רבי אהרן ראזענפעלד זצ"ל רב ביפו יצ"ו - יוה"ק תשנ"ו, ומשפחתו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

רבי אהרן ראזענפעלד זצ"ל רב ביפו יצ"ו - יוה"ק תשנ"ו, ומשפחתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

הגה"צ רבי אהרן ראזענפעלד זצ"ל באוואוסט אלס דער יפו רב איז געבוירן געווארן ל"ג בעומר תר"ס צו זיין פאטער הגה"צ ר' שלמה שו"ב בפאיע, רבי שלמה איז געווען א תלמיד מובהק וחביב פון הגה"ק בעל ייטב לב מסיגוט זי"ע, ער האט געלערנט ביים ייט"ל פיר יאר פון תרל"ב ביז צו די חתונה בשנת תרל"ו.

און צו זיין מוטער הצדיקת מרת פעסל ע"ה טאכטער פון הג"ר יעקב וואלף הכהן ראוז, דער ערשטער חסידישער איד אין שטאט סאטמאר, עוד הסתופף בצל הרה"ק רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע והרה"ק מרוזין זי"ע. זיין שוואגער (זיין שוועסטערס מאן) איז געווען הג"ר צבי יונתן שווארטץ זצ"ל, וואס דער קדושת יום טוב זי"ע פלעגט איינשטיין ביי אים זאגנדיג אז רבי צבי יונתן איז זוכה צו גילוי אליהו (רבי צבי יונתן איז געווען די זיידע פון משפחת שטערן מגבעת שאול). די צוויי שוואגערס האט מען געהאלטן פאר בעל שמ'סקע אידן.

אין זיינע קינדערישע יארן האט ער געלערנט מיט זיין טאטן. ביי די 10-11 יאר האט ער געלערנט ביי הג"ר אשר אנשיל כ"ץ זצ"ל אין ניר-מעדיעש בשנת תרע"ב און תרע"ג. די מעשה איז געווען אזוי, אלס אינגל האט ער געבעטן אז ער וויל שוין פארן אין א ישיבה לערנען. ביי די 9 יאר איז ער געלאפען אליין ביז צום דערנעבענדיגן שטאט ניר-מעדיעש און זיך אנגעגעבן אז ער איז געקומען לערנען און זיך אריין געזעצט אין בית המדרש. די עלטערן זעען אז עס ווערט שפעט און זייער קינד איז נישט דא, מען האט אים ארום געזוכט און זיין טאטע האט פארשטאנען וואס האט געמוזט דא געשען, איז ער אריבער קיין ניר-מעדיעש און טאקע דארטן געטראפן זיין קינד זיצן ביי א גמרא לערנען. איז ער אריין צום רב און דערציילט וואס דא איז געשען, איז דער רב אריבער געגאנגען צום קינד און אים געגלעט און געזאגט אז ער איז נאך צו יונג דא צו זיין און ער זאל קומען אין א יאר ארום וכן הוה. די יאר וואס ער איז געבליבן אין פאיע האט ער געלערנט ביים רב פון שטאט הגאון רבי אהרן מרדכי ליעבערמאן זצ"ל אבד"ק פאיע.

נאכדעם איז ער געגאנגען לערנען ביי הגה"ק בעל שבט מיהודה מסאטמאר זצ"ל צוויי יאר פון שנת תרע"ד ביי די 14 יאר, אין יענע צייט איז א שכנות'דיגע דערפל פון סאטמאר געקומען בעטן ביים שבט מיהודה זצ"ל צו שיקן א בעל תפלה אויף די ימים נוראים, און דער רב האט אהין געשיקט דעם 15 יעריגע בחור'ל, און זייט דעמאלטס פאר 80 יאר איז ער געווען בעל תפלה אין די ימים נוראים. און דערנאך בשעת תרע"ו איז ער געפארן לערנען ביים מאקעווער רב הגה"ק רבי משה פארהאנד זצ"ל (וואס איז געווען זיין ברודער'ס [רבי אפרים אבד"ק סענדרא] שווער). ביים ערשטן וועלט מלחמה בשנת תרע"ח האט ער נישט געקענט צוריק פארן קיין מאקאווע איז ער געבליבן לערנען אין פאיע ביים רב פון שטאט דער שפעטערדיגער צעהלימער רב, דער צעהלימער רב האט געהאט א ישיבה אין פאיע פון 80 בחורים. דערנאך האט ער געלערנט דריי זמנים משנת תר"פ ביים וויטקא רב זצ"ל אין פוסטא-דאראש. דערנאך בקיץ תרפ"א האט אים זיין ברודער געבעטן צוריקצוקומען לערנען אין מאקאווא, און פון דארט איז ער געפארן לערנען ביים קרן לדוד זצ"ל ביז זיין חתונה ח' חשון תרפ"ד.

