שיקן מעסעדזשעס דורכאויס די דעבאטע, איך גיי אין פאקט זיין דעמאלטס אויפן פליגער, די דעבאטע וועט פילייכט זיין זייער לאנגווייליג אבער איך פלאן עס מיטצוהאלטן ווייל איך מוז, דאס איז טייל פון מיין לעבן.
וויל איך עס מיטהאלטן? עס איז א גרופע פון זייער נישט קיין דערפרישנדע קאנדידאטן
*
איך ווייס נישט אויב ביי די דעבאטע גייט געפרעגט ווערן אויב קאנדידאטן וואלטן צוריק אריינגעפירט אמעריקא אין די TPP האנדלס פאקט (דאנא בראזיל איז שוין נישט ביים רודער פון די DNC און פערעז האט מיך נישט געוואלט פארטרויען מיט די פראגן..) אבער אן אויספרעג אויף 23 פון די דעמאקראטישע קאנדידאטן אויף די פראגע האט געברענגט אסאך "ניין" ענטפערס, איין קלארע "יא" דורך דזשאן דעלאני און איין קאנדידאט זיך קלאר צו אנטזאגן פון ענטפערן (זיין קאמפיין האט זיך אנטזאגט)
יענער הייסט דזשאו ביידען און ער איז געווען א הויפט שפילער אין פארקויפן די פלאן
*
ביי די דעבאטע היינט נאכט אין מיאמי וועט ניו יארק סיטי בירגערמייסטער ביל דעבלאזיא דעבאטירן זיינע אפאנענטן בעת אפיצירן פון די די סיטי פאליציי יוניאן וועלן פראטעסטירן אקעגן אים אינדרויסן פון זאל
*
קארי בוקער'ס קאמפיין מענעדזשער גיבט איבער אז זיין קאנדידאט וועט זיין קאנצעטרירט ביי די דעבאטע זיך פארצושטעלן פאר די וויילער וועלכע האבן נאכנישט געהערט פון -אדער גענוג איבער- אים
*
איבער די סאנדערס דעבאטע סטראטעגיע הערשט א שפאלט אינערהאלב זיין קאמפיין איבער יא אדער נישט קאנפראטירן דזשאו ביידען
דער קאנדידאט זעלבסט איז ביי די מיינונג אז ער זאל זיך קאנצעטרירן אויף זיין מעסעדזש און בלויז זיך פארהערן מיט ביידען אין פעלער וואס די געלעגנהייט ערשיינט נאטורליך און די סיטואציע קומט אונטער ווי געוואונטשן פאר אן אויסטויש
*
עליזאבעט ווארען וויל דעקרימינאליזירן דאס אריבערשפרייזן די גרעניץ אן ערלויבעניש
*
פענסילוועניע סענאטאר באב קעיסי האט רעאגירט צו די פרישע קאנדידאטור פאר פרעזידענט פון דזשאו סעסטאק וועלכע קומט פון זעלבן סטעיט זאגנדיג אז ער האט עס נישט ערווארטעט אבער אז סעסטאק איז א געוואלדיגע קאמפיינער
פארט זאגט ער אז ער האלט אן זיין שטיצע פארן ביידען קאנדידאטור
*
קאמאלא העריס האט ערהאלטן א פרישע אינדארסירונג און דאסמאל פון קאנגרעסמאן לאסי קלעי פון מיזורי'ס ערשטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט
*
פון די אנדערע זייט האט העריס פארלארן א קאנגרעסמאן פון איר אייגענע סטעיט ווען סאלוד קארבאדזשאל פון די פיר און צוואנציגסטע דיסטריקט איז ארויפגעטאנצן אויפן בעטא ארורק וואגאן און אים נעכטן אינדארסירט
*
דזשודישיעל קריזיס נעטווארק וועלכע איז א פראמינענטע קאנסערוואטיווע לעגאלע גרופע וועט שפענדן 1.1 מיליאן דאלער צו רופן פרעזידענט קאנדידאטן ארויסצולייגן ליסטעס מיט נעמען וועם זיי וואלטן געשטעלט אלץ סופרים קאורט ריכטער
דאס איז א מעגליכע סטראטעגיע ווייטער צו דרוקן אויף קאנדידאטן דורכאויס די פריימערי צו פארשטעלן אן אויסוואל פון לינקע יוריסטן (צוליב פריימערי קאנקורענץ) און דאן אפשרעקן קאנסערוואטיוון און זיי ארויסיאגן צו די שטים בודקעס ביי די אלגעמיינע וואלן פאכענדיג מיט די ליסטעס אין די האנט
*
קלוב פאר וואוקס וועלכע שטיצט רעפובליקאנע אינטערעסן לופטערט רעקלאמעס אין אייאווע אפצושוואכן שטיצע צווישן אפריקאנער אמעריקאנער פאר דזשאו ביידען
*
געוויסע סענאט דעמאקראטישע אקטיוויסטן גרייטן זיך אויף די מעגליכקייט אז מיטש מעקאנעל זאל פארוואנדלט ווערן אין די קאמפיין געצייג פאר דעמאקראטן ווען עס קומט צו די סענאט פארמעסטן וועלכע פעלאסי פלעגט אמאל זיין פאר רעפובליקאנער ביים קאמפיינען פאר קאנגרעס
