נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

ברעיקינג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

ספעיס עקס האט פארלוירן איר מיטעלסטע טייל פונעם פאלקאן העווי ראקעט, וואס האט סוקסעספול געלאדענט אויפן שיף (פיקטשערס קען מען זען אין פריערדיגן בלאט), אבער אויפן וועג צו די סאוט פלארידע קאוסט איז עס צוליב choopy seas אריינגעפאלן אינ'ם ים אריין!
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

וואס טוט זיך האט געשריבן:ספעיס עקס האט פארלוירן איר מיטעלסטע טייל פונעם פאלקאן העווי ראקעט, וואס האט סוקסעספול געלאדענט אויפן שיף (פיקטשערס קען מען זען אין פריערדיגן בלאט), אבער אויפן וועג צו די סאוט פלארידע קאוסט איז עס צוליב choopy seas אריינגעפאלן אינ'ם ים אריין!


די פראבלעם איז שוין פון ווען זיי לאנדן צוריק די פעלקאן 9 אויפן שיף פלעגט זיך עס ווארפן אהין און צוריק ביז די ארבייטער זענען אנגעקומען צום שיף עס אראפצובינדן. ס'דא א קליפ פון א ראקעט דעמאלטס וואס האט ממש ארומגעשווימען אויפן דעק.

לעצטענס האבן זיי געמאכט א שטיקל ראבאט וואס ווען די ראקעט לאנדעט און די מאטאר לעשט זיך אויס פארט עס ארויס פון א זייטיגע טירל און ס'בינדט אראפ די ראקעט אויפן ארט.

די פראבלעם יעצט איז וויבאלד דא איז עס געווען די מיטלסטע באָסטער פון די פעלקאן העווי וואס האט אביסל אן אנדערע געבוי, וויבאלד ס'דארף האלטן די צוויי זייטיגע ראקעטס אויף זיך, ממילא האט די ראבאט עפעס נישט גוט געארבעט מיט דעם, און אויפן וועג אהיים האט עס געכאפט א שווים.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:-בילתי מוגה-


די FCC איז צופרידן פון די StarLink טוישונגען און וועט עפראוון די צווייטע פאזע פון נאך ארום 7000 סעטעלייטס.

מערסטענס פון די טוישונגען אדרעסירן די אישו פון ספעיס דזשאנק ווי דערבארומדיג'ער איז אזוי שיין מסביר אין די געקוואוטע תגובה.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

אין א מאסיווע דורכפאל פאר ספעיס עקס האט די נייע Crew Dragon עקספלאדירט דורכאויס א טעסט בשעת'ן קאונט דאון אין די לעצטע 10 סעקונדעס. קיין מענטשליכע פארלוסטן אבער א ריזיגע געלט אין צייט פארלוסט.

ווי געשריבן אין א פריערדיגע תגובה האט SpaceX סוקסעספול ארויפגעשיקט, צוגעטשעפעט און צוריק געלאנדעט די Crew Dragon וואס וועט עווענטועל גענוצט ווערן ארויפצוטראגן אמעריקאנע אסטראנאטן צו ספעיס, אראפ נעמענדיג א יארן לאנגע צוגעבינדנקייט צו רוסלאנד'ס טובות ארויפצושיקן אמעריקאנע אסטראנאטן.

צוריק אין 2014 האט נאסא געמאכט א מולטי ביליאן דאלארדיגע קאנטראקט מיט SpaceX און Boeing צו בויען ראקעטס ארויפצושיקן אסטראנאטן, ביידע האבן זיך גענומען צו די ארבעט ווען ספעיס עקס בויעט די Crew Dragon און באואינג בויעט די Starliner, ביידע אינדזשענירט פאר מענטשן רייזעס.

ס'האט געהייסן אז ספעיס עקס'ס Crew Dragon איז אהעד אוו די געים און זיי וועלן זיין גרייט פאר באואינג נאך אין 2019, אבער מיט דעם עקסידענט האבן זיי בפשטות פארלוירן א שטארקע אויבערהאנט און נאסא וועט נאך מסתם דארפן צוקומען צו רוסלאנד דורכאויס 2020.