בשעת'ן קריג איז ער געווען אין בערגען בעלזען וואו ער האט מיטגעמאכט דעם ביטערן קריג, נאכן באפרייאונג איז ער געפארן קיין א"י, אין תשי"א האט מען אים אויפגענומען אלס רב אין א ביהמ"ד אין יפו, וואו ער האט געדינט אלס רב ביז תשכ"ב ווען ער איז געפארן קיין אמעריקא און זיך באזעצט אין וויליאמסבורג.

בשנת תשמ"א האט ער זיך ארויסגעצויגן קיין קרית יואל צו וואוינען נעבן די קינדער, וואו זיין איידעם האט אים געעפנט א ביהמ"ד.

ער איז נפטר געווארן ליל יו"כ תשנ"ו והובא למנוחות בביה"ח בקרית יואל

יהא זכרו ברוך
אטעטשמענטס
Picture5.jpg
Picture5.jpg (86.61 KiB) געזען 3536 מאל
מצבה
מצבה
מצבה.jpg (183.24 KiB) געזען 3541 מאל
מצבת הרבנית
מצבת הרבנית
2169.jpg (206.24 KiB) געזען 3541 מאל
לעצט פארראכטן דורך יוראפ אום מאנטאג יוני 17, 2019 11:48 pm, פארראכטן געווארן 5 מאל.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

אלס רב אין שטאט יפו
אטעטשמענטס
pictures 15.jpg
pictures 15.jpg (10.66 KiB) געזען 3535 מאל
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

דער יפו רב'ס פאטער הג"ר שלמה ראזענפעלד זצ"ל איז געבוירן געווארן אין אורבע בשנת תרט"ו צו זיין פאטער הגה"צ ר' אברהם זצ"ל וואס מ'האט אים געהאלטן אלס א צדיק נסתר מ'האט אים גערופן 'דער זוהר איד', און צו זיין מוטער הצדיקת מרת בריינדל אן אייניקל פון קונטרס הספיקות. ס'איז מקובל אין די משפחה אז ר' אברהם איז געווען אן אייניקל פונעם הייליגן קדושת לוי זי"ע דורך זיין מאמע בת אחר בת ביז א טאכטער פונעם קדושת לוי.

רבי אברהם איז געבוירן געווארן פורים בשנת תקפ"א און ער איז געפארן עטליכע מאל קיין צאנז. ער האט אהיים געברענגט דער ניגון וואס דער צאנזער רב זי"ע האט געזינגען אויף שלום עליכם. רבי אברהם איז נפטר געווארן פורים [לכאורה] תרמ"ג און ליגט אין אורבע און זיין זון רבי שלמה איז נפטר געווארן י"א חשון תרצ"ו און ליגט אין פאיע.

רבי שלמה ווען ער האט געלערנט ביים ייטב לב אין סיגוט, פלעגט ער עסן שלש סעודות ביי זיין קאזין רבי יהודא מודערן זצ"ל. דער יפו רב רבי אהרן פלעגט נאכזינגען דעם מנוחה ושמחה וואס ער האט געהערט ביי זיין טאטן ווי ער האט דאס געהערט ביי רבי יהודא מודערן מיט אלע תנועות.
אטעטשמענטס
PTDC0018.JPG
PTDC0018.JPG (63.23 KiB) געזען 3450 מאל
לעצט פארראכטן דורך יוראפ אום זונטאג יוני 16, 2019 11:43 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

רבי שלמה'ס שווער איז געווען הגה"צ רבי יעקב וואלף הכהן ראוז זצ"ל, געבוירן געווארן צו זיין טאטע רבי אפרים הכהן ראוז זצ"ל אין געבע, זיי האבן געצויגן זייער יחוס בן אחר בן ביזן הייליגן ש"ך זי"ע.