די אנטוויקלונג קומט נאכדעם וואס זייערע אנקעטעס ציידן אז צובינדן רעפובליקאנע קאנדידאטן צו מעקאנעל איז מער אפעקטיוו ווי זיי צובינדן צו פרעזידענט טראמפ
*
די דעמאקראטישע נאציאנאלע סענאטאריעל קאמיטע האט אינדארסירט שרה גידעאן אין די אייאווע סענאט פריימערי בלויז איין טאג נאכדעם וואס זי האט דעמאלדן איר קאנדידאטור און שומער ארבעט שווער צו פארזיכערן אז זי מארשירט צו א לייכטע זיג און פאראייניגט דעמאקראטן אקעגן סענאטארשע דזשאני ערנסט
גידעאן'ס קאמפיין מעלדונג איז געזעהן געווארן דורך א גאר גרויסע צאל מענטשן
*
לויט פרישע באריכטן האט נאך מייק פאמפעיא נישט פולשטענדינג אויסגעשלאסן א קענסאס סענאט פארמעסט און האלט נאך אפן אזא מעגליכקייט
*
אריזאנא סענאטארשע מארטא מקסעלי האט אויפגעשאקלט איר קאמפין שטאב אין צוגרייטונג צו איר פארמעסט ווען זי וועט דארפן לויפן אין 2020 למספרם פאר א פולע זעקס יעריגע טערמין נאכן ווערן געשטעלט דורכן גאווערנאר צו ערזעצן דזשאן קייל
זי האט ערזעצט די דזשענעראל קאנסאולטענט פאזיציע וועלכע איז געהאלטן געווארן דורך דזשעף ראו ביי אירע פריערדיגע פארמעסטן מיט טערי נעלסאן
מקסעלי דארף איצט באהאנדלען די ריזיקע פון א פאטענציאלע פריימערי קעגנער און מעקאנעל האט שוין אפעלירט צום פרעזידענט צו אינטערוענירן איידער עס איז שפעט און דער פרעזידענט האט זיך טאקע געאיילט נעכטן צו אינדארסירן מקסעלי
די נאציאנאלע רעפובליקאנע פארטי פארזיצערין האט שוין געשיקט א מעסעדזש צום מעגליכן קעגנער צו שטיין אין א זייט
*
אין פרישע קאפווייטאג פאר רעפובליקאנער אין פענסילוועניע האט דער דעמאקראטישער סטעיט אודיטאר עגענע דעפאסקוועלע באשלאסן צו לויפן צום קאנגרעס אקעגן רעפובליקאנער קאנגרעסמאן סקאט פערי
ער וועט מעלדן זיין קאמפיין אנהויב יולי למספרם
דעפאסקוועלע איז א קנאדידאט וועלכע דעמאקראטן האבן בלויז געקענט טרוימען צו רעקרוטירן זינט ער פארמאגט נאמען אנערקענונג און א סטעיטווייד פראפיל און קען שטעלן אן ערנסטע קאנקורענץ אין די העריסבורג באזירטע צענטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט וועלכע איז געווארן פיל מער בלוי נאך די 2018 למספרם איבערשרייבן די דיסטריקט
*
געוועזענער קאנגרעסמאן און סענאט קאנדידאט פון פענסילוועניע ליו בארלעטא (ר) וועלכע קלערט ווי באריכטעט ווידער צו לויפן צום סענאט זאגט ס זיינע נאנטע בעהטן זיך ביי אים אזער זאל איבערנעמען די לייצעס פון די סקאנדאל געפלאגטע סטעיט פארטיי פירערשאפט
לויט ווי עס הייסט וואלט עס בארלעטא לייכט געקריגן אויב זאל ער נאר גרייט זיין דערצו
בארלעטא איז נאנט אליאירט מיט פרעזידענט טראמפ וועלכע וועט קענען נוצן א סימפאטישע סטעיט פארטיי פארזיצער צו אינוועסטירן ענערגיע אין א סטעיט וועלכע קען דעצידירן זיינע ווידערערוויילונג שאנסן
*
א סופערפעק איז שוין געווארן אויפגעשטעלט אין שטיצע פון ארויסגייענדע פרעסע סעקרעטארשע סאנדערס צו קענען לויפן פאר גאווערנאר אין ארקענסאו אין 2022 למספרם
*
אז מען שפעקולירט שוין פון 2022 למספרם, פארוואס נישט גיין ביז 2024 למספרם?
באריכטן קומען אריין פון אקטיוויטעטן איבסער א מעגליכע צוגרייטונג פאר א ניקי העילי 2024 למספרם פרעזידענט קאמפיין
ליטעראטור ווערן אצינד אומגעשיקט אין דרום קאראליינע צו זאמלען אינפארמאציע און אויפבויען די העילי פאנדרעיזער ליסטע און העלפן בויען איר פראפיל און סטאטוס
*