ספעיס עקס איז געווענליך אפען מיט זייערע דורכפעלער, ווארט מען יעצט צו הערן די סיבה פונעם עקסידענט און ווילאנג ס'וועט נעמען עס צוריק צושטעלן אין פלאץ.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

די מלחמה צווישן עלען מאסק (ספעיס עקס) און זשעף בעזאס (Blu origin) גייט ווייטער אן ווען מאסק מאכט חוזק פון בעזאס'ס קאמפעני פלאן ארויף צו שיקן מענטשן דורך a Moon Lander Space Craft צו די לבנה ביי 2024.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

די נאכט האט SpaceX דורכגעפירט די דריטע סוקסעספולע רייזע מיט די פעלקאן העווי. דאס מאל אבער איז עס - אנדערש ווי געווענליך - געווען פאר אפאר קאסטומערס בענאזאם, אריינגערעכנט די יו. עס. עיר פארס וואס האלט יעצט אינמיטן באשליסן מיט וועלכע ראקעט קאמפאני צו מאכן א קאנטראקט פאר יארן 2020-2025. SpaceX האט אין דער פארגאנגענהייט דערקלערט זייער פעלקאן העווי אלס די בעסטע קאנדידאט פאר די עיר פארס קאנטראקט.

די ארויפשיס איז געווען די מערסט קאמפליצירטע סעטעלייט ארויפשיס וואס זיי האבן געהאט ביז היינט, וויבאלד ס'איז געווען אסאך פעקלעך וואס האבן געדארפט אראפגעלאזט ווערן אין 4 אנדערע ארביטס. ווי א SpaceX אינדזשעניר לייגט עס אראפ: "ממש ווי א סקול באס לייגט אראפ קינדער וועלן די סעטעלייטס ווערן אראפגעלייגט איינע נאך די אנדערע"...

די סעקאנד סטעידזש ענדזשין האט 4 מאל זיך געדארפט צוריק אנצינדן כדי זיך ארויפצוריקן ווייטער צו די באשטימטע פלעצער, דאס איז מער ווי נארמאל פאר א אינדיווידועלע ראקעט מיסיע.
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניידל פארעם »

WOW! ווען האט זיך דער סעקאנד סטעידזש אפגעטיילט? צוריק אראפ געקומען?
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

Jerusalem - Israel's SpaceIL Says It Won't Try Second Moonshot

https://www.google.com/url?sa=t&source= ... 8wkXPf6Nq-
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

ממה נפשך האט געשריבן:אין א מאסיווע דורכפאל פאר ספעיס עקס האט די נייע Crew Dragon עקספלאדירט דורכאויס א טעסט בשעת'ן קאונט דאון אין די לעצטע 10 סעקונדעס. קיין מענטשליכע פארלוסטן אבער א ריזיגע געלט אין צייט פארלוסט.

ווי געשריבן אין א פריערדיגע תגובה האט SpaceX סוקסעספול ארויפגעשיקט, צוגעטשעפעט און צוריק געלאנדעט די Crew Dragon וואס וועט עווענטועל גענוצט ווערן ארויפצוטראגן אמעריקאנע אסטראנאטן צו ספעיס, אראפ נעמענדיג א יארן לאנגע צוגעבינדנקייט צו רוסלאנד'ס טובות ארויפצושיקן אמעריקאנע אסטראנאטן.

צוריק אין 2014 האט נאסא געמאכט א מולטי ביליאן דאלארדיגע קאנטראקט מיט SpaceX און Boeing צו בויען ראקעטס ארויפצושיקן אסטראנאטן, ביידע האבן זיך גענומען צו די ארבעט ווען ספעיס עקס בויעט די Crew Dragon און באואינג בויעט די Starliner, ביידע אינדזשענירט פאר מענטשן רייזעס.

ס'האט געהייסן אז ספעיס עקס'ס Crew Dragon איז אהעד אוו די געים און זיי וועלן זיין גרייט פאר באואינג נאך אין 2019, אבער מיט דעם עקסידענט האבן זיי בפשטות פארלוירן א שטארקע אויבערהאנט און נאסא וועט נאך מסתם דארפן צוקומען צו רוסלאנד דורכאויס 2020.

ספעיס עקס איז געווענליך אפען מיט זייערע דורכפעלער, ווארט מען יעצט צו הערן די סיבה פונעם עקסידענט און ווילאנג ס'וועט נעמען עס צוריק צושטעלן אין פלאץ.


ליינט דא אביסל די פאליטיק ארום דעם עקסידענט און אן עקסידענט וואס באואינג האט געהאט.

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 6#p1961336
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

אינטרעסאנט, אין די צייטונגען אין נייעס דעי וואך איז באריכטעט אז מען האט היי-יאר אפגעצייכנט 50 יאר פון אפאלא-11 לאנדונג. ארויפשלעפענדיג א תגובה פון דערבארימדיגער איבער א יאר צירוק ליינט זיך וואו פאלגענט:


דערבארומדיג'ער האט געשריבן:היינט ווערט אפגעצייכנט פופציג יאר (למס') פון ווען מען האט געלאנדעט אויף די לבנה.