ווי געשריבן האט ער געוואוינט אין סאטמאר, ער האט געלערנט בחברותא מיטן דיין הג"ר ישעי' קליינמאן און הג"ר צדוק היילברון, די דריי האט מען גערופן דער סגו"ל וואס האבן געלערנט צוזאמען בחברותא. בשנת תרע"ה האט די חברותא געמאכט א סיום הש"ס וואס זיי האבן געלערנט צוזאמען, און רבי אהרן וואס האט דעמאלטס געלערנט אין סאטמאר האט דערציילט אז ער געדענקט ווי דער שבט מיהודה איז געקומען צום סיום הש"ס.

ביי רבי יעקב וואלף פלעגן איינשטיין גדולי ישראל. בשנת תרע"ה איז דער אונגווארער רב רבי אברהם יוסף גרינוואלד זצ"ל איינגעשטאנען ביי אים, און רבי אברהם יוסף איז געגאנגען באזוכן הרה"ק מסאטמאר זי"ע וואס האט דעמאלטס געוואוינט אין סאטמאר, איז דער סאטמארער רב געקומען א ביקור גומלין צום אונגווארער רב אין שטוב פון רבי יעקב וואלף. רבי יעקב וואלף האט געזאגט פאר זיין אייניקל רבי אהרן וואס האט דעמאלטס געלערנט אין סאטמאר אז ער זאל אהיים באגלייטן דער סאטמארער רב.

ווי געשריבן איז רבי יעקב וואלף'ס שוועסטער געווען אשת הגה"צ רבי צבי יונתן שווארטץ זצ"ל וואס איז דער שווער פון רבי טובי' לייב שטערן, זיידע פון הגה"צ רבי מנחם זאב שטערן זצ"ל אב"ד גבעת שאול.
אטעטשמענטס
IMG_0894.JPG
IMG_0894.JPG (370.55 KiB) געזען 3376 מאל
לעצט פארראכטן דורך יוראפ אום מאנטאג יוני 17, 2019 12:40 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

א גביר אין שטאט האט געזאגט אמאל פאר רבי שלמה אז איך בין אייך מקנא, איר האט דריי זון און אלע דריי זענען גאונים, די דריי זון זענען געווען:

א. הגאון רבי אפרים ראזענפעלד אבד"ק סענדרא זצ"ל הי"ד - איידעם פונעם מאקאווא רב הגאון רבי משה פארהאנד זצ"ל און שווער פון הגאון רבי משה נתן נטע לעמבערגער זצ"ל אבד"ק מאקאווא. הגאון רבי אפרים איז געבוירן געווארן אין פאיע אין שנת תרמ"ה און געווען א תלמיד מובהק פונעם ערוגת הבושם זי"ע לערנענדיג ביי אים זיבן יאר. רבי אפרים האט געפירט זיין שווער'ס ישיבה אין מאקאווא.

ב. הגאון רבי משה חיים ראזענפעלד זצ"ל דומ"ץ במיקאלאש, תלמיד מובהק פון רבי יהודה גרינוואלד זצ"ל אבד"ק וואיע. - ער איז אוועק פאר די מלחמה.

ג. דער יפו רב הגאון רבי אהרן זצ"ל.
אטעטשמענטס
pictures 22.jpg
pictures 22.jpg (45.97 KiB) געזען 3419 מאל
איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איימעניט »

יפו רב ביים תנאים פון האדמו"ר מדעש מירושלים רבי בעריש פאנעט זצ"ל וואס איז געווארען א איידים ביי זיין נעפיו דער מאקאווער רב.

ווערט געזען יפו רב מיטען מאקאווער רב, און דער אבי החתן דער דעשער רבי הרה"ק ר' יוסף פאנעט זצ"ל פארשטעלט די פנים.
אטעטשמענטס
MakeveRuvAndYaffeRuv.jpg
MakeveRuvAndYaffeRuv.jpg (120.01 KiB) געזען 3350 מאל
לעצט פארראכטן דורך איימעניט אום מאנטאג יוני 17, 2019 1:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איימעניט »

דער יפו רב ליינט תנאים.
אטעטשמענטס
MakeveRuvAndYaffeRuv2.jpg
MakeveRuvAndYaffeRuv2.jpg (69.15 KiB) געזען 3348 מאל
איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איימעניט »