נעכטן האט פרוי קאבאן געוואונען די דיסטריקט אטוירני פריימערי פארמעסט אין קווינס
פאלגענד איז אונזערס א באריכט איבער די פארמעסט פון עטליכע טאג צוריק:
אין קווינס איז דזשאן רייען דער עקטינג דיסטריקט אטוירני נאך וואס דער דיסטריקט אטוירני ריטשארד בראון האט אפגעטראטן נאך 28 יאר אין אמט! פון אמט צוליב געזונטהייט אורזאכן
רייען וועט ענדיגן אויסדינען דעם איצטיגן טערמין ביז די נאווערמבער 5 למספרם וואלן
א העפטיגע פריימערי אויף די דעמאקראטישע זייט קומט פאר און די וואלן וועלן ווערן אפגעהאלטן אום יוני 25 למספרם און די איינע פון די קאנדידאטן וועלכע שיילן זיך ארויס צו געניסן פון שטארקע שטיצע איז א לאטינא 31 יעריגע פרוי טיפאני קעבען זי איז געווארן אינארסירט דורך די ניו יארק טיימס אבער שטארק געארבעט צו באקומען די שטיצע פון די לינקע פרעזידענט קאנדידאטן
עליזאבעט ווארען איז געווען די ערשטע פראמינענטע קאנדידאט צוצוטיילן איר שטיצע און בערני סאנדערס האט קורצליך דערנאך מוסיף געווען מדילי' כבערני ועוד לקרא נישט צו בלייבן אונטערשטעליג אין די קאנקורענץ צווישן אים און ווארען צווישן ליבעראלע וויילער
קעבען פארמעסט זיך מיט קווינס בארא פרעזידענט מאלינדא כ"ץ און סיטי קאונסילמאן רארי לאנקמאן וועלכע זענען ביידע קאריערע פאליטיקאנטן
דער אמטירנדער קאנגרעסמאן גרעגארי מיעקס האט שוין געלאזט הערן זיין אויפברויז איבער די היי פראפיל אינדארסירונגען זאגנדיג: איך האב געזעהן אז ווארען און סאנדערס האבן באשלאסן צו ווערן פארמישט אין די דיסטריקט אטוירני פארמעסט אבער ווי עס שיינט האבן זיי זיך נישט דורכגערעדט מיט די לאקאלע געמיינדע פירער און ערוועלט באאמטע איידער זיי טוען דאס
קעבען קומט פון גאר לינקס און פארשפרעכט אויפצוהערן די קלאגעס איבער אומווירדיגע פארברעכן און וועט אויך רעקאמענדירן אקעגן פארלאנגען בעיל אויסלייז געלט פאר פולע ארעסטאנאטן
איר אפיס וועט אויך אין מערסטנס פעלער זיך נישדט קעגנשטעלן אקעגן פאראל אבער זי אנערקענט אז אפיס איז בלויז אין א רעקאמענדאציע פאזיציע אויף די פראגע און די לעצטע ווארט איז ביים פאראל באורד וועלכע באשליסט די פראגע אויף א קעיס ביי קעיס סיסטעם
*
די סופרים קאורט וועט מארגן דאנערשטאג ארויסגעבן איר לעצטע אורטיילן פארן איצטיגן טערמין מיט 5 פארבליבענע קעיס אריינגערעכנט די גערימענדערינג און צענזוס קעיסעס
*
טראץ די ערווארטעטע אורטייל אויף מארגן דאנערשטאג אין די צענזוס פראגע טוען קלעגער נישט אויפגעבן אין פאל פון אן אומגינסטיגע אורטייל אין זייער ריכטונג
זיי האבן לעצטנס אנגעהויבן רודערן מיט די פריש אנדעקטע באווייזן אז די באשלוס איז געווארן געפיטערט מיט פארטייאישע אינטערעסן און זיי האבן די דאזיגע באווייזן צוגעדיקט צו סופרים קאורט מיט די האפענונג אז עס זאל באווירקן די באשלוס פון די ריכטער
ליתר שאת האבן זיי אויך אריינגעשיקט די באווייזן צום פערטן קרייז געריכט וועלכע קוקט איצט אויך אריין אין די קעיס צו אורטיילן אויף די אורטייל פונעם דיסטריקט געריכט
באזירט אויף די נייע אינפארמאציע האט די סירקוט קאורט צוריקגעשיקט די קעיס צום דיסאריקט קאורט וועלכע זאל נאכאמאל אריינקוקן אין די קעיס באזירט אויף די פרישע באווייזן
די קלעגער האפן אז אפילו אויב די סופרים קאורט ערלויבט די רעגירונג אריינצושטעלן די סיטיזאן פראגע אינעם צענזוס בויגן זאלן די נידריגע געריכטן קענען טענה'ן אז עס איז נישט רעלעוואנט ווען מען נעמט אין באטראכט די נייע אינפארמאציע און עס וועט דעריבער דארפן באהאנלדט ווערן פונדאסניי