די שפאנונג און דראמא ארום די לבנה לאנדונג וואלט לכאורה איבערגעשטיגן אלע אנדערע נייעס און אנטוויקלונגען וואס זענען פארגעקומען סיי ווי אימער אויף די וועלט און די לעצטע פופציג יאר, היינט הערט זיך עס שוין אפשר נישט אזוי דראמאטיש צילוב די נאכאנאנדע נייעס איבער ספעיס.

די בילד -געכאפט פון די לבנה- איז א ארגיענעל בילד פון די פלאנעט "ערד"

"ערד" איז איינס פון די אכט פלאנעטן אין די סאולאר סיסטעם, און איז איינס פון די 100,000,000,000 (הינדערט בילליאן) פלאנעטן וועלכע געפינען זיך אין אינזער גאלאקסיע "מילך וועג"
"מילך וועג" (MILKY WAY) איז איינס פון די אומצאליגע גאלאקסיעס אין די יוניווערס - געשאצט צו זיין צווישן 200 בילליאן ביז 2 טרילליאן!
(מארגן וועט זיין צווישן 10 אינטער זעראו ביז 115 דעגריס פארענהייט)
---


אזוי צו אזוי דא האט איר די דראמאטישע ווערטער פונם ארסטראנאט:
https://www.dropbox.com/s/jzvhp449fa3wglf/moon.wav?dl=0
על "טעם וריח" אין להתווכח
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

שכח פארן ארויפברענגען.

די מיסיע איז געווען גאר וויכטיג פאר די אמעריקאנע בירגער וויבאלד רוסלאנד איז אנגעקומען אין ספעיס פאר אמעריקע, וואס איז געווען א שטארקער קלאפ פאר אמעריקאנער, האט JFK באשלאסן דעמאלסט אז לאנדן אויף די לבנה מוז אמעריקע געוואונען פריער, און טאקע 8 יאר שפעטער אונטער ניקסאן איז עס געשען.

ערגעץ האב איך געליינט די וואך אז ניקסאן (דאן פרעזידענט) איז געווען צוגעגרייט מיט א רעדע אין פאל די מיסיע פאלט אדורך, און וואו שטוינענד עס הערט זיך איז א חלק פון די רעדע געווען א גענויעם פלאן וויאזוי מ'לאזט איבער די 2 אסטראנאטן שטארבן דארט אויבן (אויב זיי וואלטן געבליבן לעבן), דערנאך אביסל טרייסט וואונטשן פאר די משפחות אין נאכדעם וועט נאסא גענצליך אפהאקן די קאמיוניקאציע.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

ביי די אפאלא 11 לאנדונג איז געווען די ערשטע מאל וואס א מענטש האט געטרעטן אויף די לבנה, אבער עס איז שוין געווען א פריערדיגע מיסיע ארום און ארום די לבנה, מיין ציטירטע תגובה רעדט זיך פון די אפאלא 8 מיסיע.

איך האב געשריבן אין יענע תגובה אז עס ווערט פופציג יאר "פון ווען מען האט געלאנדעט אויף די לבנה" אבער דאס איז נישט ריכטיג, עס איז געווען פופציג יאר פון ווען מען איז אנגעקומען צו די לבנה און מען האט דאן געכאפט דאס בילד וואס האט אינספיריט די מענטשהייט, מען האט צום ערשטן מאל געזען אונזער וועלטעל פון אזא סארט פערספעקטיוו, עס האט געברענט א געפיל אז מיר זענען בלויז א קליין חלק פון די יוניווערס...
אטעטשמענטס
apollo 8.JPG
apollo 8.JPG (63.63 KiB) געזען 3491 מאל
זקן מלא רחמים.
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

מסתמא באלאנגט מיין שאלה דא.

די אנגענומענע מיינונג אויף די "שווארצע לעכער" אין ספעיס איז, אז עס האט א שטארקע גראוויטי און ציט אריין יעדע ליכטיגקייט, און דערפאר איז עס שווארץ.

מיין פראגע איז, מאן יימר? אפשר פארקערט? עס שטויסט ארויס יעדע ליכטיגקייט פון זיך?
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

א זאך וואס שטויסט ארויס יעדע ליכטיגקייט איז ווייס.
אבער אפשר האב איך נישט פארשטאנען דיין פראגע.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
אינוועסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 1:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינוועסטער »

אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

איז דא ערגעץ צו באקומען די ווידיאו וויזוי די חברה טרעטן אראפ אויפן לבנה די ערשטע מאל?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

נעכטן האב איך באקומען א פערזענליכע אפדעיט פונעם ווייסן הויז איבער די אנטוויקלונגען אין די US National Space Counsil וואו וויצע פרעזידענט פענס איז די פארזיצער, לאמיר עס מיטטיילן מיטן עולם דא.