יפו רב ר' שלמה ראזענפעלד זצ"ל ביים הכנסת ספר תורה אין קרית יואל.
אטעטשמענטס
3בהכנסת ספר תורה לביה''מ מנחת אהרן יפו במונרו.jpg
3בהכנסת ספר תורה לביה''מ מנחת אהרן יפו במונרו.jpg (37.38 KiB) געזען 3312 מאל
לעצט פארראכטן דורך איימעניט אום מאנטאג יוני 17, 2019 1:42 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איימעניט »

דער יפו רב (ר' אהרן זצ"ל, דער ערשטער לינקס), און ווער נאך איז אויפען בילד?
אטעטשמענטס
יפו וא''י 008.jpg
יפו וא''י 008.jpg (469.96 KiB) געזען 3326 מאל
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איימעניט האט געשריבן:דער יפו רב (ר' אהרן זצ"ל, דער ערשטער לינקס), און ווער נאך איז אויפען בילד?

נע וואדע, קאשוי און סקוליען.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איימעניט »

ביי יארצייט סעודה'ס אין קרית יואל.

אינעם צווייטען בילד רעדט זיין ברודערס זון הגאון ר' הערשל ראזענפעלד שליט"א, רב דקהל חסידים דבאלטימאר.
אטעטשמענטס
YuhrtzeitTateh.jpg
YuhrtzeitTateh.jpg (48.47 KiB) געזען 3295 מאל
YuhrtzeitMameh.jpg
YuhrtzeitMameh.jpg (168.87 KiB) געזען 3295 מאל
לעצט פארראכטן דורך איימעניט אום מאנטאג יוני 17, 2019 4:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איימעניט »

א ביקור פון נאדווארנא רבי פון בני ברק זצ"ל ביים יפו רב זצ"ל בקרית יואל. לשמאלו בנו ר' שלמה זצ"ל, ולימין הרבי מנאדווארנא יושב להבח"ל ר' הערשל ר"פ שליט"א שהיה אז ראש ישיבה ומנהל ישיבת נאדווארנא בבני ברק.
אטעטשמענטס
אדמו''ר מנאדבורנא ורבינו זצ''ל ורבינו שליט''א.png
אדמו''ר מנאדבורנא ורבינו זצ''ל ורבינו שליט''א.png (117.16 KiB) געזען 3291 מאל
איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איימעניט »

יוראפ האט געשריבן:רבי שלמה'ס שווער איז געווען הגה"צ רבי יעקב וואלף הכהן ראוז זצ"ל, געבוירן געווארן צו זיין טאטע רבי אפרים הכהן ראוז זצ"ל אין געבע, זיי האבן געצויגן זייער יחוס בן אחר בן ביזן הייליגן ש"ך זי"ע.

ווי געשריבן האט ער געוואוינט אין סאטמאר, ער האט געלערנט בחברותא מיטן דיין הג"ר ישעי' קליינמאן און הג"ר צדוק היילברון, די דריי האט מען גערופן דער סגו"ל וואס האבן געלערנט צוזאמען בחברותא. בשנת תרע"ה האט די חברותא געמאכט א סיום הש"ס וואס זיי האבן געלערנט צוזאמען, און רבי אהרן וואס האט דעמאלטס געלערנט אין סאטמאר האט דערציילט אז ער געדענקט ווי דער שבט מיהודה איז געקומען צום סיום הש"ס.

ביי רבי יעקב וואלף פלעגן איינשטיין גדולי ישראל. בשנת תרע"ה איז דער אונגווארער רב רבי אברהם יוסף גרינוואלד זצ"ל איינגעשטאנען ביי אים, און רבי אברהם יוסף איז געגאנגען באזוכן הרה"ק מסאטמאר זי"ע וואס האט דעמאלטס געוואוינט אין סאטמאר, איז דער סאטמארער רב געקומען א ביקור גומלין צום אונגווארער רב אין שטוב פון רבי יעקב וואלף. רבי יעקב וואלף האט געזאגט פאר זיין אייניקל רבי אהרן וואס האט דעמאלטס געלערנט אין סאטמאר אז ער זאל אהיים באגלייטן דער סאטמארער רב.