די קלעגער קענען אבער האבן א נידערלאגע אויב די סופרים קאורט אורטייל זאל קלאר שרייבן אז זייער פסק איז באזירט אויף און האט שוין באטראכט אויך יענע אינפארמאציע
די טראמפ אדמיניסטראציע האט טאקע געבעטן פונעם געריכט אז זייער אורטייל זאל קלאר אדרעסירן אויך די פרישע אינפארמאציע און דאדורך פארמיידן די קעיס פון צוריק אויפפלאקערן
*
די 18'טע אמענדמענט צום קאנסטיטוציע האט געלאזט אין גאנג א פעדעראלע אפעראציע צו אינפארסירן די דאן פארבאט אף אלקעהאל אין די פאראייניגטע שטאטן
די פראבלעם איז געווען אז אין לויף פון די יארן האט זיך ארויסגעשטעלט אז די רעגירונג האט נישט עכט געהאט די מעכאניזם און מעגליכקייט אפצושטעלן די באנוץ און האנדל פון אלקאהאל און צוליב די אמענדמענט האט זיך צובליהט די שווארצע מארקעט פון אלקאהאל וועלכע האט אלץ רעזולטאט פארמערט פארברעכן
אין א ריקצוג האבן די סטעיטס באשטעטיגט די 21'סטע אמענדמענט וועלכע איז די איינציגסטע אמענדמענט צוריקצודרייען א פריערדיגע אמענדמענט
די 21'סטע אמענדמענט טוט צו ערשט ווי געשריבן צוריקדרייען די 18'טע אמענדמענט און אבער יא ארויפלייגן א פעדעראלע פארבאט צו אימפארטירן אלקאהאל צו סטעיטס וועלכע פארמאגן סטעיט פארבאטן אויף אלקאהאל און אין אלגעמיין לאזן די מאכט פאר סטעיטס צו פארבאטן און/רעגולירן אלקאהאל
מיט די צייט איז די צווייטע טייל געווארן מער ווייניגער אומרעלעוואנט זינט אלע סטעיטס האבן לעגאליזירט אלקאהאל אבער עס איז יא פארבליבן די רעכט פאר געוויסע סטעיטס וועלכע טוען נאך רעגולירן די האנדל פון אלקאהאל מיט פילע פארשריפטן
דא קומט אבער אריין א באזונדערע געזעץ וועלכע ערלויבט די רעגירונג צו קאנטראלירן די האנדל צווישן סטעיטס און אויסלענדישע פירמעס און אויך די האנדל צווישן איין סטעיט און די צווייטע
צום ביישפיל קען די רעגירונג פארבאטן פון סטעיטס ארויפצושטעלן געוויסע פארשריפטן אויף פירמעס וועלכע אימפארטירן פראדוקטן אריין אין די סטעיט אויב די סטעיט פארלאנגט נישט די זעלביגע פון פירמעס וועלכע זענען באזירט אין די סטעיט
די אויבנדערמאנטע ערשיינונג פלעגט זיין די שטייגער ווען פארשידענע סטעיטס האבן געזוכט צו פארשטארקערען די מאנאפאל פון לאקאלע ביזנעסער אבער די רעגירונג האט עס פארבאטן אלץ דיסקרימינאציע אויף אוט אף די סטעיט ביזנעסער וועלכע זוכן צו מאכן ביזנעס אין די סטעיט זינט די פעדעראלע רעגירונג האט אן אינטערעס צו פארשטארקערן די ביזנעס אקיטוויטעטן נאציאנאל און פארמערן קאנקורענץ
איצט צו די ספעציפישע קעיס, טענעסי פארלאנגט אז כדי צו באקומען א לייסענס צו פארקויפן אלקאהאלישע געטראנקן דארפן אפליקאנטן וואוינען מינימום צוויי יאר אין די סטעיט און צו באנייען א לייסענס דארף מען וואוינען צען יאר
די דיסטריקט קאורט און דערנאך די 6'טע סירקוט קאורט האבן געאורטיילט אז די סטעיט געזעץ פארלעצט די אויבנדערמאנטע געזעץ און איז דיסקרימינאציע שרייבנדיג אז דאס וואס די 21'טע אמענדמענט ערלויבט סטעיטס צו רעגולירן אלקאהאל פארקויף באדייט נישט אז די סטעיט קען נוצן די רעכט און זיך דאדורך באפרייען פון די לעצטע ווארט וועס די פעדעראלע רעגירונג האט אויף האנדל אין די סטעיטס און זייער פארבאט אויף אוט אף די סטעיט דיסקרימינאציע
די סטעיט האט אויך פרובירט אויסצוטייטשן אן אלטע סופרים קאורט אורטייל אויף א וועג וועלכע טייטשט אויס די פעדעראלע רעגירונגס מאכט אין אזעלכע פעלער באגרעניצט צו אלקאהאל פראדוצירער אבער די 6'טע סירקוט קאורט האט עס אפגעוארפן זאגנדיג אז עס איז פונקט אזוי רעזערווירט פאר אלקאהאל האולסעילער און ריטעילער