Last month, America celebrated the 50th anniversary of the 1969 Apollo 11 Moon landing, a moment that captivated the world. Today, during the National Space Council’s sixth meeting, Vice President Mike Pence outlined our next great mission in the heavens.

As we gather here today, we do so recognizing that it's been 47 years since the last American set foot on the Moon. In fact, our great shuttle program, including the space shuttle Discovery behind me, was grounded nearly a decade ago,” the Vice President said at the National Air and Space Museum in Virginia.

And the truth is, as all of you know, for too long America was content with low-Earth orbit, and missions focused on the Earth instead of aiming for the stars.”

By 2024, America will be back on the Moon. But now our ambition is greater than ever before. “This time our objective will be to establish a permanent presence on the lunar surface. And from there, we will develop the capabilities to journey to the red planet of Mars,” Vice President Pence said.

When President Donald J. Trump took office, one of his priorities was restoring America’s leadership in space. He started by quickly reviving the National Space Council, which had laid dormant for nearly a quarter-century. Along with that, the President gave a clear directive to send crewed missions to the Moon once again.

The next step was securing all the resources NASA would need. Earlier this year, President Trump signed into law NASA’s largest budget ever. Now, his Administration is working with Congress to secure $1.6 billion for new space exploration objectives.

After two and a half years under the President’s leadership, America is leading in space once again. This President recognizes what the American people have known for more than a half a century,” Vice President Pence said. “Our security, our prosperity, and our very way of life, depend on American leadership and American leadership in space.”
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

Only three nations of Earth – the former Soviet Union, the U.S. and, as of this year, China – have successfully landed spacecraft on the moon. On September 7, 2019, India hoped to become the fourth nation to soft land on the moon successfully, with the Vikram lander in its Chandrayaan-2 mission. But, only minutes before touchdown, something happened; communications with the lander were lost.
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

פארשער האבן אנטדעקט א שטערן וואס לויפט ארויס פונעם מילכיגן וועג (אונזער גאלאקסיע) ביי א שנעלקייט פון ארום 1100 מייל א סעקונדע, אדער 3.7 מיליאן מייל א שעה.
זיי שאצן אז דער שטערן איז געווען איינס פון א פאר (binary stars), און איז געשאסן געווארן מיט אזא שנעלקייט נאך וואס דער פאר איז געקומען אין בארירונג מיט א black hole, דורכן Hills mechanism וואס איז טעאריזירט געווארן 30 יאר צוריק.

https://arxiv.org/pdf/1907.11725.pdf

א קליפ וואס געבט עס צו פארשטיין
https://drive.google.com/file/d/1RXXYii ... sp=sharing
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

דער ספעיס עקס (SpaceX) פירמע האט היינט אינדערפרי אדורכגעפירט און אייגענטליך סוקסעספול אדורכגעמאכט א גאר דראמאטישע טעסט, די לעצטע אין די סעריע צו באקומען אפציעלע לייסענס ארויפצושיקן אסטראנאטן צום ספעיס!

ספעיס עקס, וועלכע איז א ציווילע אמעריקאנע קאמפעני אינטער די אייגענטום פום אילאן מאסק, אנדערש ווי נאסא וועלכע איז אפציעל אינטער דער רעגירונג, האט דורכאויס די לעצטע פאר יאר געהאט גאר גרויסע סוקסעסן מיט פארשידענע דורכברוכן אין די פעלד פון ספעיס פלייט מיסיעס, איבערהויפט מיט זייער גאר פארגעשריטענע ראקעט סיסטעם וועלכע מ'קען איבערניצן מערער מאל, אנדערש ווי ביז דעמאלטס ווען ביי יעדע פלייט צום ספעיס איז דער ראקעט בטל געווארן. און מיט דעם וואס א ראקעט קען איבערגעניצט ווערן, ווערט איינגעשפארט צענדליגער מילאנען דאלערן פאר יעדע ספעיס פלייט באזונדער.