ווי געשריבן איז רבי יעקב וואלף'ס שוועסטער געווען אשת הגה"צ רבי צבי יונתן שווארטץ זצ"ל וואס איז דער שווער פון רבי טובי' לייב שטערן, זיידע פון הגה"צ רבי מנחם זאב שטערן זצ"ל אב"ד גבעת שאול.

דער יפו רב ר' אהרן האט געהייסן נאך זיין פעטער רבי אהרן האדעסער זצ"ל. ר' אהרן האדעסער וואס איז נאך געפארן צום ריזינער זי"ע און צו רבי אהרן ראפשיצער זי"ע איז געווען א שוואגער פון ר' יעקב וואלף הכהן ראוז, ביידע זענען געווען איידעמער ביי רבי ברוך פון שטאט שום (לעבען קאסאני). דער רבי ברוך זעהט אויס (נישט מבורר וויאזוי) איז געווען משפחה מיט האחים הקדושים מנאנאש.

פון די אייניקלעך פון רבי אהרן האדעסער זענען אויך די הורוויץ משפחה פון וויענער דיין זצ"ל, ומשפחת גליק ומשפחת בלייך. דער וויענער דיין'ס טאטע הג"ר אלתר יחזקאל הורוויץ איז געווען א זון פון הג"ר אלישע הוראוויץ וואס איז געווען א איידעם פון הג"ר אברהם צבי גינצלער בעל "יצב אברהם" הומנא דיין, וואס איז געווען א איידעם פון הג"ר יצחק אייזיק מקערעסטיר (ליגט לעבען הרה"ק רבי ישעיה'לע מקערעסטיר זי"ע) א איידעם פון הג"ר אהרן האדעסער זצ"ל.

ר' יעקב וואלף הכהן ראז האט געהאט א זוהן ר' יחיאל הכהן ראוז ראש הקהל פון סעליש. ר' יחיאל איז געווען א שווואגער פונעם נפש יונתן פון סעליש (ביידע איידעמער ביים זעלבן פלאץ). ר' יחיאל'ס זוהן ר' יעקב וואלף ז"ל איז דער שווער פון הג"ר מנחם מנדל וויזניצער פון מכון "נחלת צבי" אין בני ברק.

דער ערשטער ר' יעקב וואלף (בן ר' אפרים און בן אחר בן ביזען ש"ך) האט געהאט א ברודער ר' משה צבי ראוז א רב ערגעץ. פון אים דארף זיין א סאך אייניקלעך ווי הג"ר מאיר ראוז.

א מעשה וואס ר' יעקב וואלף האט געהערט פון הרה"ק רבי זושא מטילמעשעוו וואס ער האט אליין בייגעוואוינט.
שיחות יקרים עמ' מ"ו
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... fecda86dee

וואס רבי אהרן האדאסער האט דערציילט מוצש"ק פרשת עקב תרמ"ט ביים מלוה מלכה (זיין טאטע האט געהייסען ר' דוד האט מען אים גערופען ר' אהרן דאוויד'ס)
דברים ערבים עמ' 11
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... q=3853&st=%u05D3%u05D0%u05D5%u05D5%u05D9%u05D3&_rnd=0.591379888882511
לעצט פארראכטן דורך איימעניט אום דינסטאג יוני 18, 2019 11:56 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איימעניט »

דער יפו רב איז אויף לינקס, ווער איז אויף דער רעכטע און לינקע זייט פון חתן?

דער חתן הייסט ר' אברהם אפרים קאלער, א אייניקעל פון צוויי פון זיינע שוועסטערס, פון זיינע שוואגערס הג"ר רבי אברהם אפרים בלום און פון הג"ר חיים ליב קאלער.

הג"ר חיים ליב לעבאוויטש שליט"א א ר"מ אין סאטמאר איז אויך א אייניקל פון זיין שוועסטער אשת הג"ר חיים ליב קאלער.
אטעטשמענטס
יפו וא''י 017.jpg
יפו וא''י 017.jpg (136.48 KiB) געזען 3227 מאל
לעצט פארראכטן דורך איימעניט אום מאנטאג יוני 17, 2019 5:13 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איימעניט »

מיט דער סקולענער רבי און אראדער רב
אטעטשמענטס
pictures 08 (002).jpg
pictures 08 (002).jpg (52.05 KiB) געזען 3217 מאל
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איימעניט האט געשריבן:דעק יפו רב איז אויף לינקס, ווער איז אויף דער רעכטע און לינקע זייט פון חתן?