די אורטייל אין די קעיס קען זיין גאר גורל'דיג און פירן צו דעם אז פילע שטאטן זאלן דארפן איבערשרייבן זייערע אלקאהאל געזעצן און פילע וויין ריטעילער פאלגן נאך די קעיס מיט אנגסט און האבן אפילו איינגעצוימט זייער אינוועטארי נישט וועלנדיג בלייבן שטעקן מיט צופיל אין סטאק אן די מעגליכקייט פון געהעריג פארקויפן די סחורה צו קאנסומער אין אנדערע סטעיטס
אבער פארט גלויבט מען נישט אז די געריכט וועט עס אוועקלייגן אויפן לעצטען געריכט טאג זינט די קעיס איז פארט נישט קיין פאליטישע ווי די פאליטישע גערימענדערינג, צענזוס און שתי וערב מאנומענט קעיסעס
ווילט איר דאך וויסן וואס גייט זיין די אורטייל, נו, אויף דעם וועט מען מוזן ווארטן אבער פארט א שטיקעלע שפעקולאציע אויף וואס מען קען מעגליך ערווארטן
די ליבעראלע בלאק איז ווארשיינליך גענויגט צו אנהאלטן די פעדעראלע געזעץ איבער די סטעיט געזעץ און וועט ווארשיינליך נייגן אויף די זייט פון די ווויין סוחרים אקעגן טענעסי
וועט זיין איין קאנסערוואטיווע אפנויג? וועט מען ווארטן צו זעהן אבער אויב איין ריכטער האט געשיינט צו נעמען דעם ריכטונג מער פון אנדערע איז עס געווען ריכטער קעווענאו וועלכע וועט מעגליך גיין מיט די ליבעראלן אויף די אישו
אן אנדערע קאנסערוואטיווע דעפעקטירער קען זיין סעמיועל אליטא וועלכע ווערט געזעהן ווי דער וועלכע פרובירט שטארק צו גיין אין די פיסטריט פון ריכטער סקאליא
לויט שאצונגען וועט די אורטייל אינעם קעיס ווערן געשריבן אדער דורך אליטא אדער דורך הויפט ריכטער ראבערטס
אויב אליטא איז דער קעיס שרייבער קען זיין אז ער וועט נאכפאלגן דעם ביישפיל פון סקאליא וועלכע האט אין א פריערדיגע וויין קעיס דעפעקטירט צו די ליבעראלן און זיך אנגענומען פאר נאציאנאלע וויין האנדל
אויב ראבערטס וועט שרייבן די אורטייל איז דא א מעגליכקייט אז ער וועט ווי זיין שטייגער איינציען די אורטייל און בלויז אדרעסירן די קעיס אויף אן איינגעצוימטן פארנעם כדי צו פארמיידן א 4-5 שפאלט און ליבערשט האבן א מער אומפארטייאישע אורטייל
היינט מיטוואך אינדערפרי האט די געריכט געאורטיילט אין שטיצע פון אינטערססטעיט וויין האנדל און אקעגן די סטעיט טענעסי
די אורטייל איז געווארן געשירבן דורך ריכטער אליטא און געשטיצט דורך ריכטער ראבערטס, גינזבורג, ברייער, סאטאמאיאר,קעיגען און קעווענאו
די קעגן אורטייל איז געשריבן געווארן דורך ריכטער גארסוטש און געווארן געשטיצט דורך ריכטער טאמאס
(אויב האט איר דורכגעליינט דעם אנאליז אויף די קעיס וועלכע איך האב געשריבן מיט א צייט צוריק און היינט ווידער ציטירט מיין איך אז איך פארדין גאנץ א לייטישע ראטע ווען עס קומט צו פאראויסשאצן אין די קעיס וועלכע ריכטער וועט אורטיילן ווי אזוי, בין איך גערעכט?)
*
ראלף העימאנד איז באגאנגען א פארברעכן פאר וועלכע די געווענליכע אדווייזערי גיידליינס רעקאמענדירן א טורמע טערמין צווישן 4-5 יאר אבער די דיסטריקט געריכט האט איינגעזעהן אז די פארברעכן איז געווארן באגאנגען אויף א קלענערע פארנעם ווי אין אלגעמיין און צוגאב האט יענער נישט געהאט קייין קרימינאלע רעקארד בעפאר און דעריבער האבן זיי אים צוגעטייט בלויז עטוואס מער ווי דריי יאר טורמע און צוגאב צו צעהן יאר פון סופערווייזד באפרייאונג