ספעיס עקס האט צום ערשטן מאל געמאכט היסטארי עטליכע יאר צוריק ביים אדורכפירן דעם ערשטע טעסט ארויפצושיקן קארגאו אין ספעיס, ווען מ'האט אינעם מעין קאפסול אריינגעשטעלט אילאן מאסק'ס - דער ספעיס עקס'ס גרינדער'ס טעסלע קאר.. און איז ארויפגעשאסן געווארן צום מארס [מאדים] אטמאספער, ווי עס געפונט זיך נאך ביז היינט. ביי יענע מיסיע האט מען צום ערשטן מאל געניצט דעם פאלקן 9 העווי ראקעט. די מיסיע איז געלונגען מיט א וואנדערבארע סוקסעס, סיי דער ארויפשיס און סיי די נאכפאלגענדע ראקעט לאנדונגען.. און זינט דעמאלטס האט שוין ספעיס עקס אדורכגעפירט מערערע קארגאו עקספארטן צום ספעיס, אריינגעכענט סופלייס פאר אויסלענדישע רעגירונגען.

די היינטיגע מיסיע איז ווי געזאגט געווען פאר זייער "נעקסט שטאפל", ארויפצושיקן לעבעדיגע אסטראנאטן! די מיסיע האט געהייסט דער "מיד-פלייט עבארשן טעסט", מיטן ציל אויסצופראבירן וואס און וויזוי דער ראקעט וועט טאן אין פאל עס מאכט זיך חלילה א פראבלעם דורכאויס איר וועג ארויף, און טאקע ביי די האקעלסטע חלק פון די רייזע, און אויב דער קאפסול, דער ספעיס שיף אין וואס די אסטראנאטן וועלן זיך געפונען, קען באווייזן צוריק אראפצוקומען לעלמא הדין אנדעם וואס די אסטרענאטן דערינען זאלן געשעדיגט ווערן.

פאר די מיסיע איז געניצט געווארן דער פאלקן 9 ראקעט [9 העווי, מיט די ס"ה 27 מאטארן איז נאר ביי שווערע קארגאו], ס'איז געווען דער סאמע פערטע מאל וואס דער זעלבע ראקעט ווערט ארויפגעשאסן, דאס מאל האט עס אבער נישט צוריק געלאנדעט אויף דער ערד, נאר איז בכוונה עקספלאדירט געווארן אין די לופטן אנדערהאלב מינוט אריין אין די פלייט. ביי א הויעכקייט פון 10 מייל, וואס איז איבער 50 טויזענט פיס. בעת וואס דער קאפסול האט זיך אפגעטיילט פונעם ראקעט און אנגעהויבן זיין באו בשלום טאנץ אויפן וועג אראפ מיט די כח פון גרעוואטי.

כדי דער טעסט זאל באצייכענט ווערן אלטס סוקסעס האט דער גאנצע מיסיע, אנגעהויבן פון ליפט אףף ביז ווען רעטונגס לייט ריקאווערן דעם קאפסול נישט געטארט נעמען מער ווי 60 מינוט. לענגער ווי דעם וואטס עס געווען א דורכפאל. דער פלאן האט זיך אבער אויסעגארבעט גענוי ווי געפלאנט, ווען דער קאפסול האט סוקסעספולי "אנטלאפן" פונעם "פראבלאמאטישן ראקעט".. און מיט די הילף פון אירע פערישאטן געמיטלעך געלאנדעט אין וואסער אריין, ווי די ריקאווערי שיפעלעך האב איר אפגעווארט.. און אנגעקומען דערצו אינטער 15 מינוט נאכן ארויפשיס!

ביי א פרעס קאנפרענס צו יובלען דעם סוקסעס האט אילאן מאסק, שטייענדיג נעבן דער NASA פירער באצייכענט די טעסט ריזאלטאטן אלטס "פיקטשער פערפעקט", און געמאלדן אז דער ערשטע און פאקטישער מיסיע דורך ספעיס עקס ארויפצושיקן אסטראנאטן וועט פארקומען נאך דעם למספ' יאר, ערגעץ צווישן עיפריל און יוני!

א ווידיאו פונעם קאפסול, דער היינטיגער חתן, ביים אדורכגיין פארשידענע פראובעס דורכאויס די לעצטערע חדשים.

דראפבאקסגוגל דרייוו

דער פולן ווידיאו פונעם היינטיגן טעסט!

דראפבאקסגוגל דרייוו
רשעות קאלטע סעלצער
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

Wow
טענקס שטאדי.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

באדעלע, א דאנק פארן ברענגען, צולייגען, באשפרענקלען און באקליפטשען די נייעס.
!!THANK YOU BANAA#
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

WOW טשאדי, נישט געוואוסט אז דאס קענסטו אויך.

ישר כח.
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

הערליך טשאדי!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

ש'כח זאכ- כ'מיין טשאדי, איך שטיי און קוק און קוק איבער פארגאפט!
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”