זידיטשויב און ביקסאד
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איימעניט »

אין איינע פון די צוזאמען קום פון יפו רב'ס מוסד "זקני שארית הפליטה" (ראה בהקדמת ספרו מיט דער נאמען).

דער קטמון רב רעדט. דער דריטער פון רעכטס איז דער טשאבער רב. דער פיפטע פון רעכטס איז דער יפו רב'ס שוואגער הג"ר אברהם אפרים בלום אבד"ק בראד אין ראמעניע. דער יפו רב איז דער צווייטער פון לינקס.
אטעטשמענטס
ZikneiSheirisHapleitu.jpg
ZikneiSheirisHapleitu.jpg (114.23 KiB) געזען 3203 מאל
לעצט פארראכטן דורך איימעניט אום דינסטאג יוני 18, 2019 11:57 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איימעניט »

מיט רבי מעכעלע מנתני' זצ"ל
אטעטשמענטס
RebMechelMenatanye2.jpg
RebMechelMenatanye2.jpg (36.05 KiB) געזען 3197 מאל
איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איימעניט »

נאך איינס מיט דער נאדבורנא רבי זצ"ל
אטעטשמענטס
NadvorneB-2.jpg
NadvorneB-2.jpg (23.72 KiB) געזען 3193 מאל
איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איימעניט »

farshlufen האט געשריבן:
איימעניט האט געשריבן:דער יפו רב (ר' אהרן זצ"ל, דער ערשטער לינקס), און ווער נאך איז אויפען בילד?

נע וואדע, קאשוי און סקוליען.

און ווער איז דער צווישען יפו רב און סקולענער רבי? און ווער איז דער חתן?
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

איימעניט האט געשריבן:און ווער איז דער צווישען יפו רב און סקולענער רבי?

מאטערסדארף
אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערפעקט »

בית מדרשו ביפו ג"כ קרא בשם "זקני שארית הפליטה".
Definition of perfect: as good as it is possible to be
שנלר
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנלר »

וועלכע יארן האט די רב געוואוינט אין יפו?
איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איימעניט »

שנלר האט געשריבן:וועלכע יארן האט די רב געוואוינט אין יפו?

פון תש"ט ביז תשכ"ג. זיין בית המדרש איז געווען אין יפו מנשייה, ער איז אויך געווען דער רב השכונה פון די גאנצע געגענט. ר' לייבוש לעפקאוויטש, ר' ישעי' כ"ץ און נאך וואס האבען זיך שפעטער באזעצט אין אמעריקע האבען געדאווענט ביי אים. צווישען די וואס האבען אים אויף גענומען איז געווען דער יפו ראש בית דין (געוואוינט אין יפו אבער געווען ראש בית דין אין תל אביב) דער דבר יהושע. מיר וועלען אפשר ארויף לייגען די קאנסעס און קהילה דאקומענטען.

אין עובדא דרבי אהרן זאגט מען מיר דארף ער דארטען ווערען געברענט פון שנת תש"ט. דער יפו רב האט געהאלטען הרה"ק רבי אהרן ראטה זי"ע מיט וועם ער האט געלערענט אין מאקאווא פאר איינער פון זיינע רבי'ס. וועל אי"ה דערציילען דער מעשה.

דער יפו רב, האט זייער מקפיד געווען נישט צולאזען א בעל תפלה וואס איז נישט געווען אין מקוה, און געווען אפילו גרייט צו פארלירען מתפללים אבער נישט נאך געבען אויף דאס. אבער אזוי ווי אין מנשייה-יפו איז נישט געווען א מקוה, און דער נענסטע מקוה איז געווען א לאנגע וועג ביז אריין אין תל אביב, פלעגט דער יפו רב כמעט יעדען שבת מוזען דאווענען פאר דער עמוד.
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

למען ההיסטאריע.
שכונת מנשייה - יפו, איז א געגנט וואס איז נישט קיים כיום הזה.
די גאנצע שכונה איז אראפגעווארפן אין יענע כ' יאהרן, אנשטאט דעם איז דא איין גרויסע פארק, אפאר הויכע בילדינג פון אפיסעס, און 2 האטעלן.
איין איינצענע בנין איז געבליבן פון די אלטע שכונה, דאס איז א אלטע אראבישע תיפלה.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”