די באפרייאונג איז אויסגעקומען אום אפריל 24 2013 למספרם און ער האט דאן אנגעהויבן א לעבן אויף דער פריי אבער אונטער ספעציעלע אויפזיכט פון די רעגירונג
צויי און א האלב יאר דערויף האבן פראבעישאן אפיצירן אפגעשטאט אן אומגעראכטענע באזוך ביי אים אינדערהיים און אים געפאקט מיט מאטריאל וועלכע ער איז געווען פארבאטן צו באזיצן לענגאויס די צעהן יאר אפשניט און דער אפיציר האט אים באשולדיגט אין פארלעצן די טערמינען פון זיין פראבעישאן
די דיסטריקט קאורט האט באשטעטיגט אז די באווייזן צייגן אז די פראובעישאן איז געווארן פארלעצט און דעריבער האבן זיי אים צוריק אריינגעשליידערט אין טורמע פאר פינף יאר וועלכע איז די מינומום טורמע יארן וואס זיי מוזן אים גיבן אין אזא פאל אן צוגאב צו פינף יאר סופערוויזשאן
די דיסטריקט ריכטער האט אנערקענט אז פאר די עצם פארלעצונג וועלכע יענער איז באגאנגען וואלט זיך געקומען צווישן 0 און צוויי יאר ווען דאס איז אן ארגינעלע פארלעצונג דורך איינער אויף דער פריי אבער וויבאלד יענער האט עס געטוהן אין לויף פון זיין פראבעישאן מוז ער אים לויטן געזעץ געבן פינף יאר
אויבסער דעם האט דער ריכטער געשריבן אז ווען זיין געריכט וואלט באהאנדלט די באווייזן לויט די פארשריפטן פון א דזשורי וועלכע דארך זיין קריסטאל קלאר איבערצייגט אין די קראנטקייט פון די באווייזן וואלט ער מעגליך נישט פאראורטיילט העימאנד דערויף אבער וויבאלד די פארשפריפטן לויטן אז ריכטאער זאלן לייכטער אפשאצן די באווייזן האט ער זיך אזוי געפירט
העימאנד האט אפעלירט די אורטייל צו ערשט מיט די טענה אז איינע פון די באווייזן איז נישט גענוג איבערצייגנד אז ער האט טאקע פארלעצט די טערמין און דאן האט ער גענוצט א צווייטע ארגומענט וועלכע איז די פונדאמענט פון די איצטיגע קעיס
די ארגומענט איז אז די געזעץ פון קאנגרעס צו שרייבן מינומום און מאקיסומום אורטיילן אויפן פארלעצן פראבעישאן טערמינען איז נישט אויסגעהאלטן קאנסטיטוציאנאל
ווען עימיצער באגייט א פארברעכן שטייט ער אויס א דזשורי פראצעס וועלכע באטראכט אלע אספעקטן פון די קעיס און בלויז אויב זיי געפונען אים שולדיג אן די מינדעסטע צווייפל דערקלערן זיי יענעם שולדיג און באזירט אויף די שולד אורטייל וועט דער ריכטער ארויסגעבן זיין אורטייל אויף וועלכע שטראף יענעם קומט זיך
ווען איינער פארלעצט אבער אנגעבליך פראבעישאן איז דער פראצעדור אז די ריכטער ערהאלטן די באווייזן פון די אויטאריטעטן און טוען עס אפשאצן און אויב די באווייזן צייגן מער קראנט ווי צווייפלהאפטיג וועלן עס די ריכטער אקצעפטירן אלץ וואר און גראד באשטימען א פרישע טורמע טערמין לויט וויפיל יאר די געזעץ איז אין אזא פאל
לויט העימאנד איז עס אבער אומאויסגעהאלטן ווייל די אנגעקלאגטע דארפן קענען באקומען א געהעריגע פראצעס ווי א דזשורי זאל אפשאצן אלע אספעקטן פון די באווייזן אויפן פראבעישאן פארלעצונג און נאר אויב זיי קענען זיך פאראייניגן אז די פארלעצונג איז פארגעקומען אן דאס מינדעסטע צווייפל ערשט דאן קען מען יענעם פאראורטיילן פונדאסניי
צו מאכן די נידון קורץ, די רעגירונג טענה'ט אז ביים צוריקשיקן באפרייטע צום טורמע פארן פארלעצן פראבעישאן איז בלויז א פראצעדור וועלכע איז חוזר וניעור פון א פריערדיגע דזשורי באהאנדלטע פראצעס און פעלט נישט אויס מער ווי אן אפשאצונג פון די ריכטער עס צו באשטעטיגן ווייל די זעקסטע אמענדמענט וועלכע גיבט די רעכט פאר אנגעקלאגטע צו א זשורי פראצעס איז בלויז אויף ביז די ענדע פון די קעיס ווען מען באשליסט אויב ער איז יא אדער נישט שולדיג ,אבער איינמאל ער ווערט געפונען שולדיג פאלט די ווייטערדיגע פראצעדור אריין אין אדמיניסטראטיווע געריכט יוריסדיקציע און די געריכט באשליסט די טערמינען פון טורמע אדער געלט שטראף און איז ווערט אויך באאויפטראגט מיט די פולע אויפזיכט צו באשליסן אויב יענער האט פארלעצט זיינע טערמינען
אבער העימאנד טענה'ט אז די פראבעישן פארלעצונג קען נישט זיין הארבער ווי די ארגינעלע פארברעך און פארדינט א געהעריגע יושר'דיגע פראצעס פארנט פון א דזשורי און אומצוויידייטיגע קראנטע באווייזן
אין אנדערע ווערטער דארף מען באשליסן אויב די רעגירונג קען פארלאנגען פון ריכטער צוצוטיילן גרעסער מינומום שטראפן אויף פארלעצונגען דורכאויס פראבעישאן ווי די מינומום שטראף וואלט געווען ווען מען באגייט זיי אויף דער פריי טראץ וואס די באווייזן אויפן די פארלעצונג איז בלויז באזירט אויף א מערך'דיגע אפשאצונג פון א ריכטער
די צענטע קרייז געריכט האט געגעבן גערכט פאר העימאנד אבער די רגירונג האט עס אפעלירט צום סופרים קאורט
אין לויף פון די מונדליכע ארגומענטן האט ריכטער אליטא ארויסגעברענגט אז גיבן גערעכט פאר העימאנד וואלט אראפגעברענגט די גאנצע סיסטעם פון סופערווייזד באפרייאונג און פראבעישאן
ריכטערין סאטאמיאר האט שטארק געצימבלט די רגירונג איבער ווי אזוי מען קען פארלעצן יענעם רעכטן און ריכטערין קעיגען האט גע'טענ'ט אז די דיפרענץ פון פראבעישאן און פאראל איז אז ביי פראבעישאן קענסטו נישט ווערן נאכאמאל פאראורטיילט אויף פארברעכן אויף א טערמין לענגער ווי דיין טערמין אויף די ארגינעלע פארברעכן
די רעגירונג האט אויף דעם רעאגירט אזיענער איז אפיציעל געוווארן צום ערשטן מאל פאראורטיילט אויף איבער צען יאר אלעס אינאיינעם (3 יאר טורמע און 10 יא פראבעישאן) דעריבער איז די איצטיגע 5 יעריגע טורמע טערמין גאר קלענער פון די ארגינעלע אורטייל טראץ וואס די ערשטע אורטייל האט בלויז איינגעשלאסן דריי יאר טורמע
ריכטער גארסוטש האט אויך אויסגעקוקט גענויגט מעגליך צו אורטיילן אין שטיצע פון העימאנד
היינט אינדערפרי האט די געריכט געאורטיילט אז העימאנד איז גערעכט
די אורטייל איז געשריבן געווארן דורך ריכטער גארסוטש און געווארן געשטיצט דורך ריכטער גינזבורג, סאטאמאיאר, קעיגען און ברייער
די קעגן אורטייל איז געשריבן געווארן דורך ריכטער אליטא און ריכטער ראבערס, טאמאס, און קעווענאו האבן זיך דערין אנגעשלאסן
(אויך אין דעם פאל איז גאנץ גוט געווארן באהאנדלט די מונדלכע ארגומענטן אנאליז אויף צו זעהן ווי אזוי די געריכט וועט עווענטועל אורטיילן און ווער עס גייט דעפעקטירן צו די אנדערע זייט)
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

טענקס הבל פאר'ן נעמען היינט די מיה צו שרייבן, איטס וועל אפרישיעטעד!
יעצט גיימיר ליינען.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

שכוח הבל.
און פאר דיין אייגענע קלאפ אין די פלייצע, לייג צו מיין קלאפ, דו פארשטייסט טאקע.
;l;p-
איך ווייס נישט וואס
שטילער
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 6:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטילער »

ישר כח הבל!!!

דיין אפוועזנהייט פון איין טאג האט זיך שטארק דערקענט!

טענקס עגעין, איטס וועל עפרשיעיטעד!!!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א נייער האט געשריבן:שכוח הבל.
און פאר דיין אייגענע קלאפ אין די פלייצע, לייג צו מיין קלאפ, דו פארשטייסט טאקע.
;l;p-

יישר!


שקויעך פארן קלאפ..
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

שטילער האט געשריבן:ישר כח הבל!!!

דיין אפוועזנהייט פון איין טאג האט זיך שטארק דערקענט!

טענקס עגעין, איטס וועל עפרשיעיטעד!!!

יישר!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

איש האשכולות האט געשריבן:טענקס הבל פאר'ן נעמען היינט די מיה צו שרייבן, איטס וועל אפרישיעטעד!
יעצט גיימיר ליינען.

נו, ווי אזוי איז געווען?
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

א גרויסן שכוח פאר די קאקאש אשכול, אין מיר קיקע'ן שוין ארויס אויף די לייף ריפארט פון די דעמקראטישע דיבעט, אויב די וועסט האבען די מעגליכקייט,
אין אנדערע וועלן דיר לאזן.
[align=center]הק' יישר כח[/align]


ביי די געלגנהייט וויל איך בעטען אלע וואס ווילען ריפארטן די דעמקראטישע דיבעט, אויב הבל איז דא זאל מען אים געבען די מייק,
ער איז קורץ שארף קלאר אין צום זאך אין נישט בייעס
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

א נייער האט געשריבן:שכוח הבל.
און פאר דיין אייגענע קלאפ אין די פלייצע, לייג צו מיין קלאפ, דו פארשטייסט טאקע.
;l;p-

יאפ! געוואלדיגע אנאליזן ר' הבל!
אוועטאר
שקר
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

שכח הבל איך האב זיך נעכטן ממש ארום געדרייט אן א קאפ
די ......... זאל געזונט זיין
תושבי מאנסי זאלן פלאצן
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

הכל הבל האט געשריבן:
איש האשכולות האט געשריבן:טענקס הבל פאר'ן נעמען היינט די מיה צו שרייבן, איטס וועל אפרישיעטעד!
יעצט גיימיר ליינען.

נו, ווי אזוי איז געווען?

הערשט יעצט געענדיגט, מאסיוו איז נישט דאס ווארט.

פאליטישע ריפארט זאפטיג עז יזשועל,

סופרים קאורט ריפארט גיימער מוזן איבערליינען נאכאמאל, היות ס'פארלאנגט אביסעלע ישוב הדעת.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

מה נאמר מה נדבר. א מעסיוו ארבייט, דיינע קארט באריכטן און אנאליזן איז צום באוואונדערן. נישטא קיין ווערטער.
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

איצל פיצל האט געשריבן:מה נאמר מה נדבר. א מעסיוו ארבייט, דיינע קארט באריכטן און אנאליזן איז צום באוואונדערן. נישטא קיין ווערטער.
אוועטאר
mmn
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 29, 2018 3:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mmn »

שר כח הבל!!!

דיין אפוועזנהייט פון איין טאג האט זיך שטארק דערקענט!

טענקס עגעין, איטס וועל עפרשיעיטעד!!!

I Even had A dream That you posted a article middle of night
געוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלדיג »

אזאנע קלארע באריכטן און אנאליזן און אפשאצונגען


און נאך מיט א קביעות, השי"ת אל דיר געבן כח און מח צו קענען ווייטער מהנה זיין אזוי פיל אידן
לייפציק האט געשריבן:
לעבן איז א גרויסע סכנה, מ'איז אויסגעשטעלט צו כל מיני זאכן, פאר געשטארבענע מענטשן שאדט גארנישט,
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א געזונטן און געשמאקן זומער פאר אלע טייערע אידן, אלע וואונטשן אויף איייך!

די טעגליכע באריכטן וועט נעמען אן אורלויב און סיי ווער עס באוויליגט צו שרייבן אין די צייט איז העפליך געלאדנט עס צו טוהן אינעם דאזיגן אדער סיי וועלכע אשכול
אויב און ווען עס וועט זיין סיי וועלכע טויש/אפדעיט אינעם צוקונפט וועט עס דא געמאלדן ווערן
עס איז געווען אן אנגענעמע ערפארונג און האפענונג פארבלייבט אויפן צוקונפט
און אויף ביז אהין בלייבטס מיר אלע געזונט ליבע ברידער און לאמיר האלטן פאר די אויגן אז הכל הבל און דינען דעם איינציגן באשעפער

א פרייליכן זומער!
